Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איזהו חכם?

איזהו חכם?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
104 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 114 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8024
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:03 pm#243792
איזהו חכם?
(אינספירירט דורך קאך_לעפל'ס אשכול, נתעוררתי חוקר צו זיין אויף די דאזיגע נושא)
לאמיר לייגען א הנחה, וואס דאכציך רוב וועלן מודה זיין, אז חכמה איז בעסער פון טיפשות, און עס איז בעסער צו זיין קלוג ווי צו זיין א נאר, און א חכם איז א זאך וואס מען איז משבח און מעריך, ווידער א טיפש איז מען מזלזל און דוחה. בקיצור די הנחה איז אז די מידת החכמה איז א מידה משובחת וטובה, און א חכם איז אן אדם משובח וטוב.
שטעלט זיך אבער די שאלה, ווער איז א חכם און ווער איז א טיפש? וואס איז דאס טאקע דער זאך צו וואס מען דארף שטרעבן ווען מזאגט אז קלוגשאפט איז א ריכטיגע מטרה?

פארשטייט זיך דאס איז גאר א ברייטע שאלה, און מען קען ברענגען צו דעם מראי מקומות מיט סברות מימות עולם ועד היום. איך וויל אבער חוקר זיין די נקודה אזוי.

איז א חכם איינער וואס ווייסט די ריכטיגע חכמה? דהיינו איינער וואס ער ווייסט דער אמת? און ווידער א נאר וועט זיין איינער וואס ווייסט נישט די ריכטיגע חכמה, וואס ער גלייבט אין זאכען וואס זענען נישט? לויט דער צד קומט אויס אז אפילו דער גרעסטער חכם אדער סייענטיסט פון אמאל, וויבאלד היינט ווייסט מען אז אלע זאכען וואס ער האט געוואוסט זענען געווען שקר, קומט אויס ער איז בכלל געווען א טיפש. עס איז דא א שטיקל גאנג וואס מען טראכט אזוי, אבער למעשה מיין איך עס איז גאנץ קלאר אז עס איז נישט אזוי און איז רחוק מן השכל אזוי צו קלערן, און מען קלערט אז א חכם וואס האט געהאט א פאלשער טעאריע בלייבט א חכם און מען איז עם ווייטער מעריך אלץ א חכם, נישט ער ווערט א נאר די רגע וואס זיין טעאריע ווערט אפגעפרעגט. אדרבה עס הערט זיך מאדנע צו זאגען אז דער פסק אויב איינער איז א חכם איז תלוי ועומד ווילאנג דער חכמה וואס ער האט עוסק געווארען איז מוכח אויף אמת אדער נישט.

אבער אויב נישט אזוי, וויאזוי דען איז מען מגדיר דער חכם? דער ציל און מובן פון חכמה איז דאך צו וויסען וואס איז ריכטיג, דארף מען דאך וויסען , און אויב דער ידיעה איז גאר נארישקייטן וואסארא חכם איז דאס? וועט מען זאגען א חכם איז דער וואס טוהט אין חכמה. און האט דאס גארנישט מיט ידיעות איינגעלייגט. לכאורה וועט מען מוזען זאגען אז א חכם איז דער וואס שטרעבט לפי יכולתו מברר זיין דאס וואס ער ווייסט, און לערנען נאך זאכען, בדרך של חכמה. און די אלע ידיעות וואס ער האט זענען נאר א טפל צו דעם, וויבאלד אז איינער זאל נאכפלאפלען די אמתע טעאריע אן דאס פארשטיין און וויסען וויאזוי דאס איז ריכטיג איז ער נישט קיין חכם, משא"כ איינער וואס איז מעיין בדרך חכמה אפילו אין א פאלשע טעאריע איז ער א חכם.

פון דעם קומט אבער אויס ווי יענער האט געזאגט אז חקר השטויות איז חכמה, דאס איז טאקע א גוטע הגדרה, אבער עס לאזט זיך פרעגן, איז דען קלוג חוקר צו זיין שטויות? איז דען נישט קלוגער חוקר צו זיין טאקע ריכטיגע חכמה?


--
צו נעמן פאר א משל קאך לעפל'ס טענה, עס גייט אזוי. הנחה: דער קריסטליכע טעאריע איז נישט ריכטיג. ממילא קומט עם אויס אז דער וואס האלט דאס איז א טיפש. און לפי דעם ווערט עם שווער וויאזוי קען זיין אזויפיל טיפשים. לפי דברינו, איז שוין ביי די ערשטע שלב פאלט אוועק זיין טענה. וויבאלד יעדער איז מודה אז איינער האט א טעות מאכט דאס עם נישט קיין טיפש, איז אפילו בהנחה אז דער תוכן הטעאריע איז נישט אמת, מיינט דאס נאכנישט אז דער וואס האלט איר איז א טיפש, וויבאלד דאס זענען צוויי באזונדערע עניינים בכלל. און דאס אז איך האלט אז עפעס איז שקר מאכט נישט יעדער וואס האלט אזוי פאר קיין טיפש.

מקען נאך אסאך מער חוקר זיין ומעיין זיין, תן לחכמים ..
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:32 pm#243795
פון וואו נעם איך אז אלע האלטען אז חכמה איז א virtue און טיפשות פארקערט? ווייל אפילו דער גרעסטער אנטי- איטעלעקטואל, ווען ער זאגט אויף אדער פאר איינער, דו ביסט דאך א טיפש א נאר, מיינט ער נישט קיין שבח.. און אפילו דער גרעסטער בעל אמונה פשוטה ותמימה, ווען ער זאגט אויף איינער אז ער איז א קלוגער, איז ער נישט קיין מלבין פני חבירו.. זעהט מען אז ביי יעדער איינער איז חכמה אן ארויפגעקוקטער זאך און טיפשות אן אראפגעקוקטער זאך.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:43 pm#243796
א דאנק לעיקוואד פאר דיינע דברים נכונים, איך וואלט צוגעלייגט צום ענין אויפן זעלבן גאנג ווי דו לייגסט דאס אראפ ווי פאלגענד.

דער חכם איז לאו דוקא דער וואס טרעפט צו צום אמת אבער יא לויט ווי אזוי ער גייט צו צום ענין מיט חכמה, דאס איז קובע. לגבי קאך-לעפל, האט מיר געשטערט ווי אזוי ער איז בעצם קובע זיינע הנחות. דאס הייסט: אפילו איך בין מודה אז נצרות איז פאראדאקסיש און יהדות איז לאגיש אויסגעהאלטן, איז ער אבער צוגעגאנגן דערצו מיטן הנחה קדומה אז דאס איז אמאהל זיכער אז נצרות שטימט נישט, און יהדות שטימט א מחי', און דערביי געברענגט באווייזן און קושיות וואס קען פונקט אזוי געפרעגט, און פארענטפערט ווערן, אפגעפרעגט ווערן, ביי ביידע אויפן זעלבן לעוועל. דאס ווייזט אז דיעות קדומות קען מאכן א בעזים שיסן און אמת'ע לאגישע ויכוחים פארלירן איר פלאץ.

דרך אגב דאס וואס דו האסט אנגעוויזן אז אויב ס'שטעלט זיך ארויס אויף א געוויסע טעאריע היינט אנדערש ווי וואס א חכם האט אמאל אנגענומען מיט א פשטות אלס אן אמת, איז שקר. איך וואלט דאס בעצם נישט אנגערופן שקר.

אודאי אויב איינער שרייט היינט אז די ערד-קוגל איז פלאך איז א שקרן. אבער אויב רעלאטיוו צו דאס וויסענשאפט פון דעם דור החכם איז דאס געווען אוניווערסועל אמת לויט די מעטאדאלאגיע וואס איז געווען אנגענומען אין יענע צייט, דאס איז בעצם די דעפיניציע פון אמת! דאס אז ס'איז היינט אויפגעוויזן געווארן אנדערש נעמט נישט אוועק דעם יסוד האמת אויף וואס ס'איז געבויעט געווארן אינעם קאנטעקסט פון איר צייט. (ובזה יכולים לישב הרבה סתירות של מדע ותורת משה אמת)
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:50 pm#243799
דער וואס האט אמאל געמיינט די וועלט איז גלייך איז טאקע נישט קיין "שקרן" וויבאלד די ערך פון זיין א שקרן ווענדט זיך אויך אין דאס וואס דער מענטש האט געמיינט, אז איך האב א טעות בין איך נישט קיין שקרן איך בין א טועה, אבער דער סטעיטמענט אז די וועלט איז פלאך איז געווען ליגנט, סיי דעמאלטס און סיי היינט, וויבאלד די וועלט איז אלעמאל געווען רינדעכיג.
נישט אזוי?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:15 pm#243803
חכמה מיינט שולט זיין אין א תחום, דער רמ"א פסקנט ווער הייסט א תלמיד חכם? " שיודע לפלפל ברוב מקומות הש"ס". דאס הייסט ער איז שולט בחכמת התורה.
דער וואס איז שולט בחורין וסדקין פון דער קריסטליכער רעליגיע איז א חכם אין זיין תחום, אפגעזען צי איך בין א איד אדער א מוסלום, ער בלייבט ווייטער בעיני א חכם אין די מקצוע פון קריסטליכע רעליגיע און צי סאיז אמת אדער שקר איז אומרעלעוואנט.
די זעלבע מיט יעדע זאך, דער קריסט וואס איז א חכם אין פיזיקס אבער אין זיין רעליגיע איז ער אומבאהאוונט, איז ער א חכם אין דעם תחום פון פיזיקס און א פתי יאמין לכל דבר אין רעליגיע.
וכהנה וכהנה, יעדער וואס איז שולט אויף א מקצוע איז א חכם אין דעם מקצוע.
דערנאך איז דא גענעראלע חכמה, דהיינו איינער איז שולט אין א תחום וואס דערקענט זיך שטארק און וואס איז מער מערקווירדיג. למשל איינער וואס האט סאציאלע חכמה, ער פארשטייט אן עסק ווען עס קומט צו מענטשליכע באציאונגען, איז ער א סאציאלע חכם, א תחום אין חכמה וואס איז שטארק מערקבאר.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:30 pm#243809
איזהו חכם?
הלומד מכל אדם
שנאמר מכל מלמדי השכלתי כי עדותיך שיחה לי
(אבות פ"ד משנה א)
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:30 pm#243810
כמדומה אז מען איז מעריך חכמה מיינט מען נישט אז איינער איז גוט בקי אין א שום זאך. לפי דעם איז דער באל שפילער א גרויסער חכם בחכמת הבאל שפילעריי, און דער טעקסי דרייווער דער גרעסטער חכם אין די אלע גאסען פון שטאט. און קיינער איז נישט מעריך דאס אלץ חכמה. די זעלבע דער ספר אין וואס עס שטייט גאנץ ש'ס איז נישט קלוג פונקט ווי דער מוח אין וואס עס ליגט איז נישט מער ווי א חמור נושא ספרים. דאס איז אפשר אן ענף פון חכמה און האט א חשיבות לעניינו, אבער נישט דאס איז דער ווערט פון חכמה.

אין אנדערע ווערטער, עס איז קלאר אז דער סייענטיסט וואס שטודירט וויאזוי קארס ארבעטן איז עוסק אין חכמה, ווידער דער מעקעניק וואס ווייסט צו פארעכטן אלע קארס איז נישט. און אלע זענען מעריך דער סייענטיסט מער פון דער מעקעניק.

