זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:12 am#457917
אין די ענין וואס מען רעדט ארים דא צי רבנים האבן א כח צו טוישן מצות אויב עס איז שווער, און ביז ווי גייט די כח פון די חכמים מיט זייערע גזירות. האב איך געזען די שבת וואס הרב יהודה ליב מימון שרייבט בשם זיין רבי דער בעל ערוך השלחון, וואס כאטש וואס ער איז נישט געווען קיין אנהענגער פון די ציוניסטישע באוועגונג. דאך, ווען מהאט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די עצם געדאנק פון א מדינה אנגעפירט דורך אידן, ווי אזוי וועט מען זיך קענען אן עצה געבען אויף שבת מיט ענינים וואס א לאנד דארף האבן, ווי טעלעפאון, טעלעגראף, חשמל וכדומה. האט ער גענטפערט: ''פאר דעם האב איך בכלל נישט מורא. אויב דורך צוויי טויזענט יאר אין גלות האבן די רבנים געטראפן עצות ווי מכירת חמץ היתר עיסקא וכדומה. איז זיכער אז אין אינזער אייגענע לאנד (ווי אינז וועלן האבן מער מאכט - כ''ז), וועט מען זיך קענען אן עצה געבען מיט תקנות אז די לאנד זאל זיך קענען ווייטער פירן אויף שבת''...
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אין ישראל ליידט מען נישט אזוי פון די עגונות פראבלעם, וק''ל.
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אין ישראל ליידט מען נישט אזוי פון די עגונות פראבלעם, וק''ל.