Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זענען מיר אנאלפאבעטן?

זענען מיר אנאלפאבעטן?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
116 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 138 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5031
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 4:26 pm#437694
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
איך מיין אז עס א פשוט'ע זאך, וויפיל מענטשן רעדן אידיש? אפשר הונדערט טויזנט? און רובא דרובא האבן א שטארקע צווייטע שפראך וואס מען נוצט על פי רוב צו ליינען און שרייבן (לשה"ק ביי די מענער און ענגליש ביי די פרויען).
די קלענסטע אנדערע שפראך וואס איך קען איז עברית וואס מען רעדט אין א לאנד פון אכט מיליאן מענטשן, מיט נאך מיליאנען איבער די וועלט וואס נוצן עס)
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 1:31 pm#438766
ס׳איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש מור, אין זיין דרך אין עפיסטעמאלאגיע, האט אן אריכות בעיון אין דעם אז ווי אזוי אונז ווייסן זאכן איז דורך אונזער רילעישן צו ״קאנצעפטן״, און אז דאס [זיין דעפיניציע פונ׳ם טערמין ״קאנצעפט״] מעיקרא איז העכער פון שפראך און אפילו פון טראכטן.
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:37 pm#439084
דר. אלעקס בירן און דר. בענדזש העלי זאגן בנוגע עקספיריענסעס (בנוגע זייער דעפענס פון פיזיקעליזם) אז פיזישע קאנצעפטן און זייערע צוגעפארטע/קארעספאנדינג עקספיריענס קאנצעפטן זענען אינדעפענדענט איינע פון צווייטן. דאס הייסט אז ס׳איז אומעגליך אנצונעמען עי פריארי אז עפעס פון א פענאמענאלאגישע כאראקטער [אן עקספיריענס] וואס פאלט אונטער איר פיזישע קאנצעפט פאלט אויך אונטער איר פענאמענאל [עקספיריענס] קאנצעפט. און די פענאמענאל קאנצעפט דערפון קען זיין אומעגליך ארויסצוברענגן אין ווערטער, וואס ווערטער זענען א חלק פון די פיזישע קאנצעפט(ן) דערפון.
מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 9:31 pm#439344
מ׳קען דאס אפשר אויך אריינלערנען אין דברי הרמב״ם בפתיחתו למורה נבוכים (עכ״פ בנוגע שכליות׳דיגע קאנצעפטן). וז״ל, ודע כי כשירצה אחד מן השלמים כפי מדריגת שלימותו, לזכור דבר ממה שהבין מאלו הסודות אם בפיו או בקולמוסו, לא יוכל לבאר אפילו מעט השיעור אשר השיגוהו באור שלם כסדר, כמו שיעשה בשאר החכמות שלימודם מפורסם. אבל ישיגהו בלמדו לזולתו מה שמצאהו בלמודו לעצמו, רצוני לומר מהיות העניין מתראה מציץ ואחר יתעלם, כאילו טבע העניין הזה הרב ממנו והמעט כן הוא ע״כ ע״ש.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:07 pm#440081
בנוגע א ספעציאליזירטע וואקאבולאר איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו די טעזע פון דאס קאלאניזאציע פון די לעבנסוועלט וואס דער פילאזאף דר. יורגען האבערמאס האט פארמאליזירט בנוגע שפראך. דהיינו, עס איז דא די רייכע שפראך אין די אלגעמיינע לעבנסוועלט, וואס איז די געמיינזאמע סאביעקטיווע עקספיריענס פון מענטשן ביינאנזאם (אין א סאציאלע פארמאט אד״ג), צו אידעטיפיצירן מושגים. דערנאך איז דא לעומת זה ספעציאלע ווערטער וואס זענען געמאכט פאר די ענליכע זאכן אין ספעציאליזירטע סיסטעמן, פעלדער און פארמאטן אד״ג. יעצט, ס׳דא אמאל וואס מען אדאפטירט איינע פון די טערמינען וואס באלאנגען אין/צו א רעסטריקטירטע סיסטעם און מען נוצט דאס אין די לעבנסוועלט. דאס קען האבן א נעגאטיווע עפעקט אין מינימיזירן די רייכקייט פון פערסיוון געוויסע זאכן. (אביסל אווערסימפליפייד.)

