Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 117 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3772
מאנטאג מאי 13, 2013 12:27 pm#114624
על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?
אין די וואונדערבארע אשכול "מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל" האט דער שרייבן קונסטלער און חכם בענזשאמין פרענקלין געשריבן א הערליכע מייסטער ווערק, ווי ער האט מייסטערהאפטיג אפגעמאלן די צוויי סארטן קנעכט, די עבדי הזמן, די לינקע גבריאל'ס וואס אין להם בעולמם אלא די אייפאון בלבד. בענדזשאמין מאלט אים אפ "ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע".

און די רעכטע מיכאל'ס וואס קלאפט זיך נאך אין בייכל שישו מעי פון די לעצטע ליל הסדר, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער לעבט א פרום לעבן לויט די מאמענטאלע קאפריזן פון זיין סעקטעס טאן געבער. בענדזשאמין טיטולירט אים "ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט."

אינמיטן לעבט בענדזשאמין ווי, ער משל'ט זיך אפ "א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני. אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן..... דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ."


קופערניקוס האט דארטן אריינגעווארפן זיין אמת-שטיינדל ווי פאלגענד:

"דער מיטלסטער איז דער גערעכטער, על ראשו שכינת א-ל, נישט ווייל ער איז מעסיג און האט געקליבן דעם "דרך הממוצע", נאר ווייל ער איז מלא ספיקות.

עמיצער האט אמאל געשריבן "די אמת איז א פול שטיינערדיגער מאזאאיק" און ער האט א נקודה, סיי דער מיכאל מימין מהלל, און סיי דער גבריאל משמאל מחלל זענען זיכער, און קלאפן זיך ס'בייכל שישו מעי.

מיכאל איז א עולם הבא פרעסער און גבריאל איז א עולם הזה פרעסער. מיכאל וויל נישט פרעסן אויף די וועלט קיין תאוות, ער ווארט רוהיג אויף יענע וועלט, גבריאל איז אומגעדולדיג ער פרעסט שוין אויף פילע באקן טריפענע שור הבר און אומגעטליכע לויתן'ס, אבער ביידע אראגאנט טיפשים ווייסן נישט אז די אמת איז א מאזאאיק און נישט איין שטיין. מיכאל'ס ראיה אויף זיין אמת איז די בלויע קונטרס ההתחזקות פון זילבערבערג, גבריאל'ס ראיה פאר זיין אמת איז די בלויע מואווי וואס אכל ואוכל עוד, הריב ויריב עוד.

נאר בנימין אינמיטן האט אסאך שטיינער פון אמת, ער קלערט, ער ווייטאגט, ער איז מלא ספקות און יסורים, ער ווייסט גארנישט, ער ווייסט נאר אז ער ווייסט נישט, ער ווייסט נאר אז מיכאל און גבריאל ווייסן נישט, און דאס הארץ טריפט אים בלוט, ער האלט שוין ביי יוסיף מכאוב, פון יוסיף מכאוב וועט ער נאך אנקומען צו יוסיף דעת.

ווען מיכאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים זאגנדיג "א שאד אז די האסט נישט הנאה געהאט אביסל אויף יענע וועלט". ווען גבריאל וועט ארויפקומען אויבן וועט מען אים לאכן אין פנים אריין און זאגן "די האסט צופיל הנאה געהאט שעפעלע, יעצט לייג זיך איבער" בנימין וועט מען פארלייגן אביסל לעקציעס איבער אמת און ער וועט זאגן "וואו, כ'האב גראדע געטראכט דערפון"!


אין אישי פרעגן מיר טייערע ידידים: איז עס טאקע אזוי, דארף א מענטש לעבן מיט ספיקות, שולד געפילן און ווייטאג? איז נישט בעסער צו זיין א מיכאל, א גבריאל אבער נישט קיין על ראשו שכינת א-ל?
עס איז גאר א גוטע קושיא, א קושיא וואס שניידט עד דכדוכה של נפש.

די אוכלי האיי זענען גליקליך. מיר האבן א מסורה, מיר ווייסן וואס מיר טוען, די צויבער ווארט "באשערט" ראטעוועט אלעס. אידן זענען נישט קיין מעלעסטערס, וועמען עס איז "באשערט" א בלבול וועט אנקומען אין טורמע, וואס קען מען טון.
אידן דארפן נישט לערנען לימודי חול ווייל וויפיל עס איז "באשערט" וועט מען עניוועיס מאכן.

די שידוכים סיסטעם איז גוט, ווייל עס איז סיי ווי באשערט.

אונזער מסורה איז גוט, די סאטמאר 2013 אפטייטש פון אידישקייט איז די תכלית הבריאה און די ריכטיגע אפטייטש פון אנכי ה' אלקיך. און ואידך זיל חמור, גיי הענג זיך.

די גרויליגע ווארט "ביי אונז האט מען" איז גענוג צו אנטון אלע פרויען איין גרויסע גארבעדזש בעג, אלע מענער איין קאפאטע, און אלעס קלאפט.

ווידעראום די גבריאל'ס האקן א טאג אויף פעיסבוך, יעדער גבריאל האט די בעסטע פאן, מען האקט קרעדיט קארטס אויב מען האט נישט געלט, און מען האקט געלט אויב מען האט, מען פילט אן די צייט מיט געשמאקע מואוויס, שיינע ווייבער, פרעסענישן און גוטע מואוויס, און מען לעבט א חיים טובים!

זיין תכלית החיים איז פאן, און זיין תירוץ אויף זיין עולם הזה'דיגן דרך החיים איז "דריי מיר נישט קיין קאפ" ער איז זיכער, ער איז באקוועם און ער ווייסט נישט פון צרות.

די שכינת א-ל אידן פלאגן זיך דא אין שטיבל. עס טוט וויי פארוואס אונזער סיסטעם איז קראנק, עס טוט וויי פארוואס אסאך זאכן מאכן נישט קיין סענס, מיר פרעגן די אייביגע עקזיסטאנציאנאלע קושיות.

די אוכלי האיי איז נאר שווער די קושיא פון עדות שאי אתה יכול להזימה. די אוכלי פארן גייט אן עדות שאי אתה יכול להזימה אין די לינקע פאה, און אונז איז שווער סיי די קושיא פון עדות שאי אתה יכול הזימה און סיי די קושיא וואס איז בוקע ועולה עד לרקיע פארוואס מוטשען מיר זיך מיט הייפאטעטישע קושיות פון עדות און הזמה ווען מיר פלאגן זיך מיט עיקרי העיקרים פון תכלית הבריאה, כוונת הייסורים, אין סוף, צדיק ורע לו, נצחיות, און אזוי ווייטער.

די אוכלי האיי מוטשעט די קושיא פון "פארוואס אכט טאג חנוכה, ווען די נס איז נאר געווען זיבן טאג" אסאך אידן מוטשען זיך "פארוואס צינדן ליכט פאר אלטע ניסים? אין אוישוויץ האט מען אויך געפייערט חנוכה אונטער א פיל גרויזאמערן אנטיוכס, און צו זעהט איינער אונזער ליכט? גייען אונזערע אייניקלעך צינדן ליכט ווען עוואלושאן וועט זיין קליפ און קלאר פאר קינד און קייט?
די קושיא איז לוינט זיך צו גרונטעווען?
לוינט זיך צו האבן שולד געפילן?
לוינט זיך צו האבן ספיקות?
וועלן מיר אמאל וויסן עפעס עד לעומקה און זיין צופרידן?
די בקשת החכמה פירט ערגעץ אדער איז זי תחלתה יסורים וסופה ייאוש?
איז חכמה און בקשת האמת די תכלית, אדער אפשר איז "אכול ושתה כי מחר נמות" די ריכטיגע מהלך?
די קושיא איז שטארקער, איז שייך פאר א טראכטער צו ווערן א גבריאל אדער מיכאל און אננעמען אלעס מיט א פשטות אן קיין ספיקות?
לאמיר אויסשמועסן די נושא, ווארפט אריין אייער חכמה און לאמיר מלבן זיין די נושא.
מאנטאג מאי 13, 2013 1:07 pm#114639
איך בין נישט אנגעקומען צו מגיב זיין ביי בנימין'ס אשכל, אבער עס איז געווען מורא'דיג. און קופערניקס, דו ברענגסט זייער גוט און ריכטיג ארויס דיינע ספיקות איבער ספיקות. עי וואן!

איך האב אסאך צו שרייבן, מחמת קוצר הזמן וועל איך עס מאכן בקיצור.

איך בין אלעמאל מקנא דעם מיכאל פאר זיין רואיגער צופרידענע לעבן, אבער איך וואונטש עס אלע מיינע שונאים. איגנארענס איז ערגער ווי דאס ערגסטע פיין. זיין נארישע שמייכל קומט פון בלויזע איגנארענס. קען זיין אז זיין איגנארענס האט ער זיך בדוקא געקליבן, אבער עס איז פארט איגנארענס.

גבריאל פון די אנדערע צד האט צו א שטארקע גאווה אז ער רעדט זיך איין אז ער האט געפונען די תירוצים. דאס אליינס איז איגנארענס.

אויב אזוי בלייבט אונז נישט איבער מער ווי פרעגן, פרעגן און נאכאמאל פרעגן. טראץ דעם וואס מיר ווייסן אז מיר וועלן קיינמאל קיין ענדגילטיגע ענטפער האבן.

קיין פיין דארף עס נישט ברענגן, ווייל איינמאל מיר ווייסן אז עס איז דא אן ענטפער נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט, און ווען מיר וועלן עס דערגרייכן וועט עס אונז אנטפלעקן אן אוצר מלא. ווי אויך ווייסן מיר אז אויפן וועג ארויף קלייבן מיר צוזאם קליינע דיאמאנט שטיינדעלעך דא און דארט. ממילא ווערט די גאצע דזשורני גאר געשמאק.

עד כאן פאר יעצט.
מאנטאג מאי 13, 2013 1:12 pm#114643
קופער, זייער שיין געשריבן, יישר כח

דו מיט בנימין לייגן אראפ דריי סארט מענטשן א מיכאל, א גבריאל, און דער מיטעלסטער על ראשי שכינת א-ל'ניק.
דער מיכאל וגבריאל האקן א לעבן, און דער לעצטער מוטשעט זיך ארום מיט יסורי ספקות הנפש.

אבער איך קוק עס אן אנדערש, מיר האבן היינטיגע צייטן א נייע תורה, עס ענדעלט אביסל אין די תורה וואס מיר האבן מקבל געווען אויפ'ן בארג סיני, אבער עס איז אויסגעמישט מיט נאך א שפע פון פארשידענע זאכן וואס האבן זיך אזוי אומבאמערקטערהייט אריינגערוקט במחנינו.
יעצט איז דא א מיכאל וואס נעמט אן די נייע תורה כמות שהוא, מיר האבן א מסורה און מיר ווייסן וואס צו טוהן, נאכדעם איז דא א גבריאל וואס האט נישט קיין געדולד צו די גאנצע זאך, ער דראפט אלעס, עס אינטערעסירט אים נישט די תורה בכלל.
אבער די דריטע סוג פון על ראשי שכינת א-ל, איז לדעתי אנדערש, דאס זענען די סארט וואס האבן אפגעמאכט אז זיי זענען גרייט מקבל צו זיין די תורה פונעם אייבערשטן, אבער טאקע נאר די תורה כמות שהוא אן קיין הוספות ותיקונים, נאר אזוי ווי די חכמים האבן עס אונז מסביר געווען, און די סארט האבן לדעתי א בעסערע לעבן פון אלע, ווייל זיי האבן נישט די שולד געפילן וואס כאפן זיך אריין פון צייט צו צייט אין גבריאל'ס מח, "אפשר דאך איז דא א גאט אויף די וועלט, און איך וועל איין טאג דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף מיינע מעשים?", און פון די אנדערע זייט זענען זיי נישט אזוי מצומצם ווי די מיכאל'ניקעס, זיי קענען גאנץ גוט האקן א לעבן אויף דער וועלט, ווי לאנג עס איז אין די ראמען פון הלכה.

יעצט דיין סוג וואס דו שרייבסט דא, פאלט נישט אריין אין קיין איינע פון די קאטעגאריעס, די חברה זענען נאך אינמיטן וועג, און ווען זיי וועלן ענדיגן זייערע שטודיעס (האפענטליך פאר די 120) וועלן זיי אנקומען אין איינע פון די ערשטע דריי סוגים, און דעמאלט'ס וועלן זיי זיין געסעטעלט.

זאל איך זאגן אז עס לוינט זיך? איך מיין אז נישט, ווייל ערגעץ ווי דא אין שטיבל האט איינער צוגעברענגט אז עס איז דא א חברה וואס זענען גרייט צו געבן א מיליאן דאלער פאר ווער עס קען אויפווייזן אז עס איז דא עפעס א העכערע כח, און איך מיין אז די חברה דארפן זיך נישט זארגן, זיי וועלן לכאורה בלייבן מיט די געלט אין טאש, אבער דאס איז בכלל נישט קיין ראי' אז עס איז טאקע נישטא קיין העכערע כח, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אז עס זאל זיין א בחירה, און אויב קען מען אויפווייזן קליפ און קלאר אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, איז געענדיגט מיט די בחירה.
ממילא ווי גייען די מענטשן אנקומען? זיי גייען חקר'נען א גאנץ לעבן אויב עס איז יא אמת אדער נישט אמת, מיט חקירות וועט ער אנקומען אז מען קען נישט אויפווייזן קלאר גארנישט, אבער ער קען נאך אלץ נישט זיין רוהיג, ווייל אפשר איז יא דא, נאר מען קען עס נישט אויפווייזן, לא ראינו אינו ראי'.
הכלל, ער וועט זיך ארומדרייען מיט יסורים און חקירות זיין גאנץ לעבן, און דאס וועט ער מיטנעמען אין קבר, און האפענטליך דעמאלט'ס וועט ער געוואויר ווערן דעם אמת.

מילא זעה איך נישט די אויפטוה פון דעם חקרן, ער וועט סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען, די איינציגסטע זאך וואס ער וועט אויפטוהן איז אז ער וועט זיך פארביטערן דאס לעבן.
מאנטאג מאי 13, 2013 1:38 pm#114647
האבן ספיקות און חוקר זיין איז נישט עפעס וואס מ'טוט נאר בלית ברירה, פארקערט, עס איז א תאוה און ברענגט א געוואלד מיט סיפוק. זע איך נישט דעריבער פארוואס דער על-ראשי-שכינת-אל'ניק זאל האבן יסורי נפש פון די עצם ספיקות און חקירה. דאס יא, מ'קען האבן א געוואלד מיט יסורי נפש אויב די ספיקות זענען פרימיטיוו און מ'רעדט זיך איין אז די מסקנות זענען פשוט נאר מ'איז נאך נישט אנגעקומען צו זיי. אזוי אויך, א מענטש וואס פילאזאפירט לויט א חשבון פון פארלירן און געווינען, א שטייגער ווי פאסקאל'ס וועט, קען האבן יסורים מיט'ן כסדר טראכטן צי ער זעט דעם אמת צי נישט, און צי עס ווארט אים אפ גיהנום אדער גן-עדן. אויב האט מען אבער פאר זיך א הנחה קדומה אז פארשן פאר דעם אמת איז א ריכטיגע זאך, און אז מ'פרובירט צו דערגרייכן דעם אמת אויף וויפיל עס איז דאס מערסטע שייך, און אז דער מענטש איז נישט בכוח זיך אינגאנצן צו פטר'ן פון זייטיגע איינפלוסונגען, דאן קען מען אלעס אויפנעמען מיט הנאה און א שמייכל.
מאנטאג מאי 13, 2013 1:45 pm#114648
קופערניקוס, דו שניידסט מיט א שארפן מעסער לעבעדיג פלייש.

איך האלט גראדע אינמיטן שרייבן א לענגערע הודעה איבער די ענינים, וועלכע איך האב געוואלט האבן גרייט לכבוד מיין ווערן א חבר הותיק - 5,000, אבער מפני קוצר הזמן האלט עס נאך טיף אינמיטן.

אבער אויף יעצט, א קורץ ווארט וואס כ'האב אמאל געזעהן, און קען צוניצקומען.

געווענליך ווען א מענטש זוכט א זאך וואס ער וויל געפינען, איז ער טרויעריג. ווען ער טרעפט עס ענדליך דאן איז ער פרייליך, יגעתי מצאתי. אנדערש איז אין אידישקייט, אז א מענטש זוכט דעם באשעפער, דעם אמת אין זיין לעבן, אפילו ער האט אים נאכנישט געטראפן, איז ער נאך אלץ פרייליך, ער פילט א סיפוק אז ער איז אן די רייט טרעק. מיט דעם טייטשן צדיקים ישמח לב מבקשי ה', אפילו ביסט נאר א מבקש, האסט נאך נישט געטראפן את שאהבה נפשך, איז נאך אלץ ישמח לב, אלזא דרשו ה' ועוזו, בקשו פניו תמיד, זוכטס ווייטער, דאס זוכן אליין ברענגט שמחה און צופרידנהייט פארן מענטש, השי"ת האט הנאה דערפון.

איין גוטע עצה דערצו איז צו לערנען אסאך ספרי חסידות.

אדם לעמל יולד, זכה וכו', איינער פלאגט זיך צו זיין פון די מבקשי ה', איינער צו האבן א שיינעם הויז, אבער סיי ווי אזוי, די וועלט איז נישט קיין פיקניק.

---

יאנקל האקט. ממש מיינע ווערטער. ברוך שכיוונתי!
מאנטאג מאי 13, 2013 1:47 pm#114649
ביסט א לעכטיגער איד שמעקעדיג, ביסט ממש אנגעקומען צום שלימות האמיתי, צום אחדות הפשוט שאין בה שום פירוד, צום תכלית הידיעה שלא נדע, אז די זעהסט ווי די מיט יאנקל זאגן די זעלבע.... :D :D :D
מאנטאג מאי 13, 2013 1:52 pm#114650
הרב שמעקי
סבר כוותיה בחדא ופליגא בחדא
יא, פארש ארבעט און די יגיעה ברענגט שמחה
עס מוז אבער נישט זיין דוקא ספרי חסידות סקען אויך זיין ספרי מוסר
מאנטאג מאי 13, 2013 1:54 pm#114654
יאנקל האט געשריבן:האבן ספיקות און חוקר זיין איז נישט עפעס וואס מ'טוט נאר בלית ברירה, פארקערט, עס איז א תאוה און ברענגט א געוואלד מיט סיפוק. זע איך נישט דעריבער פארוואס דער על-ראשי-שכינת-אל'ניק זאל האבן יסורי נפש פון די עצם ספיקות און חקירה.


הא לן, והא להו : א חכם ווי יאנקל לעבט א חיים טובים און דערקוויקט זיך מיט מחשבה. איך רעד פון מענטשן וואס זענען האלבוועגס מקנא מיכאל אדער גבריאל און זיי שפירן זיך געפאנגען אין קייטן פון ספיקות, זיי ווילן מחליט זיין אם ה' לכו אחריו, ואם לבעל לבעל, אבער זיי קענען נישט. זיי ווילן מחליט זיין צו זיי האבן דא א תכלית, אדער נישט. מענטשן וואס ווילן אויפטון, אנפילן זייערע טעג, אבער זייערע ספיקות לאזט זיי נישט מחליט זיין וואס טייטשט "אויפטון".
מאנטאג מאי 13, 2013 1:57 pm#114656
קינות גירושין האט געשריבן:הרב שמעקי
סבר כוותיה בחדא ופליגא בחדא
יא, פארש ארבעט און די יגיעה ברענגט שמחה
עס מוז אבער נישט זיין דוקא ספרי חסידות סקען אויך זיין ספרי מוסר


קינות, כ'האב געטראכט דערפון. אבער לענ"ד הגם ספרי מוסר ברענגט שלימות אבער אויך צעבראכנקייט אסאך מאל. ספרי חסידות זענען ע"פ רוב פאזיטיוו און ברענגען ארויס אונזער גרויסקייט, און זיי זענען אפט מסביר אסאך אומפארשטענדליכע קשיות וואס מיר האבן, כאטש טאקע אויף אופנים און בחינות וואס נישט יעדער פארשטייט, אבער עכ"פ זעהט מען אז זאכן האבן חשבונות. ווער רעדט נאך ע"פ קבלה ווערן גאר אסאך זאכן פארענטפערט, אבער מיר האלטן נאך נישט דארט...

אפשר אין אפאר יאר ארום, וועט מען עפענען א נייע אפטיילונג אין קאווע, "עניני קבלה"...
מאנטאג מאי 13, 2013 1:59 pm#114658
יאנקל, מען רעדט נישט דא פון קיין חקירות איבער עדות שאי אתה יכול להזימה, אזוי ווי קופער האט עס ארויסגעברענגט, מען רעדט פון חקירות אין אידישקייט, יעצט ווי אזוי קען א איד האבן א סיפוק פון די חקירות, עס שטערט דאך זיין גאנצע לעבנ'ס שטייגער, און אויב דראפט ער די אידישקייט האט ער ווייטער יסורים, אפשר האט ער נישט גוט געטוהן.
קענסט אפשר זאגן אז מען האט א חיוב צו זוכן דעם אמת, אבער קיין סיפוק ברענגט עס נישט.
און שמעקעדיג רעדט פון א צווייטע נושא, איינער וואס ווייסט אז זיין ציהל איז אנצוקומען צו א קלארע אמונה און ער דארף נאר די כלים דערצו, אויף דעם קען העלפן ספרי חסידות, און דאס וועט אים געבן סיפוק.
מאנטאג מאי 13, 2013 2:50 pm#114672
איך טויש ניק צו גבריאל. ער געפעלט מיך זייער שטארק.

מיין ווייב מיכאל שלעפט מיך אבער צוריק און שטיפט מיך ארויף בנימיןס שכינה.
מאנטאג מאי 13, 2013 3:05 pm#114674
ברסלבער האט געשריבן:יאנקל, מען רעדט נישט דא פון קיין חקירות איבער עדות שאי אתה יכול להזימה, אזוי ווי קופער האט עס ארויסגעברענגט, מען רעדט פון חקירות אין אידישקייט, יעצט ווי אזוי קען א איד האבן א סיפוק פון די חקירות, עס שטערט דאך זיין גאנצע לעבנ'ס שטייגער, און אויב דראפט ער די אידישקייט האט ער ווייטער יסורים, אפשר האט ער נישט גוט געטוהן.

איך ווייס זייער גוט פון וואס מ'רעדט, און אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב די ספיקות און חקירות גייען צו מיט א פרימיטיוון צוגאנג דאן קען עס אוודאי גורם זיין שווערע יסורים. אבער מען מוז נישט האלטן אז אידישקייט איז א "בוגי מען" און אז מ'מאכט א טעות פאלט מען אריין אין כף-הקלע לחרפה ולדראון עולם. עס איז מסתבר אז טראץ די ערנסטע טעותים פון אזעלכע מענטשן ווי האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און ברוך שפינאזע זענען זיי ביידע נהנה מזיו השכינה אויב זייערע פארשונגען זענען געווען מיט אן אמת, ובלב שלם.
מאנטאג מאי 13, 2013 3:07 pm#114676
קופערניקעס זאגסט דאך אזוי אמת, מי יתן ואנשקך על מצחך. לגבי דעם עצם דיון ווער איז עדיף, מיכאל וגבריאל אדער דער בין החומות, מיין איך אז מן השכל און מן הנביאים איז דער בעל שכל איז עדיף. אויב איז דער דרך הישר צו לעבן ווי א תרנגול המנקר באשפה און א דבר אחר בצואתו, צו וואס האט דער בורא כל הברואים באשאפן א מין אדם מיט שכל בכלל? עס זאל זיין נאך א פאר ביליאן אייזלען אויף צוויי פוס? אלא מאי דאס מותר האדם מן הבהמה איז דער צלם אלקים וואס גיבט איהם א מעגליכקייט צו טראכטן מה חובתי בעולמי? צו איז להבל יגיעתי? ואס איז דער תכלית וסוף כל המעשים? דער וואס לאזט די ספיקות גיין פריי און שטרעבט כסדר צו זוכן דעם אמת דער איז ועל ראשי שכינת אל בצלם אלקים עשה את האדם.

