Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 94 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7293
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:27 pm#227184
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:והוא הדין לגבי לאגיק.

אז וואס ?

אז אויף די ווארהייט פון לאגיק אליין קענסטו נישט ברענגען קיין לאגישע ראיות, מוז מען זאגן אז מ'גלייבט באמונה פשוטה אין לאגיק.

אויף לאגיק איז דא פיזישע ראיות.
ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?
לאגיק איז א מאטעמאטישע מעטאד פון פעסשטעלן דבר מתוך דבר וואס דער מעטאד איז פעסגעשטעלט געווארן און איז אין איינקלאנג מיט רעאליטעט.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:34 pm#227186
נהורא נפישא האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?

ראיות זענען פארהאן. די שאלה איז וואס איז די ראיה אז מיר דארפן גלייבן די ראיות. און וואס איז די ראיה אז מען דארף גלייבן די ראיה אז מען דארף גלייבן די ראיות. ביז אויס.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:37 pm#227188
דאס איז שוין נאנסענס, וויל מיר פערסיוון רעאליטעט און איר אייגנארטיגע וועג, ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען אויב אינזער רעאליטעט איז אמת צו נישט, ווייל דאס איז די איינציגסטע אמת וואס מיר ווייסן.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:41 pm#227189
און וואס איז די הוכחה אז טאמער מ'גלייבט נישט אין לאגיק אז מען זיך טאקע אויפפירן אומלאגיש? אויך לאגיק.... נו אפשר אז מ'גלייבט ''נישט" אין לאגיק איז ווייטער ראטזאם צו מאכן "לאגישע באשלוסן" כדי זיך אויפצופירן אומלאגיש... באט דען עגעין דאס איז דאך שוין ווייטער לאגיק. נו אפשר טון וואס מ'וויל... ווייטער לאגיק.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:46 pm#227192
אז מ'גלייבט נישט אין לאגיק אויב ס'דא אזא זאך , פירט מען זיך נאכנישט סיסטעמאטיש אומלאגיש, ס'מיינט אז מ'קעירט נישט פאר לאגיק
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:48 pm#227193
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס איז שוין נאנסענס, וויל מיר פערסיוון רעאליטעט און איר אייגנארטיגע וועג, ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען אויב אינזער רעאליטעט איז אמת צו נישט, ווייל דאס איז די איינציגסטע אמת וואס מיר ווייסן.

דאס אליין איז אויך נישט ריכטיג. אבער מיין שאלה איז, וואס איז די ראיה אז אויב דו האסט יעצט א הונדערטער און דו גייסט מארגן קריגן נאך איינס וועסטו האבן צוויי הונדערט. ווייל היינט האט עס פאסירט מיינט נאכנישט אז מארגן וועט זיך עס איבער'חזר'ן. ווען דו קומסט אויף מיט א ראיה, וועסטו נאכדעם מיר דארפן אויפווייזן פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה, און נאכדעם פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה אז איך דארף גלייבן די ראיה.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:49 pm#227194
וואסערע חלק פון די ציטירטע זאץ איז נישט ריכטיג ?
לגבי דאס אויב ס'וועט זיך איבערחזרן, איז שוין נכלל מיין ענטפער אינעם ציטירטן זאץ, כנראה ביסטו דאס נישט משיג.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:50 pm#227196
נהורא נפישא האט געשריבן:אז מ'גלייבט נישט אין לאגיק אויב ס'דא אזא זאך , פירט מען זיך נאכנישט סיסטעמאטיש אומלאגיש, ס'מיינט אז מ'קעירט נישט פאר לאגיק

נישט קעירן פאר לאגיק ווייל מ'גלייבט נישט דערין, איז גאנץ "לאגיש" געטראכט, איך וואלט געזאגט אז "יא קעירן" איז אומלאגיש.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:54 pm#227197
מאטי האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אז מ'גלייבט נישט אין לאגיק אויב ס'דא אזא זאך , פירט מען זיך נאכנישט סיסטעמאטיש אומלאגיש, ס'מיינט אז מ'קעירט נישט פאר לאגיק

נישט קעירן פאר לאגיק ווייל מ'גלייבט נישט דערין, איז גאנץ "לאגיש" געטראכט, איך וואלט געזאגט אז "יא קעירן" איז אומלאגיש.

נישט ריכטיג ווייל נישט קעירן מיין איך דאך אויך נישט סיסטאמאטיש.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:01 pm#227200
צווייטענס איך גלייב נישט אז ס'איז טאקע שייך אז א מענטש זאל זיין סיסטאמאטיש אנטי-לאגיש ווייל די מח איז א לאגיש פראצעסירנדן מאשין, די חילוק פשוט פון איינער דעם אנדערען איז, אז איינער ברענגט אריין פאלטשע הנחות ביים בויען זיין לאגיק אדער איז זיין לאגיק נישט אויסגעהאלטן ווייל ער פארלירט טרעק מכח קאנצעטראציע אישאוס.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:06 pm#227202
אלזא דו האלטסט אז לאגיק איז א מחייב, ס'נישט שייך קיינע קאנטינזשעניס.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:11 pm#227203
נהורא נפישא, לערן דאס דורך נאכדעם וועלן מיר רעדן. m http://plato.stanford.edu/entries/induction-problem/ m
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:27 pm#227205
יאיר האט געשריבן:נהורא נפישא, לערן דאס דורך נאכדעם וועלן מיר רעדן. http://plato.stanford.edu/entries/induction-problem/

לויט דעם קען טאקע עטיקס קיינמאהל נישט זיין אינדאקטיוו ריעזאנינג נאר אויב ס'איז באיאנד עקספעריענס A priori . למשל לויט ז'אן סטוארד מיל בשיטת Utilitarianism דארף מען קודם האבן אן עקספיריענס פון "פלעזשור" כדי צו וויסן וואס עטיקס איז. לויט די גריכן אודאי נישט, דער איינציגער וואס זאגט אז עטיקס איז פארהאן איידער עקספיריענס איז "קאנט".
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:00 pm#227211
נהורא נפישא האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איז פארהאן עפעס וואס איז בכלל מחייב? אבוויעסלי, אויב נישט וואלט מען געבליבן אין בעט צופרי. וואס איז דער מחייב ארויסצוגיין? צווישן די אפציע פון "בלייבן אין בעט" און "ארויס גיין פון בעט" האט זיך ארויסגעשטעלט אז "ארויסגיין פון בעט" איז א בעסערע אפציע. איז 'די היגיון/מחשבה/ וואס האט באשטימט אז "ארויסגיין פון בעט איז א בעסערע אפציע' מחייב ארויסצוגיין פון בעט?

אוודאי ווילסטו טוען דאס וואס די באשלוסט איז א בעסערע אפציע, אבער וויאזוי דעפינירסטו בעסערע אפציע, פראגמאטיזם איז דאך פשט וועלן טוען די בעסטע אפציע, נאר אז ס'קומט אריין אמונות און הנחות אז "מ'דארף" זיך פירן לויט געוויסע געזעצן טוישט דאס די אויסגאנג פון בעסערע אפציע, מיין שאלה איז צו ס'איז דא עפעס א געוויסע הנחה אויף וואס ס'איז שייך צו זאגן אז "מ'דארף" זיך צופירן, און אויב יא וואס מיינט אז מ'דארף.
ניין ס'איז נישטא, פילאזאפן זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן, זיי האבן פשוט פרובירט אויסצוטרעפן דאס בעסטע וועג ווי אזוי אנצוקמען צום בעסערע אפציע, גענוי וואס דו פרובירסט יעצט צו טון. אן דאס איז בעצם די דעפיניציע פון פילאזאפיע.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:12 pm#227214
מאטי האט געשריבן:איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.

מאכן א בעסערע באשלוס איז קיינמאל נישט קיין חיוב, עס איז נאר א ״בעסערע אפציע״. עס גייט גארנישט געשעהן אויב דו גייסט נישט מאכן די בעסערע באשלוס.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:15 pm#227215
יעצט כאפ איך אז מאטי האט דאס געמיינט:
מאטי האט געשריבן:און אויב מ'דארף נישט, דארף מען נישט דארפן?


ATUB @מאטי ATUB מיט אזעלכע גבאים, ווער דארף רבי׳ס?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:18 pm#227216
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:והוא הדין לגבי לאגיק.

אז וואס ?

אז אויף די ווארהייט פון לאגיק אליין קענסטו נישט ברענגען קיין לאגישע ראיות, מוז מען זאגן אז מ'גלייבט באמונה פשוטה אין לאגיק.

יאיר, גלייב מיר אז כ׳האב שוין לאנג אין מיינע דרעפטס אן אשכול איבער לאגיק און אינטואציע. איך וועל נישט יעצט שרייבן די גאנצע אריכות, אבער אין איין ווארט. לאגיק איז גארנישט אויב נישט קיין הנחות.
לאגיק איז סך הכל א (הונדערט פראצענטיגע פארזיכערטע) וועג צו ציהען מסקנות פון ערשט אוועקגעלייגטע הנחות. (באקאנט אלס ״עקסיאמס״).
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:19 pm#227217
פארוואס? האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.

מאכן א בעסערע באשלוס איז קיינמאל נישט קיין חיוב, עס איז נאר א ״בעסערע אפציע״. עס גייט גארנישט געשעהן אויב דו גייסט נישט מאכן די בעסערע באשלוס.

אויב ס'גייט "גארנישט" געשען, דאן מיט וואס איז דאס בעסער?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:23 pm#227219
נהורא נפישא האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?
לאגיק איז א מאטעמאטישע מעטאד פון פעסשטעלן דבר מתוך דבר וואס דער מעטאד איז פעסגעשטעלט געווארן און איז אין איינקלאנג מיט רעאליטעט.

יא. איך וויל דיר זאגן אז מיט ״לאגיק״ אליינס קענסטו נישט צוקומען צו דו מסקנא אז 100+100=200.
דו וועסט מוזן קודם אראפלייגן עקסיאמעס.
אדער אפילו בכללות, ווייס מיר אויף מיט ריין לאגיק, אז ווען איך טוה אריטמאטישע פעולה מיט צוויי נומערן, קען די תוצאה זיין ״בלויז״ איין נומער.
סתם, דיר צו לאזן וויסן, עס איז דא מאטעמאטישע פעולות וואס ס׳דא מער ווי איין סאלושן פאר א פראבלעם. (למשל, וואס איז דער סקווער רוט פון די סקווער פון צוויי. 1) צוויי. 2). מינוס צוויי.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:25 pm#227220
מאטי האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.

מאכן א בעסערע באשלוס איז קיינמאל נישט קיין חיוב, עס איז נאר א ״בעסערע אפציע״. עס גייט גארנישט געשעהן אויב דו גייסט נישט מאכן די בעסערע באשלוס.

אויב ס'גייט "גארנישט" געשען, דאן מיט וואס איז דאס בעסער?

איך מיין צו זאגן עס גייט גארנישט געשעהן אויסער מיט דעם וואס ס׳איז בעסער. יו גאט מיי פוינט.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:29 pm#227222
נו...ווען איך לויף דורך די גאס מיט פארמאכטע אויגן גייט אויך "גארנישט" געשען חוץ פון די קאנסעקווענצן וואס נישט קוקן האט קעגן די בעסערקייט פון יא קוקן. איז דאס מחייב צו קוקן?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:46 pm#227241
פארוואס? האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז ס'איז נישט פארהאן קיין פיזישע ראיות אז אויב איך האב באקומען צוויי מאל הונדרעט דאללאר, דאן האב איך צוויי הונדרעט דאללאר ?
לאגיק איז א מאטעמאטישע מעטאד פון פעסשטעלן דבר מתוך דבר וואס דער מעטאד איז פעסגעשטעלט געווארן און איז אין איינקלאנג מיט רעאליטעט.

יא. איך וויל דיר זאגן אז מיט ״לאגיק״ אליינס קענסטו נישט צוקומען צו דו מסקנא אז 100+100=200.
דו וועסט מוזן קודם אראפלייגן עקסיאמעס.
אדער אפילו בכללות, ווייס מיר אויף מיט ריין לאגיק, אז ווען איך טוה אריטמאטישע פעולה מיט צוויי נומערן, קען די תוצאה זיין ״בלויז״ איין נומער.
סתם, דיר צו לאזן וויסן, עס איז דא מאטעמאטישע פעולות וואס ס׳דא מער ווי איין סאלושן פאר א פראבלעם. (למשל, וואס איז דער סקווער רוט פון די סקווער פון צוויי. 1) צוויי. 2). מינוס צוויי.

