Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 89 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8898
זונטאג מאי 17, 2015 5:56 pm#276003
דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דעקארט, דער טאטע פון די מאדערנע פילאזאפיע, שטעלט פאר א הוכחה צו דעם עקזיסטענץ פון דעם נפש [mind], כ'האב עטליכע הערות, אבער לאמיך קודם אפשרייבן זיין ארגומענט און איינע פון די קושיות אויף איהר.

שטעלט אייך פאר – זאגט דעקארט – אז איהר גייט צו צום נאנסטן שפיגל, איהר קוקט אריין, און, אוי א בראך, איהר זעהט נישט אייער פנים... איהר כאפט א בליק אויף די הענט, ואינם, זיי זענען אויך נישט צום האבן, אזוי אויך די פיס, וכו', איהר טרעפט זיך אהן אייער גוף.

זיך פארגעשטעלט? פיין. אט האט איר אויפגעוויזן אז א מענטש האט א נפש, און זי איז אן אומאפהענגיקע וועזן פון דעם גוף.

וויאזוי? הערט:

עס קען זיך קודם הערן ווי א שטיקל חידוש, אבער פרובירט עס אויס וועט איר זיך איבערצייגן: עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן עפעס וואס איז 'לאגיש' נישט מעגליך.

דהיינו, די כח הדמיון איז גרויס און ברייט, עס קען - לכאורה - דמיונ'ען ככל העולה על רוחה, דאס איז אבער בתנאי אז די זאך איז 'לאגיש' מעגליך, למשל א קוה מיט פינף פיס און צעהן הערנער, אויב איז עס אבער לאגיש אוממעגליך, למשל א רונדיגע סקווער, קען מען עס זיך נישט פארשטעלן.

איהר קענט זיך פארשטעלן ווי א גרויסע טאפ גייט אריין אין א קליינע [און ביידע בלייבן מיט זייער גרויס]? ניין.

איהר קענט זיך פארשטעלן אז דער טיש עקזעסטירט סיי יא און סיי נישט? ניין, פארוואס? ווייל דאס זענען זאכן וואס זענען לאגיש אוממעגליך.

אין פאקט איז דער כלל אזוי אמת אז די מעשה איז גאר פארקערט: מיר נוצן אונזער דמיון ווי א כלי קובע צו זיין אויב עפעס איז טאקע לאגיש מעגליך, אויב קענען מיר זיך עס פארשטעלן - יא, און אז נישט איז נישט.

ומעתה, זאגט דעקארט, אויב זאל א נפש נישט עקזעסטירן, אויב ווען מען זאגט 'mind' איז עס בסך הכל אן אנדערע נאמען פאר'ן פיזישן body, וואס האט באמת גארנישט צו זיך אויסער גשמיות, אין אנדערע ווערטער: 'נפש' און 'גוף' זענען צוויי נעמען פאר איין און די זעלבע זאך, וויאזוי איז מעגליך בעולם אז מען זאל זיך קענען פארשטעלן דעם נפש אנעם גוף? אויב נפש און גוף איז היינו הך, קען מען זיך דען פארשטעלן אויף עפעס סיי אז עס עקזעסטירט און סיי אז עקזעסטירט נישט?

עד כאן דעקראט'ס הוכחה.

יעצט צו איינע פון די קושיות:

עס איז דא די 'נאכט שטערן' [עכ"פ סאם אוו דע פלעיסעס, סאם אוו דע טיים], די ערשטע ליכטיגע שטערן וואס באווייזט זיך אויפן האריזאנט ווען די נאכט פאלט צו.

דערנאך איז דא די 'פרימארגן שטערן', די לעצטע ליכטיגע שטערן וואס זעהט זיך אויפן הימל ווען די זוהן שיינט אויף.

קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.

דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?
זונטאג מאי 17, 2015 6:39 pm#276025
זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.

אפשר קען מען באקומען עפעס א לינק?
זונטאג מאי 17, 2015 6:53 pm#276032
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
סהייסט אז די דמיון דאס איז די גוף וואס איז מדמה די מיינד וואס איז די נפש און אויב וואלט די נפש געווען א חלק פון גוף וואלט מען זיך עס נישט געקענט פארשטעלן ווייל מקען זיך נישט פארשטעלן מני׳ ובי׳ האב איך גוט פארשטאנען?
זונטאג מאי 17, 2015 6:57 pm#276036
איך פארשטיי אויך נישט זיין הוכחה, עכ"פ וויאזוי דו ברענגסט עס צו. איך קען זיך פארשטעלן א קוה מיט א נפש, און א קוה אן א נפש, ביידע זענען מעגליך, נאר איינס איז אמת. די זעלבע ביי א מענטש, מ'קען זיך פארשטעלן אז איך בין מיין גוף און ס'איז קיין נפש נישט פארהאט, און פארקערט אויך. יתר מכן, קוואנטום פיזיקס האט אונז שוין געוויזן אז לאגיק איז נישט מכריח מציאות, און אומלאגיק איז נישט שולל די מציאות, טא וואו קומט לאגיק אריין דא?
זונטאג מאי 17, 2015 7:04 pm#276038
איך פארשטיי נישט דיין קשיא ונבנתה.

איך זע א מענטש גיין פונדערווייטנס, ער ווערט פארשוואונדן פון מיינע אויגן, און א מינוט שפעטער זע איך אים נאכאמאל. מיר דאכט זיך אז ס'איז צוויי אנדערע מענטשן (און איך קען מיר פארשטעלן א מציאות אין וועלכן דער "ערשטער מענטש" זאל יא זיין און "דער צווייטער" נישט), אבער למעשה זענען זיי איין מענטש. דאס זענען מעשים בכל יום און ס'האט צוטון מיט א טעות וואס מיר מאכן. דאס הייסט נישט אז איך האב מיר פארגעשטעלט אז די "זעלבע זאך" עקזיסטירט יא און ניין, נאר איך האב געמיינט אז די זענען "צוויי אנדערע זאכן".

אפילו ווען מיר ווייסן שוין יא אז דער מארגן-שטערן און דער נאכט-שטערן זענען ביידע ווענוס, קענען מיר נאך אלץ טראכטן פון א מציאות אז דער ווענוס זאל טעארעטיש ווערן בטל אינמיטן דער נאכט און נישט ארויפקומען אינדערפרי, ווייל מיר זעען נישט דעם פארטאג און דעם פארנאכט אין דער זעלבע רגע. וואס מיר קענען אבער נישט טראכטן בשום אופן איז, אז ווענוס זאל אין דער זעלבער רגע סיי עקזיסטירן און סיי נישט עקזיסטירן.
זונטאג מאי 17, 2015 7:06 pm#276039
פארוואס? האט געשריבן:זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.


דו קענסט נישט. אויב ס'איז רונדיג איז עס נישט קיין סקווער.
זונטאג מאי 17, 2015 7:07 pm#276040
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
איינמאל איך ווייס וויאזוי א ליידיגע שפיגל קוקט אויס פארוואס זאל איך נישט קענען דמיונ'ן ווי איך שטיי פאר א ליידיגע שפיגל?
זונטאג מאי 17, 2015 7:11 pm#276045
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פארשטיי אויך נישט זיין הוכחה, עכ"פ וויאזוי דו ברענגסט עס צו. איך קען זיך פארשטעלן א קוה מיט א נפש, און א קוה אן א נפש, ביידע זענען מעגליך, נאר איינס איז אמת. די זעלבע ביי א מענטש, מ'קען זיך פארשטעלן אז איך בין מיין גוף און ס'איז קיין נפש נישט פארהאט, און פארקערט אויך.


