ווי דער געפיל פון א יתום נאך זיין טאטנ'ס תחיית המתים, האב איך געשפירט ווען איך האב מיך דערזען אין דעם אשכול, געמיינט האב איך אז איך בין אן איינזאמער, א איינציגער וואס זיין סביבה איז פארפיינטעט פאר אים, כמעט קט וואס איך האב שוין פארליבט אין מיין בדידות, אבער דער אויפנאמע פון א גרופע וואס ווייטאגען אויפ'ן זעלבן ווייטאג ווי מיר, וואס ווען זעענדיג פאר זיך מענטשען וואס האבן נישט און זיך עפעס מער חשיבות ווי דער קוה אין שטאל, א חוץ וואס ער איז נעבעך מער מוגבל מיט וואס נעבעך ער איז באשאפען געווארן מיט אזא מאטריאל וואס רופט זיך פארשטאנד, ועל זה דוה לבו כל ימיו, ער וואונטשט זיך א גאנץ לעבן ער דאס אויך פארלירן, און זייער לעבן פירען זיי מיט א מאראל פונקט ווי די קעץ און די מייז, און מיט זייער גרעסטע כוחות און מיט די שטערקסטע נעגל פארהאקען זיי זייערע קעפ ח"ו זיך נישט צו באנוצען מיט די טמא'נע כלי וואס הייסט מחשבה, חכמה בינה דעת שטעלן זיי אוועק אז עס איז עפעס נאר א מטאפיזשער עקזיסטענץ, און מיט דעם פראקטישען לעבן האט דאס נישט קיין שייכות..
ביי זיי איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי צונעמען א זאך און דאס פארשטיין, און אויב ח"ו איינער הייבט זיך יא דעם קאפ און פרעגט דאס וואס דו זאגסט אוואו שטייט דאס, ווי א געבוירענער אינסטקינט שיסן זיי גלייך צוריק ווער עס פרעגט די קשיא איז א כופר, און אויב דערוואגט מען זיך אנצומערקען אויף א זינלאזע מנהג אז פון דער הלכה'ישער שטאנדפוקנט האט עס נישט קיין האפט, ביסטו אוטאמאטיש א מעמבער ביי די היינטיגע משכילים, און אויב ווילסטו אנטאפען און דעגרונטעווען וואס איז די ריכטיגע אמונה, און ביסט מעורר ספיקות אין אמונת הלאקשען קוגל, או אמונת הרעשוואלקע, וכו' וכדו' הייבט מען די ברעמען און מען שארט זיך אוועק פון דיר, ער איז א פארדארבענער רח"ל.
און אזוי דרייען זיי זיך ארום זייער הונדערט און צוואנציג יאר פוסט און ליידיג, און ווי א ריכטיגער שומר געבן זיי צוריק זייער פקדון גענצליך אומבארירט. כ'קען שטיין ביי א לויה און וויינען, אבער מיין וויינען באדייט נישט קיין טרויער אויף דעם געשטארבענעם, איך טרויער נעבעך מיט רחמנות א ליידיגע זאק געקומען און א ליידיגע זאק גייט ער, איך האב שוין אויף אים געשריבען א מציבה ביי זיין ברית, און דא האט מען באטיטל'ט די סארט מענטשען מיט נעמען מיכאל און גבריאל באזירט אויף זייער שינוי אין זייער מהלך החיים [אויב מען קען עס רופען מהלך...], ווען איך גיי צו א ברית פון א זון פון דעם מיכאל'ן, זע איך נישט מער ווי א גע'מל'טער פערד, און ביי דעם גבריאל'ן דערמאנט מיר עס פון גילוי ערוית, און ביי דעם אפשערן פון א קינד פון דעם מיכאל'ן זע איך נישט מער ווי א קאץ מיט צווי וויידלעך, און גבריאל'ן קוקט עס מיר אויס ווי א כלה ביום חופתה קען זיך נישט געזעגענען פון אירע האר לאזט זי איבער צוויי שווענץ ביי די אויערן, און ווען איך באטייליג זיך ביי א בר מצווה פון דעם מיכאל'ן קוקט דאס אויס ווי א טויפונגס צערעמאניע צו דזשיהאד, און ביי דעם גבריאל'ן ווי א בירט-דעי פארטי אין לאס וועגעס, און א חתונה ביי דעם מיכאל'ן, קוקן מיר אויס די טענץ ווי א רינג פון שדים, און זיי יאגן נאך דעם חתן ביזן שטוב אריין, און דער חתן איז ריכטיג מקיים דעם כפאו עליו שד [שדים], און ווידעראום ביי דעם גבריאל'ן קוקט אויס אז די איינציגע זאך וואס פעלט דארט איז אז זיי זאלן דאס טון ברבים....
אבער נאכדעם איז פארהאנען אן אנדער געשטאלט וואס רופט זיך דער על ראשי'ניקער, און דעם איז אויך פארהאנען צוויי סארטען, א ריכטיגער, און נישט קיין ריכטיגער.
דער ריכטיגער על ראשי'ניקער, שווימט אין דעם ים החכמה, און טשאטשקעט זיך מיט יעדע מחשבה, יעדן אינטלעקטואלער ספק, עס נישט די נושא פון פראגען מיט תשובות, נאר דאס איז זיין נאטור, ער שווימט נאטורליך און דעם רוישיגען ים החכמה, עס קען זיין ביי אים תשובות אן פראגען, און פראגען אן קיין תשובות, און אזוי ווי דער געניטער שווימער איז זיך מחיה מיט יעדן טראפן וואסער אפילו ער זעט נישט קיין סוף צו דעם ים, זיין ציל איז נישט אן צוקומען צום צווייטען זייט, זיין גרעסטע הנאה איז צו זיין אין וואסער און פלאטשקען מיט די הענט, גראדע איז פאר אים א גוטער געפיל ווען ער דערזעט זיך ביי די אנדערע זייט יבשה, עס איז פאר דעם שווימער גאנץ א גרויסער סיפוק ווען ער זעט וואס פאר גרויסער שטרעקע ער האט געדעקט, אבער דער יסוד פון אים איז, בלויז שווימען אן קיין מטרות, און דער על ראשי'ניקער דער זעלבע זאך, אים פעלט נישט אויס קיין מסקנות צו זיין צופרידען, מיט דעם וואס זיין קאפ פארט אויף רעדער פון חכמה איז עס פאר אים די בעסטע זאך, גראדע אויב קומט ער צו געוויסע מסקנות, מכח זיין מחשבה, איז ער דאפעלט צופרידן, דער ריכטיגער על ראשי'ניקער וועט זיך קיינמאל נישט זען פאר פרשת דרכים, יא טראכטען נישט טראכטען, נישט קיין חילוק אין וועלכן שטאל וועסט אים אריין לייגען, זאל זיך עס רופען חסידיש ישיביש וכו' וכו' ועט ער זיך אלץ הייבען דעם קאפ צו פרייהייט, פרייהייט פאר'ן מח, לאזן דעם מח פארן און זיינע שינעס, אים נישט שטערן מיט נארישע פאנטאזיעס און אזוי גערופנע אמונות, און אפילו און אנגענומענע אמונות וועט ער אויך שטיין און דאס צונעמען, און דערגיין דעם שורש פון דעם, ספיקות איז ביי אים נישט קיין מוטשע, ווייל זיין מטרה איז נישט קיין מסקנות, צו מקען אנקומען צו מסקנות, און אויב מקען אלעס דערגרונטעווען אפילו מטאפיזישע ענינים אויך, דאס איז נישט זיין נושא, אדער איז אויך איינע פון די זאכן אויף וואס ער חקרנ'ט און טראכט.
און דער נישט ריכטיגער על ראשי'ניקער איז דער וואס זעט זיך מיט יסורי הנפש מכח דעם ווייל ער טראכט און חקרנ'ט, ער איז אדער א מיכאל אדער א גבריאל, וואס א חלק פון זיין מיכאלשאפט אדער גבריאלשאפט וויל ער אויך האבן דעם על ראשישאפט, און פאר אים איז עס ווי א קעמיקעל ריעיקשאן, עס שיסט אויס אז זיין נפש ווערט נעבעך אינגאנצען צושאסען, מלא ספיקות, און מלא יסורים דרייט ער זיך ארום מיט פראגען אן קיין תשובות, זיין לעבן ווערט פארוואנדעלט און א קייט פון עגמת נפש און צובראכענקייט, ער דרייט זיך ארום נעבעך אן אומבאהאלפענער, און ער לויפט ארום א דערשראקענר מורא האבענדיג פון זיין גאט וואס גייט אים באלד אומברענגען פארן טראכטען, זיין א מיכאל/גבריאל וויל ער שוין נישט, זיין אן על ראשי'ניקער קען ער נישט, א רחמנות, און במנוגד לטאמבעל סאס אז דער גבריאל טראכט פאר ער איז מחליט צו זיין א גבריאל, וויל א גבריאל וואס איז טראכט איז אזא איינער אויף וועם מ'איז דן יעצט.