ווייטער זעה מיר אלע אונזערע ראשונים וגדולים האבן געחקרנ'ט און געזוכט, געשריבן ספרים און געלאזט לדורות אז אויך די דורות הבאים זאלן עוסק זיין דערין. דער הייליקער אבן עזרא וואס האט אנגעשריבן פול מיט ספרים מיט חקירות און איז כסדר מרמז אז עס איז צרות און קיין ענטפערס איז נישטא, שרייבט אין איוב קאפיטל ד' "תכלית האדם בעולם הזה הוא ללמוד חכמה" דאס איז וואס מיר רעדן אז א מענטש איז דא צו לערנען נישט צו לעבן ווי א העפפי סטראבערי.

למעשה זאגט דאך דער רמב"ם "תכלית הידיעה שלא נדע" דאס הייסט קיין תירוצים וועלן מיר נישט געפינען אבער אז מען קומט צו צום מדריגה אז מען ווייסט אז מען ווייסט נישט, אז אלעס איז מוטל בספק דאס איז דער תכלית הידיעה. מיכאל וגבריאל האבן ענטפערס אויף אלעם היפוך התכלית.
מאנטאג מאי 13, 2013 6:06 pm#114722
דער עולם זאגט פיין דא, ס'איז כמעט נישטא וואס צוצולייגן, אבער שטיל בלייבן קען מען דאך נישט, מיין איך אז הגם איגנאראנץ איז בליסס, מיינט נישט אז טראכטן איז צער, ווען דער חכם מכל אדם האט געזאגט יוסיף דעת יוסיף מכאוב איז ער דען געווען א כפוי טובה צום באשעפער וואס האט עם געשאנקען די דעת? חלילה, ער האט אינדזשויט יעדע רגע, וואס איז בעסער ווי טראכטן? ווער דא וואלט אויפגעגעבן זיין שכל כדי צו האבן מער געלט אדער כבוד? איך האף אז קיינער נישט, דאס איז די מענטאלע סאמע העכסטע תענוג וואס מ'קען נאר האבן, לוינט זיך דאס צו פארשפילן פאר אביסל מכאוב? וואס איז שוין די מכאוב? ס'קוועטשט אביסל דא, אביסל דארט, אבער ס'נישט געפערליך, דאס זענען געזונטע שמערצן.

בעצם וואס איז דאס דעת? דעת איז קענען עפעס פון דער נאנט, עס ארויסהאבן, זיין אין טאטש, וידע אדם את חוה, וירא אלקים את בני ישראל וידע אלקים, גאט איז געווען צוזאמען מיט זיי, נאנט ווי מאן און ווייב, א מאן דארף נישט זיין קלוג צו זען ווען זיין ווייב באדערט עפעס, ס'האט נישט מיט חכמה, נישט מיט בינה, דאס זענען העכערע מושגים, דעת איז זיין דא, זיין אין טאטש מיט זיך, מיטן בריאה, מיט גאט, נישט זיין א מיכאל ראבאט וואס ווייסט נישט וואס ער טוט, זיין טראכטן זיין דעת איז פארמשכונ'ט ביים רבי'ן זאל זיין געזונט. ער קען זיין קלוג, ארויסהאבן א קצות, חכמה, בינה, דאס האט ער, אבער זיך אפשטעלן טראכטן וואס בין איך, ווער בין איך, פארוואס בין איך דא? וואס וויל מען פון מיר? דאס האט ער נישט, ער גייט אין די פוסטריט פון זיינע פארגייען און קיין שאלות און קושיות איז נישט דא. הייסט דאס געלעבט? איז דאס א רואיג לעבן? איך בין עם זיכער נישט מקנא.

א צווייטע נקודה, אז אפשר זיצט דער מיכאל אין סיטיפיעלד רואיגער, ער ווייסט אז ער לאזט בשום אופן נישט אריין די אינטערוועש ביי זוך אינדערהיים, ער גייט זיך נישט לאזן פונעם שטן וואס הייסט טעכנאלאגיע, ער איז שטארק ביי זיך, ער האט זיין רבי, זיין מוסד, און עולם גולם צווישן מנחה און מעריב יעדער האלט ווי עם, ס'גייט עם גוט. אבער קוק עם אן ראש השנה, ערב פסח, יום כיפור, הושענא רבה, שובבי"ם, ער איז אויס מענטש, ער וויינט שובבים פאר זיין חטאות נעורים, מיינענדיג אז ס'מיינט רייכערען ציגארעטליך, ראש השנה איז ער אויס מענטש זיך אויסבעטן א גוט יאר, תשובה טוהן פארן זיין פון די תלמידי חכמים מצויין כתרנגולים מיינענדיג ס'איז א נביירע, פסח ביים סדר זארגט ער אויב די ערב פסח מצות זענען נישט געלעגן צו נאנט צו די ערד און ס'איז חמץ געווארן מדין לבוד, ווען ס'קומט צו מצוות און הלכות איז ער אויס מענטש, קיינמאל נישט זיכער, אפשר איז די פלעק אויף זיין אתרוג פסול, אפשר איז עס נישט קיין הדר און אויבן אין הימל גייט ער באקומען א נישט הדר'דיגע היכל, און אזוי איז זיין קאפ פול מיט זארגן.

משא"כ דער בנימין, (עכ"פ איין סארט בנימין) עם איז רואיג, ער ווייסט אז רחמנא ליבא בעי און אז ראש השנה איז א יום טוב נאך פאר ס'איז א יום הדין, ער ווייסט וואס איז א דאורייתא, וואס א דרבנן, וואס א מסורה און וואס א מנהג שטות, ער קען רואיג טוהן זאכן וואס נישט מיכאל און נישט גבריאל קענען טוהן מיט א רואיגע געוויסן. און דאס איז די אלטימאטע רואיגקייט. (כעין זה אמר ברסלבער לעיל, וברוך שכיונתי)
מאנטאג מאי 13, 2013 6:19 pm#114728
יאנקל האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:יאנקל, מען רעדט נישט דא פון קיין חקירות איבער עדות שאי אתה יכול להזימה, אזוי ווי קופער האט עס ארויסגעברענגט, מען רעדט פון חקירות אין אידישקייט, יעצט ווי אזוי קען א איד האבן א סיפוק פון די חקירות, עס שטערט דאך זיין גאנצע לעבנ'ס שטייגער, און אויב דראפט ער די אידישקייט האט ער ווייטער יסורים, אפשר האט ער נישט גוט געטוהן.

איך ווייס זייער גוט פון וואס מ'רעדט, און אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב די ספיקות און חקירות גייען צו מיט א פרימיטיוון צוגאנג דאן קען עס אוודאי גורם זיין שווערע יסורים. אבער מען מוז נישט האלטן אז אידישקייט איז א "בוגי מען" און אז מ'מאכט א טעות פאלט מען אריין אין כף-הקלע לחרפה ולדראון עולם. עס איז מסתבר אז טראץ די ערנסטע טעותים פון אזעלכע מענטשן ווי האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און ברוך שפינאזע זענען זיי ביידע נהנה מזיו השכינה אויב זייערע פארשונגען זענען געווען מיט אן אמת, ובלב שלם.

וואס איז די "ערענסטע" טעותים פון זיי ביידע?

פארוואס שרייבסטו נישט ביי ביידע ז"ל?

איך מיין צו פרעגען אויב ביידע זענען די זעלבע ווייל האסט זיי געלייגט אן להבדיל מן הסתם זענען זיי די זעלבע צדיקים.
מאנטאג מאי 13, 2013 7:02 pm#114740
אל תנחמוני הבל.
מאנטאג מאי 13, 2013 7:23 pm#114749
איך בין נישט מקנא דער תמים, אבער טאקע פאר דעם בין איך נישט קיין תמים און איך קויף נישט די תנחומי הבל וואס איר שרייבט דא צו מיישב דעת זיין פון דער ספקן וחקרן. יא, עס קרענקט, טוב מוות מחיים זה החכמה תחיה בעליה. עס איז נישטא אויף דעם קיין שום תירוץ. רעדסט ענק נישט איין.

אויך די מהלך פון ברעסלבער (ער איז נישט שולדיג, ער האט א גוטער רבי אויף דעם) איז מיר אביסעל פלאי פלאים, זייט ווען איז דער מטרה אין לעבן לעבן געשמאק און רוהיג? דאס איז וואס שטייט אין דער "אריגענעלער תורה"? מהאט אינגאנצען פארגעסן פון שכחי עמך ובית אביך, פון אוועקווארפען אלע מנעמי תבל פאר א ספק ספיקא פון אביסעל מער אמת? שוין, זעהט אויס איך האב נישט מיטגעהאלטען ווען מען האט געגעבן די תורה. עפעס האב איך פארפאסט און אנשטאטס דעם זיך אנגעהערט מיט מעשיות וועגן אברהם אבינו אין אור כשדים, וכו'. [פארשטייט זיך אז גלייבען אין דער אמתע'ר אריגענעלער תורה איז גארנישט אזוי פשוט און תמימותדיג ווי ער מאכט דאס, און איז בכלל נישט מעגליך אן מיליאנע ספיקות וואס האבען נשט קיין זיכערע פתרון].
מאנטאג מאי 13, 2013 7:23 pm#114750
לכבוד החכם בחקר הטבע קופערניקעס,

אזוי ווי אסאך האבן דא געשריבן, צער פון חכמה איז ווען מען האט א פאראויס באשטימטער מהלך וואס מען וויל טרעפן, און מען זעהט זיך נישט דארט, ממילא איז מען זייער צובראכן און צושפלינטערט. די רצון איז אנצוקומען אויף איין פלאץ, און די פאקטן ווייזן אים ערגעץ אנדערש.

אויב זאל דער מענטש אקצעפטירן מיט א לייכטקייט וואס די שכל דיקטירט, דאן וועט ער נישט האבן קיין געוויסן ביסען. אויב אים דיקטירט די שכל אז שיטת חאצאצק איז נישט ריכטיג, און אז ער דארף צו טון וואס זיין שכל זאגט אים, פארוואס איז ער בצער, פארוואס עפעס צורודערט. האלט אזוי אין פטור א געשעפט.

יעצט אויב איז חאצאצק גאר א פרומע חומרהדיגע מהלך, האט ער נאך א ריוח צדדי. ער מעג יא קוקען א יו טוב קליפ פון א מצוה טאנץ. ער האט אנדערש פארשטאנען די סוגיא פון תבעל להגמון תחלה. ער קען יא הנאה האבן פון גאר אסאך זאכן וואס דער אייבערשטער האט באשאפען ליהנות בהם בני אדם.

אבער זיין טאטע מאמע ברודער שוועסטער און ווייב זענען אלע געשוואוירענע חאצאצקער חסידים. נו פאר דעם רעדט מען דאך פון א חכם. ער פארשטייט אז מיט דעם וואס ער איז מער חכם פון אנדערע איז בהכרח אנצוקומען צו אנדערע מסקנות. דער גוי אדער פרייער איד וואס איז געווען א קאמוניסט בימי מעקארטיאיזעם, האט אויך פארשטאנען אז חכמה מיינט זיין אנדערש ווי עסטאבלישמענט. ווייסטו דען נישט וואסארא פרייז עס האט געווארט פאר גאליליא פארן האלטן ווי דו? מיין נישט אז עס איז נאר געווען בימים ההם. פרוביר צו האלטן פון חסידות צווישען א באנדע חכמים, און מיר וועלן דעמאלט שמועסן. :D. פרוביר צו זיין א בייאלעדזשיסט און א פרעסטיזשפולע קאלעדזש און נישט מאמין זיין באמונה שלימה בתורות האבלוציה. כאפ א שמועס מיט Lawrence Summers די געוועזענע פרעזידענט פון הארווארד יונוווערסיטי און ווער געוואויר די פרייז פון זיין א אויבער חכם און זאגען אנדערש ווי עסטאבלישמענט.