סארי, כ׳האב אביסל געמישט צווישן סאלושנס און רעזולטאטן, אבער דער פוינט איז די זעלבע.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:31 pm#227250
יאיר האט געשריבן:נהורא נפישא, לערן דאס דורך נאכדעם וועלן מיר רעדן. http://plato.stanford.edu/entries/induction-problem/

ייש"כ פארן צו לינקן אזא געדאנקן פראוועצירנדן ארטיקל, די איינציגע פראבלעם מיר זענען אין די סאמע ברען פון די הייליגע טעג, און ווי נעמט די צייט דורכצוטאהן אזעלכע קאמפליצירטע נושאים, איך האף אז לכשאפנה אשנה.
האמת אגיד ולא אכחיד אז איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין פיליזאפיע, נישט און איר היסטאריע, נישט אין איר פילפארביגע שיטות, נישט און אירע טערמאנאלאגיעס, דאן ערלויבט מיר אראפצושטעלן עטליכע הנחות, און זאגט מיר וואו איר זענט נישט מסכים, לאור דעם צוגעלינקטן שמועס.
דעקארט האט געזאגט אז די איינציגע זאך וואס ער איז זיכער איז דאס אז ער טראכט, פשט ווייל אפילו ער דמיונט אז ער טראכט, דמיונן איז אויך טראכטן.
האט דאס ווירקלעך דעקארט געזאגט, האט ווירקלעך עקזעסטירט א פיליזאף מיטן נאמען דעקארט ?
דער מעגליכער אויבנדערמאנטער דעקארט וואלט געענטפערט אז קען נישט זיין הונדרעט פראצענט זיכער
צו דעקארט האט יא עקזעסטירט צו נישט קען איך זאגן דעם זעלבן אויבנדערמאנטן סטעיטמענט
נו אז איך טראכט פון וואס טראכט איך ?
פון א געוויסע רעאליטעט, א רעאליטעט פון נאטור, א ריאליטעט פון מענטשן וואס טיילן מיט די זעלבע רעאליטעט ( אין מיין רעאליטעט ודו"ק)
דער רעאליטעט וואס אין מיין רעאליטעט האלט איך אז מענטשן טיילן מיט די זעלבע רעאליטעט באצייכן איך אלס אמת
די דעפעניציע פון אמת איז "הנחות אדער מציאותן וואס איז און איינקלאנג מיט מיין עקספיריענס און ערווארטונגן און אין וואס איך שטויס זיך נישט אן מיט קיין סתירות"
דאס איז די מינימאלסטע דעפעניציע פון די הגדרה פון אמת,
מקען זיך טועה זיין אז אין עקספיריענס, אבער דער ווארט אמת איז דעזעגנירט פאר די הגדרה
יעצט אינזער מח איז א לאגיש פראצעסירנדער מאשין, דאס מיינט אז מיר דארפן נישט קענען מסביר זיין די פארמולע פון לאגיק צו טראכטן לאגיש, נאר הייני דאהני ליה די עקספיריענס פונעם מענטש ברענגט אז דער מח זאל אדאפטירן צו טראכטן לאגיש, ווייל נאר דורך טראכטן לאגיש קען מען צוקומען צו ווירקזאמע מסקנות וואס זענען נוצליך צום לעבן.
יעצט איך בין מודה אז די אמת וואס איך בין מגדיר איז לאו דוקא אמת לאמיתו, עס אבער פארהאן דער אמת פון רעאליטעט וואס מיר פערסיווען, און אריבער די גרעניץ פון אט די רעאליטעט איז זינלאז אריבערצוגיין ווייל סאיז ארויס פון די ראמען וואס קען מיר נוגע זיין.
ATUB @פארוואס ATUB , אמת אז לאגיק איז אויפגעוויזן צופרידנצושטעלן מסקנות און איינקלאנג מיטדי הגדרה פון אויבנדערמאנטן אמת, דאס איז בכלליות לגבי די עצם מעטאד פון לאגיק אבער לגבי א געוויסע ספעציפישע לאגישע טענה, דארפטו טאקע וויסן צו די הנחות אויף די בויעסט דיין לאגיק, איז אליין אויפגעוויזן בלי שום ריעזאנעבל ספיקות.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:45 pm#227253
נו, איז וואס ווילסטו יעצט? כ'מיין לגבי דיין ארגינעלע שאלה.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:09 pm#227254
איך באצוה זיך צו דעם, און אגב איז מאדנע אז ער זאגט אז ס'איז נישט ריכטיג, און דערנאך קלעימט ער אז ס'איז אוממעגליך אויפווייזן זאכן צו זיי זענען אמת צו נישט, כמיין פון ווי ווייסט ער אז ס'איז נישט ריכטיג, אחוץ אז ער וועט ענטפערן אז ער האט אמונה אין לאגיק.
יאיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס איז שוין נאנסענס, וויל מיר פערסיוון רעאליטעט און איר אייגנארטיגע וועג, ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען אויב אינזער רעאליטעט איז אמת צו נישט, ווייל דאס איז די איינציגסטע אמת וואס מיר ווייסן.

דאס אליין איז אויך נישט ריכטיג. אבער מיין שאלה איז, וואס איז די ראיה אז אויב דו האסט יעצט א הונדערטער און דו גייסט מארגן קריגן נאך איינס וועסטו האבן צוויי הונדערט. ווייל היינט האט עס פאסירט מיינט נאכנישט אז מארגן וועט זיך עס איבער'חזר'ן. ווען דו קומסט אויף מיט א ראיה, וועסטו נאכדעם מיר דארפן אויפווייזן פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה, און נאכדעם פארוואס איך דארף גלייבן די ראיה אז איך דארף גלייבן די ראיה.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:10 am#227265
יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
איך מאך נישט אוועק דאס אז טעכניש דארף מען גלייבן אין די חשיבות פון לאגיק אז זי איז א הונדרעט פראצענטיגע נוצבארע און ווירקזאמע מעטאד, כאטש אינזער עקספיריענס זאגט אינז אז יא, אבער ווער זאגט אז מיר זענען נישט אין פאר סופרייז, אבער דאס איז אזוי ווי איינער זאגט אז דאס וואס ער זעהט און הערט און שמעקט מוז ער גלייבן אז זיינע חושים נארן אים נישט, אבער דאס איז נישט די זעלבע ווי גלויבן אין עפעס וואס ער האט נישט קיין שום מוחשיות'דיגע באווייז.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:35 am#227267
וואס איך זאג איז אז לאגיק "אליין" איז self defeating, מען מוז צוקומען צו אן "אמונה" אין לאגיק. באמת איז דאס נישט קיין סאך אנדערש ווי וואס דו זאגסט, נאר אויף אן אנדער נוסח. והשתא דאתית להכי, פונקט ווי ס'איז זינלאז צו זאגן אז לאגיק עקזיסטירט נישט, כאטש ס'איז נישטא קיין לאגישע ראיות דערויף, אזוי איז זינלאז צו זאגן אז דער קאנצעפט פון מאראל עקזיסטירט נישט. דאס מיינט נישט אז מען "דארף" זיך פירן מאראליש ווייל כך גזרה חכמתו ית', דאס מיינט אז מאראל איז אן אינטעגראלער חלק פון אונזער רעאליטעט, אויב נישט איר יסוד, און מיר פירן זיך לויט דעם אפגעזען אויב מיר דארפן יא אדער מיר דארפן נישט. וזה ביאור על כרחך אתה עתיד ליתן דין וחשבון.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:17 am#227286
יאיר דיין ארגומענט איז לעכערליך ביז גאר
דו טענה'סט אזוי היות מ'דארף גלייבן אז לאגיק איז מעטאד צו דערגיין רעאליטעט
און אויב שוין גלייבן גלייב און עטיקס אויך.
גלייבן אין עטיקס אז וואס ?
אוודאי עקזעסטירט סיסטעמן פון עטיקס אבער מיט וואס איז סופיריער די עקזיסטענץ פון עטיקס מיט די עקזיסטענץ פון מאראל קאראפציע
ביידע עקזעסטירן.
עס מאכט סענץ צו פרעגן אויף סיי וועלעכע סיסטעם פארוואס גלייבסטו אין דעם
ס'מאכט אבער נישט קיין סענס צו פרעגן פארוואס גלייבסו אין לאגיק
ווייל ס'איז ניטאמאל דיין גלייבן וואס פעלט זיך דא אויס דיין גאנצע עסענס איז לאגיק
דאס אז דיין מחשבה איז מאטיווירט אין סיי וואספארא וועג איז לאגיק
אינזער מח איז א לאגיק פראצעסירנדן מאשין און מיר לעבן אין דא ראמען פון לאגיק
און ס'איז זינלאז אריבער צו גיין די גרעניץ ווייל דאס קענסטו אויך נאר טוען מיט לאגיק
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:29 am#227289
פסיכאלאגן האבן שוין לאנג פעסטגעשטעלט אז דער עסענס פון דעם מענטש איז נישט לאגיק. רוב מענטשן מאכן רוב געווענליכע טאג טעגליכע באשלוסן נישט לויט לאגיק נאר לויט אינטואישענס וכדו'.
מאראל איז דער עסענס פון דעם מענטש אסאך מער ווי לאגיק. יעדע פעולה וואס דו טוסט איז ווייל דו זעסט עפעס א וועליו דערין. דאס וואס דו געפינסט פאר וויכטיג זיך צו טענה'ן איבער מאראל איז אויך נאר ווייל דו האסט א מאראלישע שטופ צו דערגיין דעם אמת.
און ווען איך רעד פון מאראל רעד איך נישט פון א ספעציפישע סיסטעם פון מאראל, ווי יוטיליטעריעניזם וכדו', איך רעד פון דעם שורש פון מאראל. פונקט ווי ווען מען רעדט פון לאגיק רעדט מען נישט ספעציפיש פון יוקליד.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:56 am#227302
....
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:40 pm#227310
...
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:41 pm#227312
איך האב נישט קיין סאך צייט היינט, און איך וועל נאכצוריקומען בקרוב, אבער די מישט דא ארום.
אמת אז די זוכעניש פארן אמת איז א מאראלישע וועליו אבער סאיז צו זי זעלבע צייט א פראקטישע וועליו וויאזוי זיך אומצוגיין נוצליך , די סיבה פארוואס איך טענה זיך איז פשוט און פראסט ווייל איך האב הנאה צו דערגיין אמת'ן נישט ווייל איך האב א מאראלישע פליכט צו דערגיין דעם אמת
משא"כ מאראל לשם מארא איז לאו דוקא פראקטיש, פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון גנבנ'ן לדוגמא אויס'וועט נישט זיין קיין קאנסעקווענצן.
דאס וואס די זאגסט אז די מח איז נישט קיין לאגישע מאשין נאר איז לעכעריג מישטו אביסל
אמת ס'איז לעכעריג אבער נישט ווייל די מח מאכט נישט קיין לאגישע באשלוסן נאר וויבאלד ס'איז געמישט מיט הנחות קדומות דערפאר זענען די באשלוסן לאו דוקא לאגיש סאביעקטעוולי
איך וועל נאך צוריקומען מסביר סיין וואס איך מיין
דערווייל לאז איך דיר איבער מיט דעם
פארוואס גלויבסטו אין עטיקס מער ווי אין מאראל קאראפציע ?
פאר מער, פון ווי איך קום ליינט דא
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:29 pm#227314
מיר קוקט אויס אז נהורא איז אנגעפיקעוועט מיט עקזיסטענציאליזם און ער ווייסט דאס ניטאמאהל.
Existentialism - צווישן אנדערע - זאגט אז פילאזאפן קענען נישט באשטימטן געזעצן פארן מין האנושי, בעצם איז נישט פארהאן בכלל אזא זאך ווי א שם הכולל פון "היומאן ביאינג". דאס וואס איך בין יעצט ערב יום כיפור מיט מיין גאנצן היסטאריע, געפילן, גוסטע, ענווייראנמענט, און אלעס ארום דעם, איז בכלל נישט דער "היומען ביאינג" ווי דער פאר וועם אריסטאטל שרייבט עטישע געזעצן, קאנט מעג פילאזאפירן ווי לאנג ער וויל מיט Categorical_imperative געזעצן, אבער ער ווייסט נישט צו וועמען ער רעדט בכלל אז ס'זאל שייך זיין כולל צו זיין אלע אונטערן שוץ פון זיינע געזעצן.

ליתר שאת עיין פה
ותמצא נחת. (בעיקר נאך 20 מינוט אינעם קליפ.)
זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:22 pm#227415
ATUB @לעיקוואד ATUB וואס פרובירן מאראל פיליזאפן צו דערגיין ?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:08 pm#227429
זיי זענען פארנומען אריינשטעקן א ריינדיכע נאגל און א פירעקעדיגע לאך, און האבען נאך טענות אז עס גייט זיי נישט.
זונטאג מערץ 01, 2020 3:49 pm#443520
"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?
אפאר הערות:

1). די עצם שאלה פונ׳ם אשכול וועט אנרירן אויף די דעבאטע איבער טאמער מאראל קען טאקע מחייב זיין אן קיין ג-ט המצווה על זה, ועיין כאן. (און דאס איז, ווי נישט, א חלק (פון אן אספעקט) פון די ארגומענט פון מאראליטי [פאר ג-ט].)

2). ואגב, בנוגע מאראל האט אפיקורוס געהאלטן אז דאס וואס מ׳פיהלט איז ריכטיג איז אסאך מער א (לאגישע...) קובע אויף וואס איז מאראליש ריכטיג, ווי אפילו עפעס וואס מ׳קומט צו דערצו סתם אזוי דורך סברא וכדומה. דאס גייט אביסל צוזאמען מיט אריסטו׳ס דאקטרין פון ענטעלעטשי וואס לויטעט אז מענטשן האבן א נאטורליכע נייגונג צו ראציאנאל און דאדורך אויסצופארמען א ווירטואס כאראקטער. דאס פירט שוין אריין אין צום שמועס פון דאס עצם באזיס פון לאגיק.

3). עס איז אינטרעסאנט אבער דוד הום וויל פארענטפערן די דערמאנטע פראבלעם פון אינדאקשן [זיך פארלאזען עפ״י ריזען/לאגיק אז ווי אזוי ס׳איז געווען מיט די אקסיאמן וכו׳ וכו׳ איז ווי אזוי ס׳וועט זיין אינ׳ם עתיד די זעלבע - אפגעטייטשט דא אלס ״ווער זאגט מ׳קען זיך פארלאזן אויף לאגיק מעיקרא?״], אז דאס וואס מ׳פארלאזט זיך פון וואס מ׳ווייסט יעצט אויפ׳ן עתיד וועט אויך אזוי זיין [למשל ״די זון האט אויפגעשיינט אין מזרח יעדן אינדערפרי עד האידנא עפ״י די געזעצן פון פיזיקס וכו׳, וועט עס אויך אויפשיינען מארגן אינדערפרי פונקט אזוי״] איז נישט מכח ריזען והנפש המשכלת נאר מכח די נפש המדמה [די אימעדזשינעטיוו פאקולטי]. דער מו״נ (ח״ב פל״ו ול״ח) זאגט אז פון דעם קומט אויך די כח הנבואה ע״ש (ועיין כאן באות א). קען מען מיט דעם זאגן אז יעדע מענטש וואס איז זיך אביסל משלים מיט זיין כח הגיון ונפש המשכלת אויף צו מאדעלן דעם עתיד עפ״י לאגיק און אירע געזעצן וכו׳ קומט צו צו א מדריגה פון נבואה (ועיין להלן במו״נ שם בפמ״ה במדריגות הנבואה). דהיינו אז ער נוצט יעצט/נאכדעם זיין כח המדמה [שמשם הנבואה] אויף צו טאקע אינדאקטן דעם עתיד (וה״ה אפשר אפילו לדידאקשען. ולאידך גיסא זענען דא וואס פארענטפערן פונקט פארקערט. דהיינו אויב וויל מען אזא שטארקע לאגישע חיזוק פאר אינדאקשן, קומט דאך אויס אז אינדאקשן איז פשוט נאך א מין דעדאקשן! (ואגב האט דר. קארל פּאפּער געוואלט ענטפערן עפעס ענליך, עכ״פ לגבי סייענס.)).

4). די פראבלעם גייט אויך מיט א (ווי נישט) מער עמפירישע מהלך אין עפיסטעמאלאגיע. משא״כ אויב נעמט מען אן שטערקער א ראציאנאלישע (עי פריארי) מהלך אין דעם איז נישט אזוי שווער (קאנט האט פרובירט צו ענטפערן עפעס אזוי); די יסוד, אפילו פאר סינטעטישע מציאות׳ן [די ״למעשה׳דיגע״ מציאות׳ן אין די וועלט, ועיין כאן] איז ל״ד עקספיריענס. ועיין מענין זה מכאן ולהלן.

5). די פראבלעם רירט אן אויף דעם צו ס׳קען זיין עפעס וואס איז מער ווי סתם א גלויבונג - עס איז דזשאסטיפייד. עיין (מ)כאן (ולהלן לגבי סקעפטיסיזם בכלל).

6). אל-גאזאלי און וויליאם פון אקהאם האבן מקשר געווען די פראבלעם מיט ג-ט׳ס יכולת. דהיינו, אז ג-ט קען טוישן די געזעצן וכו׳ ווען ער וויל, וממילא ווער זאגט אז די געזעצן וועלן אנהאלטן דאס נעקסטע מאל ‏(עכ״פ ביי זאכן וואס זענען נישט שני הפכים בנושא אחד וברגע אחד)? דאס גייט צוזאמען מיט דעם וואס ער האט געהאלטן אז בעצם גייט נישט ממש די עפעקט נאך די קאוז נאר זיי ווערן געשאפן (אין א בחינה) ביינאנזאם (יעדעס מאל עקסטער, מכח דעם רצון פון ג-ט, און דאס איז טאקע ווי אזוי נסים פאסירן).

7). די פילאזאפן לודוויג וויטגענשטיין, (דר. פּיטער סטראסאן,) דר. קיט קעמפבעל, און דר. קלאדיאוי קאסטא האבן געענטפערט ענליך צו ATUB @נהורא נפישא ATUB ’ס תירוץ. דהיינו, עס איז נישט שייך און מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן א וועלט וואו מיר לעבן און מען זאל נישט קענען מאכן קיינע (לאגישע) אינדאקשנס [עס איז אבסורד]. דאס אליין גיבט (עפעס) א קרעדיביליטי דערצו.

8). ובנוגע עקזיסטענשעליזם האט דער פילאזאף סארען קירקעגארד געזאגט אז די פונקט [סינגולעריטי] פון א מענטש׳נס עקזיסטענץ קומט טאקע אפיר ווען ס׳דא א סתירה צווישן געהעריגע אנגענומענע עטיקס און זיין גלויבונג. ווייל זיינע רעליגיעזע מעשים זענען דאס וואס גיבן זיין עקזיסטענץ א ״מינונג״/תכלית/משמעות (בלא יודעים). אבער דאס קלאפט זיך אן אין א שוועריקייט און ברענגט ארויס אין די עפענטליכקייט זיין אפשאצונג איבער (דאס תכלית פון) זיין עקזיסטענץ ווען דאס איז אין קאנטראסט צו די שכליות׳דיגע מאראל וואס ער אנערקענט. ווייל דאס איינהאלטן די אלגעמיינע מאראל/עטיקס ברענגט דעם מענטש צום קישור מיט די יוניווערסאל/כלל [אלס א כעין מציאות] און גיבט פאר׳ן לעבן א משמעות. משא״כ די געבאט וואס גייט דערקעגן פאוקוסט אויף דעם איינצעלנעם און מאכט דאס עקזיסטענץ פונ׳ם יחיד חשוב׳ער ווי דעם. איז דעמאלטס ווערט נולד די [מעטא] פראגע אז יעצט וואס איז טאקע די ״כלל״ וואס גיבט א משמעות צום עקזיסטענץ? אין דעם אליין מוז זיין א ״כלל״.

ער פארענטפערט אז די ״כלל״ דערביי איז דעם/יעדע מענטש׳נס אייגענע סאביעקטיווע געפיל צו וואס ער פיהלט איז ״אמת״ און גיבט א משמעות צו זיין עקזיסטענץ; דאס איז ״אמת״ (עכ״פ) לגבי דאס משמעות פון עקזיסטענץ. די היפך דערפון איז פשוט קאנפארמיטי צום ציבור. ניטשע האט אין דעם כלל טאקע אריינגעשטעלט מאראל אליין, וואס קומט דאך פון דעם ציבור׳ישן קאנסענסוס.

9). ניטשע האט ווי באקאנט געהאלטן נאך שטערקער אז מאראל, און רעליגיע וואס באשטעטיקט דאס און שטארקט דאס, איז צושטאנד געקומען (אלס אן אנטאלאגישע מציאות) פון אזא סארט ״מרידה פון די שוואכע״ כדי די שטארקע זאלן נישט קענען געוועלטיקן אויף זיי כאוות נפשם. אין אנדערע ווערטער, עס איז א ״ווילן צו געוועלטיקן״ פון די שוואכע וואס האט זיך משריש געווען אינ׳ם קאנשענס פון מענטש. און עס קומט אויס אז דער מענטש איז אין א שטענדיגע מלחמה פון זיין אינסטינקט קעגן זיין ווילן, וואס מאכט אים קראנק.

ער האט געהאלטן אז דער שטארקער ״אובערמענטש״ ווען ער אנערקענט דאס האט די פאטענציאל צו גיין ווייטער אין זיין זעלבסט-געוועלטיגונג וכו׳ ווי (סתם) ״גוט און שלעכט״ און צוקומען דערצו אז טאקע אט דאס איז עקזיסטענץ. (אווערסימפליפייד אין גרויסן.)