Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!

חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 33 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6176
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 5:53 pm#193138
חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
דער ספר 'קונטרס ומעין' (א מוסר ספר על דרך החסידות) רעדט ארום איבער תענוגים. ער ברענגט תענוגים וואס איז פאראן אויף דער וועלט.

די ערשטע רעדט ער וועגן תענוג האכילה, ובזה איז ער כולל אלע תענוגים גשמיים. אין תענוג האכילה איז דא צוויי אופנים: יאכלו ענווים וישבעו, אדער אוכל לחיך יטעם. יאכלו ענווים וישבעו, רעדט פון א הונגעריגע מענטש (אדער בעל חי) וואס דורך עסן ווערט בתענוגט און ער איז מעהר נישט הונגעריג, ער איז זאט, עס געבט אים א צופרידנקייט Satisfaction. אוכל לחיך יטעם, איז די תענוג פון א געשמאקע עסן. לאו דוקא ער איז הונגעריג, ער האט די געשמאק פון גוטע פיינע געשמאקע מעדנים. די זעלבע איז ביי אלע תענוגים גשמיים, וואס זיי אלע זענען תענוגים בהמיים, וואס פונקט ווי א בהמה האט דיע תענוגים, אזוי אויך א מענטש האט דיע תענוגים.

למעלה מזה איז די צווייטע דרגה פון תענוג וואס די תענוג פון קול ערב/נגינה. די תענוג פון קול ערב איז מעהר א רוחניות'דיגע תענוג. (איך פלאן בע"ה צו שרייבן איבער דעם אן עקסטער אשכול.)

למעלה מזה איז תענוג פון מדות. למשל מדת החסד א מענטש וואס איז א חסדן בטבעו, ער וויל און זיכט צו טוהן חסד. כסדר דארשט זיינע מידות צו טוהן חסד מיט א צווייטן. אויב ער האט נישט פאר וועם צו טוהן חסד איז זיין מדה נישט באזעטיגט. אויב ער וועט האבן מיט וועם צו טוהן חסד וועט עס זיין, זיין בעסטע טאג.

נישט ווייל ער פריידט זיך ח"ו מיט יענעמ'ס צרות. אזוי אויך נישט אז ער פריידט זיך אז יענער דארף צוקומען צו אים (וואס דאס איז קאנטראלינג). נאר ער האט תענוג אז זיין מדה ווערט יוטילייזט, דהיינו אז זיין מדה קען זיך ארויסגעבן אל הגילוי עד לידי מעשה. וואס דאס איז פאר אים גרויסע תענוג.

אזוי אויך איז ביי יעדער מדה וואס א מענטש האט, דורך דעם וואס ער קען עס ארויסברענגן אל הגילוי לידי מעשה, באקומט ער א תענוג גדול.

די העסטע תענוג וואס איז פאראן איז די תענוג פון חכמה. חכמה האט צוויי אופנים השכלות החכמה, מיט השגת החכמה.

לשון קונטרס ומעין (הרש"ב) מאמר א' פרק ג':
וְהִנֵּה לְמַעְלָה מִכָּל הַתַּעֲנוּגִים הַנַ"ל הוּא הַתַּעֲנוּג שֶׁבְּשֵׂכֶל וְחָכְמָה וּכְמוֹ בְּהַמְצָאַת אֵיזֶה הַשְׂכָּלָה חֲדָשָׁה שֶׁיֵּשׁ בָּזֶה תַּעֲנוּג נִפְלָא, וְכֵן בְּהַשָּׂגָה וַהֲבָנָה כְּשֶׁלּוֹמֵד אֵיזֶה עִנְיָן וּמְבִינוֹ בְּטוֹב, שֶׁיֵּשׁ בָּזֶה תַּעֲנוּג הַנֶּפֶשׁ, וְזֶהוּ הַטּוֹב וְהַתַּעֲנוּג אֲמִיתִּי וְהַנַּעֲלֶה בֶּאֱמֶת (וּבִתְנַאי שֶׁהַחָכְמָה עַצְמָהּ טוֹבָה וַאֲמִיתִּית הִיא, כִּי אִם הַחָכְמָה הִיא רַע מִצַּד עַצְמָהּ הֲרֵי הִיא מִכְּלַל הַדְּבָרִים הָאֲסוּרִים שֶׁאָסוּר לַעֲסוֹק בָּהּ) וְהָאָדָם בַּאֲשֶׁר הוּא בְּחִיר הַנִּבְרָאִים צָרִיךְ לִהְיוֹת הַטּוֹב וְהַתַּעֲנוּג שֶׁלּוֹ בְּעִנְיָינִים הָרוּחָנִים דַּוְקָא, וּבִפְרָט בְּעִנְיְנֵי הַחָכְמָה, וּבָזֶה דַוְקָא יִהְיֶה עוֹנֶג נַפְשׁוֹ כִּי זוֹהִי מַעֲלָתוֹ עַל כָּל הַנִּבְרָאִים בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁנִּיתַּן לוֹ וְנַפְשׁוֹ הִיא נֶפֶשׁ הַמַּשְׂכֶּלֶת, וּבִפְרָט מִצַּד הַנֶּפֶשׁ הָאֱלֹקִית שֶׁבּוֹ שֶׁהִיא מִבְּחִינַת הַחָכְמָה הָעֶלְיוֹנָה כְּיָדוּעַ, וְצָרִיךְ לִהְיוֹת כָּל הַמְשָׁכַת נַפְשׁוֹ וְכָל חֶפְצוֹ וּמְגַמָּתוֹ בְּעֵסֶק חָכְמַת הַתּוֹרָה וּבָזֶה תִּתְעַנֵּג נַפְשׁוֹ וְעַל יְדֵי זֶה תִּתְעַלֶּה נַפְשׁוֹ בְּעִילּוּי הַמַּעֲלָה וְהַמַּדְרֵיגָה אֲשֶׁר לְכַךְ הוּא נִבְרָא.

זעענדיג די ווערטער, וואלט מען זיך געדארפט אביסל אפשטעלן. וואס, חכמה איז די גרעסטע תענוג? מילא חכמה איז די חשובסטע זאך, מסכים. אבער תענוג? ווי קען זיין אז חכמה איז די גרעסטע תענוג?

אחרי שובי ניחמתי, וזהו ביאורו לדעתי:

א מענטש וואס וויל ריכטיג צוקומען צו תענוג וועט עס נאר געשעהן אויב ער איז טיף אריינגעטוהן אין דער תענוג.

לאמיר אנהייבן מיט תענוג האכילה. די וועלט זאגט א סלענג: ווען איך עס איז אלעס געשטארבן. א מענטש וואס וויל באמת הנאה האבן פון עסן קען עס נאר זיין אויב ער איז זיך מסיח דעת פון אלע זיינע טירדות, יעצט איז ער פארנומען מיטן עסן. די זעלבע פארציע וואס ווערט סערווירט אין 'טעררעס אוו דע פארק', אויב מען וועט עס סערווירן אינדערהיים, וועט עס נישט זיין מיט די זעלבע געשמאק. פארוואס? ווייל ער האט נישט די זעלבע גוסטע מיט די זעלבע רואיגקייט אינדערהיים ווי אין די שיינע זאל.

די זעלבע איז מיט נגינה. נאר ווען א מענטש איז אין אן גוטע מאד א גוטע אטמאספערע וועט ער צוקומען צו די ריכטיגע תענוג פון נגינה. די זעלבע איז מיט חכמה. מיר זענען אלע פארנומענע מענטשן מיר זענען טרוד ולכן איז פאר אונז שווער צוציקומען צו תענוג פון חכמה אמיתית.

ביי חסד איז נאכמעהר. ווען א בעל חסד געבט א דאללאר פאר צדקה געבט עס אים נישט קיין תענוג (אולי א קליינע תענוג). אבער ווען ער וועט זיין פארנומען א גאנצע טאג ארומלויפן צו עסקנים, אדער לויערס צו העלפן איינער מיט א געריכט פראצעס וכדומה, ווער זאגט אויב ער איז פארנומען ביז שפעט אינמיטן די נאכט, דעמאלס פילט ער דער תענוג פון חסד. בשעת זיין פעולת החסד, קען ער פון גארנישט טראכטן, זיין ווייב רופט אים, ער הייבט אויף און זאגט אז ער איז זייער פארנומען און קען נישט רעדן. ווייל יעצט איז ער פארנומען מיט תענוג החסד. אויב ער וועט עס טוהן אזוי אבי געטוהן, וועט ער נישט צוקומען צו קיין ריכטיגע תענוג פון זיין מדת החסד.

לאמיר רעדן פון השגת החכמה. ווען מיר לערנען איז די תורה כסדר דא נייע חכמה נייע געדאנקען נייע סברות. בפרט ווען מיר לערנען בבלי וראשונים עד לידי הלכה למעשה. אבער על פי רוב קומט מען נישט צו צו תענוג.

פארוואס? ווייל על פי רוב גייט עס מיט זייטיגע טירדות. אפילו איינער וועט מיר זאגן אז ער לערנט בלי טירדות איז ער נאך אלץ נישט גוט אריינגעטוהן אין השגת החכמה. ווייל אויב לערנט מיט א הספק, ווי למשל דף יומי עמוד יומי הלכה יומי, איז ער טרוד אין די מטרה העיקרי פון ענדיגן די הספק. וכן ביי רוב כולל אינגערלייט איז דא הספק מצד הכולל וויפיל ער דארף ענדיגן יעדער חודש/וואך.

אפילו אויב דו לערנסט אהן א הספק, ביזסט נאך אלץ נישט פריי. ווייל דו דארפסט זיין אינדערהיים אדער ערגעץ ווי אין א געוויסע זמן, וואס דאס לאזט דיר נישט צו צו תענוג השגת החכמה.

איינער וואס לערנט בלי שום הגבלות, ער גייט לערנען א לענגערע צייט ער קען זיך יעצט אריין טוהן ביזן סוף, נאר דער קען ריכטיג צוקומען צו תענוג השכלת החכמה.

אנדערש ווי ביי עסן וואס אויב בשעת מעשה איז ער מיושב קען ער צוקומען צו תענוג אפילו אויב ער האט נישט אנלימיטעד צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם. ווייל עסן איז instant הנאה. מען דארף נישט צופיל אינוועסטן אין דעם. ביי נגינה אויב מען וויל צורומען צו ריכטיגע תענוג דארף מען שוין זיין אביסל מער צוגעטראגן צו די מצב. על פי רוב וועט עס געדויערן מער לענגער צוצוקומען צו תענוג. כמו שאכתוב בל"נ במאמר על ענין הנגינה.

אבער ביי תענוג פון חכמה, פאדערט זיך שוין מעהר אינוועסטמענט כדי צוצוקומען צו תענוג האמיתי. נאר ווען א מענטש איז אינגאנצן אויסגעטוהן פון אלעס, ער טראכט נישט פון גארנישט, ער איז נישט טרוד פון גארנישט, ער טוהט אדורך די נושא ביזן סוף, נאר דעמאלס וועט ער צוקומען צו תענוג פון החכמה.

יא, ווען א מענטש איז אזוי אריין געטוהן אין די דבר והשגת החכמה, און ער קומט צו צו משיג זיין דבר חכמה על בריו, אין לך תענוג גדול מזה.
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:31 pm#193184
זייער שיין, ראש הישיבה [ה"א הידועה?], מן הסתם זענען דא אין דעם כמה מהלכים, איינע פון זיי: אזוי זאגן די בעלי החכמה...

דער צמח צדק האט אמאל געפרעגט זיין זיידע, דער בעל התניא, אז אין שו"ע - וואו ער גייט מיט הלכה - שרייבט ער אז ווען הלכה און קבלה זענען זיך סותר גייט מען נאך הלכה, און אין זיין סידור - וואו ער איז מער נוטה צו קבלה - שרייבט ער אז קבלה איז מכריע, האט ער גענטפערט: ווייל אזוי זאגן די מקובלים...
-----
חכם מה הוא אומר.
פרייטאג מערץ 28, 2014 2:43 am#193203
כמיין אז רוב מענטשען האבען נישט קיין תענוג פון חכמה.
אפי די וואס האבן יא תענוג פון חכמה וועלן מודה זיין אז סאיז דא פיזיקעל תענוג וואס איז עני טיים אזא עונג ווי חכמה.
אלא מאי מיינט ניט די ראש ישיבה אז סאיז די גרעסטע הנאה , נאר סאיז א העכרע סארט תענוג.
וואס עפעס איז דאס העכער? העכער איז א מעלה?
זונטאג מערץ 30, 2014 12:31 am#193357
זייער אן אינטערסאנטע טעמע. איך האב געהאט די זעלבע קושיא ווי נולד.
איך מיין אבער פאר מ'פארשטייט וואס עס מיינט די תענוג פון חכמה, דארף מען קודם פארשטיין וואס איז דאס חכמה בכלל?
זונטאג מערץ 30, 2014 1:26 pm#193442
נולד מאוחר האט געשריבן:כמיין אז רוב מענטשען האבען נישט קיין תענוג פון חכמה.
אפי די וואס האבן יא תענוג פון חכמה וועלן מודה זיין אז סאיז דא פיזיקעל תענוג וואס איז עני טיים אזא עונג ווי חכמה.

איך מיין אז די וואס האבען דער תענוג טענה'ן אז עס איז אסאך מער תענוג פון יעדער פיזיקעל תענוג, כי טוב סחרה מכל סחורה.. וכמבואר בהרבה ספרים. כל חפציך לא ישוו בה.

דאס אז רוב מענטשען האבען נישט די תענוג קען זיין אדער פשוט אז זיי לערנען נישט, דהיינו זיי זענען נישט עוסק אין חכמה, וואס דאן איז דאס נישט קיין טענה בכלל. וואלטן זיי עוסק געווען אין חכמה וואלטן זיי געהאט דער תענוג.

אבער וועסטו טענה'ן אז זיי לערנען נישט טאקע וויבאלד זיי האבין נישט קיין משיכה צו דעם, איז דאס א הינדל און איי פראגע..

מכל מקום קענען די בעלי החכמה טענה'ן אז עס איז א סארט תענוג וואס מען מוז זיך אויסלערנען, עס איז טאקע נישט ציענדיג אנפאנג, נאר אם תקבלו עליכם יערב לכם מכאן ולהבא..

נאך אלעס איז ווייזט אויס אמת אז געוויסע מענטשען האבען נישט די סארט געפיל און געשמאק צו חכמה, אויף דעם האט דער רבי געזאגט הא לן והא להו. וכשם שאין פרצופיהם וכו'. איינער האט א געפיל צו אזא זאך איינער צו אזא זאך. אזוי פירט זיך די בריאה.

בלייבט נאר די שאלה אויב דאס איז א "העכערע" סארט תענוג, און אויב מענטשען וואס האבען א געפיל צו דעם זענען אויף עפעס א זין "העכער" ווי די וואס האבען נישט.

דארף מען מגדיר זיין וואס איז דאס העכער? איין וועג דאס צו פארשטיין איז אז דאס איז פשוט מער תענוג. א חכם קען טענה'ן אז חכמה קען מען אלעמאל עוסק זיין אפילו בשעת צרה וכדומה, משא"כ איינער וואס דארף פיזישע הנאות איז פיל מער מוגבל. וממילא איז חכמה פשוט א בעסערע דיעל. מ'קען מעיין זיין אויב דער טענה איז ריכטיג.

אדער קען העכער מיינען מאראליש, דארף מען מסביר זיין וואס הייסט מאראל.. למשל וואס מאכט גוט פאר מער מענטשען, איז אפשר חכמה קען העלפען מער די וועלט אויסטרעפען זאכן וכדומה. ווייטער קען מען חוקר זיין צו דאס איז ריכטיג.

אדער מיינט העכער מער רוחניותדיג. דארף מען מסביר זיין וואס דאס איז רוחניות.. וכו'
זונטאג מערץ 30, 2014 3:11 pm#193483
פון jhon stuart mill קוקט מיר אויס אפי' ער זיין עיקר איז הנאה נאך אלץ האלט ער סאיז דא העכערע הנאה vs נידריגע. אויבן אויף איז דאס מיר שווער ציפארשטיין. אויב רעדט מען פון הנאה וואס איז א נפק''מ הויכע נידריגע, סאיז גוט געגאנגן ווייטער.
זונטאג מערץ 30, 2014 3:47 pm#193512
זייער פיין אראפגעלייגט, ראש הישיבה. אויב קען מען עס נעמען א טריט ווייטער כדי לשבר את האוזן וואלט איך געזאגט אזוי. די ריכטיגע הנאה קען מען נאר האבן ווען די גאנצע קאפ ליגט דערין, אזוי ווי איר האט געברענגט די דוגמא פון "ווען איך עס איז די גאנצע וועלט געשטארבן". אבער עס מוז ממש זיין געשטארבן, אן קיין שום דאגות וטירדות כלל וכלל. דאס מיינט אז ווען דער חכם נעמט זיך טראכטן און אדורך טון א נושא, א שאלה וכדומה, דארף ער נישט עסן, ער האט נישט קיין ווייב, נישט היינט און נישט מארגן, נישטא קיין זמן תפלה וואס ער דארף כאפן אדער א צייט ווען ער דארף גיין שלאפן. דער האט נאר איין זאך אויפן קאפ, דער ענין וואס ער טראכט. ווען ער ענדיגט אדורך טראכטן דעם ענין כדבעי דערמאנט ער זיך אז ער האט נאך נישט געגעסן, געדאווענט, גערעדט צו זיין ווייב. אבער בשעת מעשה איז דאס בכלל נישט דא, עס עקזיסטירט נישט.

גרויסע פילאזאפן און חכמים האט געקענט זיין שקוע במחשבתם פאר 18 שעות אין א צי אדער מער. זיי האבן נישט געפילט די הונגער, זיי האבן נישט געדאגה'ט אויף גארנישט. און טאקע אזוי האבן זיי משיג געווען גאר הויכע מדרגות און השגות בחכמה ומדע. דאס מיינט נישט אז מען מוז טראכטן פאר אכצן שעה צו קענען משיג זיין גרויסע זאכן, אויב קען מען טראכטן פאר איין שעה אויפן זעלבע מדרגה דאן איז דער איין שעה מער ווערד ווי הונדערט שעה מיט טירדות אויפן קאפ. דאס איז לכאורה די סארט חכמה וואס איר זאגט אז די תענוג איז העכער פון אלע תענוגים.

איז דאס טאקע אזוי? פון וואנעט זאל איך וויסן? אויב דער רש"ב און אנדערע דענקער זאגן אזוי מן הסתם איז עס אמת.

אגב, אז מען רעדט פון דעם רש"ב איז כדאי צוצוצייכענען אז עס קומט בקרוב ארויס א ביכל פון די קשר און דיאלאג צווישן די רש"ב און פרויד, ווען זיי האבן זיך געטראפן אין וויען.


.
מאנטאג מערץ 31, 2014 10:01 am#193756
לעיקוואד האט געשריבן:דארף מען מגדיר זיין וואס איז דאס העכער? איין וועג דאס צו פארשטיין איז אז דאס איז פשוט מער תענוג. א חכם קען טענה'ן אז חכמה קען מען אלעמאל עוסק זיין אפילו בשעת צרה וכדומה, משא"כ איינער וואס דארף פיזישע הנאות איז פיל מער מוגבל. וממילא איז חכמה פשוט א בעסערע דיעל. מ'קען מעיין זיין אויב דער טענה איז ריכטיג.

לכאורה, עט ליעסט לויט די תנאים וואס ראש הישיבה גיבט
ראש הישיבה האט געשריבן:
אבער ביי תענוג פון חכמה, פאדערט זיך שוין מעהר אינוועסטמענט כדי צו צוקומען צו תענוג האמיתי. נאר ווען א מענטש איז אינגאנצן אויסגעטוהן פון אלעס, ער טראכט נישט פון גאהרנישט, ער איז נישט טרוד פון גאהרנישט, ער טוהט אדורך די נושא ביזן סוף, נאר דעמאלס ווע ער צוקומען צו תענוג פון החכמה.

און די תנאים פון הוגה
הוגה האט געשריבן:
אבער עס מוז ממש זיין געשטארבן, אן קיין שום דאגות וטירדות כלל וכלל. דאס מיינט אז ווען דער חכם נעמט זיך טראכטן און אדורך טון א נושא, א שאלה וכדומה, דארף ער נישט עסן, ער האט נישט קיין ווייב, נישט היינט און נישט מארגן, נישטא קיין זמן תפלה וואס ער דארף כאפן אדער א צייט ווען ער דארף גיין שלאפן. דער האט נאר איין זאך אויפן קאפ, דער ענין וואס ער טראכט. ווען ער ענדיגט אדורך טראכטן דעם ענין כדבעיה דערמאנט ער זיך אז ער האט נאך נישט געגעסן, געדאווענט, גערעדט צו זיין ווייב. אבער בשעת מעשה איז דאס בכלל נישט דא, עס עקזיסטירט נישט.

.

קוקט עס אויס ווי די הגבלות פאר תענוג החכמה זענען פיל מער מוגבל ווי די תענוג פון עסן א שטיקעל ראגעלע, אדער זעהן א גיטע מאווי. ס'איז פשוט ווייניגער מצוי אז מ'זאל זיין אין די מצב.
מאנטאג מערץ 31, 2014 4:19 pm#193820
גוט געזאגט. די סיבה פארוואס מענטשן וועלן ענדערש ליגן אין תענוג גשמיים, מעהר ווי תענוג החכמה, איז טאקע פארדעם, ווייל צו תענוגים גשמיים פאדערט זיך א גרויסע השקעה. לעומת זה ביי תענוגים גשמיים פאדערט זיך על פי רוב קיין השקעה. נאר עסט און האטס הנאה.
אביסל א משל אויף דעם איז, א סאך מאהל וועט א מאן מעדיף זיין ז"ל ווי זיווג איש ואשתו כדרך כל הארץ. כאטש אז די הנאה איז סאך מעהר ביי איש ואשתו ווי ז"ל. ווייל אויף ז"ל פאדערט זיך נישט קיין גרויסע השקעות.
מאנטאג מערץ 31, 2014 4:57 pm#193824
ראש הישיבה האט געשריבן:גוט געזאגט. די סיבה פארוואס מענטשן וועלן ענדערש ליגן אין תענוג גשמיים, מעהר ווי תענוג החכמה, איז טאקע פארדעם, ווייל צו תענוגים גשמיים פאדערט זיך א גרויסע השקאה. לעומת זה ביי תענוגים גשמיים פאדערט זיך על פי רוב קיין השקאה. נאר עסט און האטס הנאה.
אביסל א משל אויף דעם איז, א סאך מאהל וועט א מאן מעדיף זיין ז"ל ווי זיווג איש ואשתו כדרך כל הארץ. כאטש אז די הנאה איז סאך מעהר ביי איש ואשתו ווי ז"ל. ווייל אויף ז"ל פאדערט זיך נישט קיין גרויסע השקאות.


איז השקאות א טעות (אנשטאטס השקעות) אדער גייט עס ארויף אויף דעם l viewtopic.php?f=22&t=6134#p191575 l
דינסטאג מאי 13, 2014 5:46 pm#200351
נולד מאוחר האט געשריבן:כמיין אז רוב מענטשען האבען נישט קיין תענוג פון חכמה.
אפי די וואס האבן יא תענוג פון חכמה וועלן מודה זיין אז סאיז דא פיזיקעל תענוג וואס איז עני טיים אזא עונג ווי חכמה.
אלא מאי מיינט ניט די ראש ישיבה אז סאיז די גרעסטע הנאה , נאר סאיז א העכרע סארט תענוג.
וואס עפעס איז דאס העכער? העכער איז א מעלה?

איך מיין אז די חילוק איז נישט דער תענוג בשעת מעשה, נאר די satisfication/סיפוק וואס דער מענטש פיהלט דערנאך.
דינסטאג מאי 13, 2014 6:34 pm#200354
דאס איז דאך דער פשט פון די נזירים וואס די כוזרי און דער חובת הלבבות ברענגען אראפ בשם די גריכישע פילעסאפען, אז זיי פלעגן גיין און פעלד און זיך כאילו מסגף זיין אויף אזוי ווייט ביז דער איינציגער זאך פון זייער גוף האט נאך געארבייט איז געווען די קאפ, אזוי ווייט אז די פייגלעך פלעגן מאן נעסטען אויף זייערע קעפ [היות שאין הספרים תח"י כעת וועל איך מוזן אראפברענגען פונעם מונקאטשער
שמעתי זה כביר בשם אחד מחכמי ווילנא שהראה בויכוחו פ״א עם
קראי מפורסם שם ברוסיא אשר צחק והתיל על דברי חז״ל
(כדרכי הקראים ושטותם) ולקח לו לכלי מפץ את דברי הש״ס אלו(הנ״ל)
ישב לו קן בראשו של אדם כי איך יתואר זאת במציאות ואיך יניח האדם
חי לשלוט בו צפור חיה זמן זמנים טובא שיעשה קן בראשו, והשיב
והראה לו החכם בספרי העמים בלשון יון (גריכי״ש) המספרים ממעשי
הנזירים (שהיו בימי חכמי הש״ס גם כן) גם מאוה״ע (ונזכרו מהם גם
בחובת הלבבות ובכוזרי ושארי ספרים) שעסקו בביטול הגשמיות ורק בחלק
הצורה ישתמשו במחשבתם ועל כן עשו כל הסיגופים בגופם ויש מהם
שעמדו זמן רב בשדה או במדבר בלי שום תנועה כלל בגופו עד
שהצפרים לא יראו מהם עוד וחשבו כי הוא גולם אדם מבלתי חי וישבו
על ראשו ועשו להם קן ההו מהסגופים שיניח לעשות לו זה בלי מחאה
אפילו בתנועה כל דהו. ככה מספר הסופר שם בספרי קורותם וחכמתם,
ולפי״ז שפיר דברי חזי׳ל והיה אז מציאות לזה בפועל כנ״ל

פשט איז נישט אז זיי זענען זיך געגאנגען מסגף זיין, נאר זייער איינזציגער תענוג איז געווען חכמה, זיי האבן געארבייט אז זייער איינצינגער פארבליבענער תענוג זאל זיין חכמה, נישט אז זיי זענען געווען עפעס סתם חסידישע בעלי מסגפים, און באמת ווער עס האט שוין אמאל געבליקט און אגרות פונעם חזון איש זעט אז עפס א תענוג איז דא וואס ווערטער זענען איר זייער שווער מגדיר, אבער גראדע פונעם חזון איש איז משמע אז עס איז יא אביסעל געמישט מיט מיסטיקה וספורוטליזם, כנ"ל שאין הספרים תח"י וכשיבא אצטט בעזר העליון
דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:28 pm#200707
פארוואס? האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כמיין אז רוב מענטשען האבען נישט קיין תענוג פון חכמה.
אפי די וואס האבן יא תענוג פון חכמה וועלן מודה זיין אז סאיז דא פיזיקעל תענוג וואס איז עני טיים אזא עונג ווי חכמה.
אלא מאי מיינט ניט די ראש ישיבה אז סאיז די גרעסטע הנאה , נאר סאיז א העכרע סארט תענוג.
וואס עפעס איז דאס העכער? העכער איז א מעלה?

איך מיין אז די חילוק איז נישט דער תענוג בשעת מעשה, נאר די satisfication/סיפוק וואס דער מענטש פיהלט דערנאך.

די וועלט זאגט א ווערטל בשם די ראפשיצער רב זי"ע אז צו זיין א רבי איז תאוה ווי אלע תאוות, אבער צוצוקומען צו דעם תאוה דארף מען מוותר זיין אויף אלע תאוות. (לדעתי מיינט ער נישט די א רבי בימינו וואס זיין גאנצע זאך איז די פיערער פון זיין חסידות, מען מיינט א רבי וואס זיין שורש נשמה איז מקושר לכל המקושרים איליהם, און זיי האבן א השפעה גדולה אויף זיי, ואין מקום באשכול זו להאריך בזה)