פונקט ווי אלע אנדערע לימיטעישאנס וואס א מענטש האט אין זיין מוגבלדיגער לעבן, איז דאס נישט אנדערש. ווינטער איז ביטער קאלט אויפן גאס און זומער איז ביטער הייס. דאס זענען די פאקטן. מען קען זיך אנפעלצען דאס בעסטע וואס מען קען וזה הוא. מען קען זיך איינהילען און פארהוילען פון טאטע מאמע אז מען האלט דווקא אז בחירות איז יא אדער נישט ביהרג ואל יעבור, וזה הוא.

עס קען זיין אז ווייל די סתירות אין דיין געזעלשאפט זענען זייער בולט, דאס האט גורם געווען אז דו זאלסט קוועשטענען אלע הנחות וואס מען האט אריינגעפרעדיגט אין דיר. עס קען זיין אז ווען דו זאלסט געבוירען ווערן אין מער א ליבעראלע שטוב וואלסטו נישט געהאט דעם אינערליכען דראנג צו מטיל ספק זיין אין אלעם. אבער היינט אז דו ביסט אזוי, גלייב איך אז ווי דו וועסט נאר זיין וועסטו מטיל ספק זיין, און מיט רעכט. די עצה איז לעבן דערמיט אזוי ווי מען לעבט מיט סיי וואסארא אנדערע לימיטעישאן. דהיינו לעבן מיט די לימיטעישאן אז דו קענסט נישט זיין אפען מיט אלעם וואס דו טראכסט.

י
מאנטאג מאי 13, 2013 7:32 pm#114755
מח שליט, גענוג מיט די פאטערנעליסטישע נארישקייטן, אקעי? דיינע דיבורים זענען זייער שיין אין טעאריע אבער בכלל נישט אמת. אפשר רעדסטו זיך איין אז סדא מח שליט על הלב, אבער וויסען זאלסטו לא היו דברים מעולם ולא צריכים להיות דברים מעולם. דא רעדט מען נישט פון קיין פראבלעם פון זיין אנטי-עסטאבלישמענט, און גענוג האבען מיר געהערט די דעמאגאגיע אז אין אנדערע פלעצער איז אויף אזוי. זאג מיר, מהאט אפשר געצוואונגען דער כופר בתורת אבולוציה זיך צו גט'ן פון זיין וייב און קינדער, מסביר געווען פאר אלע זיינע געוועזענע חברים אז ער איז שעדליך און מטאר נישט רעדן קיין ווארט מיט עם ? קאט די קרעפ. איך בין שוין געווען א חסיד צווישען א "באנדע חכמים", א מאמין צווישען א באנדע כופרים, און זיי האבען זיך נישט אויפגעפירט נאנט צו אזויווי מפירט זין בחצר הקודש חצאצק מיט ווער סאיז מטיל ספק בכלל אן דער רבי'ס לאקשען קוגל.

בכל אופן, דא רעדט זיך פון פיל ערנסטערע זאכען, פון אמונות וואס מענטשען בעיסען זייער לעבן, זענען זיך פשוטו כמשמעו מוסר נפש אויף דעם, און די אמונה אין דעם ווערט נתערער. דרייט נישט קיין קאפ מיט ווען דו וואלסט געבוירען געווארען אין א מאדערנער אידיאלער יידושקייט , וואס אגב עקזעסטירט נישט אויפ'ן כדור העולם, נאר במוחם של כמה חכמים שנדמה להם שמוחם שליט על לבם שכותבים באינטרנט, וואלט אנדערש געווען. און אפילו אויב היפאטעטיש יא, מאכט עס בכלל נישט אויס, אין דער מציאות זענען די שאלות אזעלכע וואס זענען נוגע בנפש, און אלע אילו אולי אפשר וואלט האט איז נישט משנה.
מאנטאג מאי 13, 2013 7:38 pm#114759
און וועגן אננעמען דאס אלס איינע פון די הגבלות אין לעבן, זאג נאר, ווער עס האט געוואוינט אין דייטשלאנד אונטער די נאציס, אין רוסלאנד אונטער די קאמאניסטען, וואלסטו אויך אזוי געעצה'ט, אדער דו וואלסט זיי געעצה'ט זיך ארויסצוזעהן פון דארט ווי שנעלער, און געטעהנ'ט אז סליגט אויף זיי א חוב מוחה צו זיין אפשר אפילו במסירות נפש? איך פארשטיי איינער וואס מאכט דער פראגמאטישער חשבון אז עס לוינט זיך עם נישט צו זיין אפען און ממילא באהאלט ער זיך, אבער דאס צו נוצען פאר א תשובה ונחמה?? און דו ביסט נאך דער וואס טענה'ט איז אין דער אידיאלישער יידושקייט וואלט נישט געווען די פראבלעם? און א מינוט שפעטער עצה'סט דו צו האלטן דאס מויל פארמאכט?
מאנטאג מאי 13, 2013 7:57 pm#114761
די נושא איז נישט וואספארא שריט צו מאכען. די נושא איז בנוגע די צער פון די סתירות. איך זאג קלאר אז מען קען לעבן א געשמאק לעבן אפי' מען האלט גאר גאר אנדערע שיטות ווי די ארומיגע. דער אנטי עוואלושינסט איז זייער מצוי אז ער זאל פארלירען זיין פאסטען אדער ווערן איבערגעהיפט ווען עס איז זיין רייע צו באקומען א גערסערע פאסטען. דאס איז נוגע בנפשו. דאס אליינס אז ער ווערט באצייכענט ווי א quack איז ער שוין מחוץ למחנה אין די וועלט פון אקדעמיע, וואס דאס איז זיין לעבן. פארלירען א פרעזידענטשאפט פון הארווארד איז אויך נישט פון די קליינע זאכן.

ר' איד, מענטשען אין די גארער וועלט האבען נישט וויאזוי צו דעקן דעם מארטגעדזש און האבן א 17 יעריגער טאכטער מיט א קינד. דאס איז עפעס א פיקניק? איך פרוביר נישט צו זאגען אז די תורה איז א virginity insurance פאר מיין טאכטער. איך זאג אז די גאנצע וועלט לעבט מיט גאר אסאך שווערע לימיטעישאנס. מען קען שטיין און וויינען דערויף, אדער מען קען הנאה פון די וועלט.

בתור חתימה מעין הפתיחה, מיין פוינט איז אז ייסורי ספק איז נישט אזוי געפערליך.

אגב איך האלט אויך ווי ברסלבער אז דאס וויכסטיגסטע איז צו האבען א גוט לעבן. וואס עפעס לוחם זיין פארן אמת? וואס וועט זיין דעמאלט ווען יעדער וועט שוין וויסען דעם אמת אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? קענסט ענטפערען אז ער וויל נישט לעבן מיט קיין סתירות, און קאנפליקט. אהה, דאס איז דאך די אפטייטש פון א גוט לעבן. א לעבן אן קיין זאכן וואס זענען אים סותר מבית ומחוץ.
מאנטאג מאי 13, 2013 8:01 pm#114764
עס טוט מיר זייער שטארק וויי, אבער איך וויל מוזן - עכ"פ במקצת - מודה זיין צו דברי לעיקוואד. קיין אוטאפיע איז נישטא. ספיקות טוען וויי. אבער וואס מיינט איר - כ'האב זיך עפעס געקליבן די דעת? כ'האב זיך נישט אויסגעקליבן וואו צו געבוירן ווערן, און כ'האב זיך נישט אויסגעקליבן די ספיקות.
מאנטאג מאי 13, 2013 8:43 pm#114777
קופערניקוס טייערע כ'וועל ארויס לייגן פארן עולם וואס כ'האב דיר געשריבן באישי:

הערליך, הערליך קופערניקוס א מייסטער ווערק. דא האסטו א ווירטואלע קוש.. איינס פארן רעכטן באק און איינס פארן לינקן באק.. אויף די שטערן וועל איך דיר נישט קושן ווייל דאס איז עקסקלוסיוו פארן טאטן ערב יום כיפור. און אויפן מויל וועל איך דיר אויך נישט מנשק זיין ווייל דאס איז רעזעווירט פארן שכינה לאחר מאה ועשרים ווען ער וועט ארויסנעמען דיין נשמה פינעם גוף העכור. ער וועט דיר געבן אזא קוש אז די נשמה וועט דיר ארויספליען. (עניוועי האסטו מיר אינספירירט צו שרייבן נאך א שטיקל אויף ספיקות אפשר נאך יו"ט).
ישר כח נאכאמאל.

יעצט לגופו של ענין איז די שאלה צו ס'לוינט זיך צו חקר'נן צו נישט איז קיין סאך נוגע ווייל דער חכם וועט מילא קלערן און ספקנן צו ס'לוינט יא צו נישט. אין דער שוטה וועט מילא נישט חקר'נן ווייל ער האט נישט מיט וואס.

למעשה האט זיך אבער יא אנטוויקעלט א שמועס (און מסתמא האט קופערניקוס מכוון געווען צו דעם אויך) צו מען קען לעבן געשמאק מיט חקירות און ספיקות אינאיינעם. אדער איז עס א בחינה פון אין אני והוא יכולין לדור בכפיפה אחת.

הוגה זאגט:
אז קיין פיין דארף עס נישט ברענגן, ווייל איינמאל מיר ווייסן אז עס איז דא אן ענטפער נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט, און ווען מיר וועלן עס דערגרייכן וועט עס אונז אנטפלעקן אן אוצר מלא. ווי אויך ווייסן מיר אז אויפן וועג ארויף קלייבן מיר צוזאם קליינע דיאמאנט שטיינדעלעך דא און דארט. ממילא ווערט די גאצע דזשורני גאר געשמאק.

הוגה רעדט פון א ענפטער "וואס עס איז זיכער דא" נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט און עס איז בלויז א פראגע פון צייט ווען מיר וועל דערגרייכן און ס'וועט זיין סוף הכבוד לבא. עס זעהט אויס ווי הוגה איז נישט קיין כראנישער ספקן ווייל א געבוירענער צווייפלער ראגירט צו אזא געדאנק מיט א "כל זה אכניס בקל וחומר" דאס אליינס צו עס איז בכלל דא אן אמת און אויב ס'דא צו מיר וועלן דאס דערגרייכן און אונזער ימי שנותינו פון שבעים שנים איז אויך מוטל בספק און אונטער א גרויס פראגע צייכן.

ברעסלבר פירט אויס נאך זיין עסיי:
ממילא זעה איך נישט די אויפטוה פון דעם חקרן, ער וועט סיי ווי אין ערגעץ נישט אנקומען, די איינציגסטע זאך וואס ער וועט אויפטוהן איז אז ער וועט זיך פארביטערן דאס לעב

ברעסלבר זאגט זיין פוינט קליפ און קלאר: רוהיגקייט און שמחה גייט נישט יד ביד מיט חקירות און ספיקות. ווי שוין אויבן דערמאנט איז עס בדרך כלל נישט קיין בחירה פון קיין מענטש צו האבן ספיקות. אדער האט מען אדער האט מען נישט. פון די אנדערע זייט קען איך הערן וואס דו זאגסט אז אויף וויפיל ס'שייך זאל מען זיך אריינשטעקן דעם קאפ ווי א בת היענה און נישט ארויסקוקן צו געוואר ווערן פרישע אינפארמאציע וואס מען וויסט נאך נישט.

