פאליטיקאנט: וואס ס'איז אינטרעסאנט איז אז יאגאדא'ס נאכפאלגער, יעזשאוו איז אויך געווען א איד. זיין ווייב האט געהאט אן עכט יודישן נאמען. זי האט געהייסן חנה פייגנבוים. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז ער איז געווען א גרויסער רוצח. ער אליינס האט געהרג'עט 100'טער מענטשן מיט זיינע אייגענע הענט. ס'איז אפילו דא א מעשה (עטליכע אזעלכע מעשה'לעך) אז די אידן (חב"ד'סקער חסידים) האבן געבאקן באהאלטענערהייט שמורה מצה. און די מרס. יעזשאוו/פייגענבוים איז געקומען עטליכע טעג פאר פסח און איינגעקויפט מצה פאר פסח. און דער נאכפאלגנדער הויפט פון די נ.ק.וו.ד. לאוורענטי בעריא איז אויך געווען א האלבער איד. ס'נישט אז ער איז געווען א קלענערער רוצח. זיי אלע האבן נאר געטון סטאלינ'ס שליחות...!
דער סאבזשעקט איבער קאמוניזם. און די ראלע וואס די אידן האבן געשפיעלט אין דעם. סיי אלס אנפיהרערס. און סיי אלס קרבנות איז זייער שטארק אינטרעסאנט. ס'וואלט כדאי געווען אויפצומאכן אן אשכול איבער דעם...!