Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 85 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12608
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:39 pm#421636
חז"ל האבן נישט געגלייבט אין די אמונות ודעות וואס שטייען אין חז"ל? :roll:
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:41 pm#421638
איך ווייס נישט, דאס איז איינמאל קלאר, אז זיי האבן געוואוסט אז זיי אליינס קענען אויך מאכן טעותים.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:48 pm#421644
זיי האבן אויך געוואוסט אז זייער גאנצע וועזן קען זיין א טעות???
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:50 pm#421646
ווייס איך נישט.
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 3:55 pm#429042
תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
איש חזון האט געשריבן:יש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט


m http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin.pdf m

ער טוט דורך די מאמר/שיטה פון ר׳ הילל (בנוגע עיקרי האמונה און ״אז ער האט געמעגט דאס זאגן״) אויף pp. 6-8 (אזוי אויך אויף pp. 12-13).

די גאנצע מאמר קען סתם אזוי זיין נוגע צו די וויכוח אין דעם אשכול.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אפריל 28, 2019 7:23 pm#429135
די טענה אז זיי האבן געמעגט - און אזוי אויך אלע אנדערע טענות פון דעם סארט - איז אלץ גוט לפלפולא בעלמא, למעשה האט ר' הלל געהאלטן אזוי, ומאן יימר אז גאט פסקנט נישט ווי אים?
מאנטאג מאי 13, 2019 8:20 am#430307
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
אינ׳ם דיון פון רב הילל׳ס שיטה און די הגדרה פון ״אפיקורס״. אין בני בנים ח״ב סימן לד.
IMG_4502.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:10 am#435516
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:49 pm#435521
אין דעם קאטעגאריע קען מען אויך אריינשטעלן דעם רמב"ם רס"ג ועוד...
פרייטאג אקטאבער 18, 2019 12:37 pm#437364
תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 3:28 am#439257
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?

"משיח טרם בא, ואיני מאחל למשיח שיבוא. ברגע שמשיח יבוא – יחדל להיות משיח. כאשר תמצאו כתובתו של משיח בספר הטלפונים – אין הוא משיח יותר. גדולתו של משיח שאין כתובתו ידועה ואי אפשר להגיע אליו ואין יודעים באיזה אוטו הוא נוסע ואם הוא בכלל נוסע באוטו, או רוכב על חמור או טס על כנפי נשרים. אבל נחוץ משיח – על מנת שלא יבוא. כי ימות המשיח חשובים יותר ממשיח, והעם היהודי חי בימות המשיח, מצפה לימות המשיח, מאמין בימות המשיח, וזוהי אחת הסיבות העיקריות לקיומו של העם היהודי." דוד בן גוריון

סגנון אחד עולה לשני נביאים...
פרייטאג יאנואר 24, 2020 5:49 pm#442040
"דינען" און עבודת ה'
יתרו האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער יוניווערסאל מאראל) אויב איז ער נישט איבערצייגט אין יציאת מצרים און מתן תורה. בכלל איז זייער נישט קלאר וואס זיין דעה איז איבער הלכה חז"ל וויפיל איז עס מחייב וכו' וכו'


אלץ שרייבער פון דעם ארטיקל וועגן פראפ' ליבוביץ בין איך גערירט צו זען אז מע שמועסט טאקע דא וועגן זיינע גאדאנקען. יתרו, צו אייער קשיא האב איך שוין לאנג געוואלט זאגן עפעס. וואס מער איך לערן אין פראפ' ליבוביץ'ס כתבים, וואס מער פארשטיי איך, אז "דינען דעם אייבערשטן" איז דווקא נישט דער טייטש פון "עבודת ה'". פאר ווי אזוי ליבוביץ פארשטייט עס, וואלט א בעסערע טייטש געווען: "ג-ט - ארבעט". דאס הייסט, דאס וואס מיר טון, אונזער ארבעט אין אונזער לעבן, אויף כדי אונז צו אריענטירן צו ה'. דאס וואס מיר טון צו מאכן פלאץ, אזוי צו זאגן, פאר קדושה אויף דער וועלט, בחינת "אין להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד".

דאס הייסט, די פראגע פאר ליבוביץ איז נישט וואס ה' וויל, ווייל דאס קענען מיר טאקע נישט משיג זיין, נאר ווי אזוי א מענשט אדער א פאלק קען לעבן מיט דער אנערקענונג פון טראנצעדענץ, פון אין סוף ב"ה. איך האב געפרואווט דערקלערן א ביסל אין ארטיקל, אז פאר אים איז די הלכה א לעבנס-שטייגער וועלכע דורות אידן האבן גענומען אויף זיך, אלץ חיוב, מיט אט-דער כוונה. אונז הא'מיר די געלעגנהייט צו טון אזוי ווי זיי האבן געטאן. אנדערש, וואלטן מיר פורקי עול געווארן, וואלטן מיר אונז נישט געקענט אריענטירן צום אין סוף. ווילנדיק-נישט ווילנדיק וואלטן מיר בלויז אויסגעקלערט דרכים אדער מנהגים פון אונזערע אייגענע באדארפענישן, נישט פון אונזער הכרה פון דעם וואס איז ווייט למעלה פון אלע געפילן און געדאנקען, בחינת "כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ כֵּן גָּבְהוּ דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם."

איך וועל נאך קורץ צוגעבן עפעס וועגן דער אפיקורסות-פראגע. פראפ' ליבוביץ האט נישט געהאט מורא פאר דעם טערמין. ער האט אבער געהאלטן - אויב איך פארשטיי ריכטיק - אז וועגן מחשבות און דעות פסקנ'ט מען נישט קיין הלכה. און פון חז"ל האט ער שטארק שטארק געהאלטן א ו ן ער האס זיי געזען אלץ מענשטן, "יהודים כמוני וכמוך" ווי ער שרייבט אין א בריוו. ואכמ"ל, שבת קומט!
מוצ"ש יאנואר 25, 2020 10:10 pm#442053
איש חזון האט געשריבן:וואס זאג איך דא אזוי מאדנע?
אפיקורס איז א מושג וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט, ס'איז א פאקט...
ס'דא וואס בוקן זיך צו אפיקורסים (און פייפן אויף חז"ל) און ס'דא וואס האבן מורא פון דעם ווארט
בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...

ועוד יש לומר: ליבוביץ מיט זיין גרויס חכמה און טיעף דענקונג האט פארזעהן א פשוט'ע זאך. חז"ל האבן אראפגעלייגט די מציאות אין שנת ג' אלפים תש"פ. נישט וואס ס'וועט זיין אין יאר ה'תש"פ. ממילא ווען זיי האבן געזאגט אז..."אין דרכה של אישה לישב בבית דין"... האבן זיי עס געזאגט פאר זייער צייט...!
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:12 pm#445929
berlbalaguleh האט געשריבן:ועוד יש לומר: ליבוביץ מיט זיין גרויס חכמה און טיעף דענקונג האט פארזעהן א פשוט'ע זאך. חז"ל האבן אראפגעלייגט די מציאות אין שנת ג' אלפים תש"פ. נישט וואס ס'וועט זיין אין יאר ה'תש"פ. ממילא ווען זיי האבן געזאגט אז..."אין דרכה של אישה לישב בבית דין"... האבן זיי עס געזאגט פאר זייער צייט...!


איך מיין אז פראפ' ליבוביץ וואלט מסכים געווען מיט וואס איר זאגט דא, און איך מיין נישט אז ער האט דאס פארזעהן. זיין פראבלעם איז נישט געווען מיט חז"ל ווען זיי האבן גערעדט וועגן פרויען אין זייער צייט און ארט, נאר וועגן היינטיגע רבנים וועלכע ציטירן זייערע ווערטער אזוי ווי זיי וואלטן געבליבן גילטיג אויך היינט צו טאג.
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 9:29 pm#462892
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:26 am#462903
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?

"משיח טרם בא, ואיני מאחל למשיח שיבוא. ברגע שמשיח יבוא – יחדל להיות משיח. כאשר תמצאו כתובתו של משיח בספר הטלפונים – אין הוא משיח יותר. גדולתו של משיח שאין כתובתו ידועה ואי אפשר להגיע אליו ואין יודעים באיזה אוטו הוא נוסע ואם הוא בכלל נוסע באוטו, או רוכב על חמור או טס על כנפי נשרים. אבל נחוץ משיח – על מנת שלא יבוא. כי ימות המשיח חשובים יותר ממשיח, והעם היהודי חי בימות המשיח, מצפה לימות המשיח, מאמין בימות המשיח, וזוהי אחת הסיבות העיקריות לקיומו של העם היהודי." דוד בן גוריון

סגנון אחד עולה לשני נביאים...

דא ביניך נוטה מסכים צו זיין צו בן גוריון'ס אנאליז...!