Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ביקורת המקרא - 101

ביקורת המקרא - 101

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
46 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 129 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13871
דינסטאג מאי 26, 2020 8:54 pm#449699
ביקורת המקרא - 101
אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון.

די געדאנק פון ביקורת המקרא דהיינו, לערנען פונעם מקרא אליין אויף די נאטור פונעם מקרא, האט איינגעזייעט שפינוזה, ברוך שפינוזה אן איטאליענער איד האט געשריבן א קונטרס 'מאמר תאולוגי מדיני' אין יאהר 1670, ווי ער טוט מערר זיין אויף די אנגענומענע מיינונוג - ביי אידן און קריסטן צוגלייך - ביז צו זיינער צייט, אויפן דרך חיבור ומסירת המקרא, און טוט אויספיהרן אז די תורה איז נתחבר געווארן דורך עזרא הסופר בימיו.

איבעריג צו זאגן אז די ראיות און הוכחת פון שפינוזה, זענען שוואך פאר די היינטיגע חוקרים, אבער זיין געוואגטע געדאנק פון חקר'נען אויפן עצם יצירת התנ"ך שלאגט נאך ווארצלען 'עד היום הזה'.

די טאטע פון ביקורת המקרא איז אן א ספק וועלהויזען, יוליאס וועלהויזען א פראטעסטאנטישע קריסט, האט צובראכן און צעטיילט דעם תנ"ך כאדם העושה בתוך שלו, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, לויט ווי ער האט געהאלטן די תורה און נביאים איז ארגיאנעל געווען. וועלהויזען האט מפרסם געווען זיין שיטה אין זיין ביכל 'אריינפיהר צום היסטאריע פון די אידן' (Prolegomena zur Geschichte Israels) אין יארע 1883.

איך וויל נישט דן זיין בפרטי פרטים יעצט בשיטת וועלהויזען, איך וויל אריינגיין אין די כלליות'דיגע ענינים פון ביקורת המקרא און עפענען די דיסקוסיע.

אלזא; ביקורת המקרא זוכט צו אידענטיפיצירן די כותבי המקרא, און באשליסן ווען - עכ"פ בערך - זיי זענען געשריבן געווארן, די 'ווער' איז שווערער צו אידענטיפיצירן ווי די 'ווען' לויט די בעלי ביקורת, במילא דארף מען קודם מבאר זיין די 'ווען'. די יסוד פון ווען איז עס געשריבן געווארן ליגט אויף די פאלגענדע יסודות.

א) ספר דברים איז די 'ספר התורה' וואס איז געטראפן געווארן בימי מלך יאשיהו ווי געשילדערט אין מלכים (ב' פרקים כ"ב-כ"ג), ווייל די רעפארמען וואס יאשיהו המלך האט דורכגעפיהט נאכן טרעפן די ספר הברית איז געבויעט אויף די נארוואס געטראפענע ציוויים פון ספר דברים.
ואלו הן:
• אוועקנעמען אלע במות, ובלשון הכתוב (שם כ"ג ח') וַיְטַמֵּ֣א אֶת־הַבָּמ֗וֹת אֲשֶׁ֤ר קִטְּרֽוּ־שָׁ֙מָּה֙ הַכֹּ֣הֲנִ֔ים מִגֶּ֖בַע עַד־בְּאֵ֣ר שָׁ֑בַע וכו'.
• ריכוז הפולחן, היינו מאכן ירושלים און די בית המקדש די איינציגסטע פלאץ ווי מ'איז מקריב קרבנות. ווי די פסוק אין דברים פארלאנגט (יב י"ג-י"ד) הִשָּׁ֣מֶר לְךָ֔ פֶּֽן־תַּעֲלֶ֖ה עֹלֹתֶ֑יךָ בְּכׇל־מָק֖וֹם אֲשֶׁ֥ר תִּרְאֶֽה׃ כִּ֣י אִם־בַּמָּק֞וֹם אֲשֶׁר־יִבְחַ֤ר יְהֹוָה֙ בְּאַחַ֣ד שְׁבָטֶ֔יךָ שָׁ֖ם תַּעֲלֶ֣ה עֹלֹתֶ֑יךָ וְשָׁ֣ם תַּעֲשֶׂ֔ה כֹּ֛ל אֲשֶׁ֥ר אָנֹכִ֖י מְצַוֶּֽךָּ:, דאס איז באמת א דירעקטע תוצאה פון צוברעכן און אסר'ן אלע אנדערע פארמען פון עבודת השם, ווייל די איינציגסטע אפציע וואס בלייבט איבער איז אין בית המקדש.
• הקרבת הפסח אין בית המקדש. כפשוטו, מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש. ד.ה. ביז דאן איז די קרבן פסח נישט געווען אין מקדש כלל, יעדער האט זיך מקריב געווען זיין קרבן אין זיין הויז און עס געגעסן, ווי עס איז פשטות אין שמות (פרק י"ב) און דארט שטייט וּשְׁמַרְתֶּ֞ם אֶת־הַיּ֥וֹם הַזֶּ֛ה לְדֹרֹתֵיכֶ֖ם חֻקַּ֥ת עוֹלָֽם, ע"פ פשטות איז דאס די וועג די פסח דארף זיין לדורות (ועיי' משנה פסחים ט, ה,). דאס איז פשטות פשט אין פסוק (מל"ב כ"א-כ"ב) וַיְצַ֤ו הַמֶּ֙לֶךְ֙ אֶת־כׇּל־הָעָ֣ם לֵאמֹ֔ר עֲשׂ֣וּ פֶ֔סַח לַיהֹוָ֖ה אֱלֹהֵיכֶ֑ם כַּכָּת֕וּב עַ֛ל סֵ֥פֶר הַבְּרִ֖ית הַזֶּֽה׃ כִּ֣י לֹ֤א נַֽעֲשָׂה֙ כַּפֶּ֣סַח הַזֶּ֔ה מִימֵי֙ הַשֹּׁ֣פְטִ֔ים אֲשֶׁ֥ר שָׁפְט֖וּ אֶת־יִשְׂרָאֵ֑ל וְכֹ֗ל יְמֵ֛י מַלְכֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל וּמַלְכֵ֥י יְהוּדָֽה׃ דאס הייסט, די נייע מהלך פון קרבן פסח אין מקדש איז נאכנישט געווען ביז דאן.

ב) ספר דברים וואס איז געטראפן געווארן בימי יאשיהו איז נתחבר געווארן בימיו (מיטן ציהל עס צו ניצן פאר די 'רעפארמען' וואס יאשיהו המלך האט דורכגעפיהרט). די לאגיק דערפון איז, וויבאלט די דריי זאכן זענען חידושים אין ספר דברים, פארקערט ווי געשריבן אין די אנדערע ספרי התורה, איז א ראי' אז עס איז נתחבר געווארן בימיו, אדער עכ"פ היפש שפעטער ווי די אנדערע ספרי התורה.
דאס איז א וויכטיגע פונקט אין ביקורת המקרא, ווייל דאס גיט אונז א נקודה פון ווי אנצוהייבן צו דאטירן די אנדערע ספרי תנ"ך, ד.ה. אויב ספר פלוני האט קיין פראבלעם מיט במות מוז עס זיין בעפאר די צייטן פון חזקיהו.

פון דא נעמיר די געדאנק אביסל ווייטער, אונז קריכן אריין אין די מחשבה פונעם בעל ספר הברית, אונז קוקן צו וואס ער ציהלט, וואס זענען זיינע מאטיוון, און-ווי-נאר-אימער מיר וועלן טרעפן די זעלבע געדאנקען (און שרייבן-סטיל) אין אנדערע ספרי התורה ונביאים אינדרויסן פון ספר הברית (דברים), וועלמער זאגן אז דאס געהערט צו אים, ער איז דער שרייבער. (ובלשון החוקרים: Deuteronomist) אזוי אויך איז זעלבספארשטענדליך אויב ווייסמער אז ספר הברית איז נתחבר געווארן בימי יאשיהו המלך (אדער יחזקיהו) ווי אויבנדערמאנט, דאן וועלמער וויסן מער-ווייניגער די זמן ווען די אנדערע שטיקלעך וואס אונז האבן צוגעטיילט צום בעל ספר הברית זענען געשריבן געווארן.

ביז דא, אויפן שפיץ גאפל ממש, די יסודות פון דאטירן לויט די בעלי ביקורת המקרא.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:00 pm#449701
אויף די הויפט יסוד - אז ספר דברים איז נתחבר געווארן בזמן יחזקיהו/יאשיהו - איז געפרעגט געווארן אסאך שאלות, עטליכע שטארקע קשיות זענען ווי פאלגענד.

1) ספר דברים דערמאנט נישט ירושלים אפי' איין מאל, אויב וואלט דער שרייבער געוואלט לכתחילה ארויסברענגען ריכוז הפולחן אין ירושלים, וואלט ער געדארפט רעדן קלאר פון ירושלים און נישט בדרך רמז 'במקום אשר יבחר ה''.

2) ספר מלכים דערמאנט כסדר די עבירה פון די במות. ביי שלמה המלך (מל"א ג' ב-ד) רַ֣ק הָעָ֔ם מְזַבְּחִ֖ים בַּבָּמ֑וֹת כִּ֠י לֹא־נִבְנָ֥ה בַ֙יִת֙ לְשֵׁ֣ם יְהוָ֔ה עַ֖ד הַיָּמִ֥ים הָהֵֽם׃ וַיֶּאֱהַ֤ב שְׁלֹמֹה֙ אֶת־יְהוָ֔ה לָלֶ֕כֶת בְּחֻקּ֖וֹת דָּוִ֣ד אָבִ֑יו רַ֚ק בַּבָּמ֔וֹת ה֥וּא מְזַבֵּ֖חַ וּמַקְטִֽיר׃ וַיֵּ֨לֶךְ הַמֶּ֤לֶךְ גִּבְעֹ֙נָה֙ לִזְבֹּ֣חַ שָׁ֔ם כִּ֥י הִ֖יא הַבָּמָ֣ה הַגְּדוֹלָ֑ה אֶ֤לֶף עֹלוֹת֙ יַעֲלֶ֣ה שְׁלֹמֹ֔ה עַ֖ל הַמִּזְבֵּ֥חַ הַהֽוּא׃. ביי ירבעם (שם פ' י"ב), און אין פרק י"ג קען מען לערנען אז די עצם חטא פון ירבעם איז געווען די במות. ביי רחבעם בן שלמה (שם פ' י"ד). ביי אסא מלך יהודה (שם פ' ט"ו). ביי אמציהו מלך יהודה (מל"ב פ' י"ד). ביי זיין זוהן עוזיהו (שם פ' ט"ו). ביי זיין זוהן יותם (שם, שם). ביי זיין זוהן אחז (שם, פ' ט"ז). ביי די חטא פון מלכי ישראל (שם פ' י"ז.), וואודערום אין ספר דברים ווערט די ווארט 'במה' נישט דערמאנט אפי' איין מאל!, אויב זאל ספר דברים געשריבן ווערן פאר די צוועק פון אנטי-במות, היתכן עס ווערט נישט דערמאנט ביים נאמען? און ווי קען דער בעל ספר מלכים באשולדיגן די מלכים אסאך פריער פון יאשיהו מיטן חטא הבמות, ווען די עצם איסור איז נאכנישט נחדש געווארן?

3) אין ספר דברים (כ"ג ח') ווערט דערמאנט אדום מיט א פריינטליך בליק: לֹֽא־תְתַעֵ֣ב אֲדֹמִ֔י כִּ֥י אָחִ֖יךָ ה֑וּא, אין מלכים, פון יהורם'ס צייט - כש"כ בזמן יאשיהו - איז אדום געווען א פיינטליך לאנד צו ירושלים (עיי' מל"ב ח' כ'-כ"ב), אויב וואלט די ספר געשריבן געווארן בימיו, האט די ווארימע צוגאנג צו אדום אין דברים קיין פלאץ.

4) אין מלכים (ב' י"ד ו') ווערט פארציילט אויף אמציה אז: וְאֶת־בְּנֵ֥י הַמַּכִּ֖ים לֹ֣א הֵמִ֑ית כַּכָּת֣וּב בְּסֵ֣פֶר תּֽוֹרַת־מֹ֠שֶׁה אֲשֶׁר־צִוָּ֨ה יְהוָ֜ה לֵאמֹ֗ר לֹא־יוּמְת֨וּ אָב֤וֹת עַל־בָּנִים֙ וּבָנִים֙ לֹא־יוּמְת֣וּ עַל־אָב֔וֹת כִּ֛י אִם־אִ֥ישׁ בְּחֶטְא֖וֹ יוּמָֽת׃ ווי עס שטייט אין דברים (כ"ג י"ח). אזוי אויך ווערט פארציילט ביים בויען די ביהמ"ק דורך שלמה (מ"א ו' ז') וְהַבַּ֙יִת֙ בְּהִבָּ֣נֹת֔וֹ אֶֽבֶן־שְׁלֵמָ֥ה מַסָּ֖ע נִבְנָ֑ה וּמַקָּב֤וֹת וְהַגַּרְזֶן֙ כָּל־כְּלִ֣י בַרְזֶ֔ל לֹֽא־נִשְׁמַ֥ע בַּבַּ֖יִת בְּהִבָּנֹתֽוֹ׃ דאס טוט מערקבאר רעפרענצן צו (דברים כ"ז ה') וּבָנִ֤יתָ שָּׁם֙ מִזְבֵּ֔חַ לַיהוָ֖ה אֱלֹהֶ֑יךָ מִזְבַּ֣ח אֲבָנִ֔ים לֹא־תָנִ֥יף עֲלֵיהֶ֖ם בַּרְזֶֽל׃ זעהמיר אז ספר דברים איז געשריבן געווארן פאר די צייט פון יחזקיהו/יאשיהו.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:02 pm#449703
וועל איך דן זיין אחת באחת, אין עקסטערע תגובות מ'זאל קענען גרינגער דן זיין, און וועלמער זעהן היש דברים בגו אדער נישט.
טענה 1) ספר דברים דערמאנט נישט ירושלים.
דאס איז א שטארקע קשיא, די קשיא איז שטארקער אויב מ'אנערקענט אז 'במקום אשר יבחר ה'' קען מיינען שילה און בית-אל צוגלייך, מאן יימר אז עס מיינט ירושלים? במילא קען זיין אז די ספר איז געשריבן געווארן אסאך פריער, נאר יעצט בזמן יאשיהו איז המקום אשר בחר השם ירושלים.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:03 pm#449704
טענה 2) ספר מלכים דערמאנט כסדר די עבירה פון די במות.
דאס איז א שטארקע טענה, די טענה אליין איז גענוג צו צייגן אז איסור הבמות איז געווען באקאנט בעפאר די צייטן פון יאשיהו. (הגם מ'קען דן זיין אז במות אין יענע צייטן איז - בדרך כלל - געווען סינאנים מיט עבודה זרה).
דינסטאג מאי 26, 2020 9:03 pm#449705
האסט אויסגעלאזט איין זאך וואס יאשיהו האט איינגעפירט, און דאס איז ארויסנעמען אלע פסלים און געטשקעס פונעם בית המקדש אריינגערעכט די כרובים אליינס. געוויסע לצים ווילן טענה'ן אז די געטשקעס און רוחות האבן זיך שפעטער נוקם געווען און אנגעברענגט דעם חורבן, די ראיה דערצו איז אז פונקט דעמאלטס האט אלעס אנגעפאנגען גיין מיט'ן פיטום אראפ.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:04 pm#449706
טענה 3) אז אין דברים ווערט אדום דערמאנט פריינטליך וואס שטימט נישט מיט זמן יאשיהו, איז אויבנאויף א שטארקע קשיא, אבער ווען מ'קוקט אריין אין די קאנטעקסט פון די פסוק אין דברים (כ"ג ח') איז די קשיא נישט אזוי שווער.
דארטן רעדט מען ווער עס קען קומען בקהל השם און ווער נישט, א ממזר, עמוני און א מואבי קענען נישט, אן אדומי קען יא כי אחיך הוא.

