Re: שוין גענוג געארבעט פאר היינט , אדער ווער איך אדיקטעד ?
בְּתוֹךְ עַמִּירואיג... רואיג... רילעקס, טעיק עי דיעפ ברעדט...!
איז אזוי, אסאך נושאים וואס האסט קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט אז ס׳איז א ׳נושא׳ בכלל ווערן דא געליפטערט, פיל ענינים וואס איז געווען פשוט בתכלית ווערן דא געשטעלט אויפן פארהער, ווי אויך באגעגענט מען דא פרישע קשיות, שאלות און ספיקות...
יעצט, למעשה; באקומט מען דא תירוצים? קלארע פארשטאנד אין קאמפליצירטע נושאים? א געפיל פון אהה! יעצט פארשטייעך...! ???
ָלאֹ, ניין מיט אן ׳אלף׳!
אקעי, אקעי... כ׳ווייס אז כ׳בין כלל נישט די גרעסטע חכם דא, סאוי ווער בין איך צו זאגן...? נאר ארומקוקענדיג דא האבעך אויפגעפאסט ווער ס׳זענען דא די גרויסע קעפ, פילאזאפען און טאקע ס׳רוב ענינים זייערע קעניך נישט מיטהאלטן, כא׳דאך נישט דו צייט און נערווען צו פארברענגן שעות נאכפארשטן אלע דיפרענט טערמינאלעדזשי, האקעלע מושגים וכו׳ כ׳פראביר נאר געווענליך צו זען וואס דו נושא איז, דו שאלה און די מסקנא...
האביך באמערקט איין זאך, ווי א גרעסערע חכם דער ניק איז, אלץ מער לויפט די תגובה מער ווייניגער צו קאווערן מער צדדים פון די שאלה/ספק, אזוי לויפן די אשכולות צו לייגענדיג טאג נאך טאג נאך זייטן פון די מטבע... וזה הא. דאס איזעס.
נאר וואס דען?
איינער וואס האט סייווי געוואלט א טויש, נאר האט זיך אפגעהאלטן צוליב א מצוצום׳דיגער חינוך, וואס האט אים נישט ערלויבט צו זען און טראכטן עפעס וואס קען ברענגען ספיקות אויפן דרך (כ׳בין נישט דן איצטער צו ס׳איז א טובה אדער נישט - שוין דא אשכולות פאר דעם) באקומט דא א שטיקל גרין לייט...
איז אזוי, זייער שיין פארגעלייגט. און איך וויל מאכן אן החרזה איך בין נישט געקומען דא פושט זיין מיינע איבעי'ס. און ווי אויך בין איך נישט אהער געקומען ווייל איך האב מחליט געווען אז דא גיי איך געוואר ווערן וואס מען מעג עכט יא און וואס מען טאר עכט נישט.
געברענגט אהער האט מיך די קונטרעס למעשה, זענדיג ווערק וואס אין דער איד, צייטונג, אדער בלאט, און אויך נישט אין די שטערן אדער אמי מעגעזין געזעהן אזעלעכע אפענע, און נישט אזאנע מנבלישע, אדער אפיקארסישע ארטיקלען פון וואס איך האב מיך די אלע יארן פארשייט נישט אדורך צו גיין די שוועל פונעם ק''ש ח''ו.
פון די צעקת בנ''י (מיין סביבה) האט מיר די אלע יארן געמאכט אן איינדרוק אז דא איז ערגער ווי פארנא (און דא ווער איך גאר געוואר אז די מוח דארף האבן דאופעמין וואס ווערט פראוויידעט דורך פארנא, מען דארף פשוט געבען א סובסעטוט דערפאר, אבער נישט אז טאמער ציהט מיר די מחשבה אהין בין שוין א פארסטעמפעלטע סעקס עדיקט, און איך וועל זיך פון כף הקלע קיינמאל נישט ארויס זעהן) און ווי נאר איך איך וועל אריין שפאצירן אין די טיר פון ק''ש וועל איך זיך טרעפן מיט'ן צלם בהיכל אדער ערגער. נאר פונקט קאפויער איך זעה ארטיקלען פון ברייטע קעף ירא השם, ווי שם השם שגור על לשוניהם א יעדע צווייטער ארטיקעל איז באזירט אויף תורה לשמה און נישט סתם געפרעדיגטע גדרים וסייגים וואס אפי' די חז''ל האבן נישט געקענט אויפקומען מיט.
איי וועט איר פרעגן אז שוין נאך איין נאכט ליינען רעד איך שוין אזוי.
נאר דער ענטפער איז זייער פשוט. ביי מיר אין קאפ דרייען זיך ווילדע מחשבות פון די טוב משלא נברא, אז אויב איז א יעדער ריר און א יעדער ליאדע רגע אויס געשטעלט אונעם בשר ודם'ס לעבן צו מאכן אן אפ'ס. נעוואדע איז טוב משלא נברא ווי איז בכלל שייך צו סורווייווען אן אנקומען אין שאול תחתית גלייך פון ווען מיר קומען ארויס צו די ליכטיגע וועלט וואס איז באמת אזוי שווארץ טינקעל מיט א חשכות פון א פארבירטע לעבן.
עס קען פשוט נישט זיין אז דער בעל הבירה האט באשאפן א בריה כדי מיר זאלן דורך פאלן אויף א יעדער טריט און שריט.
אויב בין איך אהיים געקומען פון א ברודער'ס חתונה 4:30 פארטאגס אויס געשעפט און אנגרייטן נעגל וואסער ביים בעט איז שוין נישט געווען נשמתי בי ממילא האט עס נישט פאסירט. ביי החזרת נשמה טרעף איך זיך אויף שטיין והילד איננו, די נעגל וואסער איז נישטא ביים בעט. און מען דארף גיין פיר טריט צום סינק זיך וואשען ענט''י איז שוין דער טאג פארמאשכנט פאר די מזיקים וואס לאקערן אויף מיר א יעדע ליאדע מינוט מיך איינצושלינגען וואס איז בכלל מיין זכות קיום אין אזא וועלט.
פלוצלינג זעה איך א ציבור יראים ושלימים און ווייזן מיר אויף אז נעגל וואסער ביים בעט איז א מדה טובה א געוואלדיגער גיטער געוואוינהייט און טאמער ח''ו עס האט זיך געמאכט אז איך האב עס נישט ערלעדיגט פארן שלאפן גיין מפני קוצר רוח ומעבודה קשה בין איך נאך נישט פארווארפן פון ביידע וועלטן, האט זיך מיין לעבענס גלוסט צוריק אנגעהויבן און איך זעה א שיינער ליכטיגער וועלט. אה, מה רבו ממשיך ה'. דאס האט מיר געמאכט ליינען א גאנצער נאכט די ארטיקלען. ווייל איך בין שוין דארט פון לאנג נאר אן די סאפארט גרופ פון ק''ש.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk