Under maintenance
הויפט זייט » די. ען. עי. - DNA

די. ען. עי. - DNA

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #386
מאנטאג אפריל 16, 2012 7:49 pm#4875
די. ען. עי. - DNA
הקדמה
מיר יידן האבן א פליכט פון שאו מרום עינך וראו מי ברא אלה. דער חובת הלבבות איז לאנג מאריך און שער הבחינה אז ווען א מענטש איז מעיין אין די חכמי הטבע קומט ער צו צו א שטארקע אהבת ויראת ה'. הג"ר אביגדור מיללער האט אויך שטארק זיך באניצט מיט דעם מיטל פון חכמת הטבע צו ארויסברענגן גדלות הבורא, און אריינברענגען און די הערצער פון זיינע צוהערער יראת שמים. אלס איינער וועלכער איז א שטארקער חובב טבע, און ווערט מורא'דיג נתפעל פון נאטור, פון אירע געזעצן און פון וויסנשאפט איז די דרך פון התבוננות בחוקי הטבע מיר אלץ געווען צום הארץ. מיר דארפן שוין היינט נישט ארויפקוקן אויף די שטערנס צו זען די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט אין נאטור, מיר קענען באטראכטן זיך אליינס און זען פיל פיל וואונדערליכע זאכן.

לעצטנס ליין איך אביסל איבער די.ען.עי. און כ'האב געטראכט אז ס'וואלט געווען א פאסיגע זאך צו עפענען אן אשכול דא אין שטיבל איבער דעם, אזוי אז אנדערע וואס ווייסן מער פון מיר וועלן קענען תורם זיין פון זייערע ידיעות און מיך בארייכערען, בעת איך וועל קען מאכן חזרה איבער זאכן וועלכע איך ליין און זע און בארייכערען דעם עולם. אלעס וואס איך שרייב דא איז נישט בגדר קבלו דעתי נאר בגדר הצעת הדברים לפי קט שכלי ומיעוט הבנתי און אז איינער זעט אז איך האב א טעות, ביטע אויסקלארן.

מבוא
פאר מ'גייט בכלל צו, צו DNA, דארפן מיר קודם ארום רעדן איבער גענעטיקס. (וואס איז דאס גענעטיקס? גענעטיקס איז די נאמען פון די שטודיע פון גענעס (genes דזשינס בלע"ז). על דרך משל, קארדיאלאגיע איז די נאמען פונעם שטודיע פון דעם קארדא (הארץ אין גריכיש)).

ווען עס ווערט געבוירן א קינד אין די משפחה, איז א גאנצער שמחה. שוין פון ערשטן טאג פרובירן די שוויגער און די מאמע און די גאנצע פאמיליע זען צו וועלכע זייט דאס קינד באלאנגט. "די בלויע אויגן קומט זיכער פון אונזער זייט", זאגט די מוטער. "אבער קוק די ברייטע נאז קומט דאך זיכער פון די מערמעלשטיין'ס" שרייט די שוועסטער. וכן הלאה והלאה. אבער דאס איז יעדער זיכער אז דאס קינד ראָט אין די משפחה, און זעט אויס ווי די מאמע אדער טאטע. די שאלה איז אבער - פארוואס איז דאס אזוי? וועלכע באשטאנדטייל אין דעם גוף זאגט פארן גוף: פארברייטער דעם נאז אביסל, די אויגן קאליר בלוי וכו'? דא קומען גענעס אריין אינעם בילד. גענעס זענען מייקראסקאפישער באשטאנדטיילן וועלכע ליגן באהאלטן אינעם צעל (cell סעל בלע"ז) וואס, דער צעל איז די מאטעריאל פון וואס דער גוף איז צוזאם געשטעלט.

(אז איך האב דערמאנט דעם צעל, לאמיך אביסל געבן הסבר איבער דעם אויפן שפיץ גאפל, פאר די וואס האבן נישט קיין אהנונג. יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאם געשטעלט פון צעלס. וואס הייסט א לעבעדיגע זאך? אלעס וואס איז נישט קיין דומם און רוקט זיך פון איין פלאץ צו צווייטען. דער צעל בעצם פארמאגט אין זיך נאך פיל באשטאנדטיילן וואס דאס זענען ווי "אינגרידיענטס" פון דעם צעל, אבער די אלע אינגרידיענטס פאר זיך זענען גארנישט. נאר ווען זיי קומען זיך צוזאם תחת קורת גג אחד, אין א צעל, זענען זיי עפעס א יש. פארשטייט זיך אויך אז עס זענען דא פיל מיני צעלס, געוואנדען לויט וועלכע אינגרידיענטס עס פארמאגט. א יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאמגעשטעלט פון צעלס. למשל, לאמיר נעמען דעם מענטש. א מענטש האט אין זיך בערך 210 מינים צעלס. למשל: בלוט. בלוט איז צוזאם געשטעלט פון דריי מיני צעלס: רויטע בלוט צעלס, ווייסע בלוט צעלס און פלעטעלטס. די דריי צעלס שווימען רון "בלוט פלאזמא" וועלכער איז דער פליוד fluid וואס איר זעט, ווען איר זעט בלוט. צו זען די צעלס דארפט איר א מייקראסקאפ.
בילד
א מייקראסקאפיש בילד פון די דריי בלוט צעלס. פון ר. צו ל. ווייסע בלוט צעל, פלעטלעט און רויטע בלוט צעל.)
אין יעדע איינציגסטע צעל איז דא גענעס, וועלכע דינען ווי די "מוח" פונעם צעל, און דער צעל לעבט לויט די פארשריפטן פונעם גענע. די גענע איז ווי דער "קאוד" אויף וועלכער דער פראגרעם לויפט. אין אנדערע ווערטער, פון ווי ווייסט דער אויג פונעם מענטש אז ער דארף זיין בלוי צו ברוין? דער גענע אין זיינע צעלן האבן אים דאס געזאגט.

המשך יבוא
*אויב איר האט געליינט און הנאה געהאט, טוט א טובה אין געט א לייק. ס'געט א שטארקן שטופ צו שרייבן נאך.
מאנטאג אפריל 16, 2012 9:34 pm#4898
Re: די. ען. עי. - DNA
ניין. איך האב נאכנישט געלייענט, אבער איך האב געמוזט געבן א לייק נאר פארן נעמען שרייבן די נושא וואס איך וויל שוין אזוי לאנג וויסן.

יעצט לאמיר גיין לייענען.
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:07 pm#4907
Re: די. ען. עי. - DNA
פארדייט, געלייקט, און גרייט פאר די נעקסטע פארציע.
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:33 pm#4910
Re: די. ען. עי. - DNA
:like :like :like :like :like :like

הערליך

וועלכע גענע אין וועלעכע צעל האט געזאגט מע זאל מאכן ברוינע אויגן?

אלע צעלן פון די בלוט? א חלק פון די צעלן?

וואס מיינט אטאם?

סע קומט דא אריין בכלל?
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:39 pm#4913
Re: די. ען. עי. - DNA
ישר כוח פאר די לייקס.

גיי מיר אביסל ווייטער מיט דעם מבוא.

פאר מיר גייען ווייטער, מוז מען קודם רעדן וועגן גרעגאר מענדעל'ס אויפטו און תחום פון תורשה (heredity - די תכונות וואס א קינד ירש'נט פון די עלטערן, ווי בלויע אויגן א.ד.ג.). שוין לאנגע יארן האט מען געוויסט אז כאראקטערן און תכונות גייען אריבער פון טאטען צום זון. טויזענטע יאר צוריק האט מען שוין אין אראבישע לענדער געמישט צווישן אנדערע מינים פערד, כדי די קינדער זאלן האבן די מעלות פון טאטען און פון מאמען. און גמרא זעהן מיר אויך זייער אסאך אז דער קינד באקומט זיינע תכונות פון זיינע עלטערן. אבער עס איז געווען פארהוילן וויאזוי די תכונות פון די עלטערן קומען אן צו די קינדער, און לויט וועלכע כללים. די אנגענומענע הבנה איז געווען אז די עלטערנס תכונה ווערן געמישט און דאס קינד איז א געמישאכטס פון ביידע עלטערן. למשל, אז דער טאטע האט שווארצע האר און די מאמע האט בלאנדע האר, האט זייער קינד האר וועלכע זענען ערגעץ אינצווישן בלאנד און שווארץ.

מענדעל איז אבער אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז ניין, עס ווערט נישט אויסגעמישט. וואס דען? מענדעל האט געטענה'ט אז סיי די מאמע און סיי די טאטע האט א געוויסע באשטאנדטייל וועלכע זאגט וויאזוי דער מענטש דארף אויסקוקן. דעם באשטאנדטייל האט מענדעל א נאמען געגעבן "פאקטאר" (factor). אין אונזער משל, האט דער שווארצ-האריגער טאטע, א שווארצע האר פאקטאר, און די בלאנד-האריגע מאמע האט א בלאנדע האר פאקטאר. איצטער, טענה'ט מענדעל, איינע פון די צוויי פאקטארן איז א שטארקע פאקטאר, און די צווייטע איז א שוואכע פאקטאר. דאס הייסט, אז דער קינד וועט זיין דוקא שווארץ און נישט בלאנד, ווייל שווארץ איז א שטארקער פאקטאר (ער איז גובר אויף שוואכע פאקטארן) און בלאנד איז א שוואכע פאקטאר (ער קען נישט גובר זיין אויף שטארקע פאקטארן). אבער מענדעל'ס חידוש איז געגאנגען טיפער ווי דעם. ער האט גע'טענה'ט אז בעצם האט יעדע מענטש *צוויי* פאקטארן. איינס פון די מאמע און איינס פון די טאטע. איי - פארוואס איז ער שווארץ און נישט בלאנד? די תירוץ איז, ווייל די שווארצע פאקטאר, וועלכע איז דער שטערקערער פאקטאר "פארדעקט" און באהאלט די בלאנדע פאקטאר וועלכע איז די שוואכערע פאקטאר. אבער - און דא קומט די חידוש צו וועלכע מען דארף צולייגן קאפ - ווען א מענטש האט א קינד, גייט נאר איינס פון זיינע צוויי פאקטארן אריבער צום קינד! און עס קען זיין אפילו די שוואכערע פאקטאר זאל אריבער גיין צום קינד!

איז לאמיר דא אויס'משל'ן וואס פאסירט לויט מענדעל. ראובן'ס טאטע און מאמע זענען ביידע שווארץ. ראובן האט צוויי שווארצע פאקטארן. די שווארצע פאקטאר וועלן מיר באצייכענען מיט אן A. לאה'ס טאטע און מאמע זענען ביידע בלאנד, און לאה פארמאגט צוויי בלאנדע פאקטארן. ראובן און לאה'ס קינדער וועלן אלע האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדער פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן). אבער זיי וועלן אלע זיין שווארץ, ווייל די שווארצע פאקטאר איז די שטארקע פאקטאר. יעצט, ראובן'ס עלצטע זון, שמעון, האט חתונה מיט רחל. רחל האט אויך איין בלאנדע פאקטאר און איין שווארצע. זי איז טאקע שווארץ. וועלכע פאקטארן גייען שמעון און רחל'ס קינדער האבן? עס זענען דא דריי מעגליכקייטן. אדער גייען די קינדער האבן נאר שווארצע פאקטארן (איינס פון טאטען', איינס פון מאמע'ן), און דאן גייען די קינדער זיין שווארץ-האריג, אדער גייען די קינדער האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדע פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן) און זיי גייען ווידער זיין שווארץ-האריג (ווייל ווי דערמאנט איז שווארץ א שטארקע פאקטאר און איז אלץ גובר בלאנד), אדער גייען די קינדער האבן נאר בלאנדע פאקטארן (איינס פון טאטען, איינס פון מאמען) און דאן גייען די קינדער זיין בלאנד האריג.

לויט דעם חשבון קומט אויס, אז כאטשיג ביים ערשטען דור נאך א ריין-בלאנדער (ריין בלאנד הייסט ווען ביידע פאקטארן זענען בלאנד) און א ריין-שווארצער וועלן זיין שווארץ, וועט די צווייטע דור דערנאך זיין צוויי דריטלעך שווארץ און איין דריטל בלאנד (דאס שרייבט מען אזוי 3:1).

המשך יבוא
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:45 pm#4915
Re: די. ען. עי. - DNA
:like :like
א גרויסע ישר כוח!!
איך בין נאכנישט אזוי קלאר. און איך וועל עס דארפן נאכאמאל ליינען, אבער האט גינס עפעס צוטוהן מיט דאס וואס בוני עולם טוהט? ווייל איך ווייס אז זיי האבן גע׳עפענט א גאנצע גינס דעפארטמענט.
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:47 pm#4916
Re: די. ען. עי. - DNA
ידען האט געשריבן::like :like :like :like :like :like

הערליך

שכויח אייך!! פארן לייענען און פאר אייער ווארימע תגובה!
ידען האט געשריבן:וועלכע גענע אין וועלעכע צעל האט געזאגט מע זאל מאכן ברוינע אויגן?

אלע צעלן פון די בלוט? א חלק פון די צעלן?

ווארט אויס, מיר וועלן צוקומען צו דעם אין שפעטערע פאַזן. אזוי פיל וועל איך נאר זאגן, אז די גענעס זענען אין יעדע איינציגסטע צעל פונעם גוף. דאס הייסט אז א מענטש האט צווישן 50 און 75 טריליאן צעלן אין זיין גוף, און א יעדע איינציגסטע צעל פארמאגט א גענויע קאפיע פון דעם מענשטן'ס גענעטישן קאוד. (דאס איז די סיבה פארוואס DNA איז די בעסטע וועג וויאזוי צו כאפן קרימינאלן. אבער ווארט אויס, לאמיר נישט כאפן קיין לאקשן פאר מען עסט די זופ.)

ידען האט געשריבן:וואס מיינט אטאם?

סע קומט דא אריין בכלל?

ניין. אטאם איז דער נאמען פאר די גרונט באשטאנדטייל פון אלעס אויף דער וועלט אפילו נישט לעבעדיגע זאכן. אן אטאם איז פיל פיל קלענער ווי א צעל. דער טיפישער מענטשליכער צעל פארמאגט בערך 1016 (דאס הייסט די נומער צען, נאכגעפאלגט ביי צען זעראס) אטאמען! אפשר מארגען וועל איך אביסל ברייטער ארומרעדן וועגן צעלן.
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:49 pm#4917
Re: די. ען. עי. - DNA
וויליאמסבורגער האט געשריבן::like :like
א גרויסע ישר כוח!!
איך בין נאכנישט אזוי קלאר. און איך וועל עס דארפן נאכאמאל ליינען, אבער האט גינס עפעס צוטוהן מיט דאס וואס בוני עולם טוהט? ווייל איך ווייס אז זיי האבן גע׳עפענט א גאנצע גינס דעפארטמענט.

אודאי אודאי! נאך אסאך פאר בוני עולם, איז דאך דא דור ישרים, וועלכע מאכן גענעטישע טעסטן. בוני עולם איז שוין מער פארגעשריטן, זיי שפילן זיך ממש ארום מיט די גענעס. אבער דאס איז שוין ממש פון די לעצטע שטאפלען אין פארשטיין DNA.
דינסטאג אפריל 17, 2012 9:21 am#4952
Re: די. ען. עי. - DNA
כדי צו פארשטיין בעסער DNA, איז כדאי צו האבן א שטיקל פארשטאנד איבער דעם צעל.

איך בין זיכער אז רוב חבירים האבן שוין געהערט פון ביאָלאָגיע. וואס איז דאס ביאלאגיע? די ווארט ביאלאגיע איז צאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער: ביאס - וועלכער מיינט "לעבן" אין גריכיש, און לאגיע - וואס מיינט שטודיע אין גריכיש. ביאלאגיע איז די שטודיע פון לעבן. ביאלאגיע נעמט אריין אין זיך פילע סוב-קאטאגאריעס, אזוי ווי גענעטיקס (די שטודיע פון גענעס), אנאטאמיע (די שטודיע פון די אויסשטעל און דינסט פון לעבעדיגע באשעפענישן, ווי די איברים פון א מענטש וכדו'), ענטאמאלאגיע (די שטודיע פון מוריטשקעס), ניוראביאלאגיע (די שטודיע פון דער מענטשליכער נערווען סיסטעם), מיקראביאלאגיע (די שטודיע פון אזעלכע באשעפענישן וואס מען קען נאר זען מיט א מיקראסקאפ), צעלן ביאלאגיע (די שטוידע פונעם צעל, און פון די כעמיקאלע און מאלאקיולארע פארבינדונגען וואס פאסירן אינעם צעל), און נאך פיל קאטאגאריעס. אין אנדערע ווערטער: אלעס וואס לעבט (אריינגערעכנט געוואוקסן און באצילן) ווערט נכלל אין ביאלאגיע. ביאלאגיע האט אפאר יסודותו'דיגע כללים וואס דאס איז נוגע צו א יעדע ענף פון ביאלאגיע. לאמיר זען דריי דערפון:

    1. צעלן זענען די גרונט-איינהייטן פון לעבן.
    2. גענעס זענען די גרונט-איינהייטן פון תורשה (דאס הייסט דאס איבערגיין פון תכונות און טבעים פון עלטערן צום קינד).
    3. האמאסטאסיס - אלע לעבעדיגע ארגאניזמען (ארגאניזם מיינט יעדע לעבעדיגע באשעפעניש, ווי געוואוקסען, באצילן, חיות) דארפן קענען האלטן אן אינערליכע סטאביליטי (ווי למשל, טעמפעראטור).

מיר זען אז צעלן איז איינער פון די גרונט-באגריפן פון ביאלאגיע. דארף מען דאך פארשטיין, וואס איז דאס א צעל?

דער צעל ווערט אפט אנגערופען "the building block of life". דאס הייסט, אזויווי א געביידע איז צאמגעשטעלט פון טויזענטע ציגל, און די ציגל זענען דאס וואס מאכן די געביידע א געביידע, אזוי אויך זענען די צעלן דאס וואס מאכן די לעבעדיגע זאך, לעבעדיג.
פאר מיר האבן געהאט די מיקראסקאפ, האבן מיר נישט געוואוסט פון מער ווי וואס אונזערע אויגן זעהן. מיר האבן נישט געהאט קיין השגה, וואס טוט זיך אויף דעם מיקרא לעוועל (דאס הייסט ווען מען פארגרעסערט עפעס צו אזא גרויס וואס די מענטשליך אויגן קען נישט זען סתם אזוי). ביז אנטאני וואן לעווענהוק האט אויסגעארבייט דעם מיקראסקאפ אז זי זאל קענען גאר שטארק פארגרעסערן עפעס פון דער נאענט. און 1665 האט ראבערט הוק ארויסגעגעבן א בוך ווי ער האט באשריבן די "צעלן" וואס ער האט געזען אין געוויסע מאטעריאלן אונטערן מיקראסקאפ. ער האט זיי גערופן "צעלן" ווייל זיי האבן אויסגעזען ווי פיל קליינע קאמערלעך (צעל באדייט א קליינער קאמערל). אין 1839 זענען צוויי וויסנשאפטלער געקומען צו די מסקנה אז אלע לעבעדיגע פארמען פון לעבן זענען צאמגעשטעל פון צעלן. אפאר יאר שפעטער איז אויפגעוויזן געווארן אז א צעל קען נישט באשאפען ווערן פון הויל לופט, נאר יעדע צעל קומט פון א צווייטע צעל. דאס הייסט אז א יעדע זאך וואס האט "קינדער", זאל עס זען מענטשן, חיות, געוואוקסן אדער באצילן, קומט דאס פון א צעל וועלכע צוטיילט זיך אין צוויי. ווען א צעל צוטיילט זיך אין צוויי, אנשטאט עס זאל זיין צוויי האלבע צעלן, זענען דאס צוויי נייע גאנצע צעלן. די זעלבע זאך איז מיט אלעס וואס וואקסט. לאמיר אננעמען פאר א דוגמא, מענטשליכע האר. פון ווי קומט די נייע האר? דאס קומט פון האר-צעלן, וועלכע צעטיילן זיך און צוויי, און ווערן דעריבער צוויי נייע צעלן. די צוויי נייע צעלן צעטיילען זיך נאכאמאל אין צוויי, און אזוי ווייטער און ווייטער. צעלן קענען אויך "אפשטארבען", דאס הייסט אז זיי הערן אויף פונקציאנירן. א מענטש, לדוגמא, שטארבט ווען רוב פון זיינע צעלן זענען שוין טויט. די האר פון א מענטש הערט אויף וואקסן, ווען די זיינע האר-ווארצלן צעלן שטארבן אפ.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:52 am#4968
Re: די. ען. עי. - DNA
איך האב אויבן דערמאנט די "צעל טעאריע". וואס איז דאס?

די צעל טעאריע איז אויסגעארבעט געווארן דורך צוויי דייטשע וויסנשאפטלער, יאקאב שליידען און טיאדאר שוואן. די צעל טעאריע איז ווי פאלגענד:

    1. די צעל איז די גרונט-איינהייט (basic unit) פון לעבן. דאס הייסט אז אלעס וואס לעבט (לאפוקי דוממים ווי שטיינער) איז צאמגעשטעלט פון צעלן. (ידען האט אויבן געפרעגט איבער אטאמען. דער אטאם איז די גרונט-איינהייט פון כעמיע. די שטודיע פון כעמיע איז אויף א פיל קלענערן לעוועל ווי צעל, און ווי אויבן דעמאנט פארמאגט א דורכשניטליכער מענטשליכער צעל 1016 אטאמען. די שטוידע פון כעמיע נעמט אויך אריין נישט-לעבעדיגע זאכן, ווי לופט, שטיינער, מעטאל וכו'. די שטודיע וועלכע שטודירט אטאמען און די כעמישע רעאקציעס אין צעלן ווערט אנגערופן ביאָכעמיע).
    2. די צעל איז דער אחראי אויף רעפראדוקציע, דאס הייסט, האבן קינדער. דאס מיינט, אז יעדע נייע לעבעדיגע זאך, פון מענטשן ביז באצילן ווערט פראדוצירט דורך צעלן וועלכע "געבוירן" נייע צעלן דורכך זיך צעטיילן און צוויי. לדוגמא, ווען מען פלאנצט איין א זאָמען פון א בלום אונטער די ערד, הייבן די צעלן אינעם זאמען אן זיך צו פארמערן און פון די צעלן ווערט קודם א ווארצעל, דערנאך די בלום. אזוי אויך א מענטש הייבט זיך אן ברחם אמו פון איין צעל (באמת איז דאס צוויי צאמגעשטעלטע צעלן, איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן) און פון די צעל הייבט זיך אן דעוועלאפען אלע טישוס און איבירים ביז צו א פערטיגע מענטש. און אזוי איז מיט יעדע זאך וואס איז נישט קיין דומם.
דינסטאג אפריל 17, 2012 12:12 pm#4979
Re: די. ען. עי. - DNA
יעצט אז מיר האבן שוין א שטיקל געדאנק איבער צעלן טעאריע, און וויאזוי לעבעדיגע זאכן ("ארגאניזמען") רעפראדוצירן, קענען מיר צוגיין צו גענעטיקס.
ווען א צעל צוטיילט זיך אין צוויי, האט דער נייער צעל אלע אינפארמאציע וואס דער ערשטער צעל האט געהאט. לאמיר נעמען דעם מענטש פאר א דוגמא. דער מענטש הייבט זיך אן צו דעוועלאפען פון איין צעל, אבער אין די צעל איז שוין דא אלע אינפארמאציע וויאזוי דער גאנצער מענטש פון קאפ ביז פוס, גייט אויסקוקן און פונקציאנירן. ווען דער צעל צוטיילט זיך אין צוויי, און די צוויי צוטיילן זיך ווייטער און ווייטער, הייבן די צעלן זיך אן צו טוישן צו אנדערע פארמען. געוויסע צעלן ווערן טישו-צעלן, געוויסע צעלן ווערן הויט-צעלן און אזוי ווייטער און ווייטער. ביז געציילטע חדשים איז שוין דא אין דעם מענטש בערך 210 מינים צעלן, און א טאטאל פון 50 ביז 75 טריליאן צעלן אין דעם מענטש - און די אלע צעלן זענען אלע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם ערשטען צעל. דערפאר איז מוכרח, און עס איז אזוי אויך במציאות, אז דער ערשטער צעל פארמאגט "אלע" אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס "אויפצובויען" דעם מענטש. די אינפארמאציע ליגט אין די גענעס.

איידער מיר גייען ווייטער, לאמיר זיך באקענען מיט אפאר מושגים:

    פענאָטייפּ- דאס איז די אויסערליכע, חיצוניות'דיגער אויסזען וואס די גענעס זענען גורם. על דרך משל: ווען מען מאכט א פראגרעם, שרייבט מען א קאוד. די קאוד זאגט פארן קאמפיוטער וויאזוי ער דארף פרעזענטירן דעם פראגרעם פארן מענטש וואס זעט אויס. למשל, קאווע שטיבל האט אויב אזא בלויע העדער מיט אזא סימבאל פון מענטשלעך וועלכע טרונקען קאווע. באמת, אין די קאוד מיט וואס קאווע שטיבל איז געשריבן (דוכט זיך phpbb) איז אלעס אותיות מיט סימבאלן. ווען איר וועט מאכן א רייט קליק אויף דעם העדער, און קליקן "inspect element", וועט איר קענען זיין פונקטליך די קאוד. אבער דער קאמפיוטער ליינט גוט די קאוד, און דערפאר שטעלט ער אהער אזא שיינע בלויע בעקגראונד, מיט אזא בילד פון מענטשעלעך. די זעלבע איז מיט גענעס. און די גענעס איז די קאוד געשריבען, אבער די חיצוניות'דיגער פארעם און פעולה פון די צעל -דאס איז "פענאטייפ".

    גענעס - דאס זענען די מאטעריעל וועלכע ענהאלטן די "קאוד" וועלכע זאגט וויאזוי די פענאטייפ זאל זיין.

    תורשה - דאס איז די נאמען פאר heredity, אלע תכונות אין כאראקטעריסטען וועלכע גייען אריבער פון עלטערן צו קינדער, פון "מאמע" צעל צו "טאכטער" צעל.
דינסטאג אפריל 17, 2012 1:04 pm#4998
Re: די. ען. עי. - DNA
הערליך!
שרייבעריי איז אויך א געניטעשער פאקטאר?...
דינסטאג אפריל 17, 2012 1:13 pm#4999
Re: די. ען. עי. - DNA
ידען האט געשריבן:ניין. איך האב נאכנישט געלייענט, אבער איך האב געמוזט געבן א לייק נאר פארן נעמען שרייבן די נושא וואס איך וויל שוין אזוי לאנג וויסן.

יעצט לאמיר גיין לייענען.
דינסטאג אפריל 17, 2012 1:23 pm#5000
Re: די. ען. עי. - DNA
אצינד האלטן מיר שוין נאכן ליינען, א ריזן דאנק אייך יידל פארן בארייכערן מיין ידיעות קאמער.
מיטוואך אפריל 18, 2012 11:17 am#5190
Re: די. ען. עי. - DNA
שקויעך, יידל, פאר א דזשאב וועל דאן :like
מאנטאג אפריל 23, 2012 12:33 am#6725
Re: די. ען. עי. - DNA
אן אינטערסאנטע זאך איז כדאי ארויסצוברענגן, אז אין די גמרא טרעפן מיר שוין א רמז קלה צו גענעטיקס.
די מדובר איז איבער דעם באקאנטען מושג פון "מתו אחיו מחמת מילה". אין די גמרא ערשיינט כמה פעמים דעם כלל אז מתו אחיו מחמת מילה איז פטור פון מילה. די מקור איז אין יבמות סד, ב ווי די גמרא זאגט ווי פאלגנד:

"תניא: מלה הראשון ומת, שני ומת - שלישי לא תמול, דברי רבי; רבן שמעון בן גמליאל אומר: שלישי תמול, רביעי לא תמול." - מיר האבן געלערנט אין א ברייתא, א פרוי וואס מל'עט איר ערשטער קינד און ער שטארבט, דערנאך מל'עט זי איר צווייטע קינד און ער שטארבט, זאל זי נישט מל'ען איר דריטע קינד. רשב"ג זאגט, איר דריטע זאל זי מל'ען ([אבער אויב ער שטארבט אויך] זאל זי נישט מל'ען איר פערדע קינד. עד כאן די גמרא. אביסעלע נאכדעם פארציילט די גמרא אזוי: "אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן: מעשה בארבע אחיות בצפורי, שמלה ראשונה ומת, שניה ומת, שלישית ומת, רביעית - באת לפני רבן שמעון בן גמליאל, אמר לה: אל תמולי." - עס איז געווען א מעשה מיט פיר שוועסטערס אין די שטאט ציפורי, וואס איינע פון זיי האט גע'מל'עט איר עשטער און ער איז געשטארבן, דערנאך איר צווייטער און ער איז געשטארבן, דערנאך איר דריטער און ער איז געשטארבן, איז זי ביים פערטן געקומען צו רשב"ג און ער האט איר געהייסן נישט מל'ען. שפעטעr זאגט די סתמא דגמרא אז "איכא משפחה דרפי דמא, ואיכא משפחה דקמיט דמא", עס זענען דא משפחות ביי וועלכע די בלוט פלוסט זייער שטארק, און עס זענען דא משפחות ביי וועלכע די בלוט פלוסט שוואך. עד כאן די גמרא.

מען זעט אין די גמרא אן אינטערעסאנטע זאך, אז עס איז דא א מחלה וועלכע מאכט שטארק בלוטען, עד כדי כך אז קינדער שטארבן דערפון ווען מ'מל'עט זיי, און דאס איז דוקא ביי קינדער פון די זעלבע מאמע. די טור שרייבט טאקע אזוי (יו"ד סי' רס"ג): "אשה שמלה את בנה ראשון ומת מחמת מילה שהכשילה כחו ומלה גם השני ומת מחמת מילה הרי הוחזקה שבניה מתים מחמת מילה לא שנא היו מבעל אחד או משנים ולא תמול הג' אלא תמתין לו עד שיגדל ויתחזק כחו" א פרוי וועלכע האט גע'מל'עט איר עלטסטער קינד און ער איז געשטארבן... און דער צווייטער איז אויך געשטארבן צוליב מילה... נישט קיין חילוק צו פון איין טאטע צו פון צוויי טאטעס, טאז מען נישט מל'ען איר דריטע קינד". זעט מען קלאר אז די טור האט אנגענומען פאר פשוט (בעקבות הרמב"ם וסתמא דגמרא) אז עס איז תלוי נאר אין די זעלבע מאמע. עס דארף אבער ווערן צוגעצייכנט אז רבינו מנוח (מובא בב"י שם) האלט אז די זעלבע דין איז דא פון קינדער פון איין טאטען, אבער פשטות די גמרא איז נישט אזוי.

וואס איז די מאדנע מחלה און וועלכע די בלוט פלוסט צו שטארק? אין די היינטיגע מעדעצינישע וועלט איז באקאנט א מחלה מיטן נאמען "העמאפיליע". וואס איז דאס העמאפיליע? די באשעפער האט באשאפען אין די נאטור אז ווען א מענטש באקומט א שניט, דינען די "בלוט פלאזמא" צעלן (זע אויבערשטען תגובה איבער די דריי צעלן וואס זענען פארהאן אין די בלוט) ווי סטיטשעס און זיי "פארנייען" די וואונד, דורכן פארהאטעווען די בלוט וואס דאס שאפט ווי אזא "דעקל" וועלכע האלט צוריק די בלוט פון ארויסרונען, (דאס רופט זיך clotting). העמאפיליע הייסט ווען די כוח וואס מאכט די בלוט פלאזמא "קלעבן" איינס צום צווייטען פעלט, און די בלוט קען זיך נישט אויסטרוקענען און פארהארטעוועט ווערן. זענען דא וואס טענה'ן אז די מחלה פון וואס די גמרא רעדט, איז העמאפיליע און דאס מיינט וואס די גמרא זאגט "איכא משפחה דרפי דמי".

העמאפיליע איז א זאך וואס גייט אריבער בירושה גענעטישערהייט, און ווי מ'רופט עס ביי אונז "ס'לויפט אין די משפחה". הערט און שטוינט וואס מען האט אויסגעטראפן: מען האט באמערקט אז דאס גייט דוקא אריבער פון א מאמע צו איר זון און נישט פון טאטען צום זון. ממש ווי עס איז משמע מסתמא דגמרא.

וואס איז אבער טאקע פשט אז עס גייט נאר דורך די מאמע און נישט דורכן טאטען. דא קומען אריין כראמאזאנען (chromosomes). וואס איז דאס כראמאזאנען? אינעם קומענדיגן תגובה אי"ה.
מאנטאג אפריל 23, 2012 11:26 am#6781
Re: די. ען. עי. - DNA
זייער אינטערסאנט יידל, כה לחי.
זונטאג יולי 22, 2012 6:06 pm#27081
Genetics and DNA
Reb Yidl; You have educated us (The entire audience in the "Blogosphere"). Especially, by intertwining the statements of Chaza"l with modern research.
In my own rating system you get a 10 out of 10. Thank you very much. Let me paraphrase; "Yesh Chochma B'Yidl". :roll: :D :roll:
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:36 pm#33542
יש"כ יידל פארן אנהייבן, אזוי ווי איך זעה אז די ביסט נישט ממשיך וועל איך פראבירן צו ממשיך זיין, (דיי אוועטער זעה איך האסטו שוין פאר'די.ען.עי.'ט...)

אקעי, נאכדעם ווי יידל האט מסביר געווען וויאזוי די. ען. עי. גיט אונז אלעס און איז די 'סוד פון לעבן' פרעגט זיך די פראגע ואס בעצם איז ד.ע.ע.? און וויאזוי אפעקט עס די לעבן אזוי ווייט אז מחלות, נאטורן, וכדומה זאלן אריבערשפרייזן דורות?

די תירוץ איז זייער פשוט, די ד.ע.ע. איז די קאוד פאר די פראדוקציע פון פראוטינס, און אונזער גאנצע גוף איז פראוטינס, און די ד.ע.ע. הייסט פארן גוף וועלכע פראוטין צו פראדעצירן, און וויפיל, און ווען.

וויאזוי? די די.ען.עי. אויפן מאלעקיולער שטאפל איז צוזאמגעשטעלט פון פיהר מיני יסודות (בעיס), משל דיך אויס א גדר פון דריי זוילן מיט א דראנט גאנץ אויבן וואס קאנעקט אלע דריי צוזאמען, (פארוואס דריי נישט פיהר ווי כ'האב ממש נארוואס געשריבן? ווארט א מינוט.), יעצט יעדע זויל איז א באזונדערע קאליר.

יעצט עס איז דא פיהר מיני זוילן, איינס גערופן עי. איינס סי. נאך איינס זשי. און די לעצטע טי. (דאס איז ר"ת נישט נוגע יעצט) די דראנט אויבן איז צוזאמגעשטעלט פון א צוקער מאלעקיול געבאונד צוזאמען מיט א פאספעט מאלעקיול, די ביידע ליגן אווי אויף די יסודות (בעיס) יעדע שוגער-פאספעט צו איינע פון די יסודות.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:46 pm#33545
יעצט, א פראטין (טשעין) איז צוזאמגעשטעלט פון עמינא עסידס, ד.ה. א פראוטין אונטער א מייקראסקאופ איז ווי א קייט פון עמינאו עסידס קאנעקטעד איינס צום אנדערן צוזאמען ווערן זיי א פראוטין, ס'דא גרויסע טשעינס און קליינע טשעינס (פון בערך צוויי דריי הונדערט עמינא עסידס און א פראוטין ביז אזויפיל ווי 26,000 עמינאו עסידס און א סינגל פראוטין).

יעצט, ס'דא אין א גוף בערך 150 מיני עמינא עסידס, אבער די בילדיג בלאקס פאר רובא דרובא פראוטינס באשטייט פון נאר 20 מיני עמינא עסידס, דאס הייסט למשל א פראוטין פון טויזענט עמינא עסידס האט סך הכל נאר 20 מיני עמינא עסידס, נאר ס'האט למשל 5 פון די ערשטע 20 פון א צווייטע מיני, 100 פון א דריטע מיני, דערנא. נאכאמאל 5 פון די ערשטע א.א.וו., אזוי קען מען פון 20 עמינא עסידס צוזאמשטעלן טויזענטער און טויזענטער מיני פראוטינס, (הארמאונס, ענזיימס וכו').
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 7:59 pm#33547
יעצט, די אויבנערמאנטע די.ען.עי. יסודות זענען די קאודס פאר די עמינא עסידס, יעדע דריי יסודות פאר איין עמינא עסיד, ד.ה. למשל א עי. מיט א טי. מיט א זשי. מאכט למשל די עמינא עסיד (על) ארזשינין, עי.טי.סי. מאכט (על) קארניטין און אזוי ווייטער.

יעצט, יעדע 'בעיס' האט א פאר (באדי גארד/חבר) עי. גייט נאר מיט טי. און זשי. גייט נאר מיט סי., אבער נישט איינער לעבן אנדערן נאר איינער אונטערן/העכערן אנדערן, משל דיך אויס א ראוד מיט צוויי סייד וואלקס ביי ביידע זייטן מיט א געלע ליין אינדערמיט, יעצט די סייד וואלק איז די שוגער/פאספעט טשעין (פון ביידע זייטן פון די ראוד א טשעין) און פון יעדע שוגער/פאספעט הענגט אראפ איינע פון די בעיסעס ביז די געלע ליין (פון די טשעי קעגן איבער הענגט אראפ א אנדערע בעיס אויך ביז די געלע ליין, קומט אויס אז די בעיסעס טרעפן זיך ביי די געלע ליין), יעצט, אויב איז דא פון איין זייט א עי. וועט זיין פארל אייביג זיין טי. פון די זייט קעגן איבער, אויב וועט עס זיין א זשי. וועט זיין חבר אייביג זיין סי.

(פארזעצונג גאר אין נאנטן אי"ה, איך בין גענוג קלאר?)
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 8:31 pm#33554
פאר מיר ביזטו קלאר, אבער כ'קען נישט רעדן פאר איינער וואס האט נישט קיין שום הקדמה צו די ען עי.
פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:37 pm#33780
כ'האב ערשט יעצט באגעגנט דעם אשכול.
יידל, א גרויסן יישר כח פארן אזוי הערליך מסביר זיין די העכסט אינטערעסאנטע נושא, א שטיקל אויבערפלעכליכע ידיעה האב איך געהאט דערין, אבער ואת עלית על כולנה מיטן עס שיין צולייגן אויף קליינע טעלערלעך און קלאר מסביר זיין די דעטאלן.
איך ווארט אויף אן המשכה.

אן עקסטערן ש'כח פארשטאנד פארן איבערנעמען די מייק.
אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן במח"כ, לפענ"ד גייסטו אביסל צו שנעל און נישט אזוי קלאר פאר א ביגיננער/אינטערמידיעט לעוועל נאר מער עדווענסד וועלכע האבן שוין א שטערקערע ידיעה דערינען.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:47 pm#37905
יעצט געזען דעם אשכול.

יידל,

הערליך! דו ביסט ווייזט אויס באשאנקען מיטן פאך צו זיין א לערער, מיט אסאך געדולד, און א גוטן כח ההסבר. א גרויסן יישר כח פארן משפיע זיין מאוצרך הטוב.


פארשטאנד,

א גרויסן דאנק פאר דיין וויליגקייט מיטצוטיילן פון דיינע ידיעות. אבער נעם ביטע אינאכט אז טייל חברים -און איך רעד פאר מיר- ווייסן נאך נישט די אלף בית פון די מסכתא, דעריבער ברויך מען מיט אונז גיין שטייט. למשל אין די ערשטע תגובה האסטו דערמאנט צווישן אנדערן אזוינע מושגים ווי "פראוטינס" און "מאלעקיולער שטאפל", זאכן אין וועלכן עמי הארצים ווי מיר האבן נישט דאס מינדעסטע ידיעה. דעריבער איידער דו נוצט דעם מושג אין ברויכן מיר פארשטיין וואס דאס מיינט. אבער א גרויסן יישר כח נאכאמאל, איך בין דאנקבאר פאר דיין גרייטקייט.
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:19 pm#37929
ענדליך זאגט שוין איינער צו מ'פארשטייט צו נישט... אדרבה פרעג וואס דו פארשטייסט נישט און כ'וועל פראבירן עס מסביר צו זיין (פרעג איין שאלה אויף אמאל).
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:52 pm#38014
הרב פארשטאנד,

קודם נאכאמאל א יישר כח, און איך שפיר שלעכט דיך צו פארדרייען א קאפ, ביסט דאך סוכ"ס נישט קיין באצאלטער טיטשער, אבער אז דו זאגסט אז דו ביסט גרייט וועל איך פרעגן.

איך האב נישט קיין סברה'דיגע "שאלה" אויף דיין שיעור, איך איך האב א "חסרון ידיעה" אין די אפטייטש פון געוויסע מושגים וואס דו האסט דערמאנט, דעריבער קען איך נישט פארשטיין וואס דו זאגסט נאכדעם. דעריבער בעט איך אויב עס איז מעגליך אז בעפאר דו נוצט א נייע "מושג" זאלסטו בקיצור מסביר זיין וואס דאס מיינט. קענסט קוקן דא וויאזוי רבי יידל האט אביסל מסביר געווען עטליכע משוגים בעפאר ער האט זיי גענוצט.

לעת עתה פארשטיי איך נישט די פאלגנדע מושגים וואס דו האסט דערמאנט:

-פראוטינס
-מאלעקיולער שטאפל
-צוקער מאלעקיול
-פאספעט מאלעקיול
-עמינא עסידס

מיט דאנק און אנטשולדיגונג.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:26 am#38370
יידל האט געשריבן:ישר כוח פאר די לייקס.

גיי מיר אביסל ווייטער מיט דעם מבוא.

פאר מיר גייען ווייטער, מוז מען קודם רעדן וועגן גרעגאר מענדעל'ס אויפטו און תחום פון תורשה (heredity - די תכונות וואס א קינד ירש'נט פון די עלטערן, ווי בלויע אויגן א.ד.ג.). שוין לאנגע יארן האט מען געוויסט אז כאראקטערן און תכונות גייען אריבער פון טאטען צום זון. טויזענטע יאר צוריק האט מען שוין אין אראבישע לענדער געמישט צווישן אנדערע מינים פערד, כדי די קינדער זאלן האבן די מעלות פון טאטען און פון מאמען. און גמרא זעהן מיר אויך זייער אסאך אז דער קינד באקומט זיינע תכונות פון זיינע עלטערן. אבער עס איז געווען פארהוילן וויאזוי די תכונות פון די עלטערן קומען אן צו די קינדער, און לויט וועלכע כללים. די אנגענומענע הבנה איז געווען אז די עלטערנס תכונה ווערן געמישט און דאס קינד איז א געמישאכטס פון ביידע עלטערן. למשל, אז דער טאטע האט שווארצע האר און די מאמע האט בלאנדע האר, האט זייער קינד האר וועלכע זענען ערגעץ אינצווישן בלאנד און שווארץ. מענדעל איז אבער אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז ניין, עס ווערט נישט אויסגעמישט. וואס דען? מענדעל האט געטענה'ט אז סיי די מאמע און סיי די טאטע האט א געוויסע באשטאנדטייל וועלכע זאגט וויאזוי דער מענטש דארף אויסקוקן. דעם באשטאנדטייל האט מענדעל א נאמען געגעבן "פאקטאר" (factor). אין אונזער משל, האט דער שווארצ-האריגער טאטע, א שווארצע האר פאקטאר, און די בלאנד-האריגע מאמע האט א בלאנדע האר פאקטאר. איצטער, טענה'ט מענדעל, איינע פון די צוויי פאקטארן איז א שטארקע פאקטאר, און די צווייטע איז א שוואכע פאקטאר. דאס הייסט, אז דער קינד וועט זיין דוקא שווארץ און נישט בלאנד, ווייל שווארץ איז א שטארקער פאקטאר (ער איז גובר אויף שוואכע פאקטארן) און בלאנד איז א שוואכע פאקטאר (ער קען נישט גובר זיין אויף שטארקע פאקטארן). אבער מענדעל'ס חידוש איז געגאנגען טיפער ווי דעם. ער האט גע'טענה'ט אז בעצם האט יעדע מענטש *צוויי* פאקטארן. איינס פון די מאמע און איינס פון די טאטע. איי - פארוואס איז ער שווארץ און נישט בלאנד? די תירוץ איז, ווייל די שווארצע פאקטאר, וועלכע איז דער שטערקערער פאקטאר "פארדעקט" און באהאלט די בלאנדע פאקטאר וועלכע איז די שוואכערע פאקטאר. אבער - און דא קומט די חידוש צו וועלכע מען דארף צולייגן קאפ - ווען א מענטש האט א קינד, גייט נאר איינס פון זיינע צוויי פאקטארן אריבער צום קינד! און עס קען זיין אפילו די שוואכערע פאקטאר זאל אריבער גיין צום קינד! איז לאמיר דא אויס'משל'ן וואס פאסירט לויט מענדעל. ראובן'ס טאטע און מאמע זענען ביידע שווארץ. ראובן האט צוויי שווארצע פאקטארן. די שווארצע פאקטאר וועלן מיר באצייכענען מיט אן A. לאה'ס טאטע און מאמע זענען ביידע בלאנד, און לאה פארמאגט צוויי שווארצע פאקטארן. ראובן און לאה'ס קינדער וועלן אלע האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדער פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן). אבער זיי וועלן אלע זיין שווארץ, ווייל די שווארצע פאקטאר איז די שטארקע פאקטאר. יעצט, ראובן'ס עלצטע זון, שמעון, האט חתונה מיט רחל. רחל האט אויך איין בלאנדע פאקטאר און איין שווארצע. זי איז טאקע שווארץ. וועלכע פאקטארן גייען שמעון און רחל'ס קינדער האבן? עס זענען דא דריי מעגליכקייטן. אדער גייען די קינדער האבן נאר שווארצע פאקטארן (איינס פון טאטען', איינס פון מאמע'ן), און דאן גייען די קינדער זיין שווארץ-האריג, אדער גייען די קינדער האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדע פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן) און זיי גייען ווידער זיין שווארץ-האריג (ווייל ווי דערמאנט איז שווארץ א שטארקע פאקטאר און איז אלץ גובר בלאנד), אדער גייען די קינדער האבן נאר בלאנדע פאקטארן (איינס פון טאטען, איינס פון מאמען) און דאן גייען די קינדער זיין בלאנד האריג. לויט דעם חשבון קומט אויס, אז כאטשיג ביים ערשטען דור נאך א ריין-בלאנדער (ריין בלאנד הייסט ווען ביידע פאקטארן זענען בלאנד) און א ריין-שווארצער וועלן זיין שווארץ, וועט די צווייטע דור דערנאך זיין צוויי דריטלעך שווארץ און איין דריטל בלאנד (דאס שרייבט מען אזוי 3:1).