אפילו דער תלמיד חכם פון רמ''א דארף ער זיין קלוג, עס קען איינער זיין א בקי בש''ס און דאך א טיפש בתורה, וואס איז דער חילוק?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:31 pm#243812
לית דין בר נש האט געשריבן:הלומד מכל אדם
שנאמר מכל מלמדי השכלתי כי עדותיך שיחה לי
(אבות פ"ד משנה א)

שכויעח פארן מעתיק זיין א משנה, האסט נאך עפעס וואס צוצולייגען? דאס איז נישט קיין חכמה..
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:35 pm#243814
לעיקוואד האט געשריבן:כמדומה אז מען איז מעריך חכמה מיינט מען נישט אז איינער איז גוט בקי אין א שום זאך. לפי דעם איז דער באל שפילער א גרויסער חכם בחכמת הבאל שפילעריי, און דער טעקסי דרייווער דער גרעסטער חכם אין די אלע גאסען פון שטאט.

נו, אפשר טאקע? מיינסט ס'איז אזוי פשוט צו זיין א בקי בחכמת הבאל? ווייל דאס אינטערעסירט דיר נישט מיינט נישט ס'איז נישט א חכמה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:36 pm#243816
איך בוי זיך נאר אויף דער פאקט פון וואס מענטשען מיינען ווען זיי זענען משבח חכמה. אפילו דער וועם עס אינטרעסירט זייער שטארק באל שפילעריי רופט עס נישט קיין חכמה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:38 pm#243817
למעשה צומיש איך דא עטליכע זאכען. מדארף קלארער מאכען. די הגדרה פון חכם אלץ בקי אין א נושא אדער נישט האט נישט צוטוהן מיט די ערך פון פראקטישע זאכען אלץ א חכמה. עס איז א אומפינקטליכע משל. די נקודה איז אז זיין באקאנט אין א נושא מוז אויך זיין בדרך חכמה דהיינן ער פארשטייט די שכלדיגע וועג וויאזוי עס ארבעט און גייט צו מיט קלוגשאפט, נישט סתם א גרויסע באקס פון ידיעות, און דער ערך איז דער ווארט פון חכמה נישט משנה וואס דער נושא איז. דער נושא האט נישט צוטוהן מיט דעם. דער זעלבער מעלה איז די חכמה צו עס זאל זיין הלכות ריבית אדער קבלה אדער מאטעמאטיק. עס איז אבער נישט דער באקאנטשאפט וואס מאכט א מענטש א חכם נאר דער חכמה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:59 pm#243825
לעקוואד, די תירץ צי דיין חקירה קען זיין שטארק תלי אין די שאלה וואס איז טאקע די מעלה פון חכמה?
אויב איז די ענטפער א פראקטישע, למשל אויב ווייסט מען דעם אמת האט מען א גרינגער און א בעסער לעבען, דאן איז די תירץ צי דיין חקירה, יא דער היינטיגער וואס ווייסט מער אמת איז א גרעסער חכם ווי דער אלטער חכם וואס האט געמיינט אז ער ווייסט.
אוי די האקסט
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:01 pm#243827
פראקטיש מיט אמת איז נישט די זעלבע הגדרה. די אמת איז לאו דווקא פראקטיש.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:14 pm#243831
לעיקוואד האט געשריבן:למעשה צומיש איך דא עטליכע זאכען. מדארף קלארער מאכען. די הגדרה פון חכם אלץ בקי אין א נושא אדער נישט האט נישט צוטוהן מיט די ערך פון פראקטישע זאכען אלץ א חכמה. עס איז א אומפינקטליכע משל. די נקודה איז אז זיין באקאנט אין א נושא מוז אויך זיין בדרך חכמה דהיינן ער פארשטייט די שכלדיגע וועג וויאזוי עס ארבעט און גייט צו מיט קלוגשאפט, נישט סתם א גרויסע באקס פון ידיעות, און דער ערך איז דער ווארט פון חכמה נישט משנה וואס דער נושא איז. דער נושא האט נישט צוטוהן מיט דעם. דער זעלבער מעלה איז די חכמה צו עס זאל זיין הלכות ריבית אדער קבלה אדער מאטעמאטיק. עס איז אבער נישט דער באקאנטשאפט וואס מאכט א מענטש א חכם נאר דער חכמה.

א גרויסע באקס פון חכמה איז נישט גופא א חכמה וואס מענטשן זענען מעריך? (אויב די הגדרה פון חכמה ווערט געמאסטן כפי הערכת בני אדם).
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:21 pm#243832
לעיקוואד האט געשריבן:פראקטיש מיט אמת איז נישט די זעלבע הגדרה. די אמת איז לאו דווקא פראקטיש.

איך האב עס געניצט אלץ א משל.
וויאזוי קענסטו חוקר ווער איז א חכם אן קודם מברר זיין וואס זענען די מעלות פון חכמה.
איינמאל מיר וויסען די מעלות קענען מיר גרינגער פושט זיין ווער דיין איצטיגע חקירה.

דרך אגב אויב די מעלה פון חכמה איז נישט א פראקטישע, בין איך נישט מסכים מיט די הנחה אז חכמה איז משובח
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:22 pm#243833
ווען דו מאכסט חוזק פון איינער ער איז א טיפש מיינסטו צו זאגען ער איז נישט גענוג פראקטיש ?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:26 pm#243834
עס איז נישט ריכטיג צו זוכען די מעלה פון א מעלה . א זאך וואס איז א מעלה איז פשט ער איז גוט פאר זיך נישט ווייל ער קומט צו צו א צווייטער זאך. אויב למשל חסד איז גוט איז דאס פשוט ווייל טוהן חסד איז גוט, נישט ווייל עס קומט צו צו עפעס אנדערש. די זעלבע חכמה. ווען דו זאגסט די מעלה פון חכמה איז פראקטישקייט הייסט דאס נישט חכמה איז א מעלה נאר פראקטישקייט, און וואס איז די מעלה פון פראקטישקייט? ווען עפעס איז פאררעכנט אלץ א מידה טובה איז פשט ער איז גוט פאר זיך, נישט ווייל ער קומט צו צו עפעס אנדערש.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:37 pm#243835
איך וויל נישט אוועק דרייכן די שמועס, אבער חסד איז גוט ווייל סאיז מוסיף הנאה פאר מענטשען.יעצט פרעג מיר נישט וואס איז די מעלה פון הנאה, ווייל יעדער לויפו נאך הנאה. די מינוט מיר וועלן אויפהערן וועלן און נאכלויפן הנאה וועט חסד פארלירן זיין ווערט.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:39 pm#243837
מנחם האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:למעשה צומיש איך דא עטליכע זאכען. מדארף קלארער מאכען. די הגדרה פון חכם אלץ בקי אין א נושא אדער נישט האט נישט צוטוהן מיט די ערך פון פראקטישע זאכען אלץ א חכמה. עס איז א אומפינקטליכע משל. די נקודה איז אז זיין באקאנט אין א נושא מוז אויך זיין בדרך חכמה דהיינן ער פארשטייט די שכלדיגע וועג וויאזוי עס ארבעט און גייט צו מיט קלוגשאפט, נישט סתם א גרויסע באקס פון ידיעות, און דער ערך איז דער ווארט פון חכמה נישט משנה וואס דער נושא איז. דער נושא האט נישט צוטוהן מיט דעם. דער זעלבער מעלה איז די חכמה צו עס זאל זיין הלכות ריבית אדער קבלה אדער מאטעמאטיק. עס איז אבער נישט דער באקאנטשאפט וואס מאכט א מענטש א חכם נאר דער חכמה.

א גרויסע באקס פון חכמה איז נישט גופא א חכמה וואס מענטשן זענען מעריך? (אויב די הגדרה פון חכמה ווערט געמאסטן כפי הערכת בני אדם).

מאיז מבחין צווישען א בקי און א חכם. איינער וואס קען סתם אסאך זאכען רופט מען נישט קיין חכם אויב עס האט נישט קיין תוכן פון חכמה, דאס האב איך פראבירט צו ווייזען מיט די משל פון א טעקסי וואס קען אלע גאסע.. אדער אפילו א איד וואס איז בקי כחמור נושא ספרים. די עיקר הערכה צו חכמה איז לכאורה נאר צו די הבנה און צוגאנג, איינער וואס קען סתם געדענקן אסאך ספרים קוקט מען אן מער ווי א קונצען מאכער וואס האט אזא כשרון.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:40 pm#243838
איך מיין אז חז''ל טיילן עס אין צווי חלקים חכם אין נבון חכם מיינט איינער וואס קען חכמה, נישט סתם א חמור נושא ספרים וואס דער קען נישט קיין חכמה נאר ער ווייסט ציזאמצידשטעלו א געוויסע סדר פין ווערטער נאר איינער וואס קען עס באמת, אין במידה זאת איינער וואס האט ארויס חכמת הרעלעטיוויטי באמת איז ער די זעלבער חכם בחכמת הרעלעטיוויטי ווי איינשטיין, אין איינער וואס פארשטייט א חכמה וויאזוי צי שפילן באל איז ער א חכם בחכמת באל, נאר איך שעץ נישט איינעם וואס האט בוחר געווען עוסק צי זיין בחכמת באל ווי איינער וואס האט בוחר געווען עוסק צי זיין אין אנדערע חכמות, אין חכמה איז שייך אפילו אין זאכן וואס זענען זיכער שקר ווי למשל איינער וואס וועט דורך טין וויאזוי די וועלט דארף אויסקיקן אויב עס איז פלאך דאס איז אויך א חכמה נאר נישט אזויפיל ווערד

נאכדעם איז דא א נבון וואס דער איז מחדש אין חכמה וואס אינדעם איז איינשטיין מער ווי סתם איינער וואס קען רעלעטיוויטי
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:43 pm#243839
יש לחלק בין בכח(גילוי כוחות הנפש) לבפועל [בל' החסידות בגילוי ובעצם]
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:44 pm#243840
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו זוכען די מעלה פון א מעלה . א זאך וואס איז א מעלה איז פשט ער איז גוט פאר זיך נישט ווייל ער קומט צו צו א צווייטער זאך. אויב למשל חסד איז גוט איז דאס פשוט ווייל טוהן חסד איז גוט, נישט ווייל עס קומט צו צו עפעס אנדערש. די זעלבע חכמה. ווען דו זאגסט די מעלה פון חכמה איז פראקטישקייט הייסט דאס נישט חכמה איז א מעלה נאר פראקטישקייט, און וואס איז די מעלה פון פראקטישקייט? ווען עפעס איז פאררעכנט אלץ א מידה טובה איז פשט ער איז גוט פאר זיך, נישט ווייל ער קומט צו צו עפעס אנדערש.

ריכטיג אז חכמה און פראקטישקייט זענען נישט איינס און די זעלבע.
אבער איז נישט די גאנצע סיבה פארוואס עס איז לכתחילה אנגענומען ביי די גאנצע וועלט אז חסד און חכמה זענען גוט איז נאר צוליב די פראקטישע תועלת וואס קומט ארויס פון זיי?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:45 pm#243841
נולד מאוחר האט געשריבן:איך וויל נישט אוועק דרייכן די שמועס, אבער חסד איז גוט ווייל סאיז מוסיף הנאה פאר מענטשען.יעצט פרעג מיר נישט וואס איז די מעלה פון הנאה, ווייל יעדער לויפו נאך הנאה. די מינוט מיר וועלן אויפהערן וועלן און נאכלויפן הנאה וועט חסד פארלירן זיין ווערט.

אם לדרך זה, מיר לויפען אויך נאך חכמה. און זענען מעריך איינער וואס לויפט נאך (די הנאה פון?) חכמה מער פון איינער וואס לויפט נאך די הנאה פון טרינקען ביר, און אפילו ווען עס קאסט צער.

כמיין אבער דאס איז ווייט פון די פשוט'ע פשט, אמת חסד איז געמאכט צו העלפען א צורך, אבער ווען מענטשען זענען דאס משבח מיינען זיי נישט משבח זיין די הנאה, נאר דער ענין פון חסד.

אפילו מיר האבען אז מיר ווילען הנאה, האט דאס גארנישט מיט העלפען יענער הנאה האבען, און אנקומען צו דעם דארף מען זאגען אז חסד איז גוט פאר זיך, וממילא איז א ווירד מהנה צו זיין יענעם.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:46 pm#243843
נקודת החבדית האט געשריבן:יש לחלק בין בכח(גילוי כוחות הנפש) לבפועל [בל' החסידות בגילוי ובעצם]

אויב דו וועסט נישט אנהייבן מסביר זיין אויף יידיש וואס דו ווילסט און וואס איז דער שייכות צו'ם שמועס וועט מען מיינען אז דו ביזט סתם אזא באט וואס האקט אריין מושגים פון חב''ד אין וועלכער שמועס ער טרעפט א ווארט וואס האט א שייכות מיט א צווייטער.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:51 pm#243844
@גראדעמעכעלע
דער חילוק פון א חכם מיט א מבין דבר מתוך דבר האט צוטוהן מיט די חקירה אויב חכמה האט צוטוהן מיט אמת? לכאורה ביי ביידע איז די זעלבע חקירה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:54 pm#243845
ישראל קאפקע האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו זוכען די מעלה פון א מעלה . א זאך וואס איז א מעלה איז פשט ער איז גוט פאר זיך נישט ווייל ער קומט צו צו א צווייטער זאך. אויב למשל חסד איז גוט איז דאס פשוט ווייל טוהן חסד איז גוט, נישט ווייל עס קומט צו צו עפעס אנדערש. די זעלבע חכמה. ווען דו זאגסט די מעלה פון חכמה איז פראקטישקייט הייסט דאס נישט חכמה איז א מעלה נאר פראקטישקייט, און וואס איז די מעלה פון פראקטישקייט? ווען עפעס איז פאררעכנט אלץ א מידה טובה איז פשט ער איז גוט פאר זיך, נישט ווייל ער קומט צו צו עפעס אנדערש.

ריכטיג אז חכמה און פראקטישקייט זענען נישט איינס און די זעלבע.
אבער איז נישט די גאנצע סיבה פארוואס עס איז לכתחילה אנגענומען ביי די גאנצע וועלט אז חסד און חכמה זענען גוט איז נאר צוליב די פראקטישע תועלת וואס קומט ארויס פון זיי?

דאס איז פסיכאלאגיע פארוואס מענטשען זענען עפעס מעריך , אדער א טענה שכלית? מענטשען זענען מעריך פארשידענע זאכען לאו דווקא פראקטישקייט, בכלל מענטשען זענען לאו דווקא אזוי פראקטיש, איך זעה נישט פארוואס מען זאל מעמיד זיין פארשידענע הערכות אויף פראקטישקייט.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:57 pm#243847
ATUB @לעיקוואד ATUB , כ׳וואלט געזאגט אז א חכם איז איינער וואס פארמאגט ברייטע ידיעות אין פארשינדארטיגע נושאים, ער איז אבער קלוג פאר׳ן אופן וויאזוי ער פאסט צו זיינע קענטעניסן בכדי אויפצוקומען מיט הנחות אדער נייע חכמות.

דאס מיינט נישט צו זאגן אז א חכם קען זיך נישט טועה זיין אדער מאכן א טעות, ס׳איז נישט פארהאן אזא מציאות אדער פערזאהן.

חכמה און טיפשות איז אן אינטערעסאנטער פאראדאקס און ס׳איז לא ימלט אז ס׳זאל נישט זיין אמאל שניהם הבאין כאחד, ווי ATUB @שמעקעדיג ATUB האט שוין אמאל ערווענט אין אן עטוואס ענליכער שמועס: אפהאנדלונג: א מענטש וואס איז "משוגע לאותו דבר".
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:13 pm#243848
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כמדומה אז מען איז מעריך חכמה מיינט מען נישט אז איינער איז גוט בקי אין א שום זאך. לפי דעם איז דער באל שפילער א גרויסער חכם בחכמת הבאל שפילעריי, און דער טעקסי דרייווער דער גרעסטער חכם אין די אלע גאסען פון שטאט.

נו, אפשר טאקע? מיינסט ס'איז אזוי פשוט צו זיין א בקי בחכמת הבאל? ווייל דאס אינטערעסירט דיר נישט מיינט נישט ס'איז נישט א חכמה.

זיין פיזיש געאיבט אין א שפיל אדער קונסט איז נישט חכמה, דער בעסטער באל שפילער דארף נישט זיין קיין חכם, דער געניטסטער דיאמאנטן שלייפער איז נישט קיין חכם, און דער מוראדיגער מעלער איז נישט קיין מוראדיגע חכם, (אפשר יא, אבער לאו דווקא) אבער איינער וואס האט א גרויסן עקספערטיז אין איינע פון די דריי מקצועת איז יא א חכם. ער דארף נישט 'קענען טון' די אלע, ער דארף האבן די וויסנשאפט, די כללים, און פרטים, די נעמען, טעכניקן, היסטאריע, וכו', און ווי מער מסודר עס איז ביים מענטש אלס גרעסערן חכם.
לויט ווי איך דענק איז דער אלץ געווארן אנגערופן חכם, אין אלע ציוויליזאציעס דורכאויס היסטאריע.
א דאקטאר, א שאמאן אדער א 'זקן' איז געווען דער חכם 'און' דער פראקטיצירער פון זיין חכמה, א פילאזאף אדער וויסנשאפטליכער האט געווענליך נישט פראקטיצירט זיין חכמה נאר געלערנט אנדערע.

דאס וואס חסד איז אוניווערסאל אנגענומען פאר א גוטע זאך איז דווקא יא וויל עס איז פראקטיש און גוט פאר רוב, און חכמה ווייל עס איז באשיינפערליך גוט פאר דער מענטש, גרופע אדער פאלק וואס האט און נוצט עס. ווען חכמה איז א זאך וואס מען קען נישט נוצן אין פראקטישן לעבן וואלט עס נישט געווען אוניווערסאל אנגענומען אלס א גוטער זאך, דאס זעלבע מיט חסד.
(איך מיין נישט אז חכמה אדער חסד מוזן זיין אין יעדן פאל, פאר יעדן אינדיווידואל א בעניפיט, איך רעד נאר פארוואס דער הסכם העולם איז אז זיי זעען גוט).
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:43 pm#243855
לכאורה איז חכמה א מעלה אלץ אריינגעבויטער "טאלאנט" אפילו די דארפסט נישט וויסן פון קיין שום תחום וואס ער קען טאקע גוט מכח דעם טאלאנט, און דאס איז א מעלה כשלעצמו- למשל ווען איך קאמפלימענט איינעם אז ער זונגט שיין, האב איך געמיינט פראקטיש אז ער האט א פאך אין די האנט און ער קען זיין א זינגער? ניין! ער האט א טאלאנט הכי נמי הכא
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 6:04 pm#243856
שיין זינגען מיינט אז מענטשען האבן הנאה דערפין. דאס איז קובע שיין. דאס ברענגט עם איווענטאל הנאה אויף כמה אופנים.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 6:07 pm#243861
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך וויל נישט אוועק דרייכן די שמועס, אבער חסד איז גוט ווייל סאיז מוסיף הנאה פאר מענטשען.יעצט פרעג מיר נישט וואס איז די מעלה פון הנאה, ווייל יעדער לויפו נאך הנאה. די מינוט מיר וועלן אויפהערן וועלן און נאכלויפן הנאה וועט חסד פארלירן זיין ווערט.

אם לדרך זה, מיר לויפען אויך נאך חכמה. און זענען מעריך איינער וואס לויפט נאך (די הנאה פון?) חכמה מער פון איינער וואס לויפט נאך די הנאה פון טרינקען ביר, און אפילו ווען עס קאסט צער.

ווער לויפט היינט נאך חכמה? נארישע סעלעבריטיס אין נארישע זינגערס ווערן נאכגעלאפן. זיי זענען אויבן אויף די מענטשען וואס האבן אדער קענען האבן די מערסטע הנאה וואס איז שייך אויף די עולם
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 6:12 pm#243864
נישט אלע מענטשען מוזען נאכלויפען, עס זענען דא וואס לויפען דאס נאך, און דאס איז נישט וועגן עפעס אנדערש. און פון דעם רעדט מען.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:17 pm#243868
מען דארף באטאנען אז דער גאנצער שמועס הייבט זיך אן נאר אויב נעמט מען טאקע אן די הנחה שכתבתי בהתחלה אז חכמה איז א ווירד. ארום דעם שמועסט מען וואס דאס מיינט טאקע וועלכע חלק איז דער עיקר ווערדשאפט פון דעם און טאמער דער חכמה מוז זיין אמת וכו'. טאמער איז איינער נישט מסכים בכלל אז חכמה איז א מעלה, אדער האלט אז דאס איז נאר א תירוץ פאר עפעס אנדערש וואס דאס איז די מעלה, ווי למשל פראקטישקייט אדער הנאה אדער ווייסיך וואס, הייבט זיך נישט אן דער שמועס בכלל.

איך האב פראבירט מוכיח זיין פון דעם וואס ביי אלע מענטשען איז חכם א שבח בעצם אויף א מענטש און טיפש להיפך, אלץ א ראיה אז ביי אלע מענטשען איז חכמה טאקע א וועליו. איך זעה נישט איינער זאל האבען ארויפגעברענגט א קלארע פירכא אויף די טענה. מסביר זיין פארוואס בעצם האט זיך אנגעפאנגען מענטשען זאלן משבח זיין חכמה איז נישט קיין פירכא ווייל נניח אזוי איז פאקטיש היינט חכמה דער וועליו און נישט דער זאך וואס עס זאל דארפן צוברענגען דערצו אדער זיין דער סיבה דערצו.

את"ל קען זיין עס זענען טאקע דא אזעלכע וואס זעהן נישט די ערך פון חכמה בכלל, שטערט דאס נישט אז דער שמועס זאל אנגיין כלפי דער חכמה וואס אנדערע זעהן יא אן ערך דערין וואס דאס מיינט.

די זעלבע סארט חקירה קען מען פרעגן אויף אמונה, וואס פילע רעדן דערפון אלץ א מעלה, דהיינו אז דער מידת האמונה איז א מידה משובחת, קען מען חוקר זיין איז דא א מעלה אז איינער איז א מאמין אפילו אז ער גלייבט אין אן אמונה שאינה נכונה, אדער איז די מעלה פון מידת האמונה נאר טאמער גלייבט מען אין דער אמת. וואס דאן קומט אויס בעצם אז דער אמת איז די מעלה נישט די אמונה, אבער פון דעם וואס מען איז משבח אמונה בנוסף צו אמת דארף אויסקומען אז אמונה איז בעצם א מעלה אפילו כשטועה, און עס האט א מקום אז יענער האט די מעלה פון אמונה אפילו עס איז אן אמונה מוטעית, איז דאס בעסער למשל פון דער וואס האט נישט דער מידה בכלל.
איך מיין דער משל קען העלפען ארויסברענגען וואס איז בעצם מיין חקירה לגבי חכמה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:34 pm#243871
ווי איך פארשטיי פרעגסטו צוויי באזונדערע פראגן, איינס וואס איז די הגדרה פון חכמה וואס ווערט גענוצט אין שפראך, און דאס איז א סימענטישע פראגע, וואס אויף דעם איז כדאי אריינצוקוקן אין ווערטערביכער, אויף דעם איז די ענטפער אז ס'איז דא מערערע הגדרות, הצד השוה שבהן אז ס'איז אומאויסערגעווענליכע ידיעה אין א געוויסע תחום, תפיסה מהירה, יכולת ריכוז, וכדומה
צווייטענס פארוואס ווערט מען נתפעל און פונקטלעך פון וואס ווערט מען נתפעל, וואס דאס איז פסיכלאגישע פראגע, און קען אויך נישט געענטפערט ווערן באופן כללי, נאר אויף אזויפיל, מענטשן ווערן נתפעל פאר דאס וואס זיי זענען מעריך און אנערקענען אז דאס איז עפעס אומגווענליך, און וואספארא מין חכמה מענטשן שעצן דאכצוך איז נישטא קיין כלל.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:40 pm#243873
ביידע נישט. איך האב גענוצט די ביידע וועגן (בעיקר דער ערשטער, דער ענין פון התפעלות לא ידעתי מאיפה הגעת אליו) אויף אנצוקומען צו די שאלה פון virtue. וואס איז דער ווירד פון חכמה. און צו וואסארא סארט זאך דארף שטרעבן איינער וואס וויל קונה זיין מעלת החכמה.

כמדומה אז די אויסערגעווענליכקייט שאתה נוקט בשניהם אינו ענין לכאן כלל. חכמה איז א מעלה אפילו ווען מלאה הארץ דעה כמים לים מכסים, און איך רעד נישט פון א סארט הערכה אדער התפעלות אזויווי מענטשען ווערן נתפעל פון איינער וואס קען הויך טאנצען, הזכרתי את זה מקודם לגבי סוגים מסויימים של התפעלות ממי שיש לו זכרון טוב מאד וכדומה אז דאס איז סתם א סארט משנה הבריות אז ער האט א כשרון יוצא מן הכלל, דאס איז נישט דער ווערדליכע הערכה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:46 pm#243875
אקעי, דאס איז א פראגע וואס פאר מיר מאכט דאס נישט קיין סענס ווייל איך גלויב נישט אין אן הנחה אז "מדארף שטרעבן" צו חכמה, אלזא אז דו גלויבסט יא, איז כדאי זאלסט דאס מברר זיין.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:47 pm#243876
אגב, וואס קען איך א ווערטערבוך העלפען ווען איך וויל וויסען וואס מיינען מענטשען ווען זיי רעדן פון א געוויסער זאך? מענטשען קוקען עפעס אריין אין א ווערטערבוך ווען זיי זאגען זאכען? אדער אפשר פארקערט, דער ווערטערבוך פראבירט מסכם זיין וואס מענטשען רעדן. ווען איך פרעג אויף א זאך וואס איז נישט קלאר וואס מענטשען- מיר און דיר- מיינען איז א ווערטערבוך שלא לתועלת כלל. דער שאלה מיינט איך זאל מעיין זיין ביי זיך וואס מיין איך טאקע אז איך זאג איך האלט חכמה, און אזוי ארום קלארער מאכען פאר מיר מיינע מחשבות וואס זאל איך טאקע קלערן און מעריך זיין. דאס איז דער גאנצער תועלת פון טראכטען אויף אזעלכע זאכען.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:48 pm#243877
נהורא נפישא האט געשריבן:אקעי, דאס איז א פראגע וואס פאר מיר מאכט דאס נישט קיין סענס ווייל איך גלויב נישט אין אן הנחה אז "מדארף שטרעבן" צו חכמה, אלזא אז דו גלויבסט יא, איז כדאי זאלסט דאס מברר זיין.

דעמאלטס פליז פארענטפער מיין ראיה. און זיי מסביר וואסארא תועלת אדער ערך דו זעהסט אין למשל די סארט קלוגע שמועסען וואס דו פירסט דא.
צווייטענס, עס מאכט סענס. מ'האט דאך פריער גערעדט אז חכמה איז חכמה אפילו עס איז נישט אמת.. אלזא פראביר מסביר זיין וואס איך אדער איינער וואס טראכט ווי מיר מיינט ווען איך זאג אז מען דארף צו דעם שטרעבן.
דער זאגען אז עס מאכט נישט קיין סענס מאכט נישט קיין סענס צו מיר..
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:49 pm#243878
אומגווענליך קומט אוודאי יא אריין ווייל לויט אלא הגדרות מעסט זיך דאס אין תחום פון הגבלת ידע אנושי
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:50 pm#243880
לא הבנתי.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:50 pm#243881
ווערטערביכער רעפלעקטירן זייער באנוץ דורך מענטשן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:52 pm#243882
לעיקוואד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אקעי, דאס איז א פראגע וואס פאר מיר מאכט דאס נישט קיין סענס ווייל איך גלויב נישט אין אן הנחה אז "מדארף שטרעבן" צו חכמה, אלזא אז דו גלויבסט יא, איז כדאי זאלסט דאס מברר זיין.

דעמאלטס פליז פארענטפער מיין ראיה. און זיי מסביר וואסארא תועלת אדער ערך דו זעהסט אין למשל די סארט קלוגע שמועסען וואס דו פירסט דא.
צווייטענס, עס מאכט סענס. מ'האט דאך פריער גערעדט אז חכמה איז חכמה אפילו עס איז נישט אמת.. אלזא פראביר מסביר זיין וואס איך אדער איינער וואס טראכט ווי מיר מיינט ווען איך זאג אז מען דארף צו דעם שטרעבן.
דער זאגען אז עס מאכט נישט קיין סענס מאכט נישט קיין סענס צו מיר..

ווייל איך בין גראדע נתפעל פון דיין חכמה, כאטש איך בין נישט איינשטימיג אין געוויסע זאכן
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:53 pm#243883
נהורא נפישא האט געשריבן:ווערטערביכער רעפלעקטירן זייער באנוץ דורך מענטשן.

עיין שוב בתגובתי שהסברתי למה אין זה לתועלת כלל לשאלה ששואלים באופן זה. דער מטרה פון טראכטען און פילאזפירען איז קלאר צו מאכען וואס איז נאכנישט געווען קלאר פאר דער מענטש פריער, איז אויב איז דאס נאכנישט קלאר פאר דער מענטש אליינס וויאזוי קען דער ווערטערבוך וויסען וואס ער מיינט? אחוץ טאמער דער ווערטערבוך איז שוין די קיצור המסקנה פון אזא בירור, אבער דאס איז שוין א ספר חכמה נישט א ספר מילים. און אויך מוז איך דאך נישט מסכים זיין צו דער ספר..איך מעג אליינס מברר זיין.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:55 pm#243884
נהורא נפישא האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אקעי, דאס איז א פראגע וואס פאר מיר מאכט דאס נישט קיין סענס ווייל איך גלויב נישט אין אן הנחה אז "מדארף שטרעבן" צו חכמה, אלזא אז דו גלויבסט יא, איז כדאי זאלסט דאס מברר זיין.

דעמאלטס פליז פארענטפער מיין ראיה. און זיי מסביר וואסארא תועלת אדער ערך דו זעהסט אין למשל די סארט קלוגע שמועסען וואס דו פירסט דא.
צווייטענס, עס מאכט סענס. מ'האט דאך פריער גערעדט אז חכמה איז חכמה אפילו עס איז נישט אמת.. אלזא פראביר מסביר זיין וואס איך אדער איינער וואס טראכט ווי מיר מיינט ווען איך זאג אז מען דארף צו דעם שטרעבן.
דער זאגען אז עס מאכט נישט קיין סענס מאכט נישט קיין סענס צו מיר..

ווייל איך בין גראדע נתפעל פון דיין חכמה, כאטש איך בין נישט איינשטימיג אין געוויסע זאכן

ביסט צו מקצר..
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:57 pm#243885
טאקע דערפאר וואס מענטשן טראכטן נישט אין פיליזאפישע קאטאגאריעס, איז דערפאר דא מערערע הגדרות פאר אזא מושג ווי חכמה, אבער די שאלה בלייבט נאך אלס א סעמענטישע
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:58 pm#243887
איך האב שוועריגקייטן מיט טייפן שנעל אויף העברעאיש, אנטשולדיגט, הקיצור נישטא וואס נתפעל צו ווערן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:01 pm#243888
לא הבנתי כלל. איך בין א מענטש איך ווייס איך בין מעריך חכמה, איך ווייס נאר נישט פונקט וואס איך מיין ביי דעם. און ממילא איז מיר נישט קלאר וואס צו מעריך זיין. גיי איך זיך זעצן פארשען מיט פארשידענע סברות און טענות וואס איך מיין טאקע ווען איך זאג איך בין דאס מעריך און לויט דעם גיי איך מברר זיין וואס פונקטליך איך האב ליב. וואס האט דאס אלץ מיט א דיקשינערי? נניח דער דיקשינערי וועט מיר מסביר זיין אז עס איז דא צוואנציג מינע חכמה און האט פאר אלע שמות נרדפים. בלייב איך מיט די זעלבע שאלה וועלכע פון די צוואנציג האב איך ליב. סך הכל האב איך יעצט מער ווערטער פאר די צדדי החקירה, דאס קען אפשר מיר העלפען חוקר זיין, עס האט מיר אבער גארנישט פותר געווען.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:04 pm#243889
טאמער דו וועסט קענען זיך פסיכאנאלאזירן וואספארא סארט חכמה דו שעצט, וועט דאס אבער גארנישט זאגן איבער אנדערע מענטשן ווייל זיי קענען מעגליך שעצן אנדערע סארט הגדרות אין חכמה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:10 pm#243890
ניין, נישט פסיכאנאליזירן. דאס רעדט שוין ווייטער ווען עס וואלט שוין געווען בעצם עפעס וואס איך האב ליב און איך בין מגלה וואס דאס איז. איך רעד דאך אז איך ווייס נישט וואס ליב צו האבען. איך פרעג דאך א שאלה וועלכע זאל איך מעריך זיין. און אז איך וועל טרעפן א גוטע סברא אויף עפעס א נקודה וועל איך דאס טאקע ליב האבען.

דאס איז נישט מוכיח וואס איז שוין געווען עס מאכט קלאר א נייע קלארקייט וואס איז נישט געווען פריער (אזויווי איר זאגט, מענטשען נאטורליך טראכטען נישט גענוג קלאר). עס וועט נישט בהכרח העלפען אויף א צווייטער אבער טאמער האב איך א גוטע ראיה קען איך דאס ווייזען און משכנע זיין א צווייטער פונקט ווי עס האט מיר משכנע געווען. (טאמער האט ער די זעלבע סארט הנחות ווי מיר עכ"פ).

איר גייט עפעס מיט א מהלך אז אלעס וואס מען טראכט און האט ליב און איז מעריך האט שוין איינער קובע געווען מראש צו אין דיקשנערי צו אין פסיכאלאגיע און מען דארף דאס פשוט מגלה זיין וואס איך האב געמיינט. עס הערט זיך גאר מאדנע. איך זאג דאך איך ווייס נישט וואס איך מיין! איך האב א שאלה! און איך זעה כסדר אז טאמער טרעף איך גוטע סברות קען איך אנהייבען מעריך מיט א נייער קלארקייט און אויך משכנע זיין אנדערע. ווילסט מיר זאגען עס איז קיינמאל געווען א מענטש מיט א שאלה וואס מען האט פושט געווען מיט א סברא? (דאס איז אפילו סותר וואס מיר שטיין און טוהן דא יעצט)
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:19 pm#243894
(דער שמועס הייבט אן רירען וואס איז טאקע חכמה און וויאזוי דאס קען ארבעטן און איז נישט קיין זייטיגע שמועס)