דעם נפש פון דער קו קענסטו דיר נישט פארשטעלן בכלל. דו קענסט נאר גלייבן אין דעם, אבער זיך נישט פארשטעלן בשום אופן. אפילו דעם מענטשליכן נפש אליין קען מען זיך נישט פארשטעלן, נאר ס'איז א מציאות אז מיר עקזיסטירן. די פראגע דא ווערט צי מיר קענען זיך פארשטעלן א מציאות פון אונזער אייגענער עקזיסטענץ אן דעם וואס מיר זאלן האבן א גוף. וויבאלד דער ענטפער איז יא, דרינגט דעקארט פון דעם, אז אונזער עקזיסטענץ איז טאקע א מציאות וואס איז נישט תלוי אינעם גוף. מ'קען דעבאטירן צי ס'איז טאקע א הוכחה אדער נישט, אבער די ספעציפישע פירכא וואס דו ברענגסט פון דער קו איז בכל אופן נישט שווער.
זונטאג מאי 17, 2015 7:14 pm#276049
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איינמאל איך ווייס וויאזוי א ליידיגע שפיגל קוקט אויס פארוואס זאל איך נישט קענען דמיונ'ן ווי איך שטיי פאר א ליידיגע שפיגל?


דו קענסט דיר דמיונ'ען א ליידיגע שפיגל אן דעם וואס סיי וואס זאל זיך שפיגלען אין דעם? איך קען נישט.

איך קען טראכטן אז א מענטש שפיגלט זיך נישט אין דעם, א בוים שפיגלט זיך נישט, א.א.וו. אבער איך קען מיר בשום אופן נישט פארשטעלן א שפיגל וואס שפיגלט גארנישט, ווייל דעמאלט פארלירט עס דעם נאמען שפיגל.
זונטאג מאי 17, 2015 7:17 pm#276050
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דאס אז א שפיגל מוז עפעס אפשפיגלען איז א הוכחה אויף די נפש?
איינמאל איך קען א שפיגל אן א אפשפיגלונג פון א גוף קען איך מיר זעהן שטיין פאר א שפיגל אן מיין אפשפיגלונג,
זונטאג מאי 17, 2015 7:29 pm#276053
דער חלק מיטן שפיגל איז בלויז א משל - דער געדאנק איז נישט בלויז אז זאלסט קוקן אין שפיגל און זיך נישט זען דארט, נאר ס'זאל אויך נישט זיין קיין גוף וואס קוקט אין שפיגל.

דו קענסט דיר פארשטעלן ווי דיין גוף שטייט פארנט פונעם שפיגל אבער מאיזו סיבה שהיא כאפט זיך עס נישט אויף אינעם שפיגל (דער שפיגל ווייזט ווייטער די וואנט אקעגנאיבער). אבער מיר קענען למעשה טון מער פון דעם - מיר קענען זיך אויך פארשטעלן אז מיר האבן בכלל נישט קיין גוף, און דאך קענען מיר טראכטן וועגן זיך.

דא איז דעקארט'ס טענה: אויב איז דער מציאות פון עקזיסטענץ אן א גוף אן אוממעגליכער מציאות, וויאזוי איז דאס מעגליך אז מיר קענען זיך פארשטעלן אזא זאך?
זונטאג מאי 17, 2015 7:42 pm#276058
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דו קענסטיך דען פארשטעלן א באשעפער וועם קיינער האט נישט באשאפן? יעצט, וועט עמיצן איינפאלן צוזאגן אז דערפאר עקזעסטירט ער נישט?
זונטאג מאי 17, 2015 7:46 pm#276060
נאך איין מאהל:

מען קען זיך פארשטעלן א אהן ב, און ב אהן א.

עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן א אהן א.

אויב מיינד און באדי זענען בסך הכל צוויי וועגן צו רעדן פון א, וויאזוי קען מען זיך פארשטעלן איינס אהן די אנדערע.
זונטאג מאי 17, 2015 7:49 pm#276061
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
ונבנתה העיר האט געשריבן:קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.

דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?


אפשר זיך פארשטעלן אז זאכן זענען צוויי ווען אינ'אמתן זענען זיי איינס איז מעגליך אבער פארקערט, דהיינו אויף זאכן וואס זענען צוויי אז זיי זענען איינס - איז אומעגליך?!
זונטאג מאי 17, 2015 9:50 pm#276111
איך הייס דיך שטיין ביים שפיגעל און זיך זעהן וואו דו האסט נישט קיין גוף
און דו זאגסט מיר OK

איין מניט - צו וועם האב איך גערעד?
ווער האט מיך געהערט ?
ווער האט אויסגעפאגלט?
דיין גוף איז דאך נישט דא

אטער דאס איז די ראיה אז ס'דא איינער אינטער דעם גוף

ATUB @פלאוויוס ATUB האט דאס ארויס.
זונטאג מאי 17, 2015 11:04 pm#276134
פלאוויוס האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:זייער שיין.

באופן כללי, פארשטיי איך נישט ווי שטארק די יסוד דא איז, וואס הייסט מ׳קען זיך פארשטעלן אדער נישט, אין א געוויסן זין, קען איך זיך אויך פארשטעלן א רונדעכיגע סקווער.


דו קענסט נישט. אויב ס'איז רונדיג איז עס נישט קיין סקווער.

דאס איז דאך די קעיס דא, אז אפילו זאכן וואס זענען קעגן די לאגיק קען מען זיך פארשטעלן.
מיין עיקר טענה איז, אז עס איז אומ-קלאר די הגדרה פון זיך יא/נישט קענען פארשטעלן זאכן.
איך קען זיך פארשטעלן אז די פריים-נומערן האבן אן ענד, כאטש עס איז נישט ריכטיג לאגיש, ועוד כהנה וכהנה.
מאנטאג מאי 18, 2015 12:00 am#276150
נישט ריכטיג. דו שטעלסט דיר נישט פאר די זאך אליין, נאר דו זאגסט סתם ווערטער. ווען דו זאגסט "איך שטעל מיר פאר אן עלעפאנט מיט צוועלף הערנער" קענסטו אפמאלן אין דיין מוח אזא בילד, אבער ווען דו זאגסט "איך שטעל מיר פאר א רונדיגער סקווער" מאלט דיר דיין מוח נישט אויס קיין שום בילד.

מיר קענען ארויסזאגן דאס ווארט "אינפיניטי" אבער מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דעם באגריף וויבאלד מיר האבן עס קיינמאל נישט באגעגנט אין אונזער לעבן. "באוואוסטזיין" אן א קערפער איז עפעס וואס מיר קענען זיך פאקטיש פארשטעלן, און נישט בלויז רעדן וועגן דעם.
מאנטאג מאי 18, 2015 3:26 am#276181
ס'איז שווער צו פארשטיין דעקארט אינדרויסן פון ראם.
א', נפש מיינט ער שכל. נישט דוקא חלק אלוה, נאר וויבאלד ער איז רעליעזער (ער מאכט זיך, אבער עכ"פ די סטיל איז רעליגיעז), איז שכל סינאנים מיט נפש.
ב', דעקארט איז דער בעל המימרות cogito ergo sum און sum res cogitans, עכ"פ דאס לערנט מען אין זיינע ווערטער. דאס הייסט, די תוך פון א מענטש איז דער נפש, דער נפש איז דער מענטש אליינס, וועלכער פארמאגט א גוף, ודלא כהתניא.
ג', ער טענה'ט א מענטש קען זיך נישט מצייר זיין עפעס יש מאין. א יוניקארן איז א פערד, מיט א שינוי אין צאל און פלאץ פון הערנער. די ווילדסטע פאנטאזיעס זענען נישט קיין חידושים גמורים.
ד', א הוכחה אויף די עקזיסטענץ אויף גאט, ס'וואלט נישט שייך געווען זיך צו מצייר זיין א גאט, אילולי גאט אליינס איז זיך מתגלה צו די נפש, ווייל אזא מין ציור וואלט געווען יש מאין, ווייל גארנישט ענדלט אין גאט.

