Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 89 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8898
מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:51 pm#411947
גדליה האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:די האסט גענימען די צוויי הפכים אין עס געספליט איין איז במקום A און די אנדערע איז במקום B איז דאס שוין נישט בנושא אחד
מיר רעדן פין שני הפכים בנושא אחד

מיר שמועסן דאך אז איין זאך קען זיין אויף צוויי פלעצער, איז וואר?

אמת, מסכים אבער איין מאל ס'איז אויף צוויי פלעצער איז שוין קיין חידוש נישט.
און אמת אריין די נקידה פין איין זאך אויף צוויי פלעצער איז די קוואנטעסענשעל שני הפכים בנושא אחד און קימט אינז צי ווייזען וואו קליין קעפאיק מיר זענען
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 12:25 am#413640
נאך איבער די נושא אויב עס איז דא זאכן וואס איז אוממעגליך אפילו פאר גאט

www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=24&topic_id=3032058&forum_id=1364

forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=28244&sid=dc3400f28a9201699ef35b973f235c30
זונטאג נאוועמבער 24, 2019 2:40 pm#439005
l viewtopic.php?f=54&t=11679 l

*

אן ענליכן טענה/הוכחה צו דועליזם [קעגן פיזיקעליזם] איז די וויסן ארגומענט וואס פרובירט אויפצוווייזן אויף די קוואליא פון זאכן. דהיינו, אז לא׳מיר זאגן ס׳דא א מענטש וואס איז ל״ע געבוירן געווארן טויב. דער מענטש האט דורכגעלערענט און זיך דערוואוסט ״אלעס״ וואס ס׳איז דא צו וויסן איבער די ״פיזישע״ פאקטן פון הערן [פונקטליך ווי אזוי די אויערן ארבעטן, פונקטליך ווי אזוי קול וועיווס זענען וכו׳ וכו׳]. דערנאך באקומט ער זיין שמיעה דורך אן אפערעישן אד״ג. באקומט דאך דעמאלטס די מושג פון שמיעה א גאנץ אנדערע און נייע באדייט פאר אים וואס ער האט נישט געהאט פריער; די קוואליא, עקספיריענס, און נפש׳דיגע חלק דערפון.

*

לגבי די הוכחה/ות פונ׳ם נפש לכשלעצמו אפגעטיילט פונ׳ם גוף [א פארעם פון דואליזם] איז דא די באקאנטע מיינד-באדי פראבלעם. דאס הייסט אז ווי אזוי פונקטליך איז די מיינד/נפש פועל אויפ׳ן גוף/באדי, וואס זענען צוויי אפגעזונדערטע ענטיטיס?

א פשוט׳ע וועג פון דאס באטראכטן איז אז די מיינד פשוט קאוזעלי און דירעקט אפעקטירט דעם גוף [אינטערעקשיניזם]. עס איז אינטרעסאנט אבער איינע פון די פראבלעמען דערמיט איז אז אויב (קאוזעל) ענערגיע האלט אין איין אריינפליסן און ארויס פון די (מיינד-באדי) סיסטעם, טוהט עס אויבנאויף גיין אקעגן דאס געזעץ פון קאנסערוועישן פון ענערגיע [אז די מאס ענערגיע (אין א סיסטעם) בלייבט אלעמאל די זעלבע און קען נישט באשאפן ווערן פונדאסניי, עס קען זיך נאר טוישן פארעמען].

צוויי פון די תירוצים אויף דעם זענען אז די מיינד טוהט נוצן דאס ענערגיע וואס איז שוין דא און פשוט טוישט דאס צו א פארעם אז עס זאל פועל׳ן אויפ׳ן גוף, אדער אז די גוף איז נישט אן אפגעזונדערטע סיסטעם וממילא איז שייך אז ענערגיע זאל אריינקומען אן גיין קעגן די געזעץ. (דר. ראבינס קאללינס טענה׳ט אז אפילו אין פיזיקס איז די געזעץ נישט אלעמאל אזוי ווייט נוגע. הגם, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער פיזיקער וואלפגאנג פאולי איז געוואר געווארן פונ׳ם ניוטרינו פארטיקל דורך דעם וואס ער האט גע׳טענה׳ט אז עפעס ענערגיע פון א ניוטראן וואס דעקעיט קען נישט אינגאנצן פארלוירן גיין אלס די געזעץ, וממילא מוז זיין אז ס׳עקזעסטירט נאך אן עלעמענטערי פארטיקל וואס איז קלענער וואס דאס איז די ניוטרינו. ואגב דאגב, א חלק פון ווי אזוי מ׳דעטעקט ניוטרינוס אינ׳ם LHC איז דורכ׳ן מעסטן די מאמענטאם פון גרעסערע פארטיקלס וואס דעקעי׳ן, און די איבעריגע מאמענטאם, וואס דאס ווערט אויך קאנסעווירט, גייט צו די ניוטרינוס. אין אן ענליכן וועג ארבעטן זיי אויך צו אידענטיפיצירן די W באסאנס.)
מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 5:35 pm#439872
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
איינע פון די טעמים פארוואס דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר א פ״ד) מאכט אוועק די דעות פון תמסטיות, בן רשד [אוועראס], און אנדערע וואס גיבן פאר דעם שכל ההיולי א הוויות און מציאות [עקזיסטענץ] בפני עצמו [עפעס א סאבסטאנץ ממש], איז מכח עפעס זייער ענליך צו די מיינד-באדי פראבלעם. דהיינו, אז ווי אזוי קענען מיר וויסן מיט׳ן שכל עפעס דורך אונזערע חושים וואס באלאנגען צום גוף וואס איז א דבר נפרד פונ׳ם שכל?, ע״ש.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 4:35 pm#442554
Re: דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן צו דער פילאזאף דר. קארל פאפער׳ס מהלך בנוגע די מיינד און באדי. דהיינו, ער האט, ווי איידער האלטן פון דעקארט׳ס דועליזם, געהאלטן פון א סארט ״טרייעליזם״. מיינענדיג, ער האט געהאלטן אז עס זענען דא דריי ״וועלטן״ וואס טוהן (קאוזעלי) אינטערעקטען צווישן זיך:

‏וועלט 1 = אלע פיזישע אביעקטן, ענערגיע(ס), געשעענישן, און ענטיטיס. (אין דעם קען מען צוטיילן צווישן לעבעדיגע זאגן און נישט-לעבעדיגע.)

‏וועלט 2 = מענטאלע און פסיכאלאגישע פראצעסן, ווי אויך סאביעקטיווע עקספיריענסן. (אין דעם קען מען צוטיילן צווישן קאנשעס און סאבקאנשעס, ועוד חילוקים.)

‏וועלט 3 = אביעקטיווע חכמה און וויסענשאפט; די פראדוקטן פונ׳ם מענטשליכן שכל. (אין דעם קען מען צוטיילן צווישן סייענס און פיקציע; ארט און הנדסה; ועוד.) דאס איז על אף אונז הא׳מיר נישט קיין אביעקטיווע מיטל געהעריג שוקל צו זיין די חכמות וכו׳, מכח דעם ווייל אונזער שכל וואס טוהט דאס שוקל זיין איז פון די סאביעקטיווע וועלט 2.

ס׳פארשטייט זיך דא וועלט 1 קאנקריט זאכן וואס זענען די פיזישע עמבאדימענטס פון וועלט 3 אבסטראקט זאכן.
מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:49 pm#442558
וועלכע זאכן פין דריטע קאטעגאריע זענען נישט אין די ערשטע קאטעגאריע?
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:35 pm#442628
דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
איה״נ. נאך מער, ער אליין צייכענט צו אז דאס (אין א חלק בערך) טענה׳ן די (מאניסטיק) פיזיקעליסטס פאר זייער שיטה פון אן אך ורק ״וועלט 1״ (ווי אויך וועט אפילו די דואליסט טענה׳ן אז אפילו די טעאריעס, חכמות וכו׳ זענען עכ״פ נישט מער ווי די פראצעסן פונ׳ם שכל; ״וועלט 2״). (הגם ער טענה׳ט יא אלס ראיה לדבריו אז די ״געדאנק/קאנצעפט״ פון, למשל, אינפיניטי ביי נומערן פער סע האט נישט קיין פיזיקאלישע עמבאדימענט, און דאך קען מען דאס נוצן אויף למעשה׳דיגע דיסקאוועריס.)

ער טוהט נאר אויף און לייגט צו אז די קאנטענט/עצם אינהאלט (וואס בלייבט אלס די זעלבע) און אביעקטיווע (חלק פון די) חכמות, די סארט וואס מ׳קען אויף זיי דן זיין צו זיי זענען ״אמת״ אדער ״פאלש״, זענען (א סארט) אומאפהענגיגע מציאות׳ן בפני עצמן. דאס איז, טענה׳ט ער, מכח דעם ווייל די זאכן טוהן (פאססיוולי און אינדירעקט) קאוזעלי אפעקטירן אויף אנדערע זאכן (אין די אנדערע ״וועלטן״ וואו מ׳״ארבייט״ מיט זיי אקטיוולי; צו ערשט גייט דאס צו ״וועלט 2״, די מחשבה פונ׳ם מענטש, און דערנאך צו ״וועלט 1״, די פיזיקאלע וועלט). אט דאס, דאס וואס ס׳טוהט קאוזעלי אפעקטירן, טענה׳ט ער איז די קרייטעריאן פאר׳ן זיין א ״מציאות״. ווי אויך טענה׳ט ער א ראיה צו זיין שיטה אז די וועלט 3 זאכן (קענען) האבן לאגישע רילעישענשיפס צווישן זיך וואס די טראכטן פראצעס פון וועלט 2 (וואס איז אויפגעקומען דערמיט) ווייסט נאך ניטאמאל. ער איז זיך אויך סומך/מיסד אויף דר. היינריך גאמפערז׳נס חילוק צווישן אביעקטיוו מחשבה און סאביעקטיוו מחשבה.

דער מח דאקטאר און פילאזאף דר. דזשאן עקלעס האט אויך א שטיקל געהאלטן אזוי ווי פאפער.

(ועיין כאן.)
מוצ"ש פעברואר 29, 2020 10:02 pm#443498
דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דער פסיכאלאג דר. פּאול בלום (צווישן אנדערע) [url=https://www.amazon.com/Descartes-Baby-Child-Development-Explains/dp/0434007994/ref=mp_s_a_1_3?keywords=descartes’+baby&qid=1583027800&sr=8-3]זאגט[/url] אז מענטשן זענען נאטורליך גענויגט אנצונעמען א מיינד-באדי דועליזם (און אז דאס גיבט די נאטורליכע נויגונג אויף אנצונעמען השארת הנפש. ועיין בדרוש אור החיים לתפארת ישראל אות א).

*

דער כוזרי (מאמר ד אות ג) רעדט אויך ארום דערוועגן ע״ש. ‏(ער רירט אויך אן אויף די געדאנק.)