Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איזהו חכם?

איזהו חכם?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
104 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 114 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8024
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:55 pm#458927
All men by nature desire to know

Dante Alighieri
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:04 pm#458928
#פאראלעליוניווערס
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:46 pm#458937
Re: איזהו חכם?
הגם אין זיין דיוויין קאמעדיע איז זיין כאראקטער ארויף צום עולם האמת און די ״אנדערע יוניווערס״, שרייבט ער די אויבן-דערמאנטע מימרא אלס אנהויב פון זיין קאנוויוויאו... ;)
זונטאג אקטאבער 18, 2020 12:41 am#460590
דר. וויוויאן קלעיטאן דעפינירט Wisdom אלס דריי קאמפּאנענטס:

קאגנישאן = דאס איז בּעיסיק אינטעלידזשענס ותפיסה.

רעפלעקשאן = דאס איז צו קענען אנאליזירן די וויסענשאפט און ידיעה וואס מ׳פארמאגט אויף כדי צו מאכן ריכטיגע באשלוסן.

קאמפּעשאן = כמשמעו, רחמנות. וויבאלד דורך די פריערדיגע אנאליסיס פארשטייט מען בעסער אנדערע׳ס פערספעקטיוון וכדומה.

ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. איגאר גראסמאן האט באמערקט אין דעם וואס ער רופט שלמה׳ס פּאראדאקס. דאס הייסט אז Wisdom ווערט געשטערט (כמובן) ווען עס איז לגבי זיך פערזענליך. עס העלפט דערצו ווען מ׳טראכט פון אייגענע מצבים אין third-person.

דר. אורסולא סטאָדינגער האט דאס גענומען נאך ווייטער און געזאגט אז ביי Personal Wisdom, וואס איז טיעף ארויסהאבן דאס אייגענע לעבן (בפרט אין די עלטערע יארן), זענען דא 5 קאמפּאנענטס:

1). האבן אינסייט אין צו זיך זעלבסט בנוגע המעלות וחסרונות.

2). קענען באווייזן אייגענע וואוקס אינעם נפש.

3). זיין באוואוסטזיניג צום אייגענעם היסטארישען עפאכע בכלל און צום אייגענעם פאמיליע היסטאריע בפרט.

4). פארשטיין אז ווירדן בכלל, ובפרט וואס מ׳האלט טייער פאר זיך בפרט, זענען סאביעקטיוו און נישט אבסאלוט.

5). זיין באוואוסטזיניג צו דאס לעבן׳ס ״גרויע עריעס״ [עמבּיגיוּאיטיס] בכלל.

זי זאגט אז די סארט Wisdom איז זייער זעלטן.