מי אני האט געשריבן:אפאר הערות אויף דעם אשכול:
1). דר. דאווקינס אין זיין בוך The G-d Delusion טענה׳ט אויך אז אין די מער סעקולארע אטעיסט מדינות און ערטער איז מען מער מאראליש [לויט די Normative אפטייטש פון מאראליש; די נושא פונ׳ם אשכול] ווי אין די מער רעליגיעזע מקומות (איך ווייס אז ס׳אויך דא שטודיעס וואס צייגן אז רעליגיעזע מענטשן זענען יא מער מאראליש). ווי אויך ברענגט ער אראפ אנדערע טענות וואס זענען דא ערווענט געווארן, בנוגע די טענה אז רעליגיע

מאראלן.
2). דר. דעננעט, אין זיין בוך Darwin’s Dangerous Idea (מער צום סוף), געט אן עוואלוציאנישן הסבר פאר די אויפשטייג פון מאראלן אין דעם מענטשן׳ס באוואוסטזיין. (אגב, אן ענליכען סאציאלע עוואלוציאנערישן סיבה געט דר. בערינג אן פאר די innate געפיל פונ׳ם מענטש צו רעליגיע און די אובערנאטירליך.)
3). עס ווערט ערווענט אז פארוואס זאל איינער נישט גנב׳נען וכו׳ ווען ער ווייסט אז קיינער זעהט נישט און ער וועט נישט באשטראפט ווערן. עס דארף באהויפטעט ווערן אז דאס איז דעם ערשטען שטאפל פון דר. קאהלבערג׳ס דריי (שהן זעקס) שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג.
https://en.wikipedia.org/wiki/Lawrence_ ... prov=sfti1 און איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל
viewtopic.php?f=47&t=102864). די שמועס רירט אויך אן אויף די Euthyphro Dilemma; צו ווייל ג-ט האט באפוילן עפעס איז עס גוט/ריכטיג, אדער ווייל עס איז גוט/ריכטיג האט עס ג-ט באפוילן.
https://en.wikipedia.org/wiki/Euthyphro ... prov=sfti1אגב, דאס וואס מען פרעגט (צווייטע page) צו אן ג-ט׳ס ציווי וואלט מען נישט גע׳גנב׳עט, איז אפשר משמע אין קידושין לא. אז די סארט מצות שכליית וואלט מען מקיים געווען אפילו אן ג-ט׳ס ציווי (איך ווייס וואס רש״י דארט זאגט, וע״ש במהרש״א). אויך איז כדאי צוצוצייכענען די הקדמה פון דור רביעי אז ס׳דא מאראלישע מענטשליכע זאכן וואס מ׳פארשטייט אליין וואס די תורה האט נישט געדארפט אסר׳ן.
5). הגם איך בין מסכים מיט יואליש, בין איך אבער נישט זיכער אז די אלטרואיזם פון חיות איז א ראיה לנידון דידן (ערשטע page פונ׳ם אשכול). ווייל ווי ערווענט אין די וויקיפדיה ארטיקל צוגעצייכענט (און אזוי אויך אין די Introductory Biology course אין college; עכ״פ די בוך וואס איך האב געליינט), איז דא עוואלוציענישע, ד.ה. ביאלאגישע, הסברים פאר זייער אלטרואיסטישע אויפפירונג. אין אנדערע ווערטער, כעין סעלפישע סיבות דאס צו טוהן (איך פארשטיי אז די ״סעלף״ פונ׳ם בעל חי פארדינט גארנישט דערפון, אדרבה ער פארלירט), וואס דאס נעמט אוועק פון די מאראלישע חלק פונ׳ם אלטרואיזם (חוץ אויב מען גייט זאגן אז דאס בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן נאכ׳ן טוהן דעם אלטרואיסטישן אקט, איז אויך/פונקט אזוי א בחינה פון סעלפישקייט).
Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני האט געשריבן:6). הרב סאלאווייטשיק זצ״ל, אין זיין מאמר ובקשתם משם, איז אויך נוטה צו דעם אז רעליגיע פעהלט אויס כדי קובע צו זיין מאראל ע״ש.
7). די סארט שמועסן רירן בכלל אן אויף דעם געדאנק פון מאראלישע ריעליזם/רעלעטעוויטיזם (ווי אויך אפשר מאראלישע קאגניטיוויזם).
בנוגע די שמועס איז דא די
ארגומענט פון מאראליטעט וואס טענה׳ט אז דאס (אויב מ׳נעמט אן) אז עס איז דא אן אבדזשעקטיווע מאראליטעט איז מוכיח אויף די מציאות פון ג-ט און אז ער איז דער מקור דערצו. דאס איז אויך נכלל בתוך די
טראנסאדענטעל ארגומענט פאר ג-ט וואס זאגט אז עס קען נישט זיין קיין מאראליטעט אדער לאגיק און וויסנשאפט אן ג-ט [ווייל ער שטעלט אפ דעם אינפיניט רעגרעס; און פון וואו ווייסטו דאס? און פון וואו... (ולגבי דעם אז ג-ט טוהט אפשטעלן די אינפיניט רעגרעס עיין בכעי״ז במו״נ ח״א פס״ט.)]. (דר. מיכאל לו מארטין האט גע׳טענה׳ט אז מ׳קען אויסדרייען די
טראנסאדענטעל ארגומענט אויף פארקערט און זאגן אז די מושגים פון לאגיק וכו׳ ווייזן אויף פארקערט.)
דאס איז אונטער די מהלך/פעלד אין (בעיקר קריסטליכע) טעאלאגיע,
פריסאפאזישענעל אפאלאגעטיקס/פריסאפאזישענעליזם, וואס נעמט אן (צווישן אנדערע) אז מ׳מוז אננעמען דאס עקזיסטענץ פון ג-ט און די תורה מעיקרא, ווייל אן די תורה האט דאס אלעס נישט קיין האפט און עס איז בכלל נישט שייך צו דן צו זיין און טראכטן במח ובשכל וכו׳. (כל הנ״ל קען ליידן פון צירקולער ריזענינג וכו׳).
*
דער שרייבער ארטור קלארק האט געשריבן אז ״איינע פון די גרויסע טראגעדיעס פון דאס מענטשהייט איז אז מאראליטעט איז געווארן געהיידזשעקט דורך רעליגיע״.