Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • געטוישטע און פארגעסענע מצוות

קאווע שטיבל • געטוישטע און פארגעסענע מצוות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14134
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:05 am#457279
געטוישטע און פארגעסענע מצוות
אזויווי ס'טוט זיך אין א דערנעבענדען אשכול וועגן עגונות און צו מ'קען טוישן מצוות אין די תורה, עפן איך דא אן אשכול צאמצונעמען די מצוות וואס מ'האט קלאר יא געטוישט, לאמיר זעהן צו מיט די הילף פון די חברים דא וועלן מיר קענען אלעס צאמנעמען.

כ'על אנפאנגען מיט א קשיא. די משנה זאגט אין מסכת סוכה דף מב: אז דעם ערשטן טאג סוכות איז דא א מצוה מן התורה צו שאקלען לולב און אתרוג, אויב אבער ס'געפאלט שבת שאקעלט מען נישט קיין לולב ווייל מ'האט מורא טאמער וועט זיין איינער וואס וועט נישט וואוסן וויאזוי צו שאקלען לולב, און ער וועט טראגן זיין לולב אין רשות הרבים צו א תלמיד חכם איהם אויסצולערנען וויאזוי צו שאקלען. האבן חז"ל געזאגט אז ענדערש זאל גאנץ כלל ישראל נישט שאקלען קיין לולב ווי איידער אז איין עם הארץ זאל חלילה מחלל שבת זיין.

יעצט, תוספות ברענגט א ירושלמי אין מסכת שבת דף ה: ד"ה בשלמא, אז לויט בן עזאי איז מען נישט מחייב אויב מ'טראגט אין רשות הרבים נאר אויב מ'שפרינגט די גאנצע פיר אמות אין איין ציה, ווייל אויב מ'גייט געהעריג ווערט יעדע טריט גערעכנט אלץ אן עקסטערע געגייעכץ וואס איז ווייניגער פון פיר אמות, און ווייניגער פון פיר אמות מעג מען טראגן. לויט דעם איז שווער, פארוואס האבן חז"ל מורא געהאט אז דער עם הארץ וואס דערמאנט זיך יום טוב אינדערפרי זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שאקלען לולב וועט שפרינגען פיר אמות מיט זיין לולב, וואספארא מין חשש איז דאס?

איז דא אויף דעם אפאר תירוצים:

א. ס'נישט דא אזא ירושלמי, עכ"פ נישט אין אונזער ירושלמי.

ב. ווי קען זיין א איד זאל האלטן א לולב אין די הענט און נישט שפרינגען פאר שמחת המצוה? (אבני נזר דאכצעך).

ג. לויט בן עזאי דארף מען זאגן אז די חשש איז נישט געווען די טראגן אין רשות הרבים פיר אמות נאר דאס ארויסטראגן פון רשות היחיד צום רשות הרבים.

איך וועל אבער דא פארלייגן א פערטע תירוץ, און איך וועל עס פארענטפערן מיט א צווייטע ירושלמי.

ריש לקיש זאגט אין ירושלמי מסכת עירובין פרק ח' הלכה ח': "אין רשות הרבים בעולם הזה אלא לעתיד לבוא שנאמר כל גיא ינשא". ריש לקיש האלט אז א רשות הרבים איז נאר אויב ס'רינגלט ארום די גאנצע וועלט גראדערהייט, און וויבאלד די וועלט איז דאך פול מיט בערג איז נישט מעגליך אז ס'זאל זיין אזא זאך ווי א רשות הרבים, נאר לעתיד לבא ווען אלע בערג וועלן פלאך ווערן ווי ס'שטייט אין נביא דעמאלטס וועט מעגליך זיין א רשות הרבים.

שטעלט זיך א וועלט'ס אויפטרייסעלנדע קשיא, פארוועם זענען געזאגט געווארן די אלע משניות וועגן טראגן אום שבת? פארוועם האט די נביא ירמיה געזאגט כֹּה אָמַר השם הִשָּׁמְרוּ בְּנַפְשׁוֹתֵיכֶם וְאַל תִּשְׂאוּ מַשָּׂא בְּיוֹם הַשַּׁבָּת, איז דאס אלעס הילכתא למשיחא?! נאך מער איז שווער, פארוואס פאר א גוט יאר שאקעלט מען נישט קיין לולב אין סוכות וואס געפאלט אום שבת, אויב ביז משיח'ס טאג וועט נישט זיין קיין רשות הרבים פאלט דאך אוועק די גאנצע חשש? ווען משיח וועט קומען וועלן דאך אלע אידן קענען די הלכות און וואוסן וויאזוי מ'שאקעלט לולב, און אפילו אויב נישט קען מען דאך דעמאלטס מאכן די גזירה?

נאר די תירוץ איז זייער פשוט, ריש לקיש האט אויך געוואוסט אז ווען די תורה רעדט פון א רשות הרבים דארף עס נישט ארומרינגלען די גאנצע וועלט, דאס וואס ער האט געזאגט אז ס'דארף יא ארומרינגלען די גאנצע וועלט איז נאר געווען א תירוץ וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון דעם איסור. אזויווי ער האט געזעהן אז די איסור פון טראגן אום שבת איז זייער שווער, האט ער אלס א רב וואס פילט אן אחריות אויף אידן מבטל געווען די מצוה, און כדי מ'זאל איהם נישט קענען פארהאלטן הלמאי ער איז מבטל א מצוה דאורייתא האט ער געבאקן א נייע פשט. די זעלבע תירוץ קען מען אויך זאגן אויף בן עזאי, ריש לקיש האט גענוצט א תירוץ אז א רשות הרבים דארף ארומרינגלען די וועלט, בן עזאי האט גענוצט א תירוץ אז טראגן איז נאר אויב מ'שפרינגט די גאנצע פיר אמות אין א ציה, די מכוון איז אבער די זעלבע, ס'איז פשוט א וועג זיך ארויסצודרייען פון דעם איסור.

לויט דעם וועט פארענטפערט ווערן נאך א שווערע קשיא, די גמרא זאגט אז יעדע גאס וואס איז 16 אמות ברייט איז א רשות הרבים און מ'טאר נישט טראגן דארט אום שבת אפילו מיט אן עירוב, אן עירוב העלפט נאר אין א כרמלית. לויט דעם וואלט מען אין אונזערע היינטיגע גאסן נישט געטארט טראגן אום שבת, אפילו אן עירוב וואלט נישט געהאלפן. קומט רש"י און זאגט אז אויסער דעם וואס ס'דארף זיין 16 אמות ברייט דארפ'ן אויך 600,000 מענטשן זיך דרייען דארט יעדן טאג, און אזוי פסק'נען אויך דער רמב"ן, רשב"א און נאך ראשונים, און דאס איז איינס פון די היתרים אויף וואס אונז פארלאזן זיך מיט'ן טראגן מיט די עירוב. פרעגן דער ר"ן, מגיד משנה, הגהות מרדכי, און נאך ראשונים, וואו איז געהערט געווארן אזא מין זאך? פון וואו האט רש"י גענומען אזא מין היתר וואס שטייט נישט אין ערגעץ פאר איהם, נישט אין די תורה, נישט אין משניות, נישט אין גמרא? אויב ס'וואלט געווען אמת וואלט די גמרא עס געמעגט זאגן, כאטש ברמיזא, אזוי ארבעט עס, מ'קען זיך אויפבאקן פשטים קעגן די גמרא?

אבער לויט ווי אונז האבן געזאגט שטימט עס זייער גוט, רש"י איז געגאנגען אין די זעלבע וועג ווי ריש לקיש און בן עזאי.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:21 am#457303
געטוישטע און פארגעסענע מצוות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזויווי ס'טוט זיך אין א דערנעבענדען אשכול וועגן עגונות און צו מ'קען טוישן מצוות אין די תורה, עפן איך דא אן אשכול צאמצונעמען די מצוות וואס מ'האט קלאר יא געטוישט, לאמיר זעהן צו מיט די הילף פון די חברים דא וועלן מיר קענען אלעס צאמנעמען.

[mention]רביה''ק זי''ע [/mention] די צוהסט שוין אביסעל איבער די שטריקעל. ח״ו זאלסטו נישט מיינען אז די צוהסט איבער מיט וואס די זאגסט/שרייבסט, די צוהסט איבער דעם שטריקעל וויאזוי די. שרייבסט.
קודם פאר אן הקדמה לארמיר אראפ לייגן אן הנחה אז ווען די האסט א געפעפערטע קשיא וואס ממש עס האט נישט אין דיין מח קיין שום פארשטאנד וואזוי דאס קען זיין און פארוואס דאס אזוי אדער אזי, מיינט נאך נישט אז די עקזיסטענס פון די זאך איז נישטא.
צו זאגען אויף ריש לקיש די ווארט געבאקען א נייע פשט איז עטוואס אראפ געברעגט חז״ל צו דיין לעוועל.
ווען דיין מח האט א שטארקע קשיא און די ווילסט זאגען אז מכח דיין קשיא האט ריש לקיש געזאגט וואס ער האט געזאגט אין מחדש געווען א חידוש אין די הלכה, החרשתי תורה איז כפטיש יפוצץ סלע די מעגסט שטעלן הנחה׳ס און לערנען אין ריש לקיש וואס די ווילסט.
זיך אויס צו דריקן דריקען ריש לקיש האט געבאקן אן הלכה איז אראפ ברענגען חז״ל פשוט ווייל דיין פארשטאנד איז קורץ איז קיין פארגאנג נישט.
יעצט צירוק צום קשיא וואס די שטעלסט אויף דעם ענין פון לולב און די היתר פון ר״ל

איז לאמיר אנהייבן די סגיא זאגט די גמ׳ אין מס שבת דף ו׳ ע״א

איזוהי רשות הרבים: סרטיא ופלטיא גדולה ומבואות המפולשים לרשות הרבים - זו היא רשות הרבים גמורה.

קומט ר״ל אין ירושלמי (הגם איך האב עס נאך נישט געזעהן, זאג איך נאך נישט אז איז נישטא אזא ירושלמי) און זאגט אזוי. דאס וואס די גמ׳ האט סרטיא ופלטיא גודלה (וואס שפעטער אין די גמ׳ דערמאנט ווי גרויס מען רעדט פון) איז נישט קיין מציאות וואל די בערג און טאלן מאכן די רשות הרבים וואס די גמ׳ רעדט פון נישט מעגליך, אין ממילא איז נאר דא א כרמלית, טו אויב אזוי וואס וויל יא די משנה מיט הוצאה מרשות לרשות. אז ווען עס וועט זיין שייך, כגון כשיבא מלך המשיח לגאלנו וועלן דאך די בערג ווערן פלאך וועט דאך עס ווערן אויס כרמלית וועט די הלכה ווי פריער דערמאנט זיין שייך.
איך וועל צירוק קומען צו יעדע איינס באזונדער שפעטער. איך דארף אדרעסירן קודם א וויכטיגער מעסעדזש דא.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:52 am#457316
רביה"ק זאגט אז הוצאה איז געוועהן שווער, און כדאי מקיל צו זיין פאר דער כלל, איז מען אויפגעקומען מיט קולות.

אין יסוד איז עס אמת, יעדעס תקנה להקל איז פשט אז מען איז זיך סומך אויף קולות, קולות וואס זענען אמת, אבער זענען עוקר דער רוח און דער נשמה פין דער איסור, ווי צ.ב.ש. היתר עיסקא וואס איז היתר גמור, אבער למעשה מאכט עס אז מען בארגט אויף פראצענט, און די חכמי הדור האבן איינגעזעהן אז מען קען נישט מער.

ווען מען האט זיך באנוצט מיט היתירים אויף געבן מעשר, דורך אריינברענגען דרך גגות איז עס קריטיקירט געווארען, ווייל וואס גייט דיר אהן צו געבן מעשר? און דער זאך דארף אייביג האבן א קלארע שיקול הדעת.

לגבי הוצאה, איז אמת אז עס איז שווער געוועהן, שלמה האט מתקן געווען עירובין. קעגן דער רוח פין דער איסור וואס זאגט נישט טראגען אין דער גאס (ד.ה. א רשות הרבים), וואס טוט מען? מען מאכט דער גאס א רשות היחיד. (לא נעלם ממנו אז עירוב איז מיט פת וכו').

רביה"ק איז מוסיף, אז דאס וואס די ראשונים זאגן אז א רה"ר מוז זיין ס' רבוא, וכן דאס וואס בן עזאי איז מקיל אויף טראגען ד' אמות אין רה"ר, איז אויף דער זעלביקער סגנון פין מקיל זיין לגבי הוצאה.

דאס קען זיין אמת, און מען זעהט אין כמה אחרונים וואס געבן אהן אז היינט איז נישט דא קיין רשות הרבים משום סיבות אחרות, אפילו אהן דער שיטה פון ס' רבוא. ווי דער ערוך השלחן און דער חזון איש, וואס ביידע האלטען אז היינט איז נישטא קיין רשות הרבים, מיט טעמים מוחכמות. דער חזון איש קען מען זעהן דא

אבער מען מוז צולייגען נאך א נקודה, אז ווען מען לייגט א צורת הפתח אויף א רשות הרבים דאורייתא, ווערט עס א דרבנן, מען טאר נישט מאכן א עירוב, אבער עס איז נאר מדרבנן. ממילא די אלע קולות שפילען זיך נישט מיט א דאורייתא סיי ווי.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:00 am#457318
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:, די גמרא זאגט אז יעדע גאס וואס איז 16 אמות ברייט איז א רשות הרבים און מ'טאר נישט טראגן דארט אום שבת אפילו מיט אן עירוב, אן עירוב העלפט נאר אין א כרמלית. לויט דעם וואלט מען אין אונזערע היינטיגע גאסן נישט געטארט טראגן אום שבת, אפילו אן עירוב וואלט נישט געהאלפן. קומט רש"י און זאגט אז אויסער דעם וואס ס'דארף זיין 16 אמות ברייט דארפ'ן אויך 600,000 מענטשן זיך דרייען דארט יעדן טאג.

רש"י זאגט ועיר שיש בה שישים ריבוא. תוס' און אנדערע ראשונים זענען מקיל אז ס'דארף ממש זיין בוקעים בו. אבער לויט רש"י איז גענוג 600,000 אין די גאנצע שטאט, כשי' הגר"מ פיינשטיין לגבי ניו יארק.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:23 am#457323
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
דו גייסט יעצט אריין אין א זייטיגע זאך באותו ענין, אבער נישט דאס איז די נקודה דא.

מיך עגבערט אויך זייער פון ווי רש"י האט גענומען די גאטס צי מחדש זיין אזא באמבע היתר אהן קיין שום יסוד און מיט אזא שוואכע סברא. (אפשר זאל דארפן זיין ששים רבוא מענער העכער 20 יאר, אזוי ווי אין מדבר?)

און די תירוץ פון רביהקוהט געפעלט מיר נישט. עס קען זיין די עצם געדאנק איז א מהלך, אבער שטומט נאר מיט מאדערן ארטאדאקס אדער רעפארם אידישקייט. לויט אלע סימנים האט רש"י נישט באלאנגט צי דיע
זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:47 am#457326
כ'האב געלייקט ווייל ס'איז אן אינטערעסאנטער אנאליז און חומר למחשבה, אבער כ'לייק נישט דעם לשון אז ר"ל האט "אויפגעבאקן" א פשט. מ'קען זאגן די זעלבע זאך בלשון חכמים ובלשון כבוד.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:10 pm#457329
טמיר האט געשריבן:דו גייסט יעצט אריין אין א זייטיגע זאך באותו ענין, אבער נישט דאס איז די נקודה דא.

מיך עגבערט אויך זייער פון ווי רש"י האט גענומען די גאטס צי מחדש זיין אזא באמבע היתר אהן קיין שום יסוד און מיט אזא שוואכע סברא. (אפשר זאל דארפן זיין ששים רבוא מענער העכער 20 יאר, אזוי ווי אין מדבר?)

און די תירוץ פון רביהקוהט געפעלט מיר נישט. עס קען זיין די עצם געדאנק איז א מהלך, אבער שטומט נאר מיט מאדערן ארטאדאקס אדער רעפארם אידישקייט. לויט אלע סימנים האט רש"י נישט באלאנגט צי דיע

ביסט גערעכט, עס פאסט מער פאר דער רבינו תם וואס מאכט צוויי שקיעות און אנדערע תפילין וכו', אבער רש"י איז נישט דער מחדש פין דער שיטה, עס שטייט אין בה"ג.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:48 pm#457334
מיינונגזאגער האט געשריבן:[mention]רביה''ק זי''ע [/mention] די צוהסט שוין אביסעל איבער די שטריקעל. ח״ו זאלסטו נישט מיינען אז די צוהסט איבער מיט וואס די זאגסט/שרייבסט, די צוהסט איבער דעם שטריקעל וויאזוי די. שרייבסט.
קודם פאר אן הקדמה לארמיר אראפ לייגן אן הנחה אז ווען די האסט א געפעפערטע קשיא וואס ממש עס האט נישט אין דיין מח קיין שום פארשטאנד וואזוי דאס קען זיין און פארוואס דאס אזוי אדער אזי, מיינט נאך נישט אז די עקזיסטענס פון די זאך איז נישטא.

1. איך ווייס אז איך ציה איבער, און בעיקרון האב איך זייער נישט ליעב אויפצודעקן די אמת ווילאנג מ'קען לעבן מיט די שקר. די זאך איז נאר אז ס'דא דא אפאר עקשנים וואס ווילן נישט פארשטיין קיין רמזים דארף מען מיט זיי רעדן ברחל ביתך הנאקעטע, אנדערש גייט עס נישט.

2. איך פרעג נישט קיין קשיות, איך זאג נאר פשוט פשט אין די סוגיא, איך לייג עס נאר אראפ באופן קשיא ותירוץ שטערקער ארויסצוברענגען די נקודה. איך וואלט טאקע געקענט אנפאנגען גלייך מיט די פשט און פארלערנען א דף היומי שיעור: "שטייט אין ירושלמי.... פאר טויזענטער יארן האבן אידן מקפיד געווען אויף דעם איסור דאורייתא... איז געקומען רב פלוני און געזאגט אז ס'פעלט מער נישט אויס... די זאך איז נאר אז ווען איך וואלט געשריבן אויף יענעם אופן וואלט עס נישט אזוי אריין אין קאפ.

3. לגבי וואס אנדערע דא טענה'ן אז דאס שמעקט פון רעפארם, האלטס אייך רואיג ווייל ס'קומט נאך אפאר אזעלכע שטיקלעך. איך האב שוין געפרעגט די קשיא פון אפאר רבנים און תלמידי חכמים, אלע האבן געדרייט מיט די צונג אבער די מכוון איז געווען די זעלבע, יא, ס'שמעקט טאקע פון רעפארם, נישט נאר וואס ס'שמעקט פון רעפארם ס'שמעקט פון ארטאדאקס אויך... אזוי האבן רבנים אין אלע דורות גע'פסק'נט נאך פאר די רעפארמער, די חילוק צווישן רעפארם און ארטאדאקס איז נאר אויף די אופן ווי מ'זאגט עס, קיינער האט אבער נישט מורא פון טשעפען מיט די תורה. די אלע תורות פון "חדש אסור מן התורה", און "זאת התורה לא תהא מוחלפת" זענען נאר בבחינת אמונות הכרחיות.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:52 pm#457335
אישתישבי האט געשריבן:אבער מען מוז צולייגען נאך א נקודה, אז ווען מען לייגט א צורת הפתח אויף א רשות הרבים דאורייתא, ווערט עס א דרבנן, מען טאר נישט מאכן א עירוב, אבער עס איז נאר מדרבנן. ממילא די אלע קולות שפילען זיך נישט מיט א דאורייתא סיי ווי.

האט דאס יא א מקור אין גמרא אדער גייט דאס אויך אריין אינעם פשט'ל...?
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:56 pm#457336
יעצט, תוספות ברענגט א ירושלמי אין מסכת שבת דף ה: ד"ה בשלמא, אז לויט בן עזאי איז מען נישט מחייב אויב מ'טראגט אין רשות הרבים נאר אויב מ'שפרינגט די גאנצע פיר אמות אין איין ציה, ווייל אויב מ'גייט געהעריג ווערט יעדע טריט גערעכנט אלץ אן עקסטערע געגייעכץ וואס איז ווייניגער פון פיר אמות, און ווייניגער פון פיר אמות מעג מען טראגן. לויט דעם איז שווער, פארוואס האבן חז"ל מורא געהאט אז דער עם הארץ וואס דערמאנט זיך יום טוב אינדערפרי זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שאקלען לולב וועט שפרינגען פיר אמות מיט זיין לולב, וואספארא מין חשש איז דאס?

דארט אין סוכה פרעגט רש"י פארוואס זאגט מען שמא יעברנו ד' אמות און נישט שמא יוציאנו מרשות היחיד לרשות הרבים? און רש"י ענטפערט אז ביי הוצאה איז אסאך מאל נישטא קיין עקירה לשם הוצאה, אבער ד' אמות איז אייביג דא.

לויט בן עזאי אז מהלך כעומד, איז נישטא קיין פטור פין עקירה לשם הוצאה, ווייל יעדעס רגע ווערט א פרישע עקירה און הנחה, אויב אזוי איז די חשש שמא יוציאנו, און טאקע נישט שמא יעברנו, ודו"ק.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 3:28 pm#457356
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:[mention]רביה''ק זי''ע [/mention] די אלע תורות פון "חדש אסור מן התורה", און "זאת התורה לא תהא מוחלפת" זענען נאר בבחינת אמונות הכרחיות.

די האסט א מקור פון א ראשון וואס שרייבט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת איז נאר אמונה הכרחית אדער ס'איז אייגענץ?
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:16 pm#457367
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:[mention]רביה''ק זי''ע [/mention] די צוהסט שוין אביסעל איבער די שטריקעל. ח״ו זאלסטו נישט מיינען אז די צוהסט איבער מיט וואס די זאגסט/שרייבסט, די צוהסט איבער דעם שטריקעל וויאזוי די. שרייבסט.
קודם פאר אן הקדמה לארמיר אראפ לייגן אן הנחה אז ווען די האסט א געפעפערטע קשיא וואס ממש עס האט נישט אין דיין מח קיין שום פארשטאנד וואזוי דאס קען זיין און פארוואס דאס אזוי אדער אזי, מיינט נאך נישט אז די עקזיסטענס פון די זאך איז נישטא.

1. איך ווייס אז איך ציה איבער, און בעיקרון האב איך זייער נישט ליעב אויפצודעקן די אמת ווילאנג מ'קען לעבן מיט די שקר. די זאך איז נאר אז ס'דא דא אפאר עקשנים וואס ווילן נישט פארשטיין קיין רמזים דארף מען מיט זיי רעדן ברחל ביתך הנאקעטע, אנדערש גייט עס נישט.

2. איך פרעג נישט קיין קשיות, איך זאג נאר פשוט פשט אין די סוגיא, איך לייג עס נאר אראפ באופן קשיא ותירוץ שטערקער ארויסצוברענגען די נקודה. איך וואלט טאקע געקענט אנפאנגען גלייך מיט די פשט און פארלערנען א דף היומי שיעור: "שטייט אין ירושלמי.... פאר טויזענטער יארן האבן אידן מקפיד געווען אויף דעם איסור דאורייתא... איז געקומען רב פלוני און געזאגט אז ס'פעלט מער נישט אויס... די זאך איז נאר אז ווען איך וואלט געשריבן אויף יענעם אופן וואלט עס נישט אזוי אריין אין קאפ.

3. לגבי וואס אנדערע דא טענה'ן אז דאס שמעקט פון רעפארם, האלטס אייך רואיג ווייל ס'קומט נאך אפאר אזעלכע שטיקלעך. איך האב שוין געפרעגט די קשיא פון אפאר רבנים און תלמידי חכמים, אלע האבן געדרייט מיט די צונג אבער די מכוון איז געווען די זעלבע, יא, ס'שמעקט טאקע פון רעפארם, נישט נאר וואס ס'שמעקט פון רעפארם ס'שמעקט פון ארטאדאקס אויך... אזוי האבן רבנים אין אלע דורות גע'פסק'נט נאך פאר די רעפארמער, די חילוק צווישן רעפארם און ארטאדאקס איז נאר אויף די אופן ווי מ'זאגט עס, קיינער האט אבער נישט מורא פון טשעפען מיט די תורה. די אלע תורות פון "חדש אסור מן התורה", און "זאת התורה לא תהא מוחלפת" זענען נאר בבחינת אמונות הכרחיות.
טענה בחטה והודה לו בשעורים.
די שפרינגסט אהין און צוריק אן א סדר. (איך וועל שוין צוריק קומען צו דעם אין די נומער 3 סעקשאן)

1. מען דארף נישט און מען טאר נישט לעבן מיטן שקר קיינמאל, און מען דארף קוקען די אמת אין פנים אריין ריגארדלעס וואס דער אמת איז. (אבער וויסען צו עס איז אמת אדער דזשאסט פריקת עול)

2. די זאגסט פשט אין די סגיא כאילו די האסט ארויס די סגיא אין די צייט וואס עס זעהט אויס אז די חז״ל זענען למעלה מהשגותיך, די פארשטייסט פשוט נישט די אפערעשאן ווי אזוי עס ארבעט. הוא מותב והוא מפרך על דרך שלא אפשר געהאקט פשוט אין טשייניק, אריין געלייגט ווערטער אין די חז״ל וואס איז לא דובים ולא יער, עס איז בכלל נישט געזאגט געווארן. דאס וועל איך נישט באטאנען יעצט. (איך בין נישט געקומען דא לערנען, ווען יא זיץ איך אין עפעס אן הכל התורה פון א שיינער באקוועמער שוהל און איך לערן דארט)

3. דא שפרינגסטו ווי א צעווילדערוועטער קאץ. עס זעהט אויס ווי בהחלט האסטו מחליט געווען צו נייגן אז די חז״ל זענען די זעלבע מענטשען ווי די, זיי טוישן זייער מיינד און טראכטן פונקט ווי די ווענד זיך אין די גיסטע זיי האבן זיך געפונען, זיי נעמען די חמשה חמשה תורה און מבטל לפי דעתם סתם ווייל אן אויבער חכם איז געווען א בעל תאוה און נישט געקענט זיך איינהאלטן פון טראגעם חוץ לעירוב.
און דאן זאגסטו שאינו מן הענין אז איך זאל זיך האלטן רואיג ווייל דיין רעפארמישער אגענדע גייסטו דא ארויס ברענגען אגרעסיוו.

