Under maintenance
הויפט זייט » מאראל אהן רעליגיע

מאראל אהן רעליגיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #804
פרייטאג יוני 08, 2012 2:04 pm#16872
מאראל אהן רעליגיע
מאראל איז וואס דער מענטש פארשטייט אליין אזוי דארף מען זיך פירן אדער מאראל איז וואס א רעליגיע האט אויסגעטרעטן פארן מענטש?

וואס זאל באמת מאכן א מענטש זיך אויפירן ערליך מאראליש אויב נישט עפעס א העכערע באפעל?

פארוואס זאל איך נישט טוהן מיאוסע זאכן אויפן גאס אדער פאר מענטשן אויב נישט א גייסטליכע באפעל (טאקע בושה, אבער ווער האט עס אריינגעלייגט אויב נישט די געטליכקייט?)

למשל גנבענען. פארוואס זאל איך נישט בארויבן א צווייטן ווען נישט רעליגיע? פארשטייט זיך איך רעד ווען מע איז זיכער אז קיינער זעהט נישט.
פרייטאג יוני 08, 2012 2:11 pm#16875
דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.
פרייטאג יוני 08, 2012 3:38 pm#16893
פונקט אזוי ווי דער מענטש איז מער פונעם בהמה מיט דעם וואס ער האט שכל צו טוהן פארשידענע פונקציעס וואס א בהמה קען נישט א שטייגער ווי רעדען וכו', ה"ה בנוגע מאראל, יעדער מענטש וואס ווערט אויפגעוואקסען געהריג און געזונט האט אין זיך נאטירלעך א ציל צו ארויפגעקוקט צו ווערען דורך אנדערע מענטשן און זיינע ארומיגע, וואס דאס אטאמאטיש טרייבט אים נישט צו טוהן געוויסע זאכען וואס ווערט אראפ געקוקט דורך די מענטשהייט, נאטירלעך זענען מענטשן וואס באלאנגען צו א רעליגיע מער אראפגעבונדען צו דעם, ווייל עס פעלט אים אויס א סאך העכערע סטאנדארטען וואס זיין רעליגיע און סביבה פארלאנגט ארויפגעקוקט צו ווערען, פון מענטשן וואס באלאנגען נישט צו א רעליגיע און זייער עיקר געזעלשאפט איז נישט רעליגיעזע מענטשען.
פרייטאג יוני 08, 2012 4:28 pm#16897
דא האט איר א פייערדיגע דרשה פון עלען דערשאוויץ וואו ער רופט אויס מיט פאטאס: דשארדזש וואשינגטאן וואז ראנג!

פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אננעמען זיין כפירה, אבער ער ברענגט פארט ארויס עטליכע גאר גוטע נקודות

m http://www.youtube.com/watch?v=Y0bGFiKN ... e=youtu.be m

און נעמט אינאכט: איינער וואס איז מאראליש "בלויז" צוליב זיין רעליגע, איז "סעלפיש". זיין ריכטיגע אויפפירונג האט נישט מיט קיין מאראל און ליבע צו טוהן
פרייטאג יוני 08, 2012 4:36 pm#16898
יאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.

איז וואס טוט אז איינער זאגט "איך האב מיט אוניווערסל אנגענומען נישט קיין שייכות "
וואס ענטפערט מען עם?
זונטאג יוני 10, 2012 11:14 pm#17183
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.

איז וואס טוט אז איינער זאגט "איך האב מיט אוניווערסל אנגענומען נישט קיין שייכות "
וואס ענטפערט מען עם?

דאך דארף ער אנעמען די מאראלישע געזעצן וואס באשוצן די מענטשהייט ווייל אז נישט וועט דאך זיין אנארכיע און איש את רעהו חיים בלעו. און אז ער נעמט נישט אן דארף מען אוועקנומען זיינע רעכטן זיך צו דרייען פרייערהיט צו באשוצן די מענטשהייט.
מאנטאג יוני 11, 2012 1:02 am#17194
קול גדול האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.

איז וואס טוט/ אז איינער זאגט "איך האב מיט אוניווערסל אנגענומען נישט קיין שייכות "
וואס ענטפערט מען עם?

דאך דארף ער אנעמען די מאראלישע געזעצן וואס באשוצן די מענטשהייט ווייל אז נישט וועט דאך זיין אנארכיע און איש את רעהו חיים בלעו. און אז ער נעמט נישט אן דארף מען אוועקנומען זיינע רעכטן זיך צו דרייען פרייערהיט צו באשוצן די מענטשהייט.

האסט פארגעסן מרעדט דא צו טון אן עוולה וואס קיינער גייט נישט וויסען ווער ס'האט עס געטן. במילא איז נישט
שייך "אוועקנעמען זיינע רעכטן זיך צי דרייען פרייערהייט".
דיינע ווערטער שמעקן פין די מהלך וואס די אחרונים האבן אנגענימען social contract.
איז דאס פשט אינעם רמב"ם?
האבן די דעלמאטסטיגע פיליסופן שוין געהאלטן די מהלך?

בכלל כ'האב אמאל געטראכט רוב מענטשן וואלטן געווען פינקט אזוי מאראל אן ריליגיע ווי מיט.
לאמיר טראכטען א מיניט ווען אונזרע טאטע זאגט אונז פין אלץ קליין קינד מושילע ס'איז נישט שיין צי גנבנען ,שלאגן,שרייען. וואלט מיר אויפגעוואקסן אזוי.
רוב מענטשן וואלטען נישט איינטאג זיך אפגעשטעלט טראכטן אין פרעגן ווער זאגט אז ס'איז נישט ריכטיג.
מענטשן רעדן זיך איין זיי זענען מאראליש ווייל ס'שטייט אין די עשרת הדיברות.
מאנטאג יוני 11, 2012 1:47 pm#17267
'ך מיין אז די שאלה דא האט זיך אביסל פארקירעוועט. ווען מיר זענען דן אויף די קובע פון מאראלישקייט, רעדן מיר פון די מענטשן וואס בדר"כ פירט ער זיך מאראליש וואס די סיבה דערפאר איז. דאס קען זיכער זיין א סאציאלע קאנטראקט. דאס איז גענוק סיבה אויך פאר מענטשן זיך אויפצופירן אזוי אפילו אויב קיינער זעט נישט מחמת כמה סיבות. צו אלץ הרגל, צו ווייל ער וויל האבן דעם הרגל, אדער ווייל ער האלט באמת אז אזוי איז ריכטיג און די וועלט זאל זיך פירן בשלום וביושר.

אויב זאגט א מענטש "איך האב מיט אוניווערסאל נישט קיין שייכות"... אטו בסאציאפאטן עסקינן? און אז קיינער ווייסט נישט? איז ער א באהאלטענע סאציאפאט! עונש? זיין עונש איז אז דער וועלט פירט זיך אויף א שוואכערן דרגא וואס סוכ"ס 'עט יעדער דערפין ליידן. ס'איז נאר צו האפן אז אויף עפעס א וועג גיבט ארויס זיינע באהאלטענע סאציאפאטישע נויגינגען אזש כל הקהל הקודש 'עט וויסן פון עם זיך צו היטן.
מאנטאג יוני 11, 2012 2:51 pm#17279
עס לויפט אין משפחות
מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י
מאנטאג יוני 11, 2012 8:50 pm#17335
קרעמער1 האט געשריבן:דא האט איר א פייערדיגע דרשה פון עלען דערשאוויץ וואו ער רופט אויס מיט פאטאס: דשארדזש וואשינגטאן וואז ראנג!

פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אננעמען זיין כפירה, אבער ער ברענגט פארט ארויס עטליכע גאר גוטע נקודות

http://www.youtube.com/watch?v=Y0bGFiKN ... e=youtu.be

און נעמט אינאכט: איינער וואס איז מאראליש "בלויז" צוליב זיין רעליגע, איז "סעלפיש". זיין ריכטיגע אויפפירונג האט נישט מיט קיין מאראל און ליבע צו טוהן

די גאנצע זאך איז איין שטיק כפירה!
מאנטאג יוני 11, 2012 10:20 pm#17359
דבילה כ'מיין אז די שאלה דא איז 'פארוואס א מענטש זאל זיך בכלל אויפירען מאראליש אןדי סיבה פין ריליגיע?'
די סיבה פארוואס מ רעדט בייהאלטן איז, ווייל ווען מ'זעט גייט מען אין תפיסה.
מיט דיין תמיה פין "אטו בסייקאפעט עסקינין?", דערמאנטסטי מיך די פין די סייקאפעט וואס טאנץ מיט מיידלעך אין עסט חזר.
ליידער האבן אסאך כופרישע פיליסופן געהאלטן אז סאיז נישט דא קיין סיבה פארוואס צי מארייליש
מאנטאג יוני 11, 2012 10:25 pm#17362
משכיל האט געשריבן:מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י

וןאס מיינסטי צי זאגן ? עסשטייט ובחרתה בחיים.
דינסטאג יוני 12, 2012 11:21 am#17493
באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.

מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
דינסטאג יוני 12, 2012 12:14 pm#17497
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.

מאראל אן רעליגיע איז בלאף.

וויאזוי איז דאס א ״טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח״?
דינסטאג יוני 12, 2012 12:43 pm#17501
נולד מאוחר האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י

וןאס מיינסטי צי זאגן ? עסשטייט ובחרתה בחיים.

ער מיינט ביי דיפאלט. אודאי קען זיך יעדער נעמען אין די הענט.
דינסטאג יוני 12, 2012 1:11 pm#17511
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.

מאראל אן רעליגיע איז בלאף.

רעליגיע אן מאראל איז א סכנה!

צו זאגן אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען אוטומאטיש אומארליש איז אויך א בלאף (וואס מיר האבן זיך ליעב צו זאגן). א בלאף וואס די מציאות זאגט אז ס'איז נישט אמת. גיי ארויס און רעדט מיט מענטשן און וועסט זיין שאקירט: ס'זענען דא געניג און נאך פיינע איידעלע און געטרייע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט רעליגיע. און דריי זיך ביי אונז און כ'וועל דיר צייגן געניג און נאך אומאראל (פארשטייט זיך ווייל ער איז נישט באמת רעליגיעז, וועלכע איז א סורקולער לאגיק).

פונקט אזוי ווי ווען רעליגיעזע מענטשן פירן זיך אויף אומארליש איז עס נישט ווייל ער איז רעליגיעז, אזוי אויך ווען א אומרעליגיעזע מענטש פירט זיך אויף אומאראליש איז עס נישט צוליב זיין אומרעליגיעזע אפיליעשאן. דאס זעלבע, פונקט אזוי ווי ווען א מתנחל אדער אן אראבער וועט באגיין א פארברעך אין עס תולה זיין אין זיין רעליגיע איז עס נישט אן ענדייטמענט אויף רעליגיע אין אלגעמיין, די זעלבע זאך ווען אן אומרעליגיעזע מאן באגייט אן עוולה און טוט עס בארעכטיגן מיט א ניהיליסטישע פיליזאפיע עס עס נישט קיין ענדייטמענט אויף זיין אומרעליגיעז.

צו וועלכע רעליגיע געהערן אלטוריסטישע חיות און בהמות?
דינסטאג יוני 12, 2012 1:35 pm#17518
יאנקל האט געשריבן:

די טענה איז אז ער איז וויכטיק צו עקזיסטירן פשוט פאר אונזער זיכערהייט, אז נישט זענען מיר הפקר כעפרא דארעא פאר יעדן רעפיסט און מערדער. פארוואס נישט פטור ווערן פון אלטע אומנוצלאזע מענטשן אדער קראנקע אינוואלידן וואס ליידן נאר האב רחמנות באפריי זיי פון יסורים. ווען נישט רעליגעזע מאראל וואלט די סייענטיפישע וועלט שוין געמאכט אייגענע מאראל געזעצן לא תרצח צו לא תנאף וואלט נישט געווען הייליק אבסאלוט נאר רעלאטיווע קאנסעפטן.
דינסטאג יוני 12, 2012 1:58 pm#17521
יואליש האט געשריבן:

קיינער זאגט נישט אז רעליגעזע זענען אויטאמאטיש רעליגעז אין אומרעליגעז זענען אוממארליש. די שאלה איז עקזיסטירט אזא בן אדם גערופן מאראל אן רעליגיע צו נישט.

גייט א הונגעריקער ארימאן אין וואלד זעט א עושר פארט אריבער מיט פערד און וואגן פיל מיט גאלד און זילבער, טראכט דער ארימאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט פארוואס הרגע'ך איך נישט דעם עושר נעם זיין געלט און א סוף צו מיינע ליידן. אדרבה זאגט איהם א סיבה, מאראל שמאראל איך בין הינגעריק זאגט דער ארימאן נאר איך קען מיר אליין העלפן אחת ולתמיד דער עושר האט שוין גענוק הנאה געהאט פון זיין לעבן יעצט איז מיין רייע.

און צו וועלכע רעליגיע געהערט דער טיגער וואס צופליקט דעם אומשילדיקן שעפעלע לעבעדיקערהייט? דוכט זיך דער בן אדם וועט זיך אפט פירן ווי דעם טיגער פונקט ווי ער פארמאגט אלטרואיסטישע שטריכן אויך.
דינסטאג יוני 12, 2012 2:04 pm#17522
און זיי זענען רעלעוועטיווע קאנספעטן. זאל מען הרג'ן איינער וואס זינדיגט מיט אן אשת איש? זאל מען לאזן א קינדערלאזע פארפאלק ערירי ווען די נאטור פאלט דורך? זאל מען לאזן אן אלטער איד, למשל אלישב, אויף א רעספערעטאר מיט יסורים זיך מוטשן פאר חדשים? זאל מען צווינגען מענטשן מיט אנדערע אריענטעשאנס צו בלייבן וואוינען מיט א פרוי? זאל מען א סעריאל רעפיסט לאזן אויף די פריי אדער זאל מען אים איינשפארן? זאל מען מחנך זיין די קינדער איבער נייע טעכנעלאגיע און וויאזוי צו מאכן פרנסה אין א וועלט וואס טוישט זיך ראדיקאל? זאל מען לאזן יענעם'ס הויז אפברענען אים שבת? זאל מען צוברעכען א משפחה און מאכן די קינדער לעבעדיגע יותומים אויב די מאמע ווערט ווייניגער פרום אדער אויס רעליגיעז? אנדערע מענטשן מיט אנדערע מאראל קאמפעס וועלן געבן אנדערע ענטפערס פאר יעדע פראגע, און רעליגע וועט לאו דוקא אלעמאל געבן די ענטפער וואס מיר וואלטן היינט געריפן מאראל.

די סעקולעארע וועלט האט זי אבגעגעבן מיט אינוואלידן נאך ווען מיר האבן זיי געהאלטן אין די קלאזעט. היינט זענען זיי פון די מובחרי הבריאה א דאנק די סעקולארע פאנדן עוועליבעל.

און יא, מיר זענען הפקר צו יעדן רעפיסט און מערדער. ס'איז א פאקט אינעם לעבן וואס האט עקזעסטירט נאך ווען די גאנצע וועלט איז געווען רעליגיעז.
דינסטאג יוני 12, 2012 2:06 pm#17523
בן תמליון האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.

מאראל אן רעליגיע איז בלאף.

רעליגיע אן מאראל איז א סכנה!

צו זאגן אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען אוטומאטיש אומארליש איז אויך א בלאף (וואס מיר האבן זיך ליעב צו זאגן). א בלאף וואס די מציאות זאגט אז ס'איז נישט אמת. גיי ארויס און רעדט מיט מענטשן און וועסט זיין שאקירט: ס'זענען דא געניג און נאך פיינע איידעלע און געטרייע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט רעליגיע. און דריי זיך ביי אונז און כ'וועל דיר צייגן געניג און נאך אומאראל (פארשטייט זיך ווייל ער איז נישט באמת רעליגיעז, וועלכע איז א סורקולער לאגיק).

פונקט אזוי ווי ווען רעליגיעזע מענטשן פירן זיך אויף אומארליש איז עס נישט ווייל ער איז רעליגיעז, אזוי אויך ווען א אומרעליגיעזע מענטש פירט זיך אויף אומאראליש איז עס נישט צוליב זיין אומרעליגיעזע אפיליעשאן. דאס זעלבע, פונקט אזוי ווי ווען א מתנחל אדער אן אראבער וועט באגיין א פארברעך אין עס תולה זיין אין זיין רעליגיע איז עס נישט אן ענדייטמענט אויף רעליגיע אין אלגעמיין, די זעלבע זאך ווען אן אומרעליגיעזע מאן באגייט אן עוולה און טוט עס בארעכטיגן מיט א ניהיליסטישע פיליזאפיע עס עס נישט קיין ענדייטמענט אויף זיין אומרעליגיעז.

צו וועלכע רעליגיע געהערן אלטוריסטישע חיות און בהמות?

קיינער זאגט נישט אז רעליגעזע זענען אויטאמאטיש רעליגעז אין אומרעליגעז זענען אוממארלישץ די שאלה איז עקזיסטירט אזא בן אדם גערופן מאראל אן רעליגיע צו נישט.

גייט א הונגעריקער ארימאן אין וואלד זעט א עושר פארט אריבער מיט פערד און וואגן פיל מיט גאלד און זילבער, טראכט דער ארימאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט פארוואס הרגע'ך איך נישט דעם עושר נעם זיין געלט און א סוף צו מיינע ליידן. אדרבה זאגט איהם א סיבה, מאראל שמאראל איך בין הינגעריק זאגט דער ארימאן נאר איך קען מיר אליין העלפן אחת ולתמיד דער עושר האט שוין גענוק הנאה געהאט פון זיין לעבן יעצט איז מיין רייע.

און די זאגסט אז אומרעליגיעזע מענטשן וואלטן דאס געטוהן? אדער איז דיין פראגע פארוואס זיי טוהן עס נישט?
דינסטאג יוני 12, 2012 2:11 pm#17526

יא די שאלה איז פארוואס, דאס איז דער נקודה דא און אויפדעם האט איר חביבי נישט קיין ענטפער.
דינסטאג יוני 12, 2012 2:16 pm#17528
יואליש האט געשריבן:און זיי זענען רעלעוועטיווע קאנספעטן. זאל מען הרג'ן איינער וואס זינדיגט מיט אן אשת איש? זאל מען לאזן א קינדערלאזע פארפאלק ערירי ווען די נאטור פאלט דורך? זאל מען לאזן אן אלטער איד, למשל אלישב, אויף א רעספערעטאר מיט יסורים זיך מוטשן פאר חדשים? זאל מען צווינגען מענטשן מיט אנדערע אריענטעשאנס צו בלייבן וואוינען מיט א פרוי? זאל מען א סעריאל רעפיסט לאזן אויף די פריי אדער זאל מען אים איינשפארן? זאל מען מחנך זיין די קינדער איבער נייע טעכנעלאגיע און וויאזוי צו מאכן פרנסה אין א וועלט וואס טוישט זיך ראדיקאל? זאל מען לאזן יענעם'ס הויז אפברענען אים שבת? זאל מען צוברעכען א משפחה און מאכן די קינדער לעבעדיגע יותומים אויב די מאמע ווערט ווייניגער פרום אדער אויס רעליגיעז? אנדערע מענטשן מיט אנדערע מאראל קאמפעס וועלן געבן אנדערע ענטפערס פאר יעדע פראגע, און רעליגע וועט לאו דוקא אלעמאל געבן די ענטפער וואס מיר וואלטן היינט געריפן מאראל.

די סעקולעארע וועלט האט זי אבגעגעבן מיט אינוואלידן נאך ווען מיר האבן זיי געהאלטן אין די קלאזעט. היינט זענען זיי פון די מובחרי הבריאה א דאנק די סעקולארע פאנדן עוועליבעל.

און יא, מיר זענען הפקר צו יעדן רעפיסט און מערדער. ס'איז א פאקט אינעם לעבן וואס האט עקזעסטירט נאך ווען די גאנצע וועלט איז געווען רעליגיעז.

איר זאגט סעקולארע וועלט וואס איז פארפירענד. למשל דער גאנצער אמעריקאנער סעקולארער סיסטעם איז באזירט אויף יודעא-קריסטליכע פילאזאפיע און פאקט איבער 90% גלייבן. די סייענטיפישע קאמיוניטי וואלט נאך היינט אדוואקירט צו פטור ווערן פון אלטע און אינוואלידן חאטש רוב וועלן עס נישט זאגן הויך טאקע צוליב די רעליגעזע טיף איינגעגעסענע מיינונגען ביים פאלק.
דינסטאג יוני 12, 2012 2:44 pm#17536
בן תמליון האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.

מאראל אן רעליגיע איז בלאף.

וויאזוי איז דאס א ״טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח״?

די טענה איז אז ער איז וויכטיק צו עקזיסטירן פשוט פאר אונזער זיכערהייט, אז נישט זענען מיר הפקר כעפרא דארעא פאר יעדן רעפיסט און מערדער. פארוואס נישט פטור ווערן פון אלטע אומנוצלאזע מענטשן אדער קראנקע אינוואלידן וואס ליידן נאר האב רחמנות באפריי זיי פון יסורים. ווען נישט רעליגעזע מאראל וואלט די סייענטיפישע וועלט שוין געמאכט אייגענע מאראל געזעצן לא תרצח צו לא תנאף וואלט נישט געווען הייליק אבסאלוט נאר רעלאטיווע קאנסעפטן.

דאס הייסט אז איינמאל מיר קענען אויפווייזן אז א העכערער כח איז וויכטיג פאר דער מענטשהייט, איז דאס שוין א ראיה אז עס עקזיסטירט?
דינסטאג יוני 12, 2012 4:31 pm#17551
בן תמליון האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:און די זאגסט אז אומרעליגיעזע מענטשן וואלטן דאס געטוהן? אדער איז דיין פראגע פארוואס זיי טוהן עס נישט?

יא די שאלה איז פארוואס, דאס איז דער נקודה דא און אויפדעם האט איר חביבי נישט קיין ענטפער.

ווער זאגט אז כ'האב נישט קיין ענטפער? ביז יעצט האט מען גערעדט צו ס'איז בכלל די מציאות אז אלע סארטן מענטשן האבן מאראלן. יעצט אז דו ענטפער איז א קלארע יא, גייען מיר צום צווייטן שאלה, פארוואס? דו זאגסט אז ווען נישט דו ביסט רעליגיעז וואלסטו געטוהן מה שלבך חפץ, געמארדעוועט און געפילדעוועט. דיינע ווירדן עקזעסטירן בלויז ווילאנג דו קענסט זיי ליינען פון א ספר. אבער ביסט מודה אז דאס פארענטפערט נישט די אלע אומרעליגיעזע מענטשן מיט מאראלען און ווירדן. ממילא דיין ענטפער איז גאר פעלערהאפטיג, און כ'בין חושד אז דער ענטפער איז געקומען נאך פאר די שאלה. אויב האב איך נישט גיט פארשטאנען גיב איך דער נאך א געלעגנהייט, זיי מסביר וואס דו האלסט איז די סיבה אונטער די אוניווערסל מידה פון רחמנות?

טראכט אריין אויב דיין ענטפער איז מסביר פארוואס אומרעליגיעזע פירן זיך אויך מיט מאראלן? פארוואס חיות ובהמות האבן געפילן און אלטוריסטישע רחמנות? איז עס אויך מסביר פארוואס ביים הייטי ערדציטערנישן האבן מיליאנען מענטשן, אריינגערעכנט אלע סארטן רעליגיעז ווי אומרעליגיעז, מנדב געוען מתן בסתר פון זייער סעלפאן מילאנען מיליאנען דאלארן פאר די קרבנות, יתומים ואלמנות (בשעת פון 11211 איז נישט אריינגעקומען קיין איין דאלער)?

ווען מיר וועלן פארטיג זיין מיט דיין הסבר און אויב מ'וועלן אלע מודה זיין אז ס'איז פעלערהאפטיג, העמיר ווייטער פרובירן צו טרעפען אנדערע הסברים.

(וואס אן אמת, איך בין מודה אז ע"פ לאגיק קען מען עס כמעט נישט מסביר זיין, חוץ דורך די גאלדענע רול וואס אפי' דאס איז נישט געניג, ווארום יעדער קען טראכטן, מאן ייאמר אז איך בין מחיוב צו מתקן זיין די וועלט, מאן ייאמר אז מיין קליינע פארלעצונג יעצט ווען קיינער זעהט נישט גייט ברענגן א חורבן העולם פאר אנדערע און פאר מיר. און הערשט, איז עס נישט מסביר פארוואס מ'טרעפט די אויפירונג ביי חיות. ממילא האט איך נישט אז די הסבר ליגט אין לאגיק און אויך נישט אין רעליגיע, וואס איז א סארט לאגיק.)
דינסטאג יוני 12, 2012 5:00 pm#17553

קוקט אהער פאר יעדן דוגמא פון מענטשליך רחמנות ווי הייטי אא"ו וועל איל אייך ברענגען אנדערע ווי דער מענטש איז גארנישט אזוי מאראליש ווי איר שטעלט עס אראפ, גאנצעטע מדינות אין דריטע וועלט לענדער רצחנ'ט מען, מ'רויבט ואין פוצה פה. נעמט נארט קאריע ווי מיליאנען שטארבן פאר הונגער פאר א קליקע דעספאטן. טשיינע באליוויע אא"ו. ווי זענען די הייטי יפי נפש ווען באשאר אסאד שעכט אויס פיצלעך קינדער. און ווינציק האבן זיך צוקראצט ווען היטלער האט אונז געפירט אין אויבן. איך וואלט געזאגט פארקערט דער מענטש איז פארדארבן ביסודו ער מאכט נאר א שיין פנים ביז עפעס פירט איהם אראפ פון די רעלסן. גראדע איז א פאקט אז מאראל איז דאס העכסטע אין די מערב וועלט ווי דער בייבל איז דער בייבל אבער דאס איז א זייטיקער זאך.

נעמט מיר נישט שלעכט איך ווייס אין פאקט זענען רעליגעזע נישט בעסער האב איך כאטש א ביכל ווי זייער א"ג מאראל שטייט געשריבן מה שאין כן די אנדערע זייער מאראל קענט איר נישט מסביר זיין ווי איר זענט מודה. אלטראיסם ביי חיות טרעפט זיך נאר ביי געציילטע דאס איבעריקע זענען פשוטע חיות איך האב מורא דער מענטש איז נישט קיין סאך אנדערש.
דינסטאג יוני 12, 2012 5:24 pm#17558
1) אויב סיי רעליגיעזע מענטשן און סיי אומרעליגיעזע מענטשן זענען אמאל מאראליש און אמאל נישט, טא ווי איז דיין טענה אז נאר רעליגיע קען געבן מאראלן? מיזט בהכרח מודה זיין אז נישט דאס איז עס.

2) אויב אפי' נאר איין חיה האט די מידה פון רחמנות (באמת האבן אלע, נאר טייל האבן אלטוריזים, דאס הייסט אפי' נישט פאר די אייגענע גרופע), מיזטו דאס מסביר זיין. אויב קען דיין הייפאטאסיס דאס נישט עקספלענען, איז עס פעלערהאפטיג.

3) מערב איירופע איז א גאט-לאזע שטח, און זיי האבן די זעלבע, אויב נישט מער, הומען רחמנות פון די אמעריקאנע.

5) וויאזוי ביסטו מסביר ווען א גאט-לאזע גוי פון סאן פראנציסקא איז מנדב זיין לעצטע פינעף דאלער פאר די רעד קראס?

4) א ריזן טייל פון 90% אמעריקאנע וואס גלייבן אין עפעס א סארט גאט, גלייבן נישט אין שכר ועונש, און גלייבן נישט אין די בוך, און גלייבן נישט אז גאט איז א באגריף וואס פאדערט עפעס פונעם מענטש. טא פון ווי נעמען זיי די מאראלן?

5) אויב זאכן וואס שטייען אין דיין בוך וואס דו ריפסט אן מאראלן, ווערן פארעכענט ביי 90% אמעריקאנע אלס אגרעסיווע אכזריות, דאן וויאזוי קענסטו זאגן אז די אמעריקאנע ווירדן קומען פון די בוך. אפשר איז א פערצופאל אז טייל פון זייערע ווירדן, ווי למשל גנב'נען, שטייט פערצופאל אויך אין די בוך?

6) אויב די בוך זאגט א פאל וואס מ'מעג איינעם אויספאפען, למשל א עלענדע גוי'ישע פויער אין וואלד וואס גייט קיינמאל נישט וויסן אז דו ביסט א איד און אז דו האסט אים אפגעפאפט, איז עס מאראליש עס צו טוהן? אויב נישט, וויאזוי קען זיין אז די בוך זאגט אז מ'מעג יא? און איז עס נישט א ראיה אז די בוך איז לאו דוקא עפעס וואס די וואלסט באצייכענט אלס ווירדיג?

7) קענסט נישט טראכטן פון רעליגיעזע מענטשן וואס האבן געניצט רעליגיע צו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן? טראכט קריסטן אין דער מיטל אלטער. סאו מ'קען ניצן רעליגיע פאר גיטס און פאר שלעכטס. וויאזוי שטימט דאס מיט רעליגיע גיבט א מענטש מאראלן?

8) וויאזוי אידענטפיצירט מען געמאכטע מאראלן אדער אמת'ע מאראלן? אויב איז עס א גיטע מדה איז עס גיט, אז נישט, נישט.
דינסטאג יוני 12, 2012 7:14 pm#17591
יאנקל האט געשריבן:דאס הייסט אז איינמאל מיר קענען אויפווייזן אז א העכערער כח איז וויכטיג פאר דער מענטשהייט, איז דאס שוין א ראיה אז עס עקזיסטירט?
דינסטאג יוני 12, 2012 9:42 pm#17656
איז רעליגיע בהכרח מאראליש? מחיית עמלק איז א מאראלישע זאך? ווען א חשדנות'דיגע מאן זאל זיך אנקלערן אז זיין ווייב איז עם נישט גענוק געטריי און ער כאפט זי אמאל בטעות אין א צימער מיט א צווייטן מאן, נישט קיין חילוק די אומשטענדן, און דער מאן קלערט זיך אן צו פארשעמען זיין ווייב קבל עם ועדה, איז דען דא איינער וואס זעט עפעס מאראלישקייט דערין? אבער ס'איז א חלק פון אונזער הייליגער תורה! אויב וויל מען אנקוקן מאראלישקייט מיט א החלט, איז רעליגיע נישט אדורך די בחינה!
שטעלט זיך די פראגע, איז רעליגיע די קובע פון דאס מאראלישקייט פונ'ם פאלק, אדער איז די מאראלישקייט פונ'ם פאלק א זאך וואס רעליגיע נעמט אין באטראכט און שטעלט זיך צו?
דינסטאג יוני 12, 2012 9:51 pm#17657
בכלל שטעלט זיך דא אהער אן אינטערעסאנטע נידון פארוואס א מענטש זאל יא אדער נישט טון א געוויסע פעולה, און די שאלה איז וועלכע וועט עם ברענגען צו א בעסערע החלטה, רעליגיע אדער מאראל.

לדעתי איז די גאנצע שאלה געבויט אויף בלאף. די אמת'ער סיבה פארוואס א מענטש טוט דאס אדער יענץ האט געווענליך נישט מיט רעליגיע און נישט מיט מאראל. ס'דא דערין אסאך פערזענליכע חשבונות און סיבות, און פארשטייט זיך אסאך געוואוינהייטן.
דינסטאג יוני 12, 2012 10:00 pm#17658
Re: מאראל אהן רעליגיע
מען פילט זיך גוט ווען מען טוט א גוטע זאך.
און מען דינט די אייגענע געפילען.
א מענטש וואס פארלירט די אייגינע געפיל פין זיין א גוטע מענטש איז לויט דער רמב"ם א געשטראפטע.
לויט אנדערע קען זיין אז דאס איז דער תכלית, ווייל דעמאלס טוט מען עס לשמה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
מיטוואך יוני 13, 2012 12:23 am#17689
בכלל איז די שאלה וואס איז מאראל. די וואס גלייבט נישט וועט זאגען אז דער וואס טיט עפעס ווייל ער ווארט אויף א שכר (עס לוינט זיך עם) איז עס נישט מאראליש. און דער גלייביגער האלט אז די נישט גלייביגע גאנצע lifestile איז נישט מאראליש.
מיטוואך יוני 13, 2012 12:30 am#17691
בן תמליון האט געשריבן:אוןצווועלכע רעליגיע געהערט דער טיגער וואס צופליקט דעם אומשילדיקן שעפעלע לעבעדיקערהייט? דוכט זיך דער בן אדם וועטזיך אפט פירן ווי דעם טיגער פונקט ווי ער פארמאגט אאלטרואיסטישעשטריכן אויך.

און צו וועלכע רעליגיע געהערט דער שוחט עיו"כ פארטאגס?
מיטוואך יוני 13, 2012 1:11 am#17699
כ'פארשטיי נישט, ווען א מענטש פירט זיך אויף מאראליש וועגן גאט האט געהייסן, איז עס די זעלבע ווי דער נישט ריליגיזער פירט זיך אויף מאראליש ווייל ער פארשטייט אז סאיז בעסער פאר עם אז די וועלט פירט זיך אינטער מאראליש אפמאך.
ווען גאט זאגט פיר דיך אויף מאראליש, קען א מענטש אויך פרעגן 'ני האט ער גזאגט אשר על כן,מיר קימט אויס בעסר יעצט צי גנבענען?
מוז מען דאך ציקומען נא די וועסט גיין אין געהענים אויב די גנבסט אדער גן עדן אויב די פאלגסט.
קימט אויס אז מטוט עס נאר ווייל עס לוינט זיך פאר זיך אליין.
יעצט אונז מאך מיר אלע אפ אז עס לוינט זיך פאר אינדז עטליסט פאר רוב מענטשן אז יעדער פירט זיך אויף מאראליש , וואס איז אן אמת.
איז די זעלבע זאך ווי מען פארשטייט אז מיט ריליגיע קען מען זיין מאראליש קען מען אן ריליגיע אויך.

דאס וואס מענטשן פרעגן, איינמאל ווען קיינער זעט נישט אפשר זאל איך ברעכן די אפמאך?
יעדער פארשטייט אליין סאיז נישט קיין גערעדאכטס. סוואלט געווען אזוי אין כעלעם מיט די וואסאר אין ברוינפען.
יעדער האט געזאגט נאר איך וועל ברענגען וואסאר.
מיטוואך יוני 13, 2012 1:15 am#17700
דבילה האט געשריבן:בכלל שטעלט זיך דא אהער אן אינטערעסאנטע נידון פארוואס א מענטש זאל יא אדער נישט טון א געוויסע פעולה, און די שאלה איז וועלכע וועט עם ברענגען צו א בעסערע החלטה, רעליגיע אדער מאראל.

לדעתי איז די גאנצע שאלה געבויט אויף בלאף. די אמת'ער סיבה פארוואס א מענטש טוט דאס אדער יענץ האט געווענליך נישט מיט רעליגיע און נישט מיט מאראל. ס'דא דערין אסאך פערזענליכע חשבונות און סיבות, און פארשטייט זיך אסאך געוואוינהייטן.

לויט דיין שפראך קען מען נאך אלץ פרעגן איז רעליגיע א גוטכ אויסגעהאלטנע פערזענדליך חשבון נישט צי גנבנען?
אדער איז דא א פערזענדליכע סיבה סזאל זיך מיר לוינען אויפציפירן מאראליש אן ריליגע?
מיטוואך יוני 13, 2012 1:24 am#17701
יוליש דבילה לאמיר נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרטים פין די ריליגיע הארגנען עמלק אדער בגנבנען א פויער אין וואלד.
לעטס סע סאיז דא א פערפעקט ריליגיע וואס זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונדזער מיינד.
דארף מען ציקימען דערצי כדי די מענטש זאל זיך אויפירן מאראליש ?
אדער מען קען האבן א מאראליש וועלט אן ריליגיע אויך?
מיטוואך יוני 13, 2012 1:27 am#17702
נולד מאוחר האט געשריבן:יוליש דבילה לאמיר נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרטים פין די ריליגיע הארגנען עמלק אדער בגנבנען א פויער אין וואלד.
לעטס סע סאיז דא א פערפעקט ריליגיע וואס זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונדזער מיינד.
דארף מען ציקימען דערצי כדי די מענטש זאל זיך אויפירן מאראליש ?
אדער מען קען האבן א מאראליש וועלט אן ריליגיע אויך?

אויב פאר דה סעיק אוו ארגומענט דעפינירסטו רעליגיע ווי אזא וואס ״זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונזער מיינד״ איז דאך על כרחך אז מיר דארפן נישט רעליגיע כדי צו האבן מאראליטעט, ווייל זעסט דאך אז אזא רעליגיע איז נישט פאראן און דער געפיל פאר מאראליטעט עקזיסטירט אפילו אזוי.
מיטוואך יוני 13, 2012 1:54 am#17706

סא ענטפער די שאלה איז דא אסיבה זיך אויפציפרן מאראליש אן א העכערע מצווה?
לאמיר זאגן גאט זאגט נאר פירטס ענק מאראליש אין נישט וואס מאראליש מיינט וואלסטו אליינס פארשטאנען אז גנבנען טאר מען נישט. יעצט ווען גאט זאגט גארנישט וואלסטו געגנבט?
מיטוואך יוני 13, 2012 8:29 am#17712
יואליש האט געשריבן:1) אויב סיי רעליגיעזע מענטשן און סיי אומרעליגיעזע מענטשן זענען אמאל מאראליש און אמאל נישט, טא ווי איז דיין טענה אז נאר רעליגיע קען געבן מאראלן? מיזט בהכרח מודה זיין אז נישט דאס איז עס.

2) אויב אפי' נאר איין חיה האט די מידה פון רחמנות (באמת האבן אלע, נאר טייל האבן אלטוריזים, דאס הייסט אפי' נישט פאר די אייגענע גרופע), מיזטו דאס מסביר זיין. אויב קען דיין הייפאטאסיס דאס נישט עקספלענען, איז עס פעלערהאפטיג.

3) מערב איירופע איז א גאט-לאזע שטח, און זיי האבן די זעלבע, אויב נישט מער, הומען רחמנות פון די אמעריקאנע.

5) וויאזוי ביסטו מסביר ווען א גאט-לאזע גוי פון סאן פראנציסקא איז מנדב זיין לעצטע פינעף דאלער פאר די רעד קראס?

4) א ריזן טייל פון 90% אמעריקאנע וואס גלייבן אין עפעס א סארט גאט, גלייבן נישט אין שכר ועונש, און גלייבן נישט אין די בוך, און גלייבן נישט אז גאט איז א באגריף וואס פאדערט עפעס פונעם מענטש. טא פון ווי נעמען זיי די מאראלן?

5) אויב זאכן וואס שטייען אין דיין בוך וואס דו ריפסט אן מאראלן, ווערן פארעכענט ביי 90% אמעריקאנע אלס אגרעסיווע אכזריות, דאן וויאזוי קענסטו זאגן אז די אמעריקאנע ווירדן קומען פון די בוך. אפשר איז א פערצופאל אז טייל פון זייערע ווירדן, ווי למשל גנב'נען, שטייט פערצופאל אויך אין די בוך?

6) אויב די בוך זאגט א פאל וואס מ'מעג איינעם אויספאפען, למשל א עלענדע גוי'ישע פויער אין וואלד וואס גייט קיינמאל נישט וויסן אז דו ביסט א איד און אז דו האסט אים אפגעפאפט, איז עס מאראליש עס צו טוהן? אויב נישט, וויאזוי קען זיין אז די בוך זאגט אז מ'מעג יא? און איז עס נישט א ראיה אז די בוך איז לאו דוקא עפעס וואס די וואלסט באצייכענט אלס ווירדיג?

7) קענסט נישט טראכטן פון רעליגיעזע מענטשן וואס האבן געניצט רעליגיע צו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן? טראכט קריסטן אין דער מיטל אלטער. סאו מ'קען ניצן רעליגיע פאר גיטס און פאר שלעכטס. וויאזוי שטימט דאס מיט רעליגיע גיבט א מענטש מאראלן?

8) וויאזוי אידענטפיצירט מען געמאכטע מאראלן אדער אמת'ע מאראלן? אויב איז עס א גיטע מדה איז עס גיט, אז נישט, נישט.

אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.
מיטוואך יוני 13, 2012 10:21 am#17737
בן תמליון האט געשריבן:אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.

דו הערסט אויף מיט די "ספליט די דיפרענס" קאפ אוט! רעדט נישט אין מיין נאמען, קענסט רעדן פאר דיר.

ביז אהער איז די שמועס געגאנגען לשטתך, און די קשיות זענען געווען לשטתך. יעצט אז דו מודה אז דו פארמאגסט קיין ענטפער מיינט דאס אז די האסט אויפגעגעבן אויף די טענה אז רעליגיע איז דאס איינצוגסטע סיבה אדער הסבר פארוואס איימיצער זאל זיך פירן מאראליש. אבער אנשטאט צו זיכען דעם ענטפער, ביסטו גלייך געלאפן צום צווייטן עקסטרעם אז "ס'איז נישט דא קיין ענטפער" אלעס ווייל אין א וועלט ווי ס'איז נישט דא קיין ענטפער, קען דאך דין (אפגעפרעגטע) ענטפער פון רעליגיע זיין פונקט אזוי לעגיטים. אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא אנדערע בעסערע ענטפערס, און אויב זיי זענען נאכנישט נישט געניג קלאר, טוהן זיי אבער מסביר זיין סך א ברייטערע סקאפ פון וואס רעליגיע קען מסביר זיין, און ועל כולם, די ענטפערס זיכן זיך צו דערגרינטעווען צום אמת, און נישט צו שטופן א דאגמע.

וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן

לעת עתה איז דער שליסל, און דער וועג וויאזוי מיר האבן זיך די לעצטע פינעף הונדערט יאר געריקט פאראויס פונעם לעת עתה'דיגן נישט באגרייפן איז געווען דורך זיכן מיט אן אמת, זיכן מיט ראיות, באטראכטן אלע אבזערוואציעס, טעסטן און טעסטן און טעסטן און ערלויבן יעדע מעגליכע ענטפער צו מאכן זיין קעיס און ווערן אפגעפרעגט לאגיש. סאו די לעת עתה פון היינט שטעלט זיך נישט אפ, ס'פארט ווייטער עז ווי ספיעק.

(דרך אגב, כ'האב דיר אינזין געהאט צו פרעגן פון ווי נעמסטו דאס אז סייענס וויל הרג'נען אינוואלידן? האסט עס געהערט דירעקט פון ר' אביגדור מילער, אדער נאר נאכגעהערט בשמו?)
מיטוואך יוני 13, 2012 2:33 pm#17801

איך האב ר' מיללערן קיינמאל געהערט איך האב געהערט סעם העריס (ער'ז שטארק ווי אייזן גראדע) גענוג סאו איך קום שוין פון דארט ווי דו גייסט מעגליך. אמת אז סייענס מאכט פראגרעס אין די לענג און ברייט נאך אלץ אויף אזאלכע ערנסטע פראגעס ווי סיבה ראשונה האלטן זיי נאך פארן אלף אזוי אויך צו עס איז דא בחירה וואס פון א סיינעטיפישן קוק איז עס נישט פארהאן ווייל וואס א מענטש טוט זענען גענעטיקס און ענווייראמענט זיינע משלחים ווי אויך אונזער שמועס דא צו מאראל איז א חפצא אן רעליגיע. אלזא אז מיר האבן קיין ענטפערס אויף די וויכטיקסטע פונדאמענטן פון אונזער עקזיסטענס קענען מיר נישט שרייען צו הויך אז דער אמת איז נישט דארט נאר דא. אבסאלוט אמת עקזיסטירט נישט דערווייל ביז ס'וועט ווערן מקוים ומלאה הארץ דעה כמים לים. כנלע"ד והבוחר יבחר.
מיטוואך יוני 13, 2012 2:34 pm#17802
בן תמליון האט געשריבן:
אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.

אז רעליגיע איז די גריגסטע תשובה מאכט עס נאכנישט פאר אן אמת. עס איז גאר מסבר וויאזוי סהאט זיך אזוי שטארק אריין געריסן די לעצטע פאר טויזנט יאר.
מיטוואך יוני 13, 2012 3:02 pm#17805
בן תמליון האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:.

(דרך אגב, כ'האב דיר אינזין געהאט צו פרעגן פון ווי נעמסטו דאס אז סייענס וויל הרג'נען אינוואלידן? האסט עס געהערט דירעקט פון ר' אביגדור מילער, אדער נאר נאכגעהערט בשמו?)

איך האב ר' מיללערן קיינמאל געהערט איך האב געהערט סעם העריס (ער'ז שטארק ווי אייזן גראדע) גענוג סאו איך קום שוין פון דארט ווי דו גייסט מעגליך. אמת אז סייענס מאכט פראגרעס אין די לענג און ברייט נאך אלץ אויף אזאלכע ערנסטע פראגעס ווי סיבה ראשונה האלטן זיי נאך פארן אלף אזוי אויך צו עס איז דא בחירה וואס פון א סיינעטיפישן קוק איז עס נישט פארהאן ווייל וואס א מענטש טוט זענען גענעטיקס און ענווייראמענט זיינע משלחים ווי אויך אונזער שמועס דא צו מאראל איז א חפצא אן רעליגיע. אלזא אז מיר האבן קיין ענטפערס אויף די וויכטיקסטע פונדאמענטן פון אונזער עקזיסטענס קענען מיר נישט שרייען צו הויך אז דער אמת איז נישט דארט נאר דא. אבסאלוט אמת עקזיסטירט נישט דערווייל ביז ס'וועט ווערן מקוים ומלאה הארץ דעה כמים לים. כנלע"ד והבוחר יבחר.

כ'ווייס נישט אויב די מאכט בכוונה א קיגל מיט כוח הראשון און פרי וויל, אבער לאמיך ריפן דיין אטענשאן אז דא באהאנדעלט מען די רילעשאנשיפ צווישן רעליגיע און מאראל. די ארגומענט אז מאראל קומט אך ורק פון רעליגיע איז מופרך משני צדדים, סיי אז ס'איז דא מאראל אן רעליגיע און סיי אז ס'איז דא רעליגיע אן מאראל. ממילא מיש נישט ארום אלע רעליגיעזע טאלקינג פאונטס איבער די גרעניצען פון וויסענשאפט, לאמיר זיך האלטן צום ענין און כ'מיין ס'איז קלאר אז דו האסט אויפגעגעבן די קלעים לטובת רעליגיע און יעצט פרובירסטו צו ראטעווען אז רעליגיע איז עכ"פ א מעגליכע עלעמענט אין מאראל, וואס כ'מיין ווי שוין אויסגעשמועסט האט עס פונקט אזוי נישט קיין באזיס. אבער כ'וועל עס לאזן ביי דעם.
דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:48 am#17895
ר' יואליש איז נישט ריליגיע א טאל tool וואס מען קען ניצן אויף גיטס אין אויף שלעכטס?
אזוי ווי אסאך האבן געטענהט דא אויף די אינטרנעט.
למעשה היינט קען איך ניצן ריליגע פאר מייינע קינדער אין זיי זאגן די הייליגעבאשפר האט געזאגט מען טאר נישט טשעפנען אין נישט אריינבאקן אין עם עז ווען ער טרעפט אן עמליקי זאל ער עם הרגנן.
וואס איך מיין ציפרעגן איז, איז ניץט א ריליגיע א ווירקזאמער מעטאד צי מחנך מענטשן? פארשטייט זיך אויב מען ניצט ווי ס'ברויך צי זיין.
כ'פארשטיי די טענהסט סאיז א סכנה.
די תיריץ איז, אויב איז עס א ווירקזאמער tool ווען מניצט עס ווי סברויך צי זיין, אין נישט סתם ווירקזאם נאר מער ווירקזאם ווי די אנדרע אפציעא, ווי ציזאגן פארן קינד שלאג נישט סנישט שיין אדער סנישט ריכטיג. דעמאלטס דארף מען ניצן די tool אזוי ווי אלע אנדרע tools וואס האבן סכנה ריסקס אינוואלווד.
דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:11 am#17896
נולד מאוחר האט געשריבן:ר' יואליש איז נישט ריליגיע א טאל tool וואס מען קען ניצן אויף גיטס אין אויף שלעכטס?
אזוי ווי אסאך האבן געטענהט דא אויף די אינטרנעט.
למעשה היינט קען איך ניצן ריליגע פאר מייינע קינדער אין זיי זאגן די הייליגעבאשפר האט געזאגט מען טאר נישט טשעפנען אין נישט אריינבאקן אין עם עז ווען ער טרעפט אן עמליקי זאל ער עם הרגנן.
וואס איך מיין ציפרעגן איז, איז ניץט א ריליגיע א ווירקזאמער מעטאד צי מחנך מענטשן? פארשטייט זיך אויב מען ניצט ווי ס'ברויך צי זיין.
כ'פארשטיי די טענהסט סאיז א סכנה.
די תיריץ איז, אויב איז עס א ווירקזאמער tool ווען מניצט עס ווי סברויך צי זיין, אין נישט סתם ווירקזאם נאר מער ווירקזאם ווי די אנדרע אפציעא, ווי ציזאגן פארן קינד שלאג נישט סנישט שיין אדער סנישט ריכטיג. דעמאלטס דארף מען ניצן די tool אזוי ווי אלע אנדרע tools וואס האבן סכנה ריסקס אינוואלווד.

אודאי קען רעליגיע גענוצט ווערן ווי א טאל! ס'דאך מעשים בכל יום! וואס דען איז די פאלטשע פראפאגאנדע פון מופתים צו משפיע זיין אויף מענטשן צו געבן צדקה? אבער אויב די באנוצער פון דעם טאל האבן נישט קיין מאראלישקייט, אם אין דעת הבדלה מנין! קום מען ווייטער צוריק צום זעלבן צד אז מאראלישקייט עקזיסטירט אומאפהענגיק פון רעליגיע!
דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:26 am#17899
מאראל אהן רעליגיע
נולד מאוחר האט געשריבן:סא ענטפער די שאלה איז דא אסיבה זיך אויפציפרן מאראליש אן א העכערע מצווה?
לאמיר זאגן גאט זאגט נאר פירטס ענק מאראליש אין נישט וואס מאראליש מיינט וואלסטו אליינס פארשטאנען אז גנבנען טאר מען נישט. יעצט ווען גאט זאגט גארנישט וואלסטו געגנבט?

איך מיין אז די טרוקענעענטפער איז 'ניין'.
אויב עס איז נישט דא א וועג אז איך זאל ווערן עפעקטיד לרע דורך מיין אקט,
עס קען נאר ארויס קומען פאר מיר פאזיטיב תוצאות, וואס זאל מיך צוריקהאלטן?

However, the devil is in the details.

די קעטש דא ליגט גלייך אין די ערשטע תגובה. "למשל גנבענען. פארוואס זאל איך נישט בארויבן א צווייטן ווען נישט רעליגיע? פארשטייט זיךאיך רעד ווען מע איז זיכער אז קיינער זעהט נישט"

עקזעקטלי ווען איז דעס? קיינמאל נישט! אין אנדערע ווערטער, קיינער עקט נישט מאראליש אדער אומאראליש לשם מאראל אדער רעליגיע. ס'איז אלעס פערסאנעל חשבונות.

סא די מעין קוועסטשען "איז דא מאראל אן רעליגיע" ווערט בלויז טיארעטיש, און עס העלפט נישט שטופען רעליגיע פאראויס.
דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:33 am#17919
היות יעדער מענטש ווערט געבוירען מיט א אינטערעסן און א אדשענדא וואס מען רופט עס בלשוננו "נגיעות" ווערט אלעס וואס מען טוט געפירט לויט די נגיעות, דער וואס איז וואויל איז ווייל זיינע נגיעות שרייבען אזוי פאר, ממילא איז די גאנצע שאלה דא נישט רעלעווענט,י

Quote:
why are people FRUM ? because it tastes good, the problem is that sometimes the potato kugel tastes even better.
פרייטאג יוני 15, 2012 1:06 am#18055
אן אינטערסאנטע TED איבער אריינגעבויטע מאראלען און וויאזוי עס ציטייטלט זיך ציווישן רעכטע אין לינקע.
און אז מאראל קומט נישט פין רעליגע אבער רעליגיע העלפט עס צי.
(ווארענינג נישט איידל בילד אנהייב פאר געוויסע)
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:26 pm#36384
איך וואלט געוואלט פארשטיין די חילוק פון אמלעדיגיעז און עיטיעסט
ווי אויך שרייבט דער ספר העיקרים אז עס איז דא מאראל פון בין אדם לחבירו וואס האט גארנישט מיטן אייבערשטן צוטוהן
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:51 pm#36424
נס קאווע האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פארשטיין די חילוק פון אמלעדיגיעז און עיטיעסט
ווי אויך שרייבט דער ספר העיקרים אז עס איז דא מאראל פון בין אדם לחבירו וואס האט גארנישט מיטן אייבערשטן צוטוהן

אמלעדיגיעז? מיינסט אומרעליגיעז? אומריליגיעז איז אן הנהגה, עטיאסיט איז אין מחשבה. מקען זיין א מאמין אין זיין אומריליגעז.

קענסט געבן א מראה מקום צי די עיקרים?
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:31 pm#37290
א דאנק איך האב געמיינט אז יעדער גוי וואס איז מודה אין א ג-ט הייסט אוטאמאטיש רעליגיעז

לגבי דעם עיקרים עס איז גאנץ אין אנהייב ווי ער הייבט אהן מיט די יסודי הדת און ער'ז מסביר אז ס' דא א חילוק פון דת נימוסית און דת אלוקית אדי ווילסט קען איך דיר נאכקוקן ווי עס שטייט