זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:51 pm#243927
ד.מ. און אנדערע ווערטער, האלסט אז ע"פ שכל (מאראל, ווירדע) איז דא אן התחייבות מכבד צוזיין אין הארצן חכמה, און דאס איז נאך ביפאר וואס דו ווייסט וויאזוי מגדיר צוזיין חכמה, יעצט היות דו האלסט אז מ'דארף מכבד זיין חכמה, ווילסטו דערגיין די הגדרה דערפון, ריכטיג ?
אפשר איז דא א וועג דאס פושט צוזיין מיטן מברר זיין די מקור ההתחייבות און זען וויפיל די התחייבות דעקט ?
כשלעצמי בין איך אויך מכבד חכמה ע"פ מיין התפעלות נישט מצד איזה התחייבות, ממילא איז די הגדרה פון חכמה ביי מיר נישט משנה, מ'קען עס רופן מיט אנדערע נעמען.
(דרך אגב אין הלכה איז דא ברכות וואס מ'מאכט אויף א חכם מופלג, א באזונדער ברכה פאר א אידישן חכם און א גויאישן חכם, זאגן די פוסקים אז דוקא א גוי וואס איז מופלג בשבע חכמות, אבער א חכם בדתם מאכט מען נישט, קען זיין וויל די אידישע הלכה טוט נישט אנערקענען חכמה אין דתות אחרות, אדער קען זיין אז את"ל ער ווערט פאררעכענט פאר א חכם איז נישט אבער פאסיג צו לויבן אויף דעם)