שמעקעדיג קאכט אריין און בתוך זיין פייערדיגע דרשה זאט ער :
געווענליך ווען א מענטש זוכט א זאך וואס ער וויל געפינען, איז ער טרויעריג. ווען ער טרעפט עס ענדליך דאן איז ער פרייליך, יגעתי מצאתי. אנדערש איז אין אידישקייט, אז א מענטש זוכט דעם באשעפער, דעם אמת אין זיין לעבן, אפילו ער האט אים נאכנישט געטראפן, איז ער נאך אלץ פרייליך, ער פילט א סיפוק אז ער איז אן די רייט טרעק. מיט דעם טייטשן צדיקים ישמח לב מבקשי ה', אפילו ביסט נאר א מבקש, האסט נאך נישט געטראפן את שאהבה נפשך, איז נאך אלץ ישמח לב, אלזא דרשו ה' ועוזו, בקשו פניו תמיד, זוכטס ווייטער, דאס זוכן אליין ברענגט שמחה און צופרידנהייט פארן מענטש, השי"ת האט הנאה דערפון
און שמעקעדיג פירט אויס מיט פאטאס:.
"איין גוטע עצה דערצו איז צו לערנען אסאך ספרי חסידות".

און קינות גירושין לייגט נאך צו:
עס מוז אבער נישט זיין דוקא ספרי חסידות סקען אויך זיין ספרי מוסר.

איך מוז אייך זאגן שמעקדיג און קינות עס זעהט נישט אויס אז איר כאפט פון וואספארא ספקות און קווענקעלנישן מען רעדט דא, מען רעדט נישט פון פראבלעמען אינערהאלב דאס אידישע גלויבן מען רעדט נישט פון זוכן א משמעות אין לעבן אדער א תירוץ אויפן עשרה הרוגי מלכות ! יא אויף דעם איז גוט א תניא, אדער א שטיקל רמח"ל און נאכער איז פקודי ה' ישרים משמחי לב. דא רעדט מען פון חצים ובלסטראות וואס קומט צו פליען פון אינדרויסן פון גיל העולם, ארכילוגיה, עוואלוציע וכו', אויף דעם העלפט א תניא אדער א רמח"ל ווי א טויבן אויף העפיטייטעס.

יענקל אייסערט זיך:
מען מוז נישט האלטן אז אידישקייט איז א "בוגי מען" און אז מ'מאכט א טעות פאלט מען אריין אין כף-הקלע לחרפה ולדראון עולם. עס איז מסתבר אז טראץ די ערנסטע טעותים פון אזעלכע מענטשן ווי האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און ברוך שפינאזע זענען זיי ביידע נהנה מזיו השכינה אויב זייערע פארשונגען זענען געווען מיט אן אמת, ובלב שלם.

יענקל אלס פיין און וואויל ווען מען קען זיין זיכער אז שפיאנזא און סאטמערע רב טיילן איין פיס בענקעלע און גן עדן. דער פראבלעם איז אבער אז איין צד פונעם ספק שרייט אז שפינאזע איז א כופר און חוטא ומחטא את הרבים ואין לו חלק בעולם הבא. און נישט נאר שפינאזע נאר אלע וואס האלטן ענדליך צו אים. איין צד פינעם ספק שרייט אז א ספק אין די מבול אין יציאת מצרים און ביאת משיח אין לו חלק באלקי ישראל. און דאס איז דער צד וואס מאכט דעם מענטש מיט ספיקות אזוי אומבאקוועם און מלא צער יגון ואנחה.

לעיקוואוד אין יידל זאגן ענדליך. מח שליט ווייס איך גענוי וואס ער וויל. שו"ר אז ער זאגט ענדליך צו ברעסלעווער.
מאנטאג מאי 13, 2013 8:54 pm#114780
צוויי פשוטע נקודות.
א - ספיקות באדערען נישט. אויב מען האט נישט מורא פון קיין מסקנות.
ב - מסקנות, אפי' אויב עס איז אינגאנצען אנדערש ווי דאס וואס איז אנגענימען ארום דיר, מאכט נישט דאס לעבן אזוי שווער. דאס לעבן איז פול מיט הגבלות, איך דארף מכניע זיין פאר מיין בעה"ב אין ארבעט, מיין ווייב אינדערהיים, חאטש באמת באמת פארשטיי איך בעסער.
דו קענסט דיך דינגען ר' בנימין, אבער ווייס חאטש וואס איך וויל. :?
אופס, איך זעה דו רעדסט בנוגע מיין ענדליכקייט צו ברסלבער. דאס האב איך געשריבען בדרך אגב. אז איך האלט נישט פון די עבודה זרה וואס רופט זיך בקשת האמת. וואס איז דאס אזוי הייליג? והסברתי אז די גאנצע בקשת האמת איז אז מען "קען פשוט נישט לעבן מיט קיין סתירות". און דאס איז ממש דאס זעלבע ווי צו זאגן אז איך וויל נישט קיינער זאל טון זאכן וואס גייען קעגן מיר. נישט קענען גיין אויף וואקאציע איז א סתירה צו מיין וועזן מצד מציאות הדברים מן החוץ, נישטא קיין געלט וכדו'. נישט לעבן מיטן אמת איז א סתירה צו מיין וועזן מצד פנימיות מחשבתי. ביידע איז קאנפליקט וואס איך וויל נישט. די שוועריקייט פון ביידע איז ביי מיר אונטער איין רובריק. פשוט וועלן האבן א זיס קאנפליקט-לאזע לעבן. מאך נישט פון בקשת האמת עפעס מער הייליג ווי בקשת וואקאציע. וכאמור לעיל איז דאס געווען בדרך אגב על דברי לעיקוואד.
מאנטאג מאי 13, 2013 9:22 pm#114782
איך טריי צו פארשטיין אבער איך בין ווי די הון פארשטייט וואס מע זאגט ביי די בני אדם.

איך בין שילדיג אז איך פארשטיי נישט?

כאב מיך אליינס גענומען אזא נארישע שכל?
מאנטאג מאי 13, 2013 9:23 pm#114783
אנטשולדיגט איך שטער און איך מיש מיך אריין ביי אזא שיינע אשכול.
מאנטאג מאי 13, 2013 9:43 pm#114787
מיין דעת איז נוטה צו לעיקוואד/יידל/בנימין אלע בשיטה אחד אז לעבן מיט ספיקות איז נישט קיין פראדוקט וואס משלעפט ארויס פון א פוליציע ווי מקען זיך וועלן די בעסטע מין.. ווי ברסלב׳ער אדער מח שליט וויל אויפטון. איר קענט מיר זאגן הונדערט מאל אז איך זאל שלום מאכן מיטן מצב ס׳איז אסאך געשמאקער.. אבער דער מח טוט דאס זייניגע.

איך מיין אז דער פותח האשכול הרב קופערניקעס האט דן געווען צו מיכאל וואס ליגט אינעם רעטעך אין נאגט.. אדער גבריאל וואס ליגט אינעם סואער סטיק אין נאגט קען טאקע זיין צופרידענער ווייל זיי פאלט נישטאמאל ביי אז סרודערט זיך עפעס העכער זייערע קעפ. קאן טאקע זיין אפשר איז דאס געשמאקער. איך גלייב נישט אז ברסלב׳ער וואלט איינגעגאנגען דערויף..

מח שליט וויל אויפטוען אז זוכען דעם דרך האמת איז כמו וועלן גיין אויף א וואקאציע מ׳פארשטייט אז געלט איז נישט דא און מ׳גייט ווייטער אן.

ווילט זיך פרעגן נא אויב איז דער אמת אז מ׳דארף נישט לעבן מיטן אמת דאן אין לך אמת גדול מזה? איר קענט נישט מאכן פון א נישט וואקאציע א יא וואקאציע . אפשר יא? ווער ווייסט... נאר ווי געזאגט אמת איז דער קארענסי פונעם מח און אן געלט איז נישט דא קיין חתונה
מאנטאג מאי 13, 2013 9:56 pm#114789
מאטי,
איך האב יעצט געשמועסט מיט איינעם אין אישי. ער האט מיר מחדש געווען א דערהער אין די פשט פון די יסורי הספיקות. וויל איך הערן צו דו האלסט אויך אזוי. די יסורים וואס מען האט מכח ספיקות, איז דאס ווייל מען ציטערט אז דאס גופא אז מען האט ספיקות גייט מען דערפאר ברענען און בראטען?
דו האסט מיך נישט פארשטאנען בענין וואקאציע. איך פרעג נאר וואס איז די גרויסע הייליגקייט פון "בקשת האמת". פארוואס האט זיך גאליליא כמעט מוסר נפש געווען צו זאגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? ענטפער מיר שטייטליך. וועל איך דיר מסביר זיין where I'm coming from.
מאנטאג מאי 13, 2013 10:20 pm#114800
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
יענקל אייסערט זיך:
מען מוז נישט האלטן אז אידישקייט איז א "בוגי מען" און אז מ'מאכט א טעות פאלט מען אריין אין כף-הקלע לחרפה ולדראון עולם. עס איז מסתבר אז טראץ די ערנסטע טעותים פון אזעלכע מענטשן ווי האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און ברוך שפינאזע זענען זיי ביידע נהנה מזיו השכינה אויב זייערע פארשונגען זענען געווען מיט אן אמת, ובלב שלם.

יענקל אלס פיין און וואויל ווען מען קען זיין זיכער אז שפיאנזא און סאטמערע רב טיילן איין פיס בענקעלע און גן עדן. דער פראבלעם איז אבער אז איין צד פונעם ספק שרייט אז שפינאזע איז א כופר און חוטא ומחטא את הרבים ואין לו חלק בעולם הבא. און נישט נאר שפינאזע נאר אלע וואס האלטן ענדליך צו אים. איין צד פינעם ספק שרייט אז א ספק אין די מבול אין יציאת מצרים און ביאת משיח אין לו חלק באלקי ישראל. און דאס איז דער צד וואס מאכט דעם מענטש מיט ספיקות אזוי אומבאקוועם און מלא צער יגון ואנחה.

איך אידענטיפיציר זיך נישט מיט אזא ספק, פארקערט, איך מאך עס אוועק, איך קוק דערויף פון אויבן אראפ, זאגאר איך רוף דאס "פרימיטיווע ספיקות". איך האב שוין קלאר געמאכט אז א חיים טובים אינערהאלב דעם שטורעם פון ספיקות קען מען נאר האבן אויב מ'האט די הנחה קדומה וואס אנערקענט נישט אין אבסאלוטיזם, וואס ספק'ט זיך נישט צווישן יא און ניין, נאר שווימט אין א ברייטער ספעקטרום פון שימערירנדע קאלירן.
מאנטאג מאי 13, 2013 10:23 pm#114801
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
הוגה זאגט:
אז קיין פיין דארף עס נישט ברענגן, ווייל איינמאל מיר ווייסן אז עס איז דא אן ענטפער נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט, און ווען מיר וועלן עס דערגרייכן וועט עס אונז אנטפלעקן אן אוצר מלא. ווי אויך ווייסן מיר אז אויפן וועג ארויף קלייבן מיר צוזאם קליינע דיאמאנט שטיינדעלעך דא און דארט. ממילא ווערט די גאצע דזשורני גאר געשמאק.

הוגה רעדט פון א ענפטער "וואס עס איז זיכער דא" נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט און עס איז בלויז א פראגע פון צייט ווען מיר וועל דערגרייכן און ס'וועט זיין סוף הכבוד לבא. עס זעהט אויס ווי הוגה איז נישט קיין כראנישער ספקן ווייל א געבוירענער צווייפלער ראגירט צו אזא געדאנק מיט א "כל זה אכניס בקל וחומר" דאס אליינס צו עס איז בכלל דא אן אמת און אויב ס'דא צו מיר וועלן דאס דערגרייכן און אונזער ימי שנותינו פון שבעים שנים איז אויך מוטל בספק און אונטער א גרויס פראגע צייכן.


איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט. דאס איז די חילוק פון אן אפטימיסטישע מסופק און א פעסעמיסטישע מסופק.

אין ריאליטעט האט די אפטימיסטישע מסופק אויך פעסימיסטישע מאמענטן וואס דעמאלטס מאכט ער אליינס אויך מיט ייסורים. כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך צו דראפקעווען אהין און צוריק ווי אויף א סי סאו.

איין זאך איז דאכצעך כולה עלמא מודה, אז די מסופק האט נישט קיין שום ספק ספיקא בעולם אז ער וויל נישט זיין נישט מיכאל און נישט גבריאל. קען זיין אז ער פארגינט זיי און אפשר אפשר אפשר איז ער אביסל מקנא זיי. אבער צו זיין זיי? גיהינום נאו!!!!!
מאנטאג מאי 13, 2013 11:30 pm#114821
מוח שליט האט געשריבן:מאטי,
איך האב יעצט געשמועסט מיט איינעם אין אישי. ער האט מיר מחדש געווען א דערהער אין די פשט פון די יסורי הספיקות. וויל איך הערן צו דו האלסט אויך אזוי. די יסורים וואס מען האט מכח ספיקות, איז דאס ווייל מען ציטערט אז דאס גופא אז מען האט ספיקות גייט מען דערפאר ברענען און בראטען?
דו האסט מיך נישט פארשטאנען בענין וואקאציע. איך פרעג נאר וואס איז די גרויסע הייליגקייט פון "בקשת האמת". פארוואס האט זיך גאליליא כמעט מוסר נפש געווען צו זאגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? ענטפער מיר שטייטליך. וועל איך דיר מסביר זיין where I'm coming from.

אויב דער מוח איז פראגרעמירט אז די קאנסקווענצן פון ספיקות איז גיהנום דאן יא איז דאס א חלק פון די יסורים אבער דאס כשלעצמו איז אויך נאר א פרט לויט וויאזוי משטעלט אויס קאנסקווענצן .
איך מיין אז דער מקור היסורים איז פונקט ווי דו גייסט אריין אין א מיואזיעם מיט אסאך אינטערסאנטע אטראקציעס אבער אן א מעפ פון אונווייזונגען מיט ווייניג צייט און דו ווילסט כאפן נאר די אינטערסאנסטע זאכן דו קומסט אן צו איין פלאץ און נאך א שטיק צייט וועסטו געוואויר אז נע !! איטס ע וועיסט, וואס דער וועיסט איז ? דער מאמין זאגט גיהנום, דער אעטיאיסט זאגט פלעדזשור יעדער לפי וואס ער איז געטרעינט בקיצור מלויפט ארום וואו א כפרה אן א קרוין נישט וואוסענדיג וועלכע איז דו וויכטיגסטע.
לגבי וואס איז דער גרויסער געיעג נאכן אמת דאס איז נישט שייך צו פרעגן נישט דער וויכיטיגקייט אדער אומוויכטיגקייט פרואוואקירט דער געיעג, איר קענט מיר זאגן ס׳איז נישט וויכטיג דאן איז טאקע דאס דער אמת נישט צו זיכען דער אמת, אבער די פייגעלעך קומען צוריק און פרעגן ווער זאגט אז מ׳דארף נישט זוכען אפשר יא און איך וועיסט יעצט מיין צייט כמשל דלעיל וחוזר חלילה..
מאנטאג מאי 13, 2013 11:35 pm#114825
הוגה האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
הוגה זאגט:
אז קיין פיין דארף עס נישט ברענגן, ווייל איינמאל מיר ווייסן אז עס איז דא אן ענטפער נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט, און ווען מיר וועלן עס דערגרייכן וועט עס אונז אנטפלעקן אן אוצר מלא. ווי אויך ווייסן מיר אז אויפן וועג ארויף קלייבן מיר צוזאם קליינע דיאמאנט שטיינדעלעך דא און דארט. ממילא ווערט די גאצע דזשורני גאר געשמאק.

הוגה רעדט פון א ענפטער "וואס עס איז זיכער דא" נאר מיר האבן עס דערווייל נישט דערגרייכט און עס איז בלויז א פראגע פון צייט ווען מיר וועל דערגרייכן און ס'וועט זיין סוף הכבוד לבא. עס זעהט אויס ווי הוגה איז נישט קיין כראנישער ספקן ווייל א געבוירענער צווייפלער ראגירט צו אזא געדאנק מיט א "כל זה אכניס בקל וחומר" דאס אליינס צו עס איז בכלל דא אן אמת און אויב ס'דא צו מיר וועלן דאס דערגרייכן און אונזער ימי שנותינו פון שבעים שנים איז אויך מוטל בספק און אונטער א גרויס פראגע צייכן.


איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט. דאס איז די חילוק פון אן אפטימיסטישע מסופק און א פעסעמיסטישע מסופק.

אין ריאליטעט האט די אפטימיסטישע מסופק אויך פעסימיסטישע מאמענטן וואס דעמאלטס מאכט ער אליינס אויך מיט ייסורים. כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך צו דראפקעווען אהין און צוריק ווי אויף א סי סאו.

איין זאך איז דאכצעך כולה עלמא מודה, אז די מסופק האט נישט קיין שום ספק ספיקא בעולם אז ער וויל נישט זיין נישט מיכאל און נישט גבריאל. קען זיין אז ער פארגינט זיי און אפשר אפשר אפשר איז ער אביסל מקנא זיי. אבער צו זיין זיי? גיהינום נאו!!!!!

לאו דוקא!! אז מ׳ווייסט נישט פון קיין בעסערס איז הארטע ברויט מיט פריים גריל סטעיק די זעלבע הנאה ..
מאנטאג מאי 13, 2013 11:42 pm#114827
moti107 האט געשריבן:לאו דוקא!! אז מ׳ווייסט נישט פון קיין בעסערס איז הארטע ברויט מיט פריים גריל סטעיק די זעלבע הנאה ..


כ'פארשטיי נישט. זייט מסביר, ביטע.
מאנטאג מאי 13, 2013 11:59 pm#114834
moti107 האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:מאטי,
איך האב יעצט געשמועסט מיט איינעם אין אישי. ער האט מיר מחדש געווען א דערהער אין די פשט פון די יסורי הספיקות. וויל איך הערן צו דו האלסט אויך אזוי. די יסורים וואס מען האט מכח ספיקות, איז דאס ווייל מען ציטערט אז דאס גופא אז מען האט ספיקות גייט מען דערפאר ברענען און בראטען?
דו האסט מיך נישט פארשטאנען בענין וואקאציע. איך פרעג נאר וואס איז די גרויסע הייליגקייט פון "בקשת האמת". פארוואס האט זיך גאליליא כמעט מוסר נפש געווען צו זאגן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון? ענטפער מיר שטייטליך. וועל איך דיר מסביר זיין where I'm coming from.

אויב דער מוח איז פראגרעמירט אז די קאנסקווענצן פון ספיקות איז גיהנום דאן יא איז דאס א חלק פון די יסורים אבער דאס כשלעצמו איז אויך נאר א פרט לויט וויאזוי משטעלט אויס קאנסקווענצן
.מיין שאלה איז אין מציאות. דו האלטסט אז עס איז דא א ערענסטע פראצענט מענטשען וואס האבען אזעלכע פראבלעמען? אדער דאס איז גאנץ גרינג פאר יעדען ספקן אנצונעמן אז מען שטראפט נישט אויף האבן ספיקות, אויב איז מען מקיים תורה ומצות, ווייל מען קען זיך לכאורה נישט העלפן.
moti107 האט געשריבן:איך מיין אז דער מקור היסורים איז פונקט ווי דו גייסט אריין אין א מיואזיעם מיט אסאך אינטערסאנטע אטראקציעס אבער אן א מעפ פון אונווייזונגען מיט ווייניג צייט און דו ווילסט כאפן נאר די אינטערסאנסטע זאכן דו קומסט אן צו איין פלאץ און נאך א שטיק צייט וועסטו געוואויר אז נע !! איטס ע וועיסט, וואס דער וועיסט איז ? דער מאמין זאגט גיהנום, דער אעטיאיסט זאגט פלעדזשור יעדער לפי וואס ער איז געטרעינט בקיצור מלויפט ארום וואו א כפרה אן א קרוין נישט וואוסענדיג וועלכע איז דו וויכטיגסטע.
אדרבא ביי דיין משל, וואס טוט מען? מען זעצט זיך אראפ און מען זאגט צו זיך אליינס, ליסטען העיר, איך גיי נישט וויסען וואס צו טוהן דא, דעטס עי גיווען. לאז מיך אפמאכען איין מהלך, לאו דוקא די ריכטיגע אמתדיגע, אבער דאס וואס מאכט מיר יעצט סענס, און לאז מיך פארן דערמיט. מענטשען מאכען דעסיזשענס אויף אפערעישאנס, שידוכים, ביזנעס וכדו', וויסענדיג אז זיי האבען נישט קיין זיכערקייט דערין. פארוואס איז דעי דעסיזשען אזוי אנדערש?
דינסטאג מאי 14, 2013 1:53 am#114878
וואס זאל איך אייך זאגן? איין קורטוב של אמת וואס מען דערגרייכט איז ווערד אלע יסורים פון יארן מיט ספיקות און קשיות
~ א געוועזענער חקרן
דינסטאג מאי 14, 2013 2:25 am#114923
@מח שליט

דער טעאריע זיינע וועגן דער אמת נישט זיין וויכטיג וכו', איז עס אמת?
דינסטאג מאי 14, 2013 2:30 am#114924
אבג
דינסטאג מאי 14, 2013 2:33 am#114925
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:@מח שליט

דער טעאריע דיינע וועגן דער אמת נישט זיין וויכטיג וכו', איז עס אמת?
עס איז נישט וויכטיג.

איז אפשר איז יא אמת אז מדארף זוכען דער אמת? פארוואס איז עם וויכטיג צו טענה'ן אז עס איז אזוי חשוב ווי גיין אויף וואקאציע?

check mate.
דינסטאג מאי 14, 2013 2:53 am#114928
עס איז צו באוואונדערען דער מאס ניהליזם וואס אנדערע זענען אלץ גרייט אנצונעמן כדי מצדיק צו זיין דער אבסאלאטישער חרדישער לעבנסשטייגער, אדער זייער וויטערדיגער קיום דערין.
דינסטאג מאי 14, 2013 5:58 am#114932
מיך קוקט אויס אז די אלע וואס האבן שוין געמאכט א דעסיזשן זענען נישט מגיב אינדעם אשכול.
נאך אלעם קוקן זיי יא אויס אסאך רוהיגער און צופרידן, ווי דער מיטן באשעפער אויפ'ן קאפ.
דינסטאג מאי 14, 2013 6:39 am#114933
איך וועל נאכזאגן פון א פריוואטן שמועס וואס איך מיט עמיצער פון די חברים האבן געהאט. דער תמצית לגבי די ספעציפישע פראגע - אויב האב איך גוט פארשטאנען - איז אזוי.
דער בנימין וואס זיצט אינמיטן וועט אייביג האבן פראבלעמען, נישט קיין חילוק ווי ער געפינט זיך, ווייל דאס איז דער גורל פונעם חכם, ער איז קיינמאל נישט עכט צופרידן.

אבער וועסטו דאך פרעגן, אזוי - קרענקליך מיט ספיקות - איז דאך זיכער נישט קיין עסק, אויב איז די גאנצע געשעפט א האוקס, שימלט ער דאך אפ זיינע יארן, און טוט גארנישט אויף פאר זיך און פאמיליע און פאר וועלט-אנטוויקלונג אין צוגאב צו גייסטישע יסורי הנפש??!! איז דער ענטפער: (און אויב האב איך פארשטאנען זאגט יענקל ענליך) איבעראל ליגט שקר און אמת! אלו ואלו מיינט טאקע דאס! אויב אזוי וואו דארף א מענטש באלאנגען? מען דארף דאך איינשטיין ביים אמת!?
דארט וואו ער איז דאס מערסטע צופרידן! ווילאנג ער האט נאך די ספיקות, און האט נאך גארנישט מחליט געווען, איז פשט, וויבאלד ער איז נאכנישט גענוג אומצופרידן און אנטוישט אין זיין לעבנס שטייגער. אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך אויף א מענטשנ'ס צופרידנקייט. ווען א מענטש איז צופרידן האט ער נישט קיין ספיקות, נישט דוקא ווייל ער קען נישט ספיקא'נען, נאר ער וויל פשוט נישט! ס'פעלט אים נישט אויס! עטס מאכט'ס חוזק פון דעם גבריאל... פארוואס? איר מיינט אז ער האט נישט געטראכט? אוודאי האט ער געטראכט! נאר וואס דען, ער האט נישט געטראכט אזופיהל ווי בנימין, ווייל ער האט א פיהל קלענער מח, אבער גענוג אויף צו דיסיידן קאמאן! איך קען נישט האקן א טאג! לאמיך דראפן די גאנצע אידישקייט!

