Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)

ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 60 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12069
דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:23 pm#393586
ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקער11)
עס האט מיר שוין היייט אהיימקומענדיג אפגעווארט פון אמאזאן דער נייער וועקער, מיט מיין ארטיקל איבער ירידת הדורות.

געווענטליך ווען עס קומט אן א זאך וואס איך האב אליינס געשריבען האב איך נישט קיין געמיט דאס איבערצוקוקען, איך האב מורא איך וועל שוין טרעפן די טעותים וואס איך האב געמאכט און עס וועט זיין בושות, נו ענדערש זאל א צווייטער דאס ליינען און פרעגן קשיות ענדערש ווי איך זאל מאכן בושות פאר זיך אליינס.. בפרט טאמער איז אן ארטיקל בעיקר געבויט ארויסצוברענגען א געדאנק, טראכט איך געווענטליך נו דער געדאנק איז דא, אוודאי קען מען אויף דעם פרעגן קשיות און תירוצים והבוחר יבחר. איך קען דאך נישט איבערטראכטען דער זעלבער זאך טויזנט מאל..

דער ארטיקל איז אבער אנדערש וויבאלד עס ענהאלט ווייניגער מסקנות ווי עס פראבירט צו געבן א מסגרת פאר א שאלה וואס ליגט אינטער זייער אסאך אנדערע שאלות, און וואס איך האב נישט געטראפן נאכנישט קיין נארמאלער שמועס וואס זאל מסדר זיין קלאר אפילו וואס די נושא איז, און ברענגען די עיקר מראי מקומות. די חלק פון מאמר וואס איר ליינט איז דער רעזולטאט פון מיין זיך מוטשען אפאר טעג צו כאפן וואס דער געדאנק רעדט זיך פון בעצם, און דאס געבן מער א קלארער פרעימווארק מיט וואס צו ארבעטן. דאס האב איך געטוהן בעיקר מיט די הקדמה פון פיר קשיות און אביסעל אין דער המשך. און אנגעהויבען מסביר זיין עטליכע געדאנקן מיט וואס מען קען מסביר זיין די מחלוקת און אנדערע געדאנקן וואס קומען ארויס פון דעם. ווי אויך דרך אגב פארשטיין נאך אפאר זאכן.

למעשה שוין נאכן אריינגעבן דער ארטיקל צום דריק איז מיר נתעורר געווארן נאך צדדים וואס מען קען אפשר טראכטן, און נאך שורשים און מקורות וואס מען דארף אריינברענגען אין דער מסגרת מסביר צו זיין. עס איז מיר אבער נישט אויסגעקומען קיין צייט איבערצושרייבען עטליכע חלקים און איבערארבעטן נאך, און דאס וואס איז דא איז שוין זייער וויכטיג און חשוב . א חלק האט מיר דער עורך ATUB @ראובן ATUB געהאלפן צולייגען און אויסקלארען כדרכו בקודש כדי עס זאל נישט זיין קיין חסרון ממש אין דער ארטיקל, אבער עס איז נאך דא מקום צו קלערן און אפשר אויפקומען מיט נאך יסודות וואס מען קען דא ווייזען.

ווי געשריבען סוף ארטיקל, קומט נאך אי"ה נעקסטע מאל נאך א גאנצע חלק בעיקר ארומצורעדן דער נושא פון ירידת הדורות אין תורה וואס איך האב בכלל נישט אנגערירט, און מסכם זיין מער קלאר די תשובה צו די פיר קשיות, בשילוב וויכטיגע מראי מקומות און מקורות מספרים וסופרים אין דער ענין. איך האף אויך צו האבן די פלאץ דארט אוסקלארען מער אין דער מסקנה די מחשבות וואס איך האב געהאט אויף דער ערשטער חלק זייט איך האב עס געשריבען.

ממילא בעט איך פון יעדער איינער וואס האט הערות און הארות קשיות און חקירות אדער אנעקדאטן אויף וואס איך האב געשריבן עס מיטטיילען דא, און טאמער איז דא א וויכטיגע חידוש וואס איך האב נישט געטראכט וועל איך עס נאכברענגען אין חלק ב' בשם אומרו (אדער שלא בשם אומרו, וויאזוי איר ווילט..)

נ.ב. מען מוז נישט פארציילען פון די גמרות אם הראשונים כמלאכים וכו', איך ווייס.. און וועל זיך מטפל זיין מיט זיי אין חלק ב'.
אויך האב איך שוין עטליכע מאל געשריבען דא וועגן ירידת הדורות און וואס עס שטייט דארט ווייס איך שוין אויך.. ובחיפוש ימצאם המחפש.
דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:40 pm#393590
איך כאפ יעצט קען זיין דער אשכול באלאנגט אין וועקער אפטיילונג. אויב די מנהלים ווילן קענען זיי עס דארט אריבערפירען.
מוצ"ש יאנואר 27, 2018 7:26 pm#394342
דעם שבת בין איך אנגעקומען צו ליינען דער געוואלדיגע ארטיקל בעיון רב. איך וויל עס נישט אנרופן ארטיקל ווייל עס איז א סאך מער פון דעם, עס איז א שטיק מח/שכל, א יעדע ווארט איז מחשבה. אזויווי אלעמאל האט יצחק נישט איבערגעלאזט קיין סאך וואס צוצולייגן, ער דעקט דאך אלעס פון אלע זייטן. איך וויל נאר ארויפברענגן איין קליינע נקודה למחשבה, עס איז מעגליך שוין אנגערירט געווארן אינעם ארטיקל אבער נישט באריכות.

עס זענען דא אסאך אויסדרוקן וואס מיר פארשטייען צו מיינען גוט אדער שלעכט אבער בעצם איז עס נישט קיין איינס. עס איז נאר גענוצט ווי א שפראך מיטל כדי אז מיר, אנשים מוגבלים, זאלן זיך קענען אויסדרוקן און פארשטיין איינער דעם אנדערע. לדוגמא, "רוחניות איז אויבן גשמיות איז אונטן". וואו איז דער אויבן און וואו איז דער אונטן? עס איז נאר א וועג זיך אויסצודרוקן. ומשום איזה סיבה שהוא מיינען מיר אז אויבן איז גוט און אונטן איז שלעכט אבער בעצם איז דאס נישט אזוי. נאר היות מיר ווילן בשעתן זיין דא "אונטן" שטרעבן פאר "העכערקייט", האט אונזער שכל אפגעמאכט אז העכערקייט איז בעסער ווי "נידעריגקייט". א קורצע בליק אין ספרי עבודה ומחשבה וועט אייך אבער מגלה זיין אז די גאנצע תכלית איז דא "אונטן" און נישט דארט "אויבן". מען קען אין דעם מאריך זיין מיט מערערע דוגמאות ווי אויך הסברים וראיות. הנוגע לנו איז אז די אלע אויסדרוקן און ווערטער זענען סך הכל כלים כדי אז מיר זאלן קענען מוציא זיין געוויסע געדאנקן מכח אל הפועל און נישט מער.

די זעלבע איז מיט ירידת הדורות. די רגע וואס מיר הערן די ווארט ירידה, אסאסיעיטין מיר עס מיט עפעס נעגאטיוו, עס הייבט זיך אבער נישט אן. אונזער דור ווערט אנגערופן אין ספרות היהדות "עקבתא דמשיחא". בפשטות קוקן מיר עס אן ווי א נחות דרגא. די אבות אדער די דור המדבר זענען געווען די קאפ, די דור דעה, מיר זענען די "נידעריגסטע". דערווייל איז עס (מעגליך) פונקט פארקערט. מיר זענען די יסודות אויף וואס גאנץ כלל ישראל במשך הדורות זענען געשטאנען. מיר זענען דער דור הגאולה אין וועלכע משיח ווערט נתגלה. א קורצע בליק אין די ספרים צייגט אוז אז דייקא אונזער דור מיט אלע נסיונות ומכשולות, מיט אלע "נידעריגע" עררייכונגען איז די תכלית בריאת העולם. יא, אמאליגע דורות האבן געדינט די באשעפער מיט פ"ד תעניתים רצופות וואס מיר קענען דאס נישט, אבער מיר דינען גאט מיט א זאפטיגע ריב סטעיק, עפעס וואס דורות ראשונים האבן נישט משיג געווען.

איין מאל וואס מיר זענען דאס מכיר איז אונז גרינגער צו פארשטיין די דאזיגע ווערטער וואס ווערן גענוצט. ירידת הדורות מיינט נישט ווייניגער, ערגער, א גרעסערע רחמנות. ירידת הדורות מיינט קלענער פינגערס, מער טעכנעלאגיע, ווייניגער שעות פון תורה ועבודה וכדומה. פארשטייט זיך אז געוויסע, במשך הדורות (לדוגמא, ווי עס זעהט אויס פון די נודע ביהודה וואס ווערט אראפגעברענגט אינעם ארטיקל) האבן עס אפגעטייטשט כפשוטו, אבער עס איז לכאורה נישט אזוי.

מיר קוקן ארויס בכליון עינים אויפן פרק ב'.

.
זונטאג יאנואר 28, 2018 3:16 am#394357
דער ארטיקל איז א מהודרה ב' פון לעיקוואדס פילאזאפיע ארום דער מושג פון ירידת הדורות. דערנאך וואס לעיקוואד האט שוין געווידמעט פיל טינט אין שטיבל צו טענה'ן אויף דער מציאות פון ירידת הדורות אז עס איז נישט וואר, האט ער אצינד זיך גענומען צו דער טעאריע דערפון אנצוצייגן פארוואס עס איז פעלערהאפטיג.
מיט א צייט צוריק האב איך אנגעזאמלט איבעראל ווי לעיקוואד רעדט איבער ירידת הדורות אין א באזונדערן אשכול מיט'ן נאמען "לעיקוואד" איבער "ירידת הדורות".
זונטאג יאנואר 28, 2018 1:55 pm#394378
יצחק איז א יחיד במינו מיט זיין מוח און פעדער. איך האב געשלינגען מיט דארשט יעדער ווארט.
זונטאג יאנואר 28, 2018 3:05 pm#394389
איך האב זייער הנאה געהאט פון די ארטיקעל, און בפרט פון די אופן וואס די ארטיקעל איז געשריבען געווארען,
סאיז א געשריבען באופן שאלת חכם, פרובירענדיג צו פארשטיין א אנגענומענע מושג פון אלע זייטען.

