Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8737
זונטאג אפריל 26, 2015 2:45 pm#269715
"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?
איינס פון די וועלטס מערסט געפרעגטע קשיות איז "פארוואס?", פארוואס בין איך דא, וואס איז דער תכלית פון זיין דא אויף דער וועלט. אין אנדערע ווערטער ווערט זי אנגערופן די פראבלעם פון "די באדייט פון לעבן" אדער אין ענגליש The Meaning of Life. משמעות החיים איז א טעמע וואס פלאגט דאס מענטשהייט מסתמא שוין אזוי לאנג ווי זי עקזעסטירט אין זי איז נאך ווייט פון פארטיג, זייער ווייט. גיבט נאר א קליק אריין אין גוגל "Why Are We Here" אדער "The Meaning of Life", פאר ביידע צוזאמען באקום איך עפעס אנדערהאלבן ביליאן רעזולטאטן, אפשר וועט איר נאך אפילו האבן בעסערע הצלחה. אלענספאל איז זי נישט א טעמע וואס מ'קען סתם אזוי פארווארפן העכערן פרוכת גלאט אזוי. אז די גאנצע וועלט איז פארנומען מיט א לעכט, א פעדער און א לעפל זוכענדיג עפעס מוז זיין אז יש דברים בגו. אדער אפשר נישט?

לאמיר אנהייבן פון אן אנדערע קוק-ווינקל. גייט זיך איינער שפאצירען אין א שיינעם זונטאג און גייט דורך א בוים און זעהט א בלעטל ליגן פארווארפן אויף דער ערד, טראכט ער פארוואס ליגט דאס בלעטל דא? זיכער נישט. יעדע פארשטענדליכע מענטש פארשטייט אז דער סבה פארוואס דער בלעטעל ליגט אונטערן בוים האט נישט קיין שום סבה, דא ליגט עס ווייל דא איז עס אראפגעפאלן אדער דא האט איר דער ווינט אוועקגעבלאזן. יעצט גייט דער מענטש אביסל ווייטער, ער גייט ארייין אין א שטוב, ביים וואנט ליגט א שאנק פול מיט ביכער, נעבן שאנק שטייט א טיש און אויפן טיש ליגט שיינערהייט אראפגעשטעלט א בוך. דער מענטש וואס זעהט דאס, דא הויבט ער שוין אן צו טראכטן ווער האט ארויסגענומען דעם בוך פון שאנק? פארוואס עפעס דעם בוך פונקט? וואס זוכט יענער עפעס אינטערסאנט דא? און אזוי ווייטער און ווייטער. דא איז שוין דער מענטש בארעכטיגט צו שטעלן פראגעס פארוואס. און דער חילוק איז זייער פשוט, בלעטלעך פאלן אראפ פון בוים אן קיין פארוואס ממילא איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס, אבער ביכער לייגן זיך נישט אויס אויפן טיש פון זיך אליינס, אויב ליגט עס דא האט איר איינער ארויסגענומען פון שאנק, און זיכער פאר עפעס א צוועק ממילא איז זייער גוט שייך צו פרעגן די אלע "פארוואס" שאלות. צי וועט דער שואל באקומען תשובות אויף זיינע פראגעס? צי וועלן אים די תירוצים זיין צופרידענשטעלנד? וועט אים פארענטפערט ווערן נאר א טייל פון זיינע קשיות? וועלן אים די תירוצים גאר ברענגן צו פרישע שווערערע ספיקות און שאלות? דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, אבער אויפן עצם פרעגן איז דא פארוואס.

יעצט לאמיר זעהן א דריטע מעשה. א מענטש גייט אריין אין שטוב און זעהט אונטערן טיש פארשטעקט א בוך, נישט שיין אויפן טיש ווי עס דארף צו זיין, נאר טאקע אונטערן טיש, ספק איינער האט דעם בוך דארט באהאלטן ספק עס איז פשוט ארויסגעפאלן פון שאנק אינמיטען דער נאכט און געלאנדעט דארט וואו זי איז. קען דער שואל דא אנהייבן מיט זיין סדרה פון קשיות אדער האט ער נאך עפעס צו טון פארדעם? דער תירוץ אויף דער איז זייער קלאר, אלע פראגעס דארף געלייגט ווערן אין א זייט, קודם אלעמען דארף קלאר ווערן וואס דא האט פאסירט, ליגט דא דער בוך ווי א בלעטל פארווארפן אונטער א בוים אן קיין כוונה אדער איז דער בוך באהאלטן געווארן אונטערן טיש דורך איינער וואס האט דאס געטון פאר א סבה. דאס איז די ערשטע זאך וואס מ'ברויך מברר זיין און פארדעם זענען אלע אנדערע קשיות זיענלאז אן קיין פשט.

דער מענטש, דער איך, די וועלט וואו אונז וואוינען און אלעס ארום איז בלינדערהייט ווי א בוך אונטער א טיש. פון זיך אליינס, דאס הייסט אן קיין נבואה וואס פארציילט אונז זאכן וואס טוט זיך אפ ערגעץ נישט דא וואו אונז קענען האבן אן השגה, פון וואס מיר זענען בכוח תופס צו זיין מיט אונזער שכל און חושים איז נישט דא קיין שום אנדייט צי דער בוך איז ארויסגעפאלן פון שאנק, צי דאס איז דארט געווארן אהינגעלייגט פאר א מטרה. ס'איז שוין טויזענטער יארן וואס מעטשן פון אלע שיכטן און קרייזן ארבייטן שווער אויפצוקומען מיט אן הוכחה וואס קען ערשיידן דעם ספק מיט א סברא גשמית, דאס הייסט ווי דערמאנט נישט מיט קיין נבואה פון העכער טבע. ס'איז נישט רחוק צו זאגן אז רובו המוחלט פון די כוחות הנפש וואס זענען געווארן אריינגעלייגט במשך הדורות אין דער סוגיא איז געווען מיטן געדאנק דווקא אויפצוקומען מיט איין תשובה ענדערש ווי דער אנדערע. אבער אפגעזעהן פון דעם האט מען שוין גענוג געאקערט אין דעם פעלד אן סוקסעס אז ס'איז יושר'דיג משער צו זיין אז נישט ערגעץ אינעם נאנטען צוקונפט וועט איינער ווער מצליח זיין פותר צו זיין דעם ספק מיטן שכל הגשמי און די חושים הנרגשים.


כלפי מה הדברים אמורים? א ייד א מאמין אין די קאנווענציאלע יידישע אמונה בשלימות האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די ערשטע שאלה. אים איז קלאר אנגענומען פאר א יסוד מוסד אין מחשבה אז דער וועלט מיט אלעס אין איר איז נישט אראפגעפאלן פון בוים סתם אזוי, ס'איז דא איינער גבוה מעל גבוה וואס האט איר אוועקגעשטעלט כמות שהיא, און וואס מיר דארפן פותר זיין איז נאר די נאכפאלגענדע פראגעס. און אויף דעם איז שוין דא א גאנצע אינדאסטריע פון הסברים און מהלכים יעדער מיט אנדערע הנחות און מסקנות. אנגעהויבן פון די טרוקענע בייבלישע "עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו" מיט אירע מפרשים און פשטים, ביז די קבלה קאנצעפט פון "אין מלך בלא עם" און פארשטייט זיך די סארט פיליסאפישע גאנג וואס זאגט אז "ס'איז נישט דיינע געשעפטן פארוואס, א מוגבל קען ממילא נישט פארשטיין די רצון פון א בלתי מוגבל" און אזוי ווייטער א גאנץ גרויסע אויסווייל פון אלטערנאטיווע מהלכים מיט א טייל וואס זענען א געמיש פון צוויי אדער מער (צומאל געגענגעזעצטע) וועגן. און כמובן אז קיין איינס איז נישט קיין אפפרעג אויף די אנדערע ווייל ווילאנג זיי אלע זענען נישט מער פירושים אויף די זעלבע תורה און שמירת המצוות זענען די פרטי הכוונות נישט קיין אפהאלט. ס'מאכט נישט אויס צי דעם אמת איז מיט איינעם מער ווי דעם צווייטן אויפן עצם זייענדיג א חלק פון כלל ישראל ותורתו, דאס איז פשוט. ראיה לדבר, ווען איינער זאל די זכייה האבן אז מ'זאל אים אריינרופן פאר א צעהנטער צו מנין און גיבענדיג א קוק זעהט ער צוויי באקאנטע פנים'ער אינעם ציבור, איינער איז דער רמב"ם און דער צווייטער דער רמב"ן, וואלט ער זיך ווען אויסגעדרייט און ארויס פון דארט און זיי איבערגעלאזט? זיכער נישט. איי לכאורה איז דאך דער מנין ממה נפשך פסול ווייל לויטן רמב"ם איז דאך דער רמב"ן אן אפיקורוס און ווידער לויטן רמב"ן קען מען דעם רמב"ם נישט מצרף זיין צו מנין, ס'איז זיכער אז קיינער וועט אזאנס נישט אויפן געדאנק אויפברענגן ווייל אפגעזעהן פון אלע ראדיקאלע מיינונגס פארשידענהייטן צווישען זיי זענען ביידע כשר'ע יידן וואס איינער פון זיי האט אפשר א טעות אין כוונת העבודה, אבער אין עצם עבדות השם ושמירת המצוות זענען זיי איינשטימיג מיטן קבלה פון תורה שבכתב ושבעל פה. אן אפיקורוס וואס זיי וואלטן ווען נישט מצרף געווען צו מנין איז אזא איינער וואס זיינע מחשבות האט אים געברענגט צו אראפווארפען פון זיך עול המצוות, דאס איז פשוט.

וואו ס'מאכט זיך יא א פראבלעם איז ווען די רעדע איז פון איינעם וואס לעבט נישט מיט די הנחה קדומה פון א בורא עולם, דארט הערט מען אסאך מאל די קשיא פון איה אלהיך. דער מאמין פרעגט אויפן אינו מאמין "פארוואס ביסטו דא?", אויב גלייבסטו נישט אין א גאט וואס האט דיך באשאפן פאר א תכלית דעמאלס וואס איז דיין תכלית דא אויף דער וועלט. און ס'איז נישט נאר א קשיא וואס א נישט גלויביגער ווערט געפרעגט פון אנדערע, זייער אסאך הערט מען די שאלה פון זיי אליינס. די וואס האבן נישט קיין רעליגיעזע פארבונד מיט א תכלית'דיגען לעבנסשטייגער פרעגן אויף זיך אליינס פארוואס? וואס טוה איך דא? וואס איז דער תכלית פון לעבן? און דא איז וואו די קשיא פארלירט זיין תוקף, אז דו ביסט דא ווייל דו ביסט פשוט אראפגעפאלן פון בוים דאן וואס מיינט דאס די פראגע פארוואס, נישטא קיין פארוואס און פארטיג. איי ס'איז נישט בא'טעם'ט צו לעבן מיטן געדאנק אז איך בין נישט מער ווי א נאטורליכע געשעניש, איז וואס? נישט איינגענעם טוישט נאך נישט דער מציאות. אז אזוי איז עס איז עס אזוי צי ס'שמעקט דיר צי נישט. רבים וכן שלמים זענען שוין געפאלן פאר דעם לאגישן טעות פון פרעגן פארוואס אויף עפעס וואס זיי האלטן נישט באמת אז ס'איז בכלל צושטאנד געקומען מיט א פארוואס און געצויגען א רייע מיט מאדנע פיליזאפישע מסקנות און באשאפן נישט געשטויגענע סינטעטישע רוחניות אלץ אויף צו פארגיטיגען דעם אומהיימליכען געפיהל פון זיין נישט מער ווי אן איבערגדרייטע שטיין אין מדבר אדער א נאך א פארגעסענע ביימעל אינעם עמעזאן דשאונגעל. ס'איז דא אזא זאך ווי א ווייטאגליכע אמת, אן איינגענעמע אמת, דאס איז אבער נאר כלפי דעם אויף וועם דער אמת שפילט זיך אפ. דער אמת אליינס פאר זיך האט נישט קיין געפיהלן, זי איז אמת נאקעטערהייט כמות שהיא אן קיין שום כוונת.


פון דעם קומט צו נאך א שטארקע געדאנק וואס איז שוין יא גראדע זייער וויכטיג פארן מאמין איר אין קענטעניס צו נעמען. אז מ'שמועסט אז איינער וואס קומט נישט מיט די הקדמה פון פאראויס אז ער איז דא ווייל איינער האט אים דא אהערגעשטעלט דער האט בכלל נישט קיין רעכט צו פרעגן ווייטער פארוואס בין איך דא וואו איך בין, דעם הנחה שפילט אויך א שטארקע ראלע אין דעם עצם אמונה פון דער וואס גלויבט יא אין א בריאה פון העכער. ובכן, ס'קען זיצן א ייד אין בית הכנסת אנגעטון מיט טלית און תפילין, דאווענט און לערענט בדחילו ורחימו און פירט זיך ווי אן עהרליכע ייד ברויך זיך פירן בשלימות, אבער בפנימיות איז דער נישט מער ווי א נישט גלויביגער וואס זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" פירט אים צו זיין וואס ער איז. אויב זיין בליק אויף זיך איז אז ס'מוז זיין א תכלית פארוואס איך לעב אויף דער וועלט און דער הנחה שלעפט אים אריין אין בית המדרש אריין איז ער בכלל נישט קיין עובד השם, דער איז אן עובד את עצמו. דאס וואס דעם איז געלונגען זיך ארויסצודרייען פון די גייסטישע דרוקענישן וואס קוועטשט אויפן הארץ פון אן אמונה'לאזער דענקער דאס איז נישט מער ווי א געלונגענע טריק צו עסן דעם טארט און איר לאזן גאנץ, דאס מאכט אים נאך נישט פאר קיין מאמין. איינער וואס פירט זיך רעליגיעז ווייל רעליגיע גיבט אים א משמעות אין לעבן, אדער ווייל "ס'איז גוט צו זיין א ייד" דער איז אינגאנצען נישט רעליגיעז, ער איז מענטשיעז, אדער אין אנדערע ווערטער א בעל תאווה מיט השגות, אן אפיקורס מיט תפלין.

נאך מער פון דעם. איינער וואס איז מקבל אויף זיך עול מלכות שמים טאר אינגאנצען נישט פרעגן די קשיא "פארוואס בין איך דא?", קשיות זענען אירעלעווענט פאר איינער וואס נעמט אויף זיך דעם שעבוד צו לעבן מיטן יסוד אז איך בין דא צו טון וואס מ'האט מיר געהייסן. ס'איז נישט דיין עסק צו פרעגן אויף דעם ווער ס'האט דיר געהייסן, אפגעזעהן צי באמת קענסטו ווען פארשטיין דעם פארוואס, געוואנדען אין די חילוקי דעות אויבן דערמאנט. אוודאי איז כשר און וויכטיג צוצולייגן אן אויער און הערן וואס דער מצווה האט דיר צו פארציילן איבער זיינע פלענער פארוואס ער האט דיך אהערגעשיקט, תורה היא ולימוד היא צריכה. די אלע געדאנקען פון פסוק און פיליזאפיע מיט קבלה און נאך וואס שטעלן פאר פאר'ן מאמין מהלכים פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט און וואס ער זוכט דא זענען נישט דא צו פארענטפערן די דילעמע פון "משמעות החיים" ווייל אזא דילעמע עקזעסטירט נישט באמת. אדער איז בכלל נישט דא קיין תכלית צום לעבן אדער איז יא דא אבער ס'איז נישט דיין פראבלעם, ס'האט עס שוין דער וואס האט דיר באשאפן געלייזט פאר דיר לכתחילה ועליה אין להוסיף. אלענפאלס איז די פראבלעם א ליידיגע זאק אן קיין שום משמעות און לגמרי נישט קיין בארעכטיגטע פראגע.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:25 pm#269736
ייש"כ כעלמער, שיינע געדאנקען.