כעין זה לכאורה דארף מען זאגן ביי תענוג החכמה, אז די תענוג איז זייער גרויס, אבער צוצוקומען צו דעם דארף מען מוותר זיין אויף אלע instant פיזיקעל תענוגים.
דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:37 pm#200712
אוואו זעהסטו אז מען דארף מוותר זיין אויף אלע אנדערע תענוגים?
זונטאג מאי 18, 2014 4:21 pm#200954
ATUB @פארוואס? ATUB איך זאג נישט אז מען דארף מוותר זיין פאר אלע תענוגים. איך זאג אז כדי צו צוקומען צו תענוג החכמה, וואס איז א טיפע תענוג בנפש, דארפסטו ארבעטן מיט די נפש. מיטריעליסטישע תענוגים, זענען תענוגי הגוף, וואס זענען היפך פון די נפש, און מאכן די נפש אומבאקוועם. ולכן, כדי צוצוקומען צו תענוג החכמה, דארפסטו אולי מוותר זיין אויף תענוגי הגוף, וואס זעהו אויס ווי געשמאקע תענוגים.
מאנטאג מאי 19, 2014 10:30 am#201057
איך פארשטיי נישט...
אז איינער וויל לערנען מאטעמאטיק, דארף ער ארבעטן מיט זיין נפש?
מאנטאג מאי 19, 2014 1:10 pm#201111
צו לערנען אולי נישט, אבער צו האבן א תענוג פון די 'חכמה' פון מאטאמאטיק אפשר יא?
מאנטאג מאי 19, 2014 6:17 pm#201163
אינטרעסאנט...
איך פערזענליך האב ליידער קיינמאל נישט בעארבעט מיין נפש. און איך מיין אז איך פיהל א תענוג ביים לערנען מאטעמאטיק.
מאנטאג מאי 19, 2014 6:27 pm#201166
מהיכי תיתי אז דיין תענוג איז פונעם 'חכמה זעלבסט', אולי פונעם לערנען די הנאה אז די ביסט אמגעקומען און דערגרייכט און פארשטאנען וכו' וואס זענען שוין זייטיגע זאכן און תוצאות
דינסטאג מאי 20, 2014 10:16 am#201268
דאס איז א זאך וואס מען קען אייביג פרעגן. און כ'מיין עס איז נישט מעגליך צו אויפווייזן.
(אגב, דיין פיקטשער דערשרעקט מיר זייער, איך פיהל א רתת וזיע זיך צו איינ'טענה'ן מיט איינשטיין אליינס).
דינסטאג מאי 20, 2014 11:22 am#201287
יעצט פארשטיי איך דיר שוין אינגאנצן נישט, אויף דעם איז מען דאך דן ביז אהער צו עס איז יא אדער נישט פארהאנען עפעס אן אויסערארענטליכער תענוג החכמה
און ווען איך זע דיין פיקטשער, ווער איך פשוט פארשוועמט און די מבול פון ספיקות וואס נעמט מיך ארום, און איך דארף שנעל א קוק טאן אויף מיינער צו קומען צו זיך...
דינסטאג מאי 20, 2014 6:20 pm#201420
נאכאמאל, איך טענה אז איך פיהל, און דו זאגסט אפשר איז דאס זייטיגע פאקטארן וואס מאכן מיר איינרעדן אז איך פיהל, דא בין איך געבליבן שטיל, ווייל כ׳מיין אז עס איז נישט מעגליך צו באגיין די שאלה.
דינסטאג מאי 20, 2014 7:56 pm#201432
ראש הישיבה האט געשריבן:כעין זה לכאורה דארף מען זאגן ביי תענוג החכמה, אז די תענוג איז זייער גרויס, אבער צוצוקומען צו דעם דארף מען מוותר זיין אויף אלע instant פיזיקעל תענוגים.

זה לא נראה נכון בעיני כלל. כי כל אשר יש לו מח בקדקדו יראה שהרחבת הדע"ת השכלי וידיעות ותענוג הגופני שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד הם. וכיוון שידיעות החכמה הוא תענוג רוחני שאי אפשר לשערו ואין תענוג גדולה הימנו ע"כ וודאי כל שאפשר להשיג שאר התאוות ולקרבם יותר אל השכל אז הנפש קרוב יותר לקבל אור תענוג ידיעות השכלי הנמצא בשבע החכמות, כאשר תעיד הנסיון.

ולולי דמסתפינא הייתי אומר שזה הפשט במכילתא שני פעמים נאמר ידיעה, וידע אדם את חוה אשתו, ומרדכי ידע את כ"ל, כי מרדכי למוד בכל החכמות היה כידוע לכל ושני ידיעות הללו ממש דבר אחד הם וידיעות הגופני וידיעות השכלי תענוג אחד הוא. ויש לומר בדרך אפשר שעל זה כתוב וכי ביום אכלכם ממנו ונפקחו עיניכם והייתם כאלה-ים ידעי טוב, וכתוב ותרא האישה כי טוב הע"ץ, וכתוב וירא אלה-ים את האור כי טוב, ואור הזה הוא אור תענוג ידיעות השכלי שנברא בעת ההוא כידוע ליודעי ח"ן. ועל זה נאמר מצא אשה מצא טוב וכו'

ובוודאי תכלית הידוע הוא ידיעת הבורא ובכל זאת התכלית היותר קרוב לזה בעולם העשיה הוא ידיעו"ת הנברא שבזה נכלל כל הידיעות שאמרנו לעיל, כמו שאמרו חז"ל כי הקב"ה ברא את העולם הזה כדי להיטיב לברואיו, ולהטיב לבוראיו לא אמרו ח"ו כמובן מאיליו שדבר הזה אי אפשר הוא.

וכל זה לא אמרנו אלא לחכמים יודעי העיתי"ם אבל לכסילים כבר כתוב אל תען כסיל כאוולתו, וכן במשלי לא נאוה לכסיל תענוג. והשם הטוב יכפר.
מיטוואך מאי 21, 2014 11:13 am#201535
קול דודי האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:כעין זה לכאורה דארף מען זאגן ביי תענוג החכמה, אז די תענוג איז זייער גרויס, אבער צוצוקומען צו דעם דארף מען מוותר זיין אויף אלע instant פיזיקעל תענוגים.

זה לא נראה נכון בעיני כלל. כי כל אשר יש לו מח בקדקדו יראה שהרחבת הדע"ת השכלי וידיעות ותענוג הגופני שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד הם. וכיוון שידיעות החכמה הוא תענוג רוחני שאי אפשר לשערו ואין תענוג גדולה הימנו ע"כ וודאי כל שאפשר להשיג שאר התאוות ולקרבם יותר אל השכל אז הנפש קרוב יותר לקבל אור תענוג ידיעות השכלי הנמצא בשבע החכמות, כאשר תעיד הנסיון.

ולולי דמסתפינא הייתי אומר שזה הפשט במכילתא שני פעמים נאמר ידיעה, וידע אדם את חוה אשתו, ומרדכי ידע את כ"ל, כי מרדכי למוד בכל החכמות היה כידוע לכל ושני ידיעות הללו ממש דבר אחד הם וידיעות הגופני וידיעות השכלי תענוג אחד הוא. ויש לומר בדרך אפשר שעל זה כתוב וכי ביום אכלכם ממנו ונפקחו עיניכם והייתם כאלה-ים ידעי טוב, וכתוב ותרא האישה כי טוב הע"ץ, וכתוב וירא אלה-ים את האור כי טוב, ואור הזה הוא אור תענוג ידיעות השכלי שנברא בעת ההוא כידוע ליודעי ח"ן. ועל זה נאמר מצא אשה מצא טוב וכו'

ובוודאי תכלית הידוע הוא ידיעת הבורא ובכל זאת התכלית היותר קרוב לזה בעולם העשיה הוא ידיעו"ת הנברא שבזה נכלל כל הידיעות שאמרנו לעיל, כמו שאמרו חז"ל כי הקב"ה ברא את העולם הזה כדי להיטיב לברואיו, ולהטיב לבוראיו לא אמרו ח"ו כמובן מאיליו שדבר הזה אי אפשר הוא.