און נאך דעם ווייטער אינו מן הענין, די האסט געפרעגט רבנים, זיי האבן געדרייט מיט צינג, דערפאר וועל איך זיין א רעפארם תלמדיסט. מאן יאמר אז די רבנים וואס די האסט געפרעגט זענען טופזינונג און פארשטייען יא, זיי זענען מקיים דעם תמים תיהיה אם השם. זיי ווייסען נאר די טריקענע הלכות מיטהדי לומדות ארום אבער זענען נישט אויסגעקאכט אין תורת הנפש וכונה, און זיי האבן בכלל נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צו מטפל זיין מיט קשיות תפילות וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס, ווי א יעדעס קליין אינגעל וואלט געזאגט, דאס קומט פום אנגעוויטוגטקייט עס האט נישט קיין שייכות מיט ריאלעטעט. ענדערש גיי צו א פיסכיאטער אדער פיסכילאג צו ארויס נעמען דיין אינערלעכער ווייטאג וואס די האסט ערגעץ ווי איינגעקויפט און דיינע לעבנס יארן.

פון פאראגראף 3 וועלן מיר צוטיילן אויף אפאר פאראגראפן פשוט אויס צו גראדן די טענץ.

וואס איז די סטראשע אז עס קומט נאך אזעלעכע שטיקלעך, די שרייבסט דאך געוואלדיג, דיינע ווערטער זענען פערל רייד, איך בין מאמין באמונה שלימה אז די וועסט מאכן א פאול צו זאלסט שרייבן צו נישט, וועסטו האבן 99.99% שטיצע ווייטער צו שרייבן א יעדער איז זייער רואיג.

אסער ווען די רבנים זענען נישט עומק לסוף דברים של חז״ל מיינט נאך נישט אז די חז״ל זענען געווען חדר אינגלעך ווי די שרייבסט אז ר״ל האט געבאקען אן הלכה.

ר״ל האט געהאט א שיטה וואס זענען מחולק מיט אסאך פון זיינע חז״ל קאלעגען, אזוי ווי להבדיל ווינער רב, מיט מקאה יחזקאל קריגעם זיך צו די עירןב אין ב״פ אדער אין ווילי איז יא, אדער נישט כשר להבדיל אלף אלפי הבדלות.
ר״ל האט גענומען די מיה לסבר את האוזן וואס עס פשט פארוואס ער האלט ווי אזוי ער האלט.
די אנדערע אמוראים האבן נישט אזוי געהאלטן, בערג און טאלן נעמען נישט אוועק א מציאות פון ר״ה און ע״כ האבן זיי געהאלטן אז נען טאר נישט טראגן מדאורייתא און עס האט נישט א דין ווי א כרמלית. ועוד ועוד וכ״ו

יעצט אין די פריערדיגע תגובה (איך ווייס נישט וויאזוי מען ציטירט פונעם פוין, אבער די וואס האלטן מיט ווייסען פון וואס איך רעד) האסטו ארונטער געריסען די חז״ל פארן מבטל זיין נעניעים פון לולב ואתרוג וועגן איין ע״ה. דאס איז טאקע דער פאל דארט ווי די חז״ל האבן געדארשענט אז מען טארנישט טראגען אפי עס איז נאר דא איין ע״ה, אבער אזוי ווי די שרייבסט זאת התורה לא תהא מחלפת, טאקע דערפאר האבן די חכמים מבטל געווען א מצות עשה כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף הוצאה, און נישט נאר אין ביהמ״ק נאר לדורות עולם, ווען סוכות וועט געפאלן אין שבת זאלסטו וויסען אז מען טאר נישט עובר זיין אןיף א לא תעשה פאר אן עשה. איז נישט פשט אז א נייע הלכה האט זיך געבויט. נאר די חז״ל זענען אונז מודיע אז א לא תעשה קען נישט מבטל זיין אן עשה ריגארדלעס צו עס איין מענטש אן ע״ה צו א גאנצער עדה. און נאך מער א לא תעשה פון איין מענטש איז שטערקער פון אן עשה פון א גאנצער ציבור. כדי להורות לרבים.
ווען די סערקומסטענסעס שטעלן זיך אויס אנדערש, און מיט כח בית דין (הגדול שבירושלים)האט מען געקענט מבטל זיין אן עשה כדי נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה.

בדרך אגב היינט וואלט מען ווען אויך געקענט מאכן גזירות און הלכות ווען מיר האבן די בית הגדול שבירושלים. דאס אז די היינטיגע רבנים זענען נישט מבטל, אדער קריעטן א פרישער דין איז פשוט ווייל עס איז נישטא במציאות די כוחות (פונקט ווי דער מציאות אז דער ביהמ״ק איז נישטא) פון א רבנישער אוטעריטעט וואס זאל זיך פאראייניגן אונטער א נשיאות פון א נשיא און דן זיין נייע הלכות אדער בטילות.
פארוואס די מציאות איז אזוי קען מען דן זיין.

די וועד ארבעה הארצות האבן יא גוזר געווען הלכות, מיט חרמים וואס איז געווארן אן הלכה ביי די אלטוועלטליכער אשכנזישע אידענטום אזוי ווי בימי חז״ל, אזוי ווי ווען עס איז געווארן אפגעטיילט ירושלמי פון בבלי, האבן נישט די בבליים אנגענומען אלעס וואס מען האט מתקן געווען אין א״י, די זעלבע האבן די ספרדישע אידענטום נישט אנגענומען אלעס וואס די אשכנזישע ראבינאט האט גוזר געווען מיט נייע הלכות ואכמ״ל.

והמבין יבין, והכסיל לא יבין את זאת.

ר׳ נחמן זי״ע שרייבט, קשיא איז ר״ת ״שמע ה׳ קולי אקרא״ אז די פארשטייסט נישט קום נישט צו קיין מסקנות תעתיעים, נאר רייס איין ביים אל חי׳ ער זאל דיר חונן דעת זיין, זאלסט יא קענען קומען צום ריכטיגער דעת און פארשטיין די טיפקייט פונעם חז״ל
ואידך פרישא זול גמור.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:31 pm#457414
ט"ו באב און די חילוק צווישן רש"י און רשב"ם
צווישן די פירושים פון די ראשונים אויפ'ן תורה זענען דא פון אלע מינים, ס'דא וואס לערנען מער פשוט פשט אין פסוק, ס'דא וואס לערנען מער לויט די מדרשים און לערנען פשט אנדערש ווי די פשטות. צו די צוויי עקסטערעמען זענען דא די מדרש'דיגע פירוש פון רש"י אויף איין זייט, און די פשוט'ע גראדע פירוש פון זיין אייניקל דער רשב"ם פון דער צווייטער זייט. מאנכע קוקן עס אן כאילו רש"י איז געווען מער ארטדאקסיש געשטימט, ער זאגט נישט קיין זאכן אנדערש ווי חז"ל, איהם איז נישט אזוי וויכטיג אז די פסוק זאל שטימען ווילאנג חז"ל קומען ארויס גערעכט. דער רשב"ם ווידער איז מער א רעפארמער סארט, האט נישט קיין שום פראבלעם זיך צו דינגען מיט חז"ל, ער לערנט פשוט אפ וואס שטייט אין פסוק און געגאנגען ווייטער. איך וויל דא אבער פארלייגן גאר א צווייטער וועג וויאזוי עס אנצוקוקן, אבער קודם אן הקדמה:

ס'שטייט אין גמרא מסכת תענית דף ל: אז ס'נישט געווען אזעלכע פרייליכע ימים טובים פאר די אידן ווי יום כיפור און חמשה עשר באב, וואס אין די טעג פלעגן די אידישע מיידלעך גיין טאנצען צווישן די וויינגערטנער מיט ווייסע קליידער און די בחורים האבן זיך צוגעקוקט און זיך אויסגעקליבן די מיידל וואס איז זיי געפעלן. פרעגט די גמרא, מילא יום כיפור איז א גרויסע יום טוב ווייל דער באשעפער איז מוחל די עבירות, וואס איז אבער די גרויסקייט פון ט"ו באב? וואס איז געשעהן אין דעם טאג? ענטפערט די גמרא אז אין דעם טאג האט מען מתיר געווען צו חתונה האבן מיט פרויען פון אן אנדערן שבט.

וואס איז געווען די איסור? ס'שטייט אין חומש במדבר קאפיטל ל"ו, אז ס'געווען א איד וואס האט געהייסן צלפחד בן חפר פון שבט מנשה בן יוסף וואס איז געשטארבן אין מדבר איבערלאזענדיג פינעף מיידלעך, און וויבאלד די הלכה איז אז א מענטש וואס שטארבט אן זיהן גייט זיין ירושה אריבער צו זיינע טעכטער זענען די ראשי משפחות פון שבט מנשה געקומען צו משה רבינו מיט א טענה. ווען מ'גייט אנקומען צו ארץ ישראל און צוטיילן דאס לאנד צווישן די שבטים, און צלפחד'ס טעכטער וועלן אויך באקומען א שטיקל לאנד, און נאכדעם וועלן זיי גיין חתונה האבן מיט מענער פון אנדערע שבטים, און ווען די טעכטער פון צלפחד וועלן שטארבן וועט זייער שטיקל לאנד אריבערגיין צו זייערע קינדער וואס וועלן זיין פון אן אנדערע שבט, וועט דאך אויסקומען אז די חלק פון שבט מנשה וועט קלענער ווערן! וואו איז די יושר? לכבוד דעם האט דער באשעפער באפוילן פאר משה רבינו א נייע מצוה, אז אויב א מענטש שטארבט אן זיהן און זיינע טעכטער ירש'נען איהם מעגן די טעכטער נאר חתונה האבן מיט מענער פון זייער שבט. און אזוי איז טאקע געווען, צלפחד'ס טעכטער האבן חתונה געהאט מיט זייערע קאזינס, די חלק פון שבט מנשה איז געבליבן גאנץ, און יעדער איז ארויס צופרידן.

אין א געוויסע יאר אין דעם פופצענטען אין חודש אב האבן זיך די חכמים צאמגעזעצט אז מ'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. ווילאנג די שבטים האבן געלעבט אפגעטיילט יעדער פאר זיך האט זיך דער איסור פיין אויסגעארבעט, מ'האט נישט געהאט צופיל שייכות איינער מיט'ן צווייטן און מ'האט זיך נאר משדך געווען צווישן זיך. לעצטנס אבער איז דער עולם זיך צעוואקסן, די אלע ליידיגע פעלדער וואס פלעגן זיין צווישן איין שבט'ס לאנד און דעם צווייטן זענען שוין פונלאנג באוואוינט, מ'לעבט מער צוזאמען מיט מענטשן פון אנדערע שבטים, מ'באקענט זיך מער מיט אנדערע שבטים. אין רעזולטאט מאכט זיך אז מיידלעך פארליבן זיך אין בחורים פון אנדערע שבטים אבער זיי קענען נישט חתונה האבן מיט זיי, זיי זיצן אינדערהיים באוויינען זייער מצב, באנצען זייערע קישענעס יעדע נאכט, און קענען נישט מער אנגיין מיט'ן לעבן. האבן די חכמים גע'עפנט א חומש און מ'האט געטראפן א היתר, ס'שטייט אין פסוק "זה הדבר אשר ציוה השם לבנות צלפחד", האבן די חכמים גע'דרש'נט און געשפילט מיט די ווערטער "זה הדבר" און געטייטשט אזוי "דבר זה לא יהא נוהג אלא בדור הזה" - די מצוה זאל נאר אנגיין אין דעם דור, און אזוי האט מען מתיר געווען דעם איסור. איי לויט דעם קומט דאך אויס אז פאר הונדערטער יארן האט מען זיך געמוטשעט פאר גארנישט? און בכלל, אויב ס'איז אמת אז דאס האט טאקע די פסוק געמיינט וואלט דאך משה רבינו עס געזאגט פאר'ן עולם שוין דעמאלטס, ווי קענען אונז לערנען אנדערש פשט אין פסוק ווי משה רבינו וואס האט עס געהערט פונעם הייליגן באשעפער אליינס? אבער דער עולם פרעגט נישט קיין קשיות, מ'פריידט זיך אז מ'איז פטור געווארן פון דעם אנשיקעניש און מ'קען גיין ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן אומגעשטערט. די חכמים זענען געווען אזוי פרייליך מיט דעם היתר, און אז מ'האט געטראפן א וועג צו העלפן די צובראכענע מיידלעך, אז מ'האט דעם טאג אוועקגעשטעלט אלס א יום טוב. אזוי לערנט רש"י און דער לבוש אין או"ח סימן תק"פ.

אין מסכת בבא בתרא איז דא די זעלבע גמרא, דארט האט רש"י נישט געשריבן קיין פירוש, אונז האבן אבער דארט די פירוש פונעם רשב"ם, ער לערנט אינגאנצן אנדערש. לויט דער רשב"ם האט מען אלץ געוואוסט אז די איסור גייט נאר אן פאר די דור וואס האט איינגענומען ארץ ישראל, די זאך וואס איז געשעהן אין ט"ו באב איז פשוט אז אין יענעם טאג איז דער לעצטער מענטש פון יענעם דור געשטארבן און אזוי איז די איסור מותר געווארן פון זיך אליינס.

דא זעען מיר א פארקערטע מעשה, דער ארטאדאסישער רש"י וואס אין חומש איז ער דער וואס וועט פארדרייען פשט אין פסוק אבי ס'זאל שטימען מיט די מסורה לערנט דא די רעפארמער פשט אז די חכמים האבן געטוישט די תורה ווייל ס'שטימט בעסער אין די טעקסט, ווידער דער אויפגעקלערטער רשב"ם איז דער וואס פארדרייט פשט אין גמרא און פארטיידיגט די מסורה און זאגט אז מ'האט גארנישט געטוישט, זאת התורה לא תהא מוחלפת שרייט ער, וואס איז דא געשעהן?