די חילוק צווישן אים און דו איז: דו וועסט אייביג, נישט קיין חילוק אין וועלכע לעבנסשטייגער דו ביסט - זיך מיטשען מיט ספיקות, און ער נישט! ער איז צופרידן מיט זיינע סעלפאונ'ס און מיידלעך.
ממילא האלט איך, ווען קופערניקוס פרעגט צו פאר בנימין איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק, איז דער ענטפער: ווענדט זיך ווילאנג דו קענסט לעבן מיט זיי (די יסורים) אלעס איז תלוי אין דיין גשמיות'דיגע לעבן. אויב טראכסטו: אך! איך בין שרעקליך נישט צופרידן, אבער נאכאלץ האלט איך מיך אפ פון נעמען שריט לכאן או לכאן (דראפן, אדער זיך אריינזעצן אין בית המדרש, לערנען ספרי חסידות, און לייגן קאווע שטיבל אויף די שווארצע ליסטע) בלויז צוליב מיינע ספיקות. איז עס שקר! אדער ביסטו נאכנישט גענוג אומצופרידן, אדער האסטו צופיהל וואס צופארלירן, וואס דאן, איז עס ווייטער "נאכנישט גענוג אומצופרידן" וויבאלד אנדערש וועט זיין "אסאך ערגער"...(און די אלע קומען טאקע אויף קאווע שטיבל כאטשיג העלפן און עצה'ן אנדערע וואס קענען נאך יא מאכן טשויסעס :lol: )
איי שרייען אלע, שומי שמים, מ'וועט דאך ברענען אין גיהנום, אויף דעם האב איך דיר שוין געזאגט אין אנפאנג: איבעראל איז דא אמת מיט שקר! א מענטש דארף זיין דארט ווי ער שפירט צופרידן. און מיינען לשם שמים, (טאקע בלויז זיך, און נישט ווייטוהן קיינעם אויפ'ן וועג) און דא קומען מיר צו יענקל'ס ווערטער: אויף אזא אופן, קענען ביידע, די רבי זכותו יגן, און שפינאזע זכותו יגן זיצן (אין איין מחיצה?) אין גן עדן.

זיצן אגאנץ לעבן און זיך עסן איז זיכער נישט קיין לעזונג. דאס מיינט זיכער נישט די פסוק ווען מ'רעדט פונעם געשמאק פון זיך חקר'ען... ווייל אויב איז עס 'יסורי הנפש' ווי קופערניקוס זאגט, איז עס דאך נישט געשמאק! און ס'פייניגט דאך נאר וויבאלד ביים עק פון טונעל איז דא א החלטה וואס דו ווילסט מאכן אין רעזולטאט פונדעם. אויב איז עס סתם חקר'ען זעסטו אפילו נישט פאר וויכטיג צו מגיב זיין אין דעם אשכול.
און איך זע נישט פארוואס איך זאל נישט קענען ארויף קומען אויבן און טענה'ן פארן בי"ד של מעלה, וואס ווילט עטס? איך האב נישט געזען גארנישט!
בי"ד: וואס הייסט? ביסט געבוירן געווארן ביי א אידישע טאטע און מאמע, ערליכע מלמדים, פיינע השקפה..
טאמבל: אבער דאס זענט איר דאך מודה איז נישט געווען די עכטע אויסגעהאלטענע אידישקייט, נו אויב אזוי וואס יא? איז עס דאך שוין תלוי יעצט אין מיין מחשבה און געשמאק?! וואס זאל איך טוהן אז גאט האט מיר געגעבן אזא קאפ, וואס איז נישט צופרידן אזוי שנעל, און ברויך אלעס אויספרובירן...
בי"ד: ניין! ביי ענק איז אויך געליגן חלקים אמת!
טאמבל: קען זיין ביי מיין שכן מיכאל, האט זיך דער אמת מער ארויסגעשיילט פונעם שקר, איז ער געווען א לאקי בעסטערד, אבער מיר האט דער חלק אמת נישט קיין סאך געהאלפן, איך בין נאך אלץ געווען א סעד מ"פ..
בי"ד: האסטאך אבער געזען אז אסאך אנדערע אין קאווע שטיבל האבן זיך ארומגעדרייט מיט די זעלבע ספיקות ווי דיר, און זיי אלע זענען יא געבליבן מיט די ספיקות ביזן טויט..
טאמבל: ווייל זיי אלע האסטו אויך געגעבן א גרעסערע מאס זיץ-פלייש, און זיי האבן מער געציטערט אויף וואס געזעלשאפט וועט זאגן ווי איך. וואס נאך האט געדארף מיך אפהאלטן פון מאכן דראסטישע החלטות?? אויב דו געסט א בחירה, און דו ווייזט נישט קיין האר אפ' פון דיין עקזיסטענץ (עכ"פ פאר אונז "נישט-טרוימער און מופתים-גלויביגע") וואו ווילסטו מיר זאלן בוחר זיין אין א חיים וואס זעט פאר אונז אויס ווי זיכערע מות?? איי לעקיוואד זאגט אז די אמת'ע וועג איז דאך יסורים און מוות?! מיר רעדן דאך דא, ווען די שאלה איז, צי דו וואס האבן דאס געזאגט האבן יא געהאט א טשויס...
נו, וואס זאגט איר דערצו רבותי?
דינסטאג מאי 14, 2013 7:45 am#114935
.. ונענע הקב"ה בראשו ואמר טאמבל בני ניצחתני ניצחתני...
דינסטאג מאי 14, 2013 10:56 am#114960
לינקדאין האט מיר פונקט היינט געשיקט אן ארטיקל, דער שרייבער טענה'ט אז דאס עצם זוכן צו זיין צופרידן קען גורם זיין דאס פארקערטע. די ארטיקל ברעגנט שטודיעס אז וואס מער מענטשען זענען מחשיב צופרידנקייט, אלס ווייניגער דערפון האבן זיי, ער ברענגט ריסוירטש אז ווען איינער שטעלט זיך אפ טראכטן, בין איך צופרידן יעצט? דאס איז גורם אז ער זאל נישט הנאה האבן פון די "יעצט", נאר די צופרידענקייט קומט ווען מ'איז נישט אריין געטוהן אין צופרידענקייט, נאר מ'גייט מיטן שטראם.

נאך א סיבה פארוואס מענטשען וואס זענען מבקשי האושר לייגן צו סאך געוויכט אויף ארומיגע געשעהנישן, ווי כאילו די געשעהנישן דיקטירן ווי פרייליך ער זאל זיין, בשעת א שטודיע וואס האט געקוקט אויף לאטארי געווינער און פאראליזירטע עקסידענטס וויקטימס, האט געזעהן אז די געווינער זענען נישט געווען צופרידענער ווי די קאנטראל גרופע, ווייל זיי טרעפן ווייניגער פלעזשער אין פשוטע טאג טעגליכע פלעזשורס, ווי טרונקן א קאלט גלעזל וואסער, אדער עסן א געשמאקע מאכל.
Once you’ve landed a gold medal or won the lottery, it’s hard to take pleasure in finding a great parking spot or winning a video game.

סאו אפשר איז דאס עצם זוכן צו זיין שטארק צופרידן די פראבלעם אליינס, מיט לייגן צו סאך געוויכט און האפענונג דערויף, און ווען מיט וואלטן געגאנגן מיטן שטראם, אזוי ווי מיכאל, וואלטן מיר געווען מער צופרידן.
דינסטאג מאי 14, 2013 12:14 pm#114996
איך ווער נתפעל, נבהל ונשתומם פון אלע גאונישע תגובות דא, יעדער איינער עקסטער האט געשריבן הערליכע רעיונות און געדאנקען, אפאר פון זיי קען איך פארדייען און אסאך דארפן נאך מער מסביר זיין זייערע שטעלונגען, עס וואלט געווען כדי צו מאכן א פרישע סך הכל אזוי ווי בענדזשאמין האט פריער געטון.
אבער א הוספה בעלמא. די יסורי הספקות איז נישט דווקא נחלת שלומי אמוני ישראל. איך האב נעכטן געפרעגט א גוי "וואס טוסטו" זיין ענטפער האט מיר צעשטורעמט און באוואונדערט בבת אחת "איך קוק טעלעוויזיע". דער מענשט לעבט זייער פשוט, עס קאסט אים נישט קיין געלט דאס לעבן, און ער ענטפערט מיטן גרעסטן פשטות "איך קוק טעלעוויזיע" דאס איז מיין תכלית ושאיפת החיים.
אסאך גויים קענען אזוינס נישט זאגן אויב טוט ער גארנישט בעסער ווי קוקן טעלוויזיע וועט ער זיך שעמען און זאגן "איים ווארקינג אן א ספעסיפיק ארט פראיעקט...." בלא בלא, אבער דער ווייסט זיין תכלית "איך בין א טעלוויזיע קוקער" ממש מיט אזא פשטות, בראשית ברא אלקים את האדם להסתכל בטעלוויזיע, ויסתכל וירא והנה טוב מאוד, והנה טוב מאוד!
איז דער מענטש א רחמנות? יא, איך קוק אים אן ווי א קוה, אבער איז א קוה אומצופרידן?
דינסטאג מאי 14, 2013 12:18 pm#115000
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב נעכטן געפרעגט א גוי "וואס טוסטו" זיין ענטפער האט מיר צעשטורעמט און באוואונדערט בבת אחת "איך קוק טעלעוויזיע" ... והנה טוב מאוד, והנה טוב מאוד!


22 מינוט אראפ פון זיין לעבן פאר יעדע שעה טעלעוויזיא קוקען.
m http://www.telegraph.co.uk/health/healt ... nutes.html m

Every hour of TV watching shortens life by 22 minutes
[justify]
Every hour spent watching television shortens the viewer’s life by 22 minutes, academics
warn.
Anyone who spends six hours a day in front of the box is at risk of dying five years sooner than those
who enjoy more active pastimes, it is claimed.
Researchers say that watching too much TV is as dangerous as smoking or being overweight, and that
the “ubiquitous sedentary behaviour” should be seen as a “public health problem”.
Experts from the University of Queensland, Australia, write: “TV viewing time may have adverse
health consequences that rival those of lack of physical activity, obesity and smoking; every single
hour of TV viewed may shorten life by as much as 22 minutes.”
Referring to Australian and American guidelines that suggest children should spend no more than two
hours a day in front of a screen, the academics conclude: “With further corroborative evidence, a
public health case could be made that adults also need to limit the time spent watching TV.”
Although health campaigners – and parents – have long warned of the dangers of watching too muchtelevision, its effects on life expectancy have never before been calculated.
In a paper published in the British Journal of Sports Medicine, Dr J Lennert Veerman and colleagues
looked at the results of a survey of 11,247 Australians taken in 1999-2000, which asked about time
spent watching TV, and also mortality figures for the country.
They constructed a model in which they compared life expectancy for adults who watch TV to those
who did not, and worked out that every hour spent glued to the screen shortened life by 21.8 minutes.
For those in the top 1 per cent of the population who watch six hours of programmes a day, they “can
expect to live 4.8 years less than a person who does not watch TV”.
The researchers say that watching TV is among the most common forms of sedentary behaviour, along
with sitting in cars.
“Because TV viewing is a ubiquitous behaviour that occupies significant portions of adults’ leisure
time, its effects are significant for overall population health.”
England's Chief Medical Officer, Sally Davies, said: "Physical activity offers huge benefits and these
studies back what we already know - that doing a little bit of physical activity each day brings health
benefits and a sedentary lifestyle carries additional risks.
"That's why the UK's Chief Medical Officers recently updated their advice on physical activity to be
more flexible, right from babyhood to adult life.
"Adults, for example, can get their 150 minutes of activity a week in sessions of 10 minutes or more
and for the first time we have provided guidelines on reducing sedentary time.
"We hope these studies will help more people realise that there are many ways to get exercise -
activities like walking at a good pace or digging the garden over can count too."
Maureen Talbot, senior cardiac nurse at the British Heart Foundation, said: “Sedentary behaviour such
as vegging in front of the TV is practically a cultural institution these days and it’s good to relax for a
while, but this study supports the view that too much of it can be bad for our health.
“Many of us make a conscious decision not to smoke because we know it’s bad for us, and this study
suggests that more of us should make the same kind of pledge about lounging around and watching
lots of TV.“Introducing more activity to our daily lives, whether it’s walking to the shops instead of taking the
bus, using the stairs instead of the lift or taking up active hobbies like sport or gardening mean we
won’t spend as much time in front of the TV where we’re likely to pile on the pounds."
© Copyright of Telegraph Media Group Limited 2013
[/justify]
דינסטאג מאי 14, 2013 1:21 pm#115008
ספק ספיקא לקולא
דעם איינדרוק וואס איך האב באקומען פון לייענען די תגובות איז אז יעדער זאגט א נקודה וואס איז אויסגעהאלטן פאר זיך, ולא פליגי. דאס זענען אלע הנחות וואס שטימען; די שאלה וואס יעדער דארף זיך פרעגן איז, ("יעדער"? זיי מיר נישט אזוי ברייט און רעד נישט אומפארבעטן בשם כל ישראל. אוקעי. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן: די שאלה וואס *איך* פרעג זיך.), וואס "וויל" איך; נישט, וואס איז "ריכטיג". ווייל, ווי טאמבל סאס פון זיין איבערגעקערטן פערספעקטיוו האט געזאגט, ריכטיג זענען ביידע: סיי דאס לעבן מיט ספיקות, סיי דאס משלים צו זיין מיט'ן פאקט אז ספיקות זענען טייל פון לעבן -- ספעציעל פאר עמיצן מיט א טיפן מוח.

