Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 85 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12608
זונטאג אקטאבער 07, 2018 10:57 am#413908
תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
א הויפט ארטיקל אינעם וועקער פאר תשרי-חשון תשע"ט איז איבער די געדאנקען פון דעם בארימטן און קאנטראווערסיאלן דענקער ישעיהו ליבוביץ, געשריבן דורך פראפעסאר יעקב ירון לואיס פון קאנאדע. לואיס איז א ווארימער איד מיט א שטארקער ליבשאפט פאר חסידות און חסידישע רביים און מעשיות. אין אן אינטערוויו וואס דער "מאמענט" האט אפגעהאלטן מיט אים עטליכע יאר צוריק, האט ער דערציילט איבער זיין התקשרות מיט האדמו"ר מטאהש ז"ל, און זיין ליבשאפט צו זיינע ספרים.

ווען פראפעסאר לואיס האט געלייענט דעם ארטיקל "אמונה קריזיס" וואס איז ערשינען אין וועקער נומער 9, האט עס אים שטארק צעשוידערט. און אין רעאקציע האט ער געשריבן דעם ארטיקל איבער ישעיהו ליבוביץ, צו עפענען א וועלט פון מחשבה וואס קען צונוצקומען פאר טראכטנדע אידן.

דער ארטיקל צענעמט הערליך די מיינונגען פון דעם גרויסן דענקער, און גייט טיף אריין אין די יסודות פון אידישקייט און אמונה.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 1:42 pm#413929
די ארטיקל איז געווען נורא ואיום.
עס איז מיר נולד געווארן מער קשיות ווי תירוצים, פון די אנדערע זייט עפנט ער אויף שערים וואס דער מוח גייט נישט נארמאל דארט. עס האט געהאט אלע געפילן פון ליינען א ווערק פון א זשעני
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:14 pm#413934
כ'האב מוראדיג הנאה געהאט פון דעהם ארטיקל, הערליך צעלייגט מיט א געוואלדיגע זיסע שפראך בטוב טעם ודעת.
יתרו, וואס מיינט איר זענט געבליבן מיט מער קשיות ווי תירוצים? מצד די עצם פילאזאפיע אדער מצד די ארטיקל
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:55 pm#413943
איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער יוניווערסאל מאראל) אויב איז ער נישט איבערצייגט אין יציאת מצרים און מתן תורה. בכלל איז זייער נישט קלאר וואס זיין דעה איז איבער הלכה חז"ל וויפיל איז עס מחייב וכו' וכו'
זונטאג אקטאבער 07, 2018 7:29 pm#413959
די קשיות בלייבען שווער... כמיין אז לייבאוויטש האט אויסגעשטעלט זיין פילאסאפיע בכוונה אזוי אז ס'איז עיקר חסר מן הספר,
אפשר אויף יענע וועלט וועט מען געוואויר ווערען וואס דא טוט זיך....
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:34 am#413980
"גאט דארף מען נישט דינען, מ'דארף זיך אויסדינען" כך מתאמרא משמיה דרבי מענדל מקאצק. גאט איז מושלם בתכלית השלימות, און ווער ס'גלייבט אנדערש איז א כופר בעיקר. גאט ווערט נישט גרעסער אדער קלענער דורך אונזער עבודה, ער האט אונז אלע פארפאקט. אונז ווילן דינען גאט, ווייל אונז ווילן נישט אינגאנצן פארזינקען ווערן אין די הבלי הזמן און ווערן זאמביס. דינען גאט מיינט, וויסן אז דו קענסט נישט אליינס, און צו פאוקוסן אויף עפעס וואס איז העכער פון דיינע השגות. וויאזוי מ'פאוקוסט אויף דער ענין וואס רופט זיך 'גאט' איז בעצם נישט קיין גרויסע נפקא מינה, סיי דער איד וואס הארעוועט אויף א בלאט גמרא, און סיי דער הינדו וואס הארעוועט אויף די וועדאס, וועלן ביידע אנקומען צום תכלית (אויב זיי טוען עס אויף די ריכטיגע אופן), ווייל זיי פאוקוסן אויף העכערס. אפלאזן אידישקייט לטובת אן אנדערע רעליגיע איז נישט קיין תכלית, ווייל ס'ליגט דיר אין דיין בלוט, און פרובירן צו דערשטיקן א הרגש איז שקר.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 12:16 pm#413993
רביה"ק והטהור דאס איז אפשר דיין פילאזאפיע אדער דער רבי פון קאצק אבער נישט לייבאוויץ.
און גם לשיטתך ווער זאגט אז גאט וויל מען זאל אים דינען ? און פארוואס זאלן מיר אים וועלן דינען אויב ער האט נישט קיין אינטערעסע דערין? דאכט זיך אז יעדע דינען דארף ערפילען עפעס א נחת רוח פאר וועם מען דינט.
צוריק צו לייבאוויטץ, עס שיינט ווי ער האלט אז דינען גאט קען מען נאר ווען מען ערפיהלט נישט קיין שום אייגענע הנאה, ווייל דעמאלטס דינט ער זיך. נאכמער, כמעט וואס מען קען נאר זיין אן עובד השם מיטן טוען חוקים און מצוות וואס מען האט נישט קיין טעם און מען פארשטייט נישט געהריג די פשט דערפון אזו (ווי תפילה ווען מען ווייסט אז עס טוט נישט אויף) אבער הא גופא קשיא א מענשט איז נישט ביכולת צו טוען אזאך וואס ער האט נישט עפעס אן הנאה דערפון, אבער דאס אליין צו ערפיהלן די הנאה און צורך פון וועלן דינען א גאט איז אויך אן אייגענע הנאה, ווייס איך נישט.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 2:04 pm#414004
יתרו האט געשריבן:אבער הא גופא קשיא א מענשט איז נישט ביכולת צו טוען אזאך וואס ער האט נישט עפעס אן הנאה דערפון, אבער דאס אליין צו ערפיהלן די הנאה און צורך פון וועלן דינען א גאט איז אויך אן אייגענע הנאה, ווייס איך נישט.

יעדער איינער פארשטייט אז איינער וואס הרג'ט נישט קיין מענטשן ווייל ס'איז פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, איז פונקט אזא מושחת ווי היטלער אליינס. א מאראלישע מענטש איז מען נאר אויב מ'טוט וואס איז ריכטיג ווייל ס'איז ריכטיג, ווייל ער קען פשוט נישט טון אנדערש. טא אויב אזוי, וואס מיינט א מאראלישע מענטש? די תירוץ אויף דעם איז גילטיג דא אויך.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 4:42 pm#414025
הנותן פרוטה לעני וכו'
מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:23 am#414460
זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:40 am#415444
פארענטפערט נישט קיין קשיות..... עפעס א פיליזאפיע אז מ'דארף מיטל פאר א ציל וואס האט נישט קיין שום ניצן? ס'מאכט מיר נישט קיין סאך סענס.... אבער נעקסט, איך האב נישט געזוכט קיין תירוצים סייווי.....
זונטאג נאוועמבער 18, 2018 4:38 pm#416816
א ווארט פון שרייבער
אני הקטן האב געשריבן דעם ארטיקל וועגן ישעי' ליבוביץ ז"ל (מיט הילף פון די חשוב'ע רעדאקטארן פון "וועקער", וועלכע האבן אויך צוגעגעבן די אלע שיינע פאטאס וואס באשיינען דעם אטיקל).

איך בין גערירט ביז גאר צו לייענען די פארשיידענע באמערקונגען וועגן ליבוביץ'ס מחשבה, וואס איך האב געפרואווט באשרייבן.

איך האב שוין לאנג נישט אריינגעקוקט אין "קאווע-שטיבל" מחמת פארשיידענע סיבות, מערסטנס, ווייל איך האב זיך געשפירט א ביסל פרעמד און פארבלאנדזשעט דא. איצט ווען איך בין שוין א קאנטריביוטער צום "וועקער" און מע רעדט דא וועגן וואס איך האב געשריבן, פיל איך שוין היימיש. איך האף, אז איכ'ל האבן א סך געלעגנהייטן צו שמועסן מיט קאווע-שטיבל-ניקעס, און צו לערנען פון אייך. איך קוק ארויס!