לויט ווי ונבנתה לייגט דא אראפ די הוכחה אויף די נפש, איז דאס א סימאנטישער הוכחה, נישט קיין לאגישער. סך הכל ווייזט ער אויף אז נפש איז נישט סינאנים מיט גוף. מ'דארף מעלדן די ווערטערבוך קאמיטע.

די געדאנק דארף זיין אז דאס אז דער מענטש קען פארשטעלן זיך אנע גוף, הייסט עס אז די נפש איז דער פארשטעלער און איז נישט קיין חלק פון די גוף, וואס, ווי מ'שטעלט זיך פאר, איז דאך נישטא.
מאנטאג מאי 18, 2015 10:07 am#276222
זייער שיין ונבנתה, א ישר כח.
גיהערט אמאל אויף א אנדערע משל, אפשר וועט עס זיין. בייהילפיג פאר איינעם.
איר קענט זיך מצייר זיין א שמייכל פין אייער חבר ראובן , איר מיזט אבער אין די זעלבע צייט אויך זיך מצייר זיין, פין ראובן אדער כאטש זיינע ליפן , אויב זאלט איר אינגאנצן אוועק נעמען ראובן, אין זיינע ליפן אויך, דאן קענט איר זיך נישט מצייר זיין ראובנ׳ס א שמייכל, די סיבה איז פשוט, ראובן שמייכל איז נישט קיין עקסטערע מציאות עס איז א חלק פין עים, אין אויב ער איז נישט דא קענט איר עס נישט מצייר זיין, לענינו
ווי באלד א מענטש קען זיך מצייר זיין, ווי ער איז טויט אויף די ערד אין ער קוקט אויף זיך אליין, פרובירט מצייר זיין, אין איר העט זיין אז איר קענט, מיז זיין אז אייער מחשבה מיט אייער גוף איז צוויי באזונדער. וואלט עס גיווען איינס וואלט איר זיך נישט געקאנט מצייר זיין אזא זאך אזוי ווי איר קענט זיך נישט מצייר זיין ראובן שמייכל אן ראובן וויל עס איז נישט באזונדער.
מאנטאג מאי 18, 2015 10:25 am#276230
לאמער דאס טראגן נאך א סטעיפ
קענט איר באמערקען אייער מחשבה?
איז ווער איז דאס די מחשבה און ווער באמערקט די מחשבה


קענט איר באמערקן וואו איר באמערקט אייער מחשבה? האא?
מאנטאג מאי 18, 2015 4:00 pm#276337
אזוי אויך קען זיך איינער פארשטעלן זיין כח, נישט די תוצאה פון דעם נאר די עצם כח?
מאנטאג מאי 18, 2015 4:35 pm#276362
איך פארשטיי נישט די הוכחה מעיקרא. דהיינו, אוודאי וועל איך מודה זיין אז מיין קאנצעפט פון א נפש איז פון עפעס וואס איז נישט א חלק פונ׳ם גוף, ווייל אנדערש וואלט איך נישט געקענט זיך פארשטעלן א נפש אן א גוף. דאס איז אבער נאר א הוכחה לגבי מיין קאנצעפט, נישט לגבי דברים כהווייתן. ס׳קען דאך מעגליך זיין אז מיין קאנצעפט איז נישט ריכטיג בכלל, אדער גאר אז דער נפש איז אן אן אחוזת עינים וואס עקזעסטירט נישט אלס עפעס וואס מיין קאנצעפט קען עפעקטירן.

למשל:
קען איך זיך פארשטעלן היץ אן א זאך וואס איז הייס, פייער אן א סנה? יא, איך קען. איז דאס טאקע א ראיה אז פייער איז באמת א דבר רוחני נישט א חלק פון דער פיזישער עקזיסטענס פון אטאמס און מאלאקיולס? ניין, ס׳איז פשוט א ראיה אז אונזער קאנצעפט פון פייער איז נישט ריכטיג.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:54 pm#276374
אה, דער בעל החתימה אליין...

לכאורה איז דער תירוץ, הוא המיינד הוא הכח המדמה.

ווער איז דער וואס שטעלט זיך פאר אז די מיינד שטייט ביים שפיגל אהן א גוף? די מיינד גופא. מוז דאך זיין אז די מיינד און די גוף זענען נישט די זעלבע זאך.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:09 pm#276378
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווער איז דער וואס שטעלט זיך פאר אז די מיינד שטייט ביים שפיגל אהן א גוף? די מיינד גופא.

אקעי, נניח. (כאטשיג מ׳קען זיך טענה׳ן אויף דעם אויך.) אבער איך זעי נאך אלטס נישט די הכרח אז די מיינד׳ס קאנצעפט אויף זיך אליינס איז ריכטיג. ווי איך האב געזאגט, די הכרח ווייזט אז די מיינדס קאנצעפט פון זיך אליינס איז ווי א דבר בפני עצמו, אבער איך זעי נישט קיין הכרחה אז די מיינד האט די ריכטיגע קאנצעפט.
מאנטאג מאי 18, 2015 5:42 pm#276397
הויעך, ווער האט נישט די ריכטיגע קאנצעפט אויף זיך???
מאנטאג מאי 18, 2015 5:50 pm#276413
הקטן האט געשריבן:הויעך, ווער האט נישט די ריכטיגע קאנצעפט אויף זיך???

דאכטסעך האסט נישט פארשטאנען. נאכאמאל: נניח אז די מיינד עקזעסטירט, וואס איז די הכרח אז ס׳איז א דבר בפני עצמו, און נישט א חלק פונ׳ם גוף ווי א האנט אדער פוס?
מאנטאג מאי 18, 2015 10:09 pm#276545
קען דיין פינגער קוקן אויף זיך אליין?

קען זיין אז מיין "מיינד" מיינט אז א זאך קען זיך נישט אליין זעהן אבער באמת קען דאס יא. איז דאס וואס דו זאגסט?


דיסקלעמער: אלס וואס איך שרייב איז נאר וואס מיין "מיינד" מיינט
מאנטאג מאי 18, 2015 10:14 pm#276546
הקטן, דו קריכסט אריין אין אלגעמיינע טענות ומענות איבער קאנשעסנעס וואס האט נישט א דירעקטע שייכות מיט דעקארט'ס ארגומענט.
מאנטאג מאי 18, 2015 10:16 pm#276547
צו קענען מיר זיך באמת מצייר זיין א 'איך' אן קיין שום פיזיאלאגישע באשטאנדטייל? אן 'איך' וואס קען נישט שפירן מיט קיין שום פיזישע חושים אדער פעולות, כולל מחשבה?
אויב וועסטו ענטפערן אז מחשבה איז טאקע נישט פיזיש, דעמאלט האסטו שוין געענטפערט די פראגע בעפאר דו זוכסט א הוכחה.
דינסטאג מאי 19, 2015 12:58 pm#276756
צו קענען מיר זיך באמת מצייר זיין א 'איך' אן קיין שום פיזיזשע באשטאנדטייל?
צו קענען מיר זיך באמת מצייר זיין א 'איך' אן קיין שום עורך רוחב ועמק?
דינסטאג מאי 19, 2015 1:52 pm#276779
ווי אזוי קען מען זיך מצייר זיין אז מ'איז זיך גארנישט מצייר? אויב לו יצויר ס'איז שייך זיך גארנישט צו מצייר זיין (א מענטאל וואויד) האט מען זיך אבער נישט מצייר געווען אז מ'איז זיך גארנישט מצייר!! איינמאהל מ'טראכט אז ... איז שוין נישט קיין נפק''מ וואס.

דאס אז מ'קען שולל דעם גאנצן גוף איז נישט קיין הוכחה אז ס'איז א דבר נפרד, ווייל דאס איז די פונקציע פון דעם חלק הגוף וואס טראכט. ס'איז פונקט ווי איך זאג; כ'קען מיר מצייר זיין א האנט אן א גוף און א גוף אן א האנט, אבער איך קען נישט מצייר זיין 'שלאגן מיט מיין האנט אן א האנט.'
דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:52 pm#277681
ס׳אינטערסאנט צי ברענגן א. ספורנו ו וואס ברענגט א ראיה אז די נפש איז נישט קיין חלק פונעם גוף וז״ל
בְּצֶלֶם אֱלהִים. הִנֵּה מִלַּת "אֱלהִים" עַל צַד הַהִדָּמוּת תֵּאָמֵר עַל כָּל עֶצֶם שִׂכְלִי בְּפעַל, שָׁלֵם, נִבְדָּל מֵחמֶר, וּבָזֶה הוּא נִצְחִי בְּהֶכְרֵחַ. וְלָכֵן תֵּאָמֵר עַל הָאֵל יִתְבָּרַךְ וְעַל מַלְאָכָיו, וּכְמו כֵן תֵּאָמֵר עַל הַשּׁופְטִים עַל שֵׁם הַחֵלֶק הַשִּׂכְלִי הָרָאוּי בָּהֶם. אָמְנָם בִּהְיות כִּי הַשֵּׂכֶל הָאֱנושִׁי אַף עַל פִּי שֶׁפְּעֻלַּת הַשְׂכָּלָתו הִיא בִּלְתִּי שׁוּם כְּלִי חָמְרִי וְתִתְפַּשֵּׁט עַל בִּלְתִּי מוּחָשׁ
, ״וְעַל קְצָת עֲתִידות״,
״וְלא יֵחָלֵשׁ בְּהַרְבּותו פְּעֻלּות הַשְׂכָּלָתו״,
״וְלא בְּעֵת זִקְנַת הַגּוּף,״
אֲבָל יוסִיף אמֶץ, וּמִכָּל אֵלֶּה הִתְבָּאֵר שֶׁהוּא נִבְדָּל מֵחמֶר בְּלִי סָפֵק, כִּי אָמְנָם הֵפֶךְ כָּל אֵלֶּה יִקְרֶה לְכחות הַגּוּף הַחָמְרִיּות מִכָּל מָקום, קדֶם שֶׁיִּתְבּונֵן, בִּהְיותו אָז מְשֻׁלָּל מִכָּל שְׁלֵמוּת אֲשֶׁר הוּכַן לו, לא יִקָּרֵא אֱלהִים אֲבָל יִקָּרֵא צֶלֶם אֱלהִים בִּלְבַד, עַד שֶׁיִּקְנֶה שְׁלֵמוּת, בִּפְרָט בַּחָכְמָה אֲשֶׁר בָּהּ יִקְנֶה אַהֲבַת הָאֵל וְיִרְאָתו, כִּי אָז יִהְיֶה עֶצֶם שִׂכְלִי בְּפעַל, שָׁלֵם, נִבְדָּל מֵחמֶר, וּמִזֶה יִתְחַיֵּב שֶׁיִּהְיֶה נִצְחִי וְקַיָּם גַּם אַחֲרֵי ".(הקדמה על התורה)
1)איז די ראיה אז ווען דער מענטש ווערט עלטער, וואלט ווען די שכל גידארפט ווערן שוואכער, אין למעשה ווערט עס גאר שטערקער,
2)אין עס ווערט נישט שוואכער מיטן ניצן די שכל אסאך, אזוי ווי די גוף .
הגם מ׳קען זאגן אוף די ערשטע ראיה , אז די שכל ווערט נישט באמת שטערקער עס האט נאר פשוט מער אינפארמעשין מער דעטא אין זיך אין דאס איז די סיבה.פארן ווערן שטערקער .
אויף זכרון איז דאך זעכער גרסי דינקותא איז שטערקער עכ״פ
די ספורנו האט גיהאלטן אז די מציאות איז אז עס ווערט גאר שטערקער .אויך איז אינטערעסאנט אסאך חוקרים ווילן ברענגן א הוכחה פין NDE וואס אלע סייענטיסטן זענען מודה אז דאס איז א מציאות, די שאלה איז נאר צי מ׳קען עס מסביר. מיט א כעמיקאל אימבאלאנס אין די מח . למעשה איז דא זייער אסאך קלעימ׳ס פין די מענטשן וואס זענען דורוך די עקסיפיריענס וואס מ׳האט נאך נישט געפינען די ריכטיגע סיבה ווי למשל אז זיי האבן געוויסט צי פארציילן זאכן וואס זיי האבן נישט גיקענט וויסן בעפאר בכל אופן אז דאס אויך איינע פין די ראיות .אינעם דיבעט
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 6:52 pm#346954
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס קען זיך קודם הערן ווי א שטיקל חידוש, אבער פרובירט עס אויס וועט איר זיך איבערצייגן: עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן עפעס וואס איז 'לאגיש' נישט מעגליך.

דהיינו, די כח הדמיון איז גרויס און ברייט, עס קען - לכאורה - דמיונ'ען ככל העולה על רוחה, דאס איז אבער בתנאי אז די זאך איז 'לאגיש' מעגליך, למשל א קוה מיט פינף פיס און צעהן הערנער, אויב איז עס אבער לאגיש אוממעגליך, למשל א רונדיגע סקווער, קען מען עס זיך נישט פארשטעלן.

איהר קענט זיך פארשטעלן ווי א גרויסע טאפ גייט אריין אין א קליינע [און ביידע בלייבן מיט זייער גרויס]? ניין.

איהר קענט זיך פארשטעלן אז דער טיש עקזעסטירט סיי יא און סיי נישט? ניין, פארוואס? ווייל דאס זענען זאכן וואס זענען לאגיש אוממעגליך.

אין פאקט איז דער כלל אזוי אמת אז די מעשה איז גאר פארקערט: מיר נוצן אונזער דמיון ווי א כלי קובע צו זיין אויב עפעס איז טאקע לאגיש מעגליך, אויב קענען מיר זיך עס פארשטעלן - יא, און אז נישט איז נישט.



דא זע איך פון רי"א דימודינא א פארקערטער סטעיטמענט: וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן איז פון די נמנעות.

כ'בין פויל צו טראכטן אויב די צוויי סטעיטמענטס זענען איינס. ואת"ל אז נישט צי זענען זיי כאטש מיוטשעלי אינקלוסיוו.

uploadfromtaptalk1471992713660.jpg
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 7:25 pm#346959
איך פארשטיי אויך נישט די הוכחה.