און יעצט קומט די שאלה וואס איז דער חיוב פון אזא איינעם, זאל ער זיך מקריב על מוקדת החכמה, אוועקקוקען פון די יסורים וואס דער טראכטען ברענגט אים אן, און דער שאלה קען צוטיילט ווערן אין צווייען, א' עבודת האדם, ב' האיך להיות אדם ישר, מיינענדיג, מ'קען אוועק שטעלן די שאלה א שאלה אין רוחניות וואס איז ריכטיגע עבודה פון א מענטש, וויאזוי דארף אזא מענטש דינען גאט, פונקט ווי אידען פלעגן פאסטען תעניתים וכו' זיין סיגוף איז יא טראכטען אפילו עס ברענגט אים אומבאקוועמליכקייט, אדער ניין דאס נישט פאר זיינע כוחות, אדער קען גאר זיין אז ער דארף זיך אויסארבעטן צו זיין א מיכאל/גבריאל על אף די שאלה קשיות ושאלות וואס עגבערן אים [אולי ביחס לגבריאל אינה שייך השלב האחרון ויל"ע], ב' קען מען אוועקשטעלן די שאלה וואספארא סארט לעבן איז ריכטיגער פאר מענטש, פילוזופיש פסיכולוגיש גערעדט, נישט רוחניותדיג גערעדט, נניח גאט האט הנאה אידער וועי, וואס איז ריכטיג, זיך פארשטאפען די קאפ און נישט פרעגן, אדער, דער צוייטער צד פון דעם שאלה איז אביסעל שווער אוועקצושטעלן, ס'איז מאדנע צו זאגען גיי טונקט דיך און יסורים אבי טראכט, האם זה טראכטן יקרא, אפשר די צווייטע צד קען זיין, רייס אויס די אלע עיקולין ופשורין וואס שטערן דיך פון טראכטען [סאסייעטי וכו' וכו'] און מאך א ערנסטער רעוואלוציע ביי דיר אין נפש, און נאכהער הייב אן פון פריש, און די סיבה פאר די קאמפלעקאציע, ווייל די ריכטיגע וועג פאר א מענטש צו לעבן איז נאר מיט'ן טראכטען און פארשטיין, קענסט נישט, אפעריר דיך כנ"ל,
און אויב איר וועט מיר פרעגן צו ס'איז כדי צו מאכן דעם רעוואלוציע, דאס איז ביי מיר קיין ספק נישט, דא לעבט מען און גאט'ס טבעדיגער וועלט, און ער האט דיר געגעבן א מח זאלסט דאס ניצען און ארבעטן מיט דעם, און אין דעם וועלט איז אלעס געמאכט געווארן צו פארשטיין, און גרונטליך פארשטיין, אבער אויב איז דיין פראבלעם סאסייעטי, האסט איין ברירה, דיך פארשרייבען א העכסט געלונגענע מציבה וואו דו ביסט נעבעך אומגעקומען על קידוש שמך, וכבדת את הסאסייעטי יותר מגופך, און צו ווארטען צו משיח'ס אנקום וואס דעמאלט וועט די גנאצע וועלט זיין ריכטיגע על ראשיניקער'ס ככתוב, כי מלאה הארץ דעה את ה', דעה כפשוטו ממש, און פונקט וואו דער ריכטיגער על ראשיניקער ווען ער קומט ארויף נאך זיין הונדערט און צוואנציג שפאצירט ארום אן אויפגעהייטעטער די אלע היכלות, פון סוקרטס צו אפלטון צו אריסטו צום רמב"ם , צו דקארט, און אויב טרעפט ער אן זיין אוגארישען זיידען אדער זיין עמאציאנאלען מארמורושין באבן וכו' און זיי ווילען אים געבן שלום זאגט ער אנשולדיגט כ'האב פאר אייך נישט קיין צייט יעצט איך דארף לויפען צו שפינוזען, סי יו לעטער, און זיי קוקען אים אן מיט געהויבענע ברעמן א חוצפה פון דעם משכיל...[אדער אפשר דאס אויך נישט דארט'ן זען זיי שוין איין דעם אמת, און זיי גייען צו די ספעציעלע לעקטשערס "פילוספיה פאר דאמיס" ] און מיט איין אטעם לויפט ער ווייטער צו קאנט'ן און דארט צו ארתער שופענהאור און אזוי ווייטער און ווייטער, ביי משיח'ס אנקום וועט אזוי אויס זען יע יע פונקט אזוי, נאר איין זאך, ווען מען וועט דיך שטעלן און די ראי אויפ'ן פארהער, און משיח וועט דיך פרעגן האסט געקוקט און קאווע שטיבל נאך פאר ער וועט דיך פרעגן עסקת בתורה, זאלסטו אים נישט באשייגעצן און שרייען די ביסט א משיח שקר, ווייל יעמאלט וועט מען דיך ווי א מורד במלכות אריינלייגען אינם שרעקעדיג'ן כף הכלע, און וועסט דיך צוריק טרעפן און מאנרו בית החיים... ענטפער, יא, ענד יו וויל פעס איט...]
אבער סאיז יתכן אז דער נישט ריכטיגער על ראשי'ניקער, נאך זיין אפעראציע וועט אויסזען גאר אנדערש ווי דער ריכטיגער על ראשי'ניקער, דער עפעקט פון זיין אפעראציע וועט אים אוועק שטעלן און אנדערער פארום ווי דער ריכטיגער על ראשי'ניקער אן דעם אפעראציע,
און פארשטייט זיך אז כלפי די ערשטע שאלה און עבודת האדם, איז שייך צו פרעגן אויף דעם ריכטיגען על ראשי'ניקער אויך, וואס זיין ארבייט, אפשר דארף ער זיך אויסרייסען זיין נאטור פון טראכטען און גיין ווי א קעלבעל צו די שחיטה, אדער ניין, זיין עבודה איז ווי מער צו שטייגען און חכמה און ווי מער פארשטיין און דעקן אלס גרעסערע שרעקעס און דעם חכמה פעלד, שלעצמי נעם איך אן צד ב', מו שראינו אצל הראשונים.