א משל דערצו איז דאס וואס מאנכע האבן אדאפטירט דעם טערמין ״אילעגאל״, וואס באלאנגט צו די (שמאלע) געזעצליכע סיסטעם, און טוהן דאס נוצן צו באצייכענען גאנצעטע גרופעס.
מוצ"ש יאנואר 04, 2020 10:14 pm#440953
זענען מיר אנאלפאבעטן?
דער מו״נ (ח״ב פ״ל) שרייבט, שהלשונות הסכמיות לא טבעיות כמו שכבר חשבו זה ע״כ ע״ש (וע״ש בשם טוב ובקרשקש). דאס איז אפשר אביסל בניגוד צו דאס וואס מ׳האט פריער דערמאנט איבער דר. נועם טשאמסקי׳ס יסוד פון אוניווערסאלע גראממאר. הגם, מ׳קען פשוט משוה זיין אז די הונטערליגענדע בעיסיק יסוד פון שפראך, טשאמסקי׳ס טעזע, איז יא טבעי; דער רמב״ם רעדט בנוגע די אקטועלע שפראך וואס מ׳נוצט און דאס איז הסכמי/עפ״י קאנווענשען (ולכאורה משמע כן מהמפרשים הנ״ל, שדבריו הם בניגוד להחושבים לגבי מליצות הרכביות וכו׳. עס איז אויך משמע דארט אז ער רעדט מער אינ׳ם קאנטעקסט צו ״שמות״ (ווי איידער ממש ״לשונות״ בכלליות) זענען מוטבע אינ׳ם זאך, צו אז עס איז א הסכם וואס מענטשן מאכן אפ ע״ש).
זונטאג יאנואר 26, 2020 5:06 pm#442108
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב), שטעלט צאם די רילעישענשיפס פון ג-ט צום וועלט [בריאה], ג-ט צום מענטש [התגלות], און מענטש צום וועלט [גאולה], וואס דאס נעמט אריין די בחינה פון צייט אין זיך [עבר, הוה, און עתיד, רעספעקטיוולי]. ער זאגט אז ווי אזוי מ׳פערסיווט די רילעישענשיפס איז דורך שפראך-טראכטן; שפראך איז די ״ארגענאן״, וואס איז העכער פון סתם טראכטן, וואס נאר דאדורך קען מען עקספיריענסן די רילעישענשיפס, וואס זענען מיוסד אין זמן, וואס איז א יסוד פון אונזער עקזיסטענשל פערסעפשן.

ער פירט אויס אז די דאס איז די קשר צווישן די בריאה, וואו שפראך איז בעצם אוניווערסאל און איינס אין יעדע מענטש (וכעין טשאמסקי׳ס UG), און גאולה, ווען עס וועט זיין (א בחינה פון) שפה אחד לכל.

‏ער זאגט דארט (ח״א פ״א) אויך, פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו, אז ״יא״, ״ניין״, און ״און״ (וואס איז די קאמבינאציע פון ״יא״ און ״ניין״), זענען די מערסטע אריגינעלע יסודות׳דיגע ווערטער פון שפראך; הגם ״יא״ מער פון ״ניין״, וואס איז פשוט די העדר פון ״יא״.

ער האט אויך געהאט געשריבן ״[דאס] שפראך [פון א מענטש] איז מער ווי [זיין] בלוט״.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 12:40 pm#442629
זענען מיר אנאלפאבעטן?
ווי אויך זאגט ער (ח״ב פ״ב) אז ״ארט״ איז/קומט פון די מחשבה וואס מען קען נישט עקספרעסן; וואס איז פאר שפראך (ועיין כאן).

***

אזוי ווי @יידל אליין דערמאנט דא די פלעטאניק רעלם/הייפערוראניון, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער פילאזאף דר. קארל פאפער, אין זיין מהלך פון דריי וועלטן (עיין כאן וכאן, זאגט אז ״שפראך״ איז די מערסטע אינטעגראלע און עיקר׳דיגע חלק אין/פון ״וועלט 3״; ״שפראך״ איז די קאנטענט פון חכמה, וואס פון דעם באשטייט די ״וועלט״. און נאר דורך שפראך נעמט מען די מחשבת חכמה פון סתם א ״וועלט 2״ סארט סאביעקטיווע טראכטן צו די ״וועלט 3״ פון אביעקטיווע חכמה.

די ״וועלט״ פון אביעקטיווע מענטשליכע חכמה איז אביסל ענליך צו אפלטון׳ס רעלם.

***

ווי אויך איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז מארטין בובער האט געהאלטן יעדע סארט רילעישענשיפ מיט א צווייטע ענטיטי אלס א ״דו״ [אין/מיט איר גאנצקייט], אפילו ס׳איז נישט דורך רעדן, איז אבער דאך א פארעם פון ״שפראך״.
פרייטאג פעברואר 21, 2020 6:06 pm#443253
זענען מיר אנאלפאבעטן?
קראטילוס, אין אפלטון׳ס קראטילוס, האלט פון לינגוויסטיק נאטורעליזם. דאס הייסט אז א נאמען פון א זאך ומושג וכו׳, שפראך בכלל (בפרט אין זייער פארשטאנד אין עטימעלאגיע), איז נישט דאס מכח די קאנווענשאן ווי אזוי מ׳האט אנגענומען, נאר עס איז מקושר צום צורה (אין אפלטון׳ס שטערקערע קאנסעפציע פון (רוחניות׳דיגע) צורה ווי אריסטו) פונ׳ם זאך אין די סאונד סיסטעם פון יענע שפראך.

(פארשטייט זיך אז דאס האט פאראלעלן מיט די מיסטישע מושג פון, עכ״פ ביי מענטשן, נפש חיה הוא שמו וכו׳.)


***

ואגב, הרס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ב פ״י): ‏
ואם יאמר אומר מה היתה התועלת שהרחיב הלשון זאת ההרחבה שהפיל לנו אלו הספקות ולמה לא סמכה על מלות אמתות והיתה מסירה מעלינו זאת הרעה אומר כי אלו סמכה על מלה אחת היה השמוש בלשון מתמעט ולא היה מגיע להגיד בה על קצת המכוונות.


***

ואגב איז אינטרעסאנט אז ס׳איז ל״ד אז די וואס קענען אסאך ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, ואפשר אפילו אז ס׳האט א פאזיטיווע קארעלעישן: קענען מער ״קללות״ = גרעסערע/ברייטערע וואקאבולאר. (טאמער נעמט מען אן אז די קאנקלושאנס פון די שטודיע ארבעט אויף פארקערט אויך, אז די וואס קענען ווייניגער ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם קען זיין אז ביי אונז וואו מ׳איז מער מקפיד אויף שלא להוציא דבר מגונה שאדט דאס פאר אונזער אוועראל וואקאבולאר... הגם דער פסיכאלאג דר. ריטשערד סטיפענס, אין זיין בוך, זאגט אז ״קללות״ ווערן גע׳סטארד אין אן אנדערן חלק פונ׳ם מח ווי די אלגעמיינע וואקאבולאר.)

