Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די כוזרי ארגומענט

די כוזרי ארגומענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 457 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14982
זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:06 am#487839
די כוזרי ארגומענט
קען זיין עס איז שוין דא אזא אשכול אבער איך מיין אז נישט מיט דעס קעפל
דע כוזרי ארגומענט גייט מער ווייניגער אזוי אז עס איז דא צוויי אפשאנס איבער די מעשיות וואס שטייט אין די תורהַ.
אפשאן איין, אז אלעס איז אמת ווייל מען קען נישט אויספאפן 600 טויזענט מענטשן וואס זיי האבן אלעס געזעהן.
אפשאן צוויי, אז ערגעץ ווי האט מען עס אראפַ געשריבן און דער עולם גולם האט אלעס אנגעהויבן גלייבן, קומט די כוזרי זאגן אז עס קען נישט זיין אז מען קען קומען צו א פאלק און זאגן היסטאריע איבער ענק אליינס און זיי זאגן פון ווי ענקערע באבעס און זיידעס קומען פון מצרים, אויב וואלטן זיי עס נישט געהערט פון זייערע באבעס וואלטן זיי זיכער עס נישט אנגענומען. מוז זיין אז אפשאן נומער איינס איז גערעכט און אלעס וואס שטייט איז אמת.
די ערשטע שאלה וואס מיך האט אלס געמוטשעט, איז ווער זאגט אז דער עולם האט עס געקויפט, מאן יימר, אפשר די עולם האט געלאכט פוו דעם, מיט די יארן האט א קליין חלק פונעם עולם אנגעהויבן גלייבן, ביז מער און מער ביז מען איז שוין געווארן א שגץ אויב מען גלייבט נישטַ איי די מצות וואס מען פלעגט טוהן ווי למשל סוכות עס שטייט דאך אין פסוק אז בית ראשון האט מען ליידער נישט געמאכט סוכות, מיט די יארן האט מען אנגעהויבן גלייבן, אויך ווי יעדער ווייסט אז אין נך שטייט אז עזרא האט געטראפן די ספר תורה ווי קוקט אויס איז נישט געווען אזוי פאפולער די תורה אין יענע צייטן ליידער,
עס איז א לאנגע נושא אבער אויב איינער קען אריינברענגן די שמועס און מאכן קלאר.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk