Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 186 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13716
מאנטאג אפריל 13, 2020 12:39 pm#445756
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

אריינפיר:

ווער "מי אני" איז אין קאווע שטיבל איז דאך פאר קיינעם נישט קיין סוד. ווען מ'זעט ווי פלוצים האט זיך ערוועקט אן אלטן אשכול אין העמק דבר און ס'איז שפתותיו פון די אור אלטע לייבן אין שטיבל דובבות פון עפעס א טיפן שמועס אין העמק דבר, ווייסט מען אז ס'איז מי אני.

ווען מ'טרעפט זיך ליינען א לענגערע אינהאלטסרייכע תגובה (מיט אסאך איינגערינגלטע [אויך געקעסטלטע]) מיט פילע רעפערענצן צו חז"ל, שריפטשטעלער, דענקער, היסטאריקער און סייענטיסטן פון וועמען מ'האט נאך קיינמאל נישט געהערט, ווייסט מען אז ס'איז מי אני.

ווען מ'ליינט אפ א גאנצע תגובה בלויז צו געבן א טיפן אטעם צום סוף ווען מ'כאפט זיך אז מ'האט נישט פארשטאנען קיין פריקן מילה אחת, ווייסט מען אז ס'איז מי אני.

ווען אין פאסט קעסטל קומט אן א לייק פון א ישן נושנ'דיגער דבר חכמה וואס מ'געדענקט שוין אליין נישט אז מ'האט אמאל געשריבן, ווייסט מען אז ס'איז מי אני וועלכער צו דער שטילקייט פון דער נאכט אקערט דורך אלע קעלערן פון בינה והשכל, ווי זיין פייערפאקל פון ליבשאפט און צמאון צו חכמה ווארפט שאטנס ביז די טאלן פון גליל און יהודה און זיינע לאנגזאמע טריט שיקן א ווידערקויל צו קלאפן ביי די טויערן פון צידון וחיפה (סארי, ס'האט מיך אנגעכאפט א פאעטישע גייסט).

ווען מ'זעט א תגובה וועלכער ווארפט צוזאם זעלטענע ידיעות בכל מכמני תורה מיט א היקף און אן עמקות אין אלע חלקי פרד"ס התורה, ווי ס'פאסט פאר א תלמיד חכם מופלא ומופלג וגדול בתורה וביראה טהורה, ווייסט מען אז ס'איז מי אני.

תכלית גערעדט זענען פארהאן קאווע שטיבל מיטגלידער וואס טשעקן אריין אין קאווע שטיבל עטליכע מאל א טאג בלויז פאר די דאזע דאפעמין און די גוט-פיל וואס קומט פון דעם געדאנק אז "איך און מי אני" זענען לאנדסלייט וועלכע פארברענגען אויפ'ן זעלבן פלאטפארמע און נעמען אנטייל אין די זעלבע שמועסן.

לכבוד יו"ט דהאי שעתא זמן חירותינו תש"פ, דא הוא עיתא דקוואראנטינא, האבן מיר אפגעהאלטן אן עקסקלוסיווער אינטערוויו מיט מרן הגאון הגדול כל רז לא אניס ליה רבי הגה"צ רבי מי אני שליט"א, וועלכער מיט זיין כאראקטעריסטישער עניוות, שפרודלדיגער קוואל פון חכמה און אייגנארטיגן פעדער נעמט ער אונז מיט פאר עטוואס א שפאציר איבער די מבואות דעת תבונות וועלכע געפינען זיך אין די קעמערלעך פון זיין בריליאנטענעם מח, און גלייכצייטיג ענטפערט ער אייניגע פראגן איבער זיך פערזענליך און זיין לעבן און שאפן אזוי ארום אז די פראגע פון מי אני? ווערט טיילווייז פארענטפערט, להנות בהם בני אדם ולהחיות בהם נפש כל חי.



אלס אינטעלעקטועלער אויפגייענדער שטערן און איינס פון די שטערקסטע פארהעלטניסמעסיג נייע מיטגלידער אין שטיבל איז מיין שאלה, וויאזוי ביזטו אנגעקומען צו קאווע שטיבל און אי מלכא אנא, וואו ביזטו געווען ביז יעצט?

ראשית כל, ייש״כ פאר דיין שבח. דאס פירט אויך אריין צו אן ענטפער אויף די צוויי פראגעס. דהיינו, אפילו מ׳וועט זאגן אז איך בין און פארמאג יא אינטעליגענץ, איז עס (ליידער) נאר (בעיקר) אין די דאמעין פון אנאליטיק וכדומה.
ווי באקאנט, איז דער טערמין ״אינטעליגענץ" כולל אסאך מינים, כידוע משטיינבערג, גארדנער ועוד; וואס טוט פארשווערן א פינקטליכע דעפיניציע און הגדרה פון דעם טערמין. איינע פון זיי איז לויט מאנכע ״סאציאלע אינטעליגענץ", וואס באדייט די חכמה ווי אזוי זיך צו באגיין מיט מענטשן והמסתעף. איך בין מודה אז איך פארמאג נישט קיין סאך פון דעם און כ׳קען האבן שוועריקייטן אויפצוכאפן סאציאלע cues וכדומה.
הכלל, קיין סאך נאנטע חברים האב איך נישט. קיין שונאים ב״ה אויך נישט... לפי ידיעתי עכ״פ. איך פרוביר קיינמאל נישט אראפצוקלאפן יענעמ׳ס דעה און כ'גיב אלעמאל אכט אויף יענעמ'ס געפילן.
פון די אנדערע זייט האט עס מיר קיינמאל נישט עכט געבאדערט אויך נישט. איך ווייס אז ס׳איז אינטרעסאנט, חז"ל זאגן דאך או חברותא וכו׳, אבער ווי עס שיינט בין איך א שטארקע "אינטראווערט" אין דעם געביט. דעריבער, הגם איך גלייב אז איך גלייך שטארק עניני חכמה ומדע האב איך קיינמאל נישט געזוכט קיין פארומס אדער דאס גלייכן דאס אויסצושמועסן מיט אנדערע. אפילו יעצט גלייב איך אז עס איז קענטיג אז איך זוך נישט דוקא אריינצוגיין אין א שמועס אד״ג ווען איך בין מגיב; און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס איך עפן נישט קיין אייגענע אשכולות, ווייל ווען יא וויבאלד עס איז מיין שמועס פאסט אז איך זאל ענטפערן און פירן א שמועס.
דאס איז די סיבה פארוואס איך בין נישט אנגעקומען צו קאווע שטיבל פריער; ווייל כ׳האב נישט געזוכט קיין פארומס ווי אויך איז מיר נישט אויסגעקומען צו הערן דערוועגן פון אנדערע, טאקע א שאד...
בערך א צוויי יאר צוריק האב איך געהאט געפארשט א געוויסע תורה׳דיגע נושא אויף וואס איך האב געוואלט האבן דערויף מער א ״לינקע״ חרדי׳שע פערספעקטיוו דערויף. בין איך דעמאלט אנגעקומען צו דעם סייט און פלוצלונג אנטפלעקט א גאלד גרוב. דערנאך האט מיר גענומען אביסל צייט ביז ביז איך האב מיך אנגעגארטעלט די קוראזש צו מגיב זיין.
צו ווערן אקטיוו אויף אייוועלט קומט מיר נאך אלס נישט אין באטראכט... הגם אויף געוויסע אגדה נושאים זענען זיי יא בייהילפיג.

וויפיל צייט שפענדסטו זוכן אשכולות אין בוידעם?

די אויבן-דערמאנטע פירט אריין צו ענטפערן די שאלה. דהיינו, וויבאלד מיין אריגינעלע מטרה אין ליינען די דורכגעאקערטע נושאים אין שטיבל איז מער בכדי צו קונה זיין ווי איידער צו שמועסן און פארברענגען איז מיין צייט וואס איך גיב אוועק צו ליינען ענליך צו וויאזוי איך גיב אוועק פאר אנדערע ספרי חכמה.
אויב די שאלה איז וויפיל צייט דירעקט איך גיב אוועק דווקא פאר דעם, איז דאס שווער צו ענטפערן. דאס איז ווייל פונקט אזוי ווי זיך אוועקצוזעצן ליינען/לערנען א געוויסע בוך פון חכמה, צו ליינען, וועט זיך עס ווענדן אין מיין מוט אין יענער תקופה, ענליך וואס מ'טרעפט אין דער גמרא אין עבודה זרה אז אין אדם לומד אלא ממקום שלבו חפץ.
אבער איך שאץ אז צום ווייניגסטנס איין מאל א וואך פרוביר איך דורכצוליינען אן אשכול אדער טעמע און זומער ווען כ'האב מער צייט געשעט עס אפטער.

וואס איז דיין בליק איבער קאווע שטיבל אמאל ווערסוס היינט?

לגבי קאווע שטיבל איז באמערקבאר אז די חכמים פון אמאל זענען ווייט נישט אקטיוו, און דאס איז א שטארקע שאד. טעמים דערויף זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל אויפ׳ן סייט; רוב, צו גאר אלע, זענען וואליד. צי ווייל רוב אינטעלעקטואלע טעמעס וואס זענען ספעציעל נוגע צו אונזער געזעלשאפט זענען שוין בעיון דורכגעטוהן געווארן, צי ווייל זיי האבן געפילט אז ס׳איז סתם אזוי צייט צו וואקסן ווייטער וכו׳.
לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.

וואס איז די אינטערעסאנטסטע אשכול וואס האסט שוין געטראפן אין קאווע שטיבל?

דאס איז גאר א שווערע שאלה. גאר גאר אסאך זענען ממש גינגאלד. וואס שטארצן ארויס און שפרינגען ארויף יעצט זענען ATUB @אבטולמוס ATUB ׳ס אמונה פשוטה אשכול, ATUB @יאיר ATUB ׳ס ״פארוואס גלייבסטו?״, און די קדמות הזוהר אשכול. ווי פארשטענדליך איז מיין אפשאצונג נישט ארומנעמענד און כ'האב נישט קיין מערסט באליבטער אשכול.

וואס איז געווען דיין גרעסטע איבערראשונג איבער די קאווע שטיבל פארגאנגענהייט?

איך בין געווען איבערראשט און פול מיט שטאלץ אז, יא, עס זענען דא ״חרדים״ וואס זענען באמת מלא וגדיש אין חכמה, אפילו פון א וועלטליכער אביעקטיווער דעפיניציע. איך קען נישט קלאר ארויסברענגען אין ווערטער וואס די געפיל איז געווען און פאר דעם אליין קומט זיך זיי א געוואלד עוה״ב...

וועלכע נושא האסטו אמאל ארומגעזוכט און איבערראשנד נישט געטראפן רעדן דערפון?

די סאציאלאגישע טענשאן וואס איך האב דערמאנט פריער. מסתם איז עס יא דא, עכ״פ אין עפעס א פארמאט וכו׳, נאר איך האב עס נאכנישט געטראפן. ווי אויך אן אשכול איבער די געזעצן פון טערמאדיינעמיקס, כעין די אשכול אויף ניוטאן׳ס געזעצן פון קלאסישע מעכאניקס. מסתמא וואלט זיך דער ניק " ATUB @פארוואס? ATUB " גענומען דערצו, נאר ביני וביני האט זיך עס פארוואסערט. איך פארשטיי פארוואס. תרתי משמע....

*

לאמיר רעדן א מינוט פון אייך פערזענליך, וויאזוי זענט איר געווארן אן אוהב חכמה?

זייענדיג א שטילערערע און א מער איינזאמער סארט יונגל האב איך אלץ ליב געהאט צו ליינען, ווי א קאזין האט מיר אמאל געזאגט אלס בחור "ביכער זענען דיינע חברים".
דאס פלעגט גיין אזוי ווייט אז אפילו איך האב נישט אזוי ליב געהאט א בוך, אויב האב איך עס אנגעהויבן האב איך געפילט אז איך מוז דאס ענדיגן, א פארעם פון OCD. דאס איז מורא'דיג צונוצגעקומען ווען עס איז געקומען צו קונה זיין און ליינען ספרי חכמה, ווייל אפילו דו טרעפסט עס נישט אזוי אינטערעסאנט מוזטו עס ענדיגן, און צום סוף פארשטייט זיך אז מען האט מורא'דיג הנאה פון די חכמה וואס מ'האט קונה געווען (דאס רירט אויך אן אויף דילעיד גרעטיפיקעישן).
איך האב אמאל געהאט געענטפערט פאר איינעם אויף די שאלה ווי אזוי מען ווערט אן אוהב חכמה אין אונזער געזעלשאפט, אז בעקיפין און שלא ביודעים קען אונזער געזעלשאפט אליין, פאר אלע אירע פעלערן, דאס אפירברענגען. דהיינו, אז לגבי חכמות וואס זי טוהט שעצן ווי תורה פרעדיגט זי און לייגט א געוואלדיגער דגוש אז מ'דארף דאס קונה זיין למען החכמה עצמה און נישט פאר עפעס א תוצאה וואס מ'קען ארויסבאקומען דערפון.
פארשטייט זיך אז די געזעלשאפט פרובירט צו שטעלן safeguards און זוכט אפשר גאר צומאל אפילו צו סאבאטאזשירן אז מ'זאל דאס נישט נוצן צו אנדערע חכמות בכלליות וואס ס'טוהט אראפקוקן. אבער פאר די וואס דער עצם מעסעדזש און לערע פון אונזער איז איינגעגלידערט געווארן אין זיי, איז לא ימלט אז עס זאל נישט זיין אזעלכע וואס זאלן עס אויסברייטן צו חכמה בכלליות. (ביי די פרויען איז טאקע נישט דא אט די לערע פון דער געזעלשאפט און מ'לייגט ליידער נישט קיין געוויכט אז זיי זאלן קענען חכמה מחמת חכמה עצמה).
איך קען זאגן אז אויף מיר האט דאס זיכער געהאט אזא סארט ווירקונג לטובת קניית חכמה בכלליות. דער פראבלעם מיט די טעזע איז אז לפי"ז וואלטן לכאורה געדארפט זיין מער חרדים וואס זוכן שארי חכמות לשם חכמה כשלעצמה. ואפשר אז עס זענען יא דא, נאר זיי זענען מער באהאלטן מחמת סאציאלע סיבות.

וואס איז געווען דער ערשטער ענין מדע וואס איר האט דורכגעטון אין אייער יוגנט?

די סאלאר סיסטעם. איך געדענק דאס קלאר ווייל ס'האט מיר אלץ פאסצינירט.

וויאזוי זענען דורך אייערע בחור'ישע יארן און צי האט מען געשעצט אייער נייגער?

מיין הנאה פון חכמה האט זיך ב"ה אויך מאניפעסטירט אין לערנען תורה, און דארט האט מען עס זיכער געשעצט. לגבי די אנדערע זאכן האט מען זיך נישט געקימערט לכאן או לכאן.
איך געדענק ווי אין שיעור ג' ווען איך האב געליינט א בוך וועגן עלעקטריק אין קעמפ, איז די וואס האבן מיר געזעהן דאס ליינען האבן מיר אנגעקוקט אינטערעסאנט און מאדנע [גיקי/נערדי] אז איך טו דאס אנשטאט צו גיין שווימען וכדומה, אבער כ'געדענק נישט סיי וועלכע באזונדערע קאמענטארן.

האט איר געהאט צוטריט צו אינטערנעט אלס בחור?

יא.

וואס איז געווען אייער ערשטע סוירטש אויפ'ן אינטערנעט?

איך געדענק נישט קלאר. נישט קיין שמוץ, איך זאג צו...
דאס איז געווען אלץ א 16 יעריגער בחור. איך האב געהאט צוטריט צו אינטערנעט פריער אויך אבער כמעט אלעמאל אין די אנוועזענהייט פון קאזינס וכדו'.
וויבאלד ס'איז געווען מער נאטירליך אין די משפחה וואו איך בין אויפגעוואקסען און נישט אזוי טאבו און איך האב נישט געדארפט צוגיין דערצו בסוד סודות, דעריבער איז די גאנצע נושא נישט געווען אזא קולטור שאק אז ס'זאל מיר אזוי נקבע ווערן אין זיכרון וואס ס'איז געווען מיין ערשטע סוירטש.

וואס איז געווען דאס ערשטע בוך איר האט דורכגעליינט?