איך האב מיך אידענטיפיצירט מיט רובו ככולו פון דיינע ווערטער.
און דער קלארער שפראך, איר רעדט דאך ממש ווי א 'מגיד'!
זונטאג אפריל 26, 2015 3:30 pm#269738
זייער זייער קלאר ארויס געברענגט דעם ענין, מתוק מדבש, שפתיים ישק.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:41 pm#269742
סאו איך בין אויך אן אפיקורוס ?
זונטאג אפריל 26, 2015 3:41 pm#269743
גערעכט מיט די נקודה אז איינער וואס איז רעליגיעז ווייל ער זיכט משמעות החיים איז מער עובד את עצמו ווי א עובד השם, אבער די פארקערטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווייל אפי' נאכדעם וואס איך בין מיר משעבד כל כולו לעבוד הבורא דארף איך נאכאלץ וויסן די ציל פארוואס ער האט מיר דא געשיקט, פארן פשוטע סיבה כדי איך זאל קענען אהין אנקומען,
זונטאג אפריל 26, 2015 3:53 pm#269747
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גערעכט מיט די נקודה אז איינער וואס איז רעליגיעז ווייל ער זיכט משמעות החיים איז מער עובד את עצמו ווי א עובד השם, אבער די פארקערטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווייל אפי' נאכדעם וואס איך בין מיר משעבד כל כולו לעבוד הבורא דארף איך נאכאלץ וויסן די ציל פארוואס ער האט מיר דא געשיקט, פארן פשוטע סיבה כדי איך זאל קענען אהין אנקומען,


די תשובה אויף דעם ליגט אין די שורה וואס איך האב געשריבן
אוודאי איז כשר און וויכטיג צוצולייגן אן אויער און הערן וואס דער מצווה האט דיר צו פארציילן איבער זיינע פלענער פארוואס ער האט דיך אהערגעשיקט, תורה היא ולימוד היא צריכה.
זונטאג אפריל 26, 2015 3:56 pm#269749
בן אדם האט געשריבן:סאו איך בין אויך אן אפיקורוס ?

נישט קיין פאקטישע אפיקורוס, אבער יא א רעיונית'דיגע אפיקורוס. דאס הייסט ווי דערמאנט אינעם ארטיקל, אן אפיקורוס וואס איז כשר מצרף צו זיין צו מנין.
זונטאג אפריל 26, 2015 4:42 pm#269767
איי לכאורה איז דאך דער מנין ממה נפשך פסול ווייל לויטן רמב"ם איז דאך דער רמב"ן אן אפיקורוס און ווידער לויטן רמב"ן קען מען דעם רמב"ם נישט מצרף זיין צו מנין,

רילי ניגער?
זונטאג אפריל 26, 2015 4:49 pm#269771
דער אויסשליסליכער קורצער תירוץ איז: "נהמא דכיסופא", דאס איז דער איינציגסטער לאגישער סיבה פארוואס אונזער זעל איז פארפלאגט אויף דעם שווערען ערד קוגל, וואס דער מרובה מחברתה פארלויפט דעם אין לך יום שאין קללתו.
זונטאג אפריל 26, 2015 5:32 pm#269792
וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן ? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות, אדרבה טייל בעלי מחשבה ברענגן ארויס אז די הנאה איז גאר די ציל פון די גאנצע בריאה, ס'איז מפורