דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 8:32 pm#434559
Re: מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞
איך גיי ציטירן פון אברהם בענעדיקט, אין זיין (לדעתי גאר פיינער) ארטיקל ״זמן שמחתינו במשנת קאנט״ אין וועקער 10, וואו ער איז דאס שיין מסביר. און לויט ווי ער איז עס מסביר האט עס א שייכות צו דעם אשכול ודברי יאיר, וז״ל:
״קאנט, דער גרויסער פילאזאף, האט ווי באקאנט איינגעטיילט די וועלט אין די נומענאן און פענאמענאן. די נומענאן איז די רוחניות׳דיגע וועלט וואס איז נישט צוטריטליך פאר אונז. די פענאמענאן איז די גשמיות׳דיגע וועלט ווי עס זעט אויס פאר אונזערע חושים. די רוחניות׳דיגע וועלט רופט ער אן ׳דאס דינג אום זיך׳. דאס הייסט, די זאך אליין. דאס הייסט אזוי, אז איך פרעג איינעם וואס איז אן עפל, וועט ער אוודאי אנהייבן א גאנצע ליסטע פון אייגנשאפטן פון דעם עפל, וואס דאס איז אן עפל. אן עפל איז רויט, עס איז רונדיג, מען קען דאס עסן, אא״וו. נאכדעם וואס ער וועט מיר אויסרעכענען די גאנצע ליסטע וויל איך אים פרעגן: פיין, איך ווייס שוין וועלכער פארעםעס האט, וועלכער קאליר עס איז, אז דאס איז א מאכל וכו׳ וכו׳. יעצט וואס איז אן עפל אליין? ווייל יעדער פארשטייט דאך אז די אלע אייגנשאפטן פון דעם עפל איז בלויז די צורה פון דעם עפל, עס איז אבער דא עפעס וואס ׳פארמאגט׳ די אייגנשאפטן, ווייל טאמער נישט וואלט דאך אן עפל נישט עקזיסטירט.
אז מיר קומען אן צו דעם פונקט וועט מיר יענער מוזן זאגן אז ער ווייסט נישט וואס מאכט אז אן עפל זאל זיין אן עפל, אבער ער קען מיר נאר פונקטליך שילדערן ווי אזוי אן עפל זעט אויס, כדי אז ווען איך באגעגן זיך מיט אזא אביעקט זאל איך וויסן אז דא שטייט פאר מיר אן עפל. ער ווייסט אבער נישט וואס שטייט הינטער דעם. אט דאס, די זאך אליין, וואס דער מענטש קען נישט שילדערן, איז וואס קאנט רופט אן נומענאן.
קאנט באמערקט טאקע טאקע אז מיר האבן נישט קיין צוטריט צו דער נומענאן... אזויפיל איז אבער קלאר אז ווען קאנט רעדט פון דער נומענאן איז דאס אייגנטליך גארנישט אנדערש ווי ווען קבלה רעדט פון אין סוף, אדער ווען מען רעדט פון עוה״ב וכדו׳. דאס איז אלעס דער נצחיות, וואס מיר קענען נישט באגרייפן אלס מוגבל׳דיגע מענטשן.״ ע״כ.