אויך א שווערע שאלה צו ענטפערן, ווייל איך געדענק נישט און איך פארשטיי אז די שאלה איז אויף א ספר מדע און נישט קיין פיקציע ביכל.
איך האב אלץ ליב געהאט צו ליינען און פון ווען איך קען געדענקען האב איך געליינט ענלישע ביכער א ביישפיל די "הארדי בויס" האב איך געליינט ביי א חבר אין שטוב, מיין מאמע איז נישט געווען אזוי צופרידן דערפון.
אזויפיל קען איך זאגן אז אין חדר ווען מען האט אויסגעגעבן די היסטאריע און סייענס ביכער האב איך זיי אהיימגענומען און אליינס דורכגעליינט און געענדיגט, ווייל כ'האב געוואוסט אז מ'וועט קוים אביסל דעקן דערפון דורכאויס די יאר. קען מען דאס רעכענען?...

וואס איז דאס לעצטע בוך וואס איר האט דורכגעליינט אדער איר האט ביי אייער נאכט שאפע?

אויף די מינוט האלט איך אינמיטן דאס ביכל פון Knocking on Heaven’s Door by Dr. Lisa Randall אויף פיזיקס, און Hasidism: A New History by David Biale, David Assaf, Benjamin Brown, Uriel Gellman, Samuel Heilman, Moshe Rosman, Gadi Sagav, and Marcin Wodzinski

אלס א חרדישער יונגערמאן פילט איר זיך איינזאם מיט אייערע ארומיגע אדער איר האט גענוג און נאך מיט וועמען צו שמועסן אין ענינים וואס איר טרעפט אן אינטערעסע?

גענוג און נאך זיכער נישט און גענוג אליין ליידער אויך נישט. ס'איז דא מיט וועמען איך קען רעדן אבער נישט קיין סאך. ב"ה אז מיט מיין ווייב קען איך יא האבן זאכליכע, מדע'נישע, אינטעלעקטואלע, און פילאזאפישע שמועסן. איך ווייס אז נישט יעדער איז זוכה צו דעם, וכהארטיקל בשבת בלעטעל 1, וכאן המקום להודות לה על זה.
מאידך גיסא, אזוי ווי איך האלט אין איין זאגן, בין איך סתם אזוי נישט קיין סאציאלער טיפ נאר אן אינטראווערט, איז באדערט עס מיר נישט אזוי שטארק. דער פראבלעם איז ווען איך דארף גיין צו משפחה שמחות אויף א שבת ווי שבע ברכות וכדומה, דאס איז זייער שווער פאר מיר ווייל סיי אז איך האב נישט וואס צו טון און סיי אז די שמועסן זענען איבער שטותים, מענטשן און נייעס וכמאמרה של עלענאר רוזעוועלט], און עס אינטערעסירט מיר זייער זעלטן. נעבן מיין ווייב קען איך דאך נישט זיצן, אזוי קעגן דעם שטראם גיי איך נישט גיין, ווייל דאס איז שוין מאלאדאפטיוו. אויך לאזט זיך מיך נישט מיטנעמען א ספר אדער בוך, "דו זעהסט שוין אויס גענוג פאני..." טענה'ט זי און דערפאר זענען אזעלכע שבתים א פשוטע אפקומעניש.

פאר איינער וואס וויל נאכגיין אין אייער פיסטריט און טרונקען פון די מעיינות החכמה, וואס וואלט איר אים גע'עצה'ט, וואו הייבט מען אן און וואס טוט מען יא אדער נישט?

פאר איך ענטפער וויל איך קלאר שטעלן א התנצלות, אז איך רעד נאר פון מיין אייגענער און סאביעקטיווער ערפארונג.
איך פארשטיי אז מ'רעדט פון איינער וואס איז שוין נאטירליך מאטיווירט, און די שאלה ווערט צוטיילט אין צוויי: 1. לגבי סתם אזוי לערנען. 2. ווי אזוי זיך צו ספראווען און צוגיין דערצו אין אונזער אייגנארטיגער געזעלשאפט.
לגבי דעם ערשטן חלק גלייב איך אז צוערשט זאל מען אנהויבן נישטערן און שטודירן א מקצוע וואס ציעט און אינטרעסירט אים/איר דאס מערסטע; ענליך ווי דאס וואס די גמרא זאגט אין מסכת עבודה זרה ווי פריער ציטירט.
מאידך גיסא, אזוי ווי איך האב פריער אנגעמערקט, גלייב איך אז ס'איז וויכטיג צו האלטן אין קאפ און צוטיילן דאס ליבשאפט און ווילן צו קענען חכמה בעצם מיט'ן שיעבוד פון עס אייגנטליך לערנען. דהיינו, אז אפילו מען האט אמת'דיג ליב א געוויסע סארט חכמה און מ'איז באמת אינטרעסירט דערין, קען אבער צומאל דאס עצם לערנען די חכמה דאך זיין לאנגווייליג און נישט געשמאק.
אז מ'געדענקט דאס און מ'איז באוואוסטזיניג צו דעם גלייב איך, פון מיין אייגענע ערפארונג, אז דאס קען זיין שטארק בייהילפיג אין קונה זיין חכמה, און ווי כ'האב געזאגט, ס'קען זיך אויספעלן א סארט OCD צו דעם.
דאס קען פארשטייט זיך אויך העלפן קונה זיין חכמות וואס מ'איז בעצם נישט אזוי פאראינטרעסירט דערין אבער שפעטער פילט זיך איינער וואס איז בעצם א מבקש ואוהב חכמה גאר גוט אז מ'האט דאס למעשה קונה געווען. (די ליטעראטור איז פול דערמיט, אז דילעיד גראטיפיקעישן איז גאר וויכטיג אויף סוקסעס אין די זאכן, ופשוט הוא.)
לגבי דעם צווייטן חלק, ווי איך האב פריער ערווענט בין איך מער אן איינזאמער סארט מענטש, און הגם איך נויטיג זיך אויך אין סאציאלע באנעמונגען ווי יעדער מענטש און איך האב ב"ה חברים, פיל איך נישט ווי איך דארף דאס אזוי שטארק ווי אנדערע מענטשן, דעריבער האב איך נישט די סאציאלע דרוק וואס אנדערע האבן.
דאס איז עפעס וואס איך הער פון מענטשן אין פארשידענע הינזיכטן, זיי טענה'ן אז איך בין "פאני אין דעם געביט און מיינע עלטערן זארגן זיך אז ס'וועט שאטן פאר די שידוכים פון מיינע קינדער… טראץ וואס לויט מיין מיינונג טו איך נישט קיין שום זאכן וואס זענען איך האלט נישט אז איך טוה זאכן וואס זענען אומאקצעפטירבאר פון א סאציאלן שטאנפונקט אין אונזער סאסייעטי. פון דער אנדערער זייט פארשטיי איך זייער גוט די סארט מענטשן וואס סאציאלע דרוק מאכט יא זייער שטארק אויס אויף באשלוסן אין לעבן (וכעין התוס' בשבת נ:) נאכדערצו אין אונזער סוסייעטי.
דעריבער גלייב איך אז איך בין דער סאמע לעצטער מענטש צו קענען גיבן אפעקטיווע ראט פאר איינעם אין דעם געביט, וויבאלד נאך אלע מעשיות קומער איך מיך נישט אזוי ווייט מיט וואס אנדערע מענטשן וועלן זאגן. (איך ווייס און אנערקען אז מיינע ווערטער הערן זיך זייער קלישעי...)
נאך א וויכטיגער פאקטאר איז אז איך בין דאך אויפגעוואקסן אין א פאמיליע וואס איז מער "בארא פארקיש" געשטימט און עטוואס ווייניגער געצוימט ווי אנדערע אין אונזער געזעלשאפט.
פון די אנדערע זייט האלט איך פערזענליך אז כהיום איז נישט דא קיין עכטע קעגנשטעלונג פון די חרדי'שע סאסייעטי באופן כללי אז איינער זאל ליגן עניני חכמה און שטודירן און נאכפארשן עניני מדע וחכמות שאינם מקושרים לתורה.
מ'קען עס אפשר אוועקמאכן אדער אפילו אראפקוקן, אבער קיין עכטע קעגנשטעלונג דערצו זעה איך נישט. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט ווען דאס רירט אן צו פערזענליכע סענסיטיווע געפילן פון מענטשן. למשל, אין זאכן וואס לפי דעתם איז עס א סתירה מיט זייער אפטייטש פון עיקרי הדת וכדומה ווי עוואלוציע, ביקורת המקרא וכדו. אין אזא פאל וואלט מען בלית ברירה געמוזט עצה'ן אז מה ירך בסתר וכו' פשוט בכדי נישט אויפצורעגן קיין מענטשן.

האט איר א דעגרי אויף עפעס, און אויב איר פילט באקוועם צו ענטפערן, אויף וואס?

יא, איך האב א מעסטערס דעגרי אין ספעשל עדיוקעישאן.
ס'האט געהייסן אז א משפחה מיטגליד מיינע, איינער וואס באלאנגט שוין נישט אין דער חרדי'שער געזעלשאפט, וועט גיבן געלט אז איך זאל קענען גיין ווייטער פאר א PhD אין עדיוקעישאן, אבער ער האט דאס נישט געקענט טון און אויספירן צום סוף אויף למעשה.
מיין ווייב וויל נישט ארויסנעמען קיין הלוואות וכדומה אויף דעם, ווייל זי טענה'ט, מיט רעכט פון א ממונות'דיגן שטאנדפונקט, אז איך האב נישט קיין קלארע ROI דערויף. דאס גייט אריין אין מיין שיטה וואס איך האב פריער אנגערירט און זיך שוין גע'טענה'ט מיט מאנכע איבער דעם, אז ריכטיגער וואלט געווען צו האבן געלט און דערמיט זיך קונה זיין א PhD [חכמה לכשלעצמה] און נישט זיך איינהאנדלען א PhD בלויז אויף דער מטרה כדי צו פארדינען געלט דערפון.

האט איר שוין אמאל געשריבן אן ארטיקל פאר וועקער?

צום שלוס פון דער אינטערוויו וועל איך מגלה זיין, אז איך בין געווען דער וואס האט געשריבן דער בירור הלכה אויף תמונות נשים אין צייטונגען, וואס איז דערנאך פארעפנטליכט געווארן אין וועקער #15.
מאנטאג אפריל 13, 2020 1:25 pm#445758
אייזן
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:10 pm#445767
זייער שטארק. כוכב און מי אני בתפארתם. קענען מיר ווייטער האבן א פראגע-און-ענטפער סעסיע מיט חכם הרזים סיני ועוקר הרים מי אני?
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:45 pm#445772
אז מ'פרעגט 'על איך פרובירן צו ענטפערן.

ייש"כ ATUB @כוכב ATUB פאר'ן מיר גיבן די חשיבות און כבוד אז איך בין איינער וועמען עס איז אינטרעסאנט און ראוי צו אינטערוויוען (בפרט ווען דער וואס אינטערוויוט איז אזא איינער). און א ייש"כ פאר די טיטלען און שבחים; איך האף (אמאל) צו זיין ראוי דערצו (איך ווייס אז דאס סאונד אויך קלישעי...).

איך וואלט דא אויך געוואלט נעמען די געלעגענהייט זיך צו אנטשולדיגן אויב/ווען די לשון פון מיינע תגובות זענען מגומגם און מאכן שווערער דאס צו זיי ליינען און פארשטיין. איך בין (לדאבוני הרב) נישט קיין שטארקע שרייבער (עכ"פ אין אידיש, ענגליש אפשר בעסער (איך האף...)) און דאס קען ווירקן צום שלעכטן אויף דאס קאמפריהענשאן פון די תוכן, בפרט ווען די נושא בכלל איז מער אבסטראקט און דקות'דיג. אנשטולדיגט נאכאמאל.
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:54 pm#445774
איך האב צוגעלייגט לינקס צו געוויסע פלעצער ווי אישים און ביכער ווערן דערמאנט (בפרט וואס [כידוע] ווען מי אני שרייבט בארירט ער נושאים וואס איז נישט אלעמאל באוואוסט) למען ירוץ הקורא בו ותתרבה הדעת.

(שנעל געטס מיר א לייק ווייל איך בין נישט אזוי טעק סעווי און זוכן און צולייגן די לינקס האט גענומען צייט און מי [אני.... חחח, א פאן איז א פאן, אפילו א קארני וואן (פשי, כ'בין א גראמער אויך)].)
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:08 pm#445775
הרב מי אני, ס'באדערט אייך נישט אז רוב אשכולות וואס איר זענט אקטיוו זענט איר די איינציגסטע אדער פין די איינציגסטע וואס זענען מגיב מיט אזא הויך קאליבער חכמה ומדע?
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:14 pm#445776
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:הרב מי אני, ס'באדערט אייך נישט אז רוב אשכולות וואס איר זענט אקטיוו זענט איר די איינציגסטע אדער פין די איינציגסטע וואס זענען מגיב מיט אזא הויך קאליבער חכמה ומדע?

ליין איבער דעם שמועס, ער ערקלערט דאך עס פונקטליך.

זייער שיין ATUB @כוכב ATUB און ATUB @מי אני ATUB

א הערצליכן יישר כח
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:59 pm#445779
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:הרב מי אני, ס'באדערט אייך נישט אז רוב אשכולות וואס איר זענט אקטיוו זענט איר די איינציגסטע אדער פין די איינציגסטע וואס זענען מגיב מיט אזא הויך קאליבער חכמה ומדע?

אזוי ווי ATUB @לבי ובשרי ATUB האט מעורר געווען האב איך דאס דערמאנט אינ׳ם אינטערוויו אז איך קום בעיקר אריין נאר אויף עפעס צולייגן אין די סארט שמועסן (אז איך קען), מכח מיין מער ״אינטראווערט׳קייט״, וממילא באדערט עס מיר נישט אזוי; ועכ״כ אז איך עקספעקט אפילו נישט (אזוי ווייט) אז מ׳זאל רעאגירן. (דאס איז א סיבה פארוואס איך עפען נישט קיין אייגענע אשכולות וכו׳ ע״ש.)

יעצט, לגבי די חלק צו ס׳וואלט מיר דאך געווען ״מער״ ניחא אז ס׳ווערט אויפגעלעבט א תוכן׳דיגע שמועס אין דעם, איז גיי איך מודה זיין אז איך האב אין דעם געמישטע געפילן. פון איין זייט האב איך אזא סארט אימתא דציבורא אז איך גיי דארפן ענטפערן, פארטיידיגן, גוט/בעסער מסביר זיין, ארויסברענגען וכו׳ מיין (אראפגעברענגטע) דעה, און דאס ברענגט (פאר אזא איינער ווי) מיר אן ענקזייעטי. פון די אנדערע זייט אבער איז עס דאך למעשה נישט ״מיין״ אשכול/שמועס, ס׳איז נאר א תגובה, וממילא פיהל איך נישט ממש א ״מוז״ צו ענטפערן אפילו ווען מ׳רעאגירט צו מיר ממש, איז קען איך ענדערש באשטיין ס׳זאל זיך צוריק אויפלעבן אן אינהאלטסרייכע אינטעלעקטואלע שמועס; איך האב נישט אזוי ווייט די ענקזייעטי. אָלטימעטלי, פארשטייט זיך, איז צו ס׳וועט זיך וועבן/ווערן אויפגעלעבט א שמועס אין דעם נישט בידי.
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:09 pm#445781
כוכב: ייש"כ פאר ארויפלייגן די דברי חכמה ותבונה פון דעם נייעם, אויפגייענדן שטערן בעולם התורה והחכמה הרב מי אני דא אויף קאווע שטיבל. ליהנות בו בני אדם.

אזא היקף'דיגן אינטערוויו קען טאקע געבן. נאר אזא ספרא רבה און א פאעטישע נשמה ווי דו, כוכב. ס'שפרודלט דאך דברי תורה וחכמה ומדע פון א יעדע שורה. נאר מיר דארפן געדענקען דעם כלל אז ..."שאלת חכם חצי תשובה"...נישט א יעדער איז אויף די דרגא צו אינטערוויוען און ארויסברענגען די ריכטיגע נקודות ווען מ'רעדט צו א רב רבנן און א חכם הרזים...!

זייט שש משזר האט אונז פארלאזט האמיר געפיהלט עפעס א גרויסן חלל. א ליידיגקייט. א פוסטקייט. אולי. אפשר וועט יעצט מקויים ווערן די החזרת העטרה ליושנה.

יעצט איז מיר דורכגעלאפן עפעס אן אפיקורסי'שער געדאנק. איך ווייס נישט אויב איך מעג עס ארויסזאגן. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט. אז דער האי עניו, האי חכם, וואס זיין נאמען ווייזט דאך בעצם אויך אויף זיין געוואלדיגע עניוות, איז אפשר (שרי לי מארי פאר האבן אזעלכע מחשבות. און כש"כ אזעלכע דיבורים.) איז הרב מי אני א גילגול פון הרב שש משזר. וועם מ'האט צוריק אראפגעשיקט אין עולם פון קאווע שטיבל כדי ללמד תועים בינה...!
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:15 pm#445782
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
ולוואי.

ייש״כ. דאס איז א געוואלדיגע קאמפלימענט.
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:39 pm#445784
ייש"כ ATUB @כוכב ATUB . זייער אינהאלטסרייך און באלערנד.

מי-אני שיינט צו זיין א חכם און ידען, זיין חכמה און ידיעות איז צו באוואונדערן. זיינע הערות אויף די אשכולות, קוקן צומאל אויס ווי די ראגעטשאווערס הערות אויף די זייטן פון די ספרים, נישט פאר אנדערע צו פארשטיין, נאר פשוט פאר זיך פאר שפעטער רעפערענצן....

כאן המקום לציין, אז כ'פלעג שוין לאנג נישט אריינקומען דא אין שטיבל, נאר לעצטנס ווען מי אני האט אנגעפאנגען צו אפקלאפן די שטויב פון אלטע אשכולות, (און אזוי אויך ATUB @תחכמוני ATUB איז לעצטנס אויפגעוועקט געווארן, א נייע קוואל פון חכמה).

עס האט זיך אויפגעוועקט די האפענונג אז די שטיבל קען צוריק אנפאנגען צו באשאפן נייע קוועלער פון חכמה און מדע.
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:45 pm#445785
מיר אלע ווייסן אז הרב מי אני'ס תגובות זענען קיינמאל נישט איבריג, אלס איז עס א ליקוט פון ידיעות וואס זענען אומבאקאנט פאר רוב נייע קאווע שטיבלער.

אזויווי איר זאגט אז איר זענט נישט סאצעאל קענען מיר נישט בעטן אז איר זאלט יא עפענען אשכולות און צייגן אייערע קענטעניסן, אבער פונעם אינטערוויו זעט אויס אז שריפטליך קענט איר זיך יא ארויסברענגען און דייקא גאר קלאר, דעריבער אויב קענט איר פרובירן אז מיר פשוט'ע מענטשן זאלן מער פארשטיין די קאנסעפטס וואס איר זענט מסביר מיטן שרייבן א טראפ קלארערע שפראך אז מיר זאלן אויך קענען טרונקען פון אייער מעיין החכמה.

א ריזיגן יישר כח.
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:05 pm#445791
און ביטע עפענט יא אייגענע אשכולות א דאנק
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:14 pm#445795
קאצקע ציקער האט געשריבן:און ביטע עפענט יא אייגענע אשכולות א דאנק

תפסת מרובה... צעביסלעך וועלן מיר פארמאגן דא א נייע שש משזר און א נייע יאיר, א נייע יידל און טאמבל סאס ווערן נאך געזוכט.
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:16 pm#445796
מאך זיכער האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:און ביטע עפענט יא אייגענע אשכולות א דאנק

תפסת מרובה... צעביסלעך וועלן מיר פארמאגן דא א נייע שש משזר און א נייע יאיר, א נייע יידל און טאמבל סאס ווערן נאך געזוכט.

געפילטע פיש פארגעסטו
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:16 pm#445798
כוכב די תירוצים אויף דיינע שאלות האט מי אני געשריבן ?
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:19 pm#445800
קאצקע ציקער האט געשריבן:כוכב די תירוצים אויף דיינע שאלות האט מי אני געשריבן ?

יא,
(כ'האב כמובן רעדאגירט פאר קלארקייט און הגה.)
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:25 pm#445801
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
בנוגע לינקס, דא איז א שטיקל ליסטע פון פלעצער דא אין שטיבל וואו מ׳האט גערעדט פון/דערמאנט די זאכן וכו׳ וואס ווערן דערמאנט אינ׳ם אינטערוויו:

1). איבער דאס נישט עפענען אן אשכול.

2). איבער אנדערע מינים פון, און הגדרות אין, אינטעלידזשענס.

3). איבער דאס חשיבות פון חכמה (ולהלן שם) לשלעצמה (און אויך בנוגע מיין וועג פון שרייבן...).
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:31 pm#445804
מי אני האט געשריבן:בנוגע לינקס, דא איז א שטיקל ליסטע פון פלעצער דא אין שטיבל וואו מ׳האט גערעדט פון/דערמאנט די זאכן וכו׳ וואס ווערן דערמאנט אינ׳ם אינטערוויו:

1). איבער דאס נישט עפענען אן אשכול.

2). איבער אנדערע מינים פון, און הגדרות אין, אינטעלידזשענס.

3). איבער דאס חשיבות פון חכמה (ולהלן שם) לשלעצמה (און אויך בנוגע מיין וועג פון שרייבן...).

איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:36 pm#445805
אז מ'קוקט גוט זעט מען אז מי אני האט אויך די סאמע גרעסטע אינפלאציע פון לייקס רעלאטיוו וואס ער האט שוין געגעבן צו וואס ער האט שוין אלץ באקומען.
זינט כעלעמער מגיד איז שוין נישט געווען אזא קאנטראסט אין לייקס, דעמאלט איז נאר געווען אויף די פארקערטע זייט ודוק...
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:49 pm#445809
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:און ביטע עפענט יא אייגענע אשכולות א דאנק

תפסת מרובה... צעביסלעך וועלן מיר פארמאגן דא א נייע שש משזר און א נייע יאיר, א נייע יידל און טאמבל סאס ווערן נאך געזוכט.

געפילטע פיש פארגעסטו


טאקע א גרויסע חוצפה! שקויעך פארן זיך אננעמען פאר מיין כבוד!
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:53 pm#445810
געפילטע, דו ביסט דאך נאך א היגער, פארוואס האסטו געוואלט אז כ'זאל קאמפיינען אז איינער זאל דיר קומען איבערנעמען?
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:58 pm#445812
כ'האב נישט געוויסט אז נאכן נישט שרייבן דא א גוטע פאר יאר הייס איך נאכאלץ א היגער. סארי.

און סתם, קען מיר דען איינער איבערנעמען? איי מין, פליז!
מאנטאג אפריל 13, 2020 6:00 pm#445813
זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?
מאנטאג אפריל 13, 2020 6:04 pm#445814
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.
מאנטאג אפריל 13, 2020 10:42 pm#445842
מאך זיכער האט געשריבן:זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?


קודם כל, טעות. ס'איז אוממעגליך צו בארירין מיין קרוין, ווייל כ'האב נישט קיין קרוין. מ'קען אפשר בארירן מיין קוטשמע. איך וואלט בעצם געדארפט באזוכן דא מער אפט, נאר דאס לעבן איז געווארן ביזי אויפן עלטער, האב איך נישט די איבעריגע שעות על גבי שעות וואס איך פלעג האבן דא צו פארברענגען. איך וואלט געדארפט אבער אריינפּאַפּן דא פון צייט צו צייט, לפחות זיך צו באקענען מיטן נייעם עולם און זען ווער פון די אלטע זענען נאך בנמצא.
דינסטאג אפריל 14, 2020 12:09 am#445849
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
געוואלדיג! אלץ אן אינטראווערט וואס האט אויך די Affliction פון פארפאסן סאשיעל קלוס, וויל איך דיר דאנקן פאר'ן קוראזש עס ארויסצוברענגען און פובליק. איך בין אנציקט ווייל וויאזוי ס'זעהט אויס קוקסטו עס בכלל נישט אן ווי א פעלער, נאר פארקערט די נוצט עס אויס זיך צו אנזאפען מיט חכמה. א געוואלדיגע אויפטו!
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:15 am#445862
איך טוה אויך שעירן די כאראקטערס פון אינטראווערזשן מיט סאשעל קיוס אבער ליידער דארט ענדיגט זיך עס ביי מיר... נישט אהער נישט אהין.

אויב איך מעגן פרעגן וועלכע מאווי גענרע גלייכסטו? און וועלכע ספעסיפיק מאוויס קענסטו רעקאמענדירן?
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:20 am#445863
א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:23 am#445864
קורקלענד האט געשריבן:א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....

וואס עפעס? געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:32 am#445865
מי אני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.

עיין ערך Dunning-Kruger effect
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:51 am#445867
כ'האב נישט געוואוסט אז איך האנדל דא מיט אזא חשוב'ע פערזענליכקייט, איינער וואס האט שוין א מייסטער'ס און מ'דאגה'ט שוין זאגאר פאר שידוכים פאר די קינדער, ווען איך ווייס ווען פריער וואלט איך אביסל מער דרך ארץ געהאט.

איין פראגע האב איך נאר, וויאזוי פירסטו א שמועס מיט א לעבעדיגע מענטש? רעדסטו אייביג אויף אזא claustrophobic טרוקענע פארנעם, אדער נאר אין קאווע שטיבל רעדסטו אזוי?
דינסטאג אפריל 14, 2020 2:03 am#445869
ביבער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:א גיק און א נערד פרעגט מען וועלכע ביכל זיי גלייכן נישט וועלכע פילם....

וואס עפעס? געוויסע מאוויס זענען אנגעפילט מיט מער חכמה ווי צען ביכלעך.

אדרבה. געב ארויס.
דינסטאג אפריל 14, 2020 2:23 am#445870
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
מאך זיכער האט געשריבן:זעסט דאך אז ווען מען הייבט אן בארירן די קרוין אויפן קאפ פון די געפילטע פיש קומסטו צו לויפן... אבער אז דו ביסט יא דא אפשר שרייבסטו טאקע מער אפט?
דאס גייט אריין בגדר דורש אל המתים.
דינסטאג אפריל 14, 2020 8:14 am#445872
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
‏
ביבער האט געשריבן:אויב איך מעגן פרעגן וועלכע מאווי גענרע גלייכסטו? און וועלכע ספעסיפיק מאוויס קענסטו רעקאמענדירן?

איך גיי מיך באציען צו פיקציע ווייל נאן-פיקציע (און פארשטייט זיך דאקומענטעריס) איז שוין מער ווען איינער וויל באקומען/האט א געפיל אין יענעם געביט/תחום. למשל, איך האב געוואטשט סעלמא (און גרין בּוּק) מיט מיין זוהן ווייל איך האב געוואלט מער ממחיש זיין צו אים די גאנצע סיוויל רייטס מוּוומענט, די היסטארישע קאנטעקסט, דר. מארטין לוטער קינג והמסתעף.
(ווי אויך פארשטיי איך די שאלה פון זיך מער באציען צו עפעס וואס איז מער מיוסד פאר איר ענטערטעינמענט וועליוּ, ווי איידער א סארט [נאן-פיקציע] וואס קען שוין אויך מער אריינגיין אין עפעס וואס איז בכוונה אויף אויסצולערנען עפעס וכו׳, הגם עס האט אויך ענטערטעינמענט וועליוּ אבער עס קען שוין זיין מער א טפל.)

סייענס פיקשין איז א דזשאנרע וואס איך האב אלס געגליכן. דארט קען מען לדעתי ספעציעל זעהן די קריעיטיוויטי פון הומען אימעדזשינעישען פון (צוקונפטיגע) פּאסיבּיליטיס ‏(ועיין מעין ענין זה צו וואס מ׳קען זיך מדמה זיין איז בעצם במציאות בפ״א של ח פרקים להרמב״ם. און ס׳איז ידוע די דריטע ״געזעץ״ פון ארטור קלארק).

קריסטאפער נאָלען׳ס אינסעפּשאן, למשל, איז א פילם אין די דזשאנרע, וואס בנוסף לזה איז עס א טיפע-לעיערד פילם וואס איך האב שטארק הנאה געהאט פון. דער אמת איז אז אלע זיינע פילמס זענען גאר פיין ‏(מעמענטוֺי איז דאך א קלאסיק אין די גאונות פון איר נאראטיוו צוריקצווועגס צאמשטעל).

ווי אויך א באקאנטע ״פילאזאפישע״ פילם אין די דזשאנרע איז די מעיטריקס, וואס רירט אן אויף דעקארט׳ס באקאנטע ספק צו דאס מענטש׳נס פערסעפשאנס און זיין עקזיסטענץ זענען עכט (ועיין כאן מזה).

‏מיינאריטי ריפּאָרט איז א פילם אין די דזשאנרע וואס רירט אן אויף די שאלה פון בחירה חופשית (והידיעה הקודמת מזה שמכחישתו). אבער די פילמס פון סטיווען ספּילבערג (און די בוכער/מעשיות פון פיליפּ ק. דיק) דארפן נישט מיין רעקאמענדאציע...

כ״יהודה״ [״יידל״] ועוד לקרא וואלט איך אויך רעקאמענדירט די פילם ערייוועל. דאס איז אויך א תוכנ׳דיגע פילם וואס ברענגט ארויס/נעמט די סאפּיר-ווהארף היפאטעזיע אין שפראך [אז די סארט שפראך טוהט אפעקטירן א מענטש׳נס מהלך המחשבה] צו אן אינטרעסאנטן (פיקשינעל) לעוועל. עס רירט אויך אן בכלל אויף מהלך הזמן. ( ATUB @יידל ATUB האט דערמאנט די פילם אין וועקער 16). איך האב הנאה געהאט פון אלע פילמס וואס דעניס ווילעניוּוו האט דירעקטירט.

איך וואלט אויך רעקאמענדירט די פילמס וואס סקאט ז. בּוּרנס שרייבט; תוכנ׳דיגע פילמס אין אלגעמיין (קב ונקי). די פון דרוּ גאדערד אויך (הגם זיינע פילמס זענען שוין יא, אין אלגעמיין, פון א מער ״פאפולערן״ סארט).

און צו ATUB @ביבער ATUB פערזענליך, וויבאלד אונז הא׳מיר געהאט גערעדט פון AI און טורינג טעסטס... ;) , וואלט איך רעקאמענדירט עקס מאכינא פון אלעקס גארלענד. דאס איז אויך א מער טיפערע פילם אין דעם געביט, וואו דער פראטאגאניסט ווערט געוואויר אז דאס איז גאר אן אינווערס טורינג טעסט אויף אים דער הומען. (אלע פילמס וואס גארלאנד שרייבט זענען פיין און ״תוכנ׳דיג״).

איך וואלט אויך געוואלט אביסל צולייגן נאך אן אספעקט צו דאס וואס ATUB @ביבער ATUB האט געזאגט בנוגע חכמה אין פילמס, חוץ מזה פון מושגים און זאכן וואס ווערן דערמאנט אסאך מאל אין (פארשטייט זיך מער ״תוכנ׳דיגע״) פילמס (פארשטייט זיך אז נאכדעם זאל מען מאכן אייגענע ריסערטש אין די נושא פון א פאקטועלן שטאנדפונקט און נישט דאס אפקויפן נאר פון די פילם זעלבסט, ופשוט), אז ס׳איז אויך דא אן אומדירעקטן אספעקט צו חכמה דורך אפילו פיקציע פילמס (ביי נאן-פיקציע איז דאך פשוט אז עס לערענט אויס דעם מענטש עפעס, עכ״פ אן אנהויב פון, א מושג וכו׳). דהיינו, עס קען גיבן א געפיל און אן אריינבליק (מער ווי א בוך, אינו דומה וכו׳) צו די קולטורן פון אנדערע וועלטליכע מענטשן, בפרט אויב וואטשט מען (אפאר) foreign פילמס (לדוגמא פון אזיע: כינע, קאריע וכדומה). דאס איז אויך א מעלה וואס עפענט אויף דעם מענטש מער, ועיין ב ATUB @יידל ATUB ’ס ״למעשה״ אשכול.
‏
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין פראגע האב איך נאר, וויאזוי פירסטו א שמועס מיט א לעבעדיגע מענטש? רעדסטו אייביג אויף אזא claustrophobic טרוקענע פארנעם, אדער נאר אין קאווע שטיבל רעדסטו אזוי?

פארשטייט זיך אז רעדן איז אנדערש פון שרייבן; ס׳איז אטאמאטיש (ווי נישט) דאך מער פארמאל וכו׳ ווי רעדן (צווישן אנדערע דיפערענצן). ס׳איז למשל דא מער וויזשועל קיוּס (ווען מ׳איז פנים-אל-פנים) וכדומה און סתם אזוי פּראסאדיִ וואס קען מער ארויסברענגען (למשל) די עמאציאנאלע אספעקט, וואס שרייבן קען נישט אזוי גוט אראפלייגן (אפילו מיט די מעטא-שפראך דערין), כידוע. (ס׳דא אנדערע אספעקטן [למשל פארמאלערע נושאים] וואס שרייבן קען זיין בעסער דערצו ווי רעדן.)