רוב ספיקות זענען אין תחומים וואו ס'איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען צו א זיכערן, קלארן, ענדגילטיגן ענטפער. אין מעטאפיזישע ענינים זענען דאך נישטא קיין קלארע פאקטן וואס קענען באשטעטיגט אדער אפגעפרעגט ווערן. אין ענינים מופשטים קען מען מאכן א "קעיס" פאר כמעט אלעם (אויב נישט ממש אלעם). במילא, ווען מען לאזט זיך ארויס אויף א מעטאפיזישער נסיעה, איז פראקטיש און געזונט מיטצונעמען צידה לדרך די ידיעה אז די רייזע גייט זיך נישט ענדיגן אין קלארקייט. אין אמת'ן אריין, גייט די רייזע זיך קיינמאל נישט ענדיגן. איך וועל אייביג קענען ווייטער גיין. די נסיעה ענדיגט זיך דעמאלט, ווען דער רייזנדער באשליסט אפצושטייגן פון דער באן. אויב ספק'ט מען זיך קעגן אזא הינטערשלאג, דארפן די ספיקות בכלל נישט וויי טאן. פארקערט: ס'איז א שוואוילטאג-טריפ, וואו עס הערשט אן ענדגילטיגע פרייהייט.

די ספיקות וואס שטערן זענען געווענליך אזעלכע פראקטישע זאכן, אין ענינים וואס זענען נוגע אין לעבן הלכה למעשה. אבער אפילו דארט איז אויך שווער צו זאגן אז ס'איז פאראן אן ענדגילטיגער "אמת". יעדע שיטה און מהלך החיים באשטייט פון א געמיש פון אמת'ן און נישט-אמת'ן. איך מיין אז אין פראקטיק דארף דער כוח המובחן זיין וואס *איך* וויל -- וואס וועט מיר העלפן אנגיין מיט'ן לעבן; וואס וועט מיר העלפן זיין צופרידן, לעבן אין שלווה, אין מנוחת הנפש. בקיצור: וואס וויל איך עררייכן אין לעבן, און וויאזוי קען איך דאס דורכפירן. אויב איז פאראן עפעס אין מיר אדער מיין לעבן וואס מאכט מיך ענג, איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה צי ס'איז אמת אדער צי ס'שטימט. עס טוט וויי, עס שטערט -- אפגעזען צי ס'איז לאגיש אויסגעהאלטן, אדער צי שפינאזא וואלט דערמיט מסכים געווען. די נקודה איז נישט אמת, נישט-אמת, אדער ספק, נאר וואס טו איך דא זיך צו פארגרינגערן און פארבעסערן דאס לעבן און אומשטענדן.

ווען מען קוקט אן אזעלכע ספיקות פון אזא פראקטישן פערספעקטיוו, ווערט סך גרינגער זיי צו לייזן. און די אנדערע ספיקות, די "העכערע" זאכן, די פראגן וואס שוועבן ארום דארט אויבן, העכער די וואלקנס, זיי טארן נישט וויי טאן, פשוט ווייל ס'איז א פראבלעם אן קיין לייזונג. און ווי עמיצער האט מיר אמאל געזאגט: א קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ איז אויטאמאטיש נישט שווער... א פראבלעם אן קיין תרופה דארף באזייטיגט ווערן. די "פראבלעם" פון א ספק בלי פתרון דארף ארויסגעשניטן ווערן פונעם ספק. דעמאלט קען מען בלייבן מיט א וועלט פול מיט זיסע, בא'טעמ'טע ספיקות, אין וועלכע מען קען שווימען רואיג און גליקליך, און הנאה האבן פון דער פילפארביגקייט, פון די אנדערשקייטן, פון די נייע זאכן וואס מען האלט אין איין באגעגענען אויפ'ן וועג.

באופן כללי קוק איך די זאכן אן ווי ברסלבער, מוח-שליט, און יאנקל (נישט דווקא אין דעם סדר ואין מוקדם ומאוחר בספק. היות שאין שום צד מן הצדדים מבורר ומבוסס על הגיון הנכון, אין אנו יודעים איזה מהם עדיף, וק"ל).
דינסטאג מאי 14, 2013 3:41 pm#115048
'באופן כללי' מיינסטו מסתמא אויך א "פרטי" ד.ה לגבי דיר. ווי אין דיינע ווערטער:
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:אוקעי. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן: די שאלה וואס *איך* פרעג זיך.)

דהיינו אז *דו* זעסט דיין "צופרידענע לעבן" זייענדיג אזא איינער ווי דער "ראשי שכינת אל"... (אבער גענויגט צו מיכאל) ווען עס קומט צו מאכן די פראקטישע דעסיזשן אויף למעשה. דארט וואו דו ווילסט אפשטייגן. ריכטיג? געב א לייק אויב יא.
דינסטאג מאי 14, 2013 4:27 pm#115059
טאמבל סאס האט געשריבן:'באופן כללי' מיינסטו מסתמא אויך א "פרטי" ד.ה לגבי דיר. ווי אין דיינע ווערטער:
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:אוקעי. גערעכט. כ'האב געמיינט צו זאגן: די שאלה וואס *איך* פרעג זיך.)

דהיינו אז *דו* זעסט דיין "צופרידענע לעבן" זייענדיג אזא איינער ווי דער "ראשי שכינת אל"... (אבער גענויגט צו מיכאל) ווען עס קומט צו מאכן די פראקטישע דעסיזשן אויף למעשה. דארט וואו דו ווילסט אפשטייגן. ריכטיג? געב א לייק אויב יא.


א לייק באקומסטו מכוח איתמחי גברא. לענינינו: פארוואס קען איך נישט זיין א קאמבינאציע פון אלע דריי? איך האב ליב א גודטיים; כ'האב ליב צו טראכטן צווישן גודטיים און גודטיים עד ששכלי מגעת; און אויף וויפיל ס'איז נוגע למעשה, פרוביר איך זיך צוצושטעלן צום "ראשי". איך אליין שטייג קיינמאל נישט אראפ פון דער באן; ווען נויטיג, שיק איך אראפ מכאל אדער גבריאל, געוואנדן אינעם ספעציפישן מצב און געברויכן :D
פרייטאג מאי 17, 2013 9:19 am#115207
יאיר האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? איין קורטוב של אמת וואס מען דערגרייכט איז ווערד אלע יסורים פון יארן מיט ספיקות און קשיות
~ א געוועזענער חקרן

דאס זאגט דער געוועזענער חקרן. דער היינטיגער קלוגער זאגט אז צו רעדן פון אמת איז צופיל פאר א בשר ודם. אבער אויף אוועקצושטעלן איין איינרעדעניש אלץ קלארער שקר לוינט זיך אלעס.
פרייטאג מאי 17, 2013 9:39 am#115213
ליין איך יעצט איבער, א הערליכער אשכול מיט הערליכע קאנטריביאשינס פון אלע חברים חכמים ונבונים דענקער פילאספפער פאעטס און ליצנים דקהילה קדושה הדין.

וויל איך נאר קלארמאכען איין הערה'לע. וואס אנדערע האבען אפשר אנגערירט א משהו איך וויל עס ברייטער און קלארער אויסשמועסן. עס זענען דא צויי באזונדערע פראבלעמען פון ספקות און די ייסורים דערויף, וואס זענען דא אביסעלע צומישט וויבאלד זיי האבען טאקע א שטארקע שייכות, דאך דארף מען דאס צוטיילען.

די ערשטער איז דער רעליגיעזער פראבלעם. א יוד וואס ווער מחונך צו גלייבען אין אלא כ"ו עיקרים (י"ג של הרמב"ם +י"ג חדשים מקרוב באו בגילוי אור שבעת הימים וכו') און מיט די צייט פאלט אריין אין זיין קאפ ספקות ל"ע, ציטערט ער אין די הויזען בין איך אן אפיקורס? וועט מען מאכען פון מיר געבראטענע לעבער אין גיהנום פאר'ן זיך נאר ספקנ'ען? בין איך פון די וואס אין להם חלק? האב איך עפעס שרעקליך פוגם געווען וואס דאס ברענגט מיר אריין אזוינע מחשבות אין קאפ?

די צוייטער איז דער מער אלגעמיינער מענטשליכער פראבלעם, פון א מענטש וואס פלוצלינג פארלירט ער זיין זעלבסט-זיכערקייט, ער איז שוין נישט זיכער אויב דאס לעבן זיינע האט א תכלית, ער וואונדערט זיך על מה שוא בראת כל בני אדם\ מי גבר יחיה ולא יראה מוות, מקרה אחד יקרה את כולם\ גם זה הבל. און אזוי ווייטער אלגעמיינער מענטשליכער תהיות און שאלות וועגן דער לעבן וכו'.

ביי היימישע יונגעלייט קומען צומאל די צויי סארט נושאים צוזאמען, און צומאל עקסטער. דאס איז אבער זיכער אז דער פחד פון גיהנום וכו', מאכט פיל שווערע אויך דער אלגעמיינער מענטשליכער אנגסט.

דארף מען קלאר מאכען, און יאנקל האט שוין אביסעל גערעדט וועגן דעם, און איך וועל עס דא מכריז זיין ברשות בית דין של מעלה ובית דין של מטה, בצירוף קודשא בריך הוא ושכינתיה, על דעת כל הצדיקים שבכל הדורות\ אז סנישטא קיין הוה אמינא דהוה אמינא אז השי"ת וועט מעניש זיין איינער וואס בתום לבו ובזכות רוחו זוכט ער פשוט דער אמת און וויל וויסען צו די גלויבונג אין וואס מהאט עם אויפגעצויגען איז טאקע דער אמת און איז טאקע רצון ה'. אדרבה, דאס איז די זאך וואס האט באליבט אברהם אבינו און די אבות ביים אייבערשטער, אז זיי האבען זיך נישט מסתפק געווען מיט וואס מהאט זיי געזאגט און האבן אליינס חוקר ודורש געווען און געזוכט דער אמת און רצון ה'. ולהביא ראיות ומקורות לדבר זה אין כאן המקום מספיק ואי"ה יתבררו הדברים במסגרת אחרת ועוח"ל.

בלייבט נאר דער צוייטער, מער כללותדיגער פראבלעם פון יוסיף דעת יוסיף מכאוב, ועל זה דברתי את אשר דברתי.