‏(ועיין כאן.)
מוצ"ש פעברואר 29, 2020 9:38 pm#443495
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
ולגבי די וויכטיגקייט פון ריכטיגע commas (און מעטא-שפראך צייכענונגען) ביים שרייבן, דערמאנט דער כוזרי (מאמר ב אות עב), בנוגע מעלת כתיבת בלשון לשה״ק, איבער דעם געברויך פון פיסוק וטעמים דערין, כדי אז די מאדעליטי פון שרייבן זאל זיין דומה צום רעדן ע״ש.
זונטאג מאי 17, 2020 9:29 pm#448817
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
טאמאס האַבּס איז געווען גאנץ א שטארקע נאַמינעליסט. ער האט געהאלטן (אין א וועג) אז די איינציגסטע יוניווערסאלע זאך איז ״נעמען״ פון זאכן [דהיינו שפראך], ונפש חיה (של כל דבר) היא שמו ממש (ווי אזוי ס׳זאגט זיך אין יעדע שפראך). עכ״כ אז לייבניץ האט אים קריטיקירט דערויף אז ער גייט צו ווייט דערמיט, ווייל אויב אזוי אז דער ״אמת״ ממש פון א זאך ליגט אין איר נאמען, דאס שפראך, איז עס דעמאלטס געוואנדן אינעם מענטשליכן ווילן, וואס דעפיניציעס פון ווערטער/נעמען זענען דאך געוואנדן אין אים.
מאנטאג יוני 15, 2020 8:10 am#451697
זענען מיר אנאלפאבעטן?
מי אני האט געשריבן:קען זיין אז דאס איז מענין לענין, אבער עס איז באותו ענין.

הגם איך (אזויווי יעדע רעכטדענקענדיגע מענטש) בין מסכים אז עס איז (קריטיש) וויכטיג צו בארייכערען א מענטשנ׳ס וואקאבולאר, קען מען נאך אלס נישט אוועקמאכען דעם דיאלעקט פון דאס אידישע שפראך וואס חסידישע אידן נוצן היינט. דהיינו, לכאורה איז דאס אידיש וואס אונז נוצן כלפי ריכטיג יידיש, ענליך צו AAE [African-American English] לעומת SAE [Standard American English]. וואס הגם ס׳זענען דא וואס טענה׳ן אז AAE איז א ״שוואכערע״ וכו׳ שפראך פון ״געהעריגע״ ענגליש, איז דאס פון א linguistic שטאנדפונקט נישט ריכטיג. ולכאורה ה״ה בנידון דידן.
IMG_7058.jpg


דאס קען אויך אפשר נוגע זיין לזה. פון ATUB @לאשיצער ATUB ’ס שטודיע דא.
מאנטאג יוני 15, 2020 10:37 pm#451816
מי אני האט געשריבן:טאמאס האַבּס איז געווען גאנץ א שטארקע נאַמינעליסט. ער האט געהאלטן (אין א וועג) אז די איינציגסטע יוניווערסאלע זאך איז ״נעמען״ פון זאכן [דהיינו שפראך], ונפש חיה (של כל דבר) היא שמו ממש (ווי אזוי ס׳זאגט זיך אין יעדע שפראך). עכ״כ אז לייבניץ האט אים קריטיקירט דערויף אז ער גייט צו ווייט דערמיט, ווייל אויב אזוי אז דער ״אמת״ ממש פון א זאך ליגט אין איר נאמען, דאס שפראך, איז עס דעמאלטס געוואנדן אינעם מענטשליכן ווילן, וואס דעפיניציעס פון ווערטער/נעמען זענען דאך געוואנדן אין אים.

מי אני: איך האב אייביג (פון אלס יונגל) געהאט א חקירה צי א..."טיש"..לאמיר זאגן. האט בשורשו אזא נאמען. אדער איז דאס א רענדאם אקט. מ'האט פונקט געגעבן פאר דעם אביעקט דעם נאמען. און נישט אז דער חפץ איז פאזעססיוו פון דעם נאמען. ער וואלט פונקט אזוי געקענט הייסן..."רעדל"...! אבער, ווי ס'זעהט אויס אז אויף עפעס א מעטאפיזישן לעוול, צי זאלל דאס זיין קבלה אדער סתם פילאזאפיע האבן די נעמען פון די אביעקטן יא א שייכות מיט זייער מהות. איך מיין רש"י הק' אויפ'ן פסוק וואו אדם הראשון האט געגעבן די נעמען פאר אלע חיות און עופות ויקרא האדם כל נפש החיה הוא שמו...זאגט רש"י אז די נעמען וואס אדה"ר האט געגעבן פאר די אלע חיות און עופות זענען געווען צוגעפאסט לויט זייער שורש נשמה...!

נאך א ראיה. ווייל ביים דור הפלגה האט דער אייבישטער צומישט זייער שפראך, און די נעמען פון די פארשידענע בילדינג מאטעריאלן און ווערקצייג. אז ווען איינער האט געבעטן א געוויסן אביעקט האט דער חבר איהם געגעבן אן אנדער'ן אביעקט (פארוואס האט עס נישט געקענט זיין נייטראל/אומריכטיג/אומפארשטענדליך?) דאס האט אנגעמאכט דעם חורבן. מ'האט נישט גענוצט די ריכטיגע שורשים. ממילא איז ארויסגעקומען דער חורבן פון זייער פראיעקט...!
דינסטאג יוני 16, 2020 3:35 am#451883
מי אני האט געשריבן:ס׳איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש מור, אין זיין דרך אין עפיסטעמאלאגיע, האט אן אריכות בעיון אין דעם אז ווי אזוי אונז ווייסן זאכן איז דורך אונזער רילעישן צו ״קאנצעפטן״, און אז דאס [זיין דעפיניציע פונ׳ם טערמין ״קאנצעפט״] מעיקרא איז העכער פון שפראך און אפילו פון טראכטן.

מי אני: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דער פילאזאף דזשארדזש מור ווילל דא זאגן. נאר איך ווייס אז מיין הארץ ציעט מיך (און איך פיהל א ספעציעלע חיות)צו טרעפן דעם שורש פון ווערטער אין פארשידענע שפראכן. (איך מיין דאס ווערט אנגערופן עטימאלאגיע. נישט עפיסטאמאלאגיע.) אפילו די רילעישאנשיפ פון איין שפראך צו די אנדערע. און וויאזוי דאס ווארט האט זיך אנטוויקלט. אדער איז אריבערגעקומען צו די שפראך...!

למשל. (סוירפרייזינגלי). אויף אונגאריש און ספאניש איז דא א סאך ווערטער וועלכע האבן דעם זעלבן שורש. נאר זיי ווערן ארויסגעזאגט אנדערש.

א דאקומענט/צעטל הייסט אויף ביידע שפראכן די זעלבע...Cedula...Ora...(means a watch/time)...! ס'איז דא נאך צענדליגער ווערטער.

אין ספאניש הייסט נעמען די מאס..."מדידה"...פונקט אזוי ווי אין לשה"ק...!

אין אידיש איז דא זייער א סאך ווערטער וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. מ'קען עס לאגיש מסביר זיין. ווייל די אידן האבן א סאך יארן געוואוינט אין פראנקרייך. פונקט אזוי ווי סאיז דא א סאך סלאווישע ווערטער אין אידיש. נאר די פראנצויזישע ווערטער זענען שוין אריינגעגאנגען אין אידישן לעקסיקאן און זענען פארבויגן געווארן אז מ'דערקענט זיי שוין כמעט נישט...!
דאנערשטאג יוני 18, 2020 4:28 am#452042
אויף ספאניש הייסט א ..."סכנה"..."פעליגרא"..."Peligro"...קענמען אפשר זאגן אז ס' שטאמט פון דעם שורש...פליג-רע...!(הפלגה רעה)...!
פרייטאג יולי 03, 2020 1:24 pm#453662
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
IMG_7151.jpg

אין דעם גאנצן שמועס האב איך געטראכט אז לפי״ז איז דאס א רמז בהמשך הכתובים (תהלים לד יד-טו) נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה סור מרע ועשה טוב. והיינו, אז וויבאלד די ״לשון״ ביי עניני ״רע״ איז מער, וואס אז עס זענען דא מער ווערטער דערביי איז דאס מקושר מיט דעם אז ס׳דא מער קאנצעפטן דערביי, איז דעריבער ערשט ״סור מרע״ וואס ביי דעם איז מער און דערנאך ועשה טוב.