אבער פערזענליך מיין איך אז, עכ״פ מיט מענטשן וועמען איך בין נאכנישט היימיש מיט, איז יא דא אפשר די סארט ענליכקייט (אזא סארט סאשעל פאביע). למשל, ווען מיין שווער האט מיר צום ערשט געטראפן האט ער דערנאך געפרעגט דעם שדכן ״פארוואס טראגסטו מיר אן איינער וואס קעקעצט?״... איך קעקעץ נישט ב״ה, אבער איך האב (צומאל) א שטארקע נערוועזקייט/ענקזייעטי ביים רעדן, און איך זוך דאס נישט (מיט פרעמדע זיכער נישט, עכ״פ אזוי ווייט).

אבער, at the end of the day, גלייב איך אז צו ריכטיג ענטפערן די שאלה דארף מען פרעגן די מענטשן מיט וועמען איך רעד... (סיי די באקאנטע און סיי די נישט באקאנטע); זיי ׳עלען דאס בעסער אפשאצן ווי איך.
‏
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב מיך אייביג איינגערעדט אז קאנפידנס באלאנגט פאר איינער וואס איז פיל מיט חכמה דאס הייסט די קליגע מענטשן זיי האבן קאנפידענס ווייל זיי ווייסן זיי זענען קליג האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצושטעלן יעצט זעה איך איך האב א טעות געהאט
לפי די סברא קען מען זאגן לכאורה פארקערט. דהיינו, ס׳איז באקאנט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער זעהט מען איין ווי ווייט מ׳האלט נאך פונ׳ם שלימות אין חכמה. קומט דאך אויס אז אויב בעצם וואלט קאנפידענס געדארפט מיטקומען מיט חכמה, דהיינו אז מ׳קלערט אז מ׳קען חכמה, איז וועט אבער דערנאך איראניש אויסקומען אז וויבאלד דער חכם האלט זיך דאך מכח זיין חכמה אלס א קלענערע חכם, ממילא וועט ער האבן ווייניגער קאנפידענס, וואס קאנפידענס איז מקושר לויט וויפיל חכמה מ׳מיינט מ׳האט.

עיין ערך Dunning-Kruger effect

איה״נ. מ׳דארף זיין גענוג א (ריכטיגע) חכם צו זיין באוואוסטזיניג און קאנשעס צו דעם אליין אויך. דעמאלטס קען אפיר קומען די סברא וואס איך האב געזאגט. ATUB @קאצקע ציקער ATUB ’ס טעזע גייט טאקע בפרט אנגיין ביי איינער וואס איז נאך יא ביי די שטאפל און האט (נאך) די דאָנינג-קרוּגער עפעקט, וכדבריך.

ולעומת זה איז מערקווידיג צו דערמאנען די אימפּאסטאר סינדרוֺים, וואס איז (ווי נישט אויך) ווען איינער טוהט זיך אונטערשאצן אין זיינע/אירע יכולות׳ן.
‏
רימון האט געשריבן:אז מ'קוקט גוט זעט מען אז מי אני האט אויך די סאמע גרעסטע אינפלאציע פון לייקס רעלאטיוו וואס ער האט שוין געגעבן צו וואס ער האט שוין אלץ באקומען.
זינט כעלעמער מגיד איז שוין נישט געווען אזא קאנטראסט אין לייקס, דעמאלט איז נאר געווען אויף די פארקערטע זייט ודוק...

ואולי קען מען זאגן בדרך צחות א רמז אין דעם מענינא דיומא: ״יחץ״, מ׳צוטיילט אין צוויי און מ׳מאכט זיכער אז ס׳דא א מערקענדע חילוק אין די רעישיאו צווישן די צוויי, און מ׳איז ממשיך ״מגיד״...
דינסטאג אפריל 14, 2020 12:49 pm#445889
א יישר כח מי אני פארן זיך עפענען אביסל און לאזן דעם עולם זיך בעסער באקענען מיט דיר. כוכב האט געטון א געוואלדיגע דזשאב מיט זיין הקדמה און מיט די שאלות חכם.

נאר צוצולייגן אפאר פרטים צום פילם שמועס דא. (בעצם וואלט געדארפט זיין אן עקסטרע אשכול פאר דער שמועס.)

עס זענען אויך פאראן טעלעוויזיע סעריעס וואס פיטן אריין אין דער זשאנער. צוויי קומען מיר יעצט ארויף אויפן געדאנק.

וועסטווארלד איז א טיפע פילעזאפישע סייענס פיקשען שאו וואס איז מייסטערפול אראפ געלייגט מיט א ציענדע מעשה וואס גרייכט די גרעניצן פון בלי הגבלה, אין סוף, שכר ועונש, ריאליטי, אלוהות ועוד. שטארק רעקאמענדירט. (דיסקלעימער, כ'האב נאך נישט געזען די יעצטיגע דריטע סעזאן.)

בלעק מיראר איז א שאו וואס א יעדע עפיזאד איז א נייע מעשה און רירט אן אן אנדערע פילאזאפישע, טעאלאגישע אדער סייענטיפישע נקודה. עס זענען דא בעסערע און שוואכערע עפיזאדן אבער עס איז גאר פאפולער און שטארק רעקאמענדירט.


.
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:02 pm#445890
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
‏דא האב איך דערמאנט וועסטווארלד (בעקיפין) לגבי די שמועס פון בחירה.

(די סיריִס איז טאקע פון דזשאנעטען נאָלען, א ברודער פון קריסטאפאר נאָלען וועם איך האב דערמאנט. ער איז אויך דער וואס איז מעיקרא אויפגעקומען מיט די געדאנק און מהלך פון מעמענטוֺי. ער האט געשריבן צוזאמען מיט זיין ברודער אפאר פון זיינע פילמס.)
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:46 pm#445893
מי אני: א גוטן מועד. כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז א איינס פון די ...Assets... פון קאווע שטיבל איז אז ס/זענען דא עטליכע..."פסעוודא אינטעלעקטואלס"... וואס מיינט אייגנטליך א פסעוודא אינטעלעקטואל...?! א געוועזענער פארחניאק'טער ישיבה בחור און כולל יונגערמאן וועלכער האט באקומען א היימישע ענגלישע און וועלטליכע עדיוקעישן. איין טאג האט ער געלייגט א האנט אויף אן אפיקורס'יש ביכל און ער איז געווארן..."אויפגעקלערט"...און ער מיינט אז ס'איז נישט פארהאן נאך אזא חכם מחוכם ווי ער...! ואין צריך לפרטם...אבער זיי אלע ווייסן ווער זיי זענען...!
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:43 pm#445911
בערלע ליבער, איך ווייס נישט ווער זיי זענען. אפשר טאקע ביזטו פורשם בשמם המפורשים?
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:11 pm#445928
Wow, ממש געוואלדיג! אזא סורפרייז לכבוד יום טוב, עוד כוכב חי ב''ה.

דער מי אני איז דאך ממש א חידוש פלא בדורינו, ער וואלט ווען געקענט ווערן א איינשטיין ווען ער האט ווען א גוטן עדיוקעישאן (אה, ער האט דאך יא געהאט ...), דער איד איז דאך ממש א לעבעדיגער גוגל אזש געוויסע האבן שוין חושד געווען אז דאס איז בעצם א ראבאט בצורת אדם, ווי עס דערקענט זיך טאקע פון זיין נישט-אנושיות'דיגע עניוות און העפליכקייט, ממש ווי פון א מאשין געגאסן. נאך באלד ביים נאמען זעט מען שוין אזא הלל'דיגן ענוה און איידלקייט, מי אני, פרעגט ער אזוי פשטות'דיג, ווייניג האבן מיר געוואוסט אז אונטער דעם נאמען מי אני באהאלטן זיך אן א שיעור טעמים און רמזים פארוואס ער רופט זיך מי אני כמנין מי אני במספר גדול. וויל איך דא מוסר מודעה זיין אז איך האב באמת נישט קיין השגה אויב דער איד ווייסט באמת עפעס ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו פארשטיין קיין איין גאנצע תגובה מיט אלע לינקס און רמזים איינגערינגלט און אויסגערינגלט מיט קוואוטס און אותיות גדולות וקטנות אז עס כאפט א פחד, נאר חזקה אויף די גרויסע לייבן אז זיי לייקן מסתמא פארשטייען זיי יא (עס קען נאר זיין אז זיי פארשטייען אויך נישט זיי ווילן נאר מ'זאל מיינען אז זיי פארשטייען.. אפשר ווילן זיי באצאלן פאר די מיליאנען לייקס וואס קומט אן אינמיטן די נאכט פאר עפעס אן אלטע תגובה וואס מ'האט געשריבן ערגעצוואו צווישן חוזר זיין בשאלה ובתשובה בערך אכט יאר צוריק און מ'שעמט זיך שוין לאנג דערמיט, אבער דער שיסט לייקס ווי געלט אום פורים אז מ'קען אים ניטאמאל נאכלויפן. כ'האב מורא ער ניצט לייקס ווי בוקמארקס ווי טייל נוצן דאס אויף טוויטער, ער פארשטייט דאך נישט קיין סאושעל זאכן דער..)