בעיקר הדברים מיין איך אז סאיז נישט קיין חוקרישע מושג.
סזעעט מיר אויס מער ווי א סארט הרגשה וואס גדולי תורה און גדולי רוח האבען געהאט אז ווי ווייטער מאיז פון די עצם הדבר ווערט די דביקות שוואכער.
די גמרא און מי שמתו פרעגט שוין די שאלה אביסעל, די גמרא ענטפערט אז די פריערדיג האבען געהאט א שטערקערע דרגא און מסירות נפש.
זעעט מען אז מרעדט נישט דא פון קיין כמות און אידישקייט מרעדט פון א געוויסע דרגא און איכות,
זיין דבוק און דברים נפשיים האט נישט קיין שייכות מיט די הבנת הדברים,סהאט א שייכות מיט ווי שטארק מגעט זיך אוועק דערפאר,און ווי שטארק סאיז נוגע די מענטש. (קיינער גייט נישט זאגען אז מהאט אבעסערע שלום בית אויב מלערענט אפ די עומק הענין פון שלום בית, שלום בית קומט דורך התמסרות פאר די ווייב מיט א נאמנות און א פשטות, נאכדעם קומט די אהבה וכ״ו)
ממילא קען מען פארשטיין אז ווי נענטער מאיז געווען צו קבלת התורה, צו מקדש ראשון , צו תקופת הנבואה ,אלץ מער דבוק איז מען געווען צו די עצם הדברים,און סאיז געווען הדברים שמחים כנתינתם.
הגם סאיז זעכיר געווען בעסערע און שוואכערע דורות, אבער בכלליות ווערט מען מער ווייטער פון זיין דבוק און דברים נפשיים פון יהדות.

מען קען אוכט צולייגען נאך א נקודה, רב לעווי האט גערעדט פון די נקודה אז די וועלט איז מער עדווענסד, סקען זיין אז ווי מער די וועלט ווערט עדוועינסד,אלץ מער ווערט מען פארטוהן און חומריותדיגע ענינים, און הרגשת הרוח ווערט ווייניגער, אזוי ווי יעדע דבר רוחני געשענט נאר מיט התמדה בדבר באופן תדירי, אוב איינער האט אמאל געטוהן און מעדעטאציע פארשטייט אז ווי מער מופשט א מענטש איז און ווי מער כוחות מלייגט אריין אלץ מער דבוק קען א מענטש זיין.
איך זאג אלץ פארשטייט זיך באופן אפשר כפי הרגשת לבי
זונטאג יאנואר 28, 2018 3:30 pm#394390
ועוד יש לומר
לויט די פסוק און קהלת מי יודע רוח בני אדם עולה למעלה ורוח הבהמה וכ״ו למטה די מענטשעס רוח בענקט און ציהט צו העכערס,צו מער משמעות מער טיפקייט,מער אמת,מער ריינקייט.מילא איז בטבע הדברים וועט יעדע איש רוח שטרעבן צו עפעס העכיר פון די פריערדיגע דורות,משטרעבט צו א העכערע ריינקייט וואס אפילו א גאר גרויסער וועט ציען צו עפעס העכיר ווי ער איז.
מאנטאג מערץ 19, 2018 8:53 am#397766
Re: ירידת הדורות: דער מושג, די מקורות, און דער באדייט (וועקע
אינטרעסאנט אז דער מחבר פון דער ארטיקל ווייסט צו ברענגען א חידוש פון דער חז"א אז עס עגזיסטירט אזא זאך ווי א דור, אבער וואס דער חזו"א שרייבט להדיא אויף ירידת הדורות אין גשמיות ברענגט ער נישט. אין אמונה ובטחון שרייבט דער חזו"א גאר שארף קעגען די בעלי דמיון וואס טראכטען אז היינט זענען מיר קלוגער ווי אמאל. די אלע ערפינדונגען צייגען נישט אויף די חכמה פון די דור, ווארום אלס איז געבויט אויף די הנחות פון פריערדיגע. ווי אויך אז מ׳האט פארשטאנען בעסער די סכנה פון פארשפרייטען די אלע חידושים אויף א גשמיות׳דיגעלעוועל. עיי"ש ותמצא נחת.

דאס אז בזמן התנאים האבען זיי געהאט א מהלך פון פאבריצירען וויין, וואס רש"י האט נישט געוואוסט פון דעם דארף אויך זיין א שטיקל באווייז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 19, 2018 5:32 pm#397806
פארשטייט זיך איך ווייס פון דער אמונה ובטחון. דער שטיקל חזון איש האב איך נישט געברענגט צו טענהן אז ער האט נישט פון ירידת הדורות. פארקערט יענער בריעף רעדט אויך פון ירידת הדורות. איך האב עס נאר געברענגט צוליב דער הגדרה.
דער אמונה ובטחון - וואס איז באופן כללי צע'ג ביותר- האט נישט קיין שייכות מיט דער חלק וואס איך האב גערעדט אין חלק א, עס וועט בל"נ אויסגעשמועסט ווערן דערוועגן אין חלק ג'.אין חלק ב וואס וועט זיין איה אין דער פסח וועקער איז אויך דא א שמועס וועגן נאך א חזון איש בנוגע ירידת הדורות.
מיטוואך מערץ 21, 2018 2:40 pm#397938
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס אז בזמן התנאים האבען זיי געהאט א מהלך פון פאבריצירען וויין, וואס רש"י האט נישט געוואוסט פון דעם דארף אויך זיין א שטיקל באווייז.


און דאס אז בזמנינו האבן מיר א מהלך אנצוקומען צו די לבנה, וואס חז"ל האבן נישט געוואוסט פון דעם, איז נישט מער ווי א שטיקל באווייז פארקערט?
מיטוואך מערץ 21, 2018 7:41 pm#397962
פאר דעם דארף מען קוקן אין דער אמונה ובטחון.

באופן כללי, די חכמה פון דער וועלט איז אריבער א ריזיגע שלאף, און עס האט זיך דערנאך אויפגעוועקט. אונזער היסטאריא ווייסט בעיקר פון די פארשלאפענע צייטען. די חכמי אתונא ודעימיה האבען געהאט קוואלען פון חכמה, לאו דוקא אויף אונזער שטייגער, וואס מ'קען נישט באשטעטיגען אז די היינטיגע חכמים זענען העכער. זיי זענען פשוט אנדערש.
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:27 pm#397975
א. אפשר זאגט איר אונז נאך אביסל פון די קוועלער פון חכמה וואס האט געשפרודלט אין אתונא/אטענס? (אויסער די שווארצע קעז פון די ווייסע ציגעלע חכמה).
ב. אויב היינט טראכט מען אנדערש מיינט דאס נישט ירידת הדורות נאר אז די קולטור האט זיך געטוישט.
ג. ווער זאגט אז ירידת הדורות גייט אויך אן ביי גויים?
ד. אפשר מיינט ירידת הדורות סתם אז אמאל זענען געווען גרויסע צדיקים נביאים בעלי רוח הקודש און היינט האבן מיר דאס נישט? וכן משמע פשטות הגמרא שידעו למסור נפשם על קידוש השם. איז דאך פשט אז אין חכמה זענען אונז אפשר גרעסער נאר אין צדקות נישט.
מיטוואך מערץ 21, 2018 10:50 pm#397979
דאס זייט איר גערעכט אז די חכמה איז דורך א לאנגע צייט וואס סאיז געווען טויט אין דער טונקעלער מיטלאלטער און די פריערדיגע חכמים זענען בעצם נישט געווען שוואכער נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די פארגעשריטנקייט. אבער כאמור זע איך נישט דא א ענין פון ירידת הדורות נאר אדרבה די דורות שטייגן כננס על גבי ענק ולכן הלכה כבתראי והדברים עתיקים
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:16 am#398006
מיר האנדלען דא א מאמר אין דער וועקער. דארט איז אויסגעשמועסט געווארען א געוויסע זאך, און אויף דעם רעאגיר איך.
דאנערשטאג מערץ 22, 2018 5:17 pm#398082
איך האב געליינט דעם וועקער מאמר און איך רעאגיר אויף אייער רעאקציע.
זונטאג אפריל 08, 2018 12:25 am#399044
ווען די האסט באצייכענט די שיטת הנודע ביהודה אויף די ענין פון נתקטנו הביצים און נישט נתגדלו בנין אדם. האב איך מיך דערמאנט ווען איך בין געווען אין פראג איז מיר די שול געווען גאר מאדנע וויל די שטענדער און די בימה (און די בענק און טירן) זענען געווען מאדנע נידריג. שפעטער ווען איך האב שפאצירט און די מיזיאן האב איך ווייטער באטראכט די פעינטינגס. ס'איז דא דארט א גאנצע סעריע פון פעינטינגס וואס האט צוטוען מיט די חברה קדישא און איז געמאלט און די 1700s די פראג עמך אידן זענען טאקע באמת געווען קלענער און קורצער ווי אונז. איז גאנץ שייך אז די ביצים פון די הינער זענען אויך געווען קלענער. אפשר פון מעלנארישמענט. על כל פנים נתגדלו בני אדם איז פראקטיש נישט געווען די מציאות וואס די נוגע ביהודה האט געזען מיט די אויגן.

דא איז א לינק צו די פעינטינגס. איין פעינטינגס זעט מען רב פלעקעס (די גרויסע תלמיד פון די נודע ביהודה) האלטן א הספד. (קינדליין פון פסח שרייבט אז דאס בילד איז רבי אליעזר פלעקעלס..)

m https://www.google.com/search?q=prague+ ... IBegQIABAl m
זונטאג אפריל 08, 2018 3:06 pm#399088
א ייש״כ ATUB @לעיקוואד ATUB פארען חלק ב׳ פונעם ארטיקעל.
סאיז ווי מזאגט בלע״ז “שפייז פארען מחשבה״ מקען אסאך טראכטען און שרייבען אויף דעם.
סאיז מיר אריינגעקומען א געדאנק, אפשר מיינט די פשוטע אפטייטש פון ירידת הדורות, א דור שפעטער א דור אראפ פון די פריערדיגע דור,״ א שפעטערע דור״ און ממילא פארשידענע ביטוים פון ירידת הדורות מיינט פשוט צוזאגען נשתנו העיתים מחמת מהאלט אסאך דורות אראפ פון ווען די מציאות איז געשריבען געווארען.
למשל ווען סשטייט די לשון לגבי תעניתים,מיינט עס צוזאגען אז מהאלט אסאך דורות ווייטער פונעם ארגינעלען תקנה און זאכען זענען אנדערש לאו דווקא בתורת ירידה.
ווי למשל דיע נקודה פון תענית ווייס איך נישט צו סמיינט צוזאגען אז מאיז שוואכער בעצם מחמת די וועלט ווערט שוואכער,לכאורה די סיבה פארוואס סאיז שווערער צו פאסטען היינט איז ווייל מלעבט מער באקוועם און מאיז ווייניגער אויסגעשטאט פאר אומבאקוועמליכקייט.
סאיז דא א שיינע בריוו פון סטייפלער,ווי ער לייגט אראפ די טעגליכע לעבן פון אכציג יאר צוריק,וואס האט געמיינט וואשען וועש,אנגרייטען עסן וכ״ו זיין נקודה איז אז מענטשען האבען זיך פון אלץ קינד צוגעוואונט זיך צו מוטשען און זעען פרי עמלם, און זיי האבען געקענט מער סובל זיין,און געהאט א גרעסערע קעפעסיטי פארען טאג,זיי האבען אריינגעלייגט מער כוחות אנצוקומען העכער און לעבן,און זיי זענען אנגעקומען העכער און מער (פארשטייט זיך ער באציהט זיך צו אנקומען און תורה ומדריגות בעבודה)
עכ״פ סאיז מעגליך ווען מנוצט ירידת הדורות ביי תענית מיינט מען פשוט שפעטערע דורות וואס פארנעמען נישט קיין תעניתים מחמת די וועלט ווערט מער און מער א באקוועמערע פלאץ פאר די מענטשהייט און מאיז נישט אויסגעשטעלט פאר תעניתים און סמיינט נישט אלץ ירידה בעצם.
זונטאג אפריל 08, 2018 6:09 pm#399099
@יאסל יא גערעכט. אין הכי נמי די ראיה איז נישט אזוי ווייט פון דעם וואס דער נודע ביהודה זאגט נישט אז מענטשען זענען גרעסער געווארן, דאס וואלט סתם אזוי נישט מסתבר געווען. דרך זעהן מיר פון זיין לשון אז ער ניצט דער געדאנק פון א ירידת הדורות בגשמיות.

די זעלבע לגבי וואס @אספקלריה שרייבט. קען טאקי זייין אז ביסט גערעכט און דאס איז וואס עס ליגט אינטער דעם בעצם. די פוסקים אבער זאגן נישט היות והעולם באקוועם יש להקל נאר היות שנחלשו וכו'. עס קען זיין אז הדין דין אמת מטעמך אבער די נוסח ווייזט נישט אז זיין האבן דאס געמיינט. בכלל איזה דאס אז דער עולם איז באקוועם נישט קיין טעם מיקל צו זיין..
און בעצם שער מציאות איז פארקערט. די פוסקים המקילים האבן דווקא געלעבט אין דער אמאל וואס איר זענט מתאר און נישט היינו ממש , כפי שכתבתי.
לעולם ר יוחנן ראחמיסטריוקער וואס איך האב דארט מצטט געווען טייטשט אזויווי אייך, נאר מטעם אחר.
זונטאג אפריל 08, 2018 7:18 pm#399103
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ווען די האסט באצייכענט די שיטת הנודע ביהודה אויף די ענין פון נתקטנו הביצים און נישט נתגדלו בנין אדם. האב איך מיך דערמאנט ווען איך בין געווען אין פראג איז מיר די שול געווען גאר מאדנע וויל די שטענדער און די בימה (און די בענק און טירן) זענען געווען מאדנע נידריג. שפעטער ווען איך האב שפאצירט און די מיזיאן האב איך ווייטער באטראכט די פעינטינגס. ס'איז דא דארט א גאנצע סעריע פון פעינטינגס וואס האט צוטוען מיט די חברה קדישא און איז געמאלט און די 1700s די פראג עמך אידן זענען טאקע באמת געווען קלענער און קורצער ווי אונז. איז גאנץ שייך אז די ביצים פון די הינער זענען אויך געווען קלענער. אפשר פון מעלנארישמענט. על כל פנים נתגדלו בני אדם איז פראקטיש נישט געווען די מציאות וואס די נוגע ביהודה האט געזען מיט די אויגן.

דא איז א לינק צו די פעינטינגס. איין פעינטינגס זעט מען רב פלעקעס (די גרויסע תלמיד פון די נודע ביהודה) האלטן א הספד. (קינדליין פון פסח שרייבט אז דאס בילד איז רבי אליעזר פלעקעלס..)

https://www.google.com/search?q=prague+ ... IBegQIABAl

כאפ א באזוך אינעם ברוקלין מוזעאום אוו ארט, וואו עס זענען דא גאנצע הייזער פון די 1800-יארן אויף אויסשטעל מיט די פורניטשור. אלע בענקלעך און טישן זענען קלענער ווי מיר זענען געוואוינט היינט.
זונטאג אפריל 08, 2018 9:29 pm#399114
לעיקוואד האט געשריבן:.

די זעלבע לגבי וואס @אספקלריה שרייבט. קען טאקי זייין אז ביסט גערעכט און דאס איז וואס עס ליגט אינטער דעם בעצם. די פוסקים אבער זאגן נישט היות והעולם באקוועם יש להקל נאר היות שנחלשו וכו'. עס קען זיין אז הדין דין אמת מטעמך אבער די נוסח ווייזט נישט אז זיין האבן דאס געמיינט. בכלל איזה דאס אז דער עולם איז באקוועם נישט קיין טעם מיקל צו זיין..
און בעצם שער מציאות איז פארקערט. די פוסקים המקילים האבן דווקא געלעבט אין דער אמאל וואס איר זענט מתאר און נישט היינו ממש , כפי שכתבתי.
לעולם ר יוחנן ראחמיסטריוקער וואס איך האב דארט מצטט געווען טייטשט אזויווי אייך, נאר מטעם אחר.


אוודאי איז נישט די טעם ווייל דער עולם איז היינט מער באקוועם,די טעם איז אלץ נחלשו,איך זאג נאר אז די נחלשו קומט מחמת מווערט אויפגעצויגען אויף אן א באקוועמרע אופן אוטאמאטיש איז מען שוואכער און מקען ווייניגער פארנעמען.
און אפילו און די צייטען פון די פוסקים איז מען שוין געווען אסאך מער עדווענסעד ווי טויזענט יאר פריער בזמן המשנה וגמרא.
מענין לענין לגבי הסיבה פון פרויען,די גמרא זאגט אז נאר נשים חשובות זענען מחויב בהסיבה,און שו״ע ווערט געברענגט פון תוספות, הנשים שלנו כולן חשובות,וואס לכאורה האט עס צוטוהן מיט א די מאדערענע וועלט אז פרויען זענען געווארען מער באפרייט פון די מענער (אסאך ראשונים נעמען אהן די יסוד הפטור ווייל א פרוי קען נישט ווייזען חירות בפני בעלה,און אינדעם הינזיכט זענען נשים שלנו כולן חשובות,אנדערע מערקען אהן אז נאר די חכמי אשכנז ברענגען דעם דין אז נשים שלנו חשובות,אבער די חכמי ספרד רמב״ם,רמב״ן,רשב״א,ר״ן ברענגען נישט דאס ווייל און יענע לענדער איז נאך זאכען געפארען אויפען אלטען אופן אפילו ביז לעצטענס.
(א שטייגער ווי די חרגמ״ה וואס איז אוכט נאר געווען און אשכנז לטובת הנשים)
מאנטאג אפריל 09, 2018 1:52 am#399146
לגבי הסיבה - דאכציך אז נשי אשכנז בזמן הראשונים האבען געהאט א געוויסע חשיבות - כלומר זעלבסשטענגידקייט כלפי בעליהם - וואס אפילו אין אשכנז אליינס שפעטער איז נישט געווען אזויפיל. לויט וואס איך האב געליינט פון היסטאריקער. איך ווייס נישט צו מען קען דאס אנרופען 'מאדערן', אבער אוודאי דער 'נשים שלנו חשובות' איז וועגן א פאקטישער טויש אין דער סדר החיים ומעמד הנשים פון זמן ראשוני אשכנז לגבי זמן חז"ל, אזויווי אסאך אנדערע זאכן.

באופן כללי וואס איך מין איר פראבירט צו זאגען איז אז אסאך מאל איז ירידת הדורות אין הלכה אן ענליכע געדאנק פון 'נשתנו הטבעים'. וואס אמאל מיינט עס כפשוטו אמאל איז עס מער נשתנו ידיעת הטבעיים אבער עכ"פ דער נקודה איז אז דער השתנות אין דער מציאות איז גורם א השתנות פון די הלכה אדער צואגנג. דאס איז זייער א ריכטיגע באמערקונג לגבי מיין שמועס, דהיינו אז אפילו מיר האלטן נישט 'ירידת' הדורות איז אבער 'השתנות' הדורות זיכער דא, און דער השתנות האבען פוסקים באמערקט און האבען דאס גערופן א ירידה לפי דרכם און לויט דעם גע'פסק'נט. און לאמיר נישט זיך טועה זיין אז טאמער האבן מיר נישט ליב ירידת הדורות מיינט דאס אז אלעס בלייבט די זעלבע. ייש"כ אויף דער הערה.
מאנטאג אפריל 09, 2018 9:56 am#399159
סאיז מיך געווען אינטרעסאנט וואס די שרייבסט אז בזמן הראשונים איז מעמד האשה געווען נאכמער ווי שפעטער,איך האב אביסעל ארומגעסעירטשט איך זעע ער טענה׳ט אזוי
m http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mic ... nuch-2.htm m אבער זיינע ראיות זענען אינטרעסאנטלעך.
ער ברענגט א תרוה״ד אז סאיז דא אמאל וואס ברויך באקלאפען דעם ווייב.
אויב מעגליך צייכענט צו מער מקורות.
מאנטאג אפריל 09, 2018 10:13 am#399160
קוק למשל דאס אין די מקורות

m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7 ... 7%99%D7%9D m
מוצ"ש אפריל 14, 2018 9:54 pm#399761
דעם שבת האב איך דורכגעליינט ירידת הדורות חלק ב' און זייער הנאה געהאט. איך שטוין פון די געוואלדיגע קאלעקשאן מקורות וידיעות וואס דו ברענגסט צוזאם אין דעם ארטיקל. איך ווינדער זיך אויב דער נושא איז שוין אמאל באשריבן געווארן אין עפעס א קובץ, ירחון אדער פארום (סתם נייגעריג).
דינסטאג אפריל 17, 2018 10:54 pm#400081
ייש"כ @הוגה.
טאמער איז דיין שאלה אויב איך האב געהאט פון וואו צו גנב'נען גרינגערהייט רוב ארטיקל איז דער תירוץ ניין... איך האב געטראפן דא דארט פארשידענע שמועסען וועגן דעם, און @ראובן האט מיר געשיקט א שיינע מאמר וואס רעדט ארום פארשידענע מקורות אין חז"ל און סברות, אבער עפעס וואס זאל מסכם זיין און ארומנעמען אלע אספעקטן ווי איך טוה האב איך נישט געטראפן ביזדערווייל.
עס זענען דא עטליכע ספרים וואס רעדן ארום דער נושא פון זייער אספעקט, ובתוכם דער ספר פון קעלנער שהבאתי בחלק א', נאך א ספר פון איינער מלמד האב איך געזעהן עס איז דא 'על כתפי ענקים', וואס רעדט ארום דער נושא, איך האב עס אבער נישט געטראפן דערווייל. כמו"כ לגבי דער עיקר נושא פון חלק ב' וועגן דינגען אויף ראשונים זענען דא עטליכע מאמרים אין פארשידענע פלעצער וואס איך האב געגנב'ט פון, אבער א סיכום פון די אלע אנדערע חלקים ווי איך מאך האב איך דערווייל נישט געזעהן נאך ערגעץ.
עס וואלט טאקע אפשר כדאי געווען צו געבן א ביבילאגרפיע צו'ם סוף, פאר דער וואס וויל מעמיק זיין מער להרחיב דעת. וויבאלד איך ריר אן רוב ענינים נאר אויף א שפיץ גאפל און יעדער חלק באזונדער איז דא וואס מעיין צו זיין נאך מער. בל"נ וועל איך ארבעטן דערויף פאר די קומענדיגע חלקים. און אויך בעיקר צו ברענגען א ליסטע פון די עיקר מראי מקומות אין חז"ל ראשונים ואחרונים באופן מסודר אז דער וואס וויל לערנען די סוגיא אליינס זאל עס קענען לערנען.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 7:56 pm#412119
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די פרישע פארזעצונג און ווי אלעמאל האב איך זייער הנאה געהאט. די נושא איז העכסט אינטערעסאנט און מייסטערפול אראפגעלייגט. איך קען קוים ווארטן פאר די קומענדיגע פארזעצונג.

ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון איין געדאנק וואס דו ברענגסט אראפ פון די חזון איש און דיין פירכא דערויף און אויף דעם וויל איך מיר באציען אין די קומענדיגע שורות.

די חזון איש טענה'ט (לויט מיין פארשטאנד) אז דאס וואס מען זעהט היינט ערפינדונגען, באזירט אויף פרישע געפונסן אין סייענס וכדומה, וואס איז נישט געווען אמאל, צייגט נאך נישט אז היינט איז דא מער חכמה ווי אמאל. עס איז מעגליך אז אמאל איז אויך געווען די חכמה, נאר זיי האבן נישט ערצייגט די ערפינדונגן (טעכנעלאגיע לדוגמא) ווייל זיי האבן מעגליך פארשטאנען אז די נעגאטיווע תוצאות וועגן איבער די פאזיטיווע.

אויף דעם ארויף האסטו באלד געטענה'ט אז טראץ דעם וואס דאס איז א שיינע (ריכטיגע) טעאריע, דאך ווייסן מיר פאקטיש אז די אמאליגע האבן נישט געוואוסט פון די אלע חכמות וואס עס איז נויטיג דערין צו קענען ערפינדן די זאכן. וממילא קען מען נישט טענה'ן אז זייער נישט האבן די טעכנעלאגיע איז א גרעסערע חכמה ווי אונזער יא האבן.

וויל איך דיר אבער פרעגן. לו יצוייר אז די מעשה וואלט יא געווען אזוי. דהיינו, אויב מיר וואלטן געוויסט אז די חכמים פון אמאל האבן בעצם יא געקענט מאכן די טעכנעלאגיע נאר זיי האבן בוחר געווען עס נישט צו טון, נעמענדיג אין באטראכט די קאנסיקווענצן. וואלסטו דעמאלטס מודה געווען א ס'מעגליך אז זייער חכמה שטייגט איבער אונזערע (כאטש אין דעם געביט)? לכאורה יא. אויב אזוי, וויאזוי קענסטו נוצן די היינטיגע עדווענסמענטס אין טעכנעלאגיע צו צייגן אונזערע סופעריאריטי אין חכמה? דו זאגסט דאך אליין אז דאס איז מעגליך נישט געווען אזא קלוגע זאך צו טון.

איך מיין אז מיין טענה איז א גערעכטע און דאכציך מיר אז דאס איז וואס די חזון איש האט געמיינט צ זאגן.

אצפה לתשובתך.


.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:12 pm#413119
איך מיין אז מען דארף טיילען צוויי זאכען.

איינס איז דער עצם חכמה, וואס מיר קענען זעהן און מעסטען.

צווייטענס איז די קלוגשאפט (wisdom) פון דער מענטש. צו איז עס א 'קלוגע' זאך צו מאכען דער פארשריט פון חכמה.

עס איז נישט קיין ספק אז דער עצם חכמה איז פארגעשריטען פי כמה היינט פון אמאל, און דאס קען מען גרינגערהייט זעהן פון די טעכנאלאגיע.

יעצט קען איינער קומען און זאגען אין הכי נמי, אבער עס איז א נארישער זאך בעצם דער פארשריט, וויבאלד דער אטאם באמבע איז מער סכנה ווי עס לוינט פון די גאנצע פארשריט, אדער וויבאלד אז פעיסבוק מאכט נאריש די מענטשהייט און יוטוב מאכט מענטשען עדיקטעד צו זייערע סקרינס. וועגן די טענה קען מען זיך דינגען, עס איז אבער נישט סותר בכלל דער פאקט פון פארשריט. אפילו דער גרעסטער מתנגד פון טעלעוויזיע אז דאס איז א שטות והבל איז נאך אויך מודה אז אין די טעכנאלאגיע פון טעלעוויזיע ליגט א חכמה וואס איז אמאל נישט געווען.

לעולם איז דאס טאקע א גאנץ שכלדיגע זאך צו טענה'ן, אז טראץ וואס דער טעכנאלאגיע איז מער פארגעשריטען איז דער מענטש מער נאריש. און אסאך טענה'ן דאס טאקע אנהייבנדיג מיט דער חובות הלבבות ביז הרב דעסלער ביז הרב פלאוויוס אונזערע אין זיין מאמר איבער סמארטפונים.

דער חזון איש, אויב איך פארשטיי עם ריכטיג, איז אבער נישט גענוג דאס צו זאגען. ער עקשנ'ט זיך דווקא אז אין ידיעת החכמה זעלבסט זענען די קדמונים געווען קלוגער. פארוואס זאגט ער דאס? לכאורה וויבאלד עס איז עם שווער מסכים צו זיין צו דער חילוק פון חכמה מיט שכל. אבער עכ"פ עס איז קלאר אז דאס זאגט ער. כדי צו מצדיק זיין דער טענה ברענגט ער א רייע סברות און תירוצים מסביר צו זיין דער פאקט. איינער פון זיי איז די טענה אז אפשר האבן זיי דאס יא געוואוסט און האבען זיך מונע געווען צו בויען די טעכנאלאגיעס וויבאלד זיי האבען געוואוסט די סכנות דערפון.

אויף דעם איז מיין ענטפער אז אין הכי נמי. 'אפשר'. אפשר בין איך באמת א טיים טרעוועלער פון דער עתיד. אפשר איז מיין באבע באמת פון מאדים. אפשר איז דער גאנצער וועלט באמת א מאטריקס. אפשר קען זיין אסאך זאכן. איך האב טאקע נישט קיין הוכחה ברורה אויף פארקערט. אבער דער שכל הישר ווייזט אז זיי האבען נישט געוואוסט די חכמות, ווי מיר זעהן טאקע דער סדר התפתחות החכמה גג על גג במשך הדורות, און נישט זיי האבען עס געוואוסט און בכוונה באהאלטען.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:24 pm#413121
לזכרון, צוויי מאמרי חז"ל וואס זענען משבח דורות אחרונים איבער דורות ראשונים. בע"ה אין דער קומענדיגער וועקער וועט איר זעהן דער הסבר דערויף.

סנהדרין כ,א:

תוקפו של בועז ענוותנותו של פלטי בן ליש , כדאמרן: אמר רבי יוחנן: מאי דכתיב (משלי לא כט) רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה? 'רבות בנות עשו חיל' - זה יוסף ובועז, 'ואת עלית על כולנה' - זה פלטי בן ליש.

אמר רבי שמואל בר נחמן אמר רבי יונתן: מאי דכתיב (משלי לא ל) 'שקר החן והבל היופי [אשה יראת ה' היא תתהלל]? 'שקר החן' זה יוסף, 'והבל היופי' זה בועז, 'יראת ה' היא תתהלל' - זה פלטי בן ליש.

דבר אחר: 'שקר החן' - זה דורו של משה, 'והבל היופי' - זה דורו של יהושע, 'יראת ה' היא תתהלל' - זה דורו של חזקיה ;

דבר אחר: 'שקר החן' זה דורו של משה ויהושע, 'והבל היופי' זה דורו של חזקיה, 'יראת ה' היא תתהלל' זה דורו של רבי יהודה ברבי אילעאי; אמרו עליו על רבי יהודה ברבי אילעאי שהיו ששה תלמידים מתכסין בטלית אחת ועוסקין בתורה.

שבת קד, א
אמרי ליה רבנן לריב"ל אתו דרדקי האידנא לבי מדרשא ואמרו מילי דאפילו בימי יהושע בן נו"ן לא איתמר כוותייהו
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:29 pm#413322
ס'מיר יעצט איינגעפאלן אז לויט די חזו"א קומט אויס אז פענדעס זענען קלוגער פון מענטשן... והבן.

ס'איז אויך באוואוסט דאס וואס די איראנער פארשער האבן שוין פונלאנג אויפגעוויזן, אז אין די פארצייטישע פרס האט מען זיך באנוצט מיט סעלפאונס. דאס שטעלט די גאנצע ירידת הדורות טעזע אונטער גרויס פראגעצייכן, ווייל מ'זעט קלאר אז זיי זענען אויך געווען אזעלכע גרויסע טיפשים זיך צו באנוצן מיט טעכנאלאגיע, ואכמ"ל.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:51 am#413573
מחמת טעות הדפוס מצערת איז ארויסגעפאלן פון לעצטער וועקער די הערות אויף דער מאמר, בין איך עס מעתיק דא. רוב אותיות קען מען גרינג פארשטיין אויף וואס זיי באציען זיך.

דער שטיקל תפארת שלמה איז וויכטיג ווייל אין ספר תפארת שלמה נעמט ער אן כמה פעמים ווי א דבר פשוט אז די דורות ווערן אלץ שוואכער און שוואכער ברוחניות (עי' למשל מועדים שער הקר"ש ד"ה אתה חונן "כי בכל יום ויום הדורות מתמעטים בחכמה האלקות והבנת התורה ופירושה"), אבער דאך זעהט ער דער בעש"ט און זיין גאנצער ענין ווי א יוצא מן הכלל וואס ער איז הפליא תושיה מכל הדורות שלפניו, און ער איז מדגיש בכמה מקומות אז דער ענין איז נמשך אין די אנדערע צדיקים ההולכים בדרך הבעש"ט (עי' לדוגמא פרשת אמור ד"ה ויאמר וז"ל "ודבר זה גלה לנו הבעש"ט ז"ל בדורו ומאז כן בכל דור ודור ודורשיו עד ביאת הגואל כל הדבוק בהם יש להם עלי' לכל הנשמות", ובאריכות בפרשת בראשית ד"ה ויעש אלהים את שני המאורות וז"ל "כי הנה יש ב' מיני הצדיקים הנקראים מאורות הגדולים כל אחד גדול בדורו. כאשר אמנם בדורות שלפנינו היו צדיקים גדולים אשר האירו תבל בצדקתם כמו הצדיקים והנביאים הראשונים אשר מעולם היו. הנה להם ניתנה הממשלה והכח בשמים ובארץ לגזור אומר ויקם להם ועל כל דרכיהם נגה אור. אכן עתה בדורות הללו אף שהצדיקים אינם כמו הראשונים מ"מ אל יתיאש האדם לאמר אנחנו נגשש כעור באפילה חלילה. אך ידע כי הם ג"כ נקראים מאורות בזמנם כי עתה בעקבות דמשיחא אינם יכולים להיות במעלות כמו הראשונים. ועתה על פיהם ישק כל דבר להם לבדם ניתנה הארץ. וצריך האדם להתאבק בעפר רגליו של הצדיק אשר הוא בדורו פן יאבד חלילה. יפתח בדורו כשמואל בדורו.. וז"ש הכתוב ויעש אלהים את שני המאורות הגדולים רמז לב' מיני הצדיקים הראשונים והאחרונים את המאור הגדול לממשלת היום שהיו בדורות הראשונים והיה בכחם לבטל מבנ"י כל גזירות קשות ואת המאור הקטן הוא הצדיק שבדור הזה לממשלת הלילה בגלות המר הדומה ללילה. וגם לו הכח להתפלל כמו בשנים קדמוניות על הראשונים והאחרונים דבר טוב ")

דער רבי ר' אלימלך האט בכלל זיך פארמאסטען מיט דברי חז"ל. ער האט געזאגט אז עס איז א חידוש אז חז"ל האבען געזאגט אז עס וועלן זיין חבלי משיח, און זיי האבן נישט געזעהן אז אלימלך וועט דאס מבטל זיין (נתיב מצוותיך נתיב אמונה שביל ד אות ה בשם חמיו רא"מ מפינטשוב ששמע מפ"ק). אויך האט ער געוואלט משנה זיין דער נוסח התפלה און מחבר זיין זיין אייגענע תפלה אנשטאטס שמונה עשרה ביז די אנשי כנסת הגדולה זענען געקומען צו עם און עם געבעטן ער זאל דאס נישט טוהן (הסבא קדישא מראדשיץ עמ' 37). ווי אויך האט ער געזאגט אז ווען חז"ל וואלטן געזעהן די חולשה פון שפעטערדיגע דורות וואלטן זיי נישט מתקן געווען קיין תעניתים (אמרות טהורות ראחמיסטריווקא ויקרא עמ' מב, וראה במאמרינו חלק ב). זעה אויך ווייטער וואס מיר ברענגען פון נועם אלימלך.

דער קאצקער רבי בכלל האט זיך נישט שטארק גערעכנט מיט דער ירידת הדורות און האט כסדר געשטרעבט צו דער גרעסטער און דער העכסטער זאך. נאך אלץ יונגערמאן זאגט מען האבן זיינע חברים אים געפרעגט וואס מיינט ער, ער וועט דען זיין דער בעל שם טוב. האט ער גיענטפערט, צו דען האט דער בעל שם טוב באשווירען אז מען טאר מער נישט זיין גרעסער פון עם? (סנה בוער בקאצק עמ' 30). דער חידושי הרי"מ האט טאקע געזאגט אז אין קאצק זענען געווען הונדרעטער יונגעלייט וואס ער איז געווען זיכער זיי וועלן אנקומען למדרגת הבעל שם טוב, נאר זעהט אויס דער מחלוקת האט געשאדט (אמת ואמונה אות תתנו)

דאס שיינט ענליך צו דער געדאנק וואס איראפעישער היסטאריקער טיילען אסאך מאל דער היסטאריע אין דריי טיילען, דער פארצייטישער אמאל וואס איז געווען גרויס, א מיטלער תקופה פון טונקלקייט און ירידה, און דערנאך א רענעסאנס און התחדשות וואס גייט צוריק צו דער אמאליגער גרויסקייט און מער. איך האב אבער נישט עספיעט צו טרעפן אויב קען מען טרעפן א קלארער קשר צווישען די מקורות.

ברית מנוחה איז א קבלה ספר געבויט אויף צען נקודות פון דער שם הוי"ה וואס דער כהן גדול האט מזכיר געווען בעבודת יום הכיפורים, געשריבען דורך ר' אברהם מרימון הספרדי. דער אריז"ל און רמ"ק האבען מעיד געווען אז דער ספר ענהאלט אמת'ע סודות. דער שטיקל איז אין ניקוד הח'.

דער ספר איז געדרוקט געווארען ערשט בדורנו, דורך הרה"ח ר' אהרן מרדכי רוטנר שליט"א, בהוצאת ישיבת שער השמים. ווי אויך האט מען געדרוקט לעצטנס פון אים צוויי בענדער אור תורה על התורה.

ר' יענקעלע פון פשעווארסק ברענגט בשם דער שינאווער רב אז דער שטיקל מיינט דער רבי ר' אלימלך (ספר שיחתן של עבדי אבות)

מען דארף אנמערקן אז דער געדאנק איז א שטיקל 'ירחיק עדותו', ווען אין אלע חלקים וואס מיר קענען זעהן איז מען מודה אז עס איז נישטא קיין ירידה, איז מען עס תולה אין אן ענין שבלב וואס אלהים יראה ללבב, און עס איז נישט באמת מעגליך צו מעסטען יראת שמים אדער מדרגות שבלב.

עס איז אינטרעסאנט צוצושטעלן דער ווארט פון דער רבי ר' בונם צו נאך א ווארט וואס איז מפורסם בשמו (זעה למשל שפת אמת ליקוטים וארא) אויף דער תנא דבי אליהו שחייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי, אז אוודאי קען א מענטש נישט זיין ווי אברהם אבינו, נאר יגיעו איז מלשון נגיעה, אז עס זאל אנרירען די מעשים אין מעשי האבות. דער ווארט נעמט לכאורה אן ירידת הדורות פאר א פשטות. מוז מען אבער פארשטיין טיפער דער ווארט פון יגיעו, און עס קען אפשר זיין אז דער אנרירען מיינט טאקע דער זעלבער ווי ער זאגט דא, אז בנקודת הלב איז די זעלבע אפילו אויב בחיצוניות כשרון המעשה קען מען זיך נישט מדמה זיין צו די אבות.

מצד שני, האב איך געטראפן נאך א מקור פון דער רבי ר' בונם אז ער האט נישט געהאלטן פון ירידת הדורות. דער רבי ר' בונם איז אמאל געזעצן און זיך געוואונדערט אוויף דעם וואס שטייט אין שולחן ערוך (יו"ד רמ"ג) אז היינט איז נישטא קיין דין תלמיד חכם, ווי קען זיין אז דער רבי פון לובלין און דער יהודי הקדוש זענען נישט געווען בגדר ת"ח, ביז איינער האט עם געוויזען אז אין ספר שבט מוסר שטייט אז היינט איז יא דא תלמידי חכמים (זכותא דאברהם עמ' נ"ג, ועיי"ש המשך הסיפור).

דער פילאסאף און דענקער סטיווען פינקער האט געשריבען א בוך The Better Angels of our Nature ווי ער ווייזט אויף מיט קלארע נומערן אז פערצענטווייל איז דער מאס רציחות און אנדערע בייזוויליגע אקטן בין אדם לחבירו לאין ערוך קלענער היינט ווי פאר הונדרעטער און טויזנטער יארן צוריק.

אורות הקודש חלק ב עמ' תקמד. אין אנדערע ערטער איז הרב קוק מסביר אז טראץ דעם וואס בדורות הראשונים זענען אמאל געווען גרעסערע יחידים, שטייט דער כלל היינט אין אסאך א גרעסער מדרגה ווי אמאל. זעה א שיינער סיכום בפרטי שיטתו אין דער מאמר פון ירון אדוריאן - בינו שנות דור ודור, כתב עת אסיף ג' - http://asif.co.il/wpfb-file/1-4-pdf-51/

זעה דער חזון איש און מכתב מאליהו רעפרענסירט אין חלק ג'

לעצטנס איז נפטר געווארען הגאון הגדול ר' שמואל אוירבאך. אין די הספדים אויף עם האבען עטליכע תלמידים זיינע אנגעצייכנט אז ער האט נישט געהאלטן אז עס איז דא היינט ירידת הדורות , נאר להיפך היינט לערנט מען בעסער פון פריערדיגע דורות און עס איז דא מער ערנסטקייט פון אמאל.
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 5:53 pm#413593
איך האב מסתמא רוב ארטיקלן נישט געזען און איך געדענק נישט וויפיל איך האב יא געליינט ממילא קען זיין אז וואס איך וועל קאמענטירן האט איר שוין בארירט ערגעצוואו. בכל אופן, וואס איך קלער איבער דעם מושג פון ירידת הדורות, און איך ווייס נישט ווער ס'באנוצט זיך מיט דעם אויסדרוק און אין וואספארא קאנטעקסט אבער און קען זיך פארשטעלן אז די מושג פון ירידת הדורות איז נישט די עצם געדאנק פון די התדרדרות הדורות נאר ענדרעש די פאקטאר פארוואס עס איז דא אן התדרדרות און דאס איז צוליב ירידות הדורות דהיינו התרחקות הדורות. קען זיין אז איך בין נישט גערעכט כלפי דעם אויסדרוק זעלבסט פונדעסטוועגן קלער אז ס'איז פארט אמת אז התדרדרות הדורות איז א תוצאה פון התרחקות הדורות אבער התרחקות הדורות איז נישט די איינציגע פאקטאר ממילא קען זיין אז ס'איז פארהאן א צווייטע פאקטאר וואס ברענגט אז עס זאל גאר זיין א גרעסערע אויפוועקער מיט גרעסערע השפעות און מיט נייע התגלות'ן דוקא אין שפעטערדיגע דורות.

אלזא מיט אלע ערליי סארט מימרות און באהויפטונגען און וואס עס ווערט גערעדט אז ס'איז פארהאן א שטערקערע התגלות פון חכמת התורה וחכמת אלוקית אין שפעטערע דורות דארף דאס נאכנישט אפווארפען די עצם טעזע פון התדרדרות הדורות אין אלגעמיין.

די שאלה איז בכלל צו טרעפט מען א פארקערטע שיטה וואס זאגט גאר אז די דורות ווערן גאר מער און מער נתעלה? קען זיין אז מ'קען טרעפן אזא געדאנק אבער ווי סיסטעמאטיש איז דאס ?

בכלל איז די קנה מדה היפש קאמפלעצירט ווייל טיילמאל וואס מ'רעדט פון גדלות מעסט זיך דאס לפי ערך הדור.
בכלל האב איך דא בארירט איין אספעקט פון התדרדרות הדורות און דאס איז די חלק פון התדרדרות פון התגלות חכמת התורה ואלוקית. און איך באריר נישט דא אנדערע אספעקטן ווי השתנות הטבע וכו' און ווי געזאגט איז דאס אויך נאר אין אלגעמיין אז ס'איז פארהאן א פאקטאר פון התרחקות הדורות, אבער די קומט דאך צו פארשידענע אנדערע פאקטארן ווי די באקאנטע משל אז וואס טיפער אינעם טאנעל אלס טונקעלער ווערט אבער וואס נענטער צום ענדע הויבט אן צו ווערן צוריק ליכטיגער און ליכטיגער. און נאך מער די סיבה פון התדרדרות איז דאך צוליב די התרחקות און די השתלשלות פון די שלשלת הקבלה, אבער אויב איז דאס א בחינה פון עיר וקדיש מן שמיא נחית, איז דאס א דירעקטע אינטערווינונג פון פארקירצערן דעם שלשלת הקבלה, גילוי אליהו און גילוי אחיה השילוני זענען אן התקרבות הדורות און זענען דערפאר א פאקטאר פון התעלות הדורות.

בכל אופן איז דאך די אלגעמיינע צוגאנג פון התדרדרות הדורות א רעאלע צוגאנג אין פסיקת הלכה וואס האט די שטערקסטע השפעה אינעם לעבן פון הלכה-איד טאקע דאס צו באטראכטן אלס די סיסטעמאטישע צוגאנג
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:10 am#413657
עס איז דא א חיסרון אין דער לעצטער ארטיקל אז עס איז בעיקר געבויט אויף מראי מקומות און גיט נישט קיין קלארער טעזע און מסגרת מסביר צו זיין וואס איז טאקע די עליה, און אויב דאס איז א סיסטעמאטישע זאך, און פארשידענע וועגן וויאזוי דאס שטימט יא אדער נישט מיט די פארשידענע געדאנקען פון ירידת הדורות.

די סיבה דערפאר איז וויבאלד אין דעם חלק האב איך קודם כל געוואלט מלקט זיין טאקע דער חידוש אז עס זענען דא אסאך מקורות און ווערטער אויף פארקערט פון ירידת הדורות ובפרט אין חסידישע ספרים, און אפילו אין חז"ל, וואס איז געווען א חידוש פאר מיר ווען איך האב דאס געלערנט, און דאס האב איך געוואלט מיטטיילען. דאכציך אז דער עצם צאמשטעלן די אלע אזוינע ווערטער אויף איין פלאץ קען שוין טוישען א בליק און ווייזען אז דא איז דא אן אנדערע וועג צו טראכטן.

וויבאלד אז דאס איז געווען מיין פאוקוס דא איז נישט געבליבן קיין צייט און פלאץ מער אריינגיין אין די הסברים.

לעולם דארף מען אבער צוריקגיין לויט די הסברים פון די פריערדיגע פרקים מסביר זיין וואס דאס טוהט לגבי זיי, און קלארער מאכען וועלכער חלקים זענען טאקע נייע געדאנקען דא.
מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 9:45 pm#413857
ליעקוואד כ'האב שטארק הנאה געהאט פון אייער לעצטע מאמר
אפשר וואלט מען געקענט צאמנעמען אלע מאמרים אין מאכען א פי די עף מזאל ווערן אביסעל קלארער אין דעם ענין...
איך האלט מיך ביי שלמה המלך'ס עדווייס, מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש. נישטא קיין עליית הדורות נישטא קיין ירידת הדורות ס'איז אלעס די זעלבע זאך, אפילו די ירידת הדורות ניגון בלייבט די זעלבע אין טוישט זיך נישט...
מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 9:46 pm#413858
אבער על הצד אז סאיז דא ירידת הדורות אידאך דאס אליין אז מאיז מפקפק אויף ירידת הדורות א צייכען אויף ירידת הדורות :lol:
מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:02 pm#413864
גדליה האט געשריבן:ליעקוואד כ'האב שטארק הנאה געהאט פון אייער לעצטע מאמר
אפשר וואלט מען געקענט צאמנעמען אלע מאמרים אין מאכען א פי די עף מזאל ווערן אביסעל קלארער אין דעם ענין...

ייש"כ
בל"נ עוד חזון למועד ביתר הרחבה.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:05 pm#413912
האב איך יעצט געטראפען אז עס איז שוין דא א שטיקל אקאדעמישער שמועס וועגן שיטת החסידות לגבי ירידת הדורות.


לואיס ג'ייקובס שרייבט דא אז די אמונה פון די חסידים אין גדלות הצדיקים איז טאקע א סתירה מיט דעם, און ברענגט א טייל מקורות וואס איך האב געברענגט, און עטליכע אנדערע.

מענדל פייקאז אין זיין ספר ההנהגה החסידית פרק שני: סוגיית ראשונים ואחרונים בדבריהם של ראשי החסידות. האט א שמועס וועגן דעם.

דערגעגען בעני בראון אין זיין ספר אויף קארלין (עמ' 398 הערה 132) דינגט זיך און האלט אז די מקורות ווייזען נישט אז די חסידים זענען מעריך שפעטערדיגע צדיקים ווי די פריערדיגע, און טענה'ט אז אפילו אינערהאלב א שושלת אליינס איז אלעמאל קלאר אז די פריערדיגע דורות זענען גרעסער. אזויווי רוב פון זיינע אבזערוואציעס דאכציך מיר אז דאס איז נישט מדויק אפילו אין די היינטיגע חסידות'ער, עכ"פ ביי א חלק פון זיי.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:46 pm#413940
אין חבד האלטען זיי אז יעדער רבי איז געוועהן גרעסער פין זיין פריעדיגער. איך מען זיי לייגן עס אויס מיט די ספירות.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:48 pm#414022
איך שפיר א פליכט אויסצודרוקן א ריזן דאנק פאר ידידי הגאון רבי יצחק הלוי שליט"א, פארן מסדר זיין די פארנעפלטע נושא פון "ירידת הדורות" איינמאל פאר אלעמאל, נאכדעם וואס די מושג איז באנוצט געווארן אויף אונטערצודרוקן דעם מענטש פון גלייבן אין זיינע מעגליכקייטן.

נאכן ענדיגן ליינען דעם הערליכן מקיף'דיגן ארבעט, איז פשוט א וואונדער ווי איינער קען נאך גלייבן אינעם ירידת הדורות טעזע, זאל שוין זיין צוליב'ן פשוט'ן פאקט אז א איד פאר 200 יאר צוריק וואלט נישט באוויזן אדורכצוטון דעם נושא פון אלע זייטן אזוי גוט ווי אונזער יצחק'ן... נו, איז דאך ממש "אכשר דרא".

--
איך האב אפאר הערות צוצולייגן צום נושא, וואס קען אפילו זיין אז זיי זענען דערמאנט געווארן דורכאויס די פיר פרקים'דיגע סעריע, וואס כ'האב מעגליך פארגעסן צוליב דעם צייט אפשניט פון א צוויי-דריטל יאר צייט - ווילאנג ס'האט געדויערט פאר פיר וועקערס צו ערשיינען. כ'וועל פארט דערמאנען בקצרה וואס עס ליגט מיר כרגע אויפן געדאנק, מחמת חיבת הקודש פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס דער מהרי"ל האט אריינגעלייגט:

1. עס איז דא די לאנגע שטיקל גמרא מנחות כ"ט ע"ב איבער ווי משה רבינו איז פארכאפט געווארן אין התפעלות און אפילו חלישות הדעת פון די געוואלדיגע כח התורה פון ר' עקיבא.

2. עס איז באקאנט די ווערטער פונעם רמב"ם הל' תשובה אז יעדער איד קען אנקומען לדרגת משה רבינו (ואכן שם ביארו המצדדים בשיטת ירידת הדורות שהכוונה בזה שכ"א יכול להגיע לדרגת משה רבינו כפי בחינה דיליה).

3. אינטערעסאנטע געדאנק: די גמרא יומא ט' ע"ב איז פארנומען מסביר צו זיין פארוואס עס איז געקומען חורבן בית ראשון, און מ'ענטפערט אז ס'איז געווען די ג' עבירות חמורות ע"ז ג"ע ושפ"ד, דערנאך פרעגט די גמרא אז ביים חורבן בית שני וואס עס איז נישט געווען די ג' עבירות חמורות פארוואס איז עס חרוב געווארן כו'. מ'זעט א פשיטות אז חז"ל האבן אנגעקוקט די תקופה זעקס הונדערט יאר שפעטער פילפאכיג העכער ווי די פריערדיגע תקופה, און מ'האט נישט געזוכט צו דרשנ'ען ווי געפערליך די בית שני'ניקעס זענען געווען.

4. ר' שמואל ויטאל בן ר' חיים, וכ"ה באוהב ישראל דאכצעך אין די השמטות, אז דאס וואס ס'שטייט אויף משה רבינו ותחסרהו מעט מאלקים און חז"ל זאגן אז ס'האט אים געפעלט דער שער נ' פון די חמישים שערי בינה, דאס גייט ארויף אויף תורת הקבלה וואס משה האט נישט זוכה געווען דערצו נאר די מקובלים פון ר' שמעון וכו'. ואין לך עליית הדורות גדולה מזו צו זאגן אז דער מקבל התורה מסיני האט נישט געקענט אזא אינטעגראלער טייל פון תורה.
דאס שטימט גראדע גאר גוט מיט דיין יסוד איבער הסתכלות בעלי המקובלים על נושא ירידת הדורות.

5. אין בעלזא גלויבט מען - הגם מ'זאגט נישט - אז ר' אהרן איז געווען גרעסער פון מהרי"ד - אגב, שלא כדעת בראון. דאס זעלביגע איז טאקע מיט חב"ד ווי דער רבי רמ"מ איז נשיא שביעי וכו' העכסטע פון אלע. ר' אהרן מבעלזא טראגט אויך נאך א לעגענדע בשם דעם בית ישראל פון גער, צו א צווייטער, אז ווען ר' אהרן וואלט געווען אין די צייטן פון אפטער רב וואלט ער אויך געווען א חידוש. עליית הדורות ממש.

6. עס איז באקאנט די הגדרה פון צדיק אחד וואס האט זיך אויסגעדרוקט אז די צוויי יונגערע זון פון צאנזער רב, ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער און ר' ישעי'לע טשעחויבער זענען געווען גרעסערע נשמות ווי די פריערדיגע זון פונעם צאנזער רב, וויבאלד לעת זקנתו האט צאנזער רב מוליד געווען אן קיין שום תאוה גשמית.

7. די פסוק דערציילט אויף אלישע אז ער האט זוכה געווען צו פי שנים פון זיין רבי'ן אליהו הנביא.

8. די גמרא ע"ז ט' ע"א זאגט אז די וועלט איז קודם ב' אלפים תוהו ב' אלפים תורה ב' אלפים ימות המשיח. א פשטות'דיגע אנווייזונג אויף עליית הדורות.

9. אן אינטערעסאנטע שאלה אין גמרא גיטין ל"ו ע"ב, אויב די תקנת הלל פון פרוזבול האט ער מתקן געווען לדורו אדער לעולמי עד, און די נפקא מינה איז עס מבטל צו זיין, און ווי רש"י ערקלערט: "לבטולי' - להושיב ב"ד אי אכשור דרי שלא יהו מונעין מלהלוות...", וואס באדייט אז די גמרא האט אנגעקוקט אז די וועלט ווערט אויב עפעס בעסער.

10. די גמרא סנהדרין כ"א ע"ב זאגט אויף עזרא הסופר אז ער וואלט געווען ראוי אז די תורה זאל געגעבן ווערן דורך אים, ווען נישט דעם וואס משה האט אים מקדים געווען. פון דעם זעען מיר נישט נאר אז ער איז געווען בדומה למשה, נאר אז ער איז גלייכצייטיג געווען גרעסער פון יהושע וכל הדורות שלאחריו, וואס נאר אויף אים איז דאס געזאגט געווארן. ממש עליית הדורות. אזוי שטייט גראדע אין שו"ת משנה שכיר יו"ד סי' קע"ב.

11. כ'געדענק נישט אויב דו האסט דאס צוגעצייכנט, אבער עס איז וויכטיג צו כאפן א בליק אינעם הפלא'דיגן ספר פון הג"ר שלמה פישער (ער וואלט שוין אמאל געמעגט באשריבן ווערן אינעם וועקער), בית ישי, דרשות סי' ט"ו, וואו ער איז מאריך אין די נקודה פון ירידת הדורות און טענה'ט אז אפילו אמוראים האבן זיך געדינגען אויף תנאים, וכ"ש לעצטערע אויף פריערע, און ס'נישטא אזא מושג ווי ירידת הדורות בכגון דא.

12. אפענע ווערטער לצדד אז שפעטערדיגע חכמים קענען זיין גרעסער פון פריערדיגע, שטייט אין רמ"ע מפאנו סי' קי"א ד"ה לא תימא, אז אביי ורבא זענען געשטאנען גרעסער ווי די דורות הקודמים ביז ארויף צו רב ושמואל, און דערפאר איז הלכה כבתראי [און נישט בבחינת ננס ע"ג ארי].

13. שמואל הקטן וואס חז"ל זאגן אויך אויף אים הפלגות גדולות, האט געהייסן הקטן ווי געברענגט א דעה אין ירושלמי סוטה פ"ט הי"ג אז ער איז נאר געווען א טראפעלע ווייניגער ווי שמואל הנביא!

14. סתם אינטערעסאנט, וואס כ'האב געהערט ארום פופצן יאר צוריק ביי א דרשה פון ראי"ה ביק ממעזיבוש - כמדומה, אין ארגון שיעורי תורה, וואס ביי ענדע דערפון האט ער פייערליך מוחה געווען קעגן דעם ירידת הדורות פענאמען, טענה'נדיג אז מיר שטייען פילפאכיג בעסער ווי די אמאליגע דורות, סיי אין די מאס תורה וואס געפונט זיך בזמנינו, די חסד, די דקדוק המצוות וכו'. ער האט פארענדיגט מיט פאטאס אז מ'דארף איבערחזרן אז מיר האלטן ביי אן עפאכע פון "אכשר דרא"!

15. עוד יש מקום להאריך מצד מציאות הדברים, ווען מיר זעען אזעלכע עובדים ווי אמשינובער רבי, דער אלטער טאהשער, ר' איטשע מאיר מורגנשטרן, ר' יעקב עדס, ועוד רשימה בלתי פוסקת, וואס מ'זעט נישט בעיני רוחנו אז זייער פייער זאל זיין אונטערשטעליג פונעם עבודה פון פריערדיגע ברימטע רביים. וכהנה מיט די גאונות פון ר' דוב לאנדא, דער חידושים וביאורים, ר' יעקב חיים סופר, ר' יעקב הלל. וועלכער גדול האט אזוי צונומען ש"ס ווי דער לעצטיגער חזון איש, און ווער קען צושטעלן ר' עובדיה צו א ספרדישער גדול די לעצטע ווער ווייסט וויפיל הונדערט יאר.
מיר זעען בכלל נישט קיין ירידת הדורות.
ויש להאריך בזה עוד, וכבר התחיל בזה ATUB @לעיקוואד ATUB לפני כמה שנים באתרא קדישא הדין.


--
לקינוח צריך לסיים במילתא דבדיחותא:

איך האלט אז עליית הדורות האט זיך אנגעהויבן ממש ביי בריאת העולם. די ערשטע ילידי אשה זענען געווען קין און הבל, הבל איז געווען דער יונגערער און ערליכער. פארט א בטלן.
דער דריטער, שת, איז געווען אי אן ערליכער אי קיין בטלן (ומכאן רמז לאבולוציה מן התורה, והמ"י...)
זינט דאן גייט אן א שטענדיגע עליית הדורות...
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 3:13 pm#414101
א גרויסען ייש"כ הרב ארי נוהם פאר די הערליכע הערות.

איך צייכן נאר צו לזכרון אויפ'ן סדר פון אייערע אותיות. כדי ווען איך מאך גדלי'ה'ס פד"ף וועט מען קענען מער משלים זיין..

1. דער גמרא האט צוטוהן לכאורה מיט מיין שמועס וועגן התפתחות החכמה, דאכציך איך האב עס מרמז געווען דארט הגם איך האב עס נישט געברענגט באריכות.

2. איך האב דערמאנט דער ספר פון קעלנער וואס איז מאריך אז דער רמב"ם האלט נישט פון ירידת הדורות, דאס איז טאקע א גרויסע סמך דערצו, הגם עס איז נישט קיין הכרח, ווי אויך דעת הרמב"ם אין אלע סוגיות וואס איך האב דערמאנט שטימט מיט דער צד פון נישט ירידת הדורות.

3. מצד שני איז דאך א בפירושער גמרא דארט תן עיניך בבירה שחזרה לראשונים ולא לאחרונים, עס זעהט מיר אויס באופן כללי אז אין גמרא איז דא אמאל א פשטות אזוי און אמאל א פשטות פארקערט און אמאל, און לכאורה איז עס א מחלוקת צווישען די פארשידענע אגדות, הגם איך האב נישט קיין קלארער מהלך אין דעם. דאס איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין קלארער פשטות אין חז"ל אז עס איז דא ירידת הדורות באופן וואס מען זאל דארפן דוחק זיין אלע מקורות אויף פארקערט, הגם עס זענען דא מאמרים נוטים לכך.

4. האב איך נישט געוואוסט. קענסט אפשר צייכענען א מראה מקום? דאכציך איך האב געברענגט דער התפארות פון רשב"י אין אדרא אז ער זעהט מער פון משה רבינו. ויש לציין גם דברי התניא בענין השגת האריזל למעלה ממשה. דאס איז אבער אויך מקושר מיט דער נושא פון נבואת משה וואס איז א באזונדערע נושא.

5. ... (קען אבער זיין א יוצא מן הכלל שאינו סתירה. דער בית ישראל האט ליב געהאט צו זאגן הגזמות ואין בכך הרבה דיוק)

6. יא אינטרעסאנט. הגם עס האט נישט ממש מיט דער ענין. און איך פארשטיי אויך ווייניגער דער עצם זאך וועגן צאנזער רב'ס קינדער אבער שוין..

7. די שאלה איז אויף וויפיל מען קען מאכן פון פי שניים א כלל. ר' נחמן האט א גרויסע תורה אין ליקוטי מוהר"ן דע שהתלמיד יכול להיות גדול מרבו געבויט אויף דער מושג פון פי שנים.

8. יענער גמרא האט צוטוהן מיט ימות המשיח, איך האב נישט עספיעט צו טרעפן דער מקור (אפשר אין ים החכמה רעדט ער וועגן דעם? זכורני ששמעתי ממנו אבל לא מצאתי בחיפוש כעת) אבער דאכציך אז די מקובלים האבן טאקע א שמועס געבויט אויף דעם אז די אלפים משיח זענען העכער.

9. ייש"כ אויף דער מראה מקום. דארף מען צושטעלן דער גמרא צו די אנדערע לשונות וכי אכשר דרא בתמיה און מסביר זיין דער תירוץ.

10. ייש"כ אויף דער מראה מקום. דאס שטעלט זיך צו דער רשימה וואס איך האב דא געשריבען פון פעלער ווי די גמרא איז משבח דורות מאוחרים על גבי דורות קודמים.

11. האב איך אוודאי געצייכענט אין דער חלק איבער דער סוגיא.

12. שכויעח. האט אויך צוטוהן מיט דער נושא פון בית ישי.

13. ייש"כ. שייך למצוין באות 10.

14. ייש"כ. לייגט מען עם צו צו דער רשימה פון היינטיגע וואס טראכטן אזוי.. עס וואלט געהאלפן אויב מען קען טרעפן א מקור געשריבען דערצו.

15. אכן הארכתי פעם כאן אבל לא באמת אפשר להאריך בכגון דא באופן רשמי. ויותר מכך שמעתי בע"פ. אבל זה ניתן להיאמר שיש באופן כללי דורות של רנסאנס גדול בדת, כמו שרז"ל ציינו דורו של חזקיה, ואפשר לציין דורו של השולחן ערוך, וכן דורנו דהיינו הדור שאחרי השואה הוא דור של רנסאנס עצום ביהדות מכל בחינה, ויש בזה דקדוקים עליות ומורדות, אבל עכ"פ לפי הנראה לעיניים יש דורות של ירידה ויש דורות של עליה. החצי הראשון של המאה ה20 אפשר לכנות דור של ירידה גדולה ביהדות בכל העולם. החצי השני היה דור של עליה נפלאה. בעוד הרטוריקה תקועה בחצי הראשון.. מה יהיה במאה ה21 נמצא בידינו. מצד אחד יש קצת התמעטות של העליה שהיתה בעיקר ברבע האחרון של המאה ה20. ומצד שני יש עליה גדולה והתרחבות בכמה פרטים. ובכגון דא ראוי להאריך באופי אחר כעין מאמר הדור.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 3:15 pm#414103
יש לציין מאמר הרוזינער שתוכנו שבין האריז"ל לבעש"ט הוא לא מכריע, אבל המגיד היה וודאי גדול יותר מהרח"ו. ושייך לכמה פרטים בענין הנידון.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:17 pm#414117
לעיקוואד האט געשריבן:4. האב איך נישט געוואוסט. קענסט אפשר צייכענען א מראה מקום? דאכציך איך האב געברענגט דער התפארות פון רשב"י אין אדרא אז ער זעהט מער פון משה רבינו. ויש לציין גם דברי התניא בענין השגת האריזל למעלה ממשה. דאס איז אבער אויך מקושר מיט דער נושא פון נבואת משה וואס איז א באזונדערע נושא.

רבי שמואל ויטאל שרייבט דאס אין שער מאמרי חז"ל סוף מס' שבת אות ג'.
ועיעו' בחיד"א בס' דבש לפי מערכת מ' אות ט"ו שרמזו בפסוק.
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:34 pm#414118

14. סתם אינטערעסאנט, וואס כ'האב געהערט ארום פופצן יאר צוריק ביי א דרשה פון ראי"ה ביק ממעזיבוש - כמדומה, אין ארגון שיעורי תורה, וואס ביי ענדע דערפון האט ער פייערליך מוחה געווען קעגן דעם ירידת הדורות פענאמען, טענה'נדיג אז מיר שטייען פילפאכיג בעסער ווי די אמאליגע דורות, סיי אין די מאס תורה וואס געפונט זיך בזמנינו, די חסד, די דקדוק המצוות וכו'. ער האט פארענדיגט מיט פאטאס אז מ'דארף איבערחזרן אז מיר האלטן ביי אן עפאכע פון "אכשר דרא"!




ועל זה יאמרו המושלים, אוודאי, ביי זיי, ביי די ביק'ס, איז עס א עליית הדורות. און נאך ווי!
דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:00 pm#414146
א גרויסן יישר כח הרב לעיקוואוד פאר דעם הערליכן שמועס באמת א געשמאק געווען צו ליינען. באזונדער א דאנק פארן יורד זיין מן ההר אל העם עס אזוי שיין צונעמען מיט א קלארקייט און באטעמטקייט. עס איז באמת א אינטערעסאנטע נושא וואס האט געפעלט קלארקייט. און איז אבער לכאורה אוממעגליך אויסצוקלארן עכט וויבאלד עס איז הכל תלוי אין מאמרים פון דעם און יענעם וואס האבן זיך צומאל אליין סותר געווען. על כל פנים איז דאס איינס פון די אונטערליגנדע יסודות וואס שטעלן צוזאם דעם היינטיגן חרדישן השקפת החיים און איז גאר וויכטיג אויסצוקלארן לזכות עם רב.
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 10:44 pm#416042
עיין בזבחים דף סא: בענין השיתין בבית שני שהבינו יותר טוב משלמה המלך איפה צריך להשים את השיתין. וגם בדף סב. בענין גודל המזבח, וז"ל רש"י שם: שלמה לא הבין לדרשו והם דרשוהו, והיא תשובה ניצחת למינים.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:01 am#417339
כ'בין ערשט יעצט אנגעקומען צו לערנען די לעצטע מאמר און כ'האב זייער הנאה געהאט, בכלליות פונעם גאנצע סעריע. כ'האף אז ס'קומט יעצט א פרישע נושא. א גרויסע יישר כח!
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 2:46 am#437557
ידידי רבי יצחק הלוי דמן עיר התויירה ATUB @לעיקוואד ATUB יצ"ו

כ'האב מיך אצינד אנגעשטויסן אין נאך א מקור צו "עליית הדורות".

די גמרא זאגט אין מסכת יומא מט ע"א, אז ר' יהושע בן לוי האט געפרעגט עפעס א גוטע שאלה אין לערנען (חפן ומת, מהו שיכנס אחר בחפינתו), און ר' חנינא וואס איז געווען עלטער פון אים און האט נאך געלערנט ביי ר' יהודה הנשיא, האט זיך אויסגעדרוקט דערויף [ע"פ מסקנת הגמ'] "שאילתו כשאילת הראשונים", דהיינו אז ער פרעגט אזוי גוט אז עס פאסט ווען פאר פריערדיגע צו פרעגן אזוי גוט.


ויתכן שאליה וקוץ בה, שמכאן גם ראי' שבד"כ הראשונים שואלים יותר טוב, ולכן התבטא בפליאה על שמצאנו שאלה אחת של האחרון ששאל כשאילת הראשונים.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 5:49 am#437774
ר' יצחק, אצינד אנגעטראפן נאך א באקאנטע גמרא, ענדערש - אויסדרוק, וואס ווייזט אויף עליית הדורות

די גמרא ברענגט עטליכע מאל אראפ "דכולהו אית להו פירכא בר מדשמואל דלית ליה פירכא", א שטייגער ווי יומא פה ע"ב, חגיגה י ע"א, ועוד.
א קורצע בליק וועט צייגן אז אלע אנדערע ענטפערס זענען - עכ"פ עפ"ר - ענטפערס פון תנאים, אבער שמואל'ס ענטפער איז די בעסטע, און ווי דער אויסדרוק שפעטער: "טבא חדא פלפלתא חריפא ממלא צנא דקרי".
אלנפאלס האבן מיר א קלארע הוכחה אז צומאל האבן שפעטערדיגע מכוון געווען בעסער ווי די פריערדיגע, און טאקע אפילו אמוראים לעומת תנאים - הגם אן אמורא קען זיך נישט דינגען אויף א תנא.
מאנטאג פעברואר 17, 2020 3:20 pm#443054
זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 11:12 pm#459118
ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פט״ו) וויל ברענגען א ראיה קעגן קדמות העולם פון דעם וואס מיר זעהן ווי חכמה ווערט נשלם באורך הזמן. און אויב איז דאס צייט און מענטשהייט אלס געווען איז דאך וויבאלד טבע האדם והשתוקקותו לקנות חכמה וואלט מען שוין געדארפט ווען האלטן מער. ער ברענגט אן ענליכע ראיה פון שפראכן אז דאס איז הסכמי דורך מענטשן ולא טבעי. וממילא מוז זיין אז שפראכן האבן זיך אנגעהויבן און זענען מחודש דורך דאס מין האדם הקודמו וואס אן דעם קען ער נישט אנגיין. איז דאס א ראיה דערצו אז די מין האדם וואס איז געווען קודמו מיט א פיניט זמן איז אליין מחודש געווארן א פיניט זמן פאר דעם ע״ש.