זוכער: לאמיר דיר אויסקלארן וואס איך האב געזאגט און טאקע אהן זאגן די טמה'נע ווארט עזרא, איך וויל דאך נישט זיין קיין אקס, 'עזרא' ווי איך האב קלאר געשריבן איז נאר געווען א משל,
עס איז געווען אסאך צייטן ווען 'כלל ישראל' האט (לפי נ''ך) אפגעלאזט די תורה און מצות,
תיקון טעות: פריער האב איך געשריבן שופטים פרק א', אבער נאכן נאכקוקן, האב איך געזען אז עס איז שופטים פרק ב' פסוק י' ביזן סוף קאפיטל, וועסטו קלאר זען אז די אידן האבן גענויגט פון דרך ה', ביז 'א שופט' איז געקומען און 'צירוק' מיסד געווען די תורה
איז לאמער נאכאמאל איבערגיין די משל, מיט אפאר שינוים, (וואס איך וויל דיר ווייזן איז אז קיין ראיה אויף תורה מסיני האסטו נישט פון DNA, יא די קענסט 'אפמאכן' אז עס איז פון אהרן הכהן, אבער קיין ראיה האסטו נישט)
האסט שוין אמאל געהערט פון איינער, תולע בן פואה? ניין? דאן לאמיר דיר דערציילן וועגן אים, ער איז געווען (לויט נ''ך) די זיבעטע שופט ביי כלל ישראל מער ווי 200 יאר נאך יהושע בין נון, ער איז געווען שופט 23 יאר,
קיין סאך שטייט נישט וועגן אים אין נ''ך אויסער צוויי פסוקים עיין שופטים י' פסוק א' ב',
ווייסט אבער פארוואס עס שטייט נישט קיין סאך וועגן אים? לאמיר דיר מגלה זיין וואס איז געווען אין די 23 יאר זאכן וואס שטייט 'נישט' אין נ''ך, ער שטייט אינטער די גאנצע אידישקייט סקעם, ער האט אלעס אויסגעטראכט, משה, אהרן, מאמד הר סיני, אלעס איז זיינע שיינע פאנטאזיעס געווען,
כלל ישראל איז ווי געשריבן פריער געווען א קליינע פעלקעלע וואס האט געוואונט אין ארץ ישראל, און האבן געהאט אזוי ווי אלע פעלקער, מאדנע מנהגים מיט חגאות וואס זענען איינגעפירט געווארן במשך די יארן, אסאך זאכן זענען טאקע נזנח געווארן וכ' וכ' וכ'
ביז די כריזמאטישע קולט פירער תולע האט מיט זיין שיינע שפרייך און קלונגעדיגע דרשות געמאנט די עולם זיך צירוקצוקערן צו זייערע 'אמאליגע גלויבן' וואס זיי האבן אפגעלאזט, ער האט צירוק איינגעפירט געוויסע פארגעסענע מנהגים, און ווען מען האט נאכגעפרעגט ביי די זיידעס האט מען געזען אז יש דברים בגו,
(געוויסע האבן נישט געוואלט גלייבן, האט מען זיי געשטראפט און גאר דן געווען די 'כופרים' למיתה, בקיצור מען האט איינגערעדט און ארויפגעצווינגען א רעליגיע, פינקט ווי די קריסטן האבן געטון)
ער האט געשריבן די תורה שבכתב ושבעל פה (ער איז געווען גאר קליג און געריבן) און אזוי איז כלל ישראל געווארן עד היום
ער האט פאר זיין חבר גלעד, אוועקגעגעבן אזא אויסגעטראכטע זאך פון 'כהונה' זאגנדיג אז ער שטאמט גאר פון איינער 'אהרן הכהן', און לו ולזרעו אחריו איז דא ביז היינט די פאלשע מסורה, און אלעס איז געשען 'פאר' די יהדות תימן אפשיידונג
בקיצור, איך וויל אויך נישט אזוי האלטן, אויב איז עס נישט אמת, אבער קיין 'ראיה' האסטו נישט פון קיין DNA, אדרבה קענסט אפווענדן די מעשה?