דינסטאג אפריל 09, 2019 2:30 pm#428154
Re: שיעורים אקעגן עוואלושן פון החכם הרב אביגדור מיללער ז"ל
ראובן האט געשריבן:זוכער, א דאנק פאר'ן ארויפשטעלן דעם שיעור פון הרב מילער ז"ל.
עס איז כדאי אנצואווייזן אז כדרכו בקודש איז זיין שיעור פלאגיאירט כמעט ווארט-ביי-ווארט פון גלחים און פרעדיגער אן אנגעבן דעם מקור. ער האט ליבערשט געוואלט מאכן דעם איינדרוק ווי ער האט אליין "דורכגעטון" די ביכער פון וויסנשאפטלער, און מ'זאל נישט כאפן אז ער האט בסך הכל נאכגעקייט קריסטליכע פראפאגאנדע פאמפלעטן.
דער דאזיגער שיעור פון הרב מילער קענט איר מיטהאלטן כמעט ווארט-ביי-ווארט אין דעם ביכל "Some Fishy Stories", געדרוקט אין 1966 דורך דעם קריסטליכן עוואנגעליסט גארנער טעד ארמסטראנג, אנגעפאנגען פון סוף זייט 30.
זעט דעם ביכל דא: http://www.cogneo.org/literature/brochu ... tories.pdf
עס איז מערקווירדיג (אפשר גאר איראניש) אז דר. בעהע אליינס, אין זיין לעצטיגן ביך Darwin Devolves רעדט זיך אפ בנוגע די פסק קעגן לערנען Intelligent Design אין public schools, אז ריכטער Jones אויף דעם case מיט זיין פסק, האט פליאגיזירט די plaintiff’s טענות (כמעט) ווארט פאר ווארט.
ולגופו של ענין, מיין מיינונג איז אז הגם ס׳זענען דא שטארקע קשיות אויף macro-evolution (אדער ווי דר. בעהע טענה׳ט, און ברענגט ראיות, אז Evolution קען נאר פועל׳ן צו טוישן species אדער genera [genus בלשון רבים], און נישט העכער family, order וכו׳) איז דאס בכלל נישט מכריח Intelligent Design, סיי theistic און סיי נישט (ווי ערווענט אין אנדערע תגובות/אשכולות דא אין שטיבל). דאס איז על אף זיינע טענות פאר Idealism vs. Materialism (אגב, עס קען טאקע זיין אז Intelligent Design איז מכריח Idealism אבער נישט להיפך, כמובן).
אין די Biology textbook איך האב געניצט, Inquiry into Life, האט די מחברת Dr. Sylvia Mader געשריבן אז די טיאריע פון Evolution איז א law פאר Biology אזויווי די טעאריע פון Gravity פאר Physics ע״כ. דאס איז, לדעתי, זייער א גוטע צושטעל מטעם אחר. דהיינו, פונקט אזויווי אין Physics האט מען געדארפט משפר זיין די [Newton’s] טעאריע פון Gravity דורך איינשטיין׳ס טעאריע פון Relativity (וואס דאס אליין דארף מען אויך משפר זיין, וויבאלד דאס גייט נישט גוט צוזאם מיט די Standard Model כידוע), אזוי אויך אין Biology בנוגע די שוועריקייטן וואס די טעאריע פון Evolution האט פאר Macro-Evolution ווי אויך די אנדערע שוועריקייטן וואס די אנטי-עוואלושען צד צייגן, דאס טוט צייגן אז מ׳דארף א ״נאטורליכע״ טעאריע וואס גייט דאס סופערסידען/משפר זיין. (אגב, Jones האט מודה געווען און געשריבן אינ׳ם פסק אז די טעאריע האט gaps.)
(אגב, מ׳קען גאר אפשר טענה׳ן אז Intelligent Design אין Biology איז נישט אויסגעהאלטן פון ״א טעאלאגישן שטאנדפונקט״. דאס איז ווייל דאס טוט, ווי נישט, אנטראפאמארפאזירן ג-ט; יידל האט געזאגט ענליכס.)
Sent from my iPhone using Tapatalk