א שטארקע ראי' איז וואס עס שטייט גלייך דערנאך, לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו, אויב זענען די חוקים פון ווער עס קען קומען בקהל השם אין דברים א ראי' צו די פאליטישע מצב פון די ספעציפישע פאלק צו יענע צייט, דאן לאזט זיך נישט גלייבן אז אינגאנצן פערציג יאהר נאך יציאת מצרים זאלן די מצריים זיין אין א בעסערע שטאנד ווי די עמונים ומואבים… נאר וואס דען? די קאנטעקסט פון די פסוק האט גארנישט מיט די פאליטישע מצב פונעם פאלק, עס א חוק פאר די אינדיווידואלע מענטש פון די ארומיגע פעלקער.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:07 pm#449708
טענה 4) אין ספר מלכים ווערט פארציילט זאכן וואס צייגן אז באותו זמן איז ספר דברים שוין געווען באוויסט.

די זאכן דארף מען דן זיין יעדע איינס באזונדער, לאמיר נעמען די ערשטע סיפור פון אמציה, ווי עס שטייט וְאֶת־בְּנֵ֥י הַמַּכִּ֖ים לֹ֣א הֵמִ֑ית כַּכָּת֣וּב בְּסֵ֣פֶר תּֽוֹרַת־מֹ֠שֶׁה אֲשֶׁר־צִוָּ֨ה יְהוָ֜ה לֵאמֹ֗ר לֹא־יוּמְת֨וּ אָב֤וֹת עַל־בָּנִים֙ וּבָנִים֙ לֹא־יוּמְת֣וּ עַל־אָב֔וֹת כִּ֛י אִם־אִ֥ישׁ בְּחֶטְא֖וֹ יוּמָֽת׃ וואס דאס גייט אן א ספק ארויף אויף דברים (כ"ד ט"ז) לֹֽא־יוּמְת֤וּ אָבוֹת֙ עַל־בָּנִ֔ים וּבָנִ֖ים לֹא־יוּמְת֣וּ עַל־אָב֑וֹת אִ֥יש בְּחֶטְא֖וֹ יוּמָֽתוּ׃.
די ענין דארף א ביאור, ווייל אין שמות (כ' ה') ביי די עשרת הדברות שטייט כִּ֣י אָֽנֹכִ֞י יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ אֵ֣ל קַנָּ֔א פֹּ֠קֵד עֲוֺ֨ן אָבֹ֧ת עַל־בָּנִ֛ים עַל־שִׁלֵּשִׁ֥ים וְעַל־רִבֵּעִ֖ים לְשֹׂנְאָ֑י׃, די זעלבע שטייט אין דברים (ה' ה') ווען משה רבינו דערציילט איבער מעמד הר חורב כִּ֣י אָנֹכִ֞י יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ אֵ֣ל קַנָּ֔א פֹּ֠קֵד עֲוֺ֨ן אָב֧וֹת עַל־בָּנִ֛ים וְעַל־שִׁלֵּשִׁ֥ים וְעַל־רִבֵּעִ֖ים לְשֹׂנְאָ֑י׃ דאס הייסט אז לויטן ספר דברים איז גראדע יא א גלייכע זאך - פון השם'ס מידות - צו שטראפן דורות פאר די זינד פון זייערע עלטערן. באמת איז דאס א סתירה מניה וביה.

ועוד, אויב איז די ידיעה איבער א געזעץ אין דברים א ראי' אז די ספר איז שוין דאן געווען באוויסט, דאן דארף דאס פארקערטע - ד.ה. די אי ידיעה - זיין א באווייז אז ספר דברים איז נישט געווען באוויסט. ווי זעען מיר אז די חוק פון לא יומתו אבות על בנים איז נישט באוויסט? ביי די מעשה פון עכן וואס האט מועל געווען אין די חרם אויף יריחו ווי עס שטייט אין פסוק (יהושע ז-ח) וַיִּקַּ֣ח יְהוֹשֻׁ֣עַ אֶת־עָכָ֣ן בֶּן־זֶ֡רַח וְאֶת־הַכֶּ֣סֶף וְאֶת־הָאַדֶּ֣רֶת וְֽאֶת־לְשׁ֣וֹן הַזָּהָ֡ב וְֽאֶת־בָּנָ֡יו וְֽאֶת־בְּנֹתָ֡יו וְאֶת־שׁוֹרוֹ֩ וְאֶת־חֲמֹר֨וֹ וְאֶת־צֹאנ֤וֹ וְאֶֽת־אָהֳלוֹ֙ וְאֶת־כָּל־אֲשֶׁר־ל֔וֹ וְכָל־יִשְׂרָאֵ֖ל עִמּ֑וֹ וַיַּעֲל֥וּ אֹתָ֖ם עֵ֥מֶק עָכֽוֹר׃ וַיֹּ֤אמֶר יְהוֹשֻׁ֙עַ֙ מֶ֣ה עֲכַרְתָּ֔נוּ יַעְכֳּרְךָ֥ יְהוָ֖ה בַּיּ֣וֹם הַזֶּ֑ה וַיִּרְגְּמ֨וּ אֹת֤וֹ כָל־יִשְׂרָאֵל֙ אֶ֔בֶן וַיִּשְׂרְפ֤וּ אֹתָם֙ בָּאֵ֔שׁ וַיִּסְקְל֥וּ אֹתָ֖ם בָּאֲבָנִֽים׃, אויב האט עכן מועיל געווען אין די חרם, בניו ובנותיו מה חטאו?

אזוי אויך די פסוק אין הושע (א' ד') וַיֹּ֤אמֶר יְהוָה֙ אֵלָ֔יו קְרָ֥א שְׁמ֖וֹ יִזְרְעֶ֑אל כִּי־ע֣וֹד מְעַ֗ט וּפָ֨קַדְתִּ֜י אֶת־דְּמֵ֤י יִזְרְעֶאל֙ עַל־בֵּ֣ית יֵה֔וּא וְהִ֨שְׁבַּתִּ֔י מַמְלְכ֖וּת בֵּ֥ית יִשְׂרָאֵֽל: היינו, ירבעם בן יואש ווערט געשטראפט פארן חטא פון זיין עלטער זיידע יהוא, אין א בפירוש'ע סתירה צו די ציווי פון דברים.
בעזהשי"ת וועלמער זיך צוריקקערן צו די נושא אין א שפעטערע געלעגענהייט, איך וויל נישט ציען קיין מסקנות יעצט ווייל איך וויל לאזן די נושא אפן פאר דיסקוסיע.

די צווייטע זאך וואס מ'האמיר געברענגט אויבן ווי עס שטייט ביי שלמה המלך וְהַבַּ֙יִת֙ בְּהִבָּ֣נֹת֔וֹ אֶֽבֶן־שְׁלֵמָ֥ה מַסָּ֖ע נִבְנָ֑ה וּמַקָּב֤וֹת וְהַגַּרְזֶן֙ כָּל־כְּלִ֣י בַרְזֶ֔ל לֹֽא־נִשְׁמַ֥ע בַּבַּ֖יִת בְּהִבָּנֹתֽוֹ: ווי בפשטות איז עס מיוסד אויפן חוק אין דברים (פ' כ"ז).
באמת, די חוק שטייט אין שמות אויך (שמות כ כא), אבער די לשון דא פון 'כל כלי ברזל לא נשמע בבית' איז מער נוטע צום פסוק אין דברים 'לא תניף עליהם ברזל' ווי צו שמות וְאִם־מִזְבַּ֤ח אֲבָנִים֙ תַּֽעֲשֶׂה־לִּ֔י לֹֽא־תִבְנֶ֥ה אֶתְהֶ֖ן גָּזִ֑ית כִּ֧י חַרְבְּךָ֛ הֵנַ֥פְתָּ עָלֶ֖יהָ וַתְּחַֽלְלֶֽהָ׃.

בנוגע די איסור פון לא תניף דארף מען אבער דערמאנען צוויי הערות, איינס, די איסור - סיי אין שמות און סיי אין דברים - איז אויפן מזבח אליין נישט אויפן גאנצן מקדש, שלמה המלך האט קיין שום אייזן נישט געניצט ביים בויען די בית המקדש, מ'האט געברענגט פארטיג געפארעמטע שטיינער צום מקום המקדש ווי עס שטייט 'אבן שלימה מסע נבנה' (ויש מפרשים אחרת ואכמ"ל).
צוויי, די ציווי פון לא תניף שטייט אין פרק כ"ז אין דברים וואס איז אן עקסטערע מגילה כנראה בעליל, פרק כ"ז גייט צוריק בדיבור שלישי, און עס גייט צוריק צו די סיפורי הדברים, לא תניף איז דא א חלק פון די מעשה פון די מזבח אויפן הר עיבל, דאס הייסט אז אפי' אויב שלמה המלך זאל נעמען די איסור פון לא תניף פון דברים איז נישט קיין ראי' אז גאנץ ספר דברים ד.ה. די אלע חוקים פון דברים, איז געשטאנען בפניו ווי אונז האבן עס היינט, עס ווייזט אזויפיל אז די סיפורים פון במדבר-דברים איז געווען באקאנט דאן.
דינסטאג מאי 26, 2020 9:23 pm#449710
פארשטאנד האט געשריבן:אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון.

פאר אן אורטודוקסישע מהלך בנוגע ביקורת המקרא איז רעקאמעדירט די פאלגענדע ספרים, "עד היום הזה" פון הרב אמנון בזק, און "Ani Maamin" פון הרב יושע ברמן.

נאך א צווייפעלדיגע שיטה קען מען זעהן "גישת התמורות" פון ישיבת מעלה גלבוע.
מיטוואך מאי 27, 2020 12:39 am#449741
כאטש די ביקורת המקרא אין ברייטן פארנעם האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די זיבעצענטע יאר הונדערט, טרעפט מען שוין אבער קערנדלעך דערפון פון נישט קיין צווייטן ווי די אבן עזרא אין זיין פירוש אויפ'ן חומש, און יא ס'איז געדריקט אין אלע 'מקראות גדולות' חומשים.
אויפ'ן פסוק "והכנעני אז בארץ" (בראשית יב ו) וואס איז איינס פון די שטארקע ראיות אויף ביקורה"מ (ווייל אויב משה רבנו האט עס געשריבען, וואס איז די לשון 'אז'? זיי זענען דאך נאך אלץ דארט געווען! זעה רש"י) זאגט די אבן עזרא "יתכן שארץ כנען, תפשה כנען מיד אחר; ואם איננו כן, יש לו סוד, והמשכיל ידום".
אזוי איז דא נאך כמה דוגמאות ווי די אבן עזרא שרייבט ענליכ'ס, אבער העולה על כלנה איז אין אנהייב ספר דברים ווי ער נעמט צאם אלע פראבלעמאטישע פסוקים, וז"ל:
מחורב -
שהלכו מחורב עד קדש ברנע וכבר הגדתי לך כי מקדש ברנע הלכו המרגלים, ואחר שנשבע השם שלא יכנסו לארץ, לא התחדשה מצוה רק בשנת הארבעים, כי כן מצאנו והעד שאמר: באר את התורה הזאת הנה באר התורה, שאמר: בין פארן ובין תפל, כי רוב המצות הם בספר הזה.
וכן פירוש: ככל אשר צוה ה' אותו אליהם בעבר הירדן במדבר בערבה ואם תבין סוד השנים גם ויכתוב משה,
והכנעני אז בארץ,
בהר ה' יראה,
גם והנה ערשו ערש ברזל תכיר האמת

די סוד איז זעלבסט פארשטענדליך.
מיטוואך מאי 27, 2020 8:15 am#449759
בנוגע והכנעני "אז" בארץ איז ווערד צו דערמאנען די "עד היום הזה" וואס שטייט אין כמה מקומות.
מיטוואך מאי 27, 2020 10:23 am#449767
לייבל שטילער האט געשריבן:כאטש די ביקורת המקרא אין ברייטן פארנעם האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די זיבעצענטע יאר הונדערט, טרעפט מען שוין אבער קערנדלעך דערפון פון נישט קיין צווייטן ווי די אבן עזרא אין זיין פירוש אויפ'ן חומש, און יא ס'איז געדריקט אין אלע 'מקראות גדולות' חומשים.
אויפ'ן פסוק "והכנעני אז בארץ" (בראשית יב ו) וואס איז איינס פון די שטארקע ראיות אויף ביקורה"מ (ווייל אויב משה רבנו האט עס געשריבען, וואס איז די לשון 'אז'? זיי זענען דאך נאך אלץ דארט געווען! זעה רש"י) זאגט די אבן עזרא "יתכן שארץ כנען, תפשה כנען מיד אחר; ואם איננו כן, יש לו סוד, והמשכיל ידום".
אזוי איז דא נאך כמה דוגמאות ווי די אבן עזרא שרייבט ענליכ'ס, אבער העולה על כלנה איז אין אנהייב ספר דברים ווי ער נעמט צאם אלע פראבלעמאטישע פסוקים, וז"ל:
מחורב -
שהלכו מחורב עד קדש ברנע וכבר הגדתי לך כי מקדש ברנע הלכו המרגלים, ואחר שנשבע השם שלא יכנסו לארץ, לא התחדשה מצוה רק בשנת הארבעים, כי כן מצאנו והעד שאמר: באר את התורה הזאת הנה באר התורה, שאמר: בין פארן ובין תפל, כי רוב המצות הם בספר הזה.
וכן פירוש: ככל אשר צוה ה' אותו אליהם בעבר הירדן במדבר בערבה ואם תבין סוד השנים גם ויכתוב משה,
והכנעני אז בארץ,
בהר ה' יראה,
גם והנה ערשו ערש ברזל תכיר האמת

די סוד איז זעלבסט פארשטענדליך.

דער ערשטער וואס איז מבאר בטוב טעם ודעת די 'סודות' פונעם אבן עזרא איז רבי יוסף טוב עלם און זיין ספר צפנת פענח אזוי פריה ווי אינעם פערצנטן יאהר הונדערט.
לעצם הענין הגם עס רירט אן צו ביקורת המקרא, איז עס ווייט פון די מאדערענע ביקורת - ווי דו שרייבסט.

נאך א פריערדיגע מקור צו ביקורת המקרא, איז פירוש לתורה לרבי יהודה החסיד, הגם עס איז נישט געשריבן געווארן דורך אים, איז עס אוטענטיש, געשריבן דורך זיין זוהן. אויף די פירוש איז געווען א פולמס ווען עס איז געדרוקט געווארן אין תשל"ה, א צענזורירטע ווערסיע איז שפעטער געווארן איבערגעדרוקט.
מיטוואך מאי 27, 2020 2:03 pm#449783
פארשטאנד האט געשריבן:אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון.
.

אויב מ'ווייסט וויאזוי צונעמען די ווערטער פון די חוקרים קען מען זיך אפשר ארויסדרייען פון די פראבלעם, כאטש וואס אזא אזהרה איז אוודאי נוטיג און גאר appropriate.
לדוגמא, חוץ פון די באקאנטע ביקורה"מ וואס צילט צו מאחר זיין די תורה, איז דא די טעאריע פון חוקי חומרבי, אז די תורה איז נשפע פון געזעצן געשריבן דורך א קעניג פון בבל 1800 לפנה"ס (יש אומרים אז דאס איז אמרפל מלך שנער, וואס ווערט דערמאנט אין פר' לך) וואס מ'האט געפונען אנהייב פונעם צוואנסיגסטען יאר הונדערט, און די חוקרים האבען זיך געפרייט דערויף כמוצא שלל רב.
יענע טעאריע וויל דווקא אז די תורה זאל יא האבען געשריבן געווארן ווי פריער אזוי זאל שטימען אז די תורה איז נשפע דערפון, ווייל אויב ביזטו מאחר די תורה איז שווער צו ציען א פאראלעל, (הגם אז מאנכע ווילן יא מאחר זיין די חוקי חומרבי איז עס אבער אויך נישט מיט צו סאך).
צו מיר זעהט אויס אז די צוויי זאכען (ד.ה. ביקורת המקרא הידועה און די טעאריע פון חומרבי) גייען נישט צוזאמען, איז כאטש וואס ביידע האבען מורא'דיג שטארקע ראיות און הוכחות, איז דאך איינער ע"כ נישט גערעכט, מוז מען דאך סייווי פארענטפערן די ראיות פון די אנדערע צד, אויב אזוי קען איך ווייטער אנעמען אז "היא הנתונה למשה רבנו עליו השלום" און וויסען אז קשיות האבען תירוצים אויך.
מיטוואך מאי 27, 2020 3:06 pm#449795
מיטוואך מאי 27, 2020 4:09 pm#449798
לייבל שטילער האט געשריבן:

ביקורת המקרא זאגט נישט אז די גאנצע תורה איז שפעט, עס טוט עס צופיצלען, חמורבי קען האבן א השפעה אויף חלקים.
מיטוואך מאי 27, 2020 6:30 pm#449807
פארשטאנד האט געשריבן:טענה 3) אז אין דברים ווערט אדום דערמאנט פריינטליך וואס שטימט נישט מיט זמן יאשיהו, איז אויבנאויף א שטארקע קשיא, אבער ווען מ'קוקט אריין אין די קאנטעקסט פון די פסוק אין דברים (כ"ג ח') איז די קשיא נישט אזוי שווער.
דארטן רעדט מען ווער עס קען קומען בקהל השם און ווער נישט, א ממזר, עמוני און א מואבי קענען נישט, אן אדומי קען יא כי אחיך הוא.

א שטארקע ראי' איז וואס עס שטייט גלייך דערנאך, לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו, אויב זענען די חוקים פון ווער עס קען קומען בקהל השם אין דברים א ראי' צו די פאליטישע מצב פון די ספעציפישע פאלק צו יענע צייט, דאן לאזט זיך נישט גלייבן אז אינגאנצן פערציג יאהר נאך יציאת מצרים זאלן די מצריים זיין אין א בעסערע שטאנד ווי די עמונים ומואבים… נאר וואס דען? די קאנטעקסט פון די פסוק האט גארנישט מיט די פאליטישע מצב פונעם פאלק, עס א חוק פאר די אינדיווידואלע מענטש פון די ארומיגע פעלקער.

אויב איז דאס א געטליכע באפעל איז דאס אויך שווער?
מעג איך לפי ביקורת המקרא האבן די אפשען?
אדער דארף איך אנפאנגען מיט די הנחה ס'איז געשריבן ע"י בשר ודם מיט אן עדשענדע
מיטוואך מאי 27, 2020 6:38 pm#449809
פארשטאנד האט געשריבן:ועוד, אויב איז די ידיעה איבער א געזעץ אין דברים א ראי' אז די ספר איז שוין דאן געווען באוויסט, דאן דארף דאס פארקערטע - ד.ה. די אי ידיעה - זיין א באווייז אז ספר דברים איז נישט געווען באוויסט. ווי זעען מיר אז די חוק פון לא יומתו אבות על בנים איז נישט באוויסט? ביי די מעשה פון עכן וואס האט מועל געווען אין די חרם אויף יריחו ווי עס שטייט אין פסוק (יהושע ז-ח) וַיִּקַּ֣ח יְהוֹשֻׁ֣עַ אֶת־עָכָ֣ן בֶּן־זֶ֡רַח וְאֶת־הַכֶּ֣סֶף וְאֶת־הָאַדֶּ֣רֶת וְֽאֶת־לְשׁ֣וֹן הַזָּהָ֡ב וְֽאֶת־בָּנָ֡יו וְֽאֶת־בְּנֹתָ֡יו וְאֶת־שׁוֹרוֹ֩ וְאֶת־חֲמֹר֨וֹ וְאֶת־צֹאנ֤וֹ וְאֶֽת־אָהֳלוֹ֙ וְאֶת־כָּל־אֲשֶׁר־ל֔וֹ וְכָל־יִשְׂרָאֵ֖ל עִמּ֑וֹ וַיַּעֲל֥וּ אֹתָ֖ם עֵ֥מֶק עָכֽוֹר׃ וַיֹּ֤אמֶר יְהוֹשֻׁ֙עַ֙ מֶ֣ה עֲכַרְתָּ֔נוּ יַעְכֳּרְךָ֥ יְהוָ֖ה בַּיּ֣וֹם הַזֶּ֑ה וַיִּרְגְּמ֨וּ אֹת֤וֹ כָל־יִשְׂרָאֵל֙ אֶ֔בֶן וַיִּשְׂרְפ֤וּ אֹתָם֙ בָּאֵ֔שׁ וַיִּסְקְל֥וּ אֹתָ֖ם בָּאֲבָנִֽים׃, אויב האט עכן מועיל געווען אין די חרם, בניו ובנותיו מה חטאו?

נא מיילע בניו ובנותיו
הַכֶּ֣סֶף, הָאַדֶּ֣רֶת, לשׁ֣וֹן הַזָּהָ֡ב שׁוֹרוֹ֩, חֲמֹר֨וֹ, צֹאנ֤וֹ אָהֳלוֹ֙ פארשטייטו מה חטאו?!?
יַעְכֳּרְךָ֥ יְהוָ֖ה האט נישט איינגעלייגט מיט קיין עונש!
ס'איז אזא חרם, אויף ציריק בניו ובנותיו זענען collateral damage פינקט וואו דעם אַדֶּ֣רֶת און די אָהֳלוֹ֙

עכן האט אויף וועלכער חט פין תורת משה עובר געווען?
מיטוואך מאי 27, 2020 7:11 pm#449811
אישתישבי האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:אזהרה: ביקורת המקרא איז א נושא וואס אפי' אויב דו דיסעגריעסט מיט איהרע הנחות, וועסטו טוישן דיין בליק און קוק אויף תנ"ך אויף אייביג, ועל זה נאמר (משלי ב' י"ט): כל באיה לא ישובון.
.

אויב מ'ווייסט וויאזוי צונעמען די ווערטער פון די חוקרים קען מען זיך אפשר ארויסדרייען פון די פראבלעם, כאטש וואס אזא אזהרה איז אוודאי נוטיג און גאר appropriate.
לדוגמא, חוץ פון די באקאנטע ביקורה"מ וואס צילט צו מאחר זיין די תורה, איז דא די טעאריע פון חוקי חומרבי, אז די תורה איז נשפע פון געזעצן געשריבן דורך א קעניג פון בבל 1800 לפנה"ס (יש אומרים אז דאס איז אמרפל מלך שנער, וואס ווערט דערמאנט אין פר' לך) וואס מ'האט געפונען אנהייב פונעם צוואנסיגסטען יאר הונדערט, און די חוקרים האבען זיך געפרייט דערויף כמוצא שלל רב.
יענע טעאריע וויל דווקא אז די תורה זאל יא האבען געשריבן געווארן ווי פריער אזוי זאל שטימען אז די תורה איז נשפע דערפון, ווייל אויב ביזטו מאחר די תורה איז שווער צו ציען א פאראלעל, (הגם אז מאנכע ווילן יא מאחר זיין די חוקי חומרבי איז עס אבער אויך נישט מיט צו סאך).
צו מיר זעהט אויס אז די צוויי זאכען (ד.ה. ביקורת המקרא הידועה און די טעאריע פון חומרבי) גייען נישט צוזאמען, איז כאטש וואס ביידע האבען מורא'דיג שטארקע ראיות און הוכחות, איז דאך איינער ע"כ נישט גערעכט, מוז מען דאך סייווי פארענטפערן די ראיות פון די אנדערע צד, אויב אזוי קען איך ווייטער אנעמען אז "היא הנתונה למשה רבנו עליו השלום" און וויסען אז קשיות האבען תירוצים אויך.

ביקורת המקרא זאגט נישט אז די גאנצע תורה איז שפעט, עס טוט עס צופיצלען, חמורבי קען האבן א השפעה אויף חלקים.

אויב רעדט מען פון ולהוזן'ס השערה איז די פריעסטע טעקסט פון די תורה - דאכט זיך מיר - פון די צייט וואס די מלכות איז שוין געווען צוטיילט, און נישט אינדעראנהייב, בערך אכט - ניין הונדערט יאר נאך חמורבי, צו שפעט צו קענען פארבינדען, אנדערע זענען מאחר מער ווי ולהוזן, כ'בין נישט זיכער אויב ס'זענען דא מקדימים גענוג פרי צו שטיצן די חמורבי טעאריע.
זונטאג מאי 31, 2020 9:27 pm#450045
הרב פארשטאנד עס קומט א המשכה אויף די האקעלע נושא? מיר קוקן ארויס.
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:07 pm#460361
זע דא ווי איך רעדט ארום באריכות איבער די מעשה מיט חלקיה כהן גדול און די ספר תורה וואס ער האט געפונען אינעם בית המקדש, וואס די מבקרי המקרא האבן זיך אלץ פארלייגט אויף דעם און געזאגט אז חלקיה האט אליין אפגעשריבען ספר דברים וכו׳. אויך ריר איך אן נאך פסוקים אין ספר נחמיה וואס די מבקרי המקרא ציען פון דארט זייער מסקנות.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 9:28 am#460396
מ׳קען דאס באטראכטן אז על הכלל כולו (בפשטות און אויפ׳ן שפיץ גאפל) קומען אראפ די חילוק(י דיעות) צווישן די (תלמודי) גלויביגע און די אקאדעמישע מבקרי המקרא צו די הנחות קדומות וואס מ׳נעמט אן מעיקרא. דער (תלמודי) גלויביגער האלט בהנחה קדומה אז אלעס וואס שטייט אין די ספרי קודש עפ״י די רעליגיעזע אינטערפּרעטעישאנס ופשטים זענען אמת ויציב לגמרי (אפטמאל ובדרך כלל אין א קארעספּאנדענס סארט פון וועג). דאס פירט אים אפטמאל אז כדי צו פארענטפערן סתירות וכו׳ אין די טעקסטן דארף ער זיך באניצען מיט מער דוחק׳דיגע סארט פשטים וכו׳ זיי משווה צו זיין.

משא״כ אקאדעמישע חוקרים באטראכטן דאס ווי עני אנדערע רעליגיעזע ומיטאלאגישע טעקסט(ן) פון אנדערע קולטורן אין יענע (בערך׳דיגע) תקופה. ממילא נוצען זיי א מער פשטות׳דיגע וועג פון משווה זיין חילוקים, מיוסד, למשל, אויף א היפאטעזיע פון א צאמשטעל פון מערערע מחברים, וואס איז אליין מיוסד אויף טעקסטואלע חילוקים בלשון בסיגנון וכו׳ וכו׳. אין אנדערע ווערטער, אזוי ווי אונז וואלטן ווען באטראכט א קאָרפּוס פון ווערק פון א פרעמדע לאנד, רעליגיע, און/אדער קולטור פון יענע אדער אן ענליכע תקופה. בנוסף לייגן זיי דאס אלעס אריין אין א קאנטעקסט פון וואס אנדערע אקאדעמישע דיציפלינען צייגן צו אינדעפּענדענטלי פאר זיך: צב״ש ארכיאלאגיע, אנטראפאלאגיע אא״וו.

הרב דר. דוד משה (אומבּערטאָ) קאסוטו, אין זיין פּאלעמיק קעגן די מבקרי המקרא, האט געזאגט אז ביקורת המקרא איז מיוסד אויף 5 זוילן:

1). די חילוקים צווישן דאס באנוץ פון שם ״הוי׳״ ב״ה און שם ״אלקים״ ווייזט אויף (צוויי סארט) אנדערע מחברים.

2). חילוקים צווישן די געשריבענע סטיילס ווייזן אויף אנדערע מחברים.

3). דאס אננעמען אז עס זענען דא אנדערע טעאלאגיעס, עטיקס וכו׳ צווישן זיך דערינען ווייזט אויף אנדערע מחברים.

4). דאס אז עס זעהט אויס ווי עס זענען דא סתירות, אפאר מאל איבערזאגן די זעלבע פרשה (מיט שינויים) וכו׳ ווייזט אויף אנדערע מחברים.

5). די טענה אז מ׳קען צונעמען און אנאליזירן פרשיות וכו׳ וואס טוהן מסביר זיין און פארציילן עפעס אין צו צאמגעשמאלצענע נערעטיווס וואס קומען פון באזונדערע דאקומענטן ומחברים.

ער דינגט זיך באריכות אויף יעדע איינע און טענה׳ט אז יעדעס זויל פאר זיך איז שוואך און די אנגעבליכע שטארקייט פונעם פעלד איז נאר פון דאס אנגעבליכע שטארקייט פון אלע צוזאמען.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:37 pm#460430
מי אני האט געשריבן:הרב דר. דוד משה (אומבּערטאָ) קאסוטו, אין זיין פּאלעמיק קעגן די מבקרי המקרא, האט געזאגט אז ביקורת המקרא איז מיוסד אויף 5 זוילן:

די פינעף זוילן באציען זיך נאר צו איין ספעציפישע טעאריע אין ביקורת המקרא, די Documentary hypothesis, וואס אגב רש"י אין דברי הימים-א ח,כט זאגט אן ענליכע טעאריע געבויט אויף א ירושלמי. די אלע אנדערע טעאריעס פון די בייבל קריטיקירער, למשל אז ווען איינער זאגט אז ער האט געטראפן א ספר פון וואס קיינער האט נאכנישט געהערט בעפאר איז מער מסתבר אז ער האט עס אליינס געשריבן, אדער ווען ס'שטייט א פסוק אין ספר שמואל "בן שנה שאול במלכו" איז מסתבר אז ס'איז ארויסגעפאלן די ווארט "ארבעים" ווי ס'שטייט טאקע אין דברי הימים, זענען אינגאנצן נישט אנגעוואנדן אין די פינעף זוילן.
זונטאג יוני 06, 2021 1:59 am#474775
די לייק איז פאר יהושע בערמאן אין פאר זיין זיך נישט באמאכען פין אטארעטי וואס ריפט זיך "עקספּערטיִז "
זונטאג יוני 06, 2021 3:27 am#474788
מי אני האט געשריבן:(הגם די חילוק איז בעצם אז די פראבלעם פון ״דעת תורה״ איז בעיקר ווען עס ווערט געזאגט/גענוצט אויף א פעלד אינדרויסן פון ״תורה״. משא״כ דא איז עס אין דעם פעלד פון עקספּערטיִז גופא.)
א גוטע קעגנארגומענט, אבער די אמת׳ע קעגנארגומענט איז ווי צפור דרור האט שוין געשריבן לגבי עוואלוציע, ד.ה. אז אפילו אויב די טעאריעס פון די מבקרי המקרא און אבן עזרא און רשב״ם זענען אפגעפרעגט איז עס נאכנישט קיין ראיה צו די חרדישע נאראטיוו, און אז די מאנגעל אין הוכחות שטערן דיר נישט צו דיין אמונה אינעם חרדישן נאראטיוו דארפן די אבן עזרא׳ס פירושים דיך אויך נישט צו שטערן. געווענליך ווען איך זעה די תירוצים און ארגומענטן פון די אזויגערופענע ״מאמינים״ ווערט מיין צד אויף די אמת׳ע אמונה (וואס זיי רופן כפירה עפ״ל) נאר שטערקער, כ׳מיין אויב דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו זאגן זאלן זיי ענדערש בלייבן שטיל ווייל זיי שיסן זיך נאר אין די פיס מיט׳ן זיך צוטוהן מאכן פונעם נושא, אז דו האסט געגלייבט ביז אהער גלייב ווייטער און לאז די מבקרי המקרא געמאך.
זונטאג יוני 06, 2021 7:22 am#474794
איה״נ. די קעגנארגומענט איז נישט בנוגע קשיות אויף די פעלד פון ביקורת המקרא פּער סע, ווי זיין דאס צוגלייכן דאס׳ן זיך בלינדערהייט פארלאזן אויף זיי צו די חרדי׳שע פענאמענאן פון זיך פארלאזן אויף ״דעת תורה״.

אגב, די קעגנארגומענט דיינע, און טאקע בנוגע עוואלושען, האב איך שוין געשריבן דא צוויי יאר צוריק.
זונטאג יוני 06, 2021 10:55 pm#474889
איך בין נישט אזוי באקאנט וויאזוי צו אפלערנען די תורה, איך האב פונקט געטראכט וועגן די פרשה פון די שבעים זקנים ווען מען האט געליינט בהעלותך.

אין פרשת יתרו זעט מען אז יתרו הערט די גאנצע מעשה וואס האט פאסירט צו די אידן, ער קומט צוגיין אין מדבר מיט משה רבינו'ס ווייב און קינדער, משה נעמט זיי אויף שיין, יתרו פרייט זיך וגו'. נאכדעם זעט יתרו ווי משה מוטשעט זיך מיטן ציבור, ער געבט זיין עצה אויפצונעמען שרים, משה רבינו איז מקבל די עצה, און נאכדעם גייט יתרו אהיים.

אין פרשת בהעלותך זעט מען אינמיטן די פרשה א שמועס צווישן משה און זיין שווער, משה פארציילט מען גייט קיין ארץ ישראל, יתרו (חובב) טראכט אהיים צו גיין, און משה רעדט אים צו צו בלייבן. לכאורה האט נישט די שטיקל קיין שייכות מיט פריער אדער שפעטער. נאכדעם איז דא די מעשה פון די מתאוננים, משה רעדט זיך אפ צו השי"ת ער קען שוין נישט הענדעלן דעם ציבור, און השי"ת זאגט אים צו נעמען שבעים איש און אזוי ווייטער.

איך בין בכלל נישט באקאנט וואס די מפרשים אדער אקעדעמיקער זאגן אויף די פרשה, פאר מיר האט זיך עס געשפירט ווי די זעלבע מעשה פון צוויי אנדערע מקורות.

----------

אז מען רעדט שוין פון בהעלותך, לאמיר איבערטייטשען איין פסוק: "מרים און אהרן האבן גערעדט אויף משה וועגן די פרוי די כושי וואס ער האט גענומען, ווייל ער האט גענומען א פרוי א כושי".
זונטאג יוני 06, 2021 11:07 pm#474893
כי משמש בארבע לשונות, ואחד מהם הוא "אשר".
מאנטאג יוני 07, 2021 8:52 pm#474987
דאס אז זאכן זעהן אויס ווי געשריבן דורך מער ווי איין שרייבער (און שפעטער צוזאמגעשטעלט), זעהט מען אין אומצאליגע פלעצער.
אלס דוגמא:
-די בריאת הארץ (איינס פון א א ביז ב ג. די צווייטע נאכדעם) ווי ס'איז אויך פאראן עטליכע סתירות (הויפטזעכליך, באשאף פונעם מענטש פאר אדער נאך די חיות, מענטש איז באשאפן געווארן זכר ונקבה אדער עקסטער)
-די מעשה פון די מבול (די איבערזאגן זאכן און סתירות פארציילט זייער אסאך..), חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

און אזוי איז פאראן שטיקלעך אין כמעט יעדע פרשה.
דינסטאג יוני 08, 2021 10:54 am#475050
רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

נאר איך האב לעצטנס געזעהן א קליפ פון גרויסע ארכעאלאגן סיי פון אמעריקאנער אוניווערזיטעטן און סיי פון ענגלאנד און אויך פון ארץ ישראל ווי זיי באשטעטיגן דורך ארכעאלאגישע געפינסן און נאטורליכע פיזיאלאגישע ערקלערונגען סיי די עשר מכות און אויך קריעת ים סוף. און אנדערע היסטארישע געשעענישן און היסטארישע פלעצער וועלכע ווערן אנגעצייכנט אין נ"ך...!

עפרא לפומיהון פון די אזוי גערופענע..."ביבל קריטיקער"...! סיי די אמאליגע (פון 150 יאר צוריק.) און סיי די היינטיגע...!
דינסטאג יוני 08, 2021 6:17 pm#475096
berlbalaguleh האט געשריבן:רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)
דינסטאג יוני 08, 2021 7:29 pm#475108
Re: ביקורת המקרא - 101
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

און ער האלט, אז אין חז''ל שטייט, אז אין תנ''ך שטייט, אז ווער עס האלט אנדערש ווי מיר בענייני אמונה קומט זיך ערד אין מויל. ער מעג נישט האלטן אזוי?!

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דינסטאג יוני 08, 2021 8:25 pm#475115
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.
דינסטאג יוני 08, 2021 8:48 pm#475117
ווענדט זיך וועלכע ספר, ווענדט זיך צו ס'איז געשריבן אין צווייטע פערזאן (תורה, נביאים ראשונים) אדער אין ערשטע פערזאן (נביאים אחרונים, עזרא, דניאל, א.א.וו.).
דינסטאג יוני 08, 2021 10:49 pm#475123
ליב צו וויסן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

נאר איך האב לעצטנס געזעהן א קליפ פון גרויסע ארכעאלאגן סיי פון אמעריקאנער אוניווערזיטעטן און סיי פון ענגלאנד און אויך פון ארץ ישראל ווי זיי באשטעטיגן דורך ארכעאלאגישע געפינסן און נאטורליכע פיזיאלאגישע ערקלערונגען סיי די עשר מכות און אויך קריעת ים סוף. און אנדערע היסטארישע געשעענישן און היסטארישע פלעצער וועלכע ווערן אנגעצייכנט אין נ"ך...!

עפרא לפומיהון פון די אזוי גערופענע..."ביבל קריטיקער"...! סיי די אמאליגע (פון 150 יאר צוריק.) און סיי די היינטיגע...!

ליב צו וויסן: ווייל זיי לייקענען אפ א זאך וואס זיי וואלטן ממילא געדארפט צו גלייבן באמונה שלימה. ספעציעל נאכדעם וואס גרויסע און בארימטע סייענטיסטן און ארכעאלאגן (לאו דוקא אידישע) האבן געטראפן עווידענס אז די אלע זאכן וועלכע זענען פארשריבן אין תנ"ך זענען 100 אמת...!
ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)
דינסטאג יוני 08, 2021 11:18 pm#475124
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

אליבא דר׳ בערל מיינט שלעכט מענטשען וואס גלייבען נישט אין חז״ל.
מיטוואך יוני 09, 2021 10:52 am#475162
ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן
מיטוואך יוני 09, 2021 6:27 pm#475215
תוהו ובוהו האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

און ער האלט, אז אין חז''ל שטייט, אז אין תנ''ך שטייט, אז ווער עס האלט אנדערש ווי מיר בענייני אמונה קומט זיך ערד אין מויל. ער מעג נישט האלטן אזוי?!

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט פון תנ"ך, אבער אין Either case.. ער קען האלטן אזוי, כ'וויל נאר פארשטיין די לאגיק און עטיק..
צו האלסטו אז די קריסטן זענען גערעכט געווען מיטן הארגענען אידן ווייל זיי האבן געהאלטן אנדערש ווי זיי??
מיטוואך יוני 09, 2021 6:28 pm#475216
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.

אין רוב ספרים פרובירן זיי עס ניטאמאל צו באהאלטן... פארקערט גאר, די וואס האבן אנגעהויבן אזוי צו זינגען, "זיי" זענען געווען די מחדשים.
מיטוואך יוני 09, 2021 6:34 pm#475217
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן

כ'קום בכלל נישט פארטיידיגן די אדער יענע פראפעסאר (כאטש וואס דאס קען גראדע פארענטפערט ווערן), נאר נאכן לערנען היפש אסאך תנ"ך, איז מיר קלאר אז דאס איז א צוזאמגעשטעלטע ארבעט (מיינע קשיות, שאלות און עווענטועל תירוצים, האבן פאסירט פאר כ'האב געהערט בכלל פון J און E טעאריעס..).
מיטוואך יוני 09, 2021 7:12 pm#475222
Re: ביקורת המקרא - 101
ליב צו וויסן האט געשריבן:
כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט פון תנ"ך, אבער אין Either case.. ער קען האלטן אזוי, כ'וויל נאר פארשטיין די לאגיק און עטיק..
צו האלסטו אז די קריסטן זענען גערעכט געווען מיטן הארגענען אידן ווייל זיי האבן געהאלטן אנדערש ווי זיי??

אין פה לוגיקה, אבל יש פה אתיקה (אם קיים כזה מושג..) דתית טיפוסית.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:29 pm#475347
ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן

כ'קום בכלל נישט פארטיידיגן די אדער יענע פראפעסאר (כאטש וואס דאס קען גראדע פארענטפערט ווערן), נאר נאכן לערנען היפש אסאך תנ"ך, איז מיר קלאר אז דאס איז א צוזאמגעשטעלטע ארבעט (מיינע קשיות, שאלות און עווענטועל תירוצים, האבן פאסירט פאר כ'האב געהערט בכלל פון J און E טעאריעס..).

אפילו אין ספר ישעיה אליינס דערקענט מען אויך א חילוק אין סיגנון הלשון פון דעם אנהייב ספר און די סוף. און אינמיטן. דאס מיינט אבער נישט אז די זענען נישט די אויטענטישע רייד פונ'ם נביא. נאר ער האט גערעדט אין פארשידענע אנדערע צייטן. און אנדערע מענטשן האבן עס אראפגעשריבן...!
פרייטאג יוני 11, 2021 12:41 am#475397
ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.

אין רוב ספרים פרובירן זיי עס ניטאמאל צו באהאלטן... פארקערט גאר, די וואס האבן אנגעהויבן אזוי צו זינגען, "זיי" זענען געווען די מחדשים.

גערעכט - זיכער וואלטן זיי דאס נישט געזיכט צי באהאלטן, פארקערט זיי דארפן צי זיין די אימפארגעסליכע היראס פין כלל ישראל - איך פארשטיי בכלל נישט די "מחדשים"
פרייטאג יוני 11, 2021 8:00 am#475411

ווען דער עווענטועל עדיטאר זוכט עס צו באהאלטן, שרייבט ער אין 'ערשט פערזאן', שרייבט נישט משה'ס נפטר ווערן, שרייבט נישט 'עד היום הזה', זאגט נישט איבער זאכן, וכו וכו וכו

אדרבה, ווען איינער לערנט פלייסיג די חמשה חומשי תורה איז נישטא קיין רמז 'כל שהוא' אז דאס (די 'גאנצע חמשה חומשי) האט משה בכבודו ובעצמו געשריבן.
פרייטאג יוני 11, 2021 12:18 pm#475423
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווען דער עווענטועל עדיטאר זוכט עס צו באהאלטן, שרייבט ער אין 'ערשט פערזאן', שרייבט נישט משה'ס נפטר ווערן, שרייבט נישט 'עד היום הזה'

דאס יא שרייבן 'עד היום הזה' ווייזט קלאר:
א. משה איז נישט די עדיטער, על פי ה'
ב. די עדיטערס האבן נישט געארבעט ערגעץ אין א הייל זיי האבן נישט געוואלט דאס באהאלטן און ס'איז נישט עפעס א קאנספירעסי...

ווער די עדיטער('ס) זאל נאר זיין איז קלאר, זיי זענען, און דארף טאקע צי זיין, כלל ישראלס הויפט הויפט היראס!!!

און נישט נאר פאר כלל ישראל נאר אויך פאר זייערע שונאים וואו למשל די שומרונים, וואס האבן מער ווייניגער, אנגענימען ווארט ביי ווארט וואס די עדיטערס האבן געשריבן
רשכבה"ג אשר מפיהם אנו חיים!!!

זיי דארפן זיין באקאנט אסך אסך מער וואו אלע אנדערע קליינע שפילערס וואס ווערן יא דערמאנט אין תנ"ך
ס'איז א בהיימישקייט פין זיי (אויב מען מעג אזוי זאגן אויף זיי) פארן נישט מאכן זיכער אז זייער נאמען ווערט נישט פארגעסען

און א שאנדע אויף די "מחדשים" אינטער ציברענגן אט די הויפט היראס פין די אידישע געשיכטע... אבער פארט, מעשה שטן הצליח, איז עס זיי געלאנגען - און די עדיטערס זענען אלע פארשווינדען געווארן אן קיין שפירן.

ס'איז מיז זיין די קינדער אין אייניקלעך פין אינזער אימפארגעסליכע עדיטערס האבן אלע אנגעפילט א מויל מיט וואסער אויב האבן זיי געוואלט בלייבן לעבן... און יעצט דארפן מיר זיך ברעכן קאפ און אויפקימען מיט סברות וואוס איינס ווענד אפ די צווייטע זיך דערגרינדעווען ווער אט זענען זיי געווען
פרייטאג יוני 11, 2021 5:48 pm#475447

איך וויל דיר באמת נישט וויי טוהן... אבער דיין סברא קומט פון אומוויסענשאפט.. (נאכאמאל אנטשולדיגט..)

ביי שריפטן פון יענע צייט איז עס גאר נארמאל אזא פארהוינלקייט, ס'איז פאראן גאר אסאך משלים.

משל איינס:
די קריסטליכע רעליגיע האט 4 ביכער (די Gospels), געשריבן געווארן דורך 4 אנדערע מענטשן (ארום 2000 יאר צוריק), וואס פארציילן די מעשה פונעם אותו האיש.
די 4 ביכער זענען די Pillars פון די קריסטליכע רעליגיע מיט אירע 2 ביליאן אנהענגער, און הפלא ופלא, קיין איינס פון זיי ווייסט מען נישט ווער ס'האט דאס געשריבן (פארשטייט זיך, זיי טענה'ן אז דאס איז אלעס Divine בלא בלא בלא)

משל 2:
אפילו די גמרא, וואס איז געשריבן געווארן לכה"פ הונדערטער יארן נאך די תנ"ך, און האט פאסירט אין צייט פון וואס מיר האבן שוין פיל מער אינפארמאציע, איז אבער איר באשאפאניש אויך היפש אום קלאר... יא, דא האבן מיר שוין יא עפעס א נאמען (אדער צוויי..), אבער די גענויע וועג "וויאזוי" עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן, די גענויע יאר וואס איז צום ערשטן מאל "אינגאנצן" אפגעשריבן געווארן, די גענויע שטאט, בימ"ד, אדרעס... איז אלעס היפש שטארק פארנעפלט.

פשט איז... אז אמאל, בשעת'ן שרייבן זאכן איז מען נישט געווען ביזי בשעת מעשה צו איבערלאזן א קלארע ביאגראפיע פאר די אייניקלעך, און תנ"ך איז נישט קיין חידוש דערין.
פרייטאג יוני 11, 2021 7:16 pm#475459
ליב צו וויסן: איבער די עוואלוציע פון תנ"ך (נישט די אויטענטישקייט) וועלל איך מיך מיט דיר נישט מפלפל זיין. אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!
זונטאג יוני 13, 2021 6:41 am#475496
berlbalaguleh האט געשריבן:ליב צו וויסן: איבער די עוואלוציע פון תנ"ך (נישט די אויטענטישקייט) וועלל איך מיך מיט דיר נישט מפלפל זיין. אבער די משניות און גמרא האבן יא איבערגעלאזט א קלארן ..."פוטפרינט"... איבער ווער, וואס און אפילו ווען (בערך) זיי האבן דאס געזאגט. אפילו דער פונקטליכער דאטום פון די דיסקוסיעס שטייט נישט קלאר ארויסגעשריבן איז אבער דא אנדערע שריפטן, ווי מדרשים, וועלכע טוען אנצייכענען דעם יאר און תקופה פון די דעוועלאפמענט. דער סדר הדורות ברענגט א סאך אראפ זמנים ווען געוויסע הויפט וויכטיגע סטעיטמענטס זענען געזאגט געווארן...!

ס'איז קלאר אז די משניות און גמרא האבן איבערגעלאזט פיל קלארערע "פוטפרינטס" ווי תנ"ך.
אבער כ'מיין וועסט עגריען אז ספה"ק ויואל משה האט איבער געלאזט נאך קלארערע פוטפרינטס... (יא, כ'ווייס ס'איז אן עקסטרעמע משל, אבער כ'האף די כאפסט די נקודה..)