נאר פשט איז אזוי, דער רשב"ם האט אזא שיטה אז מ'קען אלעס פארשטיין מיט די אייגענע שכל, אין חומש איז ער טאקע אלץ פארנומען צו פארשטיין די פסוק אליינס אן די הילף פון חז"ל, האט ער דא געהאט א קשיא ווי קען זיין אז חז"ל האבן געטוישט די תורה? און אויב האבן חז"ל געמעגט טוישן פון די תורה פארוואס טארן אונז נישט טוישן פון חז"ל? דערפאר האט ער געדארפט לערנען א קרומע פשט אז די הלכה איז געקומען פאר"ן דרש. רש"י אבער האלט אז מ'דארף נישט פארשטיין אלעס, מ'דארף נאר נאכגיין די חכמים, אז די חכמים פארדרייען פשט אין א פסוק וועל איך לערנען די פארדרייטע פשט, און אז חז"ל זאגן אונז קלאר אז זיי האבן געטוישט פון די תורה גלייב איך זיי אז זיי האבן געטוישט! איי ס'מאכט דיר קאמפלעקסעס? די פאקטן קימערן זיך נישט מיט דיינע קאמפלעקסעס! אז דו ווילסט נישט פאלגן חז"ל, פאלג נישט! פארדריי אבער נישט קיין פשט וועגן דיינע קאמפלעקסעס.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:33 pm#457415

ר״ל האט געהאט א שיטה וואס זענען מחולק מיט אסאך פון זיינע חז״ל קאלעגען, אזוי ווי להבדיל ווינער רב, מיט מקאה יחזקאל קריגעם זיך צו די עירןב אין ב״פ אדער אין ווילי איז יא, אדער נישט כשר להבדיל אלף אלפי הבדלות.

וואס איז דער להבדיל און וואס איז דער דמיון?

דער שיטה פון ר"ל קען מען נישט מסביר זיין מיט פשטות, ווייל עס הייבט נישט אהן צו שטומען מיט דער כלל אז די מלאכות זענען געוועהן אין משכן, און מען מוז אנהייבן זאגן תורה אז וויבאלט זיי האבן געהאט דער ענן וואס האט אויסגעגליכן אלע וועגן איז עס געוועהן מפולש, און מען זעהט אז עס עפעס האט געשטיפט פאר ר'"ל עוקר צו זיין דער מלאכה פין הוצאה. ווי אויך זעהט מען עס ביי אסאך ראשונים און אחרונים ביז די גאר לעצטיגע ווי איך האב צוגעוויזען דער ערוך השלחן און דער חזון איש.

עפעס זאגט ער דא דער רביה"ק.

אויב האסטו נישט ליב זיין סגנון, פיין, אבער פראביר נישט אנצושרייבען גאנצע מגילות וואס מאכט נישט קיין סענס, און תורות פון ר' נחמן וואס זענען כאילו אויף דיין זייט.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:29 pm#457419
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צווישן די פירושים פון די ראשונים אויפ'ן תורה זענען דא פון אלע מינים, ס'דא וואס לערנען מער פשוט פשט אין פסוק, ס'דא וואס לערנען מער לויט די מדרשים און לערנען פשט אנדערש ווי די פשטות. צו די צוויי עקסטערעמען זענען דא די מדרש'דיגע פירוש פון רש"י אויף איין זייט, און די פשוט'ע גראדע פירוש פון זיין אייניקל דער רשב"ם פון דער צווייטער זייט. מאנכע קוקן עס אן כאילו רש"י איז געווען מער ארטדאקסיש געשטימט, ער זאגט נישט קיין זאכן אנדערש ווי חז"ל, איהם איז נישט אזוי וויכטיג אז די פסוק זאל שטימען ווילאנג חז"ל קומען ארויס גערעכט. דער רשב"ם ווידער איז מער א רעפארמער סארט, האט נישט קיין שום פראבלעם זיך צו דינגען מיט חז"ל, ער לערנט פשוט אפ וואס שטייט אין פסוק און געגאנגען ווייטער. איך וויל דא אבער פארלייגן גאר א צווייטער וועג וויאזוי עס אנצוקוקן, אבער קודם אן הקדמה:

ס'שטייט אין גמרא מסכת תענית דף ל: אז ס'נישט געווען אזעלכע פרייליכע ימים טובים פאר די אידן ווי יום כיפור און חמשה עשר באב, וואס אין די טעג פלעגן די אידישע מיידלעך גיין טאנצען צווישן די וויינגערטנער מיט ווייסע קליידער און די בחורים האבן זיך צוגעקוקט און זיך אויסגעקליבן די מיידל וואס איז זיי געפעלן. פרעגט די גמרא, מילא יום כיפור איז א גרויסע יום טוב ווייל דער באשעפער איז מוחל די עבירות, וואס איז אבער די גרויסקייט פון ט"ו באב? וואס איז געשעהן אין דעם טאג? ענטפערט די גמרא אז אין דעם טאג האט מען מתיר געווען צו חתונה האבן מיט פרויען פון אן אנדערן שבט.

וואס איז געווען די איסור? ס'שטייט אין חומש במדבר קאפיטל ל"ו, אז ס'געווען א איד וואס האט געהייסן צלפחד בן חפר פון שבט מנשה בן יוסף וואס איז געשטארבן אין מדבר איבערלאזענדיג פינעף מיידלעך, און וויבאלד די הלכה איז אז א מענטש וואס שטארבט אן זיהן גייט זיין ירושה אריבער צו זיינע טעכטער זענען די ראשי משפחות פון שבט מנשה געקומען צו משה רבינו מיט א טענה. ווען מ'גייט אנקומען צו ארץ ישראל און צוטיילן דאס לאנד צווישן די שבטים, און צלפחד'ס טעכטער וועלן אויך באקומען א שטיקל לאנד, און נאכדעם וועלן זיי גיין חתונה האבן מיט מענער פון אנדערע שבטים, און ווען די טעכטער פון צלפחד וועלן שטארבן וועט זייער שטיקל לאנד אריבערגיין צו זייערע קינדער וואס וועלן זיין פון אן אנדערע שבט, וועט דאך אויסקומען אז די חלק פון שבט מנשה וועט קלענער ווערן! וואו איז די יושר? לכבוד דעם האט דער באשעפער באפוילן פאר משה רבינו א נייע מצוה, אז אויב א מענטש שטארבט אן זיהן און זיינע טעכטער ירש'נען איהם מעגן די טעכטער נאר חתונה האבן מיט מענער פון זייער שבט. און אזוי איז טאקע געווען, צלפחד'ס טעכטער האבן חתונה געהאט מיט זייערע קאזינס, די חלק פון שבט מנשה איז געבליבן גאנץ, און יעדער איז ארויס צופרידן.

אין א געוויסע יאר אין דעם פופצענטען אין חודש אב האבן זיך די חכמים צאמגעזעצט אז מ'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, מיידלעך פארליבן זיך אין בחורים פון אנדערע שבטים און זיי קענען נישט חתונה האבן מיט זיי, זיי זיצן אינדערהיים באוויינען זייער מצב, באנצעצן זייערע קישענעס יעדע נאכט, און קענען נישט מער אנגיין מיט'ן לעבן. האבן די חכמים גע'עפנט א חומש און מ'האט געטראפן א היתר, ס'שטייט אין פסוק "זה הדבר אשר ציוה השם לבנות צלפחד", האבן די חכמים גע'דרש'נט און געשפילט מיט די ווערטער "זה הדבר" און געטייטשט אזוי "דבר זה לא יהא נוהג אלא בדור הזה" - די מצוה זאל נאר אנגיין אין דעם דור, און אזוי האט מען מתיר געווען דעם איסור. די חכמים זענען געווען אזוי פרייליך מיט דעם היתר, און אז מ'האט געטראפן א וועג צו העלפן די צובראכענע מיידלעך, אז מ'האט דעם טאג אוועקגעשטעלט אלס א יום טוב. אזוי לערנט רש"י און דער לבוש אין או"ח סימן תק"פ.

אין מסכת בבא בתרא איז דא די זעלבע גמרא, דארט האט רש"י נישט געשריבן קיין פירוש, אונז האבן אבער דארט די פירוש פונעם רשב"ם, ער לערנט אינגאנצן אנדערש. לויט דער רשב"ם האט מען אלץ געוואוסט אז די איסור גייט נאר אן פאר די דור וואס האט איינגענומען ארץ ישראל, די זאך וואס איז געשעהן אין ט"ו באב איז פשוט אז אין יענעם טאג איז דער לעצטער מענטש פון יענעם דור געשטארבן און אזוי איז די איסור מותר געווארן פון זיך אליינס.

דא זעען מיר א פארקערטע מעשה, דער ארטאדאסישער רש"י וואס אין חומש איז ער דער וואס וועט פארדרייען פשט אין פסוק אבי ס'זאל שטימען מיט די מסורה לערנט דא די רעפארמער פשט אז די חכמים האבן געטוישט די תורה ווייל ס'שטימט בעסער אין די טעקסט, ווידער דער אויפגעקלערטער רשב"ם איז דער וואס פארדרייט פשט אין גמרא און פארטיידיגט די מסורה און זאגט אז מ'האט גארנישט געטוישט, זאת התורה לא תהא מוחלפת שרייט ער, וואס איז דא געשעהן?

נאר פשט איז אזוי, דער רשב"ם האט אזא שיטה אז מ'קען אלעס פארשטיין מיט די אייגענע שכל, אין חומש איז ער טאקע אלץ פארנומען צו פארשטיין די פסוק אליינס אן די הילף פון חז"ל, האט ער דא געהאט א קשיא ווי קען זיין אז חז"ל האבן געטוישט די תורה? און אויב האבן חז"ל געמעגט טוישן פון די תורה פארוואס טארן אונז נישט טוישן פון חז"ל? דערפאר האט ער געדארפט לערנען א קרומע פשט אז די הלכה איז געקומען פאר"ן דרש. רש"י אבער האלט אז מ'דארף נישט פארשטיין אלעס, מ'דארף נאר נאכגיין די חכמים, אז די חכמים פארדרייען פשט אין א פסוק וועל איך לערנען די פארדרייטע פשט, און אז חז"ל זאגן אונז קלאר אז זיי האבן געטוישט פון די תורה גלייב איך זיי אז זיי האבן געטוישט! איי ס'מאכט דיר קאמפלעקסעס? די פאקטן קימערן זיך נישט מיט דיינע קאמפלעקסעס! אז דו ווילסט נישט פאלגן חז"ל, פאלג נישט! פארדריי אבער נישט קיין פשט וועגן דיינע קאמפלעקסעס.
די ארטיקעל באקומט א לייק, זייער זייער א שיינער ארבעט. במשך פון די נאכט ווהל איך דאס א דורך טוהן און נאכאמאל זעהן וואס דארט שטייט מילה ביי מילה און ציטירן בינו לבינו דזשומען מיר אין קאפ צו עפענען א נייעם אשכול און א גאנצער אנדערע נושא. מיר וועלן דא צוריק זיין שארטלי.

פאלגט נאך די נייע נושא:
וואס וועל איך וואס וויל זי, וואס באקום איך, וואס באקומט זו, וואס געבט זי, וואס געב איך.

ווען די ארטיקעל וועט זיין פארטיג וועלן מיר זיך בעז״ה צוריק קערן. להתראות.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:21 am#457431
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אבער מען מוז צולייגען נאך א נקודה, אז ווען מען לייגט א צורת הפתח אויף א רשות הרבים דאורייתא, ווערט עס א דרבנן, מען טאר נישט מאכן א עירוב, אבער עס איז נאר מדרבנן. ממילא די אלע קולות שפילען זיך נישט מיט א דאורייתא סיי ווי.

האט דאס יא א מקור אין גמרא אדער גייט דאס אויך אריין אינעם פשט'ל...?

דו ווייסט?!?
האסט דאך דארך געטון די סיגיא
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 5:49 am#457442
עס שטייט אין ערוך השלחן. אבער איך בין זיכער עס שטייט אין נאך פלעצער. וואס איז די גרויסע חידוש?

m https://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%A2 ... %A3_%D7%90 m
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 8:12 am#457443
אין מסכת בבא בתרא איז דא די זעלבע גמרא, דארט האט רש"י נישט געשריבן קיין פירוש, אונז האבן אבער דארט די פירוש פונעם רשב"ם, ער לערנט אינגאנצן אנדערש. לויט דער רשב"ם האט מען אלץ געוואוסט אז די איס
ור גייט נאר אן פאר די דור וואס האט איינגענומען ארץ ישראל, די זאך וואס איז געשעהן אין ט"ו באב איז פשוט אז אין יענעם טאג איז דער לעצטער מענטש פון יענעם דור געשטארבן און אזוי איז די איסור מותר געווארן פון זיך אליינס.

איך האב נאכגעקוקט דער רשב"ם איך זעה נישט פין ווי די נעמסט דאס.

לבא זה בזה - שהותרו הסבת נחלה שפסק אותו דור של באי הארץ שנאסר להם הסבת נחלה והשתא מיהא אם נשתיירו עדיין בני אדם שהיו באותו הדור אכתי באיסורייהו קיימי אבל שאר בני אדם שלא היו באותו הדור מותרין

דאס איז אמת לויט יעדען, ווייל דער דרש איז זה הדבר, לדור זה. ווי זעהסט די אז מען האט עס אייביג געוויסט. די ביסט מדייק אז דער יו"ט איז ווייל דער דור האט זיך געענדיקט, אבער עס איז נישט מוכרח. און אפילו לויט רש"י איז עס געבליבען אסור פאר מענטשן פין יענער דור.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:07 am#457447
ATUB @אישתישבי ATUB : רש"י אין תענית ל: זאגט קלאר אז ס'איז צוגעגאנגען מיט אן "עמדו והתירו", מ'האט געדארפט מאכן אן החלטה צו מאכן א נייע דרש כדי עס מתיר צו זיין. קוק אויך אין די לבוש וואס כ'האב צוגעצייכענט וואו זיין לשון איז "ופעם אחד בחמשה עשר באב נתאספו חכמי ישראל ומצאו קרא ודרשו והתירו הדבר... עיין שם באריכות. דאס הייסט אז אויב די ישיבת בית דין וואס האט געמאכט דעם נייעם דרש איז געווען אין יאר תש"פ איז די איסור פון הסבת נחלות נישט מותר געווארן ביז'ן יאר תש"פ, און ווען נישט וואס מ'איז מחליט דאס מתיר צו זיין וואלט עס ווייטער געבליבן אסור. דער רשב"ם ווידער איז זייער קלאר, מ'האט נישט געמאכט קיין נייע דרשות, ס'איז פשוט א הלכה וואס איז אראפגעקומען מסיני צוזאמען מיט די גאנצע תורה, happens to be אז יענע דור איז אויסגעשטארבן אין ט"ו באב.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:41 am#457449
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@אישתישבי: רש"י אין תענית ל: זאגט קלאר אז ס'איז צוגעגאנגען מיט אן "עמדו והתירו", מ'האט געדארפט מאכן אן החלטה צו מאכן א נייע דרש כדי עס מתיר צו זיין. קוק אויך אין די לבוש וואס כ'האב צוגעצייכענט וואו זיין לשון איז "ופעם אחד בחמשה עשר באב נתאספו חכמי ישראל ומצאו קרא ודרשו והתירו הדבר... עיין שם באריכות. דאס הייסט אז אויב די ישיבת בית דין וואס האט געמאכט דעם נייעם דרש איז געווען אין יאר תש"פ איז די איסור פון הסבת נחלות נישט מותר געווארן ביז'ן יאר תש"פ, און ווען נישט וואס מ'איז מחליט דאס מתיר צו זיין וואלט עס ווייטער געבליבן אסור. דער רשב"ם ווידער איז זייער קלאר, מ'האט נישט געמאכט קיין נייע דרשות, ס'איז פשוט א הלכה וואס איז אראפגעקומען מסיני צוזאמען מיט די גאנצע תורה, happens to be אז יענע דור איז אויסגעשטארבן אין ט"ו באב.

וועלכע ווערטער וואס דער רשב"ם זאגט איז נישט אמת לויט רש"י?
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:17 am#457450
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס הייסט אז אויב די ישיבת בית דין וואס האט געמאכט דעם נייעם דרש איז געווען אין יאר תש"פ איז די איסור פון הסבת נחלות נישט מותר געווארן ביז'ן יאר תש"פ

זיכער אזוי!

אמאל איז אויך דא וואס ס'האט געקענט זיין א מחלוקה צווישען די ב"ד משבט לשבט און פאר איין שבט איז דאס מן התורה געווען מותר און פאר די צווייטע אסור! ווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר זיינע קינדער
ביז וואלאנג ב"ד הגדול שבירשלים האט געפאסקענט

איך ווארט נאך צי זען די ראיה אז זיי האבן זיך אליין גענימען די כח
ס'קימט באלד? די לבוש שרייבט זיי האבן זיך דאס אליין גענימען?
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:50 pm#457459
דער מן התורה מיינסטו אוודאי לא תסור.

און וואס איז דער חידוש? און ווי אזוי קומט עס אהער?
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 5:24 pm#457475
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע ווערטער וואס דער רשב"ם זאגט איז נישט אמת לויט רש"י?

אז די דור פון די באי הארץ האבן געענדיגט שטארבן אום ט"ו באב, ס'קען זיין אז ס'איז סתם אזוי אמת, אבער נישט דאס איז וואס די גמרא זאגט.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:30 pm#457502
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע ווערטער וואס דער רשב"ם זאגט איז נישט אמת לויט רש"י?

אז די דור פון די באי הארץ האבן געענדיגט שטארבן אום ט"ו באב, ס'קען זיין אז ס'איז סתם אזוי אמת, אבער נישט דאס איז וואס די גמרא זאגט.

דער רשב*ם זאגט עס נישט. ער זאגט אז איינמאל זיי זענען געשטארבן האבן זיי געמעגט חתונה האבן, און דאס איז אמת לויט רש"י אויך. איך זעה נישט אז דער רשב"ם זאל זאגן אז זיי האבן געענדיגט שטארבן אין ט"ו באב.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:48 pm#457504
אישתישבי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע ווערטער וואס דער רשב"ם זאגט איז נישט אמת לויט רש"י?

אז די דור פון די באי הארץ האבן געענדיגט שטארבן אום ט"ו באב, ס'קען זיין אז ס'איז סתם אזוי אמת, אבער נישט דאס איז וואס די גמרא זאגט.

דער רשב*ם זאגט עס נישט. ער זאגט אז איינמאל זיי זענען געשטארבן האבן זיי געמעגט חתונה האבן, און דאס איז אמת לויט רש"י אויך. איך זעה נישט אז דער רשב"ם זאל זאגן אז זיי האבן געענדיגט שטארבן אין ט"ו באב.

נישט נאר זאגט דאס נישט דער רשב*ם נאר ער איז עס אויך שולל
והשתא מיהא אם נשתיירו עדיין בני אדם שהיו באותו הדור אכתי באיסורייהו קיימי אבל שאר בני אדם שלא היו באותו הדור מותרין
ויש מפרשים יום שהותרו שבטים שהרי בט"ו באב כלו מתי מדבר כדלקמן וטעות הוא בידם

#אויבערפלעכלעך_עז_יאזעל
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:02 pm#457539
מיינונגזאגער האט געשריבן:טאקע דערפאר האבן די חכמים מבטל געווען א מצות עשה כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף הוצאה, און נישט נאר אין ביהמ״ק נאר לדורות עולם, ווען סוכות וועט געפאלן אין שבת זאלסטו וויסען אז מען טאר נישט עובר זיין אןיף א לא תעשה פאר אן עשה.

Sent from my iPhone using Tapatalk

סתם פאר די פוקליכקייט פון די זאך, און ביהמ"ק האט מען יא גענומען ד' מינים שבת
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 6:11 pm#457566
די גמרא דארט פרובירט טאקע צו פארענטפערן א סתירה צווישן צוויי ברייתות, וואס אין איין ברייתא שטייט אז מ'שאקעלט יא אום שבת און אין א צווייטער שטייט אז מ'שאקעלט נישט, וויל די גמרא זאגן אז איינס רעדט אין בית המקדש און דער צווייטער רעדט אין שול. למעשה פרעגט עס די גמרא אפ און ענטפערט אז די ערשטע רעדט פאר די גזירה און די צווייטער רעדט נאכ'ן גזירה.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:00 pm#457575
פארגעסענע מצוות טייל 3: די אידישע שריפט, די אראמישע שריפט, קשר של תפילין, און די סליפערי סלאופ ארגומענט

קינד און קייט ווייסן איבער די הייליגקייט פון די אידישע אותיות, און וויפיל רמזים און און טיפע סודות ליגן באהאלטן אין זיי. די סופרים וואס שרייבן ספרי תורה, תפילין, און מזוזות ווייסן ווי שטארק מ'דארף פארזיכטיג זיין נישט צו טוישן אפילו איין תג פון אן אות, און אז מ'גיבט אמאל בטעות א קליינע טויש קען מען חלילה פסל'ען די גאנצע זאך און מ'דארף איבערשרייבן פון פריש. ס'קען זיך איינעם דאכטן אז די הייליגע אותיות האט משה רבינו אראפגעברענגט פון בארג סיני צוזאמען מיט אלע רמזים און סודות דערינען, לאמיר זעהן צו ס'איז טאקע אזוי, אבער ערשט וועלן מיר אנפאנגען מיט א באוואוסטע קשיא.

יעדער בר מצוה בחור ווייסט אז די קשר פון תפילין של ראש איז א ספעציעלע קשר וואס איז מקובל פון משה רבינו פון בארג סיני וויאזוי דאס דארף אויסצוזעהן, די גאונים און פריערדיגע ראשונים זאגן אלע אז דאס דארף אויסצוקוקן ווי דעם אות דל"ת, די פראבלעם איז נאר אז לויט די אנווייזונגען וואס זיי גיבן אן קומט עס אויס ווי א קעסטל. אלע אחרונים מוטשען זיך שוין מיט די קשיא, א טייל אחרונים, ווי דער תרומת הדשן, האבן טאקע געמאכט א נייע קשר וואס זעהט יא אויס ווי א דל"ת, די קשיא בלייבט אבער שווער, וואס האבן די גאונים און ראשונים געטראכט, האבן זיי נישט אליינס געזעהן אז זייער קשר זעהט אינגאנן נישט אויס ווי א דל"ת? ס'קען זיך שוין איינעם דאכטן אז אפשר האבן די אותיות וואס משה רבינו האט מקבל געווען פון בארג סיני אינגאנצן נישט אויסגעזעהן ווי אונזערע, און ווי מיר וועלן זעהן איז דאס שוין גארנישט קיין געדאכטעניש.

ווען מ'קוקט אויף אור-אלטע אידישע שריפטן פון פאר'ן ערשטן חורבן בית המקדש זעהט מען אז זייערע אותיות זעען אויס אינגאנצן אנדערש ווי אונזערע, דיעס שריפט רופט זיך "כתב עברי" אדער "Paleo-Hebrew alphabet", און די זענען אויך די אותיות וואס משה רבינו האט גענוצט, און אין וואס ער האט געשריבן די תורה. אין יענע שריפט זעהט טאקע דער אות דל"ת אויס ערגעץ צווישן א דרייעק און א קעסטל, ממש אזויווי די קשר פון תפילין. שפעטער ווען די אידן זענען געגאנגען אין גלות בבל האבן זיי אנגעפאנגען רעדן די גוי'אישע שפראך און נוצן די גויאישע אויתיות ביים שרייבן. די שפראך וואס די גוים אין בבל פלעגן רעדן איז געווען אראמיש, און די אותיות וואס זיי האבן גענוצט איז געווען די אשור'ישע אותיות (דערפאר הייסט עס "כתב אשורית"), און דאס האבן די אידן אנגעפאנגען נוצן, אויף אזוי ווייט אז טייל פון די ספרים פון תנ"ך האבן זיי אויך געשריבן אויף אראמיש. שפעטער ווען עזרא הסופר האט ארויפגעשלעפט די אידן אויף ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש האט ער געזען אז דער עולם געדענקט שוין נישט די אידישע שפראך, האט ער איבערגעזעצט די תורה אויף אראמיש. צוביסלעך האט דער עולם זיך אויסגעלערנט די פארגעסענע אידישע שפראך "לשון הקודש", די גויאישע שריפט איז אבער שוין אזוי פארהייליגט געווארן אז ס'איז פארבליבן. פאר דברי תורה האט מען גענוצט די גויאישע שריפט, און די אלטע שריפט האט מען נאר גענוצט פאר דברי חולין. אין די מגילות ים המלח, וואס זענען געשריבן געווארן ביים ענדע פונעם צווייטן בית המקדש, זעהט מען טאקע אז זיי האבן גענוצט כתב אשורית אבער פאר די שמות האבן זיי גענוצט די אלטע כתב עברי כדי ס'זאל נישט האבן קיין קדושה.

צוריק צום קשר של תפילין, אזויווי די אויסזעהן פונעם קשר איז דאך אן הלכה למשה מסיני איז עס פארבליבן טאקע ווי משה רבינו'ס קשר האט אויסגעזעהן, ווי די אלטע דל"ת פון כתב עברי.

יעצט לאמיר זיך אונטערהערן א שמועס וואס קומט פאר צווישן דריי הייליגע תנאים אין מסכת סנהדרין דף כא:-כב. רבי שמעון בן אלעזר גיבט א שריי אויס פון די טיפענישן פון זיין גאטספארכטיגע הארץ, "כתב זה לא נשתנה כל עיקר" - די הייליגע אידישע אותיות האבן זיך קיינמאל געטוישט! די זעלבע הייליגע אותיות מיט וואס דער הייליגער באשעפער האט געשריבן די לוחות, מיט די זעלבע הייליגע אותיות האט משה רבינו געשריבן די תורה, מיט די זעלבע הייליגע אותיות האבן אידן געשריבן די הייליגע תפילין און מזוזות ביז'ן היינטיגן טאג, ס'קען גאר אנדערש נישט זיין. וואס דען, דו ווילסט מיר זאגן אז די אלע הייליגע סודות זענען מרומז אין די גויאישע אותיות פון אשור?! די אלע כוונות פונעם אריז"ל, די אלע עולמות העליונים וואס שטייען אויף אט די אותיות זענען וואס? וואס דארף איך טראכטן דערוועגן? מ'טאר דאס אפילו נישט אויפ'ן געדאנק ארויפברענגען! איי מ'זעהט נישט אז די אידן זאלן עס האבן גענוצט פאר גלות בבל? איך קוק נישט אויף די פאקטן, איך פרעג נישט קיין קשיות, איך גלייב אין די הייליגע אותיות און פערטיג. הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן לייקענען אין די גאנצע תורה. אויב וועל איך מודה זיין אז די אותיות פון די תורה האט מען געטוישט וועל איך געבן לעגיטימאציע פאר די רעפארמער, אז מ'קען טוישן די הייליגסטע זאך וואס אידן פארמאגן, די אותיות פון די הייליגע תורה, וואס וועט אונז צוריקהאלטן פון טוישן נאך זאכן? ענדערש זאל מען זיך פארמאכן די אויגן מיט א גרויסע חלה-דעקל און שרייען "איך גלייב!" איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב, א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט!

רבי יהודה הנשיא שטייט אין דער זייט און קוקט זיך צו צו די פרומע אויסבראך, מיטאמאל גיבט ער זיך א רוף אן צו רבי אלעזר, "פארוואס רעגסטו זיך אזוי פארוואס? מ'קען אויף אלעם טרעפן א תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו". כ'האב זייער א פשוט'ע תירוץ - זאגט רבי יהודה - די תורה איז טאקע יא געגעבן געווארן אין כתב אשורית, נאר וויבאלד מ'האט געזינדיגט מיט'ן עגל האט מען פארלוירן די זכות זיך צו באנוצן מיט דיזע הייליגע אותיות און אנשטאט דעם האט דער באשעפער אונז געגעבן פשוט'ע אותיות, און ווען די אידן האבן תשובה געטוהן אין די צייטן פון עזרא הסופר האבן זיי צוריקבאקומען די הייליגע אותיות. פארוואס דארפסטו לייקענען די פאקטן און אויסזעהן ווי א וואנזיניגער ווען דו האסט אזא פשוט'ע לעזונג?

מיטאמאל גיבט רבי יוסי א פראל אויף די טירן פון בית המדרש און גיבט א שריי אויס, "וואס גייט דא פאר!!! נאכאמאל פארדרייטס עטץ די פאקטן מיט ענקערע נארישע פילפולים?!" דו מיינסט רבי אלעזר אז מיט דיינע לייקענען די פאקטן וועסטו קענען עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט? און דו רבי יהודה הנשיא, דו מיינסט טאקע אז מיט דיינע קרומע אפאלאגעטישע תירוצים וועסט ראטעווען אידישקייט? נישט גענוג אז אלישע בן אבויה איז אפגעפארן וועגן ענקערע קרומקייטן מאכטס עטץ נאך? קוקטס די פאקטן אין די אויגן, יא! אונזערע הייליגע אותיות קומען פון די גוים פון בבל! איי ווי קען עס זיין? איך ווייס נישט! איך דארף נישט אלעס פארשטיין, און איך קען נישט אלעס פארשטיין! ס'שטימט נישט מיט וואס איך האב געוואוסט ביז היינט? וועט עס נישט שטימען! איי ס'וועט געבן לעגיטימאציע פאר די רעפארמער? וועל איך מודה זיין אז זיי האבן אויך רעכט, זיך אפווישן דאס נאז, און ווייטער דינען דעם באשעפער אויף דעם אופן וואס ארבעט פאר מיר. זעהט אויס אז הייליג איז נישט וואס דער באשעפער זאגט איז הייליג, הייליג איז וואס מיר באשטימען צו האלטן הייליג, און אז מיר האבן אויפגעהערט נוצן די אותיות פון בארג סיני איז עס געווארן חולין, און אז אונז האבן אפגעמאכט צו נוצן א גויאישע שריפט איז דאס געווארן הייליג!

די פרשנות האב איך גענומען פון דא.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:51 am#457594
זייער שיין.

אין די מגילות ים המלח, וואס זענען געשריבן געווארן ביים ענדע פונעם צווייטן בית המקדש, זעהט מען טאקע אז זיי האבן גענוצט כתב אשורית אבער פאר די שמות האבן זיי גענוצט די אלטע כתב עברי כדי ס'זאל נישט האבן קיין קדושה.

וואס איז דיין מקור א. אז די שמות זענען כתב עברי. ב. כדי עס זאל נישט האבן קיין קדושה.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 2:15 am#457596
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז דיין מקור א. אז די שמות זענען כתב עברי. ב. כדי עס זאל נישט האבן קיין קדושה.

דא האסטו אן אויסשניט פון תהילים קאפיטל קמ"ה (אשרי), דיעס נוסח איז אביסל אנדערש ווי אונזער, ווי אויך האבן זיי א פזמון צווישן איין פסוק און די צווייטער, אבער די שם הוי"ה איז זייער מערקבאר.

בילד

די סיבה פארוואס זיי האבן אזוי געטוהן ווייסט מען נישט אויף זיכער, אבער ס'לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אז דאס איז די טעם. דאס איז יא זיכער אז אין יענע צייטן פלעגט מען נוצן די אלטע שריפט פאר חולין'דיגע זאכן ווי מטבעות, אין די גמרא דארט אין סנהדרין שטייט אויך אז מ'האט געלאזט כתב עברי פאר חולין'דיגע זאכן "והניחו להדיוטות כתב עברית" (הגם רב חסדא זאגט דארט אז הדיוטות מיינט מען די שומרונים וואס נוצן דאס נאך טאקע ביז'ן היינטיגן טאג, מ'קען אבער אויך אריינלערנען די פשוט'ע פשט אז הדיוטות מיינט מען מענטשן וואס שרייבן דברי חולין).
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 2:37 am#457597
אינטרעסאנט. איך וואלט געזאגט פארקערט, אז די שמות האט מען נישט געוואלט משנה זיין.

אויך, דיין פשט'ל אז דער קשר איז א דלת פין כתב עברי, אין כתבַ עברי איז דער דלת א המן טאש, נישט ווי אונזער ענדע מם.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 3:06 am#457598
די קשר פון תפילין איז נישט א גענויע ענדע מם, ס'איז אביסל שיעף פון איין זייט. דאס אז ס'זעהט נישט אויס ממש ווי א דל"ת פאר דעם אליינס וואלטן די אחרונים נאכנישט געמאכט א נייע קשר, ס'איז א דבר פשוט אז מיט ברייטע בענדלעך קען מען נישט מאכן גענויע צורות האותיות, ווילאנג ס'קוקט אויס בערך איז גוט (די נייע קשר דל"ת זעהט אויך נישט אויס אינגאנצן ווי א דל"ת). כאטש וואס ס'ליגט מיר אין קאפ אז די אריגינעלע קשר פלעגט יא זיין א גענויע ענדע מם נאר וויבאלד מ'האט עס געטוישט כדי די פארקערטע זייט זאל נישט אויסקוקן ווי א שתי וערב האט עס באקומען אזא שיעפקייט, האב איך אבער נאך א פשט'ל.

ווי מ'זעהט דא זעהט די שומרונ'ישע דל"ת אויס כמעט ווי אן אויסגעשניטענע קשר תפילין, ווי אויך זעהט מען דא נאך א צורה פון א דל"ת וואס זעהט אויס ווי א לאליפאפ, כמעט ווי א קשר תפילין נאר רונדיג (דאס אז די קשר איז פירקאנטיג איז נישט קיין קשיא, ס'דא א גבול וויפיל מ'קען שפילן מיט רצועות). אזויפיל זעהט מען אז די אותיות זענען דורך אן עוואלושען דורכאויס די יארן, דארף מען וואוסן וויאזוי פונקטליך משה רבינו'ס דל"ת האט אויסגעקוקט.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:34 am#457600
איך מיין אז אין כתב עברי איז נישטא קיין ענדע אותיות, דאס קען זיין די שורש פין דער מחלוקה אויב מנצפך צופים אמרום.

בדרך הלצה,ַַ לויט דעם ערשטע פשט'ל איז אינטרעסאנט אז איינער זאל באקען א קשר פין א אות וואס מען ניצט שוין נישט.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:51 am#457608
אישתישבי האט געשריבן:איך מיין אז אין כתב עברי איז נישטא קיין ענדע אותיות, דאס קען זיין די שורש פין דער מחלוקה אויב מנצפך צופים אמרום.

אוודאי אזוי, די ענדע אותיות קומען פון דעם ווייל אראמיש איז א קורסיוו שריפט (די אותיות זענען באהאפטן איינס צום צווייטן, אזויווי אין אראביש), ווי דו קענסט זעהן דא, איז א נו"ן צ.ב. וואס קומט אינמיטן א ווארט שרייבט מען איינגעבויגן פון אונטן כדי מ'זאל עס קענען באהעפטן צום נעקסטן אות, אבער ווען ס'קומט ביים ענדע פון א ווארט בלייבט עס גראד, א.א.וו. אלע אנדערע אותויות. די אריגינעלע אידישע שריפט שרייבט מען אבער אפגעטיילט יעדן אות עקסטער איז נישט שייך געווען די גאנצע זאך.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:08 pm#457650
ATUB @רביה''ק זי''ע ATUB דו זאגסט מוראדיג שיין. אבער ביטע אביסל מער רעספעקט פאר אינזערע גדולי האומה התנאים הקדושים.
ולעיקר הענין (אינטערעסאנט קיינער האט עס נישט אנגעמערקט), האלט טאקע ר' יוסף אלבו ז''ל בעל מחבר ספר העיקרים, אז מצות ה' קענען בטל ווערן לעולם דורך א צווייטע נביא אמת. און אלס ראיה ברענגט ער טאקע פון כתב עברי.
בדרך אגב די שיטה אז די תורה איז געגעבן געווארן בכתב עברי, איז לפי דרשת חז''ל נאר נוגע אויף די לוחות. ווארום די גאנצע תורה איז דאך איבערגעזעצט געווארן בשבעים לשונות, ממילא איז דאך זיכער אז פינקט ווי די תורה איז געגעבן געווארן אין כינעזיש איז עס אויך געגעבן געווארן אין אשירות.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:20 pm#457653
א. אויב וואלט איך געטראפן א מער רעספעקטפול וועג צו שרייבן אן דעם וואס די נקודה זאל פארוואסערט ווערן וואלט איך עס אוודאי געטון.

ב. לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די תורה איז איבערגעזעצט געווארן אין אלע שפראכן איז צוויי זאכן: 1) כתב אשורית האט נאכנישט עקזיסטירט אין משה רבינו'ס צייטן. 2) די נקודה וואס מ'זעהט דא איז אז די אלע סודות, רמזים, עולמות העליונים, פרצופין, ספירות, א.ד.ג. מיינען נישט גארנישט למעשה, אויף די כתב עברי האט מען אוודאי אויך געהאט די אלע סארט פילפולים און מיט דעם אלעם האט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם עס אראפצופלאשן און מ'האט אנגעפאנגען בויען נייע פילפולים טאקע אויף די גויאישע שריפט. ווען די רעפארמער רבנים זאלן זיך היינט צאמנעמען און אפמאכן צו נוצן די ענגלישע שריפט, וואלסטו דעמאלטס אויך געזאגט די זעלבע תורות?
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:29 pm#457655
א] איך האב קיינמאל ח''ו געזאגט אז דו טוסט עס להכעיס, און א דיסקלעימער אז עס איז נאר לסבר את האוזן וואלט געמעגט זיין.

ב] דער עקשן קען נאך אלס פארענטפערן אז וויבאלד די השגחה האט געפירט אז כלל ישראל זאל אויסקלויבן די שפראך, מיז זיין אז עפעס איז מרומז אין דעם...

*
און בכלל האב איך קיינמאל פארשטאנען פארוואס ווייל די הייליגע תורה איז געגעבן געווארן אין א געוויסע שפראך מיז עס שוין אזוי בלייבן. כמיין עס איז נישט דא קיין בפירושע לאו אויף דעם, און מיט עפעס אן אלפעבעיט וואלט עס דאך געדארפט שטיין?

*
די שיטה אז די תורה איז ארגענעל געגעבן געווארן בכתב אשירות, שטימט זייער גוט מיט די מאמר חז''ל אז מ''ם וסמ''ך שבליחות בנס היו עומדים, ווייל אין כתב עברי איז נישט דא די נס.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:35 pm#457657
ב. די שאלה איז נאר פארוואס ווען אבי ווייס טוישט עפעס זאגט נישט דער עקשן די זעלבע לאקשן תורה, ליגט עפעס א בייעס דא? (פארוואס רוף איך עס לאקשן תורה? נישט ווייל איך האלט אז ס'נישט אמת, נאר ווייל ס'איז צאמגעשטעלט פון לאקשן און תורה. ד.ה. ווען איך טויש איז עס א לעגעטימע תורה, אבער ווען יענער טוישט איז עס לאקשן, והבן)

ג. די מאמר חז"ל פון די מ"ם וסמ"ך איז נישט קיין ראיה, מ'מיינט ארויסצוברענגען די נקודה אז ס'געווען א נס. דער תנא איז נישט אויסן געווען יעצט אריינצוגיין אין א היסטארישע שמועס אז ס'איז אמאל געווען א כתב עברי, און עזרא הסופר האט עס געטוישט, וכו' וכו', און אין כתב עברי איז די עי"ן א פארמאכטע צירקל, וויאזוי איז עס געשטאנען? אה, ס'געווען א נס. ביז ער וואלט צוגעקומען צום פאנטשליין וואלט שוין יעדער איינגעשלאפן, איז ער גלייך געגאנגען צום פאנטשליין און די היסטאריקער וועלן שוין אליינס פארשטיין. און בכלל מוז נישט זיין אז יענער תנא האט בכלל געקענט די טייל פון היסטאריע אזוי גוט, קען זיין אז אין היסטאריע קלאס האט ער געשאסן פאפיר פליגערס, אזויפיל האט ער געדענקט אז ס'געווען א נס האט ער עס אריינגעפאסט לויט זיין פארשטאנד.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:57 pm#457661
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
כרם זית האט געשריבן:ב] דער עקשן קען נאך אלס פארענטפערן אז וויבאלד די השגחה האט געפירט אז כלל ישראל זאל אויסקלויבן די שפראך, מיז זיין אז עפעס איז מרומז אין דעם...

*
און בכלל האב איך קיינמאל פארשטאנען פארוואס ווייל די הייליגע תורה איז געגעבן געווארן אין א געוויסע שפראך מיז עס שוין אזוי בלייבן. כמיין עס איז נישט דא קיין בפירושע לאו אויף דעם, און מיט עפעס אן אלפעבעיט וואלט עס דאך געדארפט שטיין?

l viewtopic.php?p=428206#p428206 l

וידוע שיטתו ומש"כ אודות קדושתו של לשה"ק בויואל משה מאמר ג, דלכן לא השתמשו בו רק לדברי קדושה וכו' ע"ש. הגם דאס באציהט זיך צו די עצם לשון און נישט דוקא די כתב, והא ראיה אז ביי אידיש וואס האט דאס ערגענצט מה"ט ע"ש, נוצט מען יא די כתב א"ב.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 9:46 pm#457664
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קינד און קייט ווייסן איבער די הייליגקייט פון די אידישע אותיות, און וויפיל רמזים און און טיפע סודות ליגן באהאלטן אין זיי.

די קשאי איז נאך אסך מער, די טיפע סודות אסך רעדען פין בריאות העולם נאך אסך פאר די תורה איז געשריבן געווארן מיט סיי וועלכע אותיות
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 9:48 pm#457665
ATUB @מי אני ATUB איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:12 pm#457667
עוקר הרים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די אלע תורות פון "חדש אסור מן התורה", און "זאת התורה לא תהא מוחלפת" זענען נאר בבחינת אמונות הכרחיות

די האסט א מקור פון א ראשון וואס שרייבט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת איז נאר אמונה הכרחית אדער ס'איז אייגענץ?

רבי אלחנן פרעגט אן ענליכע קשיא, וויאזוי קען דער רמב"ם זאגן אז די תורה וועט זיך קיינמאל נישט טוישן ווען אין די גמרא שטייט קלאר אנדערש? אין מסכת נידה דף סא: שטייט קלאר אז "מצוות בטלות לעתיד לבוא" ווי קען דער רמב"ם זאגן פארקערט? און ס'נאך אן עיקר אויך? ענטפערט רבי אלחנן אז אויב אונז האבן בקבלה אז די תורה וועט בטל ווערן איז דאס אויך א חלק פון די תורה, און אויף דעם גלייבן מיר אויך אז ס'וועט זיך נישט טוישן. די פאקט אז היינט צוטאגס טאר מען נישט עסן קיין חזיר וועט זיך נישט טוישן, און די פאקט אז לעתיד לבוא וועט מען יא מעגן עסן חזיר וועט זיך אויך נישט טוישן. די זעלבע זאך איז דא אויך, אויב זעען מיר אז אידן אין אלע דורות האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז די תורה איז די העכסטע אויטאריטעט און מ'דארף גיין דערמיט מיט'ן קאפ אין וואנט איז דאס אויך א חלק פון די תורה, און פארקערט, דער וואס זאגט אז מ'טאר נישט טוישן און "יקוב הדין את ההר" ער איז גאר דער אפיקורוס!

לויט ווי איך פארשטיי דעם רמב"ם קען מען נישט אריינלערנען רבי אלחנן'ס פשט, אויב דער רמב"ם האט טאקע דאס געמיינט האט ער גארנישט געזאגט, די יעניגע וואס האלטן אז די תורה קען זיך יא טוישן האלטן דאך אויך אזוי נאר וויבאלד די תורה איז לכתחילה געגעבן געווארן אויף דעם אופן, איז וואס זאגט ער דא? וואס פונקטליך זאגט ער אנדערש ווי זיי? די איינציגסטע תירוץ וואס בלייבט מיר צו זאגן איז אז ס'איז אן אמונה הכרחית. אזוי צו אזוי, אויב מאכט רבי אלחנן'ס פשט סענס פאר דיר קענסטו טאקע לערנען אזוי, צו דער רמב"ם'ס כוונה איז געווען ווי רבי אלחנן צו ווי מיר מאכט נישט עכט אויס למעשה, דער עיקר איז אז מ'גלייבט אין די תורה, און אויך אין דעם אז מ'קען בייגן די תורה לויט'ן געברויך, און מ'פאלט נישט חלילה אריין אין אפיקורסת.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:22 pm#457668
כרם זית האט געשריבן:@מי אני איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?

ווי איך פארשטיי גייט דאס שוין אריין אין די סוגיא אין סוטה לב.-לג. מיינענדיג ווי ווייט איז/גייט טאקע די אטאריטעט פון דוקא לשה"ק פאר דברי תורה און רעליגעזע/ליטורגישע זאכן וכו'. און, נאכאמאל, דאס איז בנוגע די עצם שפראך און נישט די כתב.

און לכאורה גייט דאס אלעס סתם אזוי אין איינקלאנג מיט'ן באקאנטן רמב"ן (שמות ל יג) אז דאס איז כביכול "הלשון שהקב"ה יתעלה שמו מדבר בו עם נביאיו ועם עדתו" ע"ש.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:29 pm#457669
שכח פאר דעם רבי אלחנן, זייער שיין
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:07 pm#457674
מי אני האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:@מי אני איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?

ווי איך פארשטיי גייט דאס שוין אריין אין די סוגיא אין סוטה לב.-לג. מיינענדיג ווי ווייט איז/גייט טאקע די אטאריטעט פון דוקא לשה"ק פאר דברי תורה און רעליגעזע/ליטורגישע זאכן וכו'. און, נאכאמאל, דאס איז בנוגע די עצם שפראך און נישט די כתב.

און לכאורה גייט דאס אלעס סתם אזוי אין איינקלאנג מיט'ן באקאנטן רמב"ן (שמות ל יג) אז דאס איז כביכול "הלשון שהקב"ה יתעלה שמו מדבר בו עם נביאיו ועם עדתו" ע"ש.

איך קען נישט די סוגיא אין סוטה (ליידער בין איך מנזיר פון יענע חלק יינה של תורה - אקעי די ערשטע עמוד קען איך יא...), אבער לאמיר פארשטיין: די אייבישטער האט דאך געמיזט קאמיוניקעיטן כביכול מיט עם ישראל ביי מתן תורה, האט עס דאך געמיזט זיין מיט עפעס א שפראך פון די שבעים לשון. נא איז ווי האט מען א ראיה אז דער באשעפער האט ליב לשה''ק, אפשר איז דאס געווען די שפראך וואס די אידן האבן דאן גערעדט?

ואולי י''ל כיון דמצינו בתורה גם שאר לשונות כגון אפריקי, א''כ ראיה דכשהשתמש הקב''ה בלשון הקודש הקפיד עליו - ודוחק.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:39 am#457697
מען ווייסט דאס אזוי ווי מען ווייסט הונדרעטער אנדערע זאכן.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:48 am#457698
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

ן 2) די נקודה וואס מ'זעהט דא איז אז די אלע סודות, רמזים, עולמות העליונים, פרצופין, ספירות, א.ד.ג. מיינען נישט גארנישט למעשה, אויף די כתב עברי האט מען אוודאי אויך געהאט די אלע סארט פילפולים און מיט דעם אלעם האט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם עס אראפצופלאשן און מ'האט אנגעפאנגען בויען נייע פילפולים טאקע אויף די גויאישע שריפט. ווען די רעפארמער רבנים זאלן זיך היינט צאמנעמען און אפמאכן צו נוצן די ענגלישע שריפט, וואלסטו דעמאלטס אויך געזאגט די זעלבע תורות?

די תורות אויף די אותיות, וויאזוי זיי האבן באשאפען די וועלט אין קבלה פין זוהר און אר"י, ברענגען ארויס די קשיא מצד אחר. אין די גמרא איז אויך דא תורה אויף אותיות, די באקאנטע גמרא אין שבת, וואס די קינדער האבן גע'דרש'נט, און גראדע פונקט דארט זאגט די גמרא אז זייט בארג סיני האט נאך קיינער נישט געזאגט אזא גוטע שטיקעל תורה, קען זיין אז די גמרא זאגט עס טאקע מיט איראניע.

אבער די קשיא איז אז זיי, די וואס זאגן דער תורה, זיי זאגן אז כאילו אין די אותיות איז דא גאנצע רמזים און דערווייל זענען די אותיות פארבריצירט דורך מיט יודע ווער.

ווען איינער זאגט תורה אויף די קאפיטלעך אין חומש, ווייסט יעדער דער גרויסער סוד אז וויבאלט א גלח האט געמאכט די קאפיטלעך דארף מען חוזק'ן פין דעם ווי מער. מה נשתנה?
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:43 pm#457885
פארגעסענע מצוות טייל 4: הלכה למשה מסיני, הלכה לרבי עקיבה מזרתוסטרא, און הלכה לרמב"ם מאריסטו

רב דימי זאגט אין מסכת פסחים דף קי: אז ס'דא א הלכה למשה מסיני פון פיר זאכן וואס מ'טאר נישט עסן צוויי דערפון אויפאמאל, צוויי אייער, צוויי ניס, צוויי אוגערקעס, און נאך א זאך וואס מ'האט פארגעסן, און וויבאלד די הלכה איז דאך אז ספק דאורייתא לחומרא טאר מען פון גארנישט עסן צוויי אויפאמאל ווייל אפשר איז עס די פערטע זאך. וואס איז די טעם פון דיעס איסור דאורייתא? זאגט די גמרא ווייל ס'דא געוויסע שדים וואס קענען נאר קאנטראלירן זאכן וואס קומען אין פארלעך פון צוויי, און ווילאנג א מענטש איז פארזיכטיג נישט אריינצונעמען ביי זיך אין קערפער צוויי זאכן אויפאמאל קענען זיי נישט האבן א שליטה אויף איהם, אויב אבער מ'עסט יא פון די זאכן צוויי אויפאמאל דאן קענען די שדים אנמאכן חורבנות.

אויסער דעם איסור דאורייתא פון עסן זוגות (פארלעך) - זאגט די גמרא - קענען זיך די שדים פון זוגות אויך אנטשעפען אויף א מענטש אויב ער טוט אנדערע זאכן אין א פאר, צ.ב. די גמרא פארציילט אז ס'געווען א געוויסע רב וואס האט מקפיד געווען נישט אריינצוגיסן צוויי איפה (א געוויסע מעסטונג) אין איין פאס, איינמאל האט ער פארגעסן און בטעות יא אריינגעגאסן צוויי, זענען די שדים געקומען און צובראכן דעם פאס. דאס איז אבער נאר אויב מ'איז מקפיד דערויף, איינער וואס איז נישט מקפיד דערויף זענען די שדים נישט מקפיד אויף איהם און טשעפען איהם נישט, אויב אבער מ'גייט בדוקא טוהן עפעס אין א פאר דאן זענען קענען די שדים יא שעדיגן.

קומט תוספות און זאגט אז אין אייראפע דארף מען נישט מקיים זיין דעם איסור דאורייתא פון זוגות ווייל די שדים פון זוגות דרייען זיך נישט דארט, פיין, האט מען גענומען אן איסור דאורייתא און אראפגעווישט אזוי נישט מיר נישט דיר, ס'ענדיגט זיך אבער נישט דא.

קומט דער רמב"ם און זאגט נאכמער, מ'דארף אינגאצן נישט מקיים זיין דעם איסור דאורייתא פון זוגות, נישט נאר אין אייראפע נאר אין די גאנצע וועלט, די גאנצע זאך מיט די שדים איז שטותים מיט לאקשן, ס'עקזיסטירט בכלל נישט אזא מין זאך ווי שדים! נישט נאר דאס, דער רמב"ם שלאגט פאר א נייעם איסור דאורייתא אנשטאט זוגות, נעמליך, אז מ'טאר נישט מקפיד זיין און אפילו גלייבן אין זוגות… פארוואס פונקטליך ס'זאל זיין אסור איז א לאנגע פילפול וואס איז אויסער די ראמען פון דעם שיעור, אבער ווער ס'וויל קען אריינקוקן אינעם פירוש המשניות אויף מסכת עבודה זרה פרק ד' משנה ז'. דער רמב"ם פאנגט דארט אן אז די "עכטע" פילאזאפן גלייבן נישט און קמיעות און טרייבן לצנות דערפון, נאכדעם פארט ער ווייטער צו כישוף, שדים, מזלות, און ער זאגט אז דאס אלעס איז אריינגערעכט אינעם איסור פון דינען עבודה זרה. שדים איז עבודה זרה, און די איסור פון עבודה זרה איז נישט נאר דינען נאר אויך גלייבן, קומט אויס אז די גאנצע ענין פון זוגות איז עבודה זרה און מ'טאר נישט גלייבן דערין.