גייענדיג גראד צום משל, איז נישט מעגליך צו קוקן בכלל אין א שפיגל אהן די פיזישע אויגן (און א מוח צו פראסעסירן די מחשבה (און א לונג צו שאפן זויער-שטאף (און א הארץ צו ברענגן די זויער-שטאף (וכו')))), אע"כ איז נישט מעגליך צו 'זעהן אהן פיזיקס (לאפוקי מיטן מוח אליינס). יעצט אז יענער קען זיך משייר זיין א שפיגל אהן די גוף, באווייזט עס נאר איין זאך: אז יענער פארשטייט נישט אז כדי צו זעהן דארף מען האבן אויגן וואס איז נראה במראה, ווי אויך א הארץ, מוח, לונג, וכו'.

קומט אויס אזוי. ווי ווייניגער רעאליסטיש און באהאוונט די מוח איז, אלס בעסער קען מען פאנטאזירן אינדרויסן פון לאגיק.

נאכמער! די אויפטו אז לאגיע איז די גרעניץ פון די כח הדמיון, קען גאר געזאגט ווערן פונקט פארקערט. ד.ה., די כח הדמיון איז די גרעניץ פון לאגיע. ווי מער קריאוז א מענטש קען פאנטאזירן (למשל א רינדעכיגע סקווער), אלס מער לאגיש מעגליך ווערט עס.

בסך הכל קומט אויס אז א אומרעאליסטישער אומגעבילדעטער מענטש איז דער בעסטער קאנדידאט זיך צו זעהן אין שפיגן אהן קיין קערפער. ווידעראום ווי מער א מענטש פארשטייט און איז פארבינדן צו רעאליטעט, אלס ווייניגער פארשטייט ער פון וואס מ'רעדט דא. טא וויאזוי ווילען מיר ארויסנעמען א פילאזאפישע אויפטרעף פון דעם אומגעבילדעטער פאנטאזירער?

כנ"ל מיט מיין שוואכע קאפ.

דאס איז אויסער וואס ATUB @טאמבל סאס ATUB ברענגט ארויס אז צומאל איז פארקערט. ווי ווייניגער מ'קען זיך עס פארשטעלן, אלס מער אמת איז עס, כי אין אמת כאמיתו יתברך.ְ
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:21 pm#346965
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
איך האב פארשטאנען דיקארטס הוכחה אינגאנצן אנדערש פון ווי אזוי ונבנתה לייגסט עס אראפ
איך וועל פרובירן עס ארויסצוברענגען די קלארסטע וואס איז שייך
יעדע פעולה וואס איך טוה קען זיין אז איך טוה עס עכט נישט עס קען זיין איך פאנטאזיר אז איך טוה עס אדער קען זיין אדער עפעס א כוח נערט מיר אז אז איך זאל מיינען אז איך טוה עס
די איינציגסטע זאך וואס מען קען דאס נישט זאגן איז אויף די באוואסטזוניגקייט פונעם מענטש וואס מען רופט דער תודעה
למשל ווען איך זאג אז איך שפיר עפעס קען מען זאגן דו שפירסט נישט באמת עס איז נאר פאנטאזיע אבער דאס איז קלאר אז איך שפיר אדער איך פאנטאזיר אז איך שפיר אבער די רגע וואס איך שפיר איז דא א איך
איך ווייס טאקע נישט וואס דער איך איז עס קען זיין א פיש אין וואסער אדער א לאך פון א בייגעל אבער וואס אימער ער זאל נאר זיין האט עס עפעס געשפיערט אדער פאנטאזירט אז ער שפיערט
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:28 pm#382548
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דער רמב"ם אין שמונה פרקים ברענגט פון די פילאזאפ׳ן אז מ׳קען זיך נישט מצייר זיין עפעס וואס איז פון די נמנעות. ער זאגט עס אויף גרויסע ריזיגע בעלי חי, צו א שיף וואס פליט אין דער לופט, וואס פון דעם אליינס אז ער שרייבט דערפון איז א ראיה אז מ׳קען עס יא מדמה זיין. דארף מען עפעס א פשט.

ס׳דוכט זיך אז די מקור פון די אויסדרוק, I think, therefore I am איז אט די סברא פון דעקארט׳ס. ווען איינער קלערט אריין צו ער עגזיסטירט, דאס אריינקלערען זעלבסט איז די תשובה.

און לויט ווי ונבנתה ברענגט עס אראפ האט מען שוין ריכטיג געפרעגט אז דער כח מדמה צו זיין איז נאר א ראיה אויף די מעגליכקייט דערפון, נישט אז ס׳איז טאקע דא א נפש. אפשר האבען נאר געוויסע מענטשען א נפש, און אנדערע האבען נישט. דאס שטייט טאקע אז נישט יעדער האט א נשמה, עי׳ בנפה"ח ועוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:30 pm#411646
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רמב"ם אין שמונה פרקים ברענגט פון די פילאזאפ׳ן אז מ׳קען זיך נישט מצייר זיין עפעס וואס איז פון די נמנעות. ער זאגט עס אויף גרויסע ריזיגע בעלי חי, צו א שיף וואס פליט אין דער לופט, וואס פון דעם אליינס אז ער שרייבט דערפון איז א ראיה אז מ׳קען עס יא מדמה זיין. דארף מען עפעס א פשט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פונקט יעצט געלערענט דעם רמב"ם, און ס'מיר באלד שווער געווארן אז לכאורה מישט ער אויס צוויי סארטן נמנעות.

וז"ל אין שמונה פרקים פ"א:

וְהַחֵלֶק הַמְדַמֶּה - הוּא הַכֹּחַ, אֲשֶׁר יִזְכֹּר רִשּׁוּמֵי הַמּוּחָשִׁים, אַחַר הֵעָלְמָם מִקִּרְבַת הַחוּשִׁים אֲשֶׁר הִשִּׂיגוּם, וְיַרְכִּיב קְצָתָם אֶל קְצָתָם, וְיַפְרִיד קְצָתָם מִקְּצָתָם; וְלָזֶה יַרְכִּיב זֶה הַכֹּחַ מִן עִנְיָנִים אֲשֶׁר הִשִּׂיגָם, עִנְיָנִים אֲשֶׁר לֹא הִשִּׂיגָם כְּלָל וְאִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיגָם - כְּמוֹ שֶׁיְדַמֶּה הָאָדָם: סְפִינַת בַּרְזֶל רָצָה בָּאֲוִיר; וְאָדָם שֶׁרֹאשׁוֹ בַּשָׁמַיִם וְרַגְלָיו בָּאָרֶץ; וּבְהֵמָה בְּאֶלֶף עֵינַיִם, עַל דֶּרֶךְ מָשָׁל, וְהַרְבֵּה מֵאֵלּוּ הַנִּמְנָעוֹת יַרְכִּיבֵם הַכֹּחַ הַמְדַמֶּה וְיַמְצִיאֵם הַדִּמְיוֹן.

וּבְכָאן טָעוּ הַמְדַבְּרִים הַטָּעוּת הַמְגֻנָּה הַגְּדוֹלָה אֲשֶׁר בָּנוּ עָלֶיהָ פִּנַּת הַטְעָאָתָם בַּחֲלֻקַּת הַמְחֻיָּב, וְהָאֶפְשָׁר, וְהַנִּמְנָע. שֶׁהֵם חָשְׁבוּ, אוֹ הֵבִיאוּ בְנֵי אָדָם לַחְשֹׁב: כִּי כָל מְדֻמֶּה - אֶפְשָׁר; וְלֹא יָדְעוּ שֶׁזֶּה הַכֹּחַ יַרְכִּיב עִנְיָנִים שֶׁמְּצִיאוּתָם "נִמְנָע", כְּמוֹ שֶׁזָּכַרְנוּ.

ער בייזערט זיך אויפן כת המדברים וואס מאכן א כלל אז אויב מען קען זיך עפעס פארשטעלען איז עס על כרחך נישט פון די נמנעות, אבער איך - רמב"ם - האב דיר יעצט געברענגט א משל פון א ספינה פורחת באויר וכו', וואס מען קען זיך יא פארשטעלן, אפי' עס איז א נמנע.

וועל, דער 'נמנע' פונעם רמב"ם איז נישט אן אמת'ער נמנע, עס איז א טעקניקעל פראבלעם (ווי דער מציאות האט געוויזן). די מדברים מיינען אבוויעסלי די אמת'ע נמנעות, ווי א רונדיגע קעסטל, וואס מען קען זיך טאקע נישט פארשטעלן.

--------

אריינבליקענדיג אינעם פי'וואס עוז והדר האט אריינגעדרוקט, זע איך ווי ער מאכט א משל פון דמיונ'ען אז ראובן איז אין די זעלבע צייט סיי דא און סיי אין אספמיא.

במושכל ראשון איז עס טאקע אן אמת'ע נמנע וואס מ'קען זיך יא פארשטעלן.

אבל לא כן הוא. לכשתעיין תראה אז ווען דו שטעלסט זיך פאר ראובן אויף צוויי פלעצער אויפאיינמאל, טראכסטו פון צוויי ראובנס. דו רופסט טאקע ביידע ראובן, ווייל ביידע זעען אויס די זעלבע, ביידע האבן די זעלבע בגדים, געוואוינהייטן, און אפי' זכרונות. אבער למעשה שטעלסטו זיך פאר צוויי גופים - איינס דא און איינס אין אספמיא.

זיך פארשטעלן אז 'איין' גוף געפינט זיך בו בזמן אויף צוויי פלעצער איז טאקע אוממעגליך.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:04 pm#411707
m http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/more/a22-2.htm#1 m ]מורה נבוכים ח"א פע"ג
אבל מה שכל אשר מנאוהו מן הנמנעות לא יצטייר כלל, ואשר קראוהו אפשרי יצטייר, הוא דבר נכון.
אלא שהפילוסופים אומרים, כי זה שאתם קוראים אותו נמנע, מפני שאינו עולה בדמיון, ואשר קראתם אותו אפשרי, מפני שהוא עולה בדמיון, וזה האפשרי אצלכם, הוא אפשרי בדמיון לא בשכל! הנכם בהקדמה זו בוחנים את החיובי, ואשר יתכן והבטל, פעמים בדמיון לא בשכל, ופעמים בתחילת המחשבה הכללית, כמו שהזכיר אבו נצר, כאשר הזכיר את העניין שקוראים אותו ה"מתכלמין" שכל.

די מדברים טענהן אז וויבאלד עס איז מצוייר איז עס אפשר. דער רמב"ם האלט אז עס איז מעגליך עס זאל זיין מצוייר און נאך אלץ נמנע, ווצב"ש ספינה הפורחת באויר לויט די מדברים איז אפשר פונקט ווי עוף הפורח באויר נאר יעצט פונקט זעט מען דאס נישט ווייל כך עלה במחשבה, דער רמב"ם האלט אז עס איז נמנע בחוק הטבע, מכח גראוויטי, (היינט האט מען אויסגעטראפן א וועג צו בייקומען גראוויטי), און דאס אז סאיז מצוייר טוישט נישט דעם אפשרות. ער ברענגט נישט א ראיה פון ספינה, ער צייכנט נאר אן זיין פלוגתא מיט זיי לגבי דעם, וויבאלד זיי האבן גענומען דעם דמיון אלס מכריע צווישן אפשרות און נמנעות און לויטן רמב"ם איז דער שכל מיטן דמיון צוויי אנדערע זאכן.

אגב א קוריאז זע ווי הרב הירשנזאהן http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=2850&st=&pgnum=33&hilite= ברענגט זיך א ראיה אז עס עקזיסטירט נישט קיין "אין" וויבאלד מען קען זיך דאס נישט מצייר זיין.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:05 am#411717
איך האב אנגעהויבן טראכטן און דער קאפ הייבט מיך אן שווינדלען.
לאמיר עס אביסל צונעמען דא אויף פאפיר.
עס איז דא דער עולם המציאות. די וועלט וואס מיר אלע זעען. לאמיר זאגן א עלעפאנט אין זו איז עפעס וואס יעדער קען זען, איז דאס א אביעקטיווע מציאות.
נאכדעם איז דא דער עולם הדמיון, א וועלט וואס עקזיסטירט נאר אין איינס אדער אפאר מענטשנ'ס מחשבה. למשל אז איך טראכט פון א עלעפאנט איז דאס נישט א מציאות'דיגע עלעפאנט, בסך הכל אפאר צעלן אין מיין מוח האבן זיך גערוקט אויף עפעס א אופן וואס מיינע אויג רעסעפטארס זענען באיזה אופן אריינגענארט געווארן צו זען עפעס א צורת עלעפאנט אין מיין מחשבה.
נאכדעם איז דא א טיפערע דרגא אין דמיון. איך שטעל זיך פאר א זאך וואס עקזיסטירט ניטאמאל אין די עולם העשייה. למשל איך בין מיך מצייר א פינקע עלעפאנט. אפילו דאס איז נישט דא במציאות, איז דאך עס אבער פארט נישט קיין סאך אנדערש ווי די פריערדיגע דמיון, ווייל דער גרויער עלעפאנט אין מיין דמיון איז דאך אויך נישט אן אמת'ע עלעפאנט, איז וואס א חילוק צו ס'איז גרוי אדער פינק, אין מיין דמיון איז דאך אלס דאס זעלבע.
נאכדעם איז דא נאך א טיפערע דרגא אין דמיון: איך שטעל מיך פאר עפעס וואס איז נוגד א חוק הטבע, למשל איך בין מיך מצייר א עלעפאנט וואס שוועבט נאטורליך אין די לופטן. (יעצט קען ער שוין זיין אפילו גרוי....) דאס איז עפעס וואס איז קעגן א חוק הטבע אז אזא שווערע בעל חי ווי א עלעפאנט קאן נישט פליען אן א פארגעשריטענע מאטאר. דאס איז שוין ממש א דמיון. אבער פארט קען מען זיך מצייר זיין א אוניווערס ווי די חוקים פון פיזיקה זענען אנדערש און גראוויטי עקזיסטירט נישט דארט.
יעצט איז דא נאך א שטערקערע דמיון, מ'איז זיך מצייר א עלעפאנט וואס געפינט זיך אויפאמאל אין אמעריקע און אין שפאניע. די זעלבע עלעפאנט, ווי ונבנתה האט שוין מסביר געווען. דאס איז שוין אזא גרויסע דמיון, אז מ'קען זיך בכלל נישט מצייר זיין א אוניווערס ווי דארטן קענען זאכן עקזיסטירן אויף צוויי פלעצער אויפאמאל.
אבער אפשר דאך? קוואנטום מעקעניקס לערנט אונז דאך אז זאכן קענען יא עקזיסטירן אויף צוויי פלעצער אויפאמאל. איז ווער זאגט אז ווייל אונז רעדן זיך איין אז ס'איז נמנע איז עס טאקע נמנע, אפשר איז פשוט אונזער כח הדמיון באגרעניצט?
נו, וועלן מיר צוקומען צו גאר א גרויסע דמיון: א רינדעכיגע טרייענגל. דאס איז שוין ממש א מיינינגסלאזע זאץ. האסט ממש גארנישט געזאגט.
אבער ווער ווייסט, אפשר וועט נאך סייענס אמאל באשטעטיגן אז מ'קען בויען אזא רינדעכיגע טרייענגל.
טענקס פאר ליסענינג.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:53 am#411720
אז מ'רעדט שוין פונ'ם כח הדימיון, האביך מיך דערמאנט א מעשה מיט א איד וועלכער האט געוואוינט אין די שטאט כעלם, מיט זייער א לאנגע צייט צוריק. ווען די סייענטיסטן און יודעי דבר האבן נאך געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. און מ'איז איהם געקומען פארציילן אז אין געוויסע לענדער ווי אמעריקע און אויסטראליע גייען די מענטשן ארום אויף די פארקערטע זייט. איז איהם תיכף שווער געווען 2 הארבע קשיות. ערשטנס, אויב די וועלט איז פלאך. פארוואס פאללן זיי נישט אראפ ווען זיי קומען אן צו די עק פון די וועלט...! די צווייטע קשיא איז . אויב זיי וואקן שוין יא צו אונזערע פיס פון די פארקערטע זייט. וויאזוי איז מעגליך אז זייערע הויזן זאללן נישט אראפפאללן...! איז ער געגאנגען פרעגן א צווייטן קלוגן איד אין זיין שטעטל. האט איהם דער קלוגער איד געענטפערט...אויף דייין ערשטע קשיא האביך טאקע נישט קיין תירוץ. אבער אויף דיין צווייטע קשיא האביך א וואנדערליכן און א פשוט'ן תירוץ... זיי האבן הויזן טרעגערס...!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 9:59 am#411726
גדליה האט געשריבן:אבער אפשר דאך? קוואנטום מעקעניקס לערנט אונז דאך אז זאכן קענען יא עקזיסטירן אויף צוויי פלעצער אויפאמאל. איז ווער זאגט אז ווייל אונז רעדן זיך איין אז ס'איז נמנע איז עס טאקע נמנע, אפשר איז פשוט אונזער כח הדמיון באגרעניצט?
נו, וועלן מיר צוקומען צו גאר א גרויסע דמיון: א רינדעכיגע טרייענגל. דאס איז שוין ממש א מיינינגסלאזע זאץ. האסט ממש גארנישט געזאגט.
אבער ווער ווייסט, אפשר וועט נאך סייענס אמאל באשטעטיגן אז מ'קען בויען אזא רינדעכיגע טרייענגל.
טענקס פאר ליסענינג.

וויבאלד מיר לעבען אין די גרענצען פין טבע "עס פרעסיווד" קען אינזער מוח נישט באגרייפן איין זאך אויף צוויי פלעצער און דער זעלבער צייט
דער קוואנטעם-פיזיקס סייענטיסט וואס זעט דאס א יעדען טאג און זיין לעב פארשטייט שווער פארוואס די קענסט דאס דיך נישט מצייר זיין.

ווידער ווען עס קימט צי מאכן א רינדעכיגע טרייענגל דאס איז סעמענטעקס און די רגע וואס דאס ווערט רינדעכיגע מיזטו דאס אויפהערן ריפען טרייענגל, אויב ווילסטו זיין קארעקט.
איך גלייב גאט קען דאס אויך נישט אהערשטעלן (אן טוישן אינזער פארשטאנד וואס דאס איז א טרייענגל)- אפשר מאך איך א טעות
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 12:44 pm#411732
הקטן האט געשריבן:
איך גלייב גאט קען דאס אויך נישט אהערשטעלן (אן טוישן אינזער פארשטאנד וואס דאס איז א טרייענגל)- אפשר מאך איך א טעות

מורה נבוכים ג טו
לנמנע טבע קים קיום עומד אינו מפעולת פועל אי אפשר השתנותו כלל - ומפני זה לא יתואר האלוה ביכולת עליו. ואין חולק על זה אחד מאנשי העיון כלל ולא יסכול זה אלא מי שלא יבין המושכלות. ואמנם מקום המחלוקת בין בעלי העיון כולם הוא הרמז אל מין אחד מן המדומים - כי קצת אנשי העיון אומרים שזה מכת הנמנע אשר לא יתואר האלוה ביכולת לשנותו ויאמרו אחרים שהוא מכת האפשר אשר נתלית יכולת האלוה בהמצאתו כאשר ירצה. והמשל בו התקבץ שני ההפכים ברגע אחד בנושא אחד; והתהפך הראשים - רצוני לומר שוב העצם מקרה והמקרה עצם; או מציאות עצם גשמי מבלתי מקרה בו - כל זה מכת הנמנע אצל כל אחד מאנשי העיון. כן היות האלוה ממציא כמותו או משיב עצמו להעדר או שיתגשם או שישתנה - כל זה מכת הנמנע ולא יתואר האלוה ביכולת על דבר מכל אלה. אמנם אם ימציא מקרה לבדו לא בעצם יש כת מבעלי העיון והם המעתזילה שחושבים שהוא אפשר ואחרים אמרו שהוא משער הנמנע. ואף על פי שהאומר במציאות מקרה לא בנושא לא הביאהו לזה העיון לבד אבל שמירת ענינים תוריים לחצם העיון לחץ גדול ונמלטו בזה המאמר. כן המציא דבר מגושם לא מחומר כלל הוא מכת האפשר אצלנו ומכת הנמנע אצל הפילוסופים. וכן יאמרו הפילוסופים שהמציא מרובע שאלכסונו כצלעו או זוית מגושמת שיקיפו בה ארבע זוית פשוטות נצבות וכיוצא בהם - כל אלה מכת הנמנע; וקצת מי שיסכול החכמות הלימודיות ולא ידע מאלה הענינים רק המלות לבד לא ציור ענין יחשבם אפשריים. ואני תמה אם זה השער פתוח - מותר ולכל אדם שיאמר באי זה ענין יצירהו שהוא אפשר ויאמר אחר שהוא נמנע לפי טבע הענין? או יש דבר שיסגור זה השער וישמרהו עד שיגזור האדם ויפסוק שזה נמנע בטבעו? ואם בחינת זה הענין ומצרפו בכח המדמה או בשכל ובאי זה דבר יובדל בין המדומה והמושכל? שפעמים יחלוק האדם על חברו או תחלוק עליו נפשו בענין אחד הוא אפשר אצלו בטבעו ויאמר החולק זה האפשרות הוא פועל הדמיון לא בבחינת השכל; ואם יש גם כן דבר שנבדיל בו בין הכח המדמה ובין השכל? ואם דבר חוץ לשניהם יחד? או בשכל עצמו מבדילים בין המושכל והמדומה? - אלא כולם צריך לחקור אותם מאד - ואין זאת כונת זה הפרק:

והנה התבאר כי לפי כל אחת מן הדעות יש שם דברים נמנעים ושמציאותם מן השקר ושלא יתואר האלוה ביכולת עליהם ואין לאות בחוקו ולא מיעוט יכולת בהיותו בלתי משנה אותם; אם כן הם שוקדים על טבעם ואינם מפעולת פועל. הנה כבר התבאר שמקום המחלוקת הוא בדברים שיונחו מאי זו משתי הכתות הם אם מכת הנמנע או מכת האפשר. והבן זה:
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:00 pm#411737
געוואלדיג, דאס האב איך געזיכט
נישט לאנג ציריק געהאט א וויכח מיט איינען צי גאט קען דארכפירן אן עלעפאנט אין א לאך פין א נידעל אן קלענער מאכן דעם עלעפאאנט אדער גרעסער מאכן די נידעל, אויף דער וועלט.
איך מיין דאס הייסט מכת הנמנע
נא בין איך נישט קיין אפיקורס
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 6:22 pm#411746
זע אויך דא א שמועס פון נדב שנרב דערוועגן
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:31 pm#411748
.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 7:43 pm#411751
הקטן האט געשריבן:געוואלדיג, דאס האב איך געזיכט
נישט לאנג ציריק געהאט א וויכח מיט איינען צי גאט קען דארכפירן אן עלעפאנט אין א לאך פין א נידעל אן קלענער מאכן דעם עלעפאאנט אדער גרעסער מאכן די נידעל, אויף דער וועלט.
איך מיין דאס הייסט מכת הנמנע
נא בין איך נישט קיין אפיקורס

הקטן: גאט קען מאכן אז די ביינער פונ'ם עלעפאנט זאללן זיין פלעקסיבל. און זיי זאללן זיך קענען אדורכשטופן דעם לאך פון די נאדל. אויך קען ער/זי מאכן אז די מאטעריאל פון די נאדל זאלל זיין פלעקסיבל, ווייעך און בויגזאם. א קאמפראמיס אין די ראמען פון די געזעצן פון די נאטור. מ'קען זעהן מעין זה אין די רעאליטעט. א מייזל קען זיך אדורכשטופן א פיצל לאך. וואס לויט די נאטור וואלט אויסגעזעהן אז זי קען נישט דורכשטופן דארט איהר גוף. ווייל איהרע ביינער זענען פלעקסיבל...!

אבער אז דער אייבישטער קען פאטענציאל אהערשטעללן אזא געשעהעניש, מיינט נישט אז ער טוט עס. ווייל די גמ' זאגט..."קוב"ה לא עביד ניסא במגני"... דער אייבישטער מאכט נישט א נס פאר גארנישט ער איז נישט קיין מעדזשיש'ן וואס באווייזט קונצן...!

נאר ווען עס פעהלט אויס. אויך אין זכות פון א צדיק. אזוי ווי ביי אלישע הנביא. ווען ער האט געוואלט העלפן די ארימע אלמנה וועלכע האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן די רענט. און איהר לענדלארד האט זי געוואלט ארויסלייגן פון די דירה. האט ער אויך מתפלל געווען. און די ביסל אויל וואס זי האט געהאט אין א כלי איז געווארן זייער שטארק פארמערט. ווילאנג זי האט געהאט ליידיגע כלים, האט זיך געגאסן אויל. דאס איז אויך א יש מיש. נישט קיין יש מאין...! ווייל וואס מער ס'איז נאנט צו די ראמען פון די טבע, איז אלס בעסער...!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:41 pm#411765
berlbalaguleh האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:געוואלדיג, דאס האב איך געזיכט
נישט לאנג ציריק געהאט א וויכח מיט איינען צי גאט קען דארכפירן אן עלעפאנט אין א לאך פין א נידעל אן קלענער מאכן דעם עלעפאאנט אדער גרעסער מאכן די נידעל, אויף דער וועלט.
איך מיין דאס הייסט מכת הנמנע
נא בין איך נישט קיין אפיקורס

הקטן: גאט קען מאכן אז די ביינער פונ'ם עלעפאנט זאללן זיין פלעקסיבל. און זיי זאללן זיך קענען אדורכשטופן דעם לאך פון די נאדל. אויך קען ער/זי מאכן אז די מאטעריאל פון די נאדל זאלל זיין פלעקסיבל, ווייעך און בויגזאם. א קאמפראמיס אין די ראמען פון די געזעצן פון די נאטור.

גוט, איז לאמער הייבן די דשעלענש, דו עלעפאנט זאל בלייבן מיט אלע קארקעטיריקיוס וואו ביס יעצט, הארטע שטארקע ביינער, און אזוי אויך די נידעל - קען דאס גאט?
קלאר אז גאט קען מאכן א נס איז זיין העכער טבע - "מקום ארון אינו מן המדה", אבער מיין דשעלענש איז בתוך הטבע! די רגע וואס איך זאג טבע מיז דאס שפילן לויט חיקי הטבע וואס גאט האט געמאכט ע"כ איז דאס א נמנע. איך בין נייגעריג גדליה צי הערן ווגען דיי טרייענגל
מיימון איך האב נאך נישט געליינט נדב
זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:58 pm#411884
זיי זאגן אז מ'קען נישט רעדן פון א רינדעכיגע טרייענגל, וועל איך דווקא יא רעדן.
והנה און נון, יעדער שרייט אז ס'איז ממש מן הנמנעים. ואני אומר, חכמים הזהרו בדבריכם. איר ווילט נישט אויסקוקן ווי רמבם וואס האט פארצייכנט אז מ'קען בשום אופן נישט פליען מיט א ספינה הפורח באויר.
יעצט דאס האבן מיר שוין געשמועסט אז קוואנטום מעקעניקס באווייזט אז ס'קען זיך יא געפינען איין זאך אין צוויי פלעצער. ווי אזוי? דאס פארשטיי איך נישט, און לויט ווי מ'ליינט פארשטייען דאס די פיזיקער אויך נישט.
נו, אז א עלעפאנט געפינט זיך סיי אין אמעריקע און סיי אין שפאניע, פארוואס זאל נישט זיין די זעלבע עלעפאנט וואס אין אמעריקע איז עס א טרייענגל עלעפאנט אבער אין שפאניע זאל עס זיין געבויט קעסטלדיג?
וועט איר מיך ענטפערן אז קוואנטום מעקעניקס ארבעט נישט מיט אזוינע פארמען. פארשטייען מיר דאך אבער אז ס'איז נאר א משל. די פוינט איז אז איינמאל דו האסט צובראכן די הארטע גדרים פון מקום קענסטו ווינטשן א גוטן טאג פאר אלע דיינע פריערדיגע הגדרות וואס האבן א שייכות מיט מקום, און אן מקום איז נישטא נישט קיין טרייענגל און נישט קיין רעקטענגל און אפילו נישט א אוועל אפיס. ס'איז אלעס די זעלבע.
איך מיין אז די גרעסטע נמנע וועט נאך זיין א פאלשע מאטעמאטישע חשבון. וואס לויט ווי מאטעמאטיקער שרייען איז דאס אמת אין אלע מעגליכע אוניווערסן.
נו נו.
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:47 am#411892
די האסט גענימען די צוויי הפכים אין עס געספליט איין איז במקום A און די אנדערע איז במקום B איז דאס שוין נישט בנושא אחד
מיר רעדן פין שני הפכים בנושא אחד
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:44 pm#411934
הקטן האט געשריבן:די האסט גענימען די צוויי הפכים אין עס געספליט איין איז במקום A און די אנדערע איז במקום B איז דאס שוין נישט בנושא אחד
מיר רעדן פין שני הפכים בנושא אחד

מיר שמועסן דאך אז איין זאך קען זיין אויף צוויי פלעצער, איז וואר?
עניוועי, כ'גיי נישט ווייטער מיט'ן שמועס ביז @ונבנתה העיר קומט נישט אהער 8-)