המשך יבוא


וויאזוי פאסירט אז די קאליר פון די האר טוישט זיך? איך רעד נישט נאר פון ווען די האר טוישט זיך אויף ווייס ווען מען ווערט עלטער. איך האב שוין געזען אסאך קינדער וואס ווערן געבוירן בלאנד און שפעטער טוישט זיך די קאליר פון די האר צו שווארץ אדער ברוין. ביי די אויגן האב איך שוין אויך געזען עס זאל זיך טוישן די קאליר, לאמיר זאגן פון בלוי אויף ברוין אדער פארקערט, אבער דאס איז נאר מיין איך אינעם ערשטן יאר, אבער די האר האב איך שוין געזען זיך טוישן אסאך מאל ביי די דריי יאר אדער העכער.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:49 pm#38445
עס איז א שמועס פאר זיך, קודם דארף מען מקדים זיין וויאזוי די DNA איז גורם אז דער פענאטייפ זאל האבן זיין צורה, און וויאזוי עס ארבעט ספעציפיש ביי די קאליר פון די אויגן און די האר און דערנאך קען מען מסביר זיין וויאזוי זיי ארבעטן אז זיי מאכן טונקעלער די קאליר פון די האר. אבער אויב האסטו ליב צו עסן לאקשן און קניידלעך פאר די זופ און דו קענסט לייענען ענגליש, ליין דעם געשמאקן ארטיקל דא: m http://genetics.thetech.org/ask/ask63 m
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:29 pm#38465
ייש"כ יידל.

כ'האב געגעסן דעם קניידל, און יעצט ווייס איך אויך אז ס'איז דא אזא זאך ווי לאקשן, אבער יעצט ברויך איך וויסן פון וואס די קניידל און לאקשן זענען צוזאמגעשטעלט...
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:37 pm#38474
איך קום שוין צוריק... איך גיי נאר קודם שרייבן פונקטליך וואס פראוטינס און עמינאו עסידס זענען דערנאך וועל איך גיין ווייטער.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:51 pm#39008
מיר ווארטן מיט שפאנונג.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:14 pm#83108
ר' יודל, אייער ארבעט איז דאך עפעס אזוי קלאר און מסודר. איך וואלט נאר געוואלט צולייגען אפאר נקודות.

יידל האט געשריבן:יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאם געשטעלט פון צעלס

כמעט. עס איז אויך פארהאן א איינציג-צעל ארגאניסם.

יידל האט געשריבן:דער מענטש הייבט זיך אן צו דעוועלאפען פון איין צעל, אבער אין די צעל איז שוין דא אלע אינפארמאציע וויאזוי דער גאנצער מענטש פון קאפ ביז פוס, גייט אויסקוקן און פונקציאנירן. ווען דער צעל צוטיילט זיך אין צוויי, און די צוויי צוטיילן זיך ווייטער און ווייטער, הייבן די צעלן זיך אן צו טוישן צו אנדערע פארמען. געוויסע צעלן ווערן טישו-צעלן, געוויסע צעלן ווערן הויט-צעלן און אזוי ווייטער און ווייטער. ביז געציילטע חדשים איז שוין דא אין דעם מענטש בערך 210 מינים צעלן, און א טאטאל פון 50 ביז 75 טריליאן צעלן אין דעם מענטש - און די אלע צעלן זענען אלע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם ערשטען צעל. דערפאר איז מוכרח, און עס איז אזוי אויך במציאות, אז דער ערשטער צעל פארמאגט "אלע" אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס "אויפצובויען" דעם מענטש. די אינפארמאציע ליגט אין די גענעס.

איין זאך וואס איך האב קיינמאל פארשטאנען, פארוואס קען מען נישט זאגען אז די ערשטע צעל פארמעגט נאר א חלק, און די מוטער לייגט אריין דאס איבריגע? אזוי אויך מיט ש דומם, קען די soil אנפילן די בלענקס. ניין?

יידל האט געשריבן:וואס איז די מאדנע מחלה און וועלכע די בלוט פלוסט צו שטארק? אין די היינטיגע מעדעצינישע וועלט איז באקאנט א מחלה מיטן נאמען "העמאפיליע"

אויך באוויסט אלץ פאקטאר דיפישאנסי.
למשל העמאפיליע א הייסט פאקטאר #8 דיפישאנסי, העמאפיליע ב הייסט פאקטאר #9 דיפישאנסי, העמאפיליע ג הייסט פאקטאר #11 דיפישאנסי א.א.וו.
ביי דע וועי, אין ענגליש שרייבט מען די ווארט hemophilia (פאר די וואס ווילן עס גוגל'ען).

יידל האט געשריבן:דאס רופט זיך clotting

פראפעסאנאל הייסט עס coagulation.

יידל האט געשריבן:העמאפיליע גייט דוקא אריבער פון א מאמע צו איר זון און נישט פון טאטען צום זון. ממש ווי עס איז משמע מסתמא דגמרא.

נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל פארשטאנען, אויב עס גייט נאר אריבער דורכן מאמע, דארף עס מעטאמאטיש זיך אינגאנצען אפשטעלן, ווייל נאך יעדע דור, ווערט העלפט פון די קאנדישאן נעלם ווייל עס בלייבט ביי די זכרים און זיי גיבען עס נישט איבער ווייטער.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:45 pm#83120
boxcover האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאם געשטעלט פון צעלס

כמעט. עס איז אויך פארהאן א איינציג-צעל ארגאניסם.

ריכטיג. מיין באנוץ מיט "צעלס" - לשון רבים איז נישט לאפוקי איין צעל.
boxcover האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דער מענטש הייבט זיך אן צו דעוועלאפען פון איין צעל, אבער אין די צעל איז שוין דא אלע אינפארמאציע וויאזוי דער גאנצער מענטש פון קאפ ביז פוס, גייט אויסקוקן און פונקציאנירן. ווען דער צעל צוטיילט זיך אין צוויי, און די צוויי צוטיילן זיך ווייטער און ווייטער, הייבן די צעלן זיך אן צו טוישן צו אנדערע פארמען. געוויסע צעלן ווערן טישו-צעלן, געוויסע צעלן ווערן הויט-צעלן און אזוי ווייטער און ווייטער. ביז געציילטע חדשים איז שוין דא אין דעם מענטש בערך 210 מינים צעלן, און א טאטאל פון 50 ביז 75 טריליאן צעלן אין דעם מענטש - און די אלע צעלן זענען אלע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם ערשטען צעל. דערפאר איז מוכרח, און עס איז אזוי אויך במציאות, אז דער ערשטער צעל פארמאגט "אלע" אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס "אויפצובויען" דעם מענטש. די אינפארמאציע ליגט אין די גענעס.

איין זאך וואס איך האב קיינמאל פארשטאנען, פארוואס קען מען נישט זאגען אז די ערשטע צעל פארמעגט נאר א חלק, און די מוטער לייגט אריין דאס איבריגע? אזוי אויך מיט ש דומם, קען די soil אנפילן די בלענקס. ניין?

כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, וויאזוי לייגט די מאמע (אדער זאמד) אריין דאס איבעריגע אין די צעל? ווען כ'האב געשריבן "מוכרח" האב איך נישט געמיינט אויפן צעל וואס קומט פון טאטען (די ספערם צעל) נאר די געמיינזאמע צעל וואס פארמירט זיך ווען די ספערם צעל פאראייניגט זיך מיט אן אייער צעל (ovum).

boxcover האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:העמאפיליע גייט דוקא אריבער פון א מאמע צו איר זון און נישט פון טאטען צום זון. ממש ווי עס איז משמע מסתמא דגמרא.

נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל פארשטאנען, אויב עס גייט נאר אריבער דורכן מאמע, דארף עס מעטאמאטיש זיך אינגאנצען אפשטעלן, ווייל נאך יעדע דור, ווערט העלפט פון די קאנדישאן נעלם ווייל עס בלייבט ביי די זכרים און זיי גיבען עס נישט איבער ווייטער.

די תירוץ איז אז אודאי גייט עס אריבער צו פרויען אויך, נאר פרויען זענען עפ"ר "אסימפטאמאטישע טראגערינס" פון דעם דיזיס. דאס מיינט, אז וויבאלד העמאפיליע איז א דעפישינסי אין די X קראמאזאם, וועט א זכר (וואס האט איין X קראמאזאם און איין Y קראמאזאם) ליידן דערפון, אבער א פרוי (וואס פארמאגט צוויי X קראמאזאמס) נישט ליידן דערפון נאר אויב ביידע אירע X קראמאזאמס וועלן האבן דעם דעפישינסי - עפעס וואס איז זייער זעלטן. אגב, ווען איז א טרעגערין פאר העמאפיליע, קען זי עס אויך באקומען פון איר טאטן, משא"כ א זכר. די סיבה איז וויבאלד העמאפיליע מאכט זיך נאר אין די X קראמאזאם אבער נישט און די Y.א נקיבה וואס פארמאגט צוויי X קראמאזאמס, האט דאך איין פון איר טאטע און איין פון איר מאמע, און די קראמאזאם מיטן דעפעקטיוו גענע קען קומען פון ביידע. משא"כ א זכר האט דאך איין X קראמאזאם און איין Y, און די Y קומט פונעם טאטן, דערפאר קען א זכר קיינמאל נישט באקומען העמאפיליע פון זיין טאטן.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:46 pm#83121
פארשטאנד האט געשריבן:איינס גערופן עי. איינס סי. נאך איינס זשי. און די לעצטע טי. (דאס איז ר"ת נישט נוגע יעצט)

די 4 זוילן ווערן אנגערופען נוקליאטיידס (nucleotides) און זיי זענען: guanine (גוואַנינע), adenine (אַדאַנין), thymine (טהיימין), און cytosine (סייטאָסין).

אין די פאלגענדע בילד: די סטרוקטור פון די דאפעלטע די.ען.עי. העליקס*. די אַטאָמס אין די סטרוקטור האבען קאָלירן לויט די כעמישע עלעמענט (ווי אקסידזשען, קארבאן וכדומה) און די פרטות'דיגע סטרוקטור פון צוויי באַזע-פּאָרן פּערז קען מען זעהן אונטען אויף די רעכטע זייט.

בילד

* העליקס = די פארעם פון די חלל אינעווינדיג פון א געקראַזעלטע פאות.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:14 pm#83130
יישר כח, יידל
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:36 pm#83138
ייש"כ אייך פארן ארויפברענגן דעם אשכול און עס פארברייטערן.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:41 am#96932
בלוט טייפ
בלוט טייפ
איינע פון די מערסט בולט'דיגע מאניפאסטאציעס פון גענעטיקס איז בלוט טייפ. יעדער איז באקאנט מיט ABO טייפ, אבער ס'פאראן פיל מער סארטן. איראניש איז אז רויטע בלוט צעלן האבן נישט קיין DNA (עכ"פ נישט קיין גענעטישע DNA, כאטש זיין האבן יא נוקלעאישע אסיד, למשל אדענין פאר ATP), אבער ס'דאס נאנסטע וואס אלגיימענע מענטשן באגעגענען זיך מיט גענעטיקס. כ'וועל פרובירן אביסל צו איבערגיין דעם ענין אויבערפלעכליך למען ירוץ הקורא בו, און מרחיב זיין דעם ענין טיפער ביי א שפעטערע געלעגנהייט.
וואס איז דאס א בלוט טייפ?
דאס רויטע בלוט צעל, ווי אלע אנדערע צעלן, שטעלט ארויס פארשידענע פראטעין'ס, פעטן, און צוקער ארום אירע דרויסענדיגע הייטל. שטעלט אייך פאר א טאבע באוואקסן מיט האר פון אלע זייטן. די דאזיגע צוטשעפענישן זענען "מארקערס". זיי אידענטיפיצירן דאס צעל צו דער אימיון סיסטעם פונקט ווי א פאן אידענטיפיצירט א שיף צו א לאנד. דאס רויטע צעל פארמאגט הונדערטער סארטן מארקערס, און פון אייצעלנדע ביז מיליאנען פון יעדע סארט. טייל מארקערס זענען פראטעין'ס וועלכע דינען א געוויסע פונקציע, און אנדערע זענען בלויז צוקער וואס טוען גארנישט. זיי זענען בלויז אנוועזנד צו מאכן די בריאה מער קאמפליצירט.
ABO מארקערס זענען פונעם צווייטן סארט (וכאן הבן שואל, גינס פארשרייבן דאך נאר פראטעין, איז ווי קענען גינס אנטיילן איבער די פראדוקציע פון צוקער? ויש לישב, אז די פראטעין מאכן די צוקער, ודו"ק). איין געוויסער אלעל (גין נוסח, נישט די לופטליניע) זאגט מאך אן A צוקער (גלוקוז). א צווייטער אלעל זאגט, ניין, מאך א B צוקער (גאלאקטוז), א דריטער אלעל ווידער האלט זיך שטיל און דעריבער מאכט מען נישט גארנישט אין ס'בלייבט O. (נישט ממש גארנישט, ס'איז אן H, אבער נאר עטליכע הונדערט מענטשן האבן נישט H, ממילא רעדט מען נישט דערפון.)
די גענעטיקס פון ABO
ווי ערווענט דורך יידל, פארמאגט יעדער צעל 23 פאר כראמאזאמעס, איינס פונעם טאטן, אין איינס פונעם מאמען. (די רויטע צעלן שטויסן ארויס די כראמאזאמעס ווען זיי ווערן ערוואקסן, אבער חנוך לנער... גם כי יזקין גילטיגט דא). יעדער כראמאזאם פארמאגט אסאך גינס. ס'אבער דא צוויי נוסחאות פון זעלבן גין. למשל איין גין זאגט שווארץ האר, דער אנדערער זאגט רויט. איז דאך דא א מחלוקות, און ווי וועמען פסק'נט מען להלכה? ס'דא דריי כללים דערין, אבער לענינו, ביי ABO זאגט מען אלו ואלו וירא שמים יוצא ידי שניהם. ממילא, אז ביידע זענען מסכים אויף A, איז דאך מה טוב ומה נעים. ביידע B, זאל זיין B. איינער A און איינער B, איז דער פשרה AB, דאס הייסט דאס צעל שטעלט ארויס ביידע סארטן פענדעלעך. איינער A און איינער O, האט מען דאך שוין געשמועסט אז O שווייגט, ומידי דשתיק ש"מ דניחא ליה, בלייבט A. א B מיט אן O, בלייבט B. און אוודאי O מיט O איז דאך O. זעט בייגעלייגט דיאגראם (גערופן א פונעט סקווער).
גענעטייפ און פענעטייפ און ממזרים'לעך
דער גענעטייפ איז דאס גענעטישער צוזאמשטעל, למשל AB. דער פענעטייפ איז וואס ס'איז נראה לעיינים. טראכט פונעם גענעטייפ ווי די שקליא וטריא און די פענעטייפ ווי די הלכה למעשה. כלומר, מ'זאגט (אחד מן המגידים) צו די גינס, "גייט טענה'ט אויס אינדרויסן און קומט צוריק מיט אן החלטה ווי איר ווילט דאס צעל זאל זיך פירן".
ווי דער פונעט ווייזט, קען אויסגעפאלן זעקס סארטן גענעטייפס, AA BB AO BO OO AB, אבער נאר פיר סארטן פענעטייפס, ווייל AO איז היינו הך מיט AA, און BO איז היינו הך מיט BB.
נארמאלווייז, קען מען פעסשטעלן די פענעטייפ דורך קאנווענציענעלע מאטאדן, און דאס ווערט טאקע געטאן רעגעלמעסיג אין שפיטאל פאר אלע יושבות על המשבר, וכדומה. פאר גענעטייפ טעסטן פעלט זיך אויס פארגעשריטנע גענעטישע מעטאדן, און איז נישט שווה לכל נפש. ממילא, אויב איר זענט אן A, למשל, ווי קענט איר וויסן צו איר זענט AO אדער AA?
אויף דעם זאגט דער פסוק הביטו אל צור מחצבתכם. זייט אייך מעיין אינעם פונעט, מפרש ושים שכל. אויב איינע פון אייערע עלטערן איז אן O, זענט איר AO, אויב איינער פון אייער קינדער איז O, זענט איר ווידער AO און אייער ווייב איז OO. אויב אלע אייער קינדער און אלע עלטערן זענען A, ווערט מען נישט קלוגער.
א מאמע שרייט אין שפיטאל, "איך בין אן A, מיין מאן איז א B, ווי קען דאס קינד זיין O? דאס איז נישט מיין קינד!" קען אבער געמאלט זיין אז זי איז AO און ער איז BO, אין ביידע האבן אהין געגעבן דאס O אלעל פארן קינד, ממילא איז דאס קינד OO, און דערפאר O. באמת אמרו, עלטערן וועלכע זענען A און B, קענען האבן אלע ארבעה בנים, A B O און AB
מער איבער D, אנטיבאדיעס, און ראגעם, בשבוע הבא, אויב ס'וועט זיין א פארלאנג ויעתר לו.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:23 am#96998
הערליך שיין און קלאר הערשי, יישר כוח.

מיר ווארטען מיט דארשט אויף ווייטער.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:44 pm#97047
א גרויסן ייש"כ הערשל פאר'ן מסביר זיין אזוי גוט דעם ענין. איך וואלט שטארק געהאט חשק אויב דו קענסט מער מאריך זיין, בעיקר אין די ערשטע צוויי פאראגראפן.
הערשי האט געשריבן:דאס רויטע בלוט צעל, ווי אלע אנדערע צעלן, שטעלט ארויס פארשידענע פראטעין'ס, פעטן, און צוקער ארום אירע דרויסענדיגע הייטל. שטעלט אייך פאר א טאבע באוואקסן מיט האר פון אלע זייטן. די דאזיגע צוטשעפענישן זענען "מארקערס". זיי אידענטיפיצירן דאס צעל צו דער אימיון סיסטעם פונקט ווי א פאן אידענטיפיצירט א שיף צו א לאנד. דאס רויטע צעל פארמאגט הונדערטער סארטן מארקערס, און פון אייצעלנדע ביז מיליאנען פון יעדע סארט. טייל מארקערס זענען פראטעין'ס וועלכע דינען א געוויסע פונקציע, און אנדערע זענען בלויז צוקער וואס טוען גארנישט. זיי זענען בלויז אנוועזנד צו מאכן די בריאה מער קאמפליצירט.
ABO מארקערס זענען פונעם צווייטן סארט (וכאן הבן שואל, גינס פארשרייבן דאך נאר פראטעין, איז ווי קענען גינס אנטיילן איבער די פראדוקציע פון צוקער? ויש לישב, אז די פראטעין מאכן די צוקער, ודו"ק). איין געוויסער אלעל (גין נוסח, נישט די לופטליניע) זאגט מאך אן A צוקער (גלוקוז). א צווייטער אלעל זאגט, ניין, מאך א B צוקער (גאלאקטוז), א דריטער אלעל ווידער האלט זיך שטיל און דעריבער מאכט מען נישט גארנישט אין ס'בלייבט O. (נישט ממש גארנישט, ס'איז אן H, אבער נאר עטליכע הונדערט מענטשן האבן נישט H, ממילא רעדט מען נישט דערפון.)

וואס גענוי צייכענען די מארקערס אן, וועלכע פונקציע דינען די פראטעין'ס, וואס מיינט אז די צוקער טוט גארנישט. וואס איז צוקער בכלל. וואס איז אן אלעל. וכו'. אגרויסן ייש"כ.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:40 pm#97203
אלעל (אליעל) ALLELE
אן אלעל איז א גירסא אינעם גין. דאס הייסט אזוי: די מענטשליכער גענאם (כלל הגינס) איז שוין כולו אויסגעמאפעט. מען ווייס גענוי יעדער גין איה מקום כבודו, אויף וועלכער כראמאזאם, און פונקטליך וואו אויפן כראמאזאם. מער ווייניגער זענען די גינס פון אלע מענטשן אייניג, אז נישט וואלטן דאך מיר ביידע נישט געווען אין מין. נאר ס'דא געוויסע קליינע שנויים, וואס אט די שנויים זענען גורם דעם כשאין פרצופיהן שווין. די שנויים ווערן גערופן אלעלען, אדער גירסאות. יעדער גין האט זיך זיינע איינגעארטיגע גירסאות וואס זענען באקאנט. א טייל זענען מער פארשפרייט, און אנדערע זענען מער זעלטן. די האר קאליר גין, ע"ד משל, האט צען (נישט באמת) אלעלען. שווארץ און בלאנד זענען אפטע גירסאות, רויט איז מער זעלטן. די גין פאר אינסולין איז נאר דא איין אלעל ביי מענטשן. רינדער האבן אויך אינסולין, אבער זייערע איז טאקע יא אביסל אנדערש. די גין וואס דיקטירט ABO אין מענטשן האט דריי אלעלען. א פערטע איז נישט באקאנט.
וויאזוי מאכט מען DNA טעסטן ביי קרימינאלע פעלער, למשל? אויסשליסן איז גרינג. מען קען נעמען סיי וואספארא גין און זען אויב ס'שטימט נישט. אויב דער באשולדיגטער האט בלויע אויגען און די גין אין די באווייז DNA שרייבט פאר ברוינע, ווייסט מען אז די DNA געהער נישט צו אים. איינשליסן איז שווערער. מען קען נישט זאגן כי הוא זה נאר ווייל געוויסע גינס שטימען יא. אסאך מענטשן האבן בלויע אויגן, האר אין די נאז, און זענען טייפ O. זענען אבער פארהאן געוויסע גינס, אין א גרופע גערופן HLA, וועלכע זענען שטארק משונה זו מזו. יעדער גין אין די גרופע האט למשל 250 אלעלען. די שאנסן אז צוויי מענטשן זאלן האבן די זעלבע אלעלען אין אלע HLA גינס איז גאר מינימאל. טעסט מען למשל פיר-פינף גינס (5^250) האלט מען ביי ביליאנען אייגנארטיגע קאמבינאציעס. ס'טאקע נישט הונדערט פראצענט, אבער א שאנס קלענער ווי די צאל מענטשן אויפן כדור הארץ איז כמאן דליתא דמי און מען קען קרימינאל פעסטשטעלן למי החותמת ולמי הפתילים.
מארקערס (אנטיגענס) און זייערע פונקציעס
ס'איז פארשידנארטיג און נישט אלס ווייסט מען. דאס איז אמת אפילו ביי צעלן וועלכע זענען ערנסט פארנומען אין עקספארט אימפארט. כ"ש ביי רויטע צעלן וועלכע ברויכן נישט קיין סאך זיין פארנומען רוקן כעמיקאלן אריין און ארויס פון צעל דורך טויערן (אקסיגען אין קארבאן דיאקסייד גליטשן זיך דורך די שפאלטענעס אינעם הייטל). איז וואס געברויכן זיי די אלע פיטשיווקעס? תיקו. טייל ווייס מען עפעס. למשל דופי DUFFY איז א פראטין אויפן רויטן צעל דורך וואו פלאזמאדיום, די פאראזיט וואס ברענגט אן די מחלה מאלאריע, גליטשט זיך אריין אינעם צעל. דער פאראזיט באהעפט זיך צום דופי און עפעס אזוי (כ'ווייסט נישט פונקטליך) טרעפט ער א פירצה וואו זיך אריינצושלייכן. ס'רוב אפריקאנער אפשטאמיגער זענען טאקע דופי-נעגאטיוו, ד.ה. עס פעלט ביי זיי אט דעם פראטין. פשוט, ווייל די פון פריערדיגע דורות וועלכע האבן יא געהאט דופי, זענען אויסשטארבן יונג פון מאלאריע וואס (האט גע)בושעוועט אין לענדער אויפן עקוועטאר.
מצד שני, טייפ A, לויטעט איין טעאריע, באשוצט קעגן די שווארצע מגיפה. כ'ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט. אפשר די בלוט-זויגער פליג וואס פארשפרייט יערסיניע האט נישט ליב A בלוט? אולי. אבער היות B איז מער מצוי ביי שווארצע ווי ביי אייראפער, שפראצן טעאריעס.
אנדערע רויטע צעל פראטינען זענען MNS. די זענען אינטעגראלע חלקים פונעם צעל הויט. מענטשן וואס זענען S נעגעטיוו האבן א בלוט פראבלעם.
כאשר תחזינה עינך מישרים, די פונקציעס זענען פארשידנארטיג, לא ראי זה כראי זה, און טיילמאל מיסטעריעז.
וואס איז צוקער?
אויף צו פארשטיין דאס פאלגענדע פעלט זיך אויס א שטיקל יד אין חכמת הכעמיע. בקיצור, די דריי הויפט באשטאנדטיילן פון יעדע לעבעדיגע באשעפעניש זענען צוקער, פעט, און פראטין. ווי אלע ארגאנישע באשטאנדטיילן, זענען די עיקר עלעמענטן קארבן, הידראגען, און אקסיגען. צוקער איז א מאלעקיול פון 4 ביז 6 קארבאנס באצירט מיט אקסיגען און הידראגען פון אלע זייטן. געווענטליך מאלט מען דאס אין א רינג גערופן א HAWORTH פראזשעקשאן. געוואנדן אין די אויסשטעל פון די אקס. און היד., קען איין זעקסערל קארבן פארמירן פארשידענע סארט צוקער, ווי גלוקוז, גאלאקטוז, פרוכטוז, און אנדערע "אוזעס". סוקרוז, אדער געווענטליכע צוקער פון געשעפט, באשטייט פון א גלוקוז און א פרוכטוז באהאפטן. לאקטוז, א צוקער די קערפער פארדוצירט און וואס מילך-אינטאלערענט מענשטן קענען נישט פארדייען, באשטייט פון א גלוקוז און א גאלאקטוז. מאלטוז, די צוקער אין תבואה און וואס קאכט אויס צו ביר, באשטייט פון צוויי, דריי, אדער פיר גלוקוזער.
פעטנס זענען אויך קארבאן, אקסיגען, און הידראגען באשטאנדטיילן, אבער פעטנס מאנגלן אין אקסיגען און פארמירן זיך אין גראדע לאנגע קייטן פון קארבאן. די לענג, 8-10, געוואנדן אין די צאל אקסיגען, איז גורם אז דער מאלעקיול קלעבט נישט מער צו וואסער און פרובירט זיך צו האלטן נאענט איינער מיטן אנדערן און אוועק פון וואסער. ויקרא שמו בישראל אויל, און אויל, ווי אלע ווייסן, מישט זיך נישט מיט וואסער.
פראטין פארמאגט, אחוץ קאר. אקס. און היד., אויך ניטראגען. אבער נישט סתם אבי געמישט ניטראגען (ס'דא אסאך אזאנע אויך, אבער זענען נישט פארטין). פראטין איז געבויט מיט א שטרענגע סיסטעם און מיט צוואנציג סארט "ציגל", ווי שוין ערווענט אויפן אשכול. צוקער און פעט איז דא א שיעור וויפיל מיני ס'קען זיין, ווייל זיי זענען מער פשוט, און ס'נישטא קיין סאך וועגן צו זיין פשוט. פראטין אבער, קען זיין גאר קאמפליצירט און קען זיך אויסשטעלן אנע שיעור פארעמען. האר, נעגל, פלייש, און אייער שפייז זענען אלע פראטין. די זעלבע יענטע אנדערש געשלייערט.
וואס די מארקערס באצייכענען איז פארבינדן מיטן אימיון סיסטעם. אי"ה ביי א שפעטערע געלעגנהייט.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:37 pm#97266
הערליך עלעקוואנט באשריבן,
כשולחן הערוך ומוכן לאכול,

אויב איר וואלט געקענט אביסל מער אויסשמועסן דעם
H וואס איר האט אזוי אגב אריינגעווארפן,
ווי קען עס קלאפן א נפקא מינה?

אויב עס פעלט ביידע עלטערן,
וואספארא השפעה האט עס אויף די קינדער?
פרייטאג יולי 12, 2013 3:06 pm#133059
איך בין אנגעקומען צו דעם אשכול פון הערשי'ס המשך ארטיקל איבער בלוט.

אז כ'בין דא האב איך זיך דערמאנט איבער א נייעס קעפל וואס כ'האב זיך די וואך אנגעשטויסן אבער נאכנישט אפגעליינט דעם אינהאלט. איך האף אז דאס איז די פאסיגע אשכול, אדער עטליעסט איז נישט דא קיין אנדערע מער פאסיג.

די נייעס איז אז סייענטיסן האבן - אין א פרישן דורכברוך - באוויזן צו פראדוצירן כראמאזמען (נישט גוט געשריבן כהאב אבער נישט קיין געדולד צו ספעלטשעקן. - סארי) גענצליך פון לופט אדער עפעס ענליך.

עני סייענטיסט עוועיליבל צו מסביר זיין?
מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:03 pm#435377
די. ען. עי. - DNA
איך וואלט געוואלט אביסל צולייגן צו דעם שמועס, אז אויף די המשכה פון אלעללן און גענאטייפס איז געזאגט געווארן די הארדי-וויינבערג פרינציפ. עס לויטעט אז די אוועראל אויסשפרייטונג [דיסטריביושאן] פון די גענאטייפן אין א פאפולאציע/גרופע וועט זיין אזוי:

1). די פראצענט פון די נעקסטע דור׳ס גענאטייפ פון צוויי שטארקע אלעללן וועט זיין די סקווער פון די יעצטיגע דור׳ס פראצענט פון ווי ווייט פארשפרייט די שטארקע אלעללן זענען יעצט.

2). אזוי אויך וועט די נעקסטע דור האבן א גענאטייפ פון די צוויי שוואכע אלעללן וואס איז די סקווער פון די יעצטיגע דור׳ס פראצענט פון ווי ווייט פארשפרייט די שוואכע אלעללן זענען יעצט.

3). די נעקסטע דור וועט האבן א גענאטייפ פון א געמיש פון א שטארקע אלעלל מיט א שוואכע אלעלל וואס וועט זיין צוויי מאל די פראדוקט פון די פראצענטן פון די יעצטיגע פארשפרייטונג פון שטארקע און שוואכע אלעללן אין די יעצטיגע דור.

*

די פרינציפ נעמט אבער אן אפאר הנחות; אנדערש איז דאס נישט גילטיג:

1). אז די אלעללן וועלן זיך נישט טוישן פון זיך אליין [מיוטעישנס]. אדער אז טאמער טוישט עס/זיי זיך אין איין דירעקציע, באלאנצירט זיך עס מיט טוישונגען אין די פארקערטע דירעקציע.

2). די פראצענטן פון די פארשפרייטונג פון אלעללן בלייבן די זעלבע דורכאויס די דור.

3). עס קומען נישט אריין קיינע פרעמדע אלעללן פון פרעמדע גרופעס [מ׳האט נאר חתונה מיט מעמבערס פון די גרופע; מ׳האט נישט חתונה מיט פרעמדע].

4). אלע אלעללן אין די פאפולאציע/גרופע האבן אן אייניגע שאנס פון זיך מושן איינע מיטן צווייטן.

5). אלע אלעללן קענען די זעלבע איבערלעבן און זענען די זעלבע געזונט.

***

די דריי קליפס זענען לדעתי זייער פיין/פשטות׳דיג מסביר די נושא האשכול; די.ען.עי [דער ערשטער], גענעס [דער צווייטער], און אלעללן [דער דריטער]:

m https://youtu.be/zwibgNGe4aY m

m https://youtu.be/5MQdXjRPHmQ m

m https://www.youtube.com/watch?v=FsaYSGWuRmo m
דינסטאג יאנואר 07, 2020 10:06 am#441102
די. ען. עי. - DNA
באותו ענין של קראמאסאמס איז דא העלדעין׳ס רול/געזעץ. עס זאגט אז אויב איז דא א מין וואס איז א הרכבה פון צוויי מינים [ספישיס], און איין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] [זכר או נקיבה] ווערט כמעט נישט פראדוצירט פון די הרכבה אדער אז עס גייט נישט זיין ראוי להוליד ווייטער, גייט עס זיין די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס האט צוויי אנדערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קראמאסאמס. למשל, ביי מענטשן/יומענס איז עס דער זכר ווייל זיינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קראמאסאמס זענען אן X און א Y, משא״כ ביי די נקיבה זענען זיי ביידע X. איז אין אזא פאל גייט דער זכר פון די הרכבה זיין מער עלול צו זיין אן אינו ראויה להוליד ווי די נקיבה.

דאס זעהט מען טאקע למשל ביים פרד/מיול/הינני. עס קומט פון א הרכבה צווישן א סוס, וואס האט 32 פארן פון קראמאסאמס, און א חמור/אתון, וואס האט 31 פארן פון קראמאסאמס. בשעת די הרכבה באקומט די פרד 32 פונ׳ם סוס און 31 פונ׳ם חמור און עס בלייבט איינס וואס האט נישט קיין פאר. דאס איז גורם אז איז כמעט מן הנמנע אז עס זאל מוליד זיין, ווייל (סיי עס איז א געמיש פון אנדערע סארטן קראמאסאמס און סיי) די אדד נומער דערפון שאפט פראבלעמען אז זיי זאלן זיך צאמפארן ווען יעדע מוליד גיבט האלב [מייאסיס]. אין די איינצעלנע פעלער ווי א פרדה איז מוליד, איז עס טאקע די נקיבה וואס איז מוליד (פון א זכר חמור או סוס) כנ״ל, ווי איידער דער פרד זכר.

דאס זעלבע טרעפט מען אויך למשל ביים לייגער/טייגאן; וואס קומט פון א הרכבה צווישן א לייב און א טיגער. מ׳טרעפט אז אויב זיי זענען מוליד איז עס די נקיבה וואס איז מוליד (פון אן ארי זכר) ולא להיפך. הגם א לייב און א טיגער האבן יא ביידע די זעלבע צאל פון 38 קראמאסאם פארן.

(ועיין ביו״ד סימן רצז(ב) סעיף ו וסעיף ט, עפ״י הרמב״ם בהלכות כלאים פ״ט הלכה ד וו.)

{איך גלייב אז דאס קען אויך זיין אינדרויסן מאחורי. אויב נישט זאל מען עס ביטע פארמעקן, ואתכם הסליחה.}
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:48 pm#445042
די. ען. עי. - DNA
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז וויבאלד פרויען האבן צוויי X קראמאסאמס ווי איידער די נאר איינע פון מענער, איז א סיבה פארוואס אין אלגעמיין זענען פרויען מער געזונט ווי מענער און לעבן לענגער. ווי אויך איז דאס די סיבה פארוואס ביי פרויען זענען די מחלות/פראבלעמען וואס זענען אנהענגיק אין די סעקס-קראמאסאמס נישט אזוי ווייט נפוץ ווי ביי מענער (למשל זיין קאליר-בלינד) . דאס איז וויבאלד אויב איז דא א ״פראבלעמאטישע״ אללעל וכו׳ וועט (אסאך מאל) די אללעל שכנגדו אינ׳ם אנדערן X קראמאסאם (וואס איז אין אלגעמיין די וואס איז דאמינענט) דאס משווה זיין. משא״כ ביי די מענער וואס האבן נאר איין X קראמאסאם (די Y קראמאסאם איז ״ליידיגער״ פון דזשינס, so to speak).

דאס העלפט אויך, און גייט אויך אן, פאר די אימיוּן סיסטעם איר צו שטארקן. דאס איז אבער אויך די סיבה פארוואס פרויען זענען יא מער אומשטאנד ווי מענער צו האבן אן אָטאָ-אימיוּן פראבלעם.

די שטארקייט פון א פרוי׳ס אימיוּן סיסטעם איבער א מאן׳ס איז די סיבה פארוואס יעצט זענען אין אלגעמיין מענער מער עלול ניזק צו ווערן פון קאָוויד-19 ווי פרויען.

ובדרך צחות קען מען מיט דעם אפשר זאגן אזוי. ווי באקאנט אין מאטעמאטיקס בנוגע א גרעף [אין 2D] רעפרעזענטירט די X עקסיס [די עבּסיסע] די ישר והפוך חלק דערפון [האריזאנטעל] און די Y עקסיס [די אָרדינעט] רעפרעזענטירט די למעלה ולמטה חלק דערפון [ווערטיקעל]. ‏און אין 3D איז די Z עקסיס פאר טיפקייט. יעצט, די פסוק זאגט (שמות טו כו) וְהַיָּשָׁ֤ר בְּעֵינָיו֙ תַּעֲשֶׂ֔ה וְהַֽאֲזַנְתָּ֙ לְמִצְוֺתָ֔יו וְשָׁמַרְתָּ֖ כָּל־חֻקָּ֑יו כָּֽל־הַמַּֽחֲלָ֞ה אֲשֶׁר־שַׂ֤מְתִּי בְמִצְרַ֙יִם֙ לֹא־אָשִׂ֣ים עָלֶ֔יךָ כִּ֛י אֲנִ֥י יְהוָ֖ה רֹפְאֶֽךָ. והיינו, אז די נשים וואס האבן מער פון די X קראמאסאמס, וואס X אין מאטעמאטיקס ווייזט אויף די דירעקציע פון ״ישר״ והפוך, זענען מער עלול ניצל צו ווערן פון מחלות.
פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:58 pm#482284
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז עס זענען דא צוויי דאָמעינס פון צעלן: די פשוט׳ערע פּראָקעריאָט סארט וואס די די.ען.עי דערין איז נישט איינגעוויקעלט אין א נוּקליִאוּס [פון וואס בּאקטעריע סארט צעלן זענען פון] און די מער קאמפּליצירטע יוּקעריאָט סארט וואס די די.ען.עי דערין איז יא איינגעוויקעלט אין א נוּקליִאוּס [פון וואס די צעלן פון פלאנצונגען ובע״ח זענען פון].

איינע פון די אָרגענעלס בתוך (רוב רובם פון) די יוּקעריאָט (סארט) צעל איז די מיטאָקאַנדריִאַן וואס דאס מעטאַבּאָלייזט די נוּטריענטס און ״פראדוצירט״ די [כעמיקאלע] ענערגיע פאר׳ן צעל [דורכ׳ן פראדוצירן דעם ATP מאלעקיול]. די מיטאָקאַנדריִאַ האבן זייער אייגענע די.ען.עי. עס איז דא א טעאריע [גערופן די ענדאָסימבּיִאטיק טעאריע] אז יוּקעריאָט צעלן האבן עוואלווד פון די פשוט׳ערע פּראָקעריאָט סארט צעלן ווען איין גרעסערע פּראָקעריאָט צעל האט ״איינגעשלינגען״ אן אנדערע קלענערע און אנשטאט עס פארניכטן האבן זיי אנגעהויבן ארבעטן צוזאמען וואו די קלענערע האט פראדוצירט די ענערגיע אא״וו און די גרעסערע האט עס געגעבן א ״היים״ אא״וו. ברבות הימים האט זיך עס עוואלווד אין צו א חלק ממש פונעם צעל.

די מיטאָקאַנדריִעל די.ען.עי. קומט נאר פון די מוטער.
דינסטאג אפריל 12, 2022 11:15 pm#498031
דא ברענגט מען צו פון הרב משה קליין, מבי"ד של הגר"ש וואזנער זצ"ל, אודות בירור DNA בהלכה.

ועיין כאן.
מיטוואך אפריל 13, 2022 5:25 pm#498095
מי אני האט געשריבן:דא ברענגט מען צו פון הרב משה קליין, מבי"ד של הגר"ש וואזנער זצ"ל, אודות בירור DNA בהלכה.

ועיין כאן.

דאhttps://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=64455&st=&pgnum=76&hilite= איז א תשובה אין עמק התשובה בנוגע ד.נ.א. צו מתיר זיין א עגונה פון 9/11
בכלל איז אינטערעסאנט די אנהייב תשובה וואו מלייגט אראפ די שאלה
דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:05 pm#505236
כהיום זעהט מען אז אין אלגעמיין לעבן נקיבות לענגער ווי זכרים; און דאס איז אפילו וואו עס זענען דא די זעלבע סטרעסארס אין די ענווייראמענט פאר ביידע אייניג (כגון א הונגער וכדומה). (והגם אז דער אבן עזרא זאגט בריש פ׳ אמור, ויקרא כא ב, כי הזכר חי יותר מהנקיבה ברוב ע״ש, איז דאס לכאורה בימיו וואו זיי זענען געווען אין א גרעסערע סכנה מחמת לידה אא״וו, ועיין בתוס׳ בכתובות פג: ד״ה מיתה שכיחא.

מ׳האט געקלערט אז דאס האט אולי צו טוהן מיט דעם אז די מיטאקאנדריעל די.ען.עי. פון א מענטש קומט נאר פון די מוטער, וממילא עוואלווד דאס נאר בתוך פרויען וממילא שטימט דאס בעסער מיט זייער פיזיאלאגיע; די ״מוטער׳ס קללה״.)


‏די שטודיע האט געצייגט אז דאס איז מער מכח דעם אז נקיבות האבן XX סעקס-קראָמאָסאָמס און די זכרים האבן XY; אפגעזעהן פון די הארמאנען וואס דאס איז גורם. דאס האבן זיי געצייגט דורכ׳ן מאניפולירן די SRY דזשיִן פונעם Y קראָמאָסאָם וואס דאס איז גורם דאס געוואוקס פון די ביצים בזכר וממילא ההשלכות היוצא מזה (און ווען עס איז נישט דארט קומט ארויס אַן אם אנשטאטס וואס ווערט נישט סאָפּרעסט), און זיי האבן דאס געלייגט אין די XX מייז אויף אנדערע דזשיִנס, אזוי אז די דזשענעטיקעלי נקיבה מייז זענען געווארן אויסערליך (אין פיִנאטייפּ) ווי זכרים - מיט אלע בּיהעיוויארס און הארמאָנס וואס דאס באדייט און אַנהאלט. און זיי האבן דאס אראפגענומען די SRY דזשיִן לגמרי פון XY מייז, וממילא האבן די דזשענעטיקעלי זכרים מייז אויסגעזעהן אויסערליך (ובעצם אינערליך אויך) גענצליך ווי נקיבות. און דערנאך האבן זיי געהאט געהעריגע XY און XX מייז.

זיי האבן געזעהן אז די וואס האבן XX, אפילו ווען זיי זענען בעצם יעצט ״זכרים״ כנ״ל, האבן געלעבט לענגער; די XX איז די קובע דערין (וואס איז אויך א סיבה פארוואס זיי זענען אין אלגעמיין געזונטער וכנ״ל). אבער דאך האבן זיי געזעהן אז די וואס האבן אויך נקיבה סארט האָרמאָנס לעבן נאך לענגער.