Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני
אפגעטיילט פון
דא, צו איר ריכטיגע פלאץ.
מי אני #
קיין סאך נאנטע חברים האב איך נישט. עס האט מיר קיינמאל נישט עכט געבאדערט. איך ווייס אז ס׳איז אינטרעסאנט, חז"ל זאגן דאך 'או חברותא' וכו׳.
בענין די מימרא, עס צו נוצן בענין social isolation, און וויזוי די כלל העולם טייטש עס אויס, איז לכאורה אביסל פארנעפלט פון די מקורות.
די מקור דערפון איז לגבי חוני המעגל, וואס נאכ'ן אויפשטיין האט מען אים נישט געגלייבט אז ער איז עס, זאגט די גמרא אין תענית
כג, ב:
אָמַר לְהוּ, אֲנָא נִיהוּ. וְלָא הֵימְנוּהוּ, וְלָא עָבְדִי לֵיהּ יְקָרָא כִּדְמִבְּעֵי לֵיהּ. חֲלַשׁ דַּעְתֵּיהּ. בְּעָא רַחֲמֵי, וּמִית. אָמַר רָבָא: הַיְינוּ דְּאָמְרִי אִינָשֵׁי אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא.
לויטן הקשר קוקט אויס ווי עס איז לגבי social recognition, און האט גארנישט מיט social isolation.
און אויך לגבי איוב, אז ער האט ער האט געהאט גאר נאנטע אמת'ע געטרייע חברים, זאגט די גמרא אין בבא בתרא
טז, ב:
אָמַר רָבָא: הַיְינוּ דְּאָמְרִי אִינָשֵׁי אוֹ חַבְרָא כְּחַבְרֵי דְּאִיּוֹב אוֹ מִיתוּתָא.
דא אויכעט איז עס ביי אן אנדערע ענין, עס איז בענין: true friendship.
נאר אפשר קען מען זאגן אז די ארגינעלע מימרא איז טאקע בענין social isolation, נאר רבא איז געוועהן א Social Sage, ער האט זייער טיף פאשטאנען אינעם פעלד פון social connections, ער האט פאשטאנען איין טריט ווייטער, אז סתם חברים איז נישט גענוג, עס מוז אמת'ע חברים, און וואס אנעקענען אין אלע זיינע מעלות, און דאס איז די חידוש פון רבא: די איכות פון די חברוּת.
און ער דער Social Sage רבא, געפינט מען טאקע, כמה פעמים אין ש"ס אז ער איז געוועהן emotional intelligent, און געפילוועט דערינען ביי זיינע דרשות. די באקאנטע מימרא אין
סנהדרין קו, ב:
הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לִיבָּא בָּעֵי.
איז טאקע פון רבא.
איינמאל האט ער גע'דרש'נט אז ווייטוען אנדערע, איז אפילו ערגער פון מזנה זיין, און זיך באנוצט מיט די שארפסטע און סענסטיווסטע מימרא צוגלייך, פון אבות
אבות ג, יא:
הַמַּלְבִּין אֶת פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא.
און ווי מען געפינט אין בבא מציעא
נט, א:
נוֹחַ לוֹ לְאָדָם שֶׁיָּבוֹא עַל סְפֵק אֵשֶׁת אִישׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, מְנָא לַן? מִדְּדָרֵשׁ רָבָא דְּדָרֵשׁ רָבָא, מַאי דִּכְתִיב:
וּבְצַלְעִי שָׂמְחוּ וְנֶאֱסָפוּ, קָרְעוּ וְלֹא דָמּוּ: אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ, שֶׁאִם הָיוּ מְקָרְעִים בְּשָׂרִי, לֹא הָיָה דָּמִי שׁוֹתֵת לָאָרֶץ. וְלֹא עוֹד, אֶלָּא אֲפִילּוּ בְּשָׁעָה שֶׁעוֹסְקִין בִּנְגָעִים וְאֹהָלוֹת, אוֹמְרִים לִי: דָּוִד הַבָּא עַל אֵשֶׁת אִישׁ, מִיתָתוֹ בַּמֶּה? וַאֲנִי אוֹמֵר לָהֶם: מִיתָתוֹ בְּחֶנֶק, וְיֵשׁ לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא. אֲבָל הַמַּלְבִּין אֶת פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא.
און תוספות אין מסכת סוטה
י, ב ד"ה נוח פארשטייען פון רבא אז ס'איז געהעריג להלכה:
ונראה האי דלא חשיב ליה (פסחים דף כה, א) בהדי ג' עבירות שאין עומדים בפני פקוח נפש, עבודת כוכבים וגילוי עריות ושפיכות דמים, משום דעבירת הלבנת פנים אינה מפורשת בתורה, ולא נקט אלא עבירות המפורשות.
און נאך געפונען מיר פון רבא אין ברכות
יז, א:
מַרְגְּלָא בְּפוּמֵּיהּ דְּרָבָא, תַּכְלִית חָכְמָה, תְּשׁוּבָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים. שֶׁלֹּא יְהֵא אָדָם קוֹרֵא וְשׁוֹנֶה, וּבוֹעֵט בְּאָבִיו וּבְאִמּוֹ וּבְרַבּוֹ וּבְמִי שֶׁהוּא גָּדוֹל מִמֶּנּוּ בְּחָכְמָה וּבְמִנְיָן. שֶׁנֶּאֱמַר: 'רֵאשִׁית חָכְמָה יִרְאַת ה' שֵׂכֶל טוֹב לְכׇל עוֹשֵׂיהֶם', 'לָעוֹשִׂים' לֹא נֶאֱמַר, אֶלָּא 'לְעוֹשֵׂיהֶם' לָעוֹשִׂים לִשְׁמָהּ, וְלֹא לָעוֹשִׂים שֶׁלֹּא לִשְׁמָהּ, וְכׇל הָעוֹשֶׂה שֶׁלֹּא לִשְׁמָהּ נוֹחַ לוֹ שֶׁלֹּא נִבְרָא.
זעהט מען נאכאמאל אן עקסטערע הבנה אינעם נפש.
און מיט דעם איז מיושב דאס מנהג העולם, און
כבוד הרב מי אני, זיך צו באנוצן מיט די מימרא כהלכתה. ודו"ק.