מיטוואך יוני 01, 2016 1:08 pm#335709
פרעג דיך נאך וועלכע הימל איד האט געוינט אויף רחוב אחד העם אין יענע יארן.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער וואס דארף א תירוץ צו זיין עגזיסטענטיאלישע שאלות, ווערט נישט בארואיגט מיט דעם אז ע צווייטע האט שוין דער תירוץ. (איינער אין דער וועלט איז בארואיגט מיט'ן אויסדרוק 'דער היתר ליגט ביים ווינער רב אין שיפלאד?')
מי לנו גדול פון משה רבינו אליינס, שלמה המלך דער חכם מכל אדם ועוד? דער מענטש דארף דער תירוץ פאר זיך, נישט פאר אינוועסטירונג סבות.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בן אדם האט געשריבן:נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מופתים (בעיקר פון די לעצטערע צייטן) קען מען אפווענדען.
יאנקל האט געשריבן:האבן ספיקות און חוקר זיין איז נישט עפעס וואס מ'טוט נאר בלית ברירה, פארקערט, עס איז א תאוה און ברענגט א געוואלד מיט סיפוק. זע איך נישט דעריבער פארוואס דער על-ראשי-שכינת-אל'ניק זאל האבן יסורי נפש פון די עצם ספיקות און חקירה. דאס יא, מ'קען האבן א געוואלד מיט יסורי נפש אויב די ספיקות זענען פרימיטיוו און מ'רעדט זיך איין אז די מסקנות זענען פשוט נאר מ'איז נאך נישט אנגעקומען צו זיי. אזוי אויך, א מענטש וואס פילאזאפירט לויט א חשבון פון פארלירן און געווינען, א שטייגער ווי פאסקאל'ס וועט, קען האבן יסורים מיט'ן כסדר טראכטן צי ער זעט דעם אמת צי נישט, און צי עס ווארט אים אפ גיהנום אדער גן-עדן. אויב האט מען אבער פאר זיך א הנחה קדומה אז פארשן פאר דעם אמת איז א ריכטיגע זאך, און אז מ'פרובירט צו דערגרייכן דעם אמת אויף וויפיל עס איז דאס מערסטע שייך, און אז דער מענטש איז נישט בכוח זיך אינגאנצן צו פטר'ן פון זייטיגע איינפלוסונגען, דאן קען מען אלעס אויפנעמען מיט הנאה און א שמייכל.
מי אני האט געשריבן:Fundamentalists live life with an exclamation point. I prefer to live my life with a question mark.
Amos Oz