"פראפעסאר"
יעקב ירון לואיס

e Justin_Lewis@umanitoba.ca e
מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 9:20 pm#416860
מיין ..."טעיק"... פון די גאנצע שיטה פון פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ און דער תמצית ה'תמציתים איז וואס ער טענה'ט אז דינען רעבעס אין פארם פון חסידות איז א בחינה פון עבודה זרה...אני הקטן (ווער ביניך דען) בין מסכים מיט דעם אויף גאנצע 100%. דאס גאנצע חסידות און די אדורכפיהרערס פון די שיטה זענען געקומען צו העלפן דעם אידישן המון עם אין א פארצווייפלטע צייט פאר כלל ישראל. אבער צו נעמען אט די מענטשן, וועלכע זענען אין די אונטערשטע שורה נאר א בשר ודם. און אריינטייטשן אין זיי געטליכע און איבער מענטשליכע כוחות. דאס פארפיהרט פונ'ם תכלית ועיקר. און ממילא איז עס א בחינה פון עבודה זרה. כמו השתחוות לשמש ולירח...!
און די צווייטע זאך איז, אז די מדינה איז נישט ..."אתחלתא דגאולה"...אבער אויך נישט קיין טייל פון די סיטרא אחרא. נאר בבחינת א ..."קעירטעיקער"... גאווערנמענט ביז ביאת משיח צדקנו. און ס'איז נאכאלץ א טייל פונ'ם גלות. די גרעסטע ראיה איז אז אלע פעלקער פון די וועלט האבן א דיעה צו זאגן איבער די אינערן פאליטיק און סעיפטי פון די ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל...! און ווען די איזראעלי מיליטער רייסט גוט אן די פארשאלטענע אראבישע רוצחים און מערדערס. טוטצעך א גאנצע ויצעקן איבער די וועלט. אנגעהויבן פון דעם ..."הייליגן"...היפאקריטישן פויפסט. ביז די יו.ען. און אלע אנדערע ..."גוטע פריינט"...וועלכע מיינען נאר די טובה פון די אידן...! (און אויכעט א פאר נארישע, נאאיווע אדער גאר בייזוויליגע אידעלעך.) אז מ'האט געהרג'עט די ציווילע באפעלקערונג...כאילו אז אין ארץ ישראל וואוינט נישט קיין ציווילע באפעלקערונג..!
מוצ"ש יאנואר 05, 2019 11:03 pm#421187
המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
זונטאג יאנואר 06, 2019 1:42 am#421191
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?


דאס איז זיכער אז דו קענסט עם קיינמאל נישט prove'ן אלס כופר ווייל ביזדערווייל האט זיך משיח נאך קיינמאל נישט באוויזן
זונטאג יאנואר 06, 2019 4:48 am#421199
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?
מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:51 am#421314
דאס איז אמאל זיכער אז לייבוביץ מיט חז"ל איז א סתירה, ומינה אז ער איז א מהודר'דיגע אפיקורס ופורש מן הפרושים
מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:00 am#421322
נישט נאר ליבוביץ מיט חז"ל זענען א סתירה, חז"ל מיט חז"ל אליינס זענען אויך א סתירה... ר' הילל אומר אין להם משיח לישראל שכבר אכלוהו בימי חזקיה (סנהדרין צט.). ומינה אז ר' הילל (ימ"ש?) איז געווען א מהודר'דיגע אפיקורוס ופורש מן הפרושים...
מאנטאג יאנואר 07, 2019 5:55 pm#421408
יש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט
מאנטאג יאנואר 07, 2019 7:59 pm#421419
דו מיינסט אודאי צו זאגן אז ישעיהו ליבוביץ האט געמעגט.
מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:45 pm#421437
איש חזון האט געשריבן:יש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט

איש חזון: ר' הילל האט נאר אויסגעדרוקט א מיינונג. ער האט געמעגט. און פראפ. ישעיהו ליבוביץ האט אויך געמעגט...! קיינער מוז נישט מסכים מיט איהם. אבער ער ווערט נאכנישט קיין אפיקורס מיט דעם...!
מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:59 pm#421443
וואס זאג איך דא אזוי מאדנע?
אפיקורס איז א מושג וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט, ס'איז א פאקט...
ס'דא וואס בוקן זיך צו אפיקורסים (און פייפן אויף חז"ל) און ס'דא וואס האבן מורא פון דעם ווארט
בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...
מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:06 pm#421445
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מיינסט אודאי צו זאגן אז ישעיהו ליבוביץ האט געמעגט.

קען זיין, אבער וואס איז די 'אודאי'?...
מאנטאג יאנואר 07, 2019 10:16 pm#421448
איש חזון: ס'איז טאקע א שטיקל חילוק פון ר' הילל ביז פראפ. ישעיהו ליבוביץ. אמת אונז מוזן מיר גלייבן וואס חז"ל האבן געזאגט. כמעשה באותו תלמיד של ר' יוחנן דהוה דריש עה"פ ...,"ושמתי כדכוד שמשותיך"...ליגלג עליו אותו תלמיד. לימים הגיע למקום אחד וראה מלאכים ...כ'געדענק נישט די פונקטליכע לשון. כ'דארף נאכקוקן... אבער דער תמצית פון די מעשה איז אז ער האט געזעהן מלאכים ווי זיי שניידן גרויסע דיימאנד שטיינער... איז ער נתפעל געווארן. איז ער צוריקגעגאנגען צו ר' יוחנן און געזאגט...רבי. לך נאה לדרוש...אז ס'איז אמת וואס די רבי האט געזאגט...האט ר' יוחנן געזאגט צו איהם...אלמלא ראית לא האמנת...?! נתן עיניו בו. ונעשה גל של עצמות...! איז מיר אייביג שווער געווען. ווייל ער האט נישט געקענט אין אנהייב גלייבן אזא אומגלויבליכע זאך קומט איהם אן עונש פון מיתה...?! נאר דער תירוץ איז. דער דיוק פונ'ם ווארט..."ליגלג"...ער האט געשפעט. אפילו אויב ס'איז א זאך וואס ס'איז שווער צו גלייבן. וואלט ער געדארפט פרעגן מיט דרך ארץ...."ילמדנו רבינו"...!

משא"כ וואו די אמוראים זענען מחולק. מעג מען האלטן ווי סיי וועלכער פון די בעלי פלוגתא. ס'איז דאך נישט קיין הלכה. מ'איז זיך מתוכח איבער אן עתיד...!
דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:22 am#421469
איש חזון האט געשריבן:בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...

וגם צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ר' הלל...

בקיצור, קען זיין אז ר' הלל האט געמעגט זיין אן אפיקורוס, אבער אן אפיקורוס איז ער געווען (לויט אייך).
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:02 am#421474
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...

וגם צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ר' הלל...

בקיצור, קען זיין אז ר' הלל האט געמעגט זיין אן אפיקורוס, אבער אן אפיקורוס איז ער געווען (לויט אייך).

איך האב כנראה מקצר געווען אויבן,
משיח'ס קומען איז נאר איין פרט אין דעם עולם האמונה פון חז"ל, דאס איז בכלל נישט דומה צו דאס אויסמעקן דאס גאנצע מיסטיקה וכו' פון חז"ל וואס אויף דעם איז געבויעט דער דת ההלכה הפרושית. אסאך שיינע יודן, טיפע דענקער, בריליאנטע אינטעלעקטואלן, מיט גרויסע שווארצע קאפלעך (וכדומה), האבן גע'חלום'ט פון באשאפן א נייע דת, וכבודם במקומם מורקב.
ועוד, ר' הילל איז געווען פון חז"ל, ער איז א דעת יחיד, אבער ער פייפט נישט אויף חז"ל, ויל"ע מה"ד במי שחושב כיום שהלכה כר' הילל, וצל"ע בסידור אחר תפילת שחרית.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:05 am#421475
berlbalaguleh האט געשריבן:איש חזון: ס'איז טאקע א שטיקל חילוק פון ר' הילל ביז פראפ. ישעיהו ליבוביץ. אמת אונז מוזן מיר גלייבן וואס חז"ל האבן געזאגט. כמעשה באותו תלמיד של ר' יוחנן דהוה דריש עה"פ ...,"ושמתי כדכוד שמשותיך"...ליגלג עליו אותו תלמיד. לימים הגיע למקום אחד וראה מלאכים ...כ'געדענק נישט די פונקטליכע לשון. כ'דארף נאכקוקן... אבער דער תמצית פון די מעשה איז אז ער האט געזעהן מלאכים ווי זיי שניידן גרויסע דיימאנד שטיינער... איז ער נתפעל געווארן. איז ער צוריקגעגאנגען צו ר' יוחנן און געזאגט...רבי. לך נאה לדרוש...אז ס'איז אמת וואס די רבי האט געזאגט...האט ר' יוחנן געזאגט צו איהם...אלמלא ראית לא האמנת...?! נתן עיניו בו. ונעשה גל של עצמות...! איז מיר אייביג שווער געווען. ווייל ער האט נישט געקענט אין אנהייב גלייבן אזא אומגלויבליכע זאך קומט איהם אן עונש פון מיתה...?! נאר דער תירוץ איז. דער דיוק פונ'ם ווארט..."ליגלג"...ער האט געשפעט. אפילו אויב ס'איז א זאך וואס ס'איז שווער צו גלייבן. וואלט ער געדארפט פרעגן מיט דרך ארץ...."ילמדנו רבינו"...!

