Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זענען מיר אנאלפאבעטן?

זענען מיר אנאלפאבעטן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 138 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5031
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:25 pm#158274
זענען מיר אנאלפאבעטן?
לעצטע וואך האב איךגעטראפן אן אלטן באקאנטן. זיך צושמועסנדיג אזוי, איז קאווע שטיבל ארויפגעקומען. קענענדיג דעם אינגערמאן אלס איינער וואס האלט זיך פאר א שטיקל הוגה דעות, האב איך אים געפרעגט צו ער שרייבט אמאל אויף ק"ש. זאגט מיר דער אינגערמאן אז גראדע האט ער אפט געדאנקן וואס ער וויל ארויפשטעלן, אבער עס זענען דא צוויי סיבות וואס האלטן אים צוריק. דער ערשטער און הויפט פראבלעם איז אז ער קען נישט שרייבן קיין אידיש ווי עס דארף צו זיין. די צווייטע סיבה איז וויבאלד ער שפירט אז דער ק"ש באפעלקערונג זענען ציניש און נעגאטיוו, און ער האט מורא אז עס וועלן אלץ זיין ניקס וואס וועלן אים ארונטעררייסן. זאג איך אים, די צווייטע פראבלעם הער איך. אבער פארוואס איז נישט קענען שרייבן אידיש א פראבלעם? אז מען קען נישט אידיש, שרייבט מען כאטש אין ענגליש. "אז עס איז א גוטער געדאנק", זאג איך אים, "וועט עס דער עולם אקצעפטירן אין ענגליש". ער קוקט מיר אן אזוי, און פרעגט מיר האלב לאכעדיג האלב ערנסט, "און פון ווי זאל איך קענען שרייבן ענגליש?" איך האב אים געוואלט פרעגן וואס איז מיט לשון הקודש/העברעאיש, אבער כ'האב נישט געוואלט גיסן זאלץ אויף זיינע וואונדען.

און ניין, דא רעדט זיך נישט פון איינעם מיט א נידעריגן איי-קיו. דא רעדט זיך פון א קלוגן אינגערמאן, א בר-דעת מיטן קאפ אויף די פלייצעס, וואס האט אפט אריגינעלע געדאנקען און מיינונגען. נאר וואס דען? אינעם גאר לעצטן נומער פון "דער שטערן" (חשון ע"ד) איז פארהאן אן ארטיקל איבער מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן חיות. לויט ווי דער ארטיקל לייגט אראפ, האבן רוב פון די מענטשן זיך נישט געקענט געהעריג איינגלידערן צווישן די מענטשהייט נאכן האבן פארברענגט אין זייער יוגנט צווישן חיות. בעיקר האבן די מענטשן געהאט פראבלעמען מיט רעדן, וויבאלד זיך אויסצולערנען רעדן מוז מען אלץ קינד, און אויב פארפאסט מען דעמאלטס די געלעגנהייט איז גאר שווער זיך אויסצולערנען א נייע שפראך. זוכענדיג איבער דעם נושא אויפן אינטערנעט האב איך געטראפן צענדליגע שטודיעס איבער דעם נושא, וואס באשטעטיגן דעם פאקט אז עס איז זייער שווער אויפצוכאפן א שפראך ווען מען איז שוין ערוואקסן. דערפאר זענען עלטערן געראטן אויסצולערנען זייערע קינדער לכה"פ צוויי שפראכן, און אזוי אויך צו לייענען מיט די קינדער ביכער מיט הויעכע וואקאבולאר כדי די קינדער זאלן אריינעמען ווי מער שפראך אין זיך ווען זיי קענען נאך.

מען דארף נישט מסביר זיין וואס עס איז די חסרון פון נישט קענען שרייבן געהעריג אין קיין איין שפראך און האבן א געצוימטע וואקאבולאר. מיר זענען מיט גארנישט מער פון חיות און בהמות נאר מיט דעם וואס מיר קענען רעדן. ווי איעדע חדר אינגל קען זאגן, זענען פארהאן פיר קאטאגאריעס אויף דער וועלט, דומם צומח חי און מדבר. דאס איז אונזער חשיבות. קומט אויס, אויב אזוי, אז אונזער גאנצער חשיבות איז תלוי אין ווי גוט מיר קענען רעדן. אונזער מחשבה קען נאר גיין אזוי טיף ווי אונזער וואקאבולאר ערלויבט אונז, וויבאלד מחשבות אן ווערטער זענען כנשמות בלי גוף. נו, וואס קענען מיר ערווארטן פון איינער וואס ווייסט נישט וואס מיינט אומציוויליזירט, ראסיזם, ביגאטרי און איגנאראנץ? פארוואס דארפן מיר מיינע חבירים אנקוקן ווי האן אין בני אדם ווען איך זאג זיי אז זייער מיינונג איז סוביעקטיוו, נישט אביעקטיוו? פארוואס זאל א קלוגער חסידישער אינגערמאן מיר פרעגן "וואס מיינט דאס אנאלפאבעט" ווען כ'זאג אים אז מיר זענען א דור פון אנאלפאבעטן? פארוואס זאלן מיר זיך אנליידן בושות יעדע צווייטע וואך ווען אדווערטייזמענטס מיט מאדנע גראמאטישע און אויסלייג טעותים פארן ארום אויף וואטסעפפ אדער ווערן ארויפגעשטעלט דא אויף ק"ש?

א צייט צוריק האט דער חשובער און איידעלער ק"ש מיטגליד ATUB @ראובן ATUB ארויפגעלייגט אן ארטיקל מיטן קעפל "ווען ריזן פאלן". בתוך הדברים, נאכן אויסרעכענען הגר"ע יוסף און הגרי"ש אלישיב מיט להבדיל קריסטאפער היטשנס און סטיוו דזשאבס, האט ראובן געשריבן די פאלגענדע ווערטער
די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען.

א טייערע מיטגליד האט רעאגירט דערויף ווי פאלגנד,
צו לייגן דער אטעיסט היטשענס מיט סטיוו דזשאבס אין איין קאטעגאריע מיט מרן רב אלישיב זצ''ל און מרן הרב יוסף זצ''ל אלס ''מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'' איז נישט קיין דברים של רשע, נאר ענדערשער דברי טפשות פונעם ערשטן קלאס.


אן אנדערער גאר חשובער קאווע שטיבל קאלעגע האט שארף געשריבן
דאס אז א מענטש איז געשטיגן צו ווערן א רועה נאמן און א אב רחמן פאר טויזענטער אידן, אין זיי זעהסטו נאר מידות משחתות, אדזש איר צייכענט זיי אויף א שווארצע ליסטע?


איר ווייסט וואס? די מענטשן זענען גערעכט. צו לייגן הגר"ע יוסף און הגרי"ש אלישיב אין איין קאטאגאריע מיט היטשנס און דזשאבס אלס מענטשן וואס זענען אויף א שווארצן ליסטע צוליב זייערע שלעכטע מידות איז טאקע א געפערליכע זאך. און ווען ראובן וואלט דאס געטאן וואלט איך נישט געוואלט האבן מיט אים קיין פארקער, און אודאי וואלט איך אים נישט געלייקט אויף זיין מייסטערהאפטיגן שטיקל. אבער צום מזל האט דאס ראובן נישט געטון. די צוויי חשובע אידן האבן געליינט עפעס אין ראובן'ס ווערטער וואס איז בכלל נישט דארט געשטאנען, וויבאלד זיי זענען ביידע - לכאורה - אויפגעצויגן געווארן אין היימישע מוסדות ווי מ'האט נישט אויסגעלערנט די תפקיד פון א קאממע.

און איך וועל מיך מסביר זיין ברחל בתך הקטנה. ראובן'ס זאץ קען געליינט ווערן צוויי וועגן. מען קען עס ליינען ווי פאלגנד: די פיר מענטשן (הגרע"י, הגריש"א, להבדיל היטשנס, און דזשאבס) זענען מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן, און בנוסף לזה זענען די מענטשן די ערשטע אויף ראובן'ס ליסטע די צווייטע וועגן דאס צו ליינען איז ווי פאלגנד: די פיר מענטשן האבן נעגאטיווע זיטן. די נעגאטיווע זיטן למיניהם, זענען די ערשטע אויף ראובן'ס ליסטע פון מדות וועלכע ער וויל נישט האבן. וויאזוי קענען מיר וויסן וועלכע פון די צוויי ראובן האט געמיינט (חוץ פון דעם פאקט אז ראובן דערמאנט קלאר "אויף מיין ליסטע פון מדות")? א פשוט'ער קאממע, כזה "," איז אונז הולך רכיל ומגלה סוד. ווען די זאץ איז ווען ווי פאלגנד:

"מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן, וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון..."

דאן ווייסן מיר אז "וועלכע" גיבט א דעסקריפציע אויף די מענטשן-מיט-נעגאטיווע-זיטן. וויבאלד אבער אין ראובן'ס זאץ איז נישטא קיין קאמע, איז קלאר און פארשטענדליך אז די דעסקריפציע וואס פאלגט נאך באציעט זיך אויף די נעגאטיווע זיטן, און נישט אויף די מענטשן וואס האבן זיי פארמאגט.

פארוואס בין איך אזוי מאריך דא? ווייל דאס איז א פשוט'ער ענין פון reading comprehension, פארשטיין וואס מען לייענט, וואס מחמת סיבות שונות זענען מיר אלע - איך און ראובן אריינגערעכנט, במחילת כבוד תורתינו - שוואך דערין. דאס איז אזוי פשוט אז מיין הארץ האט מיר באמת וויי געטון ווען כ'האב געליינט די רעאקציעס אויף ראובן'ס אשכול, און ווי כ'האב טאקע מגיב געווען במקומו.

(במאמר המוסגר, אנדערע אין יענעם אשכול האבן גאר פארגליכן הגר"ע יוסף צו דעב טאמבור שרייבענדיג אז פונקט ווי די א.ג. אויפגעקלערטע ווילן נישט זען ווי מ'באשמוצט טאמבור, ווילן ערליכע אידן נישט זען ווי מ'באשמיצט הגר"ע יוסף, נישט כאפנדיג אז דער צושטעל איז פונקט פארקערט, ראובן'ס נקודה אויף הגר"ע יוסף איז ווי א פרומער וואלט געשריבן אז כאטש דעב טאמבור איז נישט געווען ערליך און איז נישט געווען עמאציאנאל-סטאביל, דאך דארף מען זיך צו איר באציען מיט רעספעקט. אבער דאס נעמט אונז שוין צו גאר א צווייטער לעוועל פון reading comprehension שאכמ"ל).

צוריקצוקומען צום נושא, מיין איך אז מען דארף נישט צופיל ארגומענטירן איבער דעם וויכטיגקייט פון האבן א ברייטע וואקאבולאר. אינטערעסאנטע שטודיעס וועלכע כ'האב געליינט אין די נושא ווייסן צו פארציילן אז אין קולטורן ווי זיי האבן מער דעטאלירטע נעמען פאר קאלירן, זענען די מענטשן פיל מער סענסעטיוו צו קאלירן דיפערענצן. דאס האט מיר דערמאנט פון די פיר קאלירן ווייס ביי נגעים, און די פינף רויטע קאלירן ביי דם נדה. מיר ווייסן נישט וואס די פינף רויטע קאלירן זענען, עס איז אבער גאנץ מעגליך אז ווען מיר האבן באזונדערע נעמען דערפאר וואלט עס ווען נישט פארגעסן געווארן. אנדערע ארטיקלן וואס איך האב געליינט באשרייבן וויאזוי מענטשן וואס האבן מער ווערטער צו באשרייבן זייערע געפילן, זענען געווענליך רואיגערע און פאזעטיווערע מענטשן, וויבאלד זיי קענען זיך גרינג אויסדרוקן און קאמוניקירן זייערע געפילן צו די ארומיגע. דאס וויכטיגקייט פון קענען ליינען און שרייבן איז דאך א פשוט'ער קל וחומר, אן דעם איז דאך מותר אדם מן הבהמה כמעט אין.

אלזא, וואס קענען מיר טון דערצו? דאס הייסט, סיי מיר אלס ערוואקסענע וועלכע האבן שוין מער ווייניגער פארפאסט דעם שיף, און סיי אונזערע קינדער וועלכע גייען יעצט דורך דעם היימישן חינוך סיסטעם און מ'לערנט זיי נישט געהעריג ליינען און שרייבן - וויאזוי קענען מיר ארויפברענגן אונזער וואקאבולער צו בעסער שטאפלן?

צו אלעמען ערשט קען מען נישט גענוג מדגיש זיין דאס וויכטיגקייט פון ליינען. און עס איז וויכטיג - קריטיש וויכטיג - צו ליינען אויסגאבעס וועלכע פרובירן צו נוצן אן אויסגעהאלטענעם גראמאטיק. פערזענליך קען איך ממליץ זיין אויף "דער איד", "די צייטונג", "דער שטערן", "דער שפאקטיוו", "מעלות", און "אוצרות". עס איז מעגליך אז אנדערע אויסגאבעס זענען אויך נישט שלעכט אין דעם געביט, אבער די אויבנדערמאנטע נוצן על פי רוב- איינער מער, דער אנדערער ווייניגער - א גראמאטיש-אויסגעהאלטענעם שפראך מיט א פארהעלטסנמעסיג-רייכער שפראך.

נאך אן עצה איז צו שרייבן אסאך, און פרובירן דאס מערסטע וואס ס'שייך זיך צו האלטן צו א גוטן גראמאטיק און אויסלייג. ווען מ'שרייבט מיט א ציל זיך אויסצורייבן אינעם שפראך קען מען אסאך אויפטון. און עס איז נישט קיין עבירה צו פרעגן. דא אויף קאווע שטיבל זענען דא גדולים אין דעם געביט פון שפראך. צווישן אנדערע האבן מיר ATUB @קארל ATUB (ז"ל), ATUB @ישובניק ATUB , ATUB @יאנקל ATUB , ATUB @יאיר ATUB , ATUB @פשוט-קאמפליצירט ATUB , ATUB @שרגא ATUB און נאך פילע. און וואס דארפן מיר דען מער פון דעם אז עס איז דא דא א גאנצער פארום מיוחד בלויז פאר שפראך און גראמאטיק?

מען דארף אויך אנהייבן מקפיד זיין מער אויף וואס מ'רעדט. לדוגמא, מען קען אפט הערן ווי עלטערן זאגן פאר זייערע קינדער "קוק נאר אויף יענע טאטע". פארוואס זאלן זיי רופן אלע ערוואקסענע "טאטעס"? פארוואס נישט פשוט "ערוואקסענעם"? אנשטאט "ווען דו וועסט זיין א טאטע, וועסטו קענען...", זאג "ווען דו וועסט זיין אן ערוואקסענער, וועסטו קענען..." עס איז שוין דורך די סעזאן, אבער עס גרילצט מיר אין די אויערן ווען מענטשן רופן הינדלעך, כפרות. פארוואס עס נישט רופן ביים ריכטיגן נאמען, אנשטאט דער נאמען פונעם מנהג וואס מ'טוט דערמיט איינמאל א יאר? עס איז געזונט, סיי פאר די עלטערן און סיי פאר די קינדער, צו נוצן ווי מער א רייכע שפראך וואס איז שייך. ווען מען רעפערירט צו א קאליר, דארף מען פרובירן עס צו רופן ביים נאמען, אנשטאט א טרוקענע רויט, בלוי, געל אדער גרין. רוף עס אקווא, ראזעווע, ווייאלעט, בורגענדי, מאגענטע. בארייכער דיין קינד'ס ווערטער אוצר!

צו ענטפערן די שאלה פונעם קעפל, יא, א גרויסער עולם היימישע אידן זענען היבשע אנאלפאבעטן. עס איז אבער נישט קיין פארלוירענער קריג! עס ליגט אין אונזערע הענט זיך צו טוישן. מיר קענען טון פעולות צו פארבעסערן אונזער און אונזערע קינדער'ס שפראך. א רייכע שפראך ברענגט רייכע מחשבות, רייכע מחשבות ברענגן צו רייכע מעשים און צו א פארבעסערטע סאסייעטי. בפינו ובלבבינו לעשותו!
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:00 pm#158275
און אונזערער, קאמינעטי פארנעמט די אויבן,אן, אידישער, סלענג. אזוי, זענען, אונז, גערעיזט,

לאמיך טרייען נאכאמאל.

ביי אונז היימישע אידן, פארנעמט אידישע סלענג א גרויסן חלק פונעם טעגליכן שפראך, ממילא קומט אויס זייער ווייניג צו בויען ריכטיגע שפראך.

יישר כח קאווע שטיבל פארן זיין מיין שפראך שארפן בלעק בארד וואס כ'האב נישט געהאט אין ישיבה.
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:26 pm#158276
וואס א נקודה קען אלץ טוישן...
עס דערמאנט מיר פון די חמץ / מצה תורה'לע.
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:48 pm#158280
א דאנק אייך ר' יידל פארן באלערענדן ארטיקל, (גוט געזאגט?... נאך דא עפעס ווערטער אין אידיש?...) און א באזונדערן דאנק פאר דיין אלטן חבר וואס האט דיר צוריקגעברענגט צום עולם הקאווע!
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:48 pm#158281
פריער באקום איך אן אישי פון יידל. איך האב מיך שוין געפרייט אז החכם הכולל יידל האט געפינען עפעס אינטערעסאנט אין דעם נעבעכדיגן יאיר. צו מיין שאק זע איך א מעלדונג:
א גוטן יאיר,
באניצער "יידל" האט אייך געטעגט אין אשכול "זענען מיר אנאלפאבעטן?".

מער פון וואס איך האב זיך באליידיגט אז איך בין פון די וואס ווערן געטעגט אין די אנאלפאבעטן אשכול, האב איך בעיקר גע'פחד'נט אז איך וועל ניטאמאל קענען ליינען וואס ער בארעדט מיר, ווייל אויב יידל זאגט אז איך בין אן אנאלפאבעט, מי יהין ראש צו זאגן פארקערט. אה, ווי איך האב זיך בארואיגט צו זען אז יידל שדכ'נט מיר גאר אן אלס אן אדרעס צו קומען פרעגן שאלות אין גראמאטיק.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:00 am#158285
וויאזוי שרייבט מען אין אידיש,

the quick fox jumped over the lazy dogs

דער "שנעלער" "פלינקער" פוקס האט איבער "געשפרונגען" "געהיפט" "דער" "די" "פוילע" "שטאטע" הינט הינטען (רבים יחיד?).
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:03 am#158286
נו ר' יידל, וואס האט איר געוואלט מיר האבן נאר שטודירט דעם תלמוד אין וועלכעס איז נישטא קיין סימני פסוק (punctuation בלע"ז)
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:04 am#158287
אם אין איש, איז פרידיש אויך אידיש

שרייבן שיין איז א טאלאנט, וואס גריידע גאר איך שוין יארן צו קענען שרייבן, עס מיינט נישט אז אויב איינער האט נישט דעים טאלאנט, איז א הייל מאן,און אז ער האט נישט קיין גיטע איידיע'ס, אז איינער קען נישט האלטן א באצויבערנדע רעידע, מיינט נישט אז ער האט קיין מיינינג נישט, נאר אז עס פעילט אים דעי מעלה פון צאבעראציא, אגב אויך איינע פון מיינע פעטיש'ס, ווען איינער קען נישט שפילן דעים פידל אדער פיאנה, מיינט נישט אז פארשטייט נישט צו מאזיק, נאר אז ער קען נישט מחבר זיין מוח מיטן פידל דרך יד.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:16 am#158289
זייער שיין, יידל, עס איז א מלחמת קודש.
יידל האט געשריבן:פארוואס בין איך אזוי מאריך דא? ווייל דאס איז א פשוט'ער ענין פון reading comprehension, פארשטיין וואס מען לייענט, וואס מחמת סיבות שונות זענען מיר אלע - איך און ראובן אריינגערעכנט, במחילת כבוד תורתינו - שוואך דערין.

פארוואס זאל כבודו אזוי זאגן?
נהורא נפישא האט געשריבן:נו ר' יידל, וואס האט איר געוואלט מיר האבן נאר שטודירט דעם תלמוד אין וועלכעס איז נישטא קיין סימני פסוק (punctuation בלע"ז)

איך האב אמאל באמערקט אז אין די ערשטע בלאט פונעם ש"ס איז יא דא פינטלעך, זעהט אויס אז נאך איין בלאט איז מיסיס ראם נערוועז געווארן און אראפגעווארפן די אפפער קעיס בצעקת: די העק מיט די תלמודיים.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:49 am#158292
ונבנתה העיר האט געשריבן:זייער שיין, יידל, עס איז א מלחמת קודש.
יידל האט געשריבן:פארוואס בין איך אזוי מאריך דא? ווייל דאס איז א פשוט'ער ענין פון reading comprehension, פארשטיין וואס מען לייענט, וואס מחמת סיבות שונות זענען מיר אלע - איך און ראובן אריינגערעכנט, במחילת כבוד תורתינו - שוואך דערין.

פארוואס זאל כבודו אזוי זאגן?
נהורא נפישא האט געשריבן:נו ר' יידל, וואס האט איר געוואלט מיר האבן נאר שטודירט דעם תלמוד אין וועלכעס איז נישטא קיין סימני פסוק (punctuation בלע"ז)

איך האב אמאל באמערקט אז אין די ערשטע בלאט פונעם ש"ס איז יא דא פינטלעך, זעהט אויס אז נאך איין בלאט איז מיסיס ראם נערוועז געווארן און אראפגעווארפן די אפפער קעיס בצעקת: די העק מיט די תלמודיים.

און וואס איז מיט ש"ס דפוס מענקיש? נישט צו פארטוישן מיט "מונקאטש".
נאר יידל איז גערעכט. אויסרעכענענדיג די צייטונגען און זשורנאלן וועלכע באנוצן זיך מיט א גראמאטיש פונקטליכן לשון איז מערקבאר בולט איין פובליקאציע אין די אידישע שפראך וועלכע איז נישט אויסגערעכנט. נעמליך "דער בלאט". הגם דער תוכן (אינהאלט) איז גאנץ גוט, איז אבער דער סגנון הלשון (סינטאקס, אויף ענגליש) זייער נישט פראפעסיאנאל. כמעט קינדעריש.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:55 am#158294
א הערליכע ארטיקל ATUB @יידל ATUB כדרכך בקודש.
אבער וועגן ראובן'ס ארטיקל מוז איך במחילת כבודכם זיין מחולק אויף אייך.
ער האט געשריבן ווי פאלגענד:

די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען.

אין מיינע אויגן, און איך מיין אז אין די אויגן פון רוב יודיש רעדענדע מענטשן, קוקט דער זאץ אויס ווי א שרעקליכע מיאוסע אטאקע אויף די צוויי גדולי ישראל. מתוך דבריו קומט אויס אז היטשענס, הרב יוסף, און הרב אלישיב זענען אלע אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן, מידות וואס מ'טאר זיך פון זיי נישט אפלערנען. דאס איז וואס ער זאגט סיי מיט א קאמע, און סיי אן א קאמע.
און אויב דאס איז נישט א שרעקליכע אטאקע אויף גדולי ישראל, ווייס איך נישט וואס איז.
ווי אזוי וואלט איר רעאגירט ווען איינער שרייבט אויפן בעל דברי יואל, ''ער איז געווען א מענטש מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'', וואלסטו אויך געהאלטן אז עס איז א מייסטערהאפטן ארטיקל?? איך שטעל מיך פאר אז נישט.
בכלל קומט נישט ארויס קלאר אינעם ארטיקל וואס איר ווילט, רוב ווערטער וואס איר באקלאגט זיך אז יונגערלייט ווייסן נישט, זענען הויכע וואקעביולערי ענגלישע ווערטער וואס איר זאגט אויף א יודישע אופן. למשל, ביגאטרי, איגנאראנץ, סוביעקטיוו, אביעקטיוו, די אלע זענען נישט קיין אידישע ווערטער וואס א חסיד'ישער יונגערמאן וואלט דארף צו וויסן, נאר ענדערש ענגלישער ווערטער פון א high vocabulary, וואס איך בין נישט זיכער אז אן עוורידזש גוי וועט וויסן וואס עס מיינט. (אפשר איגנאראנץ יא.)
נאכדעם שפרינגסטו צו reading comprehension וואס איז א גאנץ אנדערע פראבלעם ווי וואקעביולערי. האסט געמאכט איין גרויסע טשולענט פון אסאך באזונדערע נושאים.

און דאס איז אויסער דעם פאקט וואס איר איגנארירט אינגאנצן, אז אידיש איז בכלל נישט קיין שפראך בפני עצמו אז מ'זאל קענען בכלל מאכן כללים, און זיך באקלאגן אז דער עולם קען עס נישט. ס'איז סך הכל א געמויזאכץ פון ענגליש, דייטש, און נאך אסאך שפראכן כידוע. עס איז א שפראך פון וואס עס פעלט גאר אסאך הויכע וואקעביולערי ווערטער. טאקע די אויבנדערמאנטע פיר ווערטער, אפשר זאגט איר מיר ווי אזוי מ'זאגט עס אין יודיש?

אז מ'לייגט אמאל צו קאפ, וועט מען באמערקן אז יעדער דריטער-פערטער ווארט ואס מיר רעדן איז ענגליש. לפי זה קומט אויס אז דיין טענה איז פארוואס דער עולם קען נישט א בעסערן ענגליש. אויף דעם איז די תירוץ איין ווארט: מוסדות. מ'לערנט נישט אויס פאר אונזערע קינדער אפילו בעיסיק ענגליש. איך האב קרובים אין וויליאמסבורג דרייסיג יעריגע יונגעלייט, וואס קענען עד היום נישט געהעריג ליינען אין שרייבען ענגליש. און דאס איז טאקע א שרעקליכע פראבלעם וואס מוז געלייזט ווערן.

בכלל יידל בין איך באליידיגט אז איר שטעלט מיך אהער ווי אזא אנאלפאבעט וועגן דער איינע תגובה צו ראובן'ס ארטיקל...
אז איר וועט קוקען מיינע תגובות וועט איר זעהן, אז על פי רוב פראביר איך זיך צו האלטן גאר שטארק צו די כללי הדקדוק והספעלינג.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:03 am#158296
ווען א קאמע קען קאסטן א קאמפעני א מיליאן דאלאר. די ניו יארק טיימס באריכטעט א לאוסאוט וועלכע איז פארלוירן געווארן צוליב א קאמע.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:54 am#158299
אז א יעדער איינער וועט דא נאר מסכים זיין מיט יידל וועט ער דאך נישט האבן א סיבה צו שרייבן נאך א תגובה. אפילו @יאיר האט - שלא כדרכו בקדש - מסכים געווען מיט אלעס (נאכן ווערן אונטער געשמירט מיט א זאפטיגע קאמפלימענט ;) ), נו, עמיר בלית ברירה נעמען אויף זיך די הייליגע משימה (פליכט, פאר די אנאלפאבעטן דא....) און חולק זיין אויף צוויי נקודות.

יידל האט געשריבן: עס זענען דא צוויי סיבות וואס האלטן אים צוריק (פון שרייבן). דער ערשטער און הויפט פראבלעם איז אז ער קען נישט שרייבן קיין אידיש ווי עס דארף צו זיין. די צווייטע סיבה איז וויבאלד ער שפירט אז דער ק"ש באפעלקערונג זענען ציניש און נעגאטיוו, און ער האט מורא אז עס וועלן אלץ זיין ניקס וואס וועלן אים ארונטעררייסן. זאג איך אים, די צווייטע פראבלעם הער איך. אבער פארוואס איז נישט קענען שרייבן אידיש א פראבלעם?


איך ווייס אז דאס איז נישט געווען דיין עיקר נקודה, אבער דאך ווי אזוי האסטו געקענט בארעכטיגן זיין צווייטע טענה? דו מיינסט אז די רמב"ם וואלט זיך נישט געקענט פטר'ן פון שרייבן די מורה מיט דער זעלבע תירוץ? מיינסט אז ווען סקרטוס האט פילאזיפירט אין די גאסן פון Athens און פראבירט צו ראציאנאליזירן די וועלט והמסתעף איז ער נישט צוריק געוויזן געווארן מיט צינישקייט? מען שרייבט מיט די האפענונג אז עס וועט קומען איין חכם צווישן טויזנט טיפשים און ער וועט טון עפעס גוטס מיט די געדאנק. רוף שוין אן דער איד און persuade אים צו שרייבן. בנוגע די פראבלעם מיט אידיש זאג אים אז practice makes perfect.

יידל האט געשריבן:מיר זענען מיט גארנישט מער פון חיות און בהמות נאר מיט דעם וואס מיר קענען רעדן. ווי איעדע חדר אינגל קען זאגן, זענען פארהאן פיר קאטאגאריעס אויף דער וועלט, דומם צומח חי און מדבר. דאס איז אונזער חשיבות. קומט אויס, אויב אזוי, אז אונזער גאנצער חשיבות איז תלוי אין ווי גוט מיר קענען רעדן. אונזער מחשבה קען נאר גיין אזוי טיף ווי אונזער וואקאבולאר ערלויבט אונז.


דא מוז איך אויך זיין מחולק. ביזט גערעכט אז אונזער חשיבות איבער אנדערע בעלי חיים איז די פאקט אז מיר זענען מדברים, וממילא איז לכאורה געדרינגען פון דעם אז די בעסער מדבר מען איז אלץ חשוב'ער איז מען. אבער דאס האט גארנישט מיט מחשבה. און מחשבה טראכטן מיר פון די עצם זאכן/ענינים און נישט פון די ווערטער (סימנים) וואס רעפרעזענטירן זיי. ווען דו באטראכסט א טיש טראכסטו נישט פון א טי"ת יו"ד שו"ן, נאר דו טראכסט פון א ברעט מיט פוס. און ווען מען טראכט פון קאלירן טראכט מען נישט פון געל און רויט, אויך נישט פון ירקרק ואדמדם, נאר מען טראכט פון די עצם קאליר. שפראך איז די מוסכם'דיגע אופן צו קאמוניקירן מיט די מענטשהייט. דאס הייסט אז עס איז א דבר המוסכם אז ווען מען רעדט פון די קאליר פון די טייערע מיניראל וואס ווערט אויסגעגראבן פון אונטער די ערד זאל מען עס רופן גאל"ד און אזוי ארום וועט דיין שותף אין די געשפרעך כאפן וואס דו רעדסט וועגן. אבער פון מחשבה אויס פעלט בכלל נישט אויס קיין שפראך, אדרבא די שפראך (ווי רייך עס זאל נאר זיין) איז גאר מגביל די טיפקייט פון די מחשבה.

כדי מען זאל נישט מיינען אז איך בין עפעס מחולק מיט די עצם נושא, בין איך מוסר מודעה אז איך בין בכלל נישט מחולק. אויב קען מען אויסקלויבן די וויכטיגסטע נקודה וואלט איך געזאגט אז עס איז דאס וואס יודל איז מציע אז מען זאל encourage'ן די קינדער צו ליינען. זיי זאלן ליינען אידיש און ענגליש און פארשטייט זיך אויך לשון הקודש. ליינען תוכנ'דיגע ליין מאטריאל וואס איז געשריבן אין א רייכע שפראך האט - צווישן אנדערע - די מעלות אז ס'לערנט די קינדער צו רעדן און שרייבן ריכטיג, עס דיוועלאפד דעם קינד'ס קריעיטיוו שכל, און ועל כולם עס לערנט זיי קריטיקל טינקינג. יישר כח יודל נאכאמאל, קום מער אפט.



.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:54 am#158305
הוגה, כדרכי בקודש (אויב דאס איז קודש וואס איז שוין טמא? :lol:) וועל איך חולק זיין אויף דיר. די סיבה פארוואס מיר קענען רעדן איז דוקא צוליב דעם וואס מיר זענען קלוגער. ס'איז נישט סתם א מיטל ווי אזוי צו קאמוניקירן אינפארמאציע.

נאכמער, איך האב אפילו לעצטנס געליינט א בוך פון א לינגוויסט וואס טענה'ט אז מיר האבן נאר אנטוויקלט אונזער חכמה דורך דעם וואס מיר האבן אנגעהויבן צו רעדן. אדרבה, לאמיר זען אויב דו קענסט ענטפערן אויף מיין תגובה אן טראכטן קיין איין ווארט אין מוח. ס'גייט נישט, הא? דאס איז וויבאלד אבסטראקט זאכן קען מען נישט טראכטן אן ווערטער. וזה מותר האדם מן הבהמה, צו קענען טראכטן אבסטראקט. ומהאי טעמא קומט נישט אריין דא דיין צושטעל פון טראכטן פון קאלירן.

וועגן דעם יונגערמאן'ס אפהאלט צוליב פחד פון צינישע באמערקונגען, לדעתי איז דאס אן ערנסטע פראבלעם וואס פלאגט ק"ש, און איך אליין בין היבש געשלאגן דערמיט. באמת האב איך געהאלטן אז יידל וועט ווידמען כאטש האלב פון זיין תגובה וועגן דעם ענין, וואס איז לכאורה פיל אן ערגערע פראבלעם ווי שוואכע גראמאטיק. כ'האב פארשידענע טעאריעס פארוואס ק"ש איז מעגליך באזונדער געשלאגן מיט ציניזם, אפשר פאר א באזונדערע אשכול.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:38 am#158307
תניא פרק כ':

כי המחשבה היא ג"כ בחי' אותיות כמו הדבור רק שהן רוחניות ודקות יותר אבל עשר בחי' חב"ד כו' הן שרש ומקור המחשבה ואין בהם בחי' אותיות עדיין קודם שמתלבשות בלבוש המחשבה.

למשל כשנופלת איזו אהבה וחמדה בלבו של אדם קודם שעולה מהלב אל המוח לחשב ולהרהר בה אין בה בחי' אותיות עדיין רק חפץ פשוט וחשיקה בלב אל הדבר ההוא הנחמד אצלו וכ"ש קודם שנפלה התאוה והחמדה בלבו לאותו דבר רק היתה בכח חכמתו ושכלו וידיעתו שהיה נודע אצלו אותו דבר שהוא נחמד ונעים וטוב ויפה להשיגו ולידבק בו כגון ללמוד איזו חכמה או לאכול איזו מאכל ערב

רק לאחר שכבר נפלה החמדה והתאוה בלבו בכח חכמתו ושכלו וידיעתו ואח"כ חזרה ועלתה מהלב למוח לחשב ולהרהר בה איך להוציא תאותו מכח אל הפועל להשיג המאכל או למידת החכמה בפועל הרי בכאן נולדה בחי' אותיות במוחו שהן אותיות כלשון עם ועם המדברים והמהרהרים בהם כל ענייני העולם.

וראה כאן.

וע"ע כאן.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:46 am#158311
ונבנתה, כדרכי האב איך דייקא נישט געברענגט קיין מראי מקומות, אבער אז דו ברענגסט שוין די תניא וועל איך זאגן אז דער איידיע איז טאקע נישט מיינס. קודם כל, אין ליקוטי תורה שטייט עס אסאך מאל. די עיקר נקודה איז אז ווילאנג די מחשבות ווערן נישט מלובש אין ווערטער זענען זיי בלי גבול, ווי נאר זיי ווערן מלובש אין ווערטער ווערט עס מוגבל, וכמש"כ לעיל. אויך אין די פיליזאפישע שריפטן ווערט דאס געברענגט.

יאיר, איך זאג נישט אז מען טראכט קיינמאל אין ווערטער, אודאי ווען מען טראכט פון עפעס וואס מען וויל 'טון' אדער 'פארציילן', טראכט מען עס אין ווערטער. אבער סתם טראכטן לשם טראכטן, אן נעמען די מחשבה לדיבור או למעשה דערנאך, קומט זיכער נישט מלובש אין ווערטער. און אויב קענט איר נישט טראכטן אן ווערטער האט איר קיינמאל געטראכט בלי גבול.

וואס יא, איינמאל מען דארף שוין יא מלבש זיין די מחשבות אין ווערטער, דאן העלפט א רייכע שפראך גאר שטארק. צוויי ווערטער (סינאנימען) מיט די זעלבע מיינונג קענען אבער ארויסברענגן פארשידנארטיגע מיינונגען אין די זעלבע פראזע.

אגב, אז מען קריטיקירט שוין די שפראך פונעם המון עם וויל איך אויך שרייבן מיינע בויך ווייטאג. די עולם היינט שרייבט גאר אסאך double negatives. (לדוגמא, קיינמאל נישט וכדומה.) דאס איז געווארן אזוי איינגעריסן אז איך צווינג זיך זעלבסט אזוי צו שרייבן אויס מורא אז מען וועט מיר נישט פארשטיין. עס נעמט אוועק די flow און ארגינעלע שיינקייט פון די באשרייבונג.

יאיר, מיין לייק (איידער דו אטאקירסט מיר דערויף :lol: ) איז געווען אויף די פאלגענדע פראזע:

יאיר האט געשריבן:כ'האב פארשידענע טעאריעס פארוואס ק"ש איז מעגליך באזונדער געשלאגן מיט ציניזם, אפשר פאר א באזונדערע אשכול.



.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:54 am#158333
מסכים מיט ביידע נקודות פון ATUB @יידל ATUB און טענקס פאר'ן אויפברענגען.

ס'איז נישט זעלטן וואס אן אשכול נעמט אן אן אנטאגאניסטישן טאן און איך גלייך עס נישט. ס'איז נישט קיין מורא אז עמיצער וועט מיך אוועקמאכן - ס'איז פשוט נישט געשמאק. אויך תגובות וואס ווערן געשריבן מיט ביטול און אנגרייפעריש קעגן אנדערע ניקס און מיינונגען גייען אביסל אויף די נערוון. דערפאר, הגם עס גליסט זיך מיר דא און דארט אריינצורעדן אין אן אשכול, שווייג איך ליבערשט ווי איידער אריינגעשלעפט ווערן אין דעם נעגאטיווען ווינט וואס בלאזט דארט דערביי.

בנוגע דער שפראך: אויף וויפיל איך בין ווערט, וואלט איך זיך געפרייט צו ביישטייערן. ATUB @ישובניק ATUB (זאל זיין ניק רוען אין ליכטיגן גן עדן) קומט פאר ווי אן אמת'ער מומחה אויף דער שפראך. ער קען די כללים און קען פינקטליך אנווייזן וויאזוי מען שרייבט וואס און גענוי פארוואס. איך בין געבוירן מיט א חוש פאר א גראמאטיק און א געשמאק פאר שפראך. זייער א סך מאל (מסתמא רוב מאל) פיל איך אז אזוי איז קארעקט און אזוי איז גרייזיג, און נישט אייביג קען איך מסביר זיין פארוואס. אבער איך וואלט דווקא הנאה געהאט מיטצוטיילן וואס און וויפיל איך ווייס יא.

מסתמא זאל איך זיך מער דרייען אין דעם אשכול.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:06 pm#158486
יידל, מיט געוויסע נקודות, ביסטו הייליג גערעכט, וזה לעומת זה עשה אלוקים, מיט געוויסע נקודות נישט,
ק''ש מאזישהו סיבה, האט.פאלוירען/קיינמאל געהאט די חשיבות.וואס לדוגמא א צייטונג וכדומה האט, ויש להקדים דכו''ע מודים אז צו שרייבען און צו זיין גראמאטיש אויסגעהאלטען, פאדערט אביסעל שימת לב און געדולד, סיי וואס צו שרייבען קודם וכו' פארעכטען גרייזען וכו', ואולי אז פון ק''ש שרייבער קענסטו קיין גרויסע מסקנות נישט ציען, עס איז דא צו דעם טעכנישע סיבות, א גרויס עולם שרייבט פון סמארט פאון'ס, און מעקן און מוסיף זיין וכו' קאסט אסאך געדולד, ובנוסף, אז פארוואס זאל מען זיך מוטשען ווען עפעס א ניק וועט זיך אנרוקען ווי א וויירוס און פארהארגענען דעם גאנצען תגובה, ועל מה ולמה, משקיע זיין מחשבה אינ'ם געשרייבעכ'ס ווען דער נושא וועט במילא פארדרייט ווערן און א נושא וואס מען האט בכלל נישט אנגעהויבען, איך רעד שוין נישט ווען.מען.פארקריכט גאר אוועק צו א ענין שלא נגע ולא פגע מיט דעם ענין וואס מען האט אנגעהויבען, ובנוסף, וואס מען קען זיך זעצן.שרייבען א תגובה וואס פרעגט יענעם אפ, און קיינער איז זיך נישט מתייחס צו דעם, און.מען איז אים אפילו נישו מעורר אז.ער נישט צו דער זאך, ובנוסף, וואס כמעט האלב ק''ש באשטייט און אישי, ועל מה ועל מה ולמה, משקיע זיין צו פארברייטערען יענעמס פריוואטע הודעות... ויש עוד להרחיב בהסיבה למה יש יחס אי רציני ולא חשוב לק''ש, במקום שהנושאים שנידון בק''ש הם רציניים וחשובים..
שוין, גענוג געפיסקעוועט..
ובנוגע אז די וואקאבולאר און דער שכל, זענען פארבונדען, דעתי כדעת הוגה, וכשראיתי דברי הוגה, ברכתי ברכת הודאה, ברוך הוגה שכיוון לדברי..
ואל תטעה, ביסט טויזענט פראצענט גערעכט אז ביי אונז איז פארהאנען אסאך שפראך פראבלעמען וכו', און אלע נישט גוטע תוצאות וואס קומען ארויס פון דעם, און בנוגע די וויכטיגקייט פון לערנען די קינדער די שפראך ריכטיג, מיט'ן גאנצען ברייטקייט, זיי זאלן זיין געוואוינט פון די יונגנט צו זיין אויסגעהאלטען גראמאטיש, צדקו דבריך.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:14 pm#158492
הוגה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: עס זענען דא צוויי סיבות וואס האלטן אים צוריק (פון שרייבן). דער ערשטער און הויפט פראבלעם איז אז ער קען נישט שרייבן קיין אידיש ווי עס דארף צו זיין. די צווייטע סיבה איז וויבאלד ער שפירט אז דער ק"ש באפעלקערונג זענען ציניש און נעגאטיוו, און ער האט מורא אז עס וועלן אלץ זיין ניקס וואס וועלן אים ארונטעררייסן. זאג איך אים, די צווייטע פראבלעם הער איך. אבער פארוואס איז נישט קענען שרייבן אידיש א פראבלעם?


איך ווייס אז דאס איז נישט געווען דיין עיקר נקודה, אבער דאך ווי אזוי האסטו געקענט בארעכטיגן זיין צווייטע טענה? דו מיינסט אז די רמב"ם וואלט זיך נישט געקענט פטר'ן פון שרייבן די מורה מיט דער זעלבע תירוץ? מיינסט אז ווען סקרטוס האט פילאזיפירט אין די גאסן פון Athens און פראבירט צו ראציאנאליזירן די וועלט והמסתעף איז ער נישט צוריק געוויזן געווארן מיט צינישקייט? מען שרייבט מיט די האפענונג אז עס וועט קומען איין חכם צווישן טויזנט טיפשים און ער וועט טון עפעס גוטס מיט די געדאנק.

ווי אני השפל והדל, קטן וננס וכו' (ענדיגטס עס אליינס צו...) פארשטיי יידל'ס ווערטער, האט ער נישט גערעדט פון פירן וויכוחים און אריינווארפן צינישע פירכות, הלא זהו דרכן של מתווכחים, דאס אלס ווען מען פירט א וויכוח, און מען ווארפט אריין א צינישע פירכה בנוגע דעם נושא איבער וואס מען איז דן, אבער דא אין ק''ש איז נישט דאס דער פראבלעם.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:24 pm#158505
הוגה האט געשריבן:
ונבנתה, כדרכי האב איך דייקא נישט געברענגט קיין מראי מקומות, אבער אז דו ברענגסט שוין די תניא וועל איך זאגן אז דער איידיע איז טאקע נישט מיינס. קודם כל, אין ליקוטי תורה שטייט עס אסאך מאל. די עיקר נקודה איז אז ווילאנג די מחשבות ווערן נישט מלובש אין ווערטער זענען זיי בלי גבול, ווי נאר זיי ווערן מלובש אין ווערטער ווערט עס מוגבל, וכמש"כ לעיל. אויך אין די פיליזאפישע שריפטן ווערט דאס געברענגט.

יאיר, איך זאג נישט אז מען טראכט קיינמאל אין ווערטער, אודאי ווען מען טראכט פון עפעס וואס מען וויל 'טון' אדער 'פארציילן', טראכט מען עס אין ווערטער. אבער סתם טראכטן לשם טראכטן, אן נעמען די מחשבה לדיבור או למעשה דערנאך, קומט זיכער נישט מלובש אין ווערטער. און אויב קענט איר נישט טראכטן אן ווערטער האט איר קיינמאל געטראכט בלי גבול.
.

אודה ולא אבוש, כ'האב נאך קיינמאל נישט געטראכט בלי גבול. אפשר גיבט איר ארויס דעם סוד ווי אזוי מען טוט דאס?
בכל אופן, ווען מען רעדט פון שרייבן אויף קאווע שטיבל רעדט מען דאך פון געהעריגע געדאנקען און חידושים, דאס ביסטו דאך מודה אז מ'קען נישט טון אן ווערטער.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:20 am#158531
דער געדאנק און דער חידוש כשלעצמה איז נישט דווקא פארבינדען מיט די ווערטער וואס ער גייט דאס שרייבען אויף ק''ש, דער געדאנק/חידוש איז א מחשבה און דאס איז בלי גבול, נאר ווען ער שרייבט דאס אראפ איז ער דאס מגביל און ווערטער, דא קומט אריין יידל'ס געדאנק אז ווי מער אויסגעריבן מען איז און שפראך און גראמאטיק, קען מען שטערקער און טיפער ארויסברענגען דעם געדאנק, אבער דער געדאנק גופא איז טאקע יא בלי גבול, ובאמת איז דאס שוין אן אויסגעדראשענע סוגיא פון ערשטע פסיכולוגען, וואס איז דאס מחשבה, און צו דער מענטש זעט אדער ווייסט פון יעדע מחשבה וואס ער טראכט, אדער אז די מחשבות וואס דער מענטש זעט און ווייסט פון דעם איז שוין אויסגעקליבן פון א טוץ געדאנקען וואס דער מענטשליכער מאנעטער האט נישט אויפגעכאפט, אדער ע''פ סיבה האט דער מענטשליכער מאנעטער אויסגעקליבען דווקא די מחשבה וכו' והנ''מ הוא אם המחשבות הם מלובש באותיות און אז טאקע דער מענטשליכער מאנעטער איז מוגבל אין אותיות אבער די מחשבות נישט.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:33 am#158533
יאיר האט געשריבן:אודה ולא אבוש, כ'האב נאך קיינמאל נישט געטראכט בלי גבול. אפשר גיבט איר ארויס דעם סוד ווי אזוי מען טוט דאס?

האסט שוין פראבירט LSD?
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:39 am#158536
אחד העם האט געשריבן:דער געדאנק און דער חידוש כשלעצמה איז נישט דווקא פארבונדען מיט די ווערטער וואס ער גייט דאס שרייבען אויף ק''ש, דער געדאנק/חידוש איז א מחשבה און דאס איז בלי גבול, נאר ווען ער שרייבט דאס אראפ איז ער דאס מגביל און ווערטער, דא קומט אריין יידל'ס געדאנק אז ווי מער אויסגעריבן מען איז און שפראך און גראמאטיק, קען מען שטערקער און טיפער ארויסברענגען דעם געדאנק, אבער דער געדאנק גופא איז טאקע יא בלי גבול,

אלזא, איך שטעל דיר א טשעלענדש, פרוביר צו "טראכטן" אן ענטפער צו מיין פריערדיגע תגובה אן דעם וואס ספעציפישע ווערטער זאלן אדורכפליען דיין קאפ.
און פאר א גוט יאר, וואס איז דאס בלי גבול? דיין געדאנק האט נישט קיין גרעניץ? וועלכער מענטשנ'ס געדאנקען זענען נישט באגרעניצט ארום א ספעציפישע נושא?
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:43 am#158538
יאיר. וואס פונקטליך טראכט א הונגעריגער טיגער ווען ער זעהט א שעפסל אדורכשפאצירן? ער ווייסט דען פונעם ווארט "נאכלויפן"?
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:47 am#158542
יאיר האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:דער געדאנק און דער חידוש כשלעצמה איז נישט דווקא פארבונדען מיט די ווערטער וואס ער גייט דאס שרייבען אויף ק''ש, דער געדאנק/חידוש איז א מחשבה און דאס איז בלי גבול, נאר ווען ער שרייבט דאס אראפ איז ער דאס מגביל און ווערטער, דא קומט אריין יידל'ס געדאנק אז ווי מער אויסגעריבן מען איז און שפראך און גראמאטיק, קען מען שטערקער און טיפער ארויסברענגען דעם געדאנק, אבער דער געדאנק גופא איז טאקע יא בלי גבול,

אלזא, איך שטעל דיר א טשעלענדש, פרוביר צו "טראכטן" אן ענטפער צו מיין פריערדיגע תגובה אן דעם וואס ספעציפישע ווערטער זאלן אדורכפליען דיין קאפ.
און פאר א גוט יאר, וואס איז דאס בלי גבול? דיין געדאנק האט נישט קיין גרעניץ? וועלכער מענטשנ'ס געדאנקען זענען נישט באגרעניצט ארום א ספעציפישע נושא?

איך וואלט מחלק געווען צווישען באוואוסטזיניגע געדאנקן און אינטערבאוואוסטזיניגע געדאנקן
בעת ווען דער קאנטשעס איז טאקע מער באגרעניצט איז אבער די סוב קאנטשעס אזא פרייע פויגעל (Free association)
אין דאס קענסטו נישט שטעלן אויפן טעסט ווייל דעמאלטס ביזטו דאך קאנטשעס.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:50 am#158544
שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר. וואס פונקטליך טראכט א הונגעריגער טיגער ווען ער זעהט א שעפסל אדורכשפאצירן? ער ווייסט דען פונעם ווארט "נאכלויפן"?

דאס איז דאך דער שפיץ פון דעם געדאנק. בהמות און חיות קענען נאר פילן און טראכטן פראקטיש, דער שעפסל קען מעורר זיין דעם תאוות הרעב ביים טיגער און ער וועט שפירן א דראנג צו נאכלויפן. דער טיגער זעצט זיך אבער קיינמאל נישט אראפ טראכטן, וואס וועל איך טון נעקסטע מאל א שעפסל קומט, זאל איך אים נאכלויפן אדער רחמנות האבן אויף אים?
אט דאס מיינט געטראכט אבסטראקט, און דאס קען נאר א מענטש טון.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:55 am#158547
יאיר א מענטש האט די מעגליכקייט און וועט טראכטן מערסטנסטייל אין ווערטער אבער מ'קען טראכטן אין בילדער אדער אין אנדערע דמיונות החושים, און וואס טוסטו מיט געדאנקן וואס האט נישט קיין ווערטער טראכט מען דאס צו אויף א געמיש פון אבסטראקטע מחשבות.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:07 pm#158599
דער @יאיר איז דאך א חכם מחוכם, אדער ווי מען זאגט אין אידיש - אן "אונטערגעציפטע אויבער-חכם". דו פרעגסט א שאלה וואס האט נישט קיין אנטווארט, דו שטעלסט פאר א טשאלאנדזש וואס פארמאגט נישט קיין פתרון, און דו לייגסט פאר א טענה וואס קען נישט צוריק געוויזן ווערן. מיט דעם קלייבסט דו זיך צו ערווארבן די טיטל "געווינער". היו לא תהיה! מיר וועלן דאס נישט צולאזן! :x

יאיר האט געשריבן:אודה ולא אבוש, כ'האב נאך קיינמאל נישט געטראכט בלי גבול. אפשר גיבט איר ארויס דעם סוד ווי אזוי מען טוט דאס?


האסט דא פארלאנגט א הסבר ווי אזוי מען טראכט בלי גבול, האסט דאך געפרעגט עפעס וואס דו וויסט אז עס איז אוממעגליך צו ענטפערן. אז מען גיבט עס ארויס איז עס דאך נישט קיין מחשבה, און ממילא איז עס נישט בלי גבול.

יאיר האט געשריבן:איך שטעל דיר א טשעלענדש, פרוביר צו "טראכטן" אן ענטפער צו מיין פריערדיגע תגובה אן דעם וואס ספעציפישע ווערטער זאלן אדורכפליען דיין קאפ.


דא ווידער האסטו געשטעלט א טשאלאנדזש וואס קען נישט ווערן צופרידן-געשטעלט. וויבאלד מען טראכט אן אנטווארט צו דיין שאלה איז עס אטאמאטיש מוגבל. עס ווערט א דיאלאג צווישן צוויי מוגבלים. משא"כ ווען מען טראכט איבער א זאך אדער נושא אינדערויסן פון א דיאלאג און נישט אין די קאנטעקסט פון אן "ענטפער" דעמאלטס אנטהאלטן די מחשבות נישט קיין ווערטער. אדרבא, עס געשעהט זייער אסאך מאל וואס עס פאלט איין א געוואלדיגע געדאנק אבער ווי נאר מען הייבט אן צו טראכטן ווי אזוי עס צו אפשרייבן אדער איבער זאגן ווערט מען STUCK, מען קען נישט גיין ווייטער און עווענטועל פארלירט מען די TRAIN OF THOUGH.

יאיר האט געשריבן:און פאר א גוט יאר, וואס איז דאס בלי גבול? דיין געדאנק האט נישט קיין גרעניץ? וועלכער מענטשנ'ס געדאנקען זענען נישט באגרעניצט ארום א ספעציפישע נושא?


די געדאנק איז מוגבל נאר אין די ידיעות אבער נישט אין די קריעיטיווע טייל. לדוגמא, עס קען זיין אז איך ווייס נישט אז די געדאנק וואס איך שרייב דא איבער דאס אומ-מוגבל'דיקייט פון מחשבה, איז א געדאנק פון דער און יענער דענקער, און קען זיין אז איך ווייס נישט זייערע קלארע ראיות והוכחות דערויף, אבער אויב טראכט איך מיט גענוג העמקה און קאנצעטראציע קען מיין מח אויפקומען דערמיט פון זיך אליינס. נאכן אויפקומען דערמיט קומט די שווערע TASK פון עס אריינלייגן אין ווערטער, און דא ווערט די זאך גאר אסאך פארהאנקערט.

דאס איז גאר א שווערע געדאנק צו ערקלערן פאר אנדערע, ווייל - ווי געזאגט - זענען ווערטער מוגבל, ספעציעל ווען עס קומט צו מסביר זיין עפעס וואס איז נישט מוגבל. אדער ביסטו מסכים אדער נישט, ס'טוישט נישט די מציאות EITHER WAY. לגבי שרייבן דא אין ק"ש האב איך שוין אליינס פריער געשריבן אז דא איז שוין יא משנה די קאליבאר פון די וואקאבולער. איך האב נאר - דרך אגב - מעיר געווען אויף וואס יידל האט געשריבן בנוגע מחשבה.


ביטע זיי מוחל אויב כ'בין צו ציניש.... :lol:


.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 12:42 pm#158609
אנטשולדיגט פארן איבערהאקן די שמועס וועגן בלי גבול, איך וויל א רגע רעדן וועגן די נושא פתיחת האשכול.

ATUB @יידל ATUB האט זייער גוט ארויס געברענגט גוטע נקודות איבער די וויכטיגקייט פון שרייבן און רעדן מיט א ברייטע וואקאבולאר.
און ער האט אונז נישט געלאזט אובד עצות, ער האט פארגעשטעלט עטליכע עצות דערצו, און איינס דערפון אז מען זאל פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע אויסגעהאלטן לויט די כללים, און אזוי וועט מען זיך אויסלערנען צו שרייבן ריכטיג, און אויב מען האט א ספק האבן מיר אן אויסוואל פון געלונגענע שרייבערס וואס וועלן שטיין גרייט צו די האנט און ארויס העלפן.

דער פראבלעם איז אבער אז דער וואס קען נישט אזוי גוט די כללים, און ער האט אויך נישט צו א ברייטע וואקאבולאר, ווייסט דאך נישט וואס עס פעלט אים, און ער ווייסט אפילו נישט אז ער דארף אנפרעגן דערויף. און פון די אנדערע זייט די וואס ווייסן יא גייען דאך נישט זיצן א גאנצן טאג און פארעכטן יענעם'ס גרייזן, זיי זענען דאך וואוילע מענטשן און ווילן נישט אז יענער זאל פיהלן געטשעפעט ווען מען פאריכט אים יעדן צווייטן טאג.

אלזא וויל איך זיך ארויסשטעלן אלץ וואלענטור, אזוי ווי איך קען באשטיין צו אויסשארפן מיין שרייבן, קענען די ידענים נוצן מיינע תגובות זיי אויסצובעסערן און ווייזן די ריכטיגע וועג ווי אזוי איך וואלט געדארפט שרייבן אדער וועלכע ווערטער איך וואלט געדארפט נוצן, און אין איינוועגס וועלן אנדערע אויך הנאה האבן זיך אויסצולערנען דערפון די כללי כתיבה.

און א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.

יישר כח.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 1:41 pm#158624
ג"א מצטרף לדברי הנ"ל.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 2:36 pm#158630
א שיינעם דאנק, יידל, פאר דעם וויכטיגן שמועס.

אליצפן דעמאנסטרירט ווידעראמאל די וויכטיגקייט פון "רידינג קאמפרעהענשאן".
אליצפן האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל יידל כדרכך בקודש.
אבער וועגן ראובן'ס ארטיקל מוז איך במחילת כבודכם זיין מחולק אויף אייך.
ער האט געשריבן ווי פאלגענד:

די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען.

אין מיינע אויגן, און איך מיין אז אין די אויגן פון רוב יודיש רעדענדע מענטשן, קוקט דער זאץ אויס ווי א שרעקליכע מיאוסע אטאקע אויף די צוויי גדולי ישראל. מתוך דבריו קומט אויס אז היטשענס, הרב יוסף, און הרב אלישיב זענען אלע אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן, מידות וואס מ'טאר זיך פון זיי נישט אפלערנען. דאס איז וואס ער זאגט סיי מיט א קאמע, און סיי אן א קאמע.
און אויב דאס איז נישט א שרעקליכע אטאקע אויף גדולי ישראל, ווייס איך נישט וואס איז.
ווי אזוי וואלט איר רעאגירט ווען איינער שרייבט אויפן בעל דברי יואל, ''ער איז געווען א מענטש מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'', וואלסטו אויך געהאלטן אז עס איז א מייסטערהאפטן ארטיקל?? איך שטעל מיך פאר אז נישט.

ווי איך האב עטליכע מאל פרובירט קלאר צו מאכן, איז מיין ליבע-שנאה צו די דערמאנטע פערזענליכקייטן א גענצליך-פערזענליכער פרעפערענץ. עס איז נישט פאראן קיין אוניווערסאלע ליסטע פון "שלעכטע מידות", וואו יעדער איז מודה אז געוויסע מידות זענען די ערגסטע און אנדערע זענען נישט אזוי וויכטיג. יעדער יחיד האט זיינע פרעפערענצן וואס עס איז פאר אים וויכטיג. פאר געוויסע מענטשן איז ראסיזם נישט אין שפיץ פון דער ליסטע פון שלעכטע מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען, אנדערע האבן דאס מערסטע פיינט אומאויפריכטיגקייט, עקסטרעמיזם, לייכטזיניגקייט, גאוה, טיפשות וכדומה. איך האב דערמאנט פיר גרויסע מענטשן, וואס פונקט פארמאגן די אלע פיר געוויסע מידות וואס זענען אין שפיץ פון מיין ליסטע פון וואס איך האלט אז מ'טאר זיך פון זיי נישט אראפלערנען. דאס שטעלט זיי נישט "אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן." נישט איך, און איך גלייב אז יידל אויך נישט, וואלטן געטוישט אונזער מיינונג ווען עס האנדלט זיך ווען מיט האדמו"ר מסאטמאר ז"ל אדער סיי וועמען. יעדער מענטש האט רעכט צו האבן פרעפערענצן איבער וואספארא מידות ער גלייכט יא און וועלכע נישט, און האט רעכט אויסצודרוקן זיין פערזענליכע מיינונג. הרב עובדיה יוסף ז"ל בלייבט אן אדם גדול בענקים, אפגעזען צי איך האב אים יא געגליכן צי נישט, און אט-דאס איז געווען די כוונה פון מיין ארטיקל.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 2:36 pm#158631
אליצפן האט געשריבן:בכלל קומט נישט ארויס קלאר אינעם ארטיקל וואס איר ווילט, רוב ווערטער וואס איר באקלאגט זיך אז יונגערלייט ווייסן נישט, זענען הויכע וואקעביולערי ענגלישע ווערטער וואס איר זאגט אויף א יודישע אופן. למשל, ביגאטרי, איגנאראנץ, סוביעקטיוו, אביעקטיוו, די אלע זענען נישט קיין אידישע ווערטער וואס א חסיד'ישער יונגערמאן וואלט דארף צו וויסן, נאר ענדערש ענגלישער ווערטער פון א high vocabulary, וואס איך בין נישט זיכער אז אן עוורידזש גוי וועט וויסן וואס עס מיינט. (אפשר איגנאראנץ יא.)
נאכדעם שפרינגסטו צו reading comprehension וואס איז א גאנץ אנדערע פראבלעם ווי וואקעביולערי. האסט געמאכט איין גרויסע טשולענט פון אסאך באזונדערע נושאים.

וואקאבולאר און פארשטיין א פשוט'ן געשריבענעם געדאנק זענען געווענליך תלוי הא בהא. דער פראבלעם ביים היימישן עולם איז נישט נאר אז מ'קען נישט קיין אידיש, נאר אז מ'קען נישט קיין פשוט'ע מושגים, אין קיין שום שפראך! "אביעקטיוו" און "סוביעקטיוו" זענען פונקט אזוי אידיש ווי ענגליש, אבער דאס איז בכלל נישט די נקודה. דאס זענען מושגים וואס א 12-יעריג פובליק-סקול שולער פארשטייט, אבער פערציג-יעריגע חסידישע יונגעלייט פארשטייען נישט.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:05 pm#158634
ברסלב'ער, וואלענטיר מיט א י'. (ספעלינג אויסבעסערונגען איז אויך אין כלל פון די הבטחה?...)
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:43 pm#158645
ראובן האט געשריבן:א שיינעם דאנק, יידל, פאר דעם וויכטיגן שמועס.

אליצפן דעמאנסטרירט ווידעראמאל די וויכטיגקייט פון "רידינג קאמפרעהענשאן".
אליצפן האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל יידל כדרכך בקודש.
אבער וועגן ראובן'ס ארטיקל מוז איך במחילת כבודכם זיין מחולק אויף אייך.
ער האט געשריבן ווי פאלגענד:

די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען.

אין מיינע אויגן, און איך מיין אז אין די אויגן פון רוב יודיש רעדענדע מענטשן, קוקט דער זאץ אויס ווי א שרעקליכע מיאוסע אטאקע אויף די צוויי גדולי ישראל. מתוך דבריו קומט אויס אז היטשענס, הרב יוסף, און הרב אלישיב זענען אלע אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן, מידות וואס מ'טאר זיך פון זיי נישט אפלערנען. דאס איז וואס ער זאגט סיי מיט א קאמע, און סיי אן א קאמע.
און אויב דאס איז נישט א שרעקליכע אטאקע אויף גדולי ישראל, ווייס איך נישט וואס איז.
ווי אזוי וואלט איר רעאגירט ווען איינער שרייבט אויפן בעל דברי יואל, ''ער איז געווען א מענטש מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'', וואלסטו אויך געהאלטן אז עס איז א מייסטערהאפטן ארטיקל?? איך שטעל מיך פאר אז נישט.

ווי איך האב עטליכע מאל פרובירט קלאר צו מאכן, איז מיין ליבע-שנאה צו די דערמאנטע פערזענליכקייטן א גענצליך-פערזענליכער פרעפערענץ. עס איז נישט פאראן קיין אוניווערסאלע ליסטע פון "שלעכטע מידות", וואו יעדער איז מודה אז געוויסע מידות זענען די ערגסטע און אנדערע זענען נישט אזוי וויכטיג. יעדער יחיד האט זיינע פרעפערענצן וואס עס איז פאר אים וויכטיג. פאר געוויסע מענטשן איז ראסיזם נישט אין שפיץ פון דער ליסטע פון שלעכטע מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען, אנדערע האבן דאס מערסטע פיינט אומאויפריכטיגקייט, עקסטרעמיזם, לייכטזיניגקייט, גאוה, טיפשות וכדומה. איך האב דערמאנט פיר גרויסע מענטשן, וואס פונקט פארמאגן די אלע פיר געוויסע מידות וואס זענען אין שפיץ פון מיין ליסטע פון וואס איך האלט אז מ'טאר זיך פון זיי נישט אראפלערנען. דאס שטעלט זיי נישט "אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן." נישט איך, און איך גלייב אז יידל אויך נישט, וואלטן געטוישט אונזער מיינונג ווען עס האנדלט זיך ווען מיט האדמו"ר מסאטמאר ז"ל אדער סיי וועמען. יעדער מענטש האט רעכט צו האבן פרעפערענצן איבער וואספארא מידות ער גלייכט יא און וועלכע נישט, און האט רעכט אויסצודרוקן זיין פערזענליכע מיינונג. הרב עובדיה יוסף ז"ל בלייבט אן אדם גדול בענקים, אפגעזען צי איך האב אים יא געגליכן צי נישט, און אט-דאס איז געווען די כוונה פון מיין ארטיקל.

איך מיין אז כ'האב זייער קלאר ארויסגעברענגט וואס איך מיין. עס איז מיין מיינונג אז שרייבן אויף גדולי ישראל אז זיי האבן פארמאגט עטליכע פון די סאמע ערגסטע מדות, איז א שרעקליכע זאך. אפילו אויב עס איז נאר דיין פערזענליכע מיינונוג. פארדעם האב איך געפרעגט ווי אזוי ער וואלט רעאגירט ווען איך שרייב מיין פערזענליכע מיינונג אין אזעלכע ווערטער וועגן דעם בעל דברי יואל. קען זיין אז דא אויף ק''ש מעג מען זיך אויסדרוקן מיטן ערגסטן אויף גדולי ישראל. איך ווייס נישט.
ב''ה ס'פעלט מיר נישט אין 'רידינג קאמפרעהענשאן'.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:10 pm#158647
צו אביסל מער דעמאנסטרירן וואס איך האב פריער געשריבן וועגן דעם גאר ערנסטן פראבלעם פון אנאלפאבעטיזם ביים היימישן עולם, לאמיר א בליק טון וואס מ'לערנט אין אלגעמיינע שולעס. איך האב אריינגעלייגט אין גוגל א זוך פאר לייענען-מאטעריאל פאר זיבעטער קלאס - דאס איז קינדער פון 11-12 יאר אלט. איך האב באקומען א פשוט'ע מעשה'לע וואס איז געאייגנט פאר דעם יארגאנג. א שנעלן בליק ברענגט אויף מושגים וואס נישט נאר חסידישע כיתה ח' קינדער קענען נישט, נאר אפילו חסידישע ערוואקסענע. קיינער דארף נישט קענען דעם ווארט "Painstakingly", אבער דעם מושג דארף מען וויסן. אז מ'קען נישט דעם ווארט אין ענגליש, דארף מען כאטש קענען דעם ווארט "זארגפעלטיג" אין אידיש. און אז מ'קען נישט קיין איינס איז מען אן אנאלפאבעט!

פאלגנד זענען עטליכע ווערטער פון די פאר קורצע פאראגראפן וואס אלגעמיינע 11-12 יעריגע קינדער דארפן צו פארשטיין.

Confronted
קאנפראנטירט

Prim
שטייף, ארדנטליך

Painstakingly
זארגפעלטיג

Mutual
קעגנזייטיג, געמיינזאם

Earnest
אויפריכטיג

Knowledge
וויסנשאפט, קענטעניס

Rustle
שארך

רוב 11-12-יעריגע חסידישע קינדער קענען נישט אט די מושגים אין קיין שום שפראך.

דאס זענען ווערטער וואס איך האב געטראפן בדרך אגב אין א מעשה'לע. אבער וואספארא ווערטער, מושגים און ידיעות לערנט מען מיט קינדער אין אלגעמיין?

פאלגנד זענען ווערטער וואס מ'לערנט אין פערטער קלאס (8-9 יאר) פון דער אלגעמיינער שולע-סיסטעם, וואס דאס איז כיתה ה' אין די ניו-יארקער חסידישע מוסדות. א טייל פון די ווערטער רעפרעזענטירן ידיעות (ווי latitude און longitude), און א טייל – מושגים (ווי compensation און pioneer). נאכאמאל, דער פראבלעם איז נישט אז חסידישע אידן קענען נישט די ענגלישע ווערטער, נאר אז טייל פון די מושגים וואס 8-9 יעריגע קינדער לערנען קענען נישט חסידישע אידן מיט ווייסע בערד אין קיין שום שפראך – נישט אין אידיש, נישט אין ענגליש און נישט אין לשה"ק.

געדענקט אז דאס איז א ליסטע פון ווערטער פאר פערטער קלאס – אוודאי זענען א גרויס חלק פון די מושגים שוין באקאנט פאר ערוואקסענע, אבער מ'קען רואיג אננעמען אז כאטש 90% חסידישע קינדער קענען נישט מער ווי 10% פון אט די מושגים, און כאטש האלב חסידישע ערוואקסענע קענען נישט מער ווי 65-75% פון די מושגים.

latitude
longitude
absolute
compensation
composite
products
mental
neutral
abundant
thrive
nutrients
associative
ecosystem
however
gerbil
hemisphere
climate
population
fragile
hostile
camouflage
predator
prey
fracture
species
architecture
density
algorithm
balanced
hypothesis
endangered
extinction
pioneer
poet
moisture
carnivore
herbivore
omnivore
erratic
temporary
congruent
principle
temperature
corruption
relevant
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:14 pm#158648
פארוואס פונקטליך דארף א 8 יעריג קינד וויסן וואס prey איז אין סיי וועלכע שפראך ?
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:44 pm#158655
שיין צו זעהן ווי פון א אשכול ספק מחאה ספק תערומות ספק אויף קאווע שטיבל ספק אויף היימישע אידען ספק אויף אידישקייט בכלל (כאילו ביי די גויים צו וואס קענען אלע שרייבען.. די קאמענטס אויף יוטוב קליפס האט איר שוין אמאל אדורכגעליינט?) ווי זיי האבען נישט גענוג קיין רייכע וואקאבולערי וואקסט ארויס אזא שיינע אינטרעסאנטע טיפע שמועס וועגן מחשבה בלי גבול ומחשבה בגבול ואותיות המחשבה וכו'. (אגב, ATUB @הוגה ATUB , ATUB @יאיר ATUB , סתם א מראה מקום, קוקטס אריין אין 'אוי אמונה' אשכול ווי מען ברענגט א בני יששכר אז אמונה איז בלי גבול וויבאלד מען פארשטייט נישט, וצרף לכאן). ATUB @יידל ATUB , גיי ווייז דאס פאר דיין חבר וואס טענה'ט אז אלעס אין קאווע שטיבל קומט סתם צו ציניזם און ליצנות. זאל ער זעהן ווי די מציאות איז פונקט פארקערט. און לגבי זיין טענה ער קען נישט שרייבען, זאג עם ער זאל קוקען אויף לעיקוואד, וואס איז קנאפע מקפיד אויף כללי הדקדוק און שרייבעריי, און שרייבט עפעס א געמישאכץ פון אידיש יידיש ענגליש לשון הקודש און עברית, און דאך דערוואגט ער זיך צו שרייבען דא.. מען דארף נאר אביסעלע חוצפה. און האעבן עפעס א טענה, די כלי און שפראך איז נישט מעכב. הגם עס גיט אוודאי צו, און פראקטיש גערעדט בין איך מיט יאיר אז האבען א רייכערע שפארך בארייכערט די מחשבות אויך, הגם אז בעומק פילאסאפיש איז הוגה אויך גערעכט.
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:57 pm#158664
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס פונקטליך דארף א 8 יעריג קינד וויסן וואס prey איז אין סיי וועלכע שפראך ?

אבער ער/זי מעג וויסן דעם חילוק צווישן Prey and/or Pray. :roll:
פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:59 pm#158665
א אכט יעריג'ס ווייסט וואס Pray איז אין אידיש. ער דארף נישט וויסן אז ס'דא א אנדערע ווארט וואס ווערט אויך אזוי ארויסגעזאגט
זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:46 am#158802
און וויאזוי וועט זי טייטשן טרף נתן ליראיו?
זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:12 am#158807
געפילטע פיש האט געשריבן:און וויאזוי וועט זי טייטשן טרף נתן ליראיו?

נישט אזא פאסיגע פסוק ווייל דא איז דער טייטש דוקא בל' מושאל שפייז ווי אינעם פסוק לחם חוקי הטריפנו
די תורה פארווערט דאך דאס עסן טריפה ווי עס שטייט ואנשי קודש תהיון לי ובשר בשדה טריפה לא תאכלו (לויט די טראדיציע מיינט דאס א בהמה אדער חיה ואס האט געוויסע וואונדען אז זי וועט נישט דערלעבן א פולער יאר ווידעראום א פארציקטע בעל חי ווערט אנגערופן נבילה לויט די הלכה)
הגם אין די ענגלישע איבערזעצונג טייטשן זיי אויך בל' מושאל .Prey has given those who fear Him
זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:35 am#158817
ראובן, ארויסגעברענגט א טיפע פראבלעם. כ'ליין אידיש מאטריאל טאקע פאר מיין כתה ה' אינגל, און רוב מאל שפיר איך אז אויב וויל איך נישט פארוואנדלן די עקספעריענס פון הערן א מעשה אין א קלאסרום לעקציע מיז איך משנה זיין פונעם סקריפט אויף א דום לעוועל למען ירוץ הקורא.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:38 am#158818
יואליש האט געשריבן:ראובן, ארויסגעברענגט א טיפע פראבלעם. כ'ליין אידיש מאטריאל טאקע פאר מיין כתה ה' אינגל, און רוב מאל שפיר איך אז אויב וויל איך נישט פארוואנדלן די עקספעריענס פון הערן א מעשה אין א קלאסרום לעקציע מיז איך משנה זיין פונעם סקריפט אויף א דום לעוועל למען ירוץ הקורא.

דער צוגאנג איז למעשה א טעות, גענוי ווי מרעדט מיט קליינע קינדער קינדעריש נישט ארויסזאגענדיג ווערטער קלאר מיט דעם פארלענגערט מען דאס קינד'ס אנטוויקלונג אין ארויסרעדן קלאר ווערטער.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:47 am#158819
פון מיין experience ליינענעדיג און לערנענדיג פארשידענע ענינים, איז א שיין שפראך סך הכל א שיין שפראך.
אמת׳ע חכמה, זעען זאכען קלאר און אמת׳דיג קומט פון די פנימיות הנפש, און וואו מער די מענטש איז connected מיט זיין אייגענע נפש און מיט זיין אייגענע מח, אלץ מער אמת׳ע חכמה האט דער מענטש.
סאיז דא א געוואלד מיט שרייבערס וואס קענען זיין קנאפע חכמים, און שרייבען זאכען וואס זענען גאר ווייט פון חכמה, אבער די מענטשהייט וועט פאלען פאר זייער מייסטערהאפטיגע פענע.
וואס דאס ווייזט מיר אז גוט שרייבען איז א וועג וויאזוי צו באיינפלוסען מענטשען, סהאט אבער א קליינע שייכות מיט חכמה.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:10 pm#158879
נהורא, כ'בין מודה און באוויסזיניג צו די פראבלעם און ס'איז זיכער אז ארויסזאגן די "פרעמדע" ווערטער איז קריטיש פאר זייער וואקעבולערי בילדונג. ס'איז פארט א דילעמא ווען די ציל איז קוואליטי טיים און ענטערטעימענט. ווייל די אינגלעך ע"פ רוב האבן נישט קיין קאריקעלום פון ליינען אסך אידיש אזוי ווי אנדערע שולעס האבן מיט ענגליש, ממילא שאדט דאס פאר זייער הנאה פון דאס ביסל אידיש ליינען וואס די עלטערן טוהן מיט.

איינגעמיירעט, אן ערוואקסענע, רייכע און פונקטליכע וואקעבולערי איז נישט בלויז שיין נאר נוטיג פארן אנטוויקלונג פונעם מוח. לאמיר נעמען א משל פון געפילן. כאטש אידיש פארמאגט א רייכע אוצר פון געפילישע ווערטער, איז די אידיש וואס מיר ניצן נאקעט דערפון. ס'לאזט זיך שפעקולירן פארוואס, און מעגליך ווייל דאס רוב חסידיש-אידיש רעדנער פארמאגן נישט די נאטור פון זיך אויסדריקן מיט געפיל ממילא זענען די ווערטער מיט די צייט פארפאלן געגיינגען פונעם עמך וואקעבולערי. אלענפאלס, די רעזולטאט איז א פארקערטע אויך, אז די קומעדיגע דור פארמאגט נישט די מעגליכקייט זיך אויסצודריקן ספעציפיש אין געפילן און די געפילישע אנטוויקלונג בלייבט גאנץ פארמאכט. והוא הדין מיט אנדערע קאנצעפטען און טעכנישע און סאפיסטיקירטע באגריפן. די אידיש לעקסיקאן איז נישט רייף אין קיין שום חכמה, פסיכילאגיע, פיזיקס, וכו' וכו' די סיבה איז פשוט: די חכמות ווערן נישט שטודירט דורך די אידיש רעדנער, און אפי' ווען יא, איז עס נישט שטודירט און דיסקוסטירט אין די אידישע שפראך. ממילא איז די אוטומאטישע רעזולטאט אז א בלויז אידיש רעדענדער אין די אינגע יארן וועט נישט זיין אויסגעשטעלט צו די אלע טערמינען אפי' אין די קינדישע באגריפן דערפון.

א פאזיטיווע ערשיינונג איז מיט ניוול פה. וויבאלד די אידיש רעדנערס היינט זענען איידעלע נפשות און באניצן זיך נישט מיט פראפעניטי, איז אונז נישט באקאנט די אידישע אומאיידעלע ווערטער. די רעזולטאט איז זיכער אז די אינגווארג ווערט אינגעוואוינט צו רעדן איידל. קען אבער זיין וואס איך זאג יעצט איז הויל "בול שיט"... :D
זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:23 pm#158883
ניין. יואליש. דו ברענגסט זייער קלאר ארויס דעם מצב מיט זיינע מעלות און חסרונות. אבער איין קליינער (אפשר א גרויסער) תיקון דארף איינגעפיהרט ווערן. אז די עלטערן זאלן לייגן א שטארקן דגוש אז די קינדער זאלן ליינען מעשה ביכלעך אויף אידיש. היינט איז פאראן זייער א סאך מעשיות פון סיפורי צדיקים. די עלטערע קינדער מעגן אויך ליינען די ערליכע אידישע צייטונגען און זשורנאלן ווי דער שטערן/שפאקטיוו און אנדערע. אבער אז מ'איז פארנומען מיט איסורים, קונמות וחרמות קומט מען נישט אן אין ערגעץ. :roll:
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:06 pm#159091
למעשה רוב היינטיגע אינגעלייט קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשה"ק (עברית בלע"ז), עכ"פ די יסודות פון שרייבען
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 4:51 pm#159106
די געציילטע וועלכע ציילן זיך נישט אינעם "רוב" און קענען יא - פון וואו לערנען זיי דאס?
"דער שטערן" לערנט דען אויס וואס מיינט אביעקטיוו וכדומה?
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:59 pm#159113
א הערליכער אשכול, ATUB @יידל ATUB . מיט הערליכע הוספות פון ATUB @הוגה ATUB און ATUB @ראובן ATUB .

איך האב אין מיינע דרעפטס געהאט אנגעגרייט אן ארטיקל איבער דעם ענין, און אזויווי עס בארירט נקודות וועלכע זענען דא דערמאנט געווארן (און וואס זענען נישט דערמאנט געווארן) איז פאסיג עס דא ארויפצושטעלן.


א סך איז שוין געשריבן געווארן איבער דעם חורבן פון דער אידישער שפראך ביי היימישע אידן. ווי דער אידיש וואס מיר רעדן, שרייבן און לייענען איז בשפל המצב, און קיין ישועה זעט זיך נישט אן. מ'רעדט א סך ווי מ'מישט ענגליש אריין אין אידיש, ווי מ'קען נישט די אריגינעלע אידישע ווערטער, און אונזער שפראך ווערט א געמיש פון א צעקאליעטשן אידיש און פארדרייטן ענגליש.

דא וויל איך אבער רעדן פון אן אנדערן פראבלעם, און דאס איז נישט דער פראבלעם מיט אידיש פער סעי, נאר מיט דעם ענין פון שפראך בכלל, וואס איז ביי אונז ליידער בשפל המצב.

אז מ'הערט צו די שפראך פון נישט-חסידישע קינדער, און מ'פארגלייכט עס צו דער שפראך וואס ווערט גענוצט דורך חסידישע קינדער אין דעם זעלבן יארגאנג, ווערט מען נבהל ונשתומם אויף דעם גרויסן חסרון אין פארשטאנד פון מושגים וואס איז ליידער דא ביי אונז. מען זעט נישט דעם פראבלעם נאר ביי אונזערע קינדער, צום באדויערן זעט מען עס ביי ערוואקסענע אויך. נישט איין מאל און נישט צוויי מאל איז מיר אויסגעקומען צו נוצן א פשוט'ן מושג צו אן ערוואקסענעם און ער האט נישט געוואוסט וואס איך וויל. לעצטנס האט מיר א 30-יעריגער יונגערמאן אנגעשטעלט א פאר אויגן ווען איך האב גענוצט דעם ווארט "פאראדאקס" – א ווארט וואס א קינד פון דער אלגעמיינער ערציאונג-סיסטעם איז ערווארטעט צו קענען.

אז א קינד וואקסט אויף אן קענען דעם ווארט "פענסטער", נאר ער רופט עס "ווינדאו", איז עס א טאקע א פראבלעם מצד דעם פעלערהאפטיגן אידיש מיט וועלכן ער וואקסט אויף, אבער זיין שכל און קאגניטיווע פונקציעס וועט עס נישט שטערן, ווייל ער ווייסט דאך פון דעם מושג פון א פענסטער, מה לי צי ער רופט עס פענסטער צי ווינדאו. אבער אז מושגים ווערן נישט געלערנט, און טייל מאל אקטיוו דערשטיקט, איז עס נישט נאר א חסרון מצד שפראך, נאר עס נעמט אוועק די מעגליכקייט פון טראכטן, נוצן לאגיק און די מעגליכקייט פון אבסטראקטיווער מחשבה.

לאמיך דא אביסל קלארער מאכן וואס איך מיין, און נוצן משלים. אין דער אלגעמיינער ערציאונג סיסטעם איז ערווארטעט אז א קינד אין דריטן קלאס (כתה ד' ביי אונז) זאל קענען אזעלכע ווערטער ווי ability, arrange, average, avoid, method, vision, convince, rate. די ווערטער אין אידיש זענען: מעגליכקייט, אראנזשירן, דורכשניטליך, פארמיידן, מעטאדע, וויזיע (אדער: זע-קראפט), איבערצייגן, ראטע. איך דארף נישט אויסשמועסן אז דאס זענען ווערטער וואס אונזערע קינדער – אפילו א שיינע פאר יאר עלטער פון כתה ד' – קענען נישט און נוצן נישט.

און עס גייט נאך מער פון דעם. אין די לעצטע יארן איז געווארן א טרענד ביי מלמדים נאך מער אוועקצורויבן די קינדער די מעגליכקייט זיך אויסצולערנען אביסל וואקאבולאר. דאס לערנען טייטש פון חומש-רש"י פלעגט זיין א צייט וואס קינדער האבן אביסל פארברייטערט זייער וואקאבולאר, און האבן געלערנט נייע ווערטער. אבער פרישע מלמדים האבן לעצטנס אוועקגעשטעלט א ציל אז די טייטש זאל דווקא זיין ווערטער וואס די קינדער קענען שוין, און קיינמאל נישט נוצן נייע ווערטער. וואס דער שכל דערפון איז פאנג איך נישט אן צו פארשטיין – איז עס פשוט ווייל די מלמדים ווילן זיך פארשפארן די דריי מינוט פון מסביר זיין וואס דאס נייע אידיש ווארט מיינט?!

עטליכע ביישפילן:
ואשר לא צדה (פר' משפטים) – מיר אלע ווייסן די טייטש: "און ווער עס האט נישט געלאקערט". היינטיגע מלמדים האבן מחליט געווען אז קינדער ווייסן נישט וואס "געלאקערט" מיינט, און אנשטאט נעמען די פאר מינוט עס מסביר זיין, האבן זיי מחליט געווען צו טייטשן "און ווער עס האט נישט געוואלט"! עס שטימט טאקע אביסל מיט דעם מכוון פון דעם פסוק, אבער עס איז א גענצליך פאלשער פשט.

דאס אנאלפאבעטיזם איז באמת מרפסין איגרא. וואס קלערט א מלמד פון כתה ה' ווען ער איז מחליט צו פארדרייען פשט, כדי נישט אויסצולערנען די קינדער דעם ווארט געלאקערט?

נאך א ביישפיל:
שבעת הימים עושה אדם את סוכתו קבע, ואת ביתו עראי (סוכה פרק ב', משנה ט'). מיר אלע ווייסן די טייטש: "אלע זיבן טעג [פון יו"ט] מאכט א מענטש זיין סוכה באשטימט, און זיין הויז צייטווייליג." "צייטווייליג"? דאס איז נישט א ווארט וואס א מלמד פון כתה ד' קען אויסלערנען זיינע תלמידים. קען דען א קינד פארשטיין אזעלכע מושגים ווי פערמאנענץ און צייטווייליגקייט? (דער אמת: ענגליש-רעדנדע קינדער קענען שוין ביי די 5-6 יאר פארשטיין אזעלכע ווערטער פון permanent און temporary.) בכלל, "צייטווייליג" איז א ווארט וואס א זעלבסט-רעספעקטירנדער ערליכער איד וועט זעלטן נוצן – דאס איז געמאכט פאר קרומע קעפ, האלבע משכילים. פאלגנד איז וויאזוי א פאפולערער טייטש-צעטל וואס ווערט גענוצט דורך פילע מלמדים טייטשט: "אלע זיבן טעג פון סוכות דארף א מענטש מאכן זיין סוכה באשטימט, און זיין הויז א קורצע צייט."

דער מלמד האט ווידעראמאל געשטיצט אנאלפאבעטיזם, ווידעראמאל פארמיטן די קינדער פון שארפן זייער קאפ מיט נאך א מושג און נאך א ווארט אין זייער וואקאבולאר, און האט ווידעראמאל פארדרייט דעם טייטש פון דער משנה.

נאך א ביישפיל:
והנה שם שלשה עדרי צאן רובצים עליה (פר' ויצא). מיר ווייסן די טייטש: "און אט זענען דארט דריי סטאדעס שאף הויערן אויף איר." אבער "הויערן" איז דאך נישט קיין ווארט וואס א מלמד קען פארברענגען דעם טאג עס אויסצולערנען פאר די טייערע קינדערלעך. אין די לעצטע יארן האבן עס מלמדים געטוישט אויף "קניען". ממש א מחיה!


עס איז אמת אז א מענטש קען טראכטן אן שפראך, אבער מחשבה לויפט נאר א טראפקעלע פאראויס פון שפראך. שפראך איז א לייטער אויף וואס מחשבה בויט זיך, און לויפט אייביג אביסל פאראויס. א קינד וואס האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט רעדן קען נאר טראכטן פון גאר יסודות'דיגע זאכן, און ווי מער דאס קינד לערנט זיך אויס שפראך אלץ ווייטער לויפן די מחשבה-פעאיגקייטן. און דאס איז לאו-דווקא ביי קינדער. מענטשן וועלכע האבן צוליב סיבות שונות זיך נישט אויסגעלערנט שפראך אין די יונגע יארן, האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט קיין שפראך און זענען געבליבן פולקאמע שוטים כל ימי חייהם.

בזמן התלמוד איז נישט געווען קיין מעגליכקייט פאר טויבע מענטשן זיך אויסצולערנען שפראך, און דעריבער זענען זיי געבליבן שוטים כל ימי חייהם, און דערפאר: "חרש, שוטה וקטן פטורים מן המצוות."

שפראך און טראכט זענען תלוי הא בהא. אונזערע קינדער קענען שפראך, אבער די שפראך איז ארעם ווי דער נאכט, און ליידער איז שוין אויפגעוואקסן א דור וואס די מחשבה-פעאיגקייטן זענען אויך ארעם ווי דער נאכט.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:23 pm#159119
ATUB @יאנקל ATUB : (וואו איז ער דארט, דער אגודל סמיילי? אה! היער ווהי גאו) :like