איז לאמיר דא מאכן סדר אביסל אינעם רמב"ם, דער רמב"ם זאגט אז די אמוראים פון גמרא זענען געווען טיפשים ווייל זיי האבן געגלייבט אז זייערע פעסער זענען צובראכן געווארן דורך שדים, אקעי, דאס קען מען נאך הערן, דער רמב"ם האט דאך ווי באוואוסט געהאלטן פון אריסטו מער פון די חז"ל זאגנדיג אויף איהם אז ער איז כמעט צוגעקומען צו נבואה, און אז אריסטו זאגט אז מ'טאר נישט גלייבן אין שדים איז בכלל נישט אינטערעסאנט וואס די גמרא האט צוזאגן, אונז האבן אונזער אריסטו און זאל די גמרא זיך שטעלן אויפ'ן קאפ. אז ער וויל פטור ווערן פונעם הלכה למשה מסיני פון זוגות קען מען אויך פארשטיין, אונזערע תלמידי חכמים דא ווייסן דאך שוין אז מ'מעג פטור ווערן פון איסורי דאורייתא אויב מ'וויל זייער שטארק. ווי קען ער אבער זאגן אז די איסור פון זוגות איז עבודה זרה, ס'דאך אן הלכה למשה מסיני, ווי קען זיין אז די זעלבע תורה וואס אסר'ט עבודה זרה זאל באפעלן דערויף? קען אפשר זיין אז משה רבינו האט נישט געקענט זיין אייגענע תורה? לאמיר זעהן…

שטייט אין גמרא מסכת מנחות דף כט: משה רבינו קומט ארויף אין הימל מקבל צו זיין די תורה אבער די תורה איז נאכנישט גרייט, וואס גייט פאר? דער הייליגער באשעפער איז פארנומען צולייגן קרוינען צו די אותויות. משה רבינו שטייט און ווארט, ס'גייט דורך נאך א שעה און נאך א שעה אבער די קרוינען זענען נאכנישט פארטיג. מיטאמאל פלאצט משה'ס געדולד און ער גיבט זיך א רוף אן, "הייליגער באשעפער, צו וואס פעלן אויס די קרוינען? צו וואס דארף מען דאס האבן בכלל? גיב מיר שוין די תורה און לאמיך גיין!"

"משה'לע טייערער" - ענטפערט איהם דער הייליגער באשעפער - "לאמיר דיר פארציילן עפעס וואס דו ווייסט נאכנישט, אין טויזענט יאר ארום וועט זיין א גרויסע רב מיט'ן נאמען עקיבה, און ער וועט אין יעדעס שפיץ פון די קרוינען אריינלערנען בערג פון הלכות, און דערפאר מאך איך זיכער אז ער זאל האבן איבערגענוג קרוינען צו קענען מאכן דרשות וויפיל ער וויל."

"ממש אזוי?" - פרעגט משה - "אזא גאון וועט ער זיין דער רבי עקיבה? איך וויל זעהן זיין שיעור!"

"דו קענסט איהם זעהן" - ענטפערט דער באשעפער - "אבער דו ביזט נישט גענוג א גרויסע תלמיד חכם צו זיצן פון פארנט, גיי זיץ אינגאנצן פון הינטן."

משה רבינו זעצט זיך אראפ ביים הינטערשטן שורה און נעמט זיך אויסהערן דעם שיעור, די שיעור איז איבער הלכות תפילין, רבי עקיבה לערנט פאר די קאמפליצירטע הלכות פון תפילין, און משה זעהט טאקע ווי די קרוינען קומען גוט צונוץ, יעדע הלכה טייטשט רבי עקיבה אריין אין א קרוין, ממש א מחיה. די תלמידים פרעגן אריין, רבי עקיבה ענטפערט, מ'טענה'ט זיך אהין און אהער, מ'איז זיך מפלפל אין די הלכות אהין און צוריק, די טענער ווערן העכער און העכער, ס'טוט זיך א ריתחא דאורייתא, אבער משה רבינו זיצט פון הינטן און פארשטייט נישט קיין ווארט וואס זיי רעדן. וואס איז דאס תפילין בכלל? - טראכט ער צו זיך אינגאנצן פארוואונדערט - עפעס רעדן זיי דארט פון א פסוק וקשרתם לאות על ידיך, די פסוק דארט רעדט דאך פון גאר עפעס אנדערש! ס'מיינט פשוט אז מ'זאל די תורה גוט אריינבאקן אין זיך און האבן גוט אין די האנט, מ'זאל האלטן די תורה קעגן די אויגן (רשב"ם שמות יג,ט), ווער האט בכלל גערעדט פון קעסטעלך מיט בענדלעך, פארמעט מיט טינט, וואס האט דאס מיט אידישקייט בכלל? האבן זיי שוין אינגאנצן פארגעסן פון מיר אז זיי דארפן זיך אויפבאקן אייגענע מצוות?

מיטאמאל ווערט שטיל פון די טענה'רייען און רבי עקיבה זעצט ווייטער פאר מיט'ן שיעור און זאגט נאך אן הלכה אז די בענדלעך פון די תפילין דארפ'ן זיין שווארץ, דא אבער איז ער שוין אויסגעלאפן פון קרוינען, מ'האט שוין אלע קרוינען אויסגענוצט פאר די פריערדיגע הלכות, און די תלמידים הייבן אן רודערן, פון וואו נעמט דער רבי דיעס הלכה? רבי עקיבה שטייט אינגאנצן פארלוירן, וויאזוי גיבט מען דיך דא אן עצה? מיטאמאל דערמאנט ער זיך א ירושלמי, די ירושלמי זאגט סוף מסכת ברכות "כל כדבייא בישין, וכדבייא דאורייתא טבין" - אלע ליגן איז שלעכט, אבער ליגן וואס מ'זאגט צו פארטיידיגן אן הלכה איז גוט! שוין, אז רבי עקיבה האט געטראפן א היתר צו בלאפן גיבט ער זיך א רוף אן, "איך האב די הלכה מקובל פון מיין רבי, וואס ער האט עס געהערט פון זיין רבי, און ער פון זיין רבי, ביז משה רבינו וואס ער האט עס געהערט פונעם באשעפער ביים בארג סיני!" דער עולם קויפט עס אפ, ס'ווערט ווידער שטיל, און רבי עקיבה זעצט ווייטער פאר מיט'ן שיעור. משה שמייכלט זיך אונטער, ער פארשטייט גאנץ גוט די בלאף וואס רבי עקיבה האט דא געטוהן, ער איז דאך משה רבינו אליינס און ער האט אין זיין לעבן נישט געזאגט אזא זאך, בארואיגט האט ער זיך אבער אז מ'האט נישט אינגאנצן פארגעסן פון איהם. די אלע "הלכות למשה מסיני" זייערע האבן טאקע מיט מיר משה גארנישט איינגעשטויסן, אבער אז מיין תורה ארבעט נישט פאר זיי זאלן זיי טאקע מאכן אן אייגענע, פארוואס זאל משה רבינו זיין א גרעסערע אויטאריטעט ווי רבי עקיבה, זראטוסטרא אדער אריסטו? אבי זיי זענען נישט אינגאנצן אפגעפארן פון אידישן וועג, און זיי געדענקען נאך זייער פאלק'ס היסטאריע און זייער ערשטע רבי משה.

יעצט וועלן מיר אויך פארשטיין נאך אן אינטערעסאנטע משנה אין מסכת ידים פרק ד' משנה ג', ווי באקאנט איז דא א מצוה פון מעשר שני וואס מ'דארף עסן אין ירושלים, אבער אין די דריטע און זעקסטע יאר נאך שמיטה גיבט מען עס פאר ארימעלייט, שמיטה אליינס זענען דאך אלע פעלדער הפקר און פון הפקר דארף מען נישט אפשיידן קיין מעשר. פרעגט די משנה, די מצוה פון מעשר שני גייט דאך אן אין חוץ לארץ אויך מדרבנן, די מצוה פון שמיטה גייט אבער נאר אן אין ארץ ישראל, קומט דאך אויס אז אין חוץ לארץ דארף מען געבן מעשר אין שמיטה אויך, וואס זאל מען טוהן מיט די מעשר? זאל מען עס עסן אין ירושלים אדער געבן פאר ארימעלייט? ביז היינט האט מען טאקע נישט געגעבן קיין מעשר אום שמיטה אין חוץ לארץ, ס'איז שוין אבער דורך א לאנגע צייט זייט מ'האט פראדוצירט עפעס א נייע הלכה. די רבנים דארפן דאך יעדעס שטיק צייט אויפקומען מיט פרישע זאכן, דאס איז דאך זייער פרנסה, ס'איז שוין העכסט צייט פאר עפעס א פרישע גזירה/תקנה/איסור.

ווי יעדע זאך ווערט גלייך א מחלוקת, "גזר רבי טרפון, מעשר עני!" רבי טרפון זאגט פאר די ארימעלייט, רבי אלעזר בן עזריה זאגט עסן אין ירושלים, און מ'נעמט זיך טענה'ן אהין און צוריק וועמענ'ס הלכה שטימט בעסער. מיטאמאל גיבט זיך רבי אליעזר א צואוויין און שרייט אויס, "איך האב מקובל פון מיין רבי, וואס ער האט געהערט פון זיין רבי, און זיין רבי פון זיין רבי, ביז משה רבינו אז מ'דארף עס געבן פאר ארימעלייט!" פארשטייט עטץ וואס גייט דא פאר? די גאנצע שאלה האט זיך נאר אנגעפאנגען וועגן א מצוה דרבנן פון מעשר שני אין חוץ לארץ, מן התורה דארף מען אינגאנצן נישט אפשיידן מעשר אין חוץ לארץ, מ'האלט דאך דא אינמיטן מאכן א נייע גזירה און פלוצלנוג ווערט דאס אן הלכה למשה מסיני? וואו איז די הלכה למשה מסיני געווען אויסבאהאלטן ביז היינט? זאגט דער ר"ש משאנץ אויפ'ן פלאץ (און אזוי זאגט אויך דער רא"ש אין הלכות קטנות אנפאנג הלכות מקוואות) אז די ווערטער "הלכה למשה מסיני" מיינט טאקע נישט אז משה רבינו האט עס געזאגט, ס'מיינט נאר "איך האלט אז מ'דארף אזוי טוהן כאילו ס'וואלט געווען מקובל פון משה רבינו".

ווען א רב זאגט "ס'שטייט אין די תורה" אדער "דער הייליגער באשעפער לאזט נישט", פעלט ניטאמאל אויס נאכצוקוקן צו ס'שטייט טאקע אזוי אין די תורה צו נישט, און אפילו אויב מ'טרעפט יא אז ס'שטייט טאקע אין די תורה מיינט נאכנישט אז דער רב זאגט עס נאר ווייל ס'שטייט אין די תורה. די ווערטער "ס'שטייט אין די הייליגע תורה" מיינט נישט מער ווי "איך וויל מ'זאל אזוי טוהן כאילו ס'וואלט געשטאנען אין די תורה", גראדע קען פארצופאל אמאל געלונגען אז דער רב'ס מיינונג זאל שטיין אין די תורה, אבער ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלט ער עס נאכאלץ געזאגט. די תורה איז אינגאנצן נישט די מדובר, די שאלה איז אייביג צו איך וויל פאלגן דעם רב צו נישט. אויב ווילסטו פאלגן דעם רב מאכט שוין נישט אויס וואס שטייט אין די תורה, און אויב ווילסטו נישט פאלגן קענסטו זיך זוכן א צווייטן וועם נאכצוטאנצן. ס'דא היינט ברוך השם א גרויסע אויסוואל פון רביס, רבנים, סעלעבריטיעס, און סתם מיינונג-זאגערס, און אז דו טרעפסט קיינעם וועם ס'געפעלט דיר קענסטו ווערן דיין אייגענע סעלעבריטי און מיינונג-זאגער...
מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:39 pm#457911
דאס וואס די שרייבסט אז ר' עקיבא האט גע'דרש'נט אין הלכות תפילין שטייט נישט אין די גמרא.

קענסט צולייגן צו דער שמועס, גילוי, וואס איז געוועהן א שטארקע קפידא, און תוספות מאכט עס אוועק שאין נחשים הללו מצויין.

דער חלק אז זוגות איז הלכה למשה מסיני איז א דעת יחיד. דער אנגענומענע שיטה איז א חשש כשפים אדער שדים.

און עס איז אנגענומען להלכה אז ווען חכמים זענען גוזר אויף א זאך און זיי זאגען דער טעם, ווען דער טעם ווערט בטל ווערט דער גזירה בטל. פארדעם איז דער רמ"א מקיל לגבי שמא יתקן כלי שיר, און אחרונים לגבי רפואה משום שחיקת סממנים.

דאס פארענטפערט טיילווייז חלקים פין דער שמועס.
הגם עס ווערט שווער ווייל מען וואלט געקענט מקיל זיין לגבי אסאך דרבנן'ס מיט דער חשבון.
מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:43 pm#457912
א. דו ווייסט אז ס'נישט געווען הלכות תפילין?

ב. איך געדענק נישט ס'זאל שטיין אז גילוי איז א דאורייתא.

ג. דער רמב"ם זאגט אז א הלכה למשה מסיני קען נישט זיין קיין מחלוקת, יעדער איז מודה אז ס'איז א הלכה למשה מסיני, און די טעם פאר דעם הלכה למשה מסיני איז וועגן שדים/כשפים/וואטעווער.

ד. איך ווייז דיר אויף אז מ'האט מבטל געווען דאורייתאס קומסטו מיר פארקויפן דרבנן'ס, מיר האלטן שוין דא אסאך ווייטער. :D

ה. דאס אז מ'וואלט געקענט זיך מקיל זיין אין מצוות איז נישט קיין קשיא, מ'איז שוין איינמאל מקיל, ביזדערווייל האבן מיר דא נאר אראפגעברענגט אפאר ביישפילן ס'איז אבער דא אסאאאך מער.