Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דרשות ואגדות חז"ל

דרשות ואגדות חז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
164 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 454 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2713
מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:47 am#78175
דרשות ואגדות חז"ל
אפגעטיילט פון דא.

בנוגע חז"ל, קען איך זאגען אז ווען איך לערן א דרש זעה איך טיפע אין זיסע נואנסעס nuances וואס מען קען ממש צושפרינגען ווי שיין זיי האבען אפגעטייטשט א פסוק.
במחילה מכבודך, איך זעה דא ווייטער א כלליותדיגער נקודה.
מען האט געלערנט א אידישקייט בדרגת כיתה א', רוב מענטשען בלייבען ביי דעם לעוועל, אין וועגן דעם איז דאס די סטענדערד לעוועל. די מיעוט וואס טראכטען אמתדיגער אין טיפער, ד. ה. די וואס האבען נישט קיין מורא צו פרעגן אויף זאכען וואס שטימען נישט, זעהן די טעות פין די כיתה א' לעוועל. יעצט האט מען די ברירה צו טראכטען לעוועל 2 אדער 3 אין 4 אין אזוי ווייטער. אדער קען מען זיך אפשטעלן אין גיסן פעך אין שוועבל אויף כיתה א' לעוועל. אמת, דער וואס גיסט פעך אין שוועבל אויף כתה א' לעוועל איז גערעכט, אבער אנשטאט זיך רעגן, קענסטו דאך פשוט זיך ארויפריקען א לעוועל צוויי.
פארוואס ביי סתם פאעטרי פארשטייט אז מען קען זיך מעמיק זיין וואס דער פאעט האט געמיינט מיטן שטעלן די געוויסע ווערטער צוזאמען א.א.וו., אבער ביי די תוה"ק וואס יעדע ווארט איז הערליכע פאעטרי, דארט מוז מען דווקא לערנען פשוט פשט?
ביסט אוודאי מסכים אז איינער מיט אביסל א פאעטישער שפראך אין וועט וועלן דערציילען אז די קעניג האט אנגעהויבען נייע גזירות אין האט פארגעסן פין זיין פריינט יוסף, וועט אוודאי נישט זאגען די פשוטע וועג אז והמלך גזר גזירות חדשות ושכח מידידו יוסף. ער וועט דוקא זאגען ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף.
איך ווייס נישט, וואס טראכסטו?

אגב, איך טראכט יעצט אז די שיינקייט פין פאעטרי איז טאקע דאס אז מען כאפט וואס איז די נקודה essence פין די ווערטער. ד.ה. א מלך חדש ממש איז בנוגע לענינינו דאס זעלבע ווי א מלך שנתחדשו גזירותיו. מען איז נישט סטאק אין די טריוויאליטי triviality פין די ווערטער, נאר מען כאפט די נקודה. ווען מען וויל זאגען אז א מענטש האט זיך אינגאנצען געטוישט קען מען עס זאגען פשוט. דער מענטש האט זיך אינגאנצען געטוישט. אבער מען קען עס אויך זאגען דער איז געווארען א נייע מענטש. דאס איז סאך שענער ווייל מען האט אפגעטייטשט אז די נקודה פין א נייע מענטש איז דאס אז ער האט גאנץ אנדערע תכונות ווי דער אלטער מענטש.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:56 am#78183
דאס איז זיכער אז זיי האבן עס אליינס געדרשנט,זעהסט דאך עס איז דא 1000ער מדרשים און יעדע מעשה איז דא זייער אסאך דיטעילס וואס פון איין ווארט דרשנט מען אסאך אינטרעסאנטע זאכן.
זעהסט דאך אז אמוראים קריגן זיך צווישן זיך.סא דער וואס קריגט האלט אז דער אנדערער איז בכלל נישט גערעכט

אפילו אין א משנה איז זייער אסאך מאל דא 3 וועגן וואס יעדע וועג איז ממש פארקערט פון די פשטות המשנה
מען זעהט כלך אצל אגדה..
דעמאלס אליינס איז געווען אסאך גרופעס צדוקים וכו' וואס יוחנן כהן גדול איז נאך 80 יאר געווארן
מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:15 pm#78245
עס איז כדאי די זאלסט ליינען אביסל די בוך פין Sherlock Holmes. די וועסט זעהן וויפעל זאכען ער האט אפגעטייטשט פין פינעף ווערטער וואס איינער האט ארויסגערעדט.
נעם דיינע ווערטער וואס די האסט געשריבען. וויפעל זאכען קען איך וויסען פין דעם? לאין שיעור. איך ווייס אז די האסט געלערנט גמרות אין מדרשים, איך ווייס אז די טראכסט טיף, אז די האסט נישט מורא צו טראכטען אנדערש ווי די עסטעבלישמענט. איך בין משער אז די האסט צו טון מיט אסאך פין דיינע ארומיגע דערוועגן. איך ווייס אז די האסט אינטערנעט.

אין יעצט פאר די דזשואק אוף איט, גיי איך זאגען אז איך ווייס אויך אז די שרייבסט שנעל. ווייל די האסט פרובירט צו ברענגן א ראי' פינעם פאקט אז אמוראים קריגען זיך. וויאזוי איז דאס א ראי' אויף עניטינג? אויב למשל צוויי פיסכאלגען האבען א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארטייטשין א געוויסע אקט פין א מענטש, זאגט דאס אז די גאנצע מהלך פין פארטייטשען איז נישט ריכטיג?

בקיצור מען קען זען אין כאפן גאר אסאך דקותדיג הרגשים פין יעדע ווארט וואס סתם א מענטש רעדט, ק"ו פין א טיפע מענטש, ק"ו ווען א טיפע מענטש שרייבט פאעטרי, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען עס איז דבר ה'.

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס די טענות פין די צדוקים זענען געווען. צו זאגען אז לא תבערו אש בכל מושבותיכם מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער איז פשוט נגד השכל. עס איז א סאך מער מסתבר אז מען רעדט פין טון עפעס א קריעטיוו מלאכה, אין נישט אז א פייער טאר נישט ברענען.
מצד שני די ענין פין ממחרת השבת קוקט אויס גאנץ א גיטע טענה. איך מיין אז די כוזרי שרייבט אז מצד די פשט אין פסוק איז נוטה ווי זיי. אבער חז"ל האבען געהאלטען מסברא חיצונית אז די תורה מיינט אוודאי צו געבן פיפציג טעג צייט צווישען בכורי קציר שעורים ביז קציר חטים, אין די תורה האט פשוט אויסגעשמועסט דאס ציילען מיטן אנהייבען פין אנהייב וואך. ממילא האבען זיי אזוי אריינגעלערנט.

ספר הכוזרי מאמר ג אות מא
ואמור שלא נחלוק עם הקראים במה שהם טוענים עלינו מן המובן ממלת ממחרת השבת ועד ממחרת השבת שהוא מיום ראשון, ואחר כן נאמר שאחד מן הכהנים או השופטים או המלכים, הרצוים עם דעת הסנהדרין וכל החכמים ראה כי הכונה מן המספר ההוא לשום חמשים יום בין בכורי קציר שעורים ובכורי קציר חטים, ושמירת שבעה שבועות שהם שבע שבתות תמימות, ונתן לנו דמיון בתחלת יום מהשבוע, לומר אם תהיה ההתחלה מהחל חרמש בקמה מיום ראשון תגיעו עד יום הראשון, להקיש ממנו שאם תהיה ההתחלה מיום שני נגיע עד יום שני. והחל חרמש מונח אלינו בכל עת שנראה שהוא ראוי נתחיל בו ונספר ממנו. וקבעו אותו שיהיה יום שני של פסח, ולא יהיה בזה סתירה לתורה

זעענדיג יעצט נאכאמאל דעם כוזרי מיין איך אז ער זאגט ממש הערליך.
טראכט אריין, מאכט עס סענס אז מען פאנגט אהן צו ציילען פין סתם א שבת? איז דען נישט טויזענט מאל מער מסתבר אז מען געט די טיפיקעל נאמבער פין פופציג טעג [וואס דאס איז געבויט אויף די אוביקיוטיס (ubiquitous)נאמבער פין זיבען] צו ציילען צווישען די חטים ביז שעורים. ווען דו מאכסט ווען אזא סעט אפ, וויאזוי וואלסטו עס אויסגעשטעלט? מיט פופציג טעג ציילען פין א פלעינע שבת אדער מיט פופציג טעג אונטערשיד פין חטים ביז שעורים?
מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:34 pm#78388
kliger האט געשריבן:קען זיין ער לייקנט אין חז"ל......אין תורה שבכתב שטייט נישט עולם הבא מיט תחיית המתים.
אפשר לערנט ער וימת פרעה אז ער איז ממש געשטארבן.........אשר לא ידע את יוסף ער האט טאקע נישט געקענט....

מען פארקריכט דא פונ'ם ענין, אבער לאמיר נאר אזויפיל זאגן, ביטע מישט נישט אויס דברי אגדה מיט דברי הלכה. אמת אז אויב איינער זאגט אז לא תבערו אש מיינט מען טאר נישט לאזן א פייער ברענען איז אן אפיקורס, אבער אויב איינער האלט אז וימת פרעה מיינט אז ער איז טאקע געשטארבן אדער אז קטורה און הגר זענען געווען צוויי באזונדערע פרויען איז דאס נישט קיין שום פראבלעם. דברי אגדה איז נישט מחייב קיינעם, כמבואר בכמה מקומות בדברי הראשונים.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:14 pm#78412
יאיר האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:סליפקין, שפירא און סאקס זענען ארטאדאקסישע מענטשן

איך האב קיינמאל נישט געוואלט האלטן דין ביי עפעס מער ווי אמונה בשם....אין עני שעיפ אר פארם...ליין צוריק העסטו זעהן

ליצנות איז פיין

מיין פוינט איז אז דין איז נישט מודה צו דיין הנחה, מילא איז דיין קשיא נישט קיין קשיא.
שוין, איך מיין אז דין מעג מיר שוין צאלן פאר'ן ארבעטן אזוי שווער אלס זיין לויער. אזוי לאנג ווי איך זע נישט קיין טשעק איז דער ויכוח געשלאסן פון מיין זייט.

ווען ס'ועט איהם שטערן אז מענטשן האלטן איהם נישט פאר איינעם פון די ל"ו צדיקים וועט ער זיך פארבונדן מיט דיר.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:21 pm#78413
יאיר האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:קען זיין ער לייקנט אין חז"ל......אין תורה שבכתב שטייט נישט עולם הבא מיט תחיית המתים.
אפשר לערנט ער וימת פרעה אז ער איז ממש געשטארבן.........אשר לא ידע את יוסף ער האט טאקע נישט געקענט....

מען פארקריכט דא פונ'ם ענין, אבער לאמיר נאר אזויפיל זאגן, ביטע מישט נישט אויס דברי אגדה מיט דברי הלכה. אמת אז אויב איינער זאגט אז לא תבערו אש מיינט מען טאר נישט לאזן א פייער ברענען איז אן אפיקורס, אבער אויב איינער האלט אז וימת פרעה מיינט אז ער איז טאקע געשטארבן אדער אז קטורה און הגר זענען געווען צוויי באזונדערע פרויען איז דאס נישט קיין שום פראבלעם. דברי אגדה איז נישט מחייב קיינעם, כמבואר בכמה מקומות בדברי הראשונים.




מען רעדט אפילו פון הלכה, גאנצעטע הלכות וואס מען לערנט ארויס פון ק"ו, גזירה שוה,מה מצינו,וכו'.
100ער פסוקים און אפילו משניות (און אפילו גמ') וואס מען דרשנ'ט אז עס מיינט בכלל נישט דאס וואס שטייט און עס איז דא מחלוקת פון אפאר וועגן וויאזוי מען זאגט.
עס איז קלאר אז זיי האבן אליינס געדרשנט אסאך (אודאי איז אויך דא וואס עס איז געווען מקובל)
איך בין מאמין 1000 פראצענט און דברי חז"ל,איך זאג נאר אז עס איז אויך דא די סארט מענטשן.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:41 pm#78417
פון די וועג ווי די גמ' שטעלט כאולי' א מחלוקה חד אמר מלך חדש חד אמר .... זעט מען אז סאיז נישט ריכטיג מוח שליט'ס מהלך פון poetry. פארוואס קריגען זיי זיך ארום ? איז זייער מחלוקה און הלכות פאעטרי?
עט ליסט די עורכים פון די גמ' האבן זיכער נישט געהאלטן ווי מוח שליט.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:48 pm#78419
די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:02 pm#78425
קליגער,
איך פארשטיי נישט וואס די טענה'סט. אוודאי דרשנען זיי אליינס. איך זאג בכלל נישט אז עס איז בקבלה. איך זאג אז זיי ארבעטן אויף צו דערשפירען די דינע nuances אין הרגשים פין די פאר ווערטער. אין לפי זה פארשטיין זיי וואס עס איז דא מרמז.
א יעדע שרייבער רעכנט אויס וואסערע ווערטער צו ניצען ווי. וואס די זאלסט שפירען אפי' בלא יודעים. אין אסאך מאל וויל ער ניצען די זעלבע ווארט אפאר מאל אזוי אז עס זאל ערוועקן די הרגשים וואס ער האט דיך געמאכט פילן ביים ערשטע מאל וואס ער האט געניצט דעם ווארט. [דאס איז בערך די הבנה פין גזרה שוה].
אוודאי בויט מען פין דעם הלכות. וואט'ס די פראבלעם?
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:04 pm#78426
מח שליט, איך זע נישט וואס דו טוסט אויף. למעשה זענען דא הונדערטער הכא במאי עסקינן'ס אין גמרא וואס פארדרייען לגמרי פשט אין א משנה אדער א פסוק בלויז ווייל מען האט א סתירה צווישן צוויי משניות/פסוקים און מען קען דאך נישט זאגן אז איינס איז נישט ריכטיג. ביי שעיקספעירס איז די מחלוקת וואס איז דער פשוט'ער פשט, אבער קיינער וועט נישט אריינלייגן עטליכע שורות אדער פארדרייען אינגאנצן דעם פשוט'ן פשט בלויז ווייל שעיקספעיר אדער אן אנדער שרייבער פון די זעלבע תקופה שרייבט אויף אן אנדער פלאץ פארקערט און ביידע מוזן שטימען.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:07 pm#78428
יאיר,
דע פאעטרי ענין רעד איך סטריקטלי פין דרשות אויף די תורה.
קוק וואס איך האב געשריבען אביסל פריער וועגן משניות

ביי די ענין פין משנה איז גאר אן אנדערע זאך. מען האט געהאט אן עסטאבלישט גירסא, אין מענטשען האבען זיך אזוי איינגעחזר'ט. מען האט זיך איינגעחזר'ט די ווערטער ווי א טעיפ רעקרדאר. אזוי מען לערנט אפי' היינט קינדער צו קענען פין אויסענווייניג "מיט'ן לשון". עס איז אוממעגליך אז עס זאלען זיך נישט אריינכאפען גאר אסאך טעותים. קוק וויפעל מאל מען דארף איבערגיין א ספר תורה וואס א סופר קאפיעט דאך פין א טעקסט, ק"ו ווען אלעס איז פין זכרון. מען קען נישט ארומשיקען אימעילס אז מען דארף טוישען די לשון. מען מיז לאזען דעם טעקסט אין זאגען פשטל'ך אינעם אנגענומענע טעקסט.


אגב אז די קוקסט שוין אויף מיין פרירעדיגע פאוסט. פליז זיי מגיב וועגן דעם כוזרי פין ממחרת השבת. איך זאג דיר דעם אמת איך האב קיינמאל נישט עומד געווען אויף די שיינקייט פין זיין פשט. איט'ס ע בעיוטי
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:11 pm#78431
דרשות אויף די תורה איז פונקט אזוי. למשל די סתירה פון ארבע מאות שנה ישבו במצרים - ארבע מאות ושלשים ווען מען איז באמת נאר געווען 210. אין אן אנדערע היסטארישע בוך להבדיל וואלט מען געזאגט ס'איז א טעות, און די תורה שניתנה למשה מפי הגבורה וועלן מיר חלילה אודאי נישט זאגן אזא זאך.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:14 pm#78433
די רמב"ן זאגט טאקע אז מען האט פארשפראכען פיר הונדרעט אבער ס'האט זיך פארלענגערט פשוטו כמשמעו. ער מאכט נישט קיין דריידליך.
אבער ביזט גערעכט איך רעד נישט פין אזעלעכע סתירות. איך רעד פין די יעדען טאגעדיגע דרשות חז"ל.
אויף דיין ציור איז עס מסתם די זעלבע ווי די ענין ביי משניות. איך דארף לויפען יעצט, אבער כ'וועל מערצשעם נאכקוקען א ירושלמי וואס רעדט וועגן די טעות וואס די נביא האט געמאכט בנוגע די זמן פינעם חורבן. ועוד חזון.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:17 pm#78436
די יעדע טאגעדיגע דרשות חז"ל מיינסטו די דברי אגדה ווי למשל אז די יוצאי מצרים זענען געווען אינס פון זעקס הונדערט טויזנט און די איבריגע ביליאנען זענען געשטארבן בחושך ימי אפילה, אדער אזעלכע דרשות ווי ריבויים פון א ו'. אויב דו מייסנט די צווייטע, אדרבה, טרעף מיר סיי וועלכער פראפעסאר פון פאעזיע וועלכער איז מרבה פון די ריבוי פון "ענד" ראמעא אז ראמעא און דזשוליעט זענען געווען איין מענטש.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:19 pm#78439
הא הא הא ביזט גוט. gotta run now. let me think about it.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:20 pm#78440
מוח שליט האט געשריבן:די רמב"ן זאגט טאקע אז מען האט פארשפראכען פיר הונדרעט אבער ס'האט זיך פארלענגערט פשוטו כמשמעו. ער מאכט נישט קיין דריידליך.
אבער ביזט גערעכט איך רעד נישט פין אזעלעכע סתירות. איך רעד פין די יעדען טאגעדיגע דרשות חז"ל.
אויף דיין ציור איז עס מסתם די זעלבע ווי די ענין ביי משניות. איך דארף לויפען יעצט, אבער כ'וועל מערצשעם נאכקוקען א ירושלמי וואס רעדט וועגן די טעות וואס די נביא האט געמאכט בנוגע די זמן פינעם חורבן. ועוד חזון.

דער ירושלמי וועגן עשרה בטבת רעדט נאר פון א נביא, קיינער וועט זיך נישט וואגן צו זאגן דאס זעלבע אויף די תורה. און דער ענין פון משניות אז מ'האט עס גע'חזר'ט אויסנווייניג לאנגע יארן פאר מ'האט עס אראפגעשריבן זע איך נישט ווי ס'קומט דא אריין לגבי די תורה שנכתבה אש שחורה על גבי אש לבנה מפי הקב"ה.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:42 am#78473
מוח שליט האט געשריבן:די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.

אבער דא קריגן מען זיך נישט פשט אונעם פאעט. פאעטס קריגן זיך יעדער שרייט זיין שטיקל איז בעסער.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:45 am#78474
נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:01 am#78485
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?

איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:11 am#78489
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?

איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.

דאס האב איך געשריבן אויבן בנוגע דברי אגדה וועלכע זענען געזאגט געווארן פאר די שיינקייט פון די זאך, אבער מח שליט רעדט לגבי די דרשות חז"ל להלכה.
יעצט, דו פרעגסט ווי אזוי איז שייך זיך צו קריגן אין דברי אגדה ווען אלעס איז בלויזע פאעזיע? אויף דעם מיין איך איז דער ענטפער אז יעדער אמורא האט געהאט אן אייגענע אייגנארטיגע מהלך פון דרש, און מען האט אלעס צוזאמגענומען אין מדרשים אדער אין גמרא, עס איז לאו דוקא א ביטערע מחלוקת וואו מען רייסט זיך ארום הענט און פוס. ועי' בויכוח הרמב"ן ובאגרת לרבינו אברהם בן הרמב"ם שהסבירו היטב ענין דברי אגדה.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:26 am#78495
יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר, ביידע מפרשים - רב ושמואל - קריגן זיך וואסי פשט אין די פאעט - תורה (ועתה כתבו לכם את השירה הזאת).
וואס איז דער חילוק צווישן דעם און צוויי פראפעסארן וואס קריגן זיך איבער א שטיקל שעיקספעירס?

איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.

דאס האב איך געשריבן אויבן בנוגע דברי אגדה וועלכע זענען געזאגט געווארן פאר די שיינקייט פון די זאך, אבער מח שליט רעדט לגבי די דרשות חז"ל להלכה.
יעצט, דו פרעגסט ווי אזוי איז שייך זיך צו קריגן אין דברי אגדה ווען אלעס איז בלויזע פאעזיע? אויף דעם מיין איך איז דער ענטפער אז יעדער אמורא האט געהאט אן אייגענע אייגנארטיגע מהלך פון דרש, און מען האט אלעס צוזאמגענומען אין מדרשים אדער אין גמרא, עס איז לאו דוקא א ביטערע מחלוקת וואו מען רייסט זיך ארום הענט און פוס. ועי' בויכוח הרמב"ן ובאגרת לרבינו אברהם בן הרמב"ם שהסבירו היטב ענין דברי אגדה.

סקען זיין אז די תנאים ואמורים האבן זיך נישט אורמגעריסן אבער די עורכים האבן עס גענומען מטי גאנצן ערענסקייט. אגאנצע בלאט אהון און ציריק ואידך ואידך ביז וואוו לא דריש.
דרך אגב דאס אפטיילן הלכה דרוש פון אגדא דרוש איז נישט פשוט .
כהאב מיך שוין אנגעשטויסען כמה פעמים ווי די גמ ' פראבירט ארויס לערנען אן הלכה און די גמ 'ברענגט א ראי' פון א רבה בר חנה גמ'.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:28 am#78498
למעשה זייער אסאך עיקרי היסוד זענען מדברי חז"ל
לדוגמא: עולם הבא,גוף ונשמה,תחיית המתים,מז"ל,און נאך הונדערטער ואכה"ל

די תורה רעדט אייביג נאר פון שכר אויף עולם הזה,ונתתי עשב בשדך,

די ענין האב איך געברענגט,ווייל אויבן איז איינער געשפרינגען אדער אידישקייט אדער להבדיל קריסטיעניטי און איסלאם.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:52 am#78504
אויב דאס איז דער פראבלעם האט דאך שלום דין געקענט ווערן א צדוקי...
דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:52 am#78512
נולד מאוחר שרייבט,
איך האב פארשטאנען די מהלך אנדרש ווי די זאגסט. אז חז''ל האבן געוויסט די אמתע פשט און האבן נישט געמיינט זייערע דרשות מיט גאנצן ערענץקייט נאר זיי האבן עס געזאגט באופן צי שיין מאכן די תורה , שמועסן אין תורה. וכו. דאס האב איך פארשטאנן אז זיי זענען די פויעטס נישט די משה רבינו אדער גאט. די שטיקלעך פויעט און תורה איז קלאר שירת הזינו שירת ים סוף.


איך מיין אז עס איז אזוי ווי יאיר זאגט. מען לערנט אפ די דינע הרגשמליך פינעם טעקסט. אזוי ווי ווען א מענטש רעדט קען מען זעהן דעם סאבטעקסט פין זיינע ווערטער, אזוי אין אלף פעמים ככה קען מען אפרלערנען דבר ה'. וביותר אויב קוקט מען גיט זעהט מען אז די גאנצע תורה איז פאעזיע ועתה כתבו לכם את השירה הזאת (העט טיפ, יאיר) נעם סיי וואסארע פסוק וועסטו זעהן די פאעזיא.

לאמיר קוקען די וואכעדיגע פרשה זייער פונקטליך אין אביעקטיוו. וידבר אלקים אל משה, ויאמר אליו אני ה'. דאס איז נישט געשריבען ווי איינער דערציילט א מעשה. ווען מען וויל זאגען טריקענע פאקטן, זאגט מען ויאמר אלקים אל משה, אני ה'. איבערזאגען די זעלבע זאך מיט אנדערע אויסשפריכען איז געשריבען שרייבעריש דראמאטיש. איך מיין אז אפי' די ווערטער וידבר אלקים, קומט נישט אזוי מצד די פשוטע מבנה הלשון. עס דארף ווען שטיין ואלקים אמר אל משה אני ה'.

וארא אל אברהם, אל יצחק, ואל יעקב. פארוואס נישט וארא אל אברהם, יצחק, ויעקב? עס איז אבער מער דראמאטיש איך האב מיך באוויזען צו אברהם, צו יצחק, צו יעקב. עס איז שענער ווי זאגען איך האב מיך באוויזען צו אברהם, אין יצחק, אין יעקב.

ושמי ה' לא נודעתי להם. היה צ"ל, ולא נודעתי להם שמי ה'. ווען מיר רעדן סתם אזוי זאגען מיר 'אין איך האב זיי נישט מודיע געווען מיין נאמען משה'. נישט, אין מיין נאמען משה האב איך זיי נישט מודיע געווען. אבער מצד פאעזיע איז שענער דוקא צו זאגען 'אין מיין נאמען משה האב איך זיי נישט מודיע געווען.

איך מיין אז מיר קענען זעהן אז עס איז שענער אין מער דראמאטיש די וועג וואס די פסוק זאגט. אבער פאר די פאן אף איט לאמיך זאגען וואס איך האב אמאל געהערט פין איינעם וואס איז טאקע די נקודה פין שיינקייט דערין.

די נקודה איז אז מען בויעט אויף סוספענס. 'אין מיין נאמען ה'', נו וואס איז מיט דיין נאמען ה', דו זאגסט דאך גארנישט, די האלטסט מיך אין די דארק. איך האב נאך נישט די מינדעסטע מושג וואס דא קומט. אין פלוצלינג מיטן צולייגן 'לא נודעתי להם', האסטו באלאכטען דעם ערשטען זאץ אויך.
משא"כ ווען מען שרייבסט אין האב נישט מודיע געווען.... א.ק. יעצט ווייס איך עפעס, די ווערטער פאר זיך אליין זענען נישט קאמפליטלי אומבאוויסט, איך ווייס וואס דו זאגסט מיט די ווערטער. אוודאי וויל איך נאך הערן וואס דו האסט נישט מודיע געווען, אבער עט ליסט איך הער שוין די האלבע מעשה. משא"כ ווען מען פאנגט אהן מיט ושמי ה', איז מען קאמפליטלי אין די דארק.

די נעקסטע צוויי פסוקים פאנגען זיך ביידע אהן מיט 'וגם'. דאס איז געשמאק.
איך מיין דעט איים פריטשינג טו די קווייער, יעדער ווייסט דאס שוין, איא? די תורה איז געשריבען פאעטיש. נקודה.

אבער צוריק צו יאיר'ס שאלה. וואס איז פשט מיט די ביליאנען וואס זענען אויסגעשטארבען שלשת ימי אפילה. דאס איז שוין דברה תורה בלשון הבאי. אין אויך איז לאו דוקא אז זיי מיינען אז דאס איז פשט אין פסוק. מען וויל ארויסברענגן אז גאר אסאך מענטשען האבען ליב געהאט מצרים אין געוואלט בלייבען, טרעפט מען א שיינע ווערטל אויף וואס עס צו זאגען. וחמושים עלו בני ישראל, איינס פין פינעף, פיפציג א.א.וו. די דרוש דא איז נישט אז מען פרובירט צו זאגען אז דאס איז די פסוק. אין אויך מיינט מען בכלל נישט פופציג, נאר גוזמא קתני. אפי' די תורה שבכתב שטייט אז דברה תורה בלשון הבאי, איז דאך אוודאי אזוי ביי געשמאקע ווערטליך פין חז"ל. [בזכרוני אז די רבינו יונה ברכות זאגט אויף די דרשה וצפונך תמלא בטנם (ערשטע פרק) אז מען ניצט די דרשה לזכרון בעלמא. וכמדומה אז ר' אברהם בן הרמב"ם זאגט אויף עשר בשביל שתתעשר אז מען נישט דעם פסוק פאר די געשמאק פין דרשה. איך מיין ער זאגט אז עס איז 'למליצת השיר']

דא האבען מיר א גיטע ציור פין וואס איך האב דערמאנט אין פריערדיגע פאוסטס וועגן די פארשידענארטיגע לעוועלס פין הבנה אין אידישקייט. די כיתה א' לעוועל זאגט אז אוודאי האבען זיי געמיינט דוקא צו זאגען אז עס איז געווען ביליאנען מענטשען אין ח"ו צו טראכטען אנדערש. ביי זיי ווי מער weird, אלס בעסער. עס איז דא אן עקסטרע געשמאק צו מאכען אויסקוקען די תורה זייער שווער אין נישט לאגיש ח"ו.

די כיתה א' אידן מיינען אז זיי טוען גאט א טובה מיט לערנען אזעלעכע שטותים. ביזדערווייל מאכט דאס אסאך ווייטאג פאר די אמתע מענטשען. אבער אז מען גייט צום נעקסטען לעוועל, אין מען איז נישט ביזי פייטן אין זיין ברוגז אויף די נערנים, קען מען באמת טרעפען שיינע אמתע זאכען. [איך האף אז איך סאונד נישט ווי א kiruv clown, דעי וואס פרובירן צו שוגערקאוטען די תורה מיט האלבע ליגענטס. איך זאג וואס איך טראכט באמת, אין איך וויל הערן ווי איך בין ראנג.]

יאיר, בנוגע וואס די זאגסט וועגן א' מיט ו': האו עבאוט דיס. ברענג פינעף צען רענדאם הלכהדיגע דרשות. אדער די קענסט אפי' אויספיקען דוקא אפאר שווערע. אין לאמיר אלע דא זעען צו מיר קענען מאכען סענס פין עס, אין ע ריעל וועי. לעטס גיוו איט אן אונעסט שאט. are you game?
דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:55 am#78513
יאיר האט געשריבן:אויב דאס איז דער פראבלעם האט דאך שלום דין געקענט ווערן א צדוקי...

אין האבען די בייתוסים אן היז קעיס?
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:51 am#79359
מוח שליט,
די האסט פארגעשלאגן די עולם זאל ברענגען רענדעם מאמרי חז''ל כדי מיר זאלן קענען זען ווי חזל האבן געזען בהכרח און פסוק זייערע
דרשות.
כהאב פונקט דעם דבת געלערנט די מחלוקה ב'ש ב''ה און יבמות לגבי ווען א מענטש איז פטור פון מצוה פריה וריביה.
זכר ונקבה אדער זכר זכר איז גענוג. ב''ה לערנען עס ארויס פון בריאת העולם ב''ש פון משה רבינו.
ווי אזוי איז מען מסביר די גמ' אסמכתא ,אגדתא , אדער זיי לערנען עס באמת ארויס פון דא?

ווער קען קאפיען די גמ' דא סא:?
זונטאג יאנואר 13, 2013 4:28 am#79391
איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.
זונטאג יאנואר 13, 2013 4:42 am#79393
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דארט איז עס תלוי בסברא, די ראיה פון משה איז אז ער האט זיך אפגעשטעלט נאך שני בנים (עי' רש"י), און די ראיה פון בריאת העולם איז אז בן ובת הייסט א גענוגנדע בריאה, אזוי ווי בריאת אדם וחוה. מען קען זען די גמרא אויף ויקיטקסט.

די גמ' זאגט קלאר ''מאי טעמיהו דב''שילפינן ממשה' פון די לשון איז קלאר אז די שרייבערס מכון איז געווען אז פון דא לערנן זיי עס ארויס.
אויב איז עס ווי דא זאגסט אז סאיז תלי בסברה און די ראיה פון משה און בריאת העולם איז נאר א שיינע אסמכתא. פארוואס פרעגט די מסדר הגמ' אויף ב''ש פארוואס זיי לערנען נישט ארויס פון בריאת העולם,און די זעלבע פרעגט די גמ' אויף ב''ה פארקערט.
איך בין מסכים אז ב''ש און ב''ה האבן זיך געריקט און סברא. אבער די שפעטערע דורת די מסדר הגמ' האבן געהאלטן אז סקומט פון פסוק.
שפעטערע דורת מיין איך דער וואס רעדט און גמ' סתם, ב''ש און ב''ה זאגען נישט דא זייער טעם יארן שפעטער טרייעט מען דאס אויסציגעפינען.
זונטאג יאנואר 13, 2013 4:50 am#79395
מיין כונה איז אז עס איז א סברא'דיגע לימוד, אויב משה האט זיך מפריש געווען נאך שני בנים, מוז זיין אז שני בנים איז גענוג, און אויב דער באשעפער האט באשאפן בן ובת און דאס גערופן בריאת האדם, כל שכן אז פאר'ן מענטש איז דאס גענוג.
זונטאג יאנואר 13, 2013 5:04 am#79401
אבער וואס איז די יסוד? סהאט זיך געמאכט א שאלה און ביתמדרש. וואס דארף מען האבן צי מקיים מצוה פיריה ורביה.
וואס האבן די ב''ש געטאן? גענומען טראכטן מסברא, אדער גענומען זוכען פון ווי קען מען ארויס לערנען עפעס?
אויב האט זיך עס אנגעהויבן מיט ריין שכל ,זיי האבן אריינגעטראכט און געקומען צי א שכלדיגע מסקנא צוויי קונדער נישט קיין נפק''מ אונגעל מיידל,און סתם סומך געווען אויפן פסוק שטימט נישט די שקליא ותריא און די גמ'.
אלא מאי זיי האבן.עס גענומען סטריקטלי פון פסוק . קענסטו מיר מסביר דו האלטסט אז ביידע פון זייערע ראיות זענען גענוג שטארק?
מיר זעט עס אויס גאנץ שוואכע ראוית.
ביי דע וועי .איז נישט די גאנצע זאך אז משה האט זיך פורש געווען פון זיין ווייב אן אגדתא? שטייט עס קלאר און די תורה אוך געדענק נישט.
זונטאג יאנואר 13, 2013 5:09 am#79403
אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.
זונטאג יאנואר 13, 2013 5:29 am#79408
יאיר האט געשריבן:אויב דו פרעגסט מיר, איך האלט אז די ביידע ראיות זענען פיל שטערקער ווי רוב דרשות חז"ל, די ראיה פון משה איז א פשוט'ע ראיה הגיוני, און פון בריאת אדם וחוה איז אויך גאנץ כמעשה. דאס אז משה האט זיך פורש געווען איז א דרש פון ואתה פה עמוד עמדי, און משה אליין האט אנגעבליך גענוצט א קל וחומר, ממילא איז דאס זיכער א הלכה'דיגע דרש.

משה רבינו איז געווען א ספיציעלע מצב וועס מאכט זיך נישט יעדען טאג.(איך ווייס די גמ'פרעגט עס)
אויב פון משה?ווער זאגט מ'דארף צוויי? ער האט פונקט דעלמאטס געהאט צוויי . אפשר ווען ער האט ווען איינס וואלט ער זיך אויך פורש געווען.
פון ווי ווייסען חז''ל.אז משה האט געמאכט א קל וחומר? איז עס א געסינג געם?
דו גאנצע פורש זיין זעט אויס ווי אן אגדתא. סאיז א קל וחומר מופרך .די אידן האבן זיך פורש געווען איין טאג משה רבינו פאר א גאנץ לעבן.
זונטאג יאנואר 13, 2013 12:24 pm#79446
די שמועס ווערט טיפער און ברייטער, ס'כדאי ביידע צדדים זאלן מסכם זיין און אויסקלארען זייערע שיטות ביז אהער.

כ'וועל נישט מאריך זיין, ווייל דער עולם גרייט זיך צו פארן צום רבי'ן אויף שבת, כידוע מפי חסידים, מצוה בא יותר מבשלוחו.

בנוגע די מליצות און שיינקייט פון די פסוקים. ס'טאקע זייער שיין. זעה 'תפארת ישראל' אויף די ערשטע משנה אין פרק 'חלק'. אבער יש מקום להעיר, אז אונז זעהן נאר די שיינקייט דערפון ווייל מיר זענען שוין צוגעוואונט צו דער שפראך. אונז זענען אויפגעוואקסען מיט די תורה, און קענען שוין די פסוק "השומר אחי אנכי" נאך איידער מיר האבען געהאט א מושג וואס פאעטרי איז בכלל.
בענין דרשות חז"ל, פון וואו זיי נעמען די רשות און power ארויפצוצווינגען אויף אונז זייערע דרשות. איך הייב נישט אן צו פארשטיין די קשיא, און היות קלוגער זאגט אז איך בין 100% נישט גערעכט, גיבט מיר ביטע דעם רשות הדיבור:

חז"ל פרעגן אויף דעם פסוק 'תענו את נפשותיכם', יכול ישב בחמה או בצינה כדי שיצטער? – די תורה וויל מ'זאל זיך פייניגען אין 10'טען פון 7'טע חודש, פרעגן די חכמים, 1000 יאר נאך מתן תורה, וואס מיינט "תענו", זיך פייניגען דורך וואס? שוויצען? זיך פארקילען? – תלמוד לומר 'וכל מלאכה לא תעשו', מה מלאכה שב-ואל-תעשה, אף עינוי נפש שב-ואל-תעשה. די גמרא איז נאך אלץ נישט זיכער ביי זיך, און איז ממשיך אז לפי זה, שב ואל תעשה, קומט אויס אז דער מענטש מוז בלייבן א גאנצען טאג, איינמאל אין יאר, אויף די איין פאזיציע, היץ אדער קעלט: ואימא, איך וועל זאגן, היכא דיתיב בשימשא וחיים ליה, אין פאל ער זיצט אין די זין און ס'איז אים הייס, לא נימא ליה 'קום, תוב בטולא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די שאטן'; יתיב בטולא וקריר ליה, אויב זיצט ער אין די שאטן און ס'איז אים קאלט, לא נימא ליה 'קום, תוב בשימשא', גייען מיר אים נישט זאגן 'שטיי אויף, זיץ אין די זין'. – דאס איז ריכטוג אפגעטיישט 'שב ואל תעשה', א בחינה פון "אלעס בלייבט ביים אלטען". איר קענט זיך פאָרשטעלן דער מצב בשעת מעשה – די שרעקעדיגע שרעקליכע רגעים – אין בית-מדרש אין ציפורי. די יונגע תלמידים זענען בלאס געווארן פאר גאנצע עטליכע מינוט, נישט קענענדיג גלייבן אז אין די קומענדיגע יום-כיפור וועט מען דארפען זיצן אין קלאָצען אויף איין פלאץ היץ אדער קעלט! נאך-א-מזל, איינע פון די עלטערע חכמים האבן געטראפן א וועג ארויס פון די כמעט גע'חתמ'טע גזירה. ברוך השם.

צום סוף, נאך אזא שווערע טאג מיט פלפולי דאורייתא, זענען אלע תנאים געווען ביים מיינוג, אז כוונת התורה איז צו אסר'ן יעדע געזונטע גדול בישראל, מאן און פרוי, מיט: אכילה, שתייה, רחיצה, נעילת הסנדל, און מאחורי הפרגוד. – ס'איז באמת א פלא גדול וויאזוי אזא מאדענע תקנה איז נתקבל געווארן אין כלל ישראל. מילא רחיצה, נעילת הסנדל ותשה"מ איז נישט געווען אזא גרויסע חידוש, ווייל כבר נשמע כמוהו באבלים, על אף ס'איז א דרבנן, אבער ס'איז געווען א מקובל'דיגע זאך אויף דער וועלט, אז ווען מ'קלאגט אויף א נאנטען איז מען זיך מונע פון רחיצה וכו'. אבער נישט עסען און נישט טרינקען? זייט ווען איז דאס געהערט געווארן? וואו אין די תורה זעהט מען אזא מושג בכלל?
ווען ה' זאגט פאר משה "וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך 'כאשר צויתך'" – זאגן חז"ל, מלמד שנצטווה משה על השחיטה. וואו אין די תורה שטייט די צענדליגע הלכות וואס חז"ל דרשנ'ן אין מסכתות חולין, זבחים ועוד בדיני שחיטה?

די תורה זאגט מ'זאל שניידן די "ערלה"! ווייסט איינער ערלה מ'רעדט דא? ערל שפתים? ערלת הלב – אפשר?

און בכלל, פארוואס האט ה' געגעבן א תורה וואס איז געווען כספר חתום ביז חז"ל האבן גע'דרש'נט און צום ערשט מסביר געווען די פשטות תנאי המצות?

ליבע פריינד, חז"ל האבן נישט מחדש געווען די חמשה עינויים, דיני שחיטה, ועוד ועוד, זיי האבן סך-הכל געזוכט א רמז, בדרך דרש, וואו אין די תורה ס'איז מרומז דער הלכה למשה מסיני.
אמאל זעהט מען ווי חז"ל געבען זיך א גוטע דריי-ארויס מיטן אויסרייד "הלכה למשה מסיני". יא יא, האסט נישט קיין מקור, האסט נישט קיין דרש, דאן די בעסטע תירוץ איז "הלכה למשה מסיני"! – תא שמע. אין 'הלכה למשה מסיני' ליגט אלעס אלעס וואס איז נוגע צו פארשטיין די תורה און אירע מצוות. די חמשה עינוים פון יום-כיפור איז געווען אַן הלכה-למשה-מסיני אלע יארן ביז חז"ל האבן דאס דורש געווען פון א פסוק און געזאגט "דא שטייט דאס". אלע אנדערע הלכות, שיעורין חציצין ומחיצין וואס חז"ל האבן נישט דורש געווען פון פסוקים, איז געבליבן א פשוטע הלכה למשה מסיני, אזוי ווי מ'האט געהאט מקובל איש מפי איש עד משה רבינו.
די אלע זאכן זענען פשוט מאוד מאוד. ולא כתבתי אלא להסביר למי שרוצה להבין ענין "דרשות חז"ל" לאמיתן.

כל זה בנוגע דרשות חז"ל ארויסצולערנען הלכות וואס זענען געווען נתפשט ביי כלל ישראל מיום נתינת התורה. – בנוגע דרשות אין אגדה, דארף מען פארשטיין אז חז"ל האבן אסאך מאל גערעדט בלשון גוזמא, כדי ארויסצוברענגען דעם רעיון, על אף ס'איז נישט ממש געווען אזוי במציאות. איר מיינט טאקע אז רב אשי, דער מסדר התלמוד, האט אריינגעלאזט אין מסכת בבא-בתרא די מאדנע געשענישן וואס רבה דער זון פון דער זון פון חנה (און קורצען: רבב"ח) האט פארציילט, אן דעם וואס ער – רב אשי – האט פארשטאנען די כוונה? יתכן אז בשעתו איז געווען קלאר וואס די מעשיות מיינען, און זיי זענען געשריבן געווארן בדרך רמיזה בדוקא, צוליב סיבות ידיעות, און יעדער האט געוואוסט אז ס'איז נאר א משל. - און אנדערע ווערטער די מפרשי האגדה זיכען נישט צו מאכן א cover-up כדי אוועק צו נעמען פון די attention די תמהיות וואס pop'ען up בליקענדיג אין די סארט מאמרים. נאר וואס דען? יעדער ווייסט אז מתחילה האבן די מאמרים באדייטעט א רמז וואס איז געווען ידוע בשעתם, און פאר אונז זענען די מאמרים open פאר דרוש, רמז, סוד, יעדער לויט זיין געשמאק.

אבער דער פריערדיגען כלל, אז חז"ל האבן גארנישט מחדש געווען, נאך סך הכל "מראה מקום אני נותן לך", איז אויך גילטיג ביי אגדה (אמנם בהלכה זה יסוד מוצק, ובאגדה זה כלל שיש חוץ מן הכלל). בפרט אין נ"ך ווי חז"ל נעמען ארויס די פשוטע ווערטער און זענען דאס ממתיק אז "ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נאר צוליב... וועגן דעם שטייט אזא לשון", ותמצא כזה הרבה.
זונטאג יאנואר 13, 2013 12:48 pm#79453
און יעצט Let us take a break, לאמיר זיך אריינלייגען אין עולם הדמיון:

הנני מגלה דעת, שאין כוונתי חלילה לליצנות על גדולי ישראל חלילה וחס. אבל עת לעשות לה' הפרו תורתיך. מנסה אני בזאת להסביר בדרך משל דרכי רבותינו באופן פרשנותם את פסוקי התנ"ך, אשר לפעמים נראים כדוחק וכבלתי מוכרח. משתמש אני בתולדות ימי קהילת סאטמאר, כיון שהם ומעשיהם מפורסמים לכל. אם אתה, קורא יקר, משתייך לקהילת סאטמאר ב', ומידתך נוח לכעוס וקשה לרצות, אציע את מעלתך לשתות קפה באשכול אחר.

Ready?

אין יאר ה'תש-"-, איז אפיר געקומען קיין ברוקלין א נביא השם, פון ארץ ישראל פאשטייט זיך. רבנים דאהי האבן באשטעטיגט אז יא, דער איז אן עכטער נביא, אע"פ ער איז מאחב"י הספרדים, צו בחירות איז ער קיינמאל נישט געגאנגען, ער האט איין עלטער-פעטער וואס איז געווען פון די מקורבים, וכו' וכו'. ער איז כשר. און דער נביא קומט מיט א קליינעscroll געשריבן אין אשורית, מיט די נאמען "ספר יואל ב'" – דארט שרייבט דער נביא בשם ה', אין צוויי קורצע קאפיטלעך, די בראשית יארן פון אמעריקא! אמת'ע מעשה.
אינעם באשטימטען צייט און פלאץ, ערשיינט דער נביא בפני קהל ועדה, און ער ליינט פאָר ספר יואל ב' מילה במילה! – איבער דעם מצב אין שוהל בשעת מעשה וועל איך נישט מאריך זיין, ס'איז געווען טישען אויף בענק, פון ווייבער שוהל האט מען געהערט בכיות פון התרגשות, עלטערע אידן זענען געווען שאקירט, אינגע האבן גע'חלש'ט, בקיצור, ס'איז געווען א מעמד נורא ואיום.
איך וועל נאר מצטט זיין נאר די ערשטע 20 פסוקים פון דעם ספר, וואס זענען נוגע לעניננו, און די דרשות חז"ל אויף דעם.
א. וַיְהִי דְבַר ה' אֶל יֹואֵל בְּצֵל תּוֹמֵר בְּאֶרֶץ אֶדוֹם:
ב. אֶת עַמִּי יִשֹרָאֵל לֹא כִּלִיתִי, וְאֶת בְּרִיתִי זָכַרְתִּי:
ג. וְאֶעֶשֶֹה אוֹתְךָ לְגוֹי גָדוֹל וְעָצוּם, בְּאֶרֶץ חַדָשָּׁה לֹא זְרוּעָה:
ד. כֹּה (כא כתיב) אָמַר ה', אַל תִּירָא וְאַל תֵּחָת (תחש כתיב), אָנֹכִי אֶהיֶה עִמְּךָ:
ה. וַיְהִי יוֹאֵל מֶלֶך בְּיִשְֹרָאֵל, עַל פִּיו יֵצְאוּ וְעַל פִּיו יָבוֹא לַמִלְחָמָה:
ו. עוֹבְרֵי דֶרֶך אֶצְלָם יֹאכְלוּ, אֶבְיוֹנִים וְדַלִּים שָּׁם יִתְּמְכוּ, ורב טוב עשה בישראל:
ז. ויוכיח יואל את אַגֻדַּת יִשְֹרָאֵל, ויאמר להם אל תפנו אל עובדי אלילים ובמשכנותיהם לא תשבו:
ח. ויקרא ליוסף האשכנזי לאמר, האספו לי עבדי, נתן יוסף עזריאל:
ט. ויקם ממטתו ויאמר להם, תש כחי והנני הולך בדרך כל הארץ:
י. ואתם מצאו חן בעיני, זכרו תורת משה, ולא תשקרו בשמי לשקר: ס
יא. אחרי הדברים האלה, ויאסף יואל אל עמיו אל ישראל הכואבים:
יב. ויצעק משה בן אחי יואל אל ה', שלח נא ביד תשלח:
יג. וירבו הרוצחים בישראל, ולא חמו על דל והאלמנה:
יד. ויצעק משה אל ה', נקום נא את דמי הנשפך:
טו. ויאמר ה' אל משה, הנה אנכי עמך, ושונאך בבור אשים: ס
טז. ויהי כי זקן משה ויקרא לבניו לאמר, בני בכורי אהרן:
יז. והסריסים אשר על לחמו אמרו, אין למלך אם טוב ואם רע:
יח. והאיש משה הולך וגדול, ממימיו שתו ומלחמו אכלו:
יט. ומשק ביתו הוא אליעזר, צוה על הצעיר אדרת שער:
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.


(sorry פארן נישט צוענדיגען די ניקוד. מיינע אויגן קלעבן שוין)

100 יאר נאך די גילוי פון דעם כתב-יד דורך דער ספרדישער נביא, איז ערשינען א פירוש רש"י מלוקט פון מפרשים וואס געדענקען און האבן במסורה די היסטוריה פון די בראשית יארן.

(א) בצל תומר. אמר רבי יצחק, וכי יש תמרים באינטרלאנד, והלא לולבים ממצרים הביאו. אלא לרמז על שמו, וזכות אבותיו, וזה שאמר הכתוב, בצל תומר, בזכות אבותיו למשפחת התמרים. – בארץ אדום. וכי בארץ אדם היה והלא באירופא היה, אלא ארץ שכולו דמים על ידי גרמניא הרשעה ששפכו דם ישראל בכל ארצם, ועתיד הקב"ה לעשות נקמה בגוים.
(ב) את עמי ישראל. לאמר לו, אע"פ שעתיד אתה להוכיח את ישראל, מכל מקום בני הם והליץ בעדם זכות ויושר, כדי לקיים את בריתי שהבטחתי לאבותם אברהם יצחק ויעקב.
(ג) גדול ועצום. לרבות שבטי סאטמאר שעתידים להיקרא על שמו, בני יואל, אהרונים וזלונים שאפראן ועוד. – בארץ חדשה. וכי חדשה היה, והלא כבר היו שם תורה ודעת. אלא לומר לך, תורה ודעת היה אבל תורה ויראה לא היה עד שבא יואל והחזירם למוטב. דבר אחר, גוי אחת גדול שתים ועצום ארבע, לרמז לו על ארבעה בנינים גדולים מעל גשר וואשינגטאן בלע"ז שתחת יד תלמידו.
(ד) כה. כא כתיב לרמז על יום כ"א כסלו, יום הצלתו. – אל תחת, תחש כתיב לרמז על שנת תש"ח, והזהירו הקב"ה שלא ירא מפני העם שיעמדו נגדו, והבטיחו הקב"ה שלא יעזבנו.
(ה) מלך בישראל. והלא באותה תקופה לא היתה יד ישראל תקופה. אלא לומר לך כמלך, מה מלך משרתים רצים לפניו אף כאן וכו', מה מלך אין מלך בלא עם, אף כאן וכו', כמו ששנינו במושיען של ישראל. למלחמה. – והלא לא היו להם כלי זיין, אלא על מלחמתו של תורה ואמונה. ומאי יצאו ויבוא, אחד למאנהעטן ואחד לוואשינגטאן.
(ו) עוברי דרך. דרש רבי נחמן, למה כתב מדת החסד בין שני תוכחות (למלחמה בפסוק ה, ויוכיח בפסוק ו) ללמדך צדקתו של אותו צדיק, שאע"פ שלא חס על כבודו והוכיח בשער, הרבה לעשות עמהם חסד וצדקה. והיינו דאמר קרא עוברי דרך, אע"פ שלא הלכו בדרך הישר. – אצלם. אצלו אין כתיב כאן אלא אצלם, הוא ואשתו, ששניהם שקולים במצות צדקה. – יתמכו. יתמוכו אין כתיב כאן אלא יתמכו. לשון הפעיל, שהפעיל על אחרים לתת צדקה. – ורב טוב. אמר רבי ליפא, רמז על הצלת יהודי פרס.
(ז) עובדי אלילים. כאן קורא להם אלילים, ולמעלה כתיב אגדת ישראל, אלא ודאי ישראל היו, אלא ללמדך ששוה בחירות במדינה כעובד אליל. וכל כך למה, מפני שתומכין בתי תיפלתם מעלה עליהם הכתוב כאילו תמך בם. – ובמשכונתיהם, לשון רבים, הן משכן התחתון והן משכן העליון, קאליציע בלע"ז.
(ח) האשכנזי. וכי אחרים ספרדים היו, אלא כך שמו. – עבדי, וכי לא יודעים שנתן יוסף ועזריאל עבדיו היו, אלא לרבות אלו שני העבדים, לייבוש סענדר. - נתן יוסף עזריאל. אמר רבי זלמן, כך מקובלני, נתן יוסף ועזריאל שני אנשים היו, נתן יוסף תופס ישיבה, ועזריאל משרת. והקדים נתן יוסף לעזריאל, מפני כבוד התורה.
(ט) תש כחי – אמרו רבותינו, אותה שנה תשכ"ח היה.
(י) תורת משה – יש מרבותינו אמרו, זה משה בן דודו, ואמר להם שהוא יכהן אחריו. ויש אומרים כי על ספרו מסר להם, שלא ישכחו את תורתו שבכתב. – ולא תשקרו בשמי. וכי חשד בהם חלילה, והלא מצאו חן בעיני, אלא צפה ברוח קדשו שעתידים ישראל לשקר בשמו ולזה הזהירם כי יעמדו בפרץ ויתנו יד למשקרים.
ולמה פרשה זו חלוקה בס', לומר לך כי מעת ההוא עד יומו האחרון, נסתמו לבן של ישראל, ולא באו אל אוהל מועד כבראשונה.
(יא) אל עמיו אל ישראל – וכי עמיו לא בכלל ישראל הם, אמר רבי פפא, לרבות ישראל שלא מעמיו. באותו היום הודו כולם כי לשם שמים נתכוון אותו צדיק ובאו לחלוק לו כבוד האחרון. – הכואבים. רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב.
(יב) ביד תשלח – אמר משה לה', לא עלי להנהיג את ישראל כי אם ביד בני אהרן. צעיר הוא, ואנכי אחזיק את הכסא עד כי יגדל. וזה הרמז נא-ביד, נוטריקן: נהיגת דודי ימלא בני אהרן.
(יג) הרוצחים – וכי סלקא דעתך רוצחים ממש היו, אלא לומר לך שהשרים בבית המלכות נטלו את משרתם של מרביצי תורה בישיבה ונתנוהו לקרובים שלהם, ועי"ז סבלו הראשונים חרפת רעב, ועני נחשב למת. אמר רבי נתן, וכולם נענשו.
(יד) את דמי. את לרבות דמי בניו.
(טו) בבור אשים, זו משפחה חשובה בישראל, שהרבו במחלוקת, וסופם שנתפסו על ידי המלכות.
(טז) בני בכורי אהרן – התחיל לומר להם דברי צוואה, והופסק על ידי סריסיו. וזה המשך הכתוב, והסריסים וגו'. –
(יז) אשר על לחמו. לחמו ממש, כי כל הונו ורכושו גזלו ונתנוהו על שמם. אין למלך אם טוב ואם רע, כלומר, אין המלך ראוי לומר טוב, מפני הזקנה והשכחה. ואם רע, ויו המחלק, כי דברים רעים כן אמרו בשם המלך.
(יח) והאיש משה, זו משה גבאי. - ממימיו שתו וגו', אמר רבי יהודאי בן בלאטאי, וכי פזר נתן לאביונים, אלא לרמז על כתביו ועיתוניו, וכל העם קוראים אותו עד שהתחילו להאמין בהם.
(יט) אליעזר. זה אליעזר עץ-ערמון, שהטיל מלאי בכיסו של משה גבאי. – צוה על הצעיר, זה זלמן לייב. – אדרת שער, לבוש מלכות.
(כ) חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. – לפני הצעיר, מתוך שלא מחה מעלה עליו הכתוב על שמו.

200 יאר נאך דעם וואס דער פירוש איז געווען מקובל אין כלל ישראל, זענען אפיר געקומען מבקרי המקרא:

האט איר באמערקט וויאזוי יעדע דרש איז עפעס אזוי אריינגעקוועטש אין דער פסוק אזוי בדוחק? פארוואס זאל "גוי גדול עצום" מיינען די 4 גרויסע בנינים, העכער די דז'ארדז' וואשינגטען בריק וואס געהערט פאר מענדל שווימער?
אפשר "אצלם" איז א טעות, און ס'דארף עכט שטיין "אצלו"? פון וואו נעמט רש"י אז די רביצין איז געווען א בעלת חסד?
מהיכי תיתי אז "רוצחים" מיינט נישט רוצחים כפשוטו? אלץ קומען חז"ל און פארדרייען די פשט, כדי ס'זאל אויסקוקען אביסעל בעסער!
מ'קען יעדע רש"י דא צולייגן און אפרעגען. Big deal, שטייט עבדי נתן יוסף עזריאל. וואס איז שלעכט צו זאגן אז "עבדי" גייט ארויף אויף די צוויי וואס ווערן אויסגערעכנט גלייך דערנאך אין פסוק. מהיכי תיתי אז לייבוש און סענדער, וואס ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין גאנץ ספר יואל, זענען געווען צווישען די גערופענע?
ווער זאגט אז משה גבאי האט נישט געטיילט צדקה, אז דער פסוק מוז ווערן פארדרייט דורך רבי יהודא"י אז דאס איז א רמז אויף א צייטונג מיט די נאמען "דער איד". – אזא קרומע פשט!
און אזוי ביז די לעצטע פסוק, פון וואו ווייסט רש"י אז חודש האביב מיינט דער סדר נאכט?

איך וויל צוריק גיין צו פסוק ו', רש"י זאגט דארט: רב טוב. רמז על הצלת יהודי פרס. – כולו מקשה. זייט ווען האט דער נביא זיך באשפעטיג מיט דעם? ועוד, לויט א פרישע מחקר פון University of Old Williamsburg איז נישט דא קיין איין משפחה אין סאטמאר וואס ציעט יחוס קיין פרס! ע"כ איז זייער שווער צו זאגן אז דער "דרש" איז ריכטיג. – אבער דער מהרש"א אויפן פלאץ איז שיין מסביר: דער ר' ליפא איז דער זעלבער וואס איז געווען א גבאי, ווי מ'זעהט שוין אויף אן אנדערע פלאץ, ער האט מאריך ימים געווען, און ער האט עדות געזאגט אז אין די תקופה וואס איז געווען שווער פאר די אידן אין איראן, האט דער נביא יואל מייסד געווען א מוסד מיט דער נאמען "רב טוב", וואס האט זיך אפגעגעבן מיט הילף וואס פעלט אויס ארויסצוברענגען פליטים פון דארט קיין וויען וכו'.

דער צל"ח השני (ציון לנפש חיה – ר"ת ח'יים י'הושע ה'לברשטאם איידעם פון ר' משה ט"ב) ברענגט צו וואס ער האט געהערט פון אן אלטע גאלאנטע אייניקעל וואס געדענקט אז זיין זיידע דער גאלאנטע רב איז געווען פון די רבנים אין "רב טוב" – חכם יצחק אבטיל אין "מאמר צל"ח המזויף" פרעגט דאס אפ בכל תוקף, ער ווייזט אויף אז גאלאנטע רב איז אוועק ביים צווייטען וועלט קריג! און די פראבלעמען פאר די איראנ'ע אידן האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די מיטעלע ת"ש יארן, וכו' וכו', מתוך כך קומט ער צו צו דער מסקנא אז א תלמיד טועה האט געשריבן דעם ספר צל"ח השני מהחל ועד כלה אין דאס תולה געווען באילן גדול. שלמה קורמאן אין מאמר "כשהלברשטאם נעשה טייטלבוים" קומט צו צו דער זעלבער מסקנה אבער פון אן אנדערע נקודה, לדעתו, איז הרב הלברשטם געווען א באבוב'ער און אין דעם גאנצען ספר ווערט קיינמאל נישט דערמאנט רביה"ק מבאבוב, נאר רביה"ק מסאטמאר, וכו'. ע"כ איז א הכרח אז רב הלברשטאם האט נישט געשריבן דעם חיבור בכלל.

אויף די ווארט "הכואבים" זאגט רש"י, רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב. פראפעסער מייק לערנער וועט שרייען חי וקים, אז ס'איז קיין שום ראיה פון דעם פסוק, צוליב דעם וואס די לשון איז נאר א מליצה, גענומען פון פרשת שכם בן חמור. – דא האט זיך שוין ארייגעמישט א גרויסע שטערן בעולם הkiruv, און מיט די כוח פון "סיני" וועט ער אפפרעגן דעם "עוקר הרים". ער האט געטראפן אן אינטערוויאו אויף קול מבשר (די ערשטע אידישע ראדיא סטעשיען אין אמעריקא) וואס דארט הערט מען קלאר אז די פטירה פון נביא איז געווען ביום כ"ו אב.
אויך זעהט מען בחוש, טענה'ט פראפעסער מייק לערנער, אז דער נביא האט מורא געהאט פון די ליטאים (און וועגן דעם האט ער נישט געשטיפט צו מאכן אן עירוב אין ברוקלין) און דערפאר האט ער מוכיח געווען די חסידים, אגודת ישראל, און נישט די ליטאים פון דגל התורה. ערשט אין די תקופת פון נביא משה, ווען סאטמאר איז שוין געווען גרויס און שטראק, זעהט מען לראשונה רמזים פון הוכחה א קעגן די ליטאים אויך. – וועט קומען צו גיין איינע פון די אלטע סאטמארע אמוראים און זאגן: שעפלע, אין די צייטען פון נביא יואל איז נאך נישט געווען א פארטיי "דגל התורה". – ווען קומען אן אויפגעקלערטע בעלזא'ער און זאגן: דע סאטמארע וועלן אויסדרייען פסוקים רעכטס און לינקס, אבי ס'זאל שטימען.
--
איך פאָר אוועק פון די מכוון. ס'איז 3 אזייגער, איך פאל שוין צוזאם. - איך וויל צוקומען צו איין זאך. די אלע רמזים פון רש"י דא זענען אמת ויציב. איך האב געשריבן די אלע פסוקים מיט די דרש אין קאפ בשעת מעשה. אז כ'האב געזעהן אז א פסוק האט נישט קיין דרש'לע, האב איך געטוישט דער פסוק, צוגעלייגט א "את", ארויפגערוקט און אראפגערוקט. ס'איז נישט שייך צו זאגן אז די דרשות האט רש"י, אדער די מדרש פון וואו רש"י איז מצטט, איז אבי גערעדט. ווייל איך, קאווע טרינקער האט געשריבן ביידע, סיי די מדרש און סיי די פסוק, אין די זעלבע שעה.
אז איינער וויל זיך עשק'נען אין זאגן אז די נבואה צו נביא איז געווען אונטער א תמר בוים ממש, כל הכבוד, געזונטערהייט, ס'טוישט נישט היסטוריה. אבער אמת איז דאס נישט. נישט דאס האב איך געמיינט מיט "בצל תומר".

להבדיל מיליון הבדלות.

חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה.
---
איך בין אויסגעשעפט, איך זעה שוין נישט גראד. לאמיר ענדיגען.
אתה הראת לדעת וואספארא גרויסע טיפשים די מבקרי המקרא זענען. און ווי אומוויכטיג ס'איז זיי אפצופרעגן. איך און דו ווייסען גאנץ גוט אז אלע דרשות און רמזים אין ספר יואל ב' זענען אמת ויציב. איי ס'שטימט נישט, און מ'וועט בהכרח מוזן איינזעצען אז ס'איז געווען "תרי רבני גאלאנטע הוה", איינס פארן קריג און איינס נאכן קריג. - ס'זעהט אויס ווי די גמרא האט נישט קיין פראבלעם צו באשאפען רבנים וכו' אבי ס'זאל שטימען. אין פאקט האבן די אויבענדערמאנע חוקרים פערזעהן געוויסע אינפארמאציע. ווי למשל אז ר' חיים יהושע ה"ש האט סערווירט א סאטמערע עולם, און פאר זיי האט משפיע געווען פון תורת רביה"ק מסאטמאר. - גראדע האט דער סעמינער ערכים לעצטענסט געטראפן א שטיקל דרשה פון ר' חיים יהושע, געזאגט געווארן אין באבוב, ביי א יום-עיון, מ'זעהט דארט קלאר ווי תורת מהר"ש מבאבוב איז רגיל על לשונו. אין אנדערע נייעס, איז אויף קאווע שטיבל געמאלדען געווארן דורך יידל אז מ'האט געטראפן אין ניו יארק (א שטאט אין אמעריקא) אלטע פאפירן מיט די נאמען "דער איד", וואס דאס באשטעטיג די רש"י אין ספר יואל! מה אהבתי תורתיך! - אבער פראפעסער נולד-מאוחר ווייזט אויף אז ס'ווערט קיינמאל נישט דערמאנט אז דער צייטוג איז געווען בבעלות משה גבאי, ועוד, צייכענט kliger אהן, אז דער איד איז געווען אן ארגען פון אומאפהענגינגען קהילות, דאס הייסט אז אפילו אנדערע קהילות האבן דאס געליינט. ע"כ איז יידל'ס אויפטרעף נישט סטאביל.

יא יא, אזוי קוקען מיר אויס.

איך בין שוין לאנג צוגעקומען צו דער מסקנה, אז "היסטוריה" איז מלא וגדוש מיט שקרים וכזבים, ס'איז כמעט אומעגליך צו וויסען דעם אמת. – והראיה, אז מידי שבוע בשבוע קומען ארויס פון דרוק צייטונג מיט הוילע שקרים און גוזמאות אן קיין מסגרת!
אז איינער פון אונז וועט זיין בין החיים אין 100 יאר ארום, זאל ער נישט זיין surprised צו ליינען אינעם המודיע אין אידיש אן ארטיקל מיטן טייטל "דאס לעבן אין שאפן פון אידן אין אמעריקא צווישען דער צווייטער און דריטער וועלט קריג", וואס בתוך הדברים וועט שטיין אזוי:
דער טיפישער בעל-הבית, אפילו נישט דער תלמיד-חכם, האט געהאט א טעגליכע שיעור אין רמב"ם, תניא, חפץ חיים, בנוסף צו די עטליכע שיעורי גמרא ווי דף היומי, עמוד יומי, און ישראל ואורייתא. – דאס זעהט מען וואס דעם וואס די טעגליכע בלעטלעך, לוח המודעות, דבר יום ביומו, לוח הציבור, גוט מארגן וכו, אלע אלע האבן געפילט פאר וויכטיג צו שענקן - אין די געצוימטע פלאץ אויפן צעטעל – די סדר הלימודים לויט די אויבנדערמאנטע שיעורים. די סיבה פארוואס "דער בלאט" און "דער איד" האבן נישט באריכטעט שיעורים אין דף היומי איז צוליב דעם וואס זיי זענען ערשינען נאר איינמאל א וואך.

אין דער שטאט בארא פארק, עטליכע קילימעטער פון 500 בעדפאורד, האבן געוואוינט אידען אין מעכטיג ריזיגע גרויסע הייזער. אזוי ווייט, אז דער ווערדאנע רבי (עלטער זיידע פון היינטיגען ווערדאנער-מאנסי רבי) האט געפראוועט, אלץ גאסט אין שטאט, פרייטאג צו נאכט'ס אין זאל פון בית יעקב (היינט א קלויסטער ל"ע) און שאלאשידות האט ער געפראוועט אין הויז פונעם אכסניא. – ס'איז נאר א פלא פארוואס ער האט נישט געפראוועט דארט, אין די אכנסיא, פרייטאג צו נאכט. לויט ווי אן אייניקעל, וואס כ'האב גערעדט מיט, גיט איבער דעם מערכת, איז דער סיבה דערצו געווען כדי נישט צו שטערן די שכנים פונעם בעלי אכסניא, משא"כ שבת נאכמיטאג איז דער חשש נישטא. ודפח"ח ושפתים ישק פה אל פה.

היסטוריה איז אינטערסאנט צו ליינען, אבער צוויי שרייבער קענען אראפלייגן צוויי אנדערע images פון די זעלבע קהילה אין די זעלבע תקופה, און ביידע וועלען האבן שטארקע מקורות.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:00 pm#79457
דיין הערה איבער היסטאריע איז אן אלטער מחלוקת הפוסקים, זע מער באריכות m http://en.wikipedia.org/wiki/Philosophy_of_history m
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:05 pm#79460
קאוע דיין מהלך איז די רמב''ם'ס מהלך?
לויט דעם ווען סדא א מחלוקה צי מדארף האבן א זכר ונקבה אדער שני זכרים, איז.א מחלוקה וואס איז מקובל . ב''ש.שרייעט מיין קבלה איז אזוי ב''ה שרייעט מיינס איז אזוי.
פארוואס קומט דאס קייממאל נישט ארויס און גמ' אזוי? דו גמ' נוצט די וערטער מנלן און ברענגט א ראיה פון פסוק.
וועסטו טנעהן סאיז נאר אן אסמכתא .אויב אזוי פארוואס פרעגט די גמ' פארוואס די צווייטע מד' לערענט נישט ארויס פון די פסוק?
ס'איז דאך סך הכל אן אסמכתא. וואס פרעגסטו פארוואס איך ניץ נישט מיין בר פלוגתא'ס אסמכתא?
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:13 pm#79463
איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:26 pm#79468
איך בין צימישט. לויט דעם.זענען די פסוקים יא א שטארקער פעקטאר און די הלכה נישט סתם ארויף געשמירט אויפן פסוק לזיכרון בעלמא.
דעלמטאס מיזן די דרשות זיין גאנץ מוכרח.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:28 pm#79469
די הלכות זענען געגעבן געווארן נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:30 pm#79473
קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:32 pm#79475
קאווע,
א Masterpiece ממש א געוואלד.
פארשטייט זיך אז איך וויל עס דורך לערנען בעיון פאר איך קאממענט אויפן תוכן. ס'איז שוין דא די בלויע גמרות אויף דעם? אדער גאר מהדורת אבן ישראל? :D
מיט דיין הערליך שטיקל ארבעט ווערט ארויסגעברענגט במוחש ממש, ווי פשוט עס איז אז קלוגער געקינצלטער שרייבער שרייבט דוקא מיט צענדליגע רמזים, ניין? לפי"ז אפשר דארף מען אפי' נישט זאגען דאס וואס די זאגסט אין דיין פריערדיגער פאוסט, אז די חז"ל האבען אלע פאקטן געוויסט פאראויס, אין אז זיי האבען פשוט געטראפען רמזים כעין אסמכתא'ס אינעם פסוק. אפשר איינמאל מען פארשטייט אז עס איז געשריבן געווארן קינצלעריש געקיצעלט, מיט רמזים אין פאעזיע, קען מען זאגען אז חז"ל האבען טאקע געזוכט אט די דקותדיגע רמזים? אין פין די רמזים האבען זיי ארויסגעלערנט הלכות.
אין יעצט צוריק צו דיין שטיקל ארבעט.....
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:36 pm#79479
ייש"כ.
ברוך הנותן לקאווע דעת.

דאס איז מיר איינגעפאלן אויף שבת. איך האב געמוזט האלטן קאפ ביז מוצאי.

שבת, איז ביי מיר א "טראכטן טאג", הרהורים מותרים. א גאנצע וואך האב איך ניטאמאל צייט צו חלום'ען. ווי פריה איך זאל נאר אויפשטיין וועט דאס זיין שפעט. לערנען; דאווענען; שמועסען; טרינקן קאווע (נישט בחינם רופט מען מיך קאווע טרינקער); אויפשרייבן אין גראסערי; צוטיילן די קינדער פאר אלע מוסדות אין שטאט; קאמפלימענטן דאס ווייב פארן זיך אזוי שיין אנטוהן פאר איר באסס; און צום לעצט, טרעפן דעם ארט וואו איך האב אוועקגעשטעלט מיין אדעססי נעכטען נאכט – די אלע זאכן מוטשען מיך זייער אויס, איך בין שוין אויסגעארבעט נאך איידער דער ארבייט-זייגער קלאפט 9. ווער רעדט נאך פון די פרעשור ביים ארבעט זעלבס. איר מיינט טאקע ס'גרונג צו פירען געשעפטען און ליינען "נישט געליינטע הודעות" בהעלם אחת? צו מאכן א לאנגע טאג קורץ, גלייבט מיר, איך רילעקס כמעט נישט. ביינאכט ווען מיין רעכטע פיס איז שוין אין בעט, בין איך שוין נישט דאהי צו געדענקען ווען און וויאזוי די לינקע פיס איז אהער געקומען. אפילו פאר בערב-אל-תנח, האב איך קיין כוח.
ס'קומט אבער שבת, בפרט אין די ווינטער פרייטאג'ס, וואס איך בין זיך נוהג, כמנהג בית אבותי, צו מאכן פרי-שבת, אזוי אז זיבן-דרייסיג האלט מען שוין נאך די זופ, מיט פארקלעבטע אויגן. נאך א קורצע, אבער טיפע, דרימעל וועק איך זיך אויף צו א ליידיגער טיש, ס'שא שטיל. א פלעסטיג-גלעזעל מים-אחרונים-וואסער ווארט מיך אפ, מ'פארגעסט נישט צו זאגן די ברכה אשר נתן שבתות. די סעודה איז פארטיג, און מיין שבת הייבט זיך אן: איך לייג מיך אריין אין בעט, כ'דריי דעם גע'אסר'טן שבת-לעמפ, כ'עפען די גע'אסר'טע ספרי קודש, און מיט די גע'אסר'טע פאשקעס'עס פאווערע זיסע טשאקלעד אויף דער זייט, ווער דארף מער?

אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע באדאנקען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, פארן נישט פירן טיש, אזוי ארום בין איך פריי כאטש איינמאהל א וואך. Just kidding דער אמת איז, כ"ק שליט"א פירט יא א טיש, וועכענטלעך, ער פירט, אבער איך לאז זיך נישט פארפירען. רש"י אין בחוקותי זאגט קלאר, אז פרייטאג-צו-נאכטס איז א צייט וואס מענטשען בלייבן אינדערהיים! און אז רש"י – דער ר'בן ש'ל י'שראל – האט נישט געפירט טיש, דארפסטו נישט זיין קלוגער ווי רש"י. א חוץ אויב דו ביסט ר'בן ש'ל כ'ל ב'ני ה'ג'ולה.

יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

ס'איז נישט מיין.
אדרבה, לאמיר מברר זיין דעם אמת.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:43 pm#79480
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.


סא פונקט אביי מיט רבא האבן געהאט 100,000 קבלות ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
איז ביי דיין משל דא 10 וועגן אין א פסוק ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
פארוואס שטייט נישט אייביג פון וועם ער זאגט עס נאך ,און אסאך פלעצער שטייט 5 א"ר ביז ארויף? אודאי איז דאס אייגענס!
(חוץ די 100ער לישנא אחרינא און איכא דאמרי)
איך קען ברענגען גאר אסאך ריאות אז דאס איז נישט ריכטיג,
ברענג נאר איין סמך אדער מקור צו דיין הנחה
עס איז א שיינע תירץ פאר בחורים און ישיבה
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:47 pm#79481
רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:52 pm#79482
הרב קאווע.
נאך אזא מייסטער ארבעט דארף איך ווען מער מאריך זיין (און איך האב גאר אסאך)
וואס זאל איך אבער טוהן אז טייפן איז מיר א גיהנם......

נאך איין זאך: פארוואס אסאך מאל ווען איינער קריגט זיך אויף א דרש זאגט ער אים כלך אצל אגדה?????
איז אגדה מער היתר ??
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:54 pm#79485
יא, ווייל אין אגדה מעגסטו צולייגען פעפער און זאלץ, ווייל ס'איז נישט נוגע למעש"ה, נאר פאר מעש"ה. - סך הכל לייגט ער בעסער אראפ די מכה פון צפרדע.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:55 pm#79487
יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.

דער איז נא וואן סייז פיט אלל מהלך . ביי יעדע דרש שלעפט אפיר א צווייטער מהלך .רמב''ם מלבים ריטבא וכו.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:56 pm#79488
קאווע טרינקער האט געשריבן:רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"

רוב מחלוקת זענען טאקע יא "וואס מיינט די תורה" ודו"ק
זונטאג יאנואר 13, 2013 2:02 pm#79491
א מחלוקה אויב "דייסא" איז גוט פאר עירוב תבשילין, א מחלוקה אויב בשוגג מותר לו למוצאי שבת, צו מ'דארף ווארטן בכדי שיעשו, זענען מחלוקת וואס זענען נידון געווארן בכל דור ודור דורך די מו"צים אין אלע דורות, ס'האט קיין שייכות נישט מיט די תרי"ג מצות וואס חז"ל האבן געהאט א קלארע מסורה, עכ"פ ביי רובא דרובא פון די טאג טעגליכע מצוות. אלע אנדערע שאלות זענען געווען פונקט אזויווי די שאלות אין מנחת יצחק, ויען יוסף, קנה בושם, באר משה, חלקת יעקב, עמק תשובה. אין די תקופה פון רבי האט מען דאס מסכם געווען בצורת "משניות", דיונים וואס זענען פארזעהן געווארן זענען נסכם געווארן די אמוראים וכו'.

איידער רבנים האבן גע'פסק'נט ארויס פון פסקי תשובות, איז נישט געווען קיין מהלך אין הוראה? אוודאי יא, יעדע מורה הוראה האט געהאט זיין מסורה. ביז ס'געקומען די פסקי תשובות, און אז א בעל-בית כאפט א רב וואס ווייסט נישט פון ציץ-אליעזר'ס פסק, ווערט אן עם הארץ!
זונטאג יאנואר 13, 2013 2:06 pm#79493
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.

ויהי. אין ויהי אלא לשון צער-חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. דבר אחר, שבחודש האביב החליף הכוס של בכורה, שהקהיל הקהל ליתן הבכורה לגדול האחים, אבל לבסוף לא נתנוה לו. ואע"פ שלא נתנה אז להצעיר, אבל כיון שחזר מנתינתו לו במעמד כה גדול, מעלה עליו הכתוב כאילו כבר נתנה להצעיר. ויש מביאין ראי' מפסוק זה שבאמת החליף הבכורה, אבל ישתקע הדברים ולא יאמר.

(איך בין נישט זיכער ווען די חוה"מ מעשה איז געשען. ווען נאכען ווארטן א פאר שעה פאר א דרשה, האט שלמה שמש געזאגט די קערצסטע דרשה אין היסטאריע, "א גיטען מועד". איז דאס טאקע געווען פסח?)