וכל זה לא אמרנו אלא לחכמים יודעי העיתי"ם אבל לכסילים כבר כתוב אל תען כסיל כאוולתו, וכן במשלי לא נאוה לכסיל תענוג. והשם הטוב יכפר.

קודם לאמיך איך מיר געבן א טאפ אן דעם קדקד...אה, יא, סאיז דארטען דא א מח..
ע"כ וודאי?! ממהיכי? על זה גופא אנו דנין, ביסט נישט מכריח ביסט נאר גוט מסביר איין צד, אז אדרבה זיי מהפך די תענוג הנוצר מהתאוות צו א געוויסע דרגה און שכל, אזוי וועסטו נישט דארפן זיי אוועק לייגען לרכוש התענוג העליון הנוצר מתענוג החכמה שאין למעלה הימנה, אבל את לאו קא מודית, אז מען ברויך זיך ארום שפילען מיט די תענוגים הבאים מתאוות הגופניים?, געסט אן עיצה און עבודה, אזא רבי נחמן סטיל געדאנק ''אבל מעלה יתרה להתאמץ לרדף אחר המרה שחרה דוקא להכניס אותה גם כן בתוך השמחה באופן שהמרה שחורה בעצמה תתהפך לשמחה'', גוט אבער מיט וואס ביסטו משכנע בעלי שכל וואס האלטען ניט אזוי, מען קלערן פארקערט, אולי אז מקען מאכן אזא זאך, וואו נאר וועסט זיי מקרב זיין אל השכל וועט עס נאך אלס קיימאל זיין אזא דרגה תענוג וואו תענוג משכל גופא, ואולי שיורידו רמת התענוג השכלי כמו תענוג גופני שנתקרב אל השכל 'כמו שמצינו בקטע השני כבר נתדמו אלו לאלו' והבן, וה' הטוב לא יכפר ולא יסלח כי א-ל קנא הוא
דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:36 am#201783
איז דאס נישט א שטיקל סתירה צום מאמר הידוע יוסיף דעת יוסיף מכאוב? אדער אולי אדרבה, אט די מוטשעניש און מכאוב, דאס איז א אינוועסטמענט און וועג צו דערגרייכן דעם גרויסן תענוג? משא"כ דער מימיני מיכאל איד וועט טאקע זיך קיינמאל נישט מוטשען אבער אויך קיינמאל דערגרייכן דעם תענוג?
פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 9:09 am#439934
אפשר קען מען אביסל משלב זיין די מדריגות וואס דער רש״ב שטעלט אראפ אין תענוגים מיט די לעצטע דריי שטאפלען וואס דער רמב״ם לייגט אראפ (בסוף מו״נ, ח״ג פנ״ד) בנוגע שלימות בקנין: בגוף, במדות, ובשכל ע״ש.

*

l viewtopic.php?p=439933&sid=d33714b040f3aa643021d5991ee3c4f9#p439933 l
זונטאג יאנואר 19, 2020 12:02 am#441747
חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
IMG_6428.jpg

פונ׳ם הקדמת המבאר (מלות זרות) צו רבינו סעדיה גאון׳ס האמונות והדעות. ס׳איז א דבר ידוע, אבער דא ה׳אמיר עפעס א שטיקל אידישע מקור.

*

IMG_6438.jpg

אמונה ובטחון להחזו״א (פ״א אות ד).
מיטוואך יאנואר 29, 2020 12:02 am#442194
חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
דער פילאזאף און בישאף יוסף באטלער האט גע׳טענה׳ט קעגן פסיכאלאגישע [העדאניסטיק] עגאאיזם, די שיטה אז אלעס וואס א מענטש וויל טוהן איז כדי צו דעגרייכן עפעס א תענוג (און ממילא אז אמת׳ע אלטרואיזם קען נישט זיין, ועיין כאן), אז אונז זעה׳מיר אז מענטשן האבן א מטרה צו דעגרייכן חכמה/וויסנשאפט וואס די אביעקט [אין דעם פילאזאפישן טערמין] דערפון אליין איז נישט קיין תענוג. מ׳ענטפערט אויף דעם (פשוט) אז וואס די שיטה קען מיינען איז אז די טיפערע מטרה פונ׳ם מענטש איז צו דעגרייכן תענוג פון אביעקטן אפילו אויף אן אומדירעקטן אופן; אפילו עס ליגט נישט ממש אין די אביעקט אליין און קומט נאר צושטאנד אלס א פועל יוצא; די שטרעבונג און (איינציגע אמת׳ע) מאטיוואציע פונ׳ם מענטש איז צום גרעסטן נעט תענוג (ער קען נוצן אנצוקומען דערצו דילעיד גרעטיפיקעישן אויף אפילו צו נאכלויפן און טוהן א זאך וואס ער וועט באקומט צער דערפון כרגע כדי צו באקומען די פועל יוצא תענוג דערפון וואס קומט שפעטער).
מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:01 am#442436
Re: חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
מ׳קען זאגן נאך מער אין דעם, דער ענגלישער פילאזאף ירמיה בענטאם האט מגדיר געווען די חשיבות פון א תענוג לויט 6 קאטעגאריעס:
1. שטארקייט.
2. ווי לאנג עס האלט אן.
3. זיכערקייט.
4. נאנטקייט (אין זמן אדער/און מקום).
5. אז ס׳איז שייך דערביי פרה ורבה [צו ברענגען נאך תענוג].
6. לויטערקייט [ווי ווייט עס האט נישט אריינגעמישט קיין חלקים פון אי-תענוג/צער].

