Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרשות ואגדות חז"ל

דרשות ואגדות חז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
164 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 454 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2713
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:41 am#365673
ביי מיר איז דאס געווען די מכה בפטיש, און דו ווייסט דאך ווי עס גייט, איינמאל איך פארליר צוטרוי אין ארגענטינע הייב איך אן זעהן אלעס וואס טויג נישט. צומאל קען נאר א מר נפש קען זעהן דעם אמת, (און צומאל פארקערט),און איינמאל איך זעה וואס עס קומט פאר איז מיין רעכט צו פירן א מערכה קעגן דאס אין וואס איך זעה אלס שורש פון דער פראבלעמען וואס איז מיר נתגלה געווארן. דער עושר וועט קיינמאל נישט שפירן דעם ארימן, דער נוגע וועט קיינמאל נישט דעם צד שני.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:32 am#365675
moshav zekeinim האט געשריבן:מפוזרי, טאמער דיין גייסט איז באקוועם אינעם באבל דאן איז נישטא קיין סיבה דאס אפצולאזן. למשל, ווילאנג איך בין באקוועם דא אין ארגענטינע גלייב איך אין דעם לאנד, צוזאמען מיט אלע מיינע געליבטע דא וואס גלייבן אין דעם לאנד, איך פייער זייערע חגאות בשמחה וכו' די רגע אבער וואס מאיזה סיבה איז מיין נפש נישט באקוועם דא אינעם לאנד ווער איך תיכף א כופר אין ארגענטינע.

מושב זקנים: דו וואלסט נישט געדארפט נוצן דאס ווארט..."חגא/ות". ווייל דער ריכטיגער אפטייטש פון דעם ווארט שטאמט פון דיינע פארהאסטע און נוצלאזע ..."פאריסיעס". אויך אין ענטפער צו דיין פריערדיגן ..."מאמר"...איך בין א איד. א באוואוסטזיניגער איד. מיט רעספעקט פאר אלע איהרע גרויסע לייט וועלכע דאס אידישע פאלק האט ארויסגעגעבן. און איך בין באקוועם און שטאלץ דערמיט. מה שאין כן, דו. ביסט אומבאקוועם און דו שעמסט דיך מיט דיין (געצווינגענע) שייכות מיט דעם אידישן פאלק. און דו טוסט אונטערשאצן איהרע גרויסע לייט. דו וואלסט זייער שטארק געוואלט זיין א טייל פון דעם איירישן אדער איטאליענער גוי'אישן פאלק. האביך נייעס פאר דיר. בבחינת בעל כרחך אתה חי. (אויב דאס ווערט אנגערופן..."לעבן.")...ס'וועט דיר גארנישט העלפן. נישט קיין חילוק ווי שטארק דו וועסט פרובירן צו באהאלטן און פארשלייערן דיין אידישע אידענטיטעט וועסטו אייביג פאררעכנט ווערן ביי דיינע באליבטע גויים אלס איד. זיי וועללן דיך קיינמאל נישט אקצעפטירן אין זייער הויכע סאסייעטי. און דו וועסט קיינמאל נישט ווערן א טייל פון זייער עליטע. א סאך קלוגערע און גרעסערע פון דיר האבן דאס שוין פרובירט און זיי זענען דורכגעפאללן.

דער גרויסער שרייבער חיים גראדע ברענגט אויך אין איינס פון זיינע דערציילונגען איבער עפעס א איד'ל א..."קלעזמער"... וועלכער האט זיך דערווייטערט פון זיינע אידישע ברודערס און ר'איז ארומגעגאנגען ..."גרימפלען"...(כלשונו) אין די גוי'אישע, פריצ'ישע הויפן ביי זייער פארברענגענס און הוליאנקעס. און ער האט געגעסן חזיר צוזאמען מיט זיי וואס זיי האבן אים צוגעווארפן. און ער איז געווען אויסגעקאכט מיט די גויים. ווען די אנטיסעמיטישע צייטן זענען אנגעקומען קיין פוילן האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל אנגערופן די קהילה אז זיי זאללן קומען אפנעמען דעם פגר. ווייל זיינע גוטע פריינט די גויים האבן איהם געהרג'עט... זאגנדיג..."נעמטס אפ ענקער זשיד"...!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:01 am#365681
שיינער מעשה'לע.

גראדע איז דא א מעשה פין א גוי וואס האט געארבעט ביי א אידישער בעסמעדרעש און ער האט שוין געמיינט אז ער איז א איד, ביז איינמאל האט ער שוין נישט געוואלט אויסלעשן די לעקטער שבת. האט מען אים אנגעזאגט פין די ארבעט, און דער "איד" איז געווען אויסער זיך, מען זאגט אפ א איד פין די ארבעט ווייל ער וויל נישט מחלל שבת זיין?
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:02 am#365682
צוריק צום ענין
קען איינער ברענגען דער באקאנטער רמב"ם בענין אגדות חז"ל?
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:06 am#365683
אישתישבי: און איך ווייס אן אנדערע שיינע מעשה'לע וואס איז אמת אויך. אין דעם ביהמ"ד וואו איך האב געדאוונט איז געזיצן איינער א מענטש מיט א גאנץ לאנגע בארד ביים עק טיש. און דער עולם האט געשמועסט אז ער איז נישט קיין איד.נאר ער האט זייער שטארק ליעב אידן און ער וויל זיך מגייר זיין. איין טאג קומט ער אין ביהמ"ד צוקלאפט און צוביילט. זיין פנים האט געהאט אלע קאלירן. שטעלט זיך ארויס אז גויים די רשעים די אנטיסעמיטן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין די געגענט האבן איהם צושלאגן ווייל זייי האבן געמיינט אז ער איז א איד...!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:57 am#365690
אזעליכע שטותים מיט הבלים וואס מ׳רעדט דא צאם... באשעפער אין הימל!, דא הערשט א געפערליכע Paranoia... לאמיר שנעל אפפיצן פון דא פאר די שרעקליכע רשעותדיגע גוים גייען נאך געוואר ווערן אז איך בין א איד-כ׳מעין צו זאגן א וועזשניצער חסיד און מ׳וועט מיר נאך בא׳קלאפן די ביינער...

אויב זעהט איר מיר מעהר נישט אין קאווע שטיבל אין די נעקסטע פאר חדשים, זאלט איר וויסן אז איך בין אין שפיטאל אין א ספעציעלע אינטענס אף קעיר יוניט, ווייל כהאב געכאפט מיט א בעיסבאלל בעט...

מיין קליינע זיבן יעריגע האט אויך מורא פון גוים פונקט ווי ענק, אפשר האט זי באקומען די זעלבע חינוך ווי ענק??? נישט אפשר, נאר זיכער.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:07 am#365694
יא יא, אזוי האבען אידען גערעדט פאר דער וועלטס קריג, "מיין גוי וועט מיר גארנישט טוהן, דאס איז גראדע אן אנשטעדיגער גוי, דער איז מיר שולדיג אזויפיהל טובות, ווי וועט ער מיר שאדן טוהן?"
אקוראט די זעלבע שפראך.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:54 am#365705
און אזוי האבן א סך אידן גערעדט: "מיינע אידישע ברודער וועלן מיר נישט פארראטן".

וויפיל אידן זענען אמאל אפגעווישט געווארן דורך... מיט די תירוץ אז זיי זענען "מוסרים" (ליין "חסרי ישע וואס זענען געגאנגען בעטן הילף ביי די ממשלה להצילם מלחץ אחיהם"). א חשוב'ער ניק האט מיט געשריבן אין אישי אז זיין זיידע געדענקט אינדערהיים אז מען האט 15 "מוסרים" ערמארדעט אין טייך. האט מען אין רוזשין נישט דערהארגעט אדער כמעט דערהארגעט א צאנזער חסיד?! (דאס איז וואס איז שוין אפן ארויס גערינען).

טאמער האט דער איד אן אג'ענדע דאן קען ער זיין פונקט אזוי מסוכן ווי דער נישט איד.

איך וויל נישט שטארבן, עס איז מיר נישט קיין חילוק צו דער רוצח איז סטעפן דער אוכל נבלות וטרפות אדער דער רוצח איז דער היימישע ר' יעקב משה דער יודע ספר וואס טובל'ט זיך אין מקווה און עסט א בילקע מיט פיש.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:14 am#365706
דאס צושטעל איז מורא'דיג. א מענטש ווערט צוקריגט מיט א צווייטן, איינער דערגייט דעם צווייטן די יארן און זיי האבן אן א שיעור טענות אויף די אנדערע. קיינער געטרויעט נישט דעם צווייטען און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט'ן צווייטען. טאמער איינער ווערט אפגעשטעמפעלט אלס א מסור און דער צווייטער הרג'עט איהם, ווי געפערליך ס'איז, איז גאר א צושטעל צו דער וואס זיין בוזעם חבר שטעכט איהם צוויי מאל אין הארץ, זיכער צו מאכען אז יענער איז טויט??!!!

יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:25 am#365708
Re: דרשות ואגדות חז"ל
שבת אחים האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:ביזט נישט דער ערשטער חכם וואס קומט מיט די קשיא. עס איז שוין דא שטארקע הסבירים פארוואס עס איז נישט דערמאנט אין תנך, און הכריחים פארוואס עס מוז אזוי זיין


איך טענה בכלל נישט אז איך בין דער ׳ערשטער חכם׳, א נייע וועג פון ענטפערן קשיות אויף אמונה- ״ביסט נישט דער ערשטער חכם״!!!, ס׳בלייבט נאכאלץ שווער די קשיא, לאמיר הערן איינע פון די שטארקע הסבירים פארוואס ס׳שטייט נישט אין די תורה.

א מין גערעדאכץ! ביסט נישט דער ערשטער חכם, כהאב נישט געוואוסט די נייע געזעץ- אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף אמונה מוז מען אויפקומען מיט א Brand New קשיא ווייל אויף די אלטע קשיות איז דאך דא א פשוטע תירוץ:

״ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא״!!!

לאמיך דיך צוריקפרעגן א נייע קשיא. אויב עולם הבא קומט פון אור-אלטע גלויבענס, פארוואס טאקע האט עס די תורה נישט געשריבן? עס וואלט דאך שטארק צוגעגעבן צום מצב
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:41 am#365711
@ליטוואק

אזוי, די אטד פארן קריג האט קיינער נישט אנגעקוקט, גאנץ ווילנא איז געווען געפאקט מיט חרדים און א צוויי דריי מחללי שבתות האבן זיך געוואלגערט שיכר אין די גאסן. איך הער...

און כלפי מיין גרויסער גרייז פון צושטעלן רוצחים פונעם אייגענעם פאלק אבער שונאים, צו רוצחים פון א פרעמד פאלק אבער פריינד, וואס זאל איך טון אז איך זעה דאס נישט אלס אזא גרויסער גרייזיגער צושטעל.

און וויסן זאלסטו אז עס האט גארנישט מיט איד אדער גוי, אידן קענען פונקט אזוי פארראטן זייערע בוזעם פריינד פאר פאליטישע סיבות, מיר זענען אלע עדות דערויף אין א געוויסער גראד, דאס איז ליידער א מענטשליכע חולשה בכלליות. קיינמאל זאל מען נישט צושטארק געטרויען א צווייטן, ספעציעל ווען די לופט איז פאר'סם'ט, מיר מענטשן זענען טאקע ליבליכע סאושל בריאים אבער אויך זייער קאמפעדיטיוו.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:08 pm#365715
מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:25 pm#365722
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא יא, אזוי האבען אידען גערעדט פאר דער וועלטס קריג, "מיין גוי וועט מיר גארנישט טוהן, דאס איז גראדע אן אנשטעדיגער גוי, דער איז מיר שולדיג אזויפיהל טובות, ווי וועט ער מיר שאדן טוהן?"
אקוראט די זעלבע שפראך.


אה! הייסט עס אז די paranoia שטאמט ווייל זיבעציג יאהר צוריק אין די אנדערע זייט וועלט איז פארגעקומען genocide, און זייט דעמאלטס זענט איר געשלאגן דערמיט?, הער איך.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:38 pm#365724
שבת אחים עט אל: ווען דער נעגערישער, אימיגראנט שייגעץ לעמריק נעלסאן, ימ"ש האט געשריגן קילל דהע דזשו אין קראון הייטס, איז עס געווען פאראנויא אדער נאך א סטאטיסטיק...?!

און ווען די פארשאלטענע נעגערישע דזשורי האט איהם באפרייט פון אלע קלאגעס, בשעת דאס בלוט פון יאנקל רויזנבוים, הי"ד האט נאך גערינען פונ'ם מעסער. וואס איז דאס געווען, פאראנויא, אדער אנטי-סעמיטיזם פיור ענד סימפל...!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:45 pm#365725
אה,
האסט געטראפן נאך א אינצידענט אין די לעצטע זיבעציג יאהר? מורא׳דיג!-ס׳מוז טאקע זיין אז אלע גוים האבן פיינט אידן ווייל אין קראונהייטס פאר צוואנציג יאהר צוריק האט מען זיך געשלאגן, און איינער האט געזאגט מ׳זאל הארגענען אלע אידן? פארדעם לערנט מען אויס אין אונזער חדרים/סקולס, אז אלע גוים זענען רשעים און מ׳דארף זיי אלע הארגענען, וכודומה!?.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:55 pm#365726
חוץ מזה אונז זענען לכאורה די איינציגסטע מינארעטי אין ניו יארק וואס זענען אפענע ראסיסטן ליידער, סאיז א נארמאלע זאך פאר א חרדישער איד זיך אויסצודריקן ״א כפרה אויף אלע גוים״! ״אלע גוים זאלן האבן א מפלה״! און אזוי ווייטער און ווייטער, אבער א גוי טאר קיין אנטיסעמיט נישט זיין?, די גרעסטע ראסיסטן פארלאנגען מ׳זאל זיך אויפפירן צו זיי אנדערש ווי זיי פירן זיך אליינס אויף צו א אנדערע? א שיינע מעשה!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:12 pm#365727
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס צושטעל איז מורא'דיג. א מענטש ווערט צוקריגט מיט א צווייטן, איינער דערגייט דעם צווייטן די יארן און זיי האבן אן א שיעור טענות אויף די אנדערע. קיינער געטרויעט נישט דעם צווייטען און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט'ן צווייטען. טאמער איינער ווערט אפגעשטעמפעלט אלס א מסור און דער צווייטער הרג'עט איהם, ווי געפערליך ס'איז, איז גאר א צושטעל צו דער וואס זיין בוזעם חבר שטעכט איהם צוויי מאל אין הארץ, זיכער צו מאכען אז יענער איז טויט??!!!

יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

Any sources available please?
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:23 pm#365728
דער אמת איז, איך זוך שוין לאנג אינפארמאציא אויף קאפא'ס און קאללאבארעיטער'ס מט די נאציס צווישען די אלגעמיינע אידישע באפעלקערונג אויף דער אינטרנט און איך האב נישט געטראפען. א פאר באקאנטע מעשה'ס זענען פארהאנען פון מענטשען וואס האבען געהאלפען די נאצי'ס, דער באבובער מיט דער בעלזער ועוד. אבער אין ביכער פון מענטשען וואס האבען איבערגעלעבט דער קריג זעט מען נאכאנאנד דער פענאמענא. איך מוז זוכען די ביכער, אבער איך גלויב נישט אז דאס האסטו געזוכט.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:26 pm#365729
ליידער האב איך געקענט א חסידשע איד וואס האט געוואוינט אין ב״פ, וואס איז געוועהן א קאפאו און קאלאבירירט מיט די נאציס ימ״ש, אידן וואס האבן איבערגעלעבט די קריג און געוועהן אין די זעלבע קעמפס האבן עדות געזאגט אז ער איז געוועהן א רשע מרושע... ער האט געוואוינט עלענד אליינס נאך די קריג און נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ווען ער איז אויפגעוואקסן אין בני ברק איז אויך געוועהן אזא איינער. דרייטס נישט קיין קאפ, סהאט גארניקס געהאט צוטוהן מיט פרום אדער פריי, סהאט געהאט צוטוהן מיט די מענטש זעלבסט.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:35 pm#365732
טמיר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:ביזט נישט דער ערשטער חכם וואס קומט מיט די קשיא. עס איז שוין דא שטארקע הסבירים פארוואס עס איז נישט דערמאנט אין תנך, און הכריחים פארוואס עס מוז אזוי זיין


איך טענה בכלל נישט אז איך בין דער ׳ערשטער חכם׳, א נייע וועג פון ענטפערן קשיות אויף אמונה- ״ביסט נישט דער ערשטער חכם״!!!, ס׳בלייבט נאכאלץ שווער די קשיא, לאמיר הערן איינע פון די שטארקע הסבירים פארוואס ס׳שטייט נישט אין די תורה.

א מין גערעדאכץ! ביסט נישט דער ערשטער חכם, כהאב נישט געוואוסט די נייע געזעץ- אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף אמונה מוז מען אויפקומען מיט א Brand New קשיא ווייל אויף די אלטע קשיות איז דאך דא א פשוטע תירוץ:

״ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא״!!!

לאמיך דיך צוריקפרעגן א נייע קשיא. אויב עולם הבא קומט פון אור-אלטע גלויבענס, פארוואס טאקע האט עס די תורה נישט געשריבן? עס וואלט דאך שטארק צוגעגעבן צום מצב

כפארשטיי נישט די קשיא בכלל.
דו פרעגסט מיך פארוואס עפעס שטייט נישט אין די תורה? וויאזוי זאל איך וויסן???, זייט ווען בין איך ריספאונסיבל וואס שטייט יא אין די תורה און וואס נישט?.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:37 pm#365733
איך האב געזאגט פאליציאנטען, נישט קאפו'ס. איך האב עס טאקע נאר געזען אויף פאליציאנטען, נישט אויף קאפו'ס.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:26 pm#365735
קיינמאל געהערט פון דעם, איינער האט שוין אמאל געהערט פון דעם? לויט מיין השערה מאכסטו אויף מעשיות, סאיז נישט די ערשטע מאל און לויט ווי איך קען דיך איז עס נישט די לעצטע מאל.

סאיז נישט געוועהן פאליצאנטן-וואס זענען געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ פאר די קריג וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס!, איך לייען שוין באלד פערציג יאהר וועגן די האליקאוסט פון אלץ קליין קינד, גערעדט מיט אסאך איבערלעבער פון פארשידנע אנדערע ערטער, כהאב מיך נאכנישט באגעגענט מיט אזעליכע מעשיות, דעס ווייסט יעדער אז סאיז געוועהן קאפאוס-אידישע פאליצאנטן וואס געוויסע זענען געוועהן גיטע, און געוויסע שלעכטע, אבער גארנישט מיט רעליגע צוטוהן.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 4:27 pm#365740
Re: דרשות ואגדות חז"ל
איך קען נישט ווייטער רעדען. באלד וועסטו זאגען אז איך האב געזאגט אז דער אהבת ישראל איז גאר געווען א קאפו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:15 pm#365765
סארווירער האט געשריבן:מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.

כ'האב געוואלט בייוואוינען די מעמד הסגירה
עס איז א היסטארישע סצענע געווען
כ'האף ס'דא בילדער דערפון.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:23 pm#365780
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אמת איז, איך זוך שוין לאנג אינפארמאציא אויף קאפא'ס און קאללאבארעיטער'ס מט די נאציס צווישען די אלגעמיינע אידישע באפעלקערונג אויף דער אינטרנט און איך האב נישט געטראפען. א פאר באקאנטע מעשה'ס זענען פארהאנען פון מענטשען וואס האבען געהאלפען די נאצי'ס, דער באבובער מיט דער בעלזער ועוד. אבער אין ביכער פון מענטשען וואס האבען איבערגעלעבט דער קריג זעט מען נאכאנאנד דער פענאמענא. איך מוז זוכען די ביכער, אבער איך גלויב נישט אז דאס האסטו געזוכט.

געווען א רב אין די וויליאמסבורג געגנט וואס ברענגט אין זיין ספר א כל נדרי דרשה וואס ער האט געהערט פונעם ברך משה אין לאגער.
דערציילט מען אז ער איז געווען א קאפאו.
צו ס׳איז אמת צו נישט ווייס איך נישט...
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:29 pm#365783
שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה אונז זענען לכאורה די איינציגסטע מינארעטי אין ניו יארק וואס זענען אפענע ראסיסטן ליידער, סאיז א נארמאלע זאך פאר א חרדישער איד זיך אויסצודריקן ״א כפרה אויף אלע גוים״! ״אלע גוים זאלן האבן א מפלה״! און אזוי ווייטער און ווייטער, אבער א גוי טאר קיין אנטיסעמיט נישט זיין?, די גרעסטע ראסיסטן פארלאנגען מ׳זאל זיך אויפפירן צו זיי אנדערש ווי זיי פירן זיך אליינס אויף צו א אנדערע? א שיינע מעשה!

שבת אחים: נאך א שיינע מעשה. א ליבערעיטעד דזשו. אן אויפגעקלערטער איד. (נישט קיין פארשימלטער, וועלכער איז אויכעט פאראנויד.) איז אמאל געגאנגען שפאצירן אויף די 125'סטע גאס ביי עדעם קלעיטאן פאועל (אויך געווען פון די גדולים וואס דאס נעגערישע פאלק האט ארויסגעגעבן.) בולעווארד. זענען צו געקומען צו איהם 2 אפריקאנער-אמעריקאנער יוגנטליכע און זיי האבן ארויסגעצויגן א .357 מעגנום. און זיי האבן איהם געזאגט אז ער זאלל זיי אהינגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער, דער האנקי האט מיט זיך. אויך זיין גאלדענעם זייגער. נאר וויבאלד ער האט נישט גענוג שנעלל אויסגעפאלגט זייער באפעל, האבן זיי איהם געגעבן א מתנה. 2 בולעטס פון זייער גאן...! 'שטייצעך אז ער האט תיכף אויסגעהויכט זיין ליבעראלע נשמה.. נאר פאר יציאת נשמה האט איהם א דעטעקטיוו וועלכער איז אנגעקומע אויף די סצענע געפרעגט, ווער האט עס פאר דיר געטון...?ועלכע 2...? האט ער געענטפערט..."אנלי וואן יאונג מען...! און דער ראביי וועלכער האט איהם מספיד געווען אין פיונעראל טשעפעל, האט געזאגט אויף איהם די מליצה וועלכע ווערט געשריבן אין אידישן פארצייטישן תלמוד..."יצאה נשמתו באח-ד"...!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:29 pm#365784
איש את רעהו האט געשריבן:
סארווירער האט געשריבן:מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.

כ'האב געוואלט בייוואוינען די מעמד הסגירה
עס איז א היסטארישע סצענע געווען
כ'האף ס'דא בילדער דערפון.

יעדער אין שטיבל איז מסכים אז די זאלסט עס גאר בקרוב בייוואוינען אויף די אייגענע ביינער.

ביזט דער ערגסטער טראלל אין די קאווע שטיבל היסטורי, סך ערגער פון מושב, די חילוק איז נאר אז ער איז א כופר. פון די אנדערע זייט האט ער געוואלדיגע ידיעות אין אסאך ענינים, ווען ער האט ארויסגעלאזט זיין כפירה האט ער צו געגעבן אסאך צום שטיבל. די האסט ניטאמאל דאס, און ביזט כל כולו טראלל.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:35 pm#365788
שבת אחים האט געשריבן:קיינמאל געהערט פון דעם, איינער האט שוין אמאל געהערט פון דעם? לויט מיין השערה מאכסטו אויף מעשיות, סאיז נישט די ערשטע מאל און לויט ווי איך קען דיך איז עס נישט די לעצטע מאל.

סאיז נישט געוועהן פאליצאנטן-וואס זענען געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ פאר די קריג וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס!, איך לייען שוין באלד פערציג יאהר וועגן די האליקאוסט פון אלץ קליין קינד, גערעדט מיט אסאך איבערלעבער פון פארשידנע אנדערע ערטער, כהאב מיך נאכנישט באגעגענט מיט אזעליכע מעשיות, דעס ווייסט יעדער אז סאיז געוועהן קאפאוס-אידישע פאליצאנטן וואס געוויסע זענען געוועהן גיטע, און געוויסע שלעכטע, אבער גארנישט מיט רעליגע צוטוהן.

שבת אחים: מיין טייערער געלערנטער, וועלכער ליינט שוין באלד פערציג יאר איבער דעם האליקאוסט/האלאקאוסט. און דו האסט נאך נישט באגעגנט די אידענטיטעט פון די אידישע פאליציאנטן אין ווארשעווער געטא. און אין לאדזשער געטא. דער ליטוואק פן בודאפעסט מאכט גארנישט אויף קיין מעשיות. זיי זענען ליידער געווען די גרעסטע אכזרים אויף זייערע אידישע ברודערס. מיינענדיג אז זיי וועללן זיך און זייערע משפחות קענען ראטעווען פון דעם ביטערן גורל וועלכע די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן פאר זיי אנגעגרייט. די קאפאוס זענען געווען נאר אין די ארבעטס לאגערן. נישט אין די געטאס ...!
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:47 pm#365791
Re: דרשות ואגדות חז"ל
שלום שטיסל האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
סארווירער האט געשריבן:מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.

כ'האב געוואלט בייוואוינען די מעמד הסגירה
עס איז א היסטארישע סצענע געווען
כ'האף ס'דא בילדער דערפון.

יעדער אין שטיבל איז מסכים אז די זאלסט עס גאר בקרוב בייוואוינען אויף די אייגענע ביינער.

ביז דער ערגסטער טראלל אין די קאווע שטיבל היסטורי, סך ערגער פון מושב, די חילוק איז נאר אז ער איז א כופר. פון די אנדערע זייט האט ער געוואלדיגע ידיעות אין אסאך ענינים, ווען ער האט ארויסגעלאזט זיין כפירה האט ער צו געגעבן אסאך צום שטיבל. די האסט ניטאמאל דאס, און ביזט כל כולו טראלל.
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:50 pm#365793
שלום שטיסל האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
סארווירער האט געשריבן:מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.

כ'האב געוואלט בייוואוינען די מעמד הסגירה
עס איז א היסטארישע סצענע געווען
כ'האף ס'דא בילדער דערפון.

יעדער אין שטיבל איז מסכים אז די זאלסט עס גאר בקרוב בייוואוינען אויף די אייגענע ביינער.

אויב סארווירער איז ביי די מיינונג, איז ער בארעכטיגט דערצו, כ'וועל קיין תרעומות נישט האבן
ס'וואלט נאר פאסיג געווען אן אזהרה פארדעם פון די באהערדע, דערווייל האט נאך קיינער קיין ווארט נישט געלאזט הערן.
פרייטאג מערץ 17, 2017 12:33 am#365810
אן אשכול וועגן קאפאס www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=2974
ביטע לאזן דעם אשכול אויף דרשות ואגדות חז"ל.
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:19 am#365864
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה אונז זענען לכאורה די איינציגסטע מינארעטי אין ניו יארק וואס זענען אפענע ראסיסטן ליידער, סאיז א נארמאלע זאך פאר א חרדישער איד זיך אויסצודריקן ״א כפרה אויף אלע גוים״! ״אלע גוים זאלן האבן א מפלה״! און אזוי ווייטער און ווייטער, אבער א גוי טאר קיין אנטיסעמיט נישט זיין?, די גרעסטע ראסיסטן פארלאנגען מ׳זאל זיך אויפפירן צו זיי אנדערש ווי זיי פירן זיך אליינס אויף צו א אנדערע? א שיינע מעשה!

שבת אחים: נאך א שיינע מעשה. א ליבערעיטעד דזשו. אן אויפגעקלערטער איד. (נישט קיין פארשימלטער, וועלכער איז אויכעט פאראנויד.) איז אמאל געגאנגען שפאצירן אויף די 125'סטע גאס ביי עדעם קלעיטאן פאועל (אויך געווען פון די גדולים וואס דאס נעגערישע פאלק האט ארויסגעגעבן.) בולעווארד. זענען צו געומען צו איהם 2 אפריקאנער-אמעריקאנער יוגנטליכע און זיי האבן ארויסגעצויגן א .357 מעגנום. און זיי האבן איהם געזאגט אז ער זאלל זיי איהנגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער, דער האנקי האט מיט זיך. אויך זיין גאלדענעם זייגער. נאר וויבאלד ער האט נישט גענוג שנעלל אויסגעפאלגט זייער באפעל, האבן זיי איהם געגעבן א מתנה. 2 בולעטס פון זייער גאן...! 'שטייצעך אז ער האט תיכף אויסגעהויכט זיין ליבעראלע נשמה.. נאר פאר יציאת נשמה האט איהם א דעטעקטיוו וועלכער איז אנגעקומע אויף די סצענע געפרעגט, ווער האט עס פאר דיר געטון...?ועלכע 2...? האט ער געענטפערט..."אנלי וואן יאונג מען...! און דער ראביי וועלכער האט איהם מספיד געווען אין פיונעראל טשעפעל, האט געזאגט אויף איהם די מליצה וועלכע ווערט געשריבן אין אידישן פארצייטישן תלמוד..."יצאה נשמתו באח-ד"...!

איך באנוץ זיך אסאך מיט פובליק טראנספארטאציע, און איך האב לעצטענס בייגעוואוינט א גרויסן אויפשטייג אין האס מצד די אפריקען-אמעריקען'ס וואס פארשטייט זיך אז ס'געט נישט צו צופיל חן צו זייער שווארצקייט. כ'האב שוין א שיינער פאר מאל געכאפט פון זיי איבערן קאפ על לא עוול בכפי, בפרט אין די סיטי באסעס מיך אנמאכענדיג בושות בפני כל עם ישבי הארץ. אפאר מאל פיל איך ממש ווי מ'דארף זיי דעפארטירן נאך פאר די מוסלעמעינער. איי איז ר' אביגדור גערעכט געווען....
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:21 am#365865
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען נישט ווייטער רעדען. באלד וועסטו זאגען אז איך האב געזאגט אז דער אהבת ישראל איז גאר געווען א קאפו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך האב גארנישט איבערגעטריבן, דו האסט מזלזל געוועהן אין א צדיק און געשריבן זאכן וואס דו האסט קיין אהנונג נישט, און ס׳פאסט אייך פשוט נישט מודה צוזיין אז דו האסט א טעות געהאט, מעגסט אמאל מודה זיין אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, סוועט דיר גארנישט שאטן, וועסט נישט פארלירן קיין רעספעקט ביי מענטשען וועסט נאר געינען ווייל מענטשען וועלן זיין אז דו ביסט אויפריכטיג און איינשטענדיג.

וויזניצער חסידים זענען ביי מיר נאך אזעליכע ערליכע אידן ווי דיינע ליטוואקס, זיי וועלן אנדערש א טובה טוהן פאר א איד ווי דיינע הארטנאקיגע קאלטע סופערפישאול ליטפאקעס. זיי וואלטן זיך געמעגט לערנען אביסלע ״אהבת ישראל״ פון וויזניץ.
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:29 am#365867
בן אדם אפשר איז זייער לענלארד א היימישע איד :P

אינטערסאנט די שווארצע ווען זיי קומען קיין ווילאמסבורג טעהנן אסאך פון זיי די זעלבע וואס דו טעהנסט אויף זיי, דאכצעך זיי זענען דא געוועהן פאר דיינע אונגארישע עלטערן (יא כהאב געקענט דיינע עלטערן, כווייס פונקטליך ווער זיי זענען געוועהן און אפילו פון וועלכע שטאט דיין מאמע איז געקומען), ענק זענען דא קוים זיבעציג יאהר, דו שווארצע זענען שוין דא הונדרעטער יאהרן,

דרך אגב איך גלייב נישט קיין ווארט אז דו ביסט באפאלן געווארן דורך שווארצע, לויט דיין שרייבן ביסטו סתם א וויסטע ראסיסט, מדארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צוכאפן אז דו רעדסט ריין פון ראסיסיזם וואס טיעף איינגעווארצלט געווארן אין דיר פון אלץ קליין קינד דורך די חינוך וואס דו האסט באקומען, און ליידער אפילו נאכן אזויפיל ליינען ביסטו געבליבן א ראסיסט...
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:37 am#365869
ראסיסטישקייט איז נישט קיין 'שיטה'. ס'איז ענדערש א 'פילינג' וואס מ'דארף זיך אייביג ספראווען מיט דעם.

לגבי די שווארצע אנפאלענישען האלט איך אז זיי זענען פשוט דזשעלעס פון אונז, ווייל אונז זענען דאך אויך מינאראטיס אבער אונז זענען מיר מוצלחים ווי זיי. און זיי זענען אויך גאנץ שולדיג (עכ"פ זייערע המון עם) ווייל זיי זענען גאנץ פויל און זיי וועלן ענדערש בלעימען יענעם ווי אליין טון צו דער זאך (כידוע פאר דער וואס קען זיך אויס אין זייער נאטור)
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:50 am#365870
ראסיסטישקייט קען אויך זיין א שיטה און קומט געווענטליך פון די וועג וויאזוי מאיז אויפגעוואקסן, מיין זיבן יעריגע טאכטער האט אויך פיינט גוים נישט ווייל א גוי האט איר אמאל עפעס געטוהן נאר ווייל דעס הערט זי אין סקול ליידער.
פרייטאג מערץ 17, 2017 9:58 am#365871
איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען די בוך וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף עמעזאן.
דער שרייבער איז נישט געווען קיין פרומער איד, נאר ער איז אויפגעוואקסען אין א פרומע שטוב. מ'זעט די אפשיי וואס מ'האט דעמאלס געהאט פון א מסור און א משומד. אפילו א משכיל וואס איז נישט געבליבען פרום האט אנגעקוקט א מוסר ווי אזא מין מורד און אומגעטרייע מענטש, נישט קין געליטענע, נישט קיין 'זעלבסט - באשיצער', נאר א געמיינע יונג, וואס איז גרייט צו שטעכען די אייגענע ברידער און שוועסטער.
באמת, ווען איך האב ארויפגעלייגט די בוך, האב איך געמיינט אז ס'וועט זיין אינטרעסאנטער, ווייל קמנצקי ברענגט עס אסאך, און איך האב דורכגעליינט א האלבע בוך און נישט געטראפען מער ווי איין דערמאנונג פון איינער פון די באקאנטע מענטשען וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט. נאר ביים לעצטען דריטעל, דארט זעט מען וויפיהל מענטשען ער האט געקענט, ער פארציילט פערזענליך פון דער ח"ח, פון דער גערער רבי'ן אין ווארשא ביים קריג ועוד. ער רעדט פון די הויכע גייסט פון א גערער חסיד אין ווארשא, וואס זיין גאנצע שמחת יו"ט איז געווען תלוי אין זיין טרעפען ד' מינים צו שאקעלען, און נאך די אלע באמבעס און צרות, איז דאס געווען זיין גאנצע וואונטש. איך האבלט ביים ענדיגען, אבער דער נקודה וויל איך ארויס ברענגען. די בגידה פון די מוסרים און מומרים איז אלס געווען אנגעקוקט אלס א מענטשליכע שלעכטס, און דאס האט לאו דוקא געהאט צוטוהן מיט חרדישקייט צו חסידישקייט.
פרייטאג מערץ 17, 2017 10:04 am#365872
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

כווייס נישט צו ממעג אזוי רעדן אבער אויב האט מען למעשה ביידע געהרגעט, לכהפ האבן די ערשטע כאטש געזעהן א נקמה אין די וועמען זיי האבן פאררעכנט אין האבן זיי באגנבט און באקריוודעט. סווייטאגליך צו טראכטן אזוי אבער סדערמאנט מיך די מעשה פון די רועה חזירים אוואו די שאלה איז אייביג וואס האט דער רועה חזירים שוין געטוהן ער זאל זיך פארדינען צו ווערן א ראש? וויאזוי קומט עס טאקע יושר זאל ערלויבן ער זאל שפעטער אזא שלעכטס אנטוהן? מיר זענען דאך אזא אויסגעארבעט הייליג פאלק און דער שלאק איז סתם א רועה חזירים? אולי איז א רועה חזירים נישט א פשוטע פאסטן? אדער אפשר לערנט חזרים פאסטוכעריי עפעס וואס איז קריטיש מיר זאלן נישט פארפעלן אויב זאלן מיר דארפן קאמפיטן מיט רועה חזירים?
פרייטאג מערץ 17, 2017 10:40 am#365878
די דייטשען האבן געגעסן ״רויע חזירים״ וואס זיי האבן געקויפט פון א פאסטוך פון שטאל?, איך מיין איך דארף איבערליינען די צווייטע וועלטס קריג היסטאריע, דער עולם פארציילט דא שיינע מעשיות וואס כהאב קיינמאל נישט געהערט. :lol:

רועה חזירים? :ugeek:
דינסטאג מערץ 21, 2017 7:50 pm#366301
שבת אחים האט געשריבן:אה,
האסט געטראפן נאך א אינצידענט אין די לעצטע זיבעציג יאהר? מורא׳דיג!-ס׳מוז טאקע זיין אז אלע גוים האבן פיינט אידן ווייל אין קראונהייטס פאר צוואנציג יאהר צוריק האט מען זיך געשלאגן, און איינער האט געזאגט מ׳זאל הארגענען אלע אידן? פארדעם לערנט מען אויס אין אונזער חדרים/סקולס, אז אלע גוים זענען רשעים און מ׳דארף זיי אלע הארגענען, וכודומה!?.


לערן אביסל... היסטאריע אביסל! וועסטו זעהן אז אידן האבן קיינמאל נישט פיינט געהאט קיין גוים עס איז נישט דא קיין שום מצוה אדער ענין פיינט צו האבן א גוי,אודאי זייערע וועגן איז פאר'מואס'ט, פשוט מ'זאל זיך נישט לערנען פון זיי, אבער זיי אליין איז נישט דא קיין ענין פיינט צו האבן און דאס וואס מיר זאגן: "א כפרה" "אלע גוים" דאס איז וואס אונז האמיר זיך געלערנט אויף די אייגענע בארד
הלוואי זאל אונזער אמעריקאנער גלות זיין א אפווענד אויף מיין ארטיקל, דערווייל זעהט עס נישט אויס, אודאי מע'הרג'עט נאכנישט אבער די שנאה איז ממש אט אט דארט.

און גוים ווייטער, וואס אידן זאלן נאר האבן געטון האט מען פון זיי אלעמאל געריסן שטיקער.
זענען זיי געווען רייך, האט מען זיי גע'הרג'עט: זענען רייך פון אונזער געלט
זענען זיי געווען ארום, האט מען זיי גע'הרג'עט: די ארומקייט קומט וועגען אידן
זענען זיי געווען ערליך, האט מען זיי גע'הרג'עט: פארוואס קענט איר זיך נישט צופאסן צום מנהג המקום
זענען זיי געווארן פריי, האט מען זיי גע'הרג'עט: דער טמא'נער איד זאל בעסער שטיין ווייט פון אונז

איז געווען אלטע צייטן, האט מען גע'הרג'עט: ווייל די גוים זענען געווען פאנאטיש, גלויביג
איז געווארן נייע צייטן, האט מען גע'הרג'עט: סתם ווייל ער א איד איז שמוציג

איז דאס הרג'ע געצייג געווען שווערד, האט מען זיי געהרג'עט מיט שווערד
איז די הרג'ע געצייג געווארן רעוואלווערס, האט מען זיי מיט דעם דערהרג'עט
איז גאז אריינגעקומען אין סטייל, איז דאס געווארן די פארטילינונגס מיטל

קיין שום וועג, קיין שום זאך, קיין שום לאנד טויש האט נישט געהאלפן פאר'ן איד ער זאל לעבן במנוחה

אדרבה ווילסט מיר ברענגען פעלקער וואס זענען נישט פארעכענט צווישן "אלע גוים"... איך לויף שוין אהין, אבער איך מיין אז מיר קומען שוין פון דארט...

אז דו האסט פיינט אידן, איך באשולדיג דיך נישט, קען זיין די האסט געליטן פון אידן, אבער דאס מאכט נישט די גוים פאר קיין צדיקים
דינסטאג מערץ 21, 2017 7:52 pm#366302
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען די בוך וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף עמעזאן.
דער שרייבער איז נישט געווען קיין פרומער איד, נאר ער איז אויפגעוואקסען אין א פרומע שטוב. מ'זעט די אפשיי וואס מ'האט דעמאלס געהאט פון א מסור און א משומד. אפילו א משכיל וואס איז נישט געבליבען פרום האט אנגעקוקט א מוסר ווי אזא מין מורד און אומגעטרייע מענטש, נישט קין געליטענע, נישט קיין 'זעלבסט - באשיצער', נאר א געמיינע יונג, וואס איז גרייט צו שטעכען די אייגענע ברידער און שוועסטער.

אבער דער נקודה וויל איך ארויס ברענגען. די בגידה פון די מוסרים און מומרים איז אלס געווען אנגעקוקט אלס א מענטשליכע שלעכטס, און דאס האט לאו דוקא געהאט צוטוהן מיט חרדישקייט צו חסידישקייט.


יא דאס איז די חילוק פון די היינטיגע או טי די'ס זיי מיינען אז זיי האבן נישט יוצא געווען ווילאנג זיי האבן נישט פארראטן זייער אייגענע ברודער
פרייטאג יוני 23, 2017 1:45 pm#376644
טאמבל סאס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס צושטעל איז מורא'דיג. א מענטש ווערט צוקריגט מיט א צווייטן, איינער דערגייט דעם צווייטן די יארן און זיי האבן אן א שיעור טענות אויף די אנדערע. קיינער געטרויעט נישט דעם צווייטען און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט'ן צווייטען. טאמער איינער ווערט אפגעשטעמפעלט אלס א מסור און דער צווייטער הרג'עט איהם, ווי געפערליך ס'איז, איז גאר א צושטעל צו דער וואס זיין בוזעם חבר שטעכט איהם צוויי מאל אין הארץ, זיכער צו מאכען אז יענער איז טויט??!!!

יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

Any sources available please?


m http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 333_14.pdf m
מוצ"ש מערץ 03, 2018 10:41 pm#396706
Re: דרשות ואגדות חז"ל
נישט דוקא וועגן אגדה, אבער כהאב נישט געטראפן קיין בעסערע אשכול פאר דעם.
זייער אסאך איז די גמרא (אקעי, תלמוד, פאר די אויפגעקלערטע) פארנומען מיט די ווינטן. יעדע זייט האט זיך זיין סארט ווינט. מעריב ווינט איז א שטארקער, דער איז הייס, יענער איז קאלט און דער פערטער איז דוקא רואיג. תוספות איז ווייטער פארנומען מיט סתירות.

יעצט מיין שאלה איז אויב איז דא עני סייענטיפישע בעקינג צי דעם? ווייל צי מיר זעהט אויס אז פון אלע זייטן קענען קומען די זעלבע ווינטן. אפשר איז עס דוקא אין א"י, למשל אז די מעריב ווינט קומט פון ים, ממילא איז עס שטערקער. (אויב אזוי וואלט מען אפשר געקענט פארענטפערן תוספות קשיות, הא לן והא להו) די צפון ווינט איז הייס, אפשר ווייל עס קומט פון מדבר?

בקיצור, עס איז אן ענין וואס ווערט דערמאנט אסאך אין ש"ס, און יעדעס מאל פיל איך ווי איך לערן עפעס אן אומפארשטענדליכע אגדתא
זונטאג מערץ 04, 2018 4:59 am#396714
טמיר: איך בין אויך נישט קיין גרויסער סייענטיסט. (ניטאמאל א קליינער.) אבער ווען איך הער אויס די וועטער רעפארטס און דער מיטיאראלאדזשיסט איז מסביר, אז ס'גייט קומען א ...":נארט'איסט'ער"...א צפון-מזרח'דיגער ווינט. מיינט דאס א גרויסער שטורם. און ווען ער זאגט אז ס'גייט זיין א ..."סאוטהער'ן" ווינט. א ווינט פון דרום זייט.מיינט דאס א רואיגער, ווארעמער ווינט...!און איך בין זיכער אז דער אדער די מעטעאראלאגיסט'קע האט נישט געלערנט קיין גמרא...!

סאו. עפעס האבן אונזערע חז"ל געוואוסט. ס'איז דא אן אינטרעסאנט ספר פון מונקאטשער רב זצ"ל. דער ספר הייסט דברי תורה. דארט ווייזט ער אויף אז א סאך פון די היינטיגע סייענטיפישע ערפינדונגען זענען שוין געווען באוואוסט בימי חז"ל. און די גמרא ברענגט אראפ א טייל פון זיי. א פאר , ברמיזה. און א פאר אנדערע גאנץ בפירוש.

נאר דאס אלעס וועט נישט זייין גענוג גוט פאר די היימישע אויפגעקלערטע. ושמותם ידועים. ואין צריך לפורטם. ווייל זיי זענען עפ"י רוב פסעוודא-אינטעלעקטואלן. און זיין האבן אויך א קאמפלעקס. אז אלעס וואס די חז"ל האבן געזאגט איז אלד פעשיאנ'ד און אומוויכטיג...!
זונטאג מערץ 04, 2018 10:49 am#396723
Re: דרשות ואגדות חז"ל
איך וואלט געזאגט אז ווען די רעפארטער זאגט די דירעקציע איז עס פשוט לשם דירעקציע. דאס איז אויסער די שנעלקייט וואס ווערט עקסטער געמאלדן
זונטאג מערץ 04, 2018 11:22 am#396725
טמיר: אנטשולדיגט. אבער דער נאמען פונ'ם ווינט, נישט נאר די דירעקציע ליגט אין דעם וועטער רעפארט. וואס דארפסטו מער...? דער לעצטער שטורם וואס האט געטראפן די גאנצע ניו יארק-ניו דזשערזי געגנט איז פאראויסגעזאגט געווארן דורך די וועטער רעפארטערס אלס ..."נארטה-איסט'ער"...אזוי איז א יעדער גרויסער רעגן אדער שניי שטורעם...! פארוואס זאגן זיי קיינמאל נישט אז דער שטורם ווינט גייט קומען פון די דרום/סאוטהערן זייט...?!
דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:45 pm#441637
דרשות ואגדות חז"ל
אפאר הערות אויף די אשכול:

1). מ׳קען אפשר אריינלערנען אין ווי אזוי דער נרבוני איז מפרש דעם מו״נ וואס @מוח שליט האט אראפגעברענגט בנוגע אגדות [ח״ג פמ״ג] אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט די געדאנק פון ווי אזוי דער רמב״ם לייגט אראפ אין ח״ב ווי אזוי נבואה גייט צו, אין א צווייפאכיגן אופן - הן מכח די תורה/כתב [הנדרש] והן מכח דעם דורש.

דהיינו, אז וויבאלד נבואה גייט דורך דעם כח המדמה דורכ׳ן [צורה/מושכל פון] מלאך, איז קען מען זאגן אל תקרי וכו׳, ווייל מעיקרא איז דאך די נפש פונ׳ם נביא מבוהל ווען ער באקומט די נבואה (חוץ ביי נבואת משרע״ה). ווי אויך דער דורש וואס נוצט מליצת השיר קומט דאס אויך פון זיין כח המדמה וואס איז קען זיין בעצם פונ׳ם זעלבן שורש ווי די נבואה מעיקרא (ועיין בח״ב פמ״ה אודות מדריגות בנביאה ע״ש). דאס (ווי אזוי איך פארשטיי) זאגט ער איז געווען די טעות פון ר״ע וואס האט גע׳דרש׳נט אל תקרי כוכב אלא כוזבא. דהיינו, ער איז נישט געגאנגען מיט מליצת השיר; ער האט נישט געהאט איינע פון די מדריגות אין נבואה ביי דעם. דאס פארענטפערט איינע פון @נולד מאוחר׳ס און @לעיקוואד׳ס קשיות, און די סברא ווערט דערמאנט דורך @מוח שליט (p. 7).

(איך ווייס און איך בין מודה אז איך קוועטש דאס אריין גאנץ שטארק אינ׳ם נרבוני׳ס ווערטער/כוונה. מ׳קען אפשר זאגן אז ער מיינט אז די כח המדמה איז נאר לגבי דעם נביא׳ס ווערטער און אז די טעות פון ר״ע איז אז ער האט נישט גענוצט מליצת השיר מכח א בייעס וכדומה. אבער דאס ברענגט ארויף צוויי קשיות. איינס, אז נבואתו של משה, וממילא התורה, איז נישט צוגעגאנגען דורכ׳ן כח המדמה, ע״ש בסוף הפרק הנ״ל ובעוד מקומות. צוויי, מ׳קען לכאורה טענה׳ן עפעס עכ״פ ענליך צו בייעס ביי יעדע אזא סארט דרש, בפרט אויב וואס מ׳וויל ארויס דרש׳נען איז שרוי במחלוקת.)

2). הרב דר. נארמאן סאלאמאן, אין זיין פאפיר פאר א שטיקל פארמולאציע פון די כללים עפ״י לאגיק פון דרושי חז״ל (הגם ער רעדט בפירוש נאר לגבי די הלכה׳דיגע דרשות לעומת די דרשות אין אגדה), לייגט אראפ אז זיי האבן אנגענומען אלס איינע פון די אקסיאמען אז עס איז נישטא קיין שום איבעריגע [רעדאנדענט] אות אדער ניואנס אין די תורה. ווי אויך זאגט ער טאקע דאס וואס @מוח שליט ערווענט אז א גרויסע חלק פון די דרשות ארבעטן אויף א יסוד פון (כעין מאטעמאטישע) ביידזשעקשין; כעין גז״ש (ל״ד אין ״ווערטער״).

ער האט אויך אן ארטיקל בנוגע דאס וואס איז ערווענט געווארן כלפי די מאראלישקייט פון חוקי התורה.

3). לגבי די י״ג מדות צו זיי זענען מקובל אדער מ׳קען זיי דרש׳נען על דעת עצמו איז דא די באקאנטע מחלוקת רש״י ותוס׳ אין סוכה לא. רש״י האלט אז נאר ק״ו קען מען דרש׳נען אליין אין תוס׳ האלט אז אלעס קען מען דרש׳נען אליין און נאר א גז״ש דארף זיין מקובל ע״ש.

‏4). און אז מ׳רעדט שוין און מ׳האט דערמאנט די געדאנק אז ספר איוב משל היא, איז באקאנט אז לעיל שם בפכ״ב איז נעמט דער רמב״ם (ווי נישט) אן אז ס׳איז יא א משל. און אפשר גייט דאס טאקע אביסל צוזאמען מיט זיין באמערקונג איבער דעם ענין פון מליצת השיר בתנ״ך.

5). בנוגע די שמועס פון די סאביעקטיווע הנחות קדומות וואס א מענטש האט, טוהט דר. וויליאם בייערס (א מאטעמאטיקער), אין זיין בוך The Blind Spot, ארומרעדן דערפון פון א פילאזאפישע פערספעקטיוו אז דאס איז פועל אפילו אויף די אביעקטיווע לאגישע סייענסעס וכו׳ און טוהט בכלל שאפן די uncertainty אינהערענט אין זיי.

6). בנוגע דאס וואס רש״י זאגט אז מ׳מוז גלייבן אין תחיית המתים מן התורה, זאגט דער תפארת ישראל אין זיין דרוש אור החיים (אות ג) אז, ווי ערווענט, (און אויב נעמט מען נישט אן ווי די באר שבע) האט דאס רש״י מדייק געווען פון די לשון המשנה ״מן התורה״. אבער ער זאגט דארט אז ס׳איז נישט קיין ראיה, ווייל ס׳קען מיינען צו שולל זיין פון די וואס וועלן זאגן אז פון די תורה איז משמע להיפך דערפון. ער גייט ווייטער און פארענטפערט אז אפשר מיינט דאס רש״י צו זאגן. דהיינו, אז ״כל אשר עינים לו״ קען זעהן אז די פסוקים וואס די גמרא ברענגט זענען אסמכתות. אבער לעומת זה זענען דא פסוקים וואס זייער פשט איז יא משמע דערצו [אני אמות ואחיה, יחיו מתיך ונבלתי יקומון, וכו׳], איז טאמער איז מען זיך מתעקש צו מוציא זיין די פסוקים מפשטן לפי מושכל ראשון כדי נישט צו גלייבן אין תחיית המתים דעמאלטס נקרא כופר, ע״ש.

(@מח שליט׳ס אינטערפערטעישן פון תחיית במתים אלס אחדות קען אנרירן אויף דר. פרענק טיפלער׳ס אמעגא פונקט בענין תחיית המתים.)

7). לגבי דעם ווי אזוי מ׳קען זיך ״מאכן״ גלייבן. l viewtopic.php?p=440707#p440707 l

8). בנוגע די דרשות חז״ל אויף איסור בשר בחלב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער רמב״ם (מו״נ ח״ג פמ״ח) מאכט אליינס אויך עפעס א שטיקל דרש פון די סמוכין פון דעם צו מצות עלייה לרגל אז די טעם דערפון איז אפשר ווייל די עוע״ז פלעגן אזוי טוהן ע״ש.
מאנטאג יאנואר 27, 2020 10:24 pm#442160
דרשות ואגדות חז"ל
9). בנוגע בן סורר ומורה איז אינטרעסאנט דאס וואס דעניס פרעיגער לערענט ארויס דערפון דא (ביי 16:00) אז וואס די תורה האט געוואלט טוהן איז אוועקנעמען די מעגליכקייט פון עלטערן צו שטראפן זייער קינד אויף אזא אופן און דאס איבערגעבן נאר צו א בי״ד, עפעס וואס איז געווען געניאל אין יענע צייט. (אפאלאגעטיש אבער אינטרעסאנט.)
זונטאג פעברואר 23, 2020 2:08 pm#443285
דרשות ואגדות חז"ל
10).
IMG_6616.jpg

IMG_6617.jpg

בנוגע דאס וואס מ׳האט ערווענט לגבי די פאעטישקייט הכתובים, וואס אין דעם קען אריינגיין הכתובים שאין להם הכרע (יומא נב. ‏ועיין ג״כ בגיטין יב. ובסנהדרין צ:). ווי אויך ווי אזוי חכמים (עכ״פ פון יון) האבן געשריבן חכמה בכלליות אין יענע צייטן, ועיין בשו״ת ריב״ש סימן מה.

פון דא, ע״ש.
מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:15 pm#443494
דרשות ואגדות חז"ל
לגבי דעם אז די נאראטיוו פּרויז פון די תורה איז פּאעטיש זאגט דער כוזרי (מאמר ב אות סח) (בנוגע מעלת לשון לשה״ק):
‏
הֲרָאִיתָ סִפּוּר הַתּוֹרָה, הַמִּשְׁכָּן וְהָאֵפוֹד וְהַחֹשֶׁן וְזוּלָתָם כְּשֶׁהֻצְרְכוּ אֶל שֵׁמוֹת נָכְרִיוֹת, הֵיאַךְ מָצְאוּ אוֹתָם עַד תֻּמָּם, וְכַמָּה נָאֶה סֵדֶר הַסִּפּוּר הַהוּא [עמפאסיס מיינע], וְכֵן שְׁמוֹת הָעַמִּים וּמִינֵי הָעוֹפוֹת וְהָאֲבָנִים, וּזְמִירוֹת דָּוִד, וְהִתְרַעֵם אִיּוֹב וְהִתְוַכְּחוֹ עִם רֵעָיו, וְתוֹכְחוֹת יְשַׁעְיָה וּנֶחָמוּתָיו, וְזוּלָתָם.

ועיין בענין האשכול להלן שם במאמר ג (אות סח-עג).