משא"כ וואו די אמוראים זענען מחולק. מעג מען האלטן ווי סיי וועלכער פון די בעלי פלוגתא. ס'איז דאך נישט קיין הלכה. מ'איז זיך מתוכח איבער אן עתיד...!

הייליגע רייד, ר' בערל. אבער דאס וואס איר שרייבט צום סוף, איז דלא ככל הסידורים שבבית הכנסת שלי, וצ"ע ובירור.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:08 am#421480
איך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:14 am#421482
איש חזון האט געשריבן:הייליגע רייד, ר' בערל. אבער דאס וואס איר שרייבט צום סוף, איז דלא ככל הסידורים שבבית הכנסת שלי, וצ"ע ובירור.

איך ווייס נישט וועלכע סידור דו האסט, אבער אין מיין סידור שטייט נישט אז איינער וואס האלט אזויווי ישעיהו ליבוביץ איז אן אפיקורוס. בכל אופן אויב אין דיין סידור שטייט יא אזוי, איז עס טאקע א געפערליכע זלזול אין חז"ל, און מ'דארף עס גונז זיין (אפשר דארף מען אויך פארברענען אלע ספרים פונעם ארויסגעבער, ויש לדון בזה).
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:20 am#421483
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ

מנע רגלך...
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:27 am#421486
פון די ביסל פון זיינע תורות, און די ביסל רמב"ם'ס תורות, וואס איך האב געלערנט, זעט מיר אויס אז ביידע האבן געהאלטן בערך די זעלבע זאך, פארשטייט זיך נאר אויב מ'נעמט אראפ די רמב"ם'ס אמונות הכרחיות וואס מ'ווייסט קלאר אז ער האט נישט באמת געהאלטן דערפון.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:34 am#421489
אונזער דת איז דען געבויעט אויף א שטיקל מורה נבוכים?
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:38 am#421490
האלטן אונז שוין ביי דריי אפיקורסים. :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:51 am#421492
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
איך זעה נישט פארוואס דו לייגסט ר' הילל מיט ר' ישעיהו אויפן זעלבע בלאט.
ר' הילל טענה'ט אז כבר אכלוה בימי חזקיהו, ס'הייסט אז ס'שוין נתקיים געווארן די נבואה.

ר' ישעיהו טענה'ט אז די נבואה איז בגדר חלום, ס'גייט אייביג זיין דער חלום אבער נישט קיין מציאות.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 11:56 am#421494
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?

יעצט אז מ'האלט שוין דא, קען מען שוין צוריקגיין צו דיין ערשטע פראגע.

פון איין זייט קען מען זאגן, אז כפירה איז נאר ווען מ'לייקנט אינגאנצן אין א פסוק. פראפעסאר ליבוביץ האט נישט געלייקנט אין די נבואה פון זכריה, סך הכל האט ער אריינגעלערנט א קרומע פשט, אזויווי אונז טוען מיט די לעצטע פסוק פון דניאל. פון די צווייטע זייט קען מען זאגן, אז דאס וואס ער טוט מיט זכריה'ס נבואה איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס אונז טוען מיט דניאל'ס נבואה. ביי דניאל זאגן אונז אז עפעס מיינט עס אונז ווייסן אבער נישט וואס, ער אבער נעמט זכריה'ס נבואה און מאכט סתם ליצנות דערפון.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 1:09 pm#421502
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האלטן אונז שוין ביי דריי אפיקורסים. :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

מיר קומט נישט צו לאכן, משום מה :( (אפשר האט דער ר"מ במז"ל געהאט א שווערע תקופה :roll: )
דינסטאג יאנואר 08, 2019 1:13 pm#421503
אגב הנני להוסיף אז לייבאוויץ איז סאך מער 'אויפגעקלערט' ווי מורה נבוכים. זיין 'יודישקייט' איז באשטאנען אויף לופט.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 1:37 pm#421505
די מחבר פון די מורה נבוכים'ס אידשקייט איז גארנישט בעסער אין די פרט.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 1:45 pm#421507
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נאכנישט אדורגעטון גאנץ תורת ישעיהו ליבוביץ, קען זיין אז ער האט געהאט אנדערע שיטות וואס קלאציפירן איהם אלץ אפיקורוס. בכל אופן, דא בין איך נאר געקומען דן צו זיין אויף די איין ספעציפישע נקודה. העולה מכל הנ"ל אז אויב די ספעציפישע אויבנדערמאנטע שיטה קלאציפירט איהם אלץ אפיקורוס, דאן איז ר' הלל אויך געווען אן אפיקורוס.
איך זעה נישט פארוואס דו לייגסט ר' הילל מיט ר' ישעיהו אויפן זעלבע בלאט.
ר' הילל טענה'ט אז כבר אכלוה בימי חזקיהו, ס'הייסט אז ס'שוין נתקיים געווארן די נבואה.

ר' ישעיהו טענה'ט אז די נבואה איז בגדר חלום, ס'גייט אייביג זיין דער חלום אבער נישט קיין מציאות.

ווער עס קען נישט זינגען קיקען אלע נגינים אויס די זעלבע.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 2:43 pm#421514
שוין, עמער גיין אויסוואשן די בעזעם, כל טוב
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:33 pm#421536
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?
פארוואס זאל דאס נישט זיין כפירה?

יעצט אז מ'האלט שוין דא, קען מען שוין צוריקגיין צו דיין ערשטע פראגע.

פון איין זייט קען מען זאגן, אז כפירה איז נאר ווען מ'לייקנט אינגאנצן אין א פסוק. פראפעסאר ליבוביץ האט נישט געלייקנט אין די נבואה פון זכריה, סך הכל האט ער אריינגעלערנט א קרומע פשט, אזויווי אונז טוען מיט די לעצטע פסוק פון דניאל. פון די צווייטע זייט קען מען זאגן, אז דאס וואס ער טוט מיט זכריה'ס נבואה איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס אונז טוען מיט דניאל'ס נבואה. ביי דניאל זאגן אונז אז עפעס מיינט עס אונז ווייסן אבער נישט וואס, ער אבער נעמט זכריה'ס נבואה און מאכט סתם ליצנות דערפון.
כ'האב אמאל געליינט א מעשה מיטן חפץ חיים אז א איד האט אים געפרעגט וואס גייט זיין אויב ס'קומט אן דער אלף השביעי והמשיח אינני, האט אים דער ח"ח געענטפערט, וואס הייסט? מ'גייט אין ביהמ"ד און מ'לייגט טלית ותפילין און מ'דאווענט ווייטער צום בורא.
ואולי לזה כיון ר' ישעיהו.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:59 pm#421537
משיח האט שוין געדארפט קומען טויזענטער מאל אין אייביג האט זיך עס געקענסעלט. פארוואס זאל זיך עס טוישען פונקט אין שנת ה"א תת"ר. פונקט יענץ וועט זיין די אמתע קץ?
דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:28 pm#421539
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
גדליה האט געשריבן:משיח האט שוין געדארפט קומען טויזענטער מאל אין אייביג האט זיך עס געקענסעלט. פארוואס זאל זיך עס טוישען פונקט אין שנת ה"א תת"ר. פונקט יענץ וועט זיין די אמתע קץ?
ס'וועט נישט זיין די ערשטע חז"ל וואס מיר פארשטייען נישט די טיעפע כונה דערפון.

וכבר אמר החכם, ווען דו שטייסט פעסט קען איך דיר אראפקלאפן, אבער טאמער בייגסטו זיך אהין און אהער וועל איך קיין שליטה אויף דיר האבן.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:48 pm#421544
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
די קשיא פון הלל איז דוכט זיך שוין באהאנדעלט אין ספר העיקרים.

אלענפאלס, די גאנצע ענין פון אפיקורס איז דער וואס גלויבט נישט אין תורה, בין שבכתב בין שבע"פ. די עיקרים זענען די הויכפונקטן אויף וואס די איבעריגע חז"ל איז געבויט. איינער וואס איז פון חז"ל, לערנט מיט זייער כללים, און קומט ארויס אנדערש ווי אנדערע אמוראים, איז נישט קיין כופר אין תורה.
ליבאוויטץ איז געווען א פילאזאף און א דענקער, אבער ווייניג משועבד צו חז"ל. אסאך פון זיין זאכען זענען אייגענע בליצען און דאס איז גענוג ביי אים מער ווי אלסדינג (לדעתי, רוב זיין יסודות וואס מ׳שמועסט דא אויס זענען איבערגעחזר׳ט די זעלבע קשיא פון צמצום, ואכמ"ל) טאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 08, 2019 8:11 pm#421549
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.

סתם לידיעה בעלמא, חז"ל אליינס האבן אויך נישט געגלייבט אין חז"ל... ואולי גם קושיא זה נידון בספר העיקרים.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 9:39 pm#421555
רביה"ק זי"ע: ס'איז א שטיקל חילוק. ווען די חז"ל דעבאטירן צווישן זיך איבער א פאקט. אדער אן עתידות. איז א יעדער בארעכטיגט צו זיין מיינונג. און א יעדער קען האלטן מיט וועלכן תנא/אמורא'ס מיינונג ער ווילל. צי ווייל ער האט ראיות. אדער סתם א ..."גאט פיעלינג"...!
אבער ווען ס'האנדלט זיך אין א הלכה. זאגט דאך שוין די גמרא..."הלכה כבית שמאי"... אדער .."הלכה כבית הילל"...דארט איז דאך דא א הלכה פסוקה. אבער דאס הייסט נאכאלץ נישט אז איינער האלט נישט פון חז"ל. ער גייט נאר אקעגן די הלכה. אבער קיין אפיקורס הייסט ער נישט...!

משא"כ. ווען איינער האלט נישט פון חז"ל. אז זייערע ווערטער האבן געהאט א ספעציעלע ווערד. ער האלט אז זיי זענען געווען פשוט'ע מענטשן. אט דאס הייסט אן אפיקורס...! ופשוט הוא.

פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ זאגט נישט אז חז"ל האבן נישט געוואוסט מער ווי א פשוט'ער מענטש. ער האלט נאר אז ער איז גענוג גרויס. און ער האט די ריכטיגע אינפארמאציע און לאגיק זיך מתווכח צו זיין מיט זיי. אדער האלטן אנדערש...! ער קען זיין אומ-גערעכט. אבער דאס הייסט נישט קיין (קלאסישער) אפיקורס...!
דינסטאג יאנואר 08, 2019 10:04 pm#421557
berlbalaguleh האט געשריבן:פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ האלט אז ער איז גענוג גרויס. און ער האט די ריכטיגע אינפארמאציע און לאגיק זיך מתווכח צו זיין מיט זיי. אדער האלטן אנדערש.

איך געדענק נישט אזא זאך.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 10:37 pm#421561
רביה"ק זי"ע: פון זיינע ארגומענטן איז אזוי משמע...! אבער ער מאכט נישט אוועק דאס גרויסקייט פון די תנאים ואמוראים...!
מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:36 pm#421618
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער ער גלויבט נישט אין חז"ל, איז ער אן אפיקורס אויפ׳ן נעגאטיוון אופן.

סתם לידיעה בעלמא, חז"ל אליינס האבן אויך נישט געגלייבט אין חז"ל... ואולי גם קושיא זה נידון בספר העיקרים.

מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט פון אונזערע ידיעות בעלמא
מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:35 pm#421634
דארפסט נישט נעמען קיין אחריות, חז"ל האבן עס שוין גענומען אויף זיך. דארפסט נישט מער ווי עפענען א גמרא, און זען וויפיל מאל דברי חז"ל ווערן אפגעפרעגט, נישט נאר אין הלכה זאכן, נאר אויך אין פשוטע פאקטן.