מ׳קען זאגן אז ביי חכמה איז דאס אלעס שייך דערביי ביתר שאת (מיט עכ״פ ראיות מחז״ל לענין חכמת התורה, ואפשר/ולכאורה דה״ה לשארי החכמות). אין בעולם שמחה כהתרת הספיקות (מצודת דוד משלי טו ל) [וממילא לכאורה 1 & 3], כי קרוב אליך הדבר מאד (דברים ל יד), עומדת לו לעת זקנותו וכו׳ (סוף קידושין), תורה דיליה היא (קידושין לב:) [וממילא לכאורה 2 & 4], מעין המתגבר [וממילא לכאורה 5], תורה אינה מקבלת טומאה (ברכות כב.) והיינו דהיא ״טהורה״ [וממילא לכאורה 6]. איך פארשטיי אז די אלע מושגים זענען מער רוחניים און בענטאם רעדט פון ריין גשמיות לגבי תענוג, אבער מ׳קען טענה׳ן אז די מושגים זענען אויך בגשמי ממש ביי קנין חכמה (אויף 6 קען מען טענה׳ן אז עס איז דאך יא דא דעם עול התורה/הלימוד).
מיטוואך פעברואר 12, 2020 2:24 pm#442896
חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
IMG_6565.jpg

אן אנאליז איבער דעם פילעבאס, געשריבן דורך אפלטון, וואס רעדט ארום בנוגע תענוג, ובפרט אין דעם אויב חכמה ומדע זענען ״העכערע״ תענוגים און מ׳זאל דאס נאכיאגן ווי איידער די ״גרינגערע״ [״נידעריגערע״] תענוגים (ועכ״פ א סארט ראציאנאלע געמיש פון ביידע, והיינו אז די ״נידעריגערע״ זענען טפלים לה).

קען זיין אז דאס גיבט אויך א נייע באדייט צום באקאנטן מאמר פון טאמעס גרעי אז ״איגנארענס איז בליס״, עכ״פ ביי די ״unknown unknowns״. דהיינו, אויב ווייסט ער נישט אז עס פעהלט אים חכמה האלט ער דאך שוין ביים אלטימעט תענוג וכנ״ל.

מ׳קען מיט דעם אפשר טייטשן דאס וואס ר׳ אליעזר האט געזאגט צו ר״ע (חגיגה יד. סנהדרין סז:) כלך מדברותיך ולך אצל נגעים וכו׳ ע״ש. ווייל ווי באקאנט זאגט דער ספר יצירה אין בטובה למעלה מענג ואין ברעה למטה מנגע. יעצט, ר״ע קען מרמז זיין צו שלימות התורה [חכמה], ועיין במנחות כט:. ולכן, האט אים ר״א מרמז געווען אז ער האלט שוין ביים שפיץ עונג ושלימות וכנ״ל בהפילעבאס, און יעצט קען ער שוין גיין פול סירקל און אנהייבן צוריק פון אונטן נאכאמאל דהיינו ענין ״נגעים״.

דאס קען אפשר אויך זיין פשט אינ׳ם באקאנטן ציטאט פונ׳ם מסילת ישרים, האדם לא נברא אלא להתענג על ה׳. והיינו, וויבאלד חכמה (וממילא קירבה אל הקב״ה שהוא מקור החכמה) איז ארוכה מארץ מדה און אינפיניט גייט אלעמאל זיין די תענוג פון דאס דערגרייכן, לעומת זה ווען מ׳האט דאס שוין אלעס דערגרייכט און דעמאלטס איז שוין (פארדאקסיש) מער נישט דא קיין תענוג.
פרייטאג פעברואר 28, 2020 6:07 pm#443493
חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
מי אני האט געשריבן:
IMG_6428.jpg

פונ׳ם הקדמת המבאר (מלות זרות) צו רבינו סעדיה גאון׳ס האמונות והדעות. ס׳איז א דבר ידוע, אבער דא ה׳אמיר עפעס א שטיקל אידישע מקור.

דער אראבישער פילאזאף אל-קינדי (בתקופת הגאונים) האט געשריבן אז ״וויבאלד פילאזאפיע איז דאס פארשונג פון אמת, איז ערשטע פילאזאפיע דאס וויסן פונ׳ם ערשטן אמת וואס איז די סיבה פאר אלע אמת [דהיינו ג-ט]״.

ולפי״ז אז פילאזאפיע איז טייטש בעצם דאס ליבשאפט פאר חכמה (וואס אין די קאנטעקסט איז אמת) קען מען זאגן אז דאס איז א פשט אין (תהלים קיא י) ראשית חכמה יראת ה׳. יעצט, ווי באקאנט (תניא פמ״א ולהלן, ובעוד מקומות בהרבה ספרי קודש) גייען יראת ה׳ און אהבת ה׳ האנט אין האנט. איז קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז דא ״ראשית חכמה יראת ה׳״, דהיינו אז עס איז דא אן ״ערשטע פילאזאפיע״ וואס איז/צייגט על הקב״ה, וואס ״פילאזאפיע״ מיינט/איז טייטש אהבת זה החכמה ובנידון זה הוא אהבת ה׳, וואס דאס גייט האנט-ביי-האנט מיט יראת ה׳. (איך ווייס אז מ׳האט שוין אויף די פסוק געזאגט ענליך און איך ווייס וואס דער תניא זאגט (בפח״י ובכלל) בנוגע ״חכמה״.)
מוצ"ש מערץ 07, 2020 9:15 pm#443677
Re: חכמה, די גרעסטע תענוג וואס איז פאראן!
IMG_6678.jpg

אור ה׳ (מאמר ב כלל ו פ״א).

אינ׳ם קאנטעקסט וואו ער דינגט זיך אויפ׳ן רלב״ג והרמב״ם בנוגע דעם וואס זיי האלטן אז השארת הנפש איז אז די שכל, דורכ׳ן קונה זיין די מושכלות, איז נצחי און איז זיך מתחבר אל השכל הפועל, און דאס איז די תענוג נצחי פאר׳ן נפש.

בתוך דעם טענה׳ט ער אז תענוג/עריבות, אפילו בנוגע קנין המושכלות, קומט נישט פון די ״שכל״.