שוין אז מ'האב מיר אים דא דארף מען אים אוודאי אויסרימען און לויבן און רעכטפארטיגן (עי' במרדכי עמ''ס מועד גדול פרק ג' ס''ה וכמבואר בדברי דעקארט אין זיין טראקטאט כידוע דער ויכוח איבער anarchism ואכמ''ל וד''ל וצ''ע). זאל אים זיין צו געזונט און ברכה, איך קען ממש נישט שרייבן דא ווייל דער עולם זיצט אויפ'ן אינטערנעט און מ'לאזט מיר גארנישט איבער קיין דזשוס, מוז איך ריפרעשן דאס פעידזש יעדע שעה מיט שווערע כוחות, אבער נאך יו''ט העמיר אביסל ווייטער קאמענטירן.
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:35 pm#445937
מיימון, אשפגת"י אשפג גדול ונורא.
אין מיינע נאטיצן האב איך מיך צוגעגרייט צו שרייבן אז מאנכע טענה'ן אז מי אני איז גאר א רוסישער bot וועלכע איז געשיקט געווארן צו אינפילטירן קאווע שטיבל און איז בכלל נישט קיין עכטער מענטש נאר א געוויסע אלגערידם וואס איז אנגעשטעלט צו שיסן ענדלאזע מאסן פון אינפארמאציע ארויס פון ענציקלאפעדיע, מה נעשה אז ביים שרייבן האב איך פארגעסן דערוועגן...
דינסטאג אפריל 14, 2020 6:51 pm#445945
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
איך זעה דא אן אינטרעסאנטע שילוב. ATUB @ביבער ATUB איז דער וואס האט ערשט ״גע׳טענה׳ט״ אז איך בין א בּאַט, און ער איז דער וואס האט אויך געשריבן דעם געוואלדיגן ארטיקל אין וועקער 6 איבער גרוּפּטינק, אין וואס מ׳טוהט דא (ווי נישט) באשולדיגן די וואס לייקן מיינע תגובות... :D

הגם איך האב פיין געלאכט האב איך אבער אויך געטראכט אז גברא רבה אמר למילתיה לא תחיכו עלה און עס איז זיכער דא עפעס רמזים דא. איז אזוי: דער מרדכי אין מועד קטן :D פ״ג זאגט אז בעצם זענען אפילו אותיות עגולות אסור צו שרייבן אין חוה״מ ע״ש. נו, דאס איז א... אהעם... ״רמז״ צו דעם אז איך האב אסאך געשריבן איבער ראזענצווייג׳ס טעזעס, וואס צווישן זיי איז דאס אז ״זמן״ בנוגע אידן איז (א בחינה פון) עגול/סירקולער, און דאס ווערט טאקע דורך די ימים טובים (וואס אונז געפונען זיך יעצט אין), ועיין כאן...
‏(די מרדכי איז הארט פאר דיני אבילות וואס איז ליידער יעצט נתרבה געווארן בעולם.)

אלענפאלס, א געוואלדיגע ייש״כ פאר די קאמפלימענטן.
זונטאג אפריל 19, 2020 11:03 am#446094
חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
זונטאג אפריל 19, 2020 12:31 pm#446096
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.
לייקס זענען אן אמצעי צו וויסן אויב מ'שרייבט צום זאך, נישט קיין תכלית.

קאנגרעטס!
זונטאג אפריל 19, 2020 3:35 pm#446115
כוכב האט געשריבן:חברה, כ'האב עס געמאכט אויף די לייקס ראנגען ליסטע.

Congratulations! א מייסטער ארבעט!
Although, מען ברויך דעם מי אני געבן די מעדאל.
זונטאג אפריל 19, 2020 3:57 pm#446117
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
ס׳קומט זיך פאר ATUB @כוכב ATUB זייער זייער ערליך.
דינסטאג אפריל 21, 2020 8:30 am#446327
איך ווער אסאך מאל נתפעל ווען איך באקום א לייק פון מי אני אויף אן אלטן תגובה פון יארן צוריק, וואס ווען איך ליין עס איבער ממש איך שעם זיך דערמיט... אמאל איז עס שטותים, צומאל קליינקעפיג, און דער קלוגער מי אני האט נישט וואס צו טון נאר דרוקן דעם לייק קנעפל!

איך ווער נתפעל פון זיין עניוות און פשטות אין דער זייט. דאס האט א באזונדערע חן!
דינסטאג אפריל 21, 2020 5:04 pm#446387
הרב דר' (על שם העתיד) ''מי אני'', איך האב א שטארקע אינטערעסע אין פיזיקס,(איך גלייב אז נאך א'סך חברי השטיבל), איז אנא הואיל בטובך, אין שרייבט וואס איר רעקאמענדירט צו ליינען פאר איינער וואס מ'דארף נאך מדדה זיין, אל שערי מעשה בראשית. (די ביכער פון ברייען גרין האב איך שוין געליינט)
א דאנק פון פאראויס.
דינסטאג אפריל 21, 2020 6:12 pm#446396
לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
ווי אזוי איך פארשטיי רעדט מען דא פון קלאסישע פיזיקס (לעומת קוואנטום). ווי אויך אז מען זוכט דא עפעס מער ווי סתם פאפולערע בוכער איבער פיזיקס; א בוך וואס לערענט מער אויס ווי אזוי די ״שפראך״ פון פיזיקס [עקוועישאנס] ארבעטן און דאס קענען (בעסער) ״ליינען״ (איך פארשטיי אז דאס איז וואס מ׳מיינט מיט׳ן ״מדדה זיין״). א מער פארמאלן בוך.

ווי באקאנט איז מאטעמאטיקס די ״שפראך״ פון פיזיקס. אין אנדערע ווערטער, אנדערש ווי א מער לעימענ׳ס בוך, וואס פרובירט דייקא אוועק צו שטיין דערפון (ווי באקאנט האט סטיפען האווקינג׳ס פּאָבּלישער/עדיטאר, פון זיין בוך A Brief History of Time וואס איז געווען געגארט פאר א נישט דייקא סייענטיפישע אדיענץ, אים געזאגט, ״פאר יעדע עקוועישאן דו לייגסט אריין אינ׳ם בוך שניידסטו דיין ליינערשיפ אין האלב״). דעריבער שטעל איך מיר פאר אז מ׳האט שוין עפעס א באקאנטשאפט אין מער עדווענסד מאטעמאטיקס (אלדזשעברא און קאלקולוס).

דערויף וואלט איך געראטן א צאמפאר פון די בוך (איך ווייס אז ס׳איז קלישעי אבער ער איז עס גאנץ קלאר מסביר די מהלך פון זיי אויסרעכענען וכו׳; איך פערזענליך האב עס בעסער ליב געהאט פון די אנדערע וואס זיי האבן דערויף, הגם דאס איז אויך פיין) צוזאמען מיט די טעקסטבוך פון אָפּענסטעקס; אלע זייערע טעקסטבוכער (עכ״פ וואס איך האב גענוצט) זענען פראפעסיאנאל, פענאמענאל, און גענצליך פריי.

איך האף אז דאס העלפט.
פרייטאג אפריל 24, 2020 1:39 pm#446661
א דאנק @מי אני פאר די רעפערענצן.

און יעצט אויב קענט איר אהערשטעלן א ''קאמפליט אידעיעד'ס גייד '' פאר פילעזאפיע. (מעשי מרכבה)
אויב מעגליך קלאסישע, וועם איר ציטירט אפט.(למעט עקזיסטענצואלע.)