Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 94 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7293
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:24 pm#226807
"דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?
לאור די אלע מאראלישע דילעמאס וואס ברענגט א צומישעניש און מאראלישע פאראדאקסן, וויל איך פרעגן א מער בעיסיק שאלה, דארפן מיר זיך בכלל פירן מאראליש ? איך פרעג יעצט נישט, צו ס'פאסט, צו ס'לוינט, צו ס'געשמאק, נעמט אין אכט מאראליש מיינט דאך אפילו בחדרי חדרים, בסתר כבגלוי, אויב אייער ענטפער איז יא מ'דארף, ביטע דעפענירט דעם ווארט "דארף" אינעם קאנטעקסט פונעם שמועס.
ס'דא פארשידענע ענטפערס וואס מ'קען זאגן, איך קען באשטיין צו הערן וואס דער עולם זאגט.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:03 pm#226820
און אויב מ'דארף נישט, דארף מען נישט דארפן?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:58 pm#226858
כ'פארשטיי נישט פונקטלעך וואס דו מיינסט, מיינסט מרמז זיין אז ס'לוינט זיך, האב איך שוין דאס בארירט.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:19 pm#226869
דיין שאלה איז א מיליאן דאלרדיגע וואס נאגט שוין פילאזאפן טויזענטער יארן, אז כ'וועל האבן צייט וועל איך אפשר שרייבן באריכות.

פשט אין מיין פריערדיגע תגובה איז אזוי. אויב דו טשאלאנזשד דעם עצם מציאות פון "דארפן" דאן האט דאס "נישט דארפן" אויך נישט קיין חשיבות. ווייל "נישט דארפן" זאגט דאך אז "מ'דארף" נישט דארפן. אלזא אפילו דו ווייזט אויף אז "מ'דארף נישט" דארף מען דאך נישט "נישט דארפן." כ'האף דאסמאהל האסטו פארשטאנען.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:44 pm#226873
כ' פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן, אבער איך בין מחולק מיט דיין גאנצע נאושען, לצד אז מ'דארף זיך נישט פירן מאראליש, שלאג איך פאר ארויסצונעמן די גאנצע מושג פון "דארפן" פונעם דיקשענערי, נאר אינעם זין פון "געצוואונגן" נישט אינעם זין פון האסט אן אויסוואל אבער דארפסט, יעצט גייסטו אין דו מישט'סט אריין א סאביעקטיווער מושג פון חשיבות, איך טענה ווער זאגט אז ס'איז דא התחלה פון דארפן אדער דארפן נישט דארפן, וואס ס'האט א חשיבות ווענד זיך אין דיר צו באשלוסן
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:56 pm#226874
און איך "דארף נישט" אננעמען וואס דו זאגסט אפילו דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, א יא? נו וואס מאכט דיין טענה א נפק"מ אין ווי אזוי "מ'דארף נישט דארפן."
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:59 pm#226875
ס'דארף נישט מאכן א נפק"מ :lol:
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:09 pm#226879
פילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:16 pm#226883
דער אמת איז אז מ'דארף דעפינירן דאס ווארט "דארפן" איך וואלט געזאגט אזוי: די דיסיציע פראצעס וואס איז גובר אויסצוקלייבן אפציע איינס איבער אפציע 2 (מ'רעדט דא לפי די שיטה אז ס'איז פארהאן בחירה) דאס איז די דעפיניציע פון "דארפן" אויב מ'קען זיך אויף א וועג ארויס דרייען דערפון, דאן האט נהורא א פוינט.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:23 pm#226909
ניין.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:27 pm#226910
לעיקוואד האט געשריבן:ניין.

קוקסט מיר אויס צו זיין א מו"ץ בהלכות פילעזאפיע. ..
דערמאנטס מיר פון שפינאזע..
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:37 pm#226921
לעיקוואד האט געשריבן:ניין.

האסט מסתמא שאקירט אסאך מענטשן, ?any further comment
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:47 pm#226925
יעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:01 pm#226930
מאטי האט געשריבן:און אויב מ'דארף נישט, דארף מען נישט דארפן?


לעיקוואד האט געשריבן:ניין.

איך בין זיך משתעשע מיט די ענטפערס...
די שאלה איז נאר צו סאיז בכלל שייך צו קענען דארפען, בנוגע מאראל, אויב מען דארף איז עס לכאורה שוין ארויס פון מאראל, איז נאר אויב מען דארף נישט איז מאראל אקטיוו, ואולי לזה נתכוון לעיקוואד,
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:16 pm#226934
נהורא'ס שאלה איז געווען ווי אזוי איז מאראל מחייב זיך צו פירן מאראליש, און אויב ס'איז נישט מחייב, פארוואס זיין מאראליש.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:22 pm#226938
לעיקוואד האט געשריבן:יעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.

מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין פאל מיר לוינט זיך פארקערט.

לצד אז עס איז נישטא אזא מושג פון א חיוב זיך צופירן מאראליש איז אזא פראגע ווי " מעג איך אריינשפייען אין דיין קאווע" זינלאז
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:34 pm#226942
נהורא נפישא האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:יעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.

מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין פאל מיר לוינט זיך פארקערט.

דיינע לעצטע ווערטער הארגעט דיין גאנצע שאלה. ווייל ס'משמע אז אויב לוינט זיך נישט פארקערט וואלט דאס יא מחייב געווען. איך האב פארשטאנען פון דיין שאלה אז "לוינען" איז אויך נישט א מחייב.

אין פאקט איז 'פילאזאפיע' געבויעט אויף ווי אזוי ס'לוינט צו לעבן א בעסערן לעבן, און דאס וואס דו שפירסט אז ס'לוינט דיר פארקערט איז פשוט א חסרון ידיעה. אבער אויב דו ביסט, נאכן דורכלערנן וואס זיי האבן צוזאגן, נאכאלס איבערצייגט אז ס'לוינט פארקערט, דאן איז צייט ארויסצוגעבן אן אייגן חיבור, און אויב ס'ארבייט זיך אויס, וועט דאס ווערן באקאנטן אלס נהוראיזם, טראכט אבער נישט אז ס'קען נישט זיין אז הונדערט יאר ארום וועט איינער זיך וואגן צו זאגן אויף נהוראיזם "אפשר פארקערט!"
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:43 pm#226946
מאטי האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:יעצט אז מ'דארף' נישט, קען מען אנהייבן זיין מאראליש.

מ'קען אסאך זאכן טוען, און אסאך זאכן ווערן געטון, די שאלה איז נאר פארוואס זאל איך עס טוען, אדער בעסער פארוואס זאל איך זיך צוריקהאלטן פון ברעכן די א.ג. מאראלישע געזעצן אין פאל מיר לוינט זיך פארקערט.

דיינע לעצטע ווערטער הארגעט דיין גאנצע שאלה. ווייל ס'משמע אז אויב לוינט זיך נישט פארקערט וואלט דאס יא מחייב געווען. איך האב פארשטאנען פון דיין שאלה אז "לוינען" איז אויך נישט א מחייב.

אין פאקט איז 'פילאזאפיע' געבויעט אויף ווי אזוי ס'לוינט צו לעבן א בעסערן לעבן, און דאס וואס דו שפירסט אז ס'לוינט דיר פארקערט איז פשוט א חסרון ידיעה. אבער אויב דו ביסט, נאכן דורכלערנן וואס זיי האבן צוזאגן, נאכאלס איבערצייגט אז ס'לוינט פארקערט, דאן איז צייט ארויסצוגעבן אן אייגן חיבור, און אויב ס'ארבייט זיך אויס, וועט דאס ווערן באקאנטן אלס נהוראיזם, טראכט אבער נישט אז ס'קען נישט זיין אז הונדערט יאר ארום וועט איינער זיך וואגן צו זאגן אויף נהוראיזם "אפשר פארקערט!"

אוודאי איז לוינען נישט מחייב, נאר אלס א פראגמאטיסט דרוק איך זיך אויס אזוי, אז דארט ווי איך קען דערלייגן פארוואס זאל איך נישט ברעכן די מאראלישע געזעצן, און דארט ווי ס'איז פאר מיר נייטראל, גיי איך פערזענליך נישט גיין קעגן מיין געפילן פון רחמנות, שוינען א צווייטען, א געפיל פאר יושר וצדק.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:48 pm#226947
למעשה בין איך סטאק מיט מיינע געפילן, איך גיי נישט ארויס אויף די גאס שחט'ן מענטשן, אפילו לצד אז מאראל איז נישט מחייב, ווייל מיין געפיל לאזט דאס נישט ( און דאס פארשטייט זיך א חוץ מערערע אנדערע פראגמאטישע סיבות) ד.מ. איך נעם דאס אויך אריין אין קאנסידירעשאן אלס א חלק פון מיין פראגמאטישע צוגאנג.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:54 pm#226948
און פארוואס פאלגסטו דיינע געפילן? איז "געפילן" א מחייב?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:57 pm#226949
מאטי האט געשריבן:און פארוואס פאלגסטו דיינע געפילן? איז "געפילן" א מחייב?

ס'איז מחייב אינעם סענס אז איך בין סטאק דערמיט, אדער אסאך מאל איז עס פאר מיר פשוט א תענוג רוחני
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:04 pm#226951
בקיצור די פילעוועסט אין עטיקעט און מאראל, אבער דו האסט דאס מורא צו רופן ביים נאמען.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:08 pm#226952
איך אנערקען נישט קיין מאראלישע געזעצן, וואס שמעקט מיר איז זיך צופירן פראגמאטיש וואס איז אפשר רוב מאל זיך נישט סותר אין פראקטיק מיט אוניווערסאל עטיקס. (נישט אלס איז פראגמאטיש צוזאגן וואס טוט זיך בחדרי חדרים)
און דרך אגב ס'געשמאק געווען שמועסן מיט דיר.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:19 pm#226954
מאראל האט בעצם נישט קיין געזעצן, עכ"פ נישט אלס אן אייגענעם שטאנד (intrinsically) ס'איז פשוט מהלכים ווי אזוי צו לעבן דאס בעסטע לעבן. אויב דו האלטסט אז דו האסט אויסגעטראפן א געוויסע מהלך פארקערט ווי ביז היינט, דאן כל הכבוד ואין לך מאראל גדולה מזו.
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:55 pm#226965
וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:58 pm#226966
טאמבל סאס האט געשריבן:פילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.

וואס איז מעלה עטיקס?
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:13 pm#226967
איז פארהאן עפעס וואס איז בכלל מחייב? אבוויעסלי, אויב נישט וואלט מען געבליבן אין בעט צופרי. וואס איז דער מחייב ארויסצוגיין? צווישן די אפציע פון "בלייבן אין בעט" און "ארויס גיין פון בעט" האט זיך ארויסגעשטעלט אז "ארויסגיין פון בעט" איז א בעסערע אפציע. איז 'די היגיון/מחשבה/ וואס האט באשטימט אז "ארויסגיין פון בעט איז א בעסערע אפציע' מחייב ארויסצוגיין פון בעט?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:19 am#226982
יעצט וועל איך ארויפשטעלן וואס איך האב געלייגט ביי מיר און דרעפט פון די ערשטע מינוט.
איך האב א חזיון, אז מען גייט זיך טרעפן שטיין ביים שאפע, און בלאזען שטויב פון די אלטע ספרים און פילעזאפישע ביכער, און בעסטען פאל צו לינקען און איבערגיין וואס עס איז שוין אויסגרעדט געווארן דא שטיבעל הרבה פעמים.

מאראל איז א רשות בפני עצמו און נהורא דארף זיך נאך אויסקלארן וואס מאראל דעפענירט זיך ביי אים און פון דארט קען מען גיין ווייטער אויב סאיז דא וואו.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:50 am#227024
נולד מאוחר האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:פילייכט לאמיר אנהויבן מיט די דריי מעידזשאר עטיקל טעאריעס. יוטיליטעריעניזם, דיאנטאלידזשי און מעלה עטיקס.

וואס איז מעלה עטיקס?

Virtue ethics
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:31 pm#227130
מאטי האט געשריבן:איז פארהאן עפעס וואס איז בכלל מחייב? אבוויעסלי, אויב נישט וואלט מען געבליבן אין בעט צופרי. וואס איז דער מחייב ארויסצוגיין? צווישן די אפציע פון "בלייבן אין בעט" און "ארויס גיין פון בעט" האט זיך ארויסגעשטעלט אז "ארויסגיין פון בעט" איז א בעסערע אפציע. איז 'די היגיון/מחשבה/ וואס האט באשטימט אז "ארויסגיין פון בעט איז א בעסערע אפציע' מחייב ארויסצוגיין פון בעט?

אוודאי ווילסטו טוען דאס וואס די באשלוסט איז א בעסערע אפציע, אבער וויאזוי דעפינירסטו בעסערע אפציע, פראגמאטיזם איז דאך פשט וועלן טוען די בעסטע אפציע, נאר אז ס'קומט אריין אמונות און הנחות אז "מ'דארף" זיך פירן לויט געוויסע געזעצן טוישט דאס די אויסגאנג פון בעסערע אפציע, מיין שאלה איז צו ס'איז דא עפעס א געוויסע הנחה אויף וואס ס'איז שייך צו זאגן אז "מ'דארף" זיך צופירן, און אויב יא וואס מיינט אז מ'דארף.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:32 pm#227131
פארוואס? האט געשריבן:וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).

און אלס הלכה וואלט אויך געדארפט זיין א הלכה וואס זאל מחייב זיין אלס הלכה.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:57 pm#227136
נהורא נפישא האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:וואס הייסט צו מ׳דארף זיך פיהרן מאראליש? אלס וואס? מצד הלכה? (ניין!) מצד מאראל? (דארף קודם זיין א מאראל צו מחייב זיין).

און אלס הלכה וואלט אויך געדארפט זיין א הלכה וואס זאל מחייב זיין אלס הלכה.

סקען נישט זיין קיין הלכה וואס זאל מחייב זיין א הלכה, אין לדבר סוף, פאלגען א הלכה איז א אמונה אדער א געוויסע קשר וואס דער מענטש בונדט זיך צו א געוויסע מהלך אלס וואס ווערט נכלל און דער מהלך איז אים מחייב זאל עס זיין סעקטע/קולטור/קולט וכו, וואס איז מיר מחייב צו די זאכען איז אדער מיין געפיל אדער מיין לאגיק, אבער סהאט נישט מיט די גאנצע שמועס מאראל איז נישט קיין מחייב און אויב איז עס מחייב מיינענדיג אויב דארף מען איז עס שוין נישט קיין מאראל
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:05 pm#227140
איז שייך צו נוצן די הגדרה פון מחוייב אנע דעם וואס ס'זאל זיין על תנאי א געוויסע מהלך.
לדוגמא ביסט מחוייב ע"פ הלכה
ביסט מחוייב לויטן געזעץ
ביסט מחוייב עטיקלי.?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:10 pm#227143
יא
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:12 pm#227144
מאטי האט געשריבן:יא

הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:15 pm#227148
אפגעזען וואס עטיקס מיינט, איז דאך מיין שאלה צו מחוייב מוז אייביג זיין לויט א געוויסע סיסטעם אדער מחוייב קען שטיין פאר זיך זעלבסט
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:16 pm#227150
מאטי האט געשריבן:יא

גיב מיר א דוגמא
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:18 pm#227151
אחד העם האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:יא

הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
מחויב ע''פ הלכה מיינט אז "הלכה איז מחייב"." פאר אן אטעאיסט איז דאס ווי יוסף הצדיק זאגט פאר זיינע ברודער "חי פרעה" זענט איר נאך אלס ביי אייער מיינונג?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:20 pm#227152
דאס הייסט אז אויב מ'גלייבט אין עפעס א סיסטעם "פילט" מען אז דער סיסטעם איז דיך מחייב
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:22 pm#227153
מאטי האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:יא

הלכה ניין
געזעץ ניין
עטעקלי, ביטע זיי מסביר וואס פארטייטש זיך זיך ביי דיר עטעקל
מחויב ע''פ הלכה מיינט אז "הלכה איז מחייב"." פאר אן אטעאיסט איז דאס ווי יוסף הצדיק זאגט פאר זיינע ברודער "חי פרעה" זענט איר נאך אלס ביי אייער מיינונג?

כהאב נישט אזוי קלאר פארשטאנען וואס די שרייבסט, כמיין מזעמיר בינאזאם, די חיוב פון הלכה שטייט קיינ מאל פאר זיך זעלבסט, נאר צו דער וואס איז אויפגעוויזען צו גיין אונטער הלכה וואס זאגסטו
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:28 pm#227157
בין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?

מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:31 pm#227159
מאטי האט געשריבן:בין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?

מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.

דיין לאגיק איז דיר דאס מחייב
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:33 pm#227161
מאטי האט געשריבן:בין איך מחיוב זיך אפצושטעלן ביי א רויטע ליכט?

מ'קען זאגן אז ניין.... אבער אויב בין איך פונקט אין די גוסטע נישט צו באגיין זעלבסטמארד, דאן איז "די גוסטע מיר מחייב זיך אפצושטעלן" א ריכטיגע הגדרה.

דאן איז דאס ווייטער על תנאי, אויב די ווילסט נישט ליידן די קאנסעקווענצן, און אויב ווילסטו יא?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:39 pm#227163
איז דען פארהאן א מציאות מחליט צו זיין צווישן צוויי אפציעס ווען ביידע שטעלן פאר פוקנטליך די זעלבע קאנסעקווענצן גלייך אויף גלייך? אויב יא, דאן זענט איר גערעכט. כ'האב דאס שוין אויבן געשריבן. בפשטות קוקט מיר אויס אז א יעדע דעסיציע קומט מיט א מינימום 51/49 אויבערהאנט.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 4:48 pm#227170
נישטא קיין חיוב אהן קיין מחייב.
כ׳זעה ווי דער עולם שרייבט און שרייבט, אהן ארויסברענגען געהעריג דעם פוינט, סא לאמיר עס מאכן אין קורצן:
עס איז ידוע דער רמב״ם אז ״אמונה״ קען נישט אריינגערעכנט ווערן אין מנין המצוות, ווייל אהן קיין מצווה איז ניטא קיין מצוה. כלומר, בעפאר איינער גלויבט אין גאט און אין די תורה, קען איהם נאך די תורה נישט הייסן ער זאל גלייבן.
ערשט נאך וואס דו גלייבסט אין די תורה, קען מען דיר אנפאנגען צו זאגן וואס צו טוהן.

הוא הדין והוא הטעם, פאר ווען איינער גלייבט נישט אין מאראל, אדער ער טראסט נישט זיינע געפיהלן אז מ״דארף״ זיין מאראליש. איז נישטא ווער עס זאל איהם מחייב זיין צו זיך פיהרן מאראליש.
ערשט נאך וואס ער גלייבט אין מאראל, ״דארף״ ער זיך פיהרן מאראליש.
ודו״ק כי פשוט הוא.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:11 pm#227176
והוא הדין לגבי לאגיק.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:13 pm#227177
ווען איינער גלייבט אין עטיקס מיינט נאך נישט אז ער דארף, ס' מיינט אז ער פילט אז ער דארף.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:14 pm#227178
יאיר האט געשריבן:והוא הדין לגבי לאגיק.

אז וואס ?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:21 pm#227181
איך טייטש אפ "פארוואס'ס תגובה אין אנדערע ווערטער ווי פאלגענד :
"מ'דארף גלייבן אז מאכן א בעסערע באשלוס אין לעבן, ברענגט א בעסערן לעבן, בלויז דאן איז דאס מחייב אויסצוקלויבן די בעסערע באשלוס.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:24 pm#227183
נהורא נפישא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:והוא הדין לגבי לאגיק.

אז וואס ?

אז אויף די ווארהייט פון לאגיק אליין קענסטו נישט ברענגען קיין לאגישע ראיות, מוז מען זאגן אז מ'גלייבט באמונה פשוטה אין לאגיק.