Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קאווע שטיבל • איז art א אידישע זאך?

קאווע שטיבל • איז art א אידישע זאך?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
53 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 69 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2688
זונטאג יאנואר 06, 2013 5:57 pm#78014
איז art א אידישע זאך?
פארברענגענדיג איינע פון די טעג מיט גאר א חשובער יונגערמאן, ווייזט ער מיר עטליכע בילדער וואס ער האט געמאלט אמאל, איך זעה אז ער איז ממש א בר הכי, ער קען מאלען, פארציילט ער מיר אבער אז שוין אפאר יאר וואס ער האט נישט געמאלן גארנישט, וויבאלד זיין שאיפה איז נאר צו דינען דער אייבישטער און אלע זייטיגע זאכען קוקט ער אן פאר עניני עולם הזה וואס האט נישט קיין תכלית דער תכלית איז נאר לערנען און דאווענען ולעבוד את ה'.

איך וייס אז ער איז נישט דער איינציגסטער, און פיל אנדערע דערהויבענע יונגעלייט מיט שטארקע טאלענטען, וואס אלץ קנד אדער אלץ יונג בחור'ל האבן זיי אנגעהויבן צו מפתח זיין אביסל זייערע טאלאנטן, און ווי זיי זענען עלטער געווארען און שטערקער מפנים געווען דער חינוך אז דער עיקר איז דינען דער אייבישטער, האבן זיי נאכגעלאזט אינגאנצן די חלקים וואס האבן זיי מושך געווען און זיי האבען געהאט א געיל און טאלענט אין דעם.

טראכטענדיג אריבער דעם, זעה איך אז דאס איז א נושא וואס ברויך גאר ערנסט דורכגעשמועסט ווערן. און דייקא אין תורה ומחשבה אפטיילנוג, איז דער יונגערמאן נישט גערעכט? אין דער דרויסענדיגער וועלט איז אנגענומען אז זיך ארויסגעבען און זיך מבטא זיין איז איינע פון די חשוב'דטע און מערסטע משמעותדיגסטע טיילן פון לעבן. איז דא א מקום פאר אזא ענין אין יידושקייט? איז דאס עבודת ה' פראסט זיך ארויסצוגעבן די טאלענטען און הרגשים?

מ'קען זאגען טאקע "כבד את ה' מהונך" וכו', אז וואסארא טאלענט א מענטש האט קען ער אויסנוצען אויף עבודת ה'. דאס איז איין זאך, איך רעד אבער נישט פון דעם, נאר פשוט ארט און אמנות, איז דא א פלאץ פאר אזא מושג אין א וועלט פון יידושקייט ועבודת ה'.

יש הרבה צדדים דא צו רעדן און אויסשמועסן, איך לייג אבער פאר די שאלה בפני חכמים ונבונים דכאן זיי זאלן זאגען שייערע מיינונגען קודם, אפשר האט איינער עפעס א גוטע מהלך אויף דעם.
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:15 pm#78019
אויב איז ארט נישט קיין חלק פון די תכלית, צו וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן?
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:26 pm#78023
סהאט זיכער א מקום און תורה. משכון האט דער אייבשטער געהייסען משה רבינו צי מאכן ארט.
סאך ראשונים האבן געמאכט פיוטים וואס קען ווערן געריפן ארט.
קען זיין אז די אויברדימאנטע פעלער ברענגט די ארט די מענטש נענעטער צים אייברשטען.
וואס טוט זיך מיט ארט וואס האט נישט קיין שייכות צי רוחניות. סתם א שיינע מאלעריי,לויט געוויסע מקובלים איז די עצם מושג תענוג עובדת השם. לויט די חובבת הלבבות איז נישט דא א זאך וואס איז נוטראל אדער מצוה אדער עבירה וואס איז א פלעין שטיקעל ארט?

לאמיר נישט פארגעסן הדבק במידותיו מה הוא ארטיסט אף אתה ....
די וועלט האט און זיך א סאך ארט.
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:28 pm#78024
יידל האט געשריבן:אויב איז ארט נישט קיין חלק פון די תכלית, צו וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן?

ס'אלץ די טריק ''פאר א נסיון''.
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:51 pm#78026
ווי לאנג עס איז נישט קעגן די תורה, וואס קען זיין שלעכט?
מיר האבן נאר 613 מצות וואס מיר דארפן מקיים זיין, לא תוסיפו על הדבר ולא תגרעו ממנו.

געהערט א גוטע משל דערויף, איינער האט געהאט א זאק פאטעטעס וואס עס גייט אריין אין דעם נאר הונדערט פאטעטעס, אבער ער האט פרובירט אריינצושטיפן מער, און ווען ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי' האט ער אריינגעשטופט דערין גאנצע טויזנט פאטעטעס, אבער ער האט נישט געכאפט אז פון אונטן האט זיך געעפנט א ברייטע לאך און עס האלט אין איין ארויסרינען פון אינטן און נאר דערפאר קען ער אריינשטופן אזוי פיל.
די זעלבע געשעהט וועט מען לייגט צו מער וויפיל די תורה האט געהייסן, עס זעהט אויס אויבן-אויף ווי עס גייט טאקע אריין, אבער מען כאפט נישט אז פון די אנדערע זייט פלאצט עס.
זונטאג יאנואר 06, 2013 7:28 pm#78034
עס איז אינטערעסאנט אז אין דעם מעטראפאליטען מוזעאום אוו ארט איז כמעט נישט דא קיין אידישע ארטיקלען, נאר יעדע שטיק צייט בארגן זיי כאטש איין חפץ פון אנדערע מוזעאומס כדי די אידישע רעליגיע זאל אויך זיין רעפרעזענטירט. און דער אמת איז אז מ'זעט טאקע ווייניג קונסט אין לויף פון דער אידישער היסטאריע, כאטש גדולי ישראל האבן אוודאי נישט אפגעווייכט פון עקספלארירן זייערע פערזענליכע אינטערעסן. עס איז שוין באמערקט געווארן די חכמת הפיוט, און עס זענען אויך געווען אידישע פערזענליכקייטן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר ארטיסטן, אין די לעצטע דורות אין באקאנט האדמו"ר בעל קדושת ציון מבאבוב.
זונטאג יאנואר 06, 2013 7:41 pm#78036
יידל האט געשריבן:אויב איז ארט נישט קיין חלק פון די תכלית, צו וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן?

און אויב איז מאלעסטען קינדער נישט קיין חלק פון די תכלית, פארוואס האט דער אויבערשטער באשאפן פעדאפילן?
יידל, ביסט קלוגער ווי דעם. לאמיר הערן עפעס א זאכליכע ענטפער.
זונטאג יאנואר 06, 2013 7:43 pm#78037
יאנקל האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אז אין דעם מעטראפאליטען מוזעאום אוו ארט איז כמעט נישט דא קיין אידישע ארטיקלען, נאר יעדע שטיק צייט בארגן זיי כאטש איין חפץ פון אנדערע מוזעאומס כדי די אידישע רעליגיע זאל אויך זיין רעפרעזענטירט. און דער אמת איז אז מ'זעט טאקע ווייניג קונסט אין לויף פון דער אידישער היסטאריע, כאטש גדולי ישראל האבן אוודאי נישט אפגעווייכט פון עקספלארירן זייערע פערזענליכע אינטערעסן. עס איז שוין באמערקט געווארן די חכמת הפיוט, און עס זענען אויך געווען אידישע פערזענליכקייטן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר ארטיסטן, אין די לעצטע דורות אין באקאנט האדמו"ר בעל קדושת ציון מבאבוב.

דו מיינסט אלס קאמפאזיטאר? אויב יא, צו האלט זיך אויך דער סקולענער רבי פאר אן ארטיסט?
זונטאג יאנואר 06, 2013 7:56 pm#78045
שיינע שאלה, אבער לכ' איז דאס טייל פון א ברייטערע שמועס וועגן בכלל הנאה האבן פון דער וועלט סתם אזוי. אלע ווייסן פון דעם קדש עצמך במותר לך וכד' אבער למעשה איז אויך דא גענוג מאמרים וואס ווייזן אז מען מעג און מען דארף הנאה האבן פון דעם שיינעם וועלט וואס דער אויבערשטער האט צוגעשטעלט אונז מענטשעלעך, ווי דער מסלת ישרים ברענגט אז דער מענטש עתיד ליתן את הדין פאר יעדע זאך וואס ער האט געזען און געקענט עסן נאר האט נישט געוואלט , און ער ברענגט דעם לשון פון ירושלמי אז "לא דייך מה שאסרה תורה ואתה בא לאסור עליך דברים אחרים".
פארשטייט זיך עס טאר נישט אוועקנעמען פון עבדות ה', אבער סתם אויב מען געט זיך אויס אביסל, וואס איז שלעכט. מיר מאכן דאך א ברכה אויף יעדע זאך וואס מען האט הנאה, אבוויעסלי מיינט דאס אז ג-ט האט געוואלט מיר זאלן הנאה האבן און אים דאנקען דערויף. אויף א נייעם הויז אדער פעלד, האט מען מתקן געווען א שהחיינו, אויף א קלוגן מענטש האט מען מתקן געווען א חכם הרזים, און אויף א קעניג אויך א באזונדערע ברכה, ווייזט דאך אויס אז די זאכן דארף מען דירעקט יא אפרישיעטן. און אפילו אויף א שיינעם מענטש האט מען גאר מתקן געווען א ברכה (וואס איז שוין אפשר בבחינת פון אפרישיעיטן "ארט" ;)
ממילא אויב וויל זיך איינער אויסגעבן מיט שיין מאלן, פארוואס דען נישט? וואס איז עס אנדערש ווי די אנדערע פופציג זאכן ואוס מענטשן טוען סתם לשם פארוואס-נישט אדער שוואוילטאג (שמועסן, פארברענגען, איי-פאנען, רייכערן, וכו' וכו'). אויב עפעס, איז עס נאר בעסער ווייל עס איז זיכער אויף א העכערע מדריגה ווי סתם בטל'ען די צייט. איך וואלט עס אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע פון שפילן מיט אן אינסטרומענט, ואוס דאס האט דאך שוין יא א מקור אז הייליגע אידן האבן דאס געטון, ארויף ביז דוד המלך, און איז אויך אן ארט. אבער עס איז אויך עבודת ה' אויב מ'ניצט עס און מ'טראכט צום גוטן. און מאלן האט נישט די חסרון פון היינטיגע מוזיק, וואס איז אביסל פראבלעמאטיש זייט'ן חורבן.
זונטאג יאנואר 06, 2013 7:58 pm#78046
יידל האט געשריבן:אויב איז ארט נישט קיין חלק פון די תכלית, צו וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן?


איך מיין דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל קענסט פרעגן אויף אנדערע הונדערט זאכן ואוס זענען זיכער אסור אדער שעדליך פאר'ן מענטש, פארוואס דער אויבערשטער האט זיי באשאפן? דער תירוץ איז לאו דוקא אן אויטאמאטישע פאזיטיווע "אלא מאי" מוז זיין אז ס'גוט.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:05 pm#78051
יאנקל האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אז אין דעם מעטראפאליטען מוזעאום אוו ארט איז כמעט נישט דא קיין אידישע ארטיקלען, נאר יעדע שטיק צייט בארגן זיי כאטש איין חפץ פון אנדערע מוזעאומס כדי די אידישע רעליגיע זאל אויך זיין רעפרעזענטירט. און דער אמת איז אז מ'זעט טאקע ווייניג קונסט אין לויף פון דער אידישער היסטאריע, כאטש גדולי ישראל האבן אוודאי נישט אפגעווייכט פון עקספלארירן זייערע פערזענליכע אינטערעסן. עס איז שוין באמערקט געווארן די חכמת הפיוט, און עס זענען אויך געווען אידישע פערזענליכקייטן וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר ארטיסטן, אין די לעצטע דורות אין באקאנט האדמו"ר בעל קדושת ציון מבאבוב.


אמת, און לכ' ווייל אידן האבן זיך נאטורליך אפגעגעבן ענדערש מיט גייסטישע ארט ווי פיזישע ארט. היינט האט זיך דאס געטוישט און אידן זענען אויך צווישן די פיאנערן פון פארשידענע ארט און פארנעמען (פראצענטואל) א שיינעם חלק פונעם אויבנאן ביים ארט-טיש פון מוזיק, טעאטער, מאלעריי, און וואס נישט.
אגב קלער איך יעצט אז מען טרעפט גענוג מאלערייען אין די אמאליגע שולן, אפשר קען דאס אויך זיין א סמך אז עס זענען יא געווען וואס האבן זיך אפגעגעבן דערמיט אדער עכ"פ עס מחשיב געווען.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:09 pm#78055
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אויב איז ארט נישט קיין חלק פון די תכלית, צו וואס האט דאס דער אויבערשטער באשאפן?


איך מיין דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל קענסט פרעגן אויף אנדערע הונדערט זאכן ואוס זענען זיכער אסור אדער שעדליך פאר'ן מענטש, פארוואס דער אויבערשטער האט זיי באשאפן? דער תירוץ איז לאו דוקא אן אויטאמאטישע פאזיטיווע "אלא מאי" מוז זיין אז ס'גוט.

כ'האב נישט געמאכט קיין אלא מאי, כ'האב נאר געפרעגט. און אין הכי נמי, מיין שאלה איז אויף אנדערע איסורים און שעדליכע זאכן. נולד מאוחר האט געענטפערט א נקודה שיש בו אמת, אז דאס איז כדי לנסות את הבריות. יתכן.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:14 pm#78060
רש"י זאגט אויפן פסוק קדש את השם מהונך, "מהונך - מכל מה שחננך אפי' מקול ערב (אל תקרי מהונך אלא מגרונך)"

זעט מען קלאר אז ס'מיינט נישט דוקא קול ערב, נאר יעדע מין זאך וואס דער אייבערשטער איז חונן פאר א מענטש.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:16 pm#78062
בעניותי מיין איך אז די שאלה טיילט זיך אויף דריי חלקים, צו מען מעג מבטל תורה זיין דערויף, ואת"ל דאסור, אויב דאס איז א אידישליכע זאך, ואת"ל דאינו, און אויב דאס איז בכלל מותר. ואשיב בקיצור נמרץ כפי מיסת הפנאי, שכן איני רוצה לבטל אף דקה אחת מזמן היקר הזה שקורין ניטל שחנן אותנו ברוב רחמיו וחסדיו.
מבטל תורה זיין איז מסתם אסור, איך זע נישט קיין סיבה צו מתיר זיין. אויב דאס איז אידישליך, איז תלוי אין וואס מען איז עוסק, למשל שירות ותושבחות איז אודאי א געהויבענע זאך, אזוי ווי דער חתם סופר שרייבט אז בימים שבין יום הקדוש וזמן שמחתנו היה לבו בל עמו לעסוק בהוויות דאביי ורבא ואז חיבר שיריו שירי משה מגודל געגועיו בימים הנשגבים האלו. אויב דאס איז מותר, הממ, פארוואס נישט?
ובזה אשים קנצי למילי, ואלך תיכף ומיד לקיים מה שכתבתי ולעסוק באותו קונסט שקורין שנייד"ן אש"ר יצ"ר פאפי"ר, ודפח"ח.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:17 pm#78063
נולד מאוחר האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן הדבק במידותיו מה הוא ארטיסט אף אתה ....
די וועלט האט אין זיך א סאך ארט.


ואין צור כאלוקינו, ואין צייר כאלוקינו.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:20 pm#78066
געפילטע פיש האט געשריבן:רש"י זאגט אויפן פסוק קדש את השם מהונך, "מהונך - מכל מה שחננך אפי' מקול ערב (אל תקרי מהונך אלא מגרונך)"

זעט מען קלאר אז ס'מיינט נישט דוקא קול ערב, נאר יעדע מין זאך וואס דער אייבערשטער איז חונן פאר א מענטש.

משם ראיה, אויב איז קונסט כשלעצמו א געהויבענע זאך, וואס דארף רש"י זאגן אפילו מקול ערב, סתם צו זינגען איז דאך אויך א חשוב'ע זאך צו אויסניצן די כשרונות, אלא מאי מוז זיין אז קונסט איז נאר חשוב אויב איז עס לכבד את ה', וכד הוינא טליא הוי אמינא לה לפני גדולים ושרים וקלסוה, וכמדומה לי שאמרו שזהו ראיה שאין עליו תשובה, ופוק חזו מאן גברא רבא דקמסהיד עליה.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:28 pm#78071
דאס איז ניקס קיין ראי', רש"י זאגט נישט אז אפילו בקול ערב מעג מען נוצן די טאלאנטן, נאר אז אפילו בקול ערב קען מען מכבד זיין דעם באשעפער, זאלסט נישט מיינען אז מ'קען עם נאר מכבד זיין מהונך, מיט געלט, נאר אויך מיט יעדע מין הון וואס א מענטש פארמאגט, אפילו א זאך ווי קול ערב.
כאפסט וואס איך מיין?
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:31 pm#78073
געפילטע פיש האט געשריבן:רש"י זאגט אויפן פסוק קדש את השם מהונך, "מהונך - מכל מה שחננך אפי' מקול ערב (אל תקרי מהונך אלא מגרונך)"

זעט מען קלאר אז ס'מיינט נישט דוקא קול ערב, נאר יעדע מין זאך וואס דער אייבערשטער איז חונן פאר א מענטש.

לויט דעם איז מיר פארענטפערט געווארן פארוואס די אידן וואס זענען געגאנגען אויף קידוש ה' האבן געזינגען עלינו לשבח מיט א זיסער ניגון :lol:.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:36 pm#78076
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס איז ניקס קיין ראי', רש"י זאגט נישט אז אפילו בקול ערב מעג מען נוצן די טאלאנטן, נאר אז אפילו בקול ערב קען מען מכבד זיין דעם באשעפער, זאלסט נישט מיינען אז מ'קען עם נאר מכבד זיין מהונך, מיט געלט, נאר אויך מיט יעדע מין הון וואס א מענטש פארמאגט, אפילו א זאך ווי קול ערב.
כאפסט וואס איך מיין?

למעשה, אויב איז מען מכבד את ה' מיט יעדן סארט זינגעריי, איז די רש"י אביסל שווער, אויסער אויב דו וועסט זאגן אז דאס גופא וויל אונז רש"י לאזן הערן, אז מיט יעדן סארט זינגען איז מען מכבד ה'. אבער קיין ראיה האסטו נישט פון די רש"י.
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:52 pm#78084
איך וועל אביסעל קלארער מאכען און מדגיש זיין די שאלה.
קיינער קלערט נישט אז עס איז דא עפעס אן איסור צו זיין א ארטיסט באופן כללי, און ממילא איז אוודאי אז עס איז בגדר דברים המותרים אזויווי יעדער דבר המותר און אלע תאוות.

כמו"כ לאידך גיסא, אוודאי איינער וואס קען שיין זינגען און גיט עס ארויס צו דאווענען שיין פארן עמוד אדער שיין זינגען און מחבר זיין שירות ותשבחות פאר השי"ת, לית מאן דפליג אז דאס איז א מצווה. אדער איינער וואס קען מאלען און מאלט שיין אויס א בית מדרש וכדו'.

איך רעד אבער נישט פון דעם, איך רעד פון דעם מושג פון ארט אליינס. וואס ווער עס האט די טאלענט פארשטייט אז דאס איז איינער פון די הויפט צרכים זיינער עס ארויסצוגעבן, און אין די וועלט איז אנגענומען אז דאס איז ממש א ערך, נישט נאר א סארט תאווה אדער הנאה אדער צורך. און אזוי איז אויך מסתבר מעצם הענין, אויף דעם פרעג איך צו עס האט א פלאץ אין יידושקייט. למשל יענער יונגערמאן וואס וויל נאר זיין אן עובד ה', זעה איך אבער אז דאס וואס ער גיט זיך נישט ארויס זיינע טאלענטן שטערט עם חענ"ד אנטוויקלען זיין נפש. און לכאו' איז דאס א וויכטיגע זאך נישט נאר אלץ הנאה פון עוה"ז וכדומה נאר אויך בעצם. דאס וויל איך וויסען וואס איז די מקום זיינע אין עבודת ה' .
זונטאג יאנואר 06, 2013 8:57 pm#78085
אויב איז עס טאקע א צורך הנפש, וואס איז אסאך וויכטיגער ווי צורכי הגוף, דעמאלט איז דאך דאס אליין א חלק פון עבודת ה', צו שטארקן דעם נפש, און בויען דעם סעלף עסטים וכל שם וחניכא דאית להו.
איך מיין אז דער יונגערמאן וויל נישט עוסק זיין אין קונסט נישט ווייל עס איז נישט עבודת ה', נאר ווייל ביי אונז איז דא עפעס א מושג אז אדער ביסטו אן עובד ה', אדער ביסטו פון די פשוט'ע מענטשן וואס האבן ליב אייזקריעם. מען כאפט נישט אז מען קען זיין סיי אן עובד ה' און סיי א געלונגענער מעלער. אין די גוי'אישע וועלט איז א דבר פשוט אז מען קען זיין למשל סיי א סייענטיסט און סיי א געלונגענער שרייבער פון נאוועלס, אדרבה מען איז עס מחשיב אלס מולטי טאלאנטעד.
זונטאג יאנואר 06, 2013 11:04 pm#78132
יאיר האט געשריבן:אויב איז עס טאקע א צורך הנפש, וואס איז אסאך וויכטיגער ווי צורכי הגוף, דעמאלט איז דאך דאס אליין א חלק פון עבודת ה', צו שטארקן דעם נפש, און בויען דעם סעלף עסטים וכל שם וחניכא דאית להו.
איך מיין אז דער יונגערמאן וויל נישט עוסק זיין אין קונסט נישט ווייל עס איז נישט עבודת ה', נאר ווייל ביי אונז איז דא עפעס א מושג אז אדער ביסטו אן עובד ה', אדער ביסטו פון די פשוט'ע מענטשן וואס האבן ליב אייזקריעם. מען כאפט נישט אז מען קען זיין סיי אן עובד ה' און סיי א געלונגענער מעלער. אין די גוי'אישע וועלט איז א דבר פשוט אז מען קען זיין למשל סיי א סייענטיסט און סיי א געלונגענער שרייבער פון נאוועלס, אדרבה מען איז עס מחשיב אלס מולטי טאלאנטעד.


זייער גוט געזאגט.

תוספות זאגט (ברכות לז.) אז די ברכה פון בורא נפשות האט מען געמאכט אויף די זאכן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן נאר לתענוג בעלמא

וז"ל: בורא נפשות רבות וחסרונם. כמו לחם ומים שאי אפשר בלא הם ועל כל מה שברא להחיות בהם נפש כל חי כלומר על כל מה שבעולם שגם אם לא בראם יכולין העולם לחיות בלא הם שלא בראם כי אם לתענוג בעלמא כמו תפוחים וכיוצא בהן ומסיים ברוך חי העולמים ובירושלמי ברוך אתה ה' חי העולמים:

זעהט מען אז דער אייבערשטער איז בכלל נישט ברוגז ווען מען טוט א "תענוג בעלמא", ווי לאנג עס איז נישט כנגד התורה.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:18 am#78148
חזנות איז א ארט וואס אידן אין אלע דורות זענען שטארק געליגן דערין.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:33 am#78151
לעיקוואד האט געשריבן:איך וועל אביסעל קלארער מאכען און מדגיש זיין די שאלה.
קיינער קלערט נישט אז עס איז דא עפעס אן איסור צו זיין א ארטיסט באופן כללי, און ממילא איז אוודאי אז עס איז בגדר דברים המותרים אזויווי יעדער דבר המותר און אלע תאוות.

כמו"כ לאידך גיסא, אוודאי איינער וואס קען שיין זינגען און גיט עס ארויס צו דאווענען שיין פארן עמוד אדער שיין זינגען און מחבר זיין שירות ותשבחות פאר השי"ת, לית מאן דפליג אז דאס איז א מצווה. אדער איינער וואס קען מאלען און מאלט שיין אויס א בית מדרש וכדו'.

איך רעד אבער נישט פון דעם, איך רעד פון דעם מושג פון ארט אליינס. וואס ווער עס האט די טאלענט פארשטייט אז דאס איז איינער פון די הויפט צרכים זיינער עס ארויסצוגעבן, און אין די וועלט איז אנגענומען אז דאס איז ממש א ערך, נישט נאר א סארט תאווה אדער הנאה אדער צורך. און אזוי איז אויך מסתבר מעצם הענין, אויף דעם פרעג איך צו עס האט א פלאץ אין יידושקייט. למשל יענער יונגערמאן וואס וויל נאר זיין אן עובד ה', זעה איך אבער אז דאס וואס ער גיט זיך נישט ארויס זיינע טאלענטן שטערט עם חענ"ד אנטוויקלען זיין נפש. און לכאו' איז דאס א וויכטיגע זאך נישט נאר אלץ הנאה פון עוה"ז וכדומה נאר אויך בעצם. דאס וויל איך וויסען וואס איז די מקום זיינע אין עבודת ה' .

איך וויל פרעגן אביסל טיפער, און דאס מסביר צו זיין קען מען פארגלייכן קונסט צו מדע - וויסנשאפט. עס איז דאך ידוע דער חילוק צווישן תורה עם דרך-ארץ (הירש) און תורה ומדע (וויי-יו). תעד"א זעט וויסנשאפט ווי די "נארמאלע" זאך וואס א מענטש דארף טון כדי צו זיין א פראדוקטיווער מענטש אויף דער וועלט; תו"מ זעט וויסנשאפט ווי אן ערך בפני עצמו, א זאך צו וועלכער מ'דארף שטרעבן אפגעזען אידישקייט, אבער מיט דער הסכמה פון אידישקייט. דאס זעלבע קען געפרעגט ווערן איבער קונסט: אוודאי איז קונסט א זאך וואס איז מותר, און אוודאי זאל א מענטש וואס האט א נטיה דערצו זיך אריינלייגן דערין. אבער זאלן מיר שעצן קונסט בכלליות? זאלן מיר באטראכטן קונסט ווי אן ערך צו וועלכן מיר זאלן שטרעבן?
מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:05 am#78154
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס איז ניקס קיין ראי', רש"י זאגט נישט אז אפילו בקול ערב מעג מען נוצן די טאלאנטן, נאר אז אפילו בקול ערב קען מען מכבד זיין דעם באשעפער, זאלסט נישט מיינען אז מ'קען עם נאר מכבד זיין מהונך, מיט געלט, נאר אויך מיט יעדע מין הון וואס א מענטש פארמאגט, אפילו א זאך ווי קול ערב.
כאפסט וואס איך מיין?

למעשה, אויב איז מען מכבד את ה' מיט יעדן סארט זינגעריי, איז די רש"י אביסל שווער, אויסער אויב דו וועסט זאגן אז דאס גופא וויל אונז רש"י לאזן הערן, אז מיט יעדן סארט זינגען איז מען מכבד ה'. אבער קיין ראיה האסטו נישט פון די רש"י.

ביזט גערעכט, קיין ראי' האב איך נישט פון רש"י, אבער דו האסט אויך נישט קיין ראי', דאס וואס דו האסט געזאגט "אלא מאי מוז זיין אז קונסט איז נאר חשוב אויב איז עס לכבד את ה'" איז לאו דוקא, ווייל קען זיין אז ס'איז חשוב סתם אזוי אויך, איי וואס איז די חידוש אין רש"י? רש"י זאגט אונז אז דאס איז אויך א וועג ווי אזוי מ'קען מכבד זיין דעם באשעפער.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:06 am#78155
אבי דו האסט נישט קיין ראיה. תמות נפשי עם פלשתים.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:00 pm#78213
יאיר האט געשריבן:אויב יא, צו האלט זיך אויך דער סקולענער רבי פאר אן ארטיסט?

עס איז באוויסט אז די סקלונער רבי זצ״ל מיט די רעבין שליט״א זענען אריין געקומען קיין אמעריקא נאר מכח זיין נגינה...
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:58 am#82672
איך וואלט צוגעלייגט נאך א צווייגל צום דיון.
איז ארט א זאך וואס ווערט אפרישיעטעט אין די חסידישע קרייזן? דאכט זיך אז ביי א סאך ווערט עס נישט נאר נישט אפרישיעטעט, נאר דירעקט אראפגעקוקט.
לדוגמא; א קינד שפירט א מוראדיגע תשוקה צו קענען שפילן א געוויסע מוזיקאלישע אינסטערמענט, א אינערליכע דראנג וואס ציט אים צו דעם ווי א מאגנעט צום אייזן. וויפיל עלטערן נעמען א ליסטע מאמרי חז״ל און הרגנ׳ן אפ דעם קינדס באהאלטענע כוחות מיטן אויסרייד ווי; זמרא בביתא חגרא בביתא, מען טאר נישט האלטן אין שטוב קיין כלי זמר אלטס חורבן הבית, וכו׳.
איי דער זעלבער מהרש״ג (דאכט זיך אז עס איז אין ח״ב סי׳ קמ״ח) וואס איז דיר גענוג גוט צו כשר׳ן דיינע דאורייתדיגע שאלות האלט קלאר אז ווען א מענטש דארף עס צו הייבן זיין מוט איז עס מותר?
נאר פאר אומפארשטענדלכיע סיבות איז עס געווארן ביי געוויסע א בושה צו האבן א קינד וואס צייכענט זיך אויס אין א געוויסע ארט. עס איז א זאך וואס וואלט ווען געדארפט באהאנדלט ווערן ערענסטער, פאר מען פארשטאפט דאס קינדס נאטירלכע דראנגן מיט א מימרל׳א פון די ארבל ארויס פשוט ווייל עס פאסט מיר נישט.
זונטאג יאנואר 27, 2013 5:09 am#82674
איך מיין אז מען קען ברענגען א פשוט'ע ראיה פון נ"ך (מלכים א פרק ה) אז קונסט איז א אידישליכע זאך:
יב וַיְדַבֵּר, שְׁלֹשֶׁת אֲלָפִים מָשָׁל; וַיְהִי שִׁירוֹ, חֲמִשָּׁה וָאָלֶף. יג וַיְדַבֵּר, עַל-הָעֵצִים, מִן-הָאֶרֶז אֲשֶׁר בַּלְּבָנוֹן, וְעַד הָאֵזוֹב אֲשֶׁר יֹצֵא בַּקִּיר; וַיְדַבֵּר עַל-הַבְּהֵמָה וְעַל-הָעוֹף, וְעַל-הָרֶמֶשׂ וְעַל-הַדָּגִים.
דער פסוק רימט אויס שלמה המלך אז ער האט געשריבן פאעזיעס אויף די נאטור, אויף די גרינע גראז און אויף די הויכע טענענבוים, אויף די לעבעדיגע חיות און בהמות, אויף די פליעדיגע פייגלען, און אויף די פיש אין וואסער. איז דאס נישט קונסט?
זונטאג יאנואר 27, 2013 11:13 am#82683
פארשטייט זיך דאס איז נאר א ראיה אויב ליינסטו דער פסוק כפשטיה און נישט כפירוש רז"ל אדער אנדערע מער פרומער פירושים וואס וועלן אוודאי מסביר זיין אז דאס אלץ מיינט סודות פון די בריאה וכו'. (עי' הקדמת הרמב"ן עה"ת). אויב ליינט מען אזוי דארפסטו נישט צוקומען צו דער פסוק נאר קענסט גלייך זאגען- צו דען איז שיר השירים נישט קיין ארטיסטישער ווערק? נישט משנה וואס עס זאל מרמז זיין, איז עס ארט. דער פראבלעם איז אז דאס אלץ וועט אריינגיין אין עבודת ה' כאילו און איז נישט א ראיה אויף ארט כמו שהוא.
ויש לי עוד מחשבות רבות בנושא זה אולי אוכל פעם לבטא אותם, כרגע אין לי מספיק חשק.
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:21 pm#82694
מיט שיר השירים איז א פראבלעם, ווייל אויב איז עס כפשוטו איז עס נישט ארט נאר עראטיקא, ממילא מוז מען זאגן אז ס'איז נישט כפשוטו.
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:39 pm#82700
ע"ז רמזתי, שגם אם אינו כפשוטו, איז עס נאכאלץ ארט, אפשר אפילו מער קונסטליך. נאר וואס? אז עס רעדט זיך פון אהבת ה' ווערט אויס אויס ארט פאר זיך און עס ווערט נאר עבודת ה'. די זעלבע איז לגבי וידבר על העצים ועל האבנים. אז וויבאלד דער מסורהדיגער צוגאנג וועט מוזען זאגען אז עס איז געווען א סארט תורה אדער עבודת ה', האסטו שוין נישט קיין ראיה אויף ארט.
אלנפאלס, מיין איך אז ע"פ פשוטו מיינט די שירים שירי חכמה נישט סתם פאעזיע.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 2:49 pm#430041
Re: איז art א אידישע זאך?
יאנקל האט געשריבן:איך וויל פרעגן אביסל טיפער, און דאס מסביר צו זיין קען מען פארגלייכן קונסט צו מדע - וויסנשאפט. עס איז דאך ידוע דער חילוק צווישן תורה עם דרך-ארץ (הירש) און תורה ומדע (וויי-יו). תעד"א זעט וויסנשאפט ווי די "נארמאלע" זאך וואס א מענטש דארף טון כדי צו זיין א פראדוקטיווער מענטש אויף דער וועלט; תו"מ זעט וויסנשאפט ווי אן ערך בפני עצמו, א זאך צו וועלכער מ'דארף שטרעבן אפגעזען אידישקייט, אבער מיט דער הסכמה פון אידישקייט. דאס זעלבע קען געפרעגט ווערן איבער קונסט: אוודאי איז קונסט א זאך וואס איז מותר, און אוודאי זאל א מענטש וואס האט א נטיה דערצו זיך אריינלייגן דערין. אבער זאלן מיר שעצן קונסט בכלליות? זאלן מיר באטראכטן קונסט ווי אן ערך צו וועלכן מיר זאלן שטרעבן?

אינטרעסאנט טאקע אז הרב סאלאווייטשיק זצ״ל אין ח״ב פון Halakhic Man איז מאריך אין די שבח און תפקיד פונ׳ם מענטש צו נוצן זיין creativity. איה״נ אז ער נוצט דאס אינ׳ם קאנטעקסט פון מחדש זיין חידושי תורה, אבער מידי שבח ותפקיד של creativity לא יצאנו.

עס קען זיין אז די סיבה פארוואס art איז נישט אזוי נפוץ ביי אידן איז וויבאלד art לכשלעצמו האט, ווי נישט, רעליגיעזע רעסטריקשאנס מיט/איבער זיך (עיין ביו״ד סימן קמא סעיף ד וז, ובאו״ח סימן שז סעיף טו ובמ״א שם ס״ק כא דרק משום דהוא דבר מועט מותר בחול דליכא למיחש אז שימשוך בתרייהו ע״ש). די מוסלעמענער האבן אויך געהאט די רעסטריקשאנס און וועגן דעם זענען זיי געלעגען אין tessellations.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:10 pm#430042
ערגעץ אין ספרי נחמן מברסלב שטייט אז מענטשן האבן טאלאנטן כדי צו לויפן צו דעם ווען זיי האבן נסיונות. ארטיסטישע סארט מענטשן זענען טאקע ווארימע נשמות מיט גרויסע תאות...
דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:54 pm#430046
עס איז געוועהן פון די ראשונים וואס פלעגן שרייבן שירים און פיוטום ארויסצוגעבן זייער געפילען פון פרייד, טרויער, התפעלות,
איז דאס נישט ארט?
דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:54 pm#430051
די צוציאונגס-קראפט צו שיינקייט איז א אוניווערסיאלע ערשיינונג וואס איז פארווארצלט אין די פסיכיק פון מענטשהייט אין אלגעמיין. די מח פונעם מענטש איז געווייערד אויף צו אנערקענען און פונאנדערשיידן סימעטרישע פארמען, פילפארביגקייטן, קלאנגן, ריטמען, א.ד.ג. וואס געפינט זיך אין נאטור בשפע.

ספעציעל קומט שיינקייט צום אויסדרוק אין קונסט, אנערקענענדיק דערביי די מענטשליכע דערגרייכונגן צו קענען שאפן שיינקייט מיט געניטקייט שעצענדיג די טאלאנט דערונטער.

פארשטייט זיך אז שיינקייט בכלליות איז אנגענומען צו זיין א סובדזשעקטיווער קאנצעפט וואס קומט צום אויסדרוק פאר יעדן לויט זיין פערזענליכע געשמאק. זעלבסטפארשטענדליך אז פונדעסטוועגן פארמינערט עס נישט די חשיבות פון די באטראכטונג פון דעם קונסט-מבין וואס זעהט דורך די פריזמע פון זיין ערפארונג מער דעטאלן, אינספאראציעס, טאלאנט, ווי איידער דער איינפאכער באאבאכטער.

אט דער שעצונג צו קונסט און די אינטערליגענדע שעצע צו מענטשליכע דערגרייכונג, ציעט איר אפשטאם צו די געצענדינערישע גריכישע קולטור וואס האט געשטעלט דעם קערפער און איר פיזישע מעגליכקייטן אין צענטער פון אלעס הייליג, ווי אויך בכלל די אינספיראציע פון די נאטור און אירע קרעפטן אין וואס די געצענדינערישע קולטור האט זיך אנטוויקעלט.

וואס גענוי ליגט אבער אונטער קונסט, וואס דאס נעמט אלס אריין, וואס דאס דארף פארשטעלן, און וואספארא נוצן דאס ברענגט דעם מענטש - אויב בכלל - זענען אור-אלטע פיליזאפישע פראגען וואס פלאגן שוין די גרויסע פיליזאפן אין די מערב וועלט זינט די גריכישע תקופה. די שטודירונג פון קונסט איז א טייל פון א פיליזאפישע צווייגל וואס ריפט זיך אסטעטיקס. אסטעטיקס נעמט אין זיך אריין ווי דערמאנט קונסט ווי ארכיטעקטור, סקולפטעריי, מעלעריי, שוישפילעריי, דיכטונג, טענץ און מוזיק און אלע זייערע פארשידענע קלאסישע דזשאנרעס. ווי אויך נעמט דאס אריין מצבים אין נאטור זעלבסט וואס ברענגן צו עסטעטישע ערפארונגען ווי צום ביישפיל הערליכע פאנאראמעס און סצענעס און בכלל אלעס וואס מ'קען באטראכטן עסטעטיש ווערטפול.

וואס אנטבלאנגט וויזואלע קונסט, טוט די תורה פארבאטן סקולפטעריי און מעלעריי פאר געצנדינערישע צוועקן. צוליב אבער די געצנדינערישע סימבאליזם און מאטיף האבן חז"ל דאס פארבאטן סיידן אויף פארשידענע אופנים. ווידעראום וואס אנטבלאנגט די שוישפיל קונסט האבן חז"ל געפאדערט אוועקצושטיין פון אט די יפיפיתו של יפת מיט'ן נישט אנטיילנעמען אין אט די גריכישע און רוימישע קונסט אין אלע אירע פארמען, אנערקענענדיג אז איר צוציאונגס- קראפט וועט עווענטועל אוועקשלעפן דעם איד פון די אהלי שם און אירע תורה-ווירדען וואס לייגט דעם טראפ דוקא אויף צו פערפעקטן דעם אינערליכקייט און בפירוש נישט די אויסערליכקייט.

אין חז"ל ווערט די שוישפיל קונסט אסאצעירט מיט ליצנות, דאס ווארט "ליצנות" מיינט צפעציפיש אראטארישע געשפאט, ווי אין דעם ווארט "מליצה" אדער "מליץ" וואס מיינט איבערצייגן מיט אראטאריש-פארבלענדעטע גערעדעכץ. דערפאר ווערט ליצנות אסאצעירט אין חז"ל מיט שקר ווייל מיט אן אראטארישן כח קען מען פארשטעלן פוסטקייט און בלאף.

חז"ל האבן דערפאר פארבאטן דאס ליינען אראטארישע ווערק פון דעם גריכישן עפיק פאעט הומער ביז'ן העברעאישן סופר בן סירא צוליב דעם וואס חז"ל זעען אין זיי א פוסטע אינהאלט. אויך אין די תקופה פון די רענאסאנס האבן געוויסע רבנים אין שפיץ פון רבי יוסף קארא גע'אסר'ט דאס קוקען אין דעם ספר חוברת עמנואל מיט די טענה אז די אינהאלט איז פוסט און איז אויך פיל מיט עראטישע רעפרענצן. לעומת דעם וואס ביי די גריכישע פיליזאפן געפונט מען דעם מיינונג אז די עצם הנאה פון קונסט טוט פערפעקטן דעם מענטש אויפן מאראלישן שטאפל, דאס איז אבער אין גייסט פון די פערספעקטיוו פון די געצענדינערישע קולטור.

אויך מיט די כתבי קודש ברענגן חז"ל אז די חכמים וואס האבן געחתמ'ט די ביבלישע קאנאן האבן זיך געספראוועט מיט עטליכע פון די ספרים ווי יחזקאל משלי און קהלת. אויך דעם ספר שיר השירים ווארענען חז"ל אז מען זאל דאס נישט ליינען אלס א פשוט'ע ראמאנטישע געזאנג נאר עס דארף אלעס פארשטיין ווערן צו זיין אינעם מעטאפארישן זין, חז"ל דרוקן זיך אויס אז דאס איז קודש הקדשים.

די פוסטקייט פון שיינקייט קומט צום אויסדרוק אין די ווערטער פון שלמה המלך וואס זאגט שקר החן והבל היופי די עיקר -פירט ער אויס- איז די אינערלעכקייט, אשה יראת השם היא תתהלל. אויך חז"ל ווארענען אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו, פיזישע שיינקייט איז נישט מער ווי א באצירטע פלאש, די עיקר איז אבער די אינהאלט דאס מיינט די מעשים טובים פונעם מענטש.

דערפאר כאטש וואס אין אידישע מקורות געפונען מיר א שעצונג צו שיינקייט, געפינט מען דאס נאר אלס א קאמפלימענטארער קוואליטעט, אלס א צוגאב צו די אינערליכע חשיבות פון א זאך, אבער איז נישט ווערטפול אלס א זעלבסשטענדיגע פענאמען. אין אידישע מקורות געפונען מיר אויך אז גאט שענקט חן און שיינקייט פאר גדולי האומה און פאר די נביאים און צדיקים כדי זיין זאלן מצליח זיין מיט זייערע אויפגאבען מיט וואס זיין זענען באשטומט געווארן.

שיינקייט האט אויך א וויכטיגע נוצן פאר קיום המין, דערפאר טוט די הלכה שטארק אויפפאדערן אידישע טעכטער זיך שיין צו באצירן. אידישע פרויען האבן טאקע פון אייביג אן זיך באצירט מיט אלע ערליי סארט צירונגען.

אויך פארנעמט שיינקייט אן ארט ביי קיום המצות ווי חז"ל זאגן התנאו לפני במצוות. ספעציעל קומט דאס צום אויסדרוק ווען די תורה פאדערט די געבוי און ארכיטעקטור פון די משכן און בתי מקדש צו זיין אויסגעשטאטעט מיט די פיינסטע קונסט-ווערק און אהערגעשטעלט מיט די שענסטע און טייערסטע מאטריאל. דער מייסטער בויער ווערט נישט קרעדיטירט איבער זיין טאלאנט, נאר ווי דער פסוק זאגט אשר נתן השם חכמה בלבו. אויך איז נישט די תכלית פון די מאיאסטאטישע איינריכטונגען פאר די צוועק צו באווייזן רייכטום, נאר איז פאר די איינע צוועק פון לכבד ולרומם בית אלוקינו.

אויך באשטומט די תורה דעם שבט לוי אלס די וואס זאלן זיך אפגעבן מיטן שפילן מוזיקאלישע אינסטרומענטן אינעם בית השם פאר ריטואלע צוועקן, דער טראפ ווערט אבער נישט געלייגט צו באצויבערען די פארזאמעלטע מיט די מוזיקאלישע אראנדזשירונגען נאר איז פאר'ן אויסשליסליכן צוועק פון לויבן גאט מיט געזאנג און עקסטאז און ווי דוד המלך זאגט הללוהו בתקע שופר הללוהו בנבל וכנור וגו'

ארכאלאגישע אנדעקונגען פון אור-אלטע בתי כנסיות אין די גליל ראיאן פון ארץ ישראל ווי אויך אין אנדערע מקומות ווייזן אז זיי זענען געווען באצירט מיט מאאזיקן וואס פיטשערן פארשידענע אידישע טעמעס. אויך אין די פערסישע שטאט דורא אירפוס איז אפגעפונען געווארן די איבערבלייבעניש פון א פראכטיקע בית הכנסת וואס איז באצירט פון וואנט צו וואנט מיט מעלערייען פון ביבלישע סצענעס (א מינאטור רעפליקע קען מען גיין זען אין די אידישע מוזעאום אין מאנהעטאן). אויך די גמרא דערמאנט די גרויסע בית הכנסת אין אלכסנדריה של מצרים אלס א פראכט פון א געביידע. ווארשיינליך איז דאס אלעס געווען די איינפלוס פון די העלעניסטישע קולטור.

אויך פאר הונדערטער יארן סיי אין די רענעסאנס עפאכע און אפילו נאך פריער, ספעציעל אבער פון ווען אידן האבן געקריגן עמניציפאציע מיט וואס זיין זענען געווארן ווייניגער באגרעניצט וואו און וויאזוי זיי מעגן בויען שולן, האבן די רייכע קהילות אין די גרויסע שטעט געלאזט בויען פרעכטיקע שולן לויט די ארכיטעקטוראלע סטיל פון יענע תקופות.

ווען די מויערען פון די אידישע געטא זענען איינגעפאלן מיט די השכלה באוועגונג זענען אויפגעקומען פארשידענע אידישע קינסטלער ווי מאריץ אפענהיים, איזידאר קאופמען, סיימאן סאלאמאן, דזשאסעף איזראעלס און נאך.

איבער די מערקבארע אידישע אפוועזנהייט אין קונסט במשך די פריערדיגע צייטן דרוקן זיך אויס מערערע ארט היסטאריקער און דענקער מיט פארשידענע אנטיסעמיטישע סענטימיענטן. און אן עסיי "דאס אידענטום און דער מוזיק" שרייבט דער קלאסישער קאמפאזיטאר ריטשארד וואגנער אז אידן זענען נישט ביכולת צו פרודיצירן קיין שום עכטע מוזיק, זיין זענען בכלל נישט ביכולת צו פרודוצירן קיין שום עכטע קונסט. אויך אידישע דענקער רעדן איבער די טעמע פון די אינטערשייד צעווישן די אייראפעאישע קולטור און דער אידישער קולטור אין צוזאמהאנג מיט קונסט. מארטין בובער שרייבט אז דער פארצייטישער איד האט געהאט אן אנטוויקעלטן חוש השמיעה ווי איידער די אייראפעער וואס האבן ענדערש אן אנטוויקעלטן וויזיואלע חוש. און אן אויפטריט וואס בובער האט געגעבן ביים פינפטן ציוניסטישן קאנגרעס טוט בובער אינטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון קונסט פאר'ן נאציאנאליסטישן צוועק, ווי אויך אז די קאנצעפט פון אידישע קונסט קען נאר ערמעגליכט ווערן אויף אידישע באדן. די בצלאל קונסט שולע איז טאקע געווען פון די סאמע ערשטע אינסטיטוציעס געגרינדעט צו ווערן.


הרב קוק וואס איז געווען א גרויסער שעצער פון אסטעטיקס שרייבט אין א בריוו צו די דערעפענונג פון די בצלאל שולע אז דאס אז די אידישע פאלק שפירט פאר וויכטיג צו שאפן קונסט אינסטיטוציעס איז דערפאר א שטארקע צייכן איבער די פרישע אויפלעבונג פונעם אידישע פאלק.
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:56 pm#436029
איינע פון די טעמעס אין דון יהודה (בן יצחק) אברבנאל׳ס דיאלאגהי ד׳אמאר איז אז דורך אנערקענען און עפרישיעיטן שיינקייט קומט מען צו צו העכערע קאגניטיווע מעגליכקייטן [בנוגע פילאזאפיע און יהדות/געטליכקייט]. (ער האט אן אריכות אין דעם בנוגע בריאת העולם.)
דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:46 pm#439169
און דאס קען אפשר מסביר זיין די מימרא פון דזשאן קיטס:
‏“Truth is beauty and beauty is truth.”
זונטאג יאנואר 26, 2020 5:18 pm#442112
איז art א אידישע זאך?
בנוגע דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג׳ס טעזע פון ארויסנעמען דעם קאנצעפט פון ״ג-ט״ פון איר (פילאזאפישן) ״גארנישט״ וממילא אריין אין צו דאס (גשמיות׳דיגע) ״לעבן״, זאגט ער אז דאס מיטישע [mythical] קאנסעפשן פון ״ג-ט״ איז ווען דאס בלייבט אפגעזונדערט אין איר ״גארנישט״ וואס דארט איז נכלל אלעס; עס איז לגמרי אפגעזונדערט. ער זאגט אז ארט איז נאך יא געבליבן אין די סארט מיטישע [mythical] אפגעזונדערטע עקספיריענס.

‏זיין טעזע איבער דאס אריינברענגען די בחינה פון ״ג-ט״ פון איר אפגעזונדערטע ״גארנישט״ וואס האט בעצם אין זיך דאס ״אלעס״, קען אפשר, להבדיל, האבן פאראלעלן מיט׳ן דאקטרין פון צימצום פונ׳ם אור אין סוף ב״ה צו אונזער עולם (בבריאתו וכו׳).

ווי אויך זאגט ער א שטיקל מאידך גיסא אז דאס ״זעלבסט״, איינמאל דאס ווערט געשאפן, איז אפגעזונדערט און איינזאם אין זיך, וואס דאס איז די בחינה פונ׳ם ״העלד״. משא״כ דער פייטן [ארטיסט; דער וואס ״באשאפט״ דעם העלד] ער איז דער וואס פרעגט אויף ג-ט כעין איוב לכאורה מיינט ער ווייל דאס מין אפגעזונדערטקייט פון ארט איז אינ׳ם/פונ׳ם ענליכן אפגעזונדערטע (סארט) ״גארנישט״ פון וואו די/אונזער מושג פון ״ג-ט״ קומט וכנ״ל. אבער דער ״זעלבסט״ אליין ממש קען דאס נישט טוהן, מכח ווייל דאס וואלט אים ארויסגעקומען פון זיין אינערליכקייט און זיין [מעטא] ״זעלבסט״.

ועוד קצת אפשר לומר בזה. ער איז דארט מבאר פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט אז די רילעישענשיפ פון ארט צום מענטש [״זעלבסט״] האט נישט די בחינה פון ״שפראך״ (לכאורה מיינט ער אפילו דאס ״שפראך-טראכטן״); עס איז (א בחינה פון) שטום. מיט דעם קען מען אפשר טייטשן (שמואל א ב-ג) ואין צור כאלקינו, און די גמרא (ברכות י.) דרש׳נט ״צור״ מלשון ״צייר״ דהיינו ארט. ולענינינו, אז דאס קאנצעפט פון ״אלקינו״ [״ג-ט״] וואס קומט ארויס פון דעם ״ואין״ [״גארנישט״] (און דעם ו׳ ביי ואין איז מרמז צו דעם אז די ״יא״ און ״ניין״ וואס קומען ארויס פון דעם ״גארנישט״/אין זענען זיך מתחבר צו אן ״און״ וואס דאס איז דאך דעם אות ו המשמש בתיבה), אין דעם איז אויך אפגעזונדערט דעם געדאנק פון ארט/״צייר״. און די פסוק איז ממשיך, אל תרבו ״תדברו״ וגו׳, אז די געדאנק פון ארט איז שטום און האט נישט די בחינה פון דיבור.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 9:20 am#442446
איז art א אידישע זאך?
ס׳איז אויך באקאנט אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש עדווארד מור האט גע׳טענה׳ט (קעגן העדאניזם) אז ״שיינקייט״ (ארט) האט א חשיבות פאר זיך אפילו קיינער זאל עס נישט קענען זעהן/עקספיריענסען און הנאה האבן דערפון. והא ראיה, אז מענטשן וועלן מודה זיין אז עס איז בעסער און מער ראציאנאל אז עס זאל עקזיסטירן א גענצליך ליידיג ״שיינע״ וועלט ווי איידער א גענצליך ליידיגע ״שמוציגע״ וועלט (און אפילו די וועלטן ווערן דערנאך בטל כרגע).

מיט דעם קען מען אויך אפשר פארשטיין אביסל טיפער די מהרש״א׳ס קשיא אין ברכות ה: אז פארוואס האבן ר׳ אלעזר און ר״ע (ע״ז כ.) געוויינט אויף (רעספעקטיוולי) ר׳ יוחנן׳ס שיינקייט און אשת טורנוסרופוס הרשע׳ס שיינקייט וואס גייען פארפאלען גיין ע״ש.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:55 am#442450
ווען דער באשעפער האט ענדליך פארגעבן פארן אידיש פאלק דאס זינד פונעם גאלדענעם קאלב , האט ער באשלאסן זיך צו לאזן בויען א הייזקע צווישן די אידן, וואו זיין הייליג כבוד זאל רוהן צווישן זיי. ער האט געגעבן פאר משה אינסטאקציעס און איינווייזונגן גענוי ווי אזוי דאס הייזקע זאל אהערגעשטעלט ווערן מיט אלע איינצעלהייטן. די קלענסטע דעטאלן האבן געמוזט באשטעטיקט ווערן ביים געצעלט אייגענטומער - דער באשעפער זעלבסט. די מיסיע פון דאס אהערצושטעלן האט משה ארויפגעלייגט אויף די צוויי לעגאנדארע אידיש ארטיסטן, בצלאל בן אורי און אהליאב בן אחיסמך. די צוויי ארטיסטן האבן טאקע אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע ארבייט וועלכע האט ארויס גערופן וואונדער ביי יעדען. די מייסטער קונסטווערק וואס איז געווען אין משכן האט נישט אירס-גלייכן אין די גאנצע וועלט.

אלערליי קונסטווערק, מוזיקאלישע קאמפיזאציעס, באצויבערטע מאלערייען, שריפטיליכע פּאָעזיע, אלס האט איין געמיינזאמע ציל - צו אינספרירן דאס גייסט פונעם מענטש. סיי דער משכן אין מדבר און סיי אין דעם בית המקדש אין ירושלים, זענען ביידע געבויעט געווארן אזוי אז די באזוכער זאלן באהערשט ווערן פון א זעלישע אינספיראציע. קונסט, איז פון די מערסט ווירזאמסטע מיטלן וועלכע וועקן אויף די גייסט פון א מענטש. ווען א איד איז געקומען אין בית המקדש אריין, האט זיך אין אים דערוועקט סיי א מיסטישע אינספיראציע פון די אנוועזנהייט פון ג-ט, און סיי א זעלישע אינספיראציע אין רעזולטאט פון די מייסטערהאפטיגע קונסט וואס ס'האט דארט געהערשט. דאס האט געמוזט זיין יענע אינספיראציע...
מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:31 pm#442466
מי אני האט געשריבן:ס׳איז אויך באקאנט אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש עדווארד מור האט גע׳טענה׳ט (קעגן העדאניזם) אז ״שיינקייט״ (ארט) האט א חשיבות פאר זיך אפילו קיינער זאל עס נישט קענען זעהן/עקספיריענסען און הנאה האבן דערפון. והא ראיה, אז מענטשן וועלן מודה זיין אז עס איז בעסער אז עס זאל עקזיסטירן א גענצליך ליידיג ״שיינע״ וועלט ווי איידער א גענצליך ליידיגע ״שמוציגע״ וועלט (און אפילו די וועלטן ווערן דערנאך בטל כרגע).

אבער די אמת'ע סיבה דערצו איז ווייל ווען דו זאגסט פאר א מענטש אז ער זאל זיך פארשטעלן אין זיין דמיון א שיינע וועלט און אן עקלדיגע וועלט וועט ער מער הנאה האבן זיך פארצושטעלן די שיינע.
מאנטאג פעברואר 03, 2020 5:52 pm#442475
Re: איז art א אידישע זאך?
דאס גייט שוין אריין אין דעם אז מ׳קען קיינמאל נישט אינגאנצן אנטלויפן פונ׳ם אייגענעם סאביעקטיוויטי אפילו ווען מען גיבט (עכ״פ מען וויל גיבן) א קאנשעס אביעקטיווע, באזירט אויף ריין ראציאנאל, אפהאנדלונג וכו׳. והרבה קולמוסין נשתברו וכו׳ (דר. וויליאם בייערס׳ס בוך The Blind Spot רעדט ארום איבער דעם, און אז דאס איז שייך אפילו ביי די הארטע סייענסעס).
פרייטאג פעברואר 21, 2020 1:39 pm#443241
Re: איז art א אידישע זאך?
מי אני האט געשריבן:און דאס קען אפשר מסביר זיין די מימרא פון דזשאן קיטס:
‏“Truth is beauty and beauty is truth.”

‏“What is good [virtue] is beautiful, and what is beautiful is good [virtue]”.
‏Plato (in the Symposium)

אין זיין ברייטערן שיטה פון דאס [אנטאלאגישע] צורה פון ״שיינקייט״.
דינסטאג אפריל 21, 2020 10:43 am#446333
איז art א אידישע זאך?
דער פילאזאף דר. אלבערט קאמוס האט גאר שטארק געהאלטן פון פראדוצירן ארט. ער האט גע׳טענה׳ט אז בעצם איז דאס גאנצע עקזיסטענץ פונ׳ם מענטש און די יקום אבסורד. און די איינציגסטע וועג דאס צו גיבן עפעס א באדייט איז זיך דייקא צו רעוואלטירן דערקעגן און זיך דורך דעם אראפבינדן דערצו. דאס איז דורכ׳ן פראדוצירן ארט וואס ווייזט אויף אט די אנערקענונג פונ׳ם אבסורד פונ׳ם יקום. לפי״ז בעצם האט ארט נישט קיין חשיבות לשלעצמה.

***
IMG_6814.jpg

ועיין בענין פּלעטאניק איידיעס באשכול זו.
דינסטאג אפריל 21, 2020 11:21 pm#446430
רעדנדיג דא וועגן ארט. מיין מאמע פלעגט מיר אלס קינד זאגן: וואלסטו געווען א מיידל, וואלט איך דיר געשיקט צו ארט לעסענס.
כ'פלעג פלאצן. נו, לאמיך זיין א מיידל! וואס פעלן מיר אויס די לאנגווייליגע חדר טעג?
כאנישט געהאט קיין שוועסטערלעך, דעריבער האב איך ווייניג געוואוסט אז די ארט לעסענס קענען נאר קומען נאך א לאנגען סקול טאג, שעות פון היים ארבעט און שטוב-ווירטשאפט-הילף. וואלט איך דאס געוואוסט, וואלט איך זיי שוין גארנישט מקנא געווען...

ווען איך בין געווארן עלטער בין איך געקומען צו די החלטה: ס'איז נישט איטערעסאנט צו זיין א פרוי, נאר צו האבן א פרוי! דוק וטישטעך. מוותר די ארט לעסענס.

נ.ב. מיינע בנים גייען יא צו ארט לעסענס. יגדיל תורה ויאדיר.
זונטאג אפריל 26, 2020 9:19 pm#446775
Re: איז art א אידישע זאך?
IMG_6826.jpg
זונטאג אפריל 26, 2020 10:07 pm#446783
מי אני: איך ווייס איין זאך. אז כאטש לויט די חכמי ה'פילאזאפן, איז דאס לעבן אבסורד. (און צומאל איז עס אמת). האמיר דאך אונז אן אנדערע מימרא אין פרקי אבות..."בעל כרחך אתה חי"...או.קעי. לשיטתם איז א גוטע זאך אז מ'לייגט זיך אריין אין אזא ..."טריוויאלע"... זאך ווי ארט. ספעציעל אבסטראקט ארט. דארף מען דאך אבער האבן א ביסל טאלאנט אויך. כאטש איך ווער אינספירירט פון א שיינע פעינטינג. ספעציעל פון מעשה בראשית. אבער מיין מאלערישע טאלאנט ליגט ערגעץ אין די 300- געגנט. אזוי אז מ'וואלט מיך ארויסגעווארפן פון סיי וועלכע פרעסטיזשפולע ארט סקול. נאך שנעללער ווי להבדיל דעם דייטשן קאנצלער. דער צורר היהודים אדאלף שיקל גרובבער ימח שמו וזיכרו ונמח זכורו מלהזכירו...!
דינסטאג מאי 05, 2020 6:33 pm#447804
Re: איז art א אידישע זאך?
מי אני האט געשריבן:און דאס קען אפשר מסביר זיין די מימרא פון דזשאן קיטס:
‏“Truth is beauty and beauty is truth.”
דער רוסישער שרייבער אלעקסאנדער סאלזשעניצען האט געהאט געזאגט ווען ער האט באקומען זיין נאבעל פּרייז ״פאלשקייט קען ביישטיין קעגן אסאך זאכן אין די וועלט אבער נישט קעגן אַרט״.
פרייטאג מאי 08, 2020 5:13 am#448095
מי אני:אז דו האסט שוין דערמאנט דעם וויסטן אנטיסעמיט סאלזשעניצין, מוז איך דיר זאגן וואס מיין פערזענליכער איינדרוק פון איהם איז געווען. אין אנהייב ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער באקומען א סאך סימפאטיע און פאבליסיטי. אפילו ביי ערליכע אידן. צוערשט ווייל ער האטציך ארויסגעראטעוועט פון די מלכות הרשעה, קאמוניזם. וואס איז דאך געווען אונזער גרעסטער שונא. און א פאר פראצענט וועגן זיין (לאנגע) בארד. אבער ווען ער האט אנגעהויבן צו רעדן אקעגן אידן. אז די אידן /קאמוניסטן זענען שולדיג פאר די גולאגס. איז ער דאך א קלאסישער רוסישער אנטיסעמיט. האט ער פארלוירן די סימפאטיע פון די אלגעמיינע אמעריקאנער מידיא. און דאס איז געווען דער אנהייב פונ'ם סוף פון זיין הצלחה אין אמעריקע. און ער האט געהויבן פיס און צריקגעגאנגען קיין רוסלאנד...!

דאס איז דאך ליידער דער גורל פון אונז אידן. אז מ'באשולדיגט די אידן אינ'ם קאמוניזם. און די נישט גוטע נאכפאלגן פון דעם גרויסן מערדער סטאלין, ימ"ש. סאלזשעניצין און די אנדערע אנטיסעמיטן טענה'ן אז די אידן אין די קאמוניסטישע פארטיי האבן געגעבן פאר סטאלין די מאכט אויסצוהרג'ענען די מיליאנען מענטשן. און אויפבויען און אנפיהרן מיט די גולאגס. וואס איז בפירוש אן אנטיסעמיטישער בילבול. ווייל די קאמוניסטישע מיטגלידער פון אידישן אפשטאם האבן פונקט אזוי שטארק געליטן פון זיינע רציחות און מערדערייען. גלייך מיט די איבעריגע טייל פון די באפעלקערומג. דער איינציגער וועם מ'קען טאקע באשולדיגן אין ערלויבן און צו לאזן סטאלין'ס רציחות און פייניגונגען איז געווען לאזאר קאגאנאוויטש. פון אידישן אפשטאם. ר'איז געווען א כהן. און א זון פון איינעם פון די גרעסטע חסידים פון די ליובאוויטשער רבי'ס. נאר דאס איז א באזונדערע פרשה. ער איז געווען א מיטגליד אין די פאליטביורא. און ער וואלט געקענט איינצוימען דעם גרויסן מערדער סטאלין. און ער האט עס נישט געטון. ווייל ער איז געווען א פארברענטער קאמוניסט. ער האט געפייניגט דעם ליובאוויטשער רבי'ן אויך. דעם מהריי"צ.

אבער צו באשולדיגן אלע אידן אזוי ווי סאלזשעניצן, ימ"ש האט געטון ווייזט אויף זיין איינגעבאקענעם אנטיסעמיטיזם. און דערפאר האט ער פארלוירן די סימפאטיע אין אמעריקע. ווייל ווען נישט דאס. וואלט ער געווארן זייער שטארק פאפולער אין אמעריקע. און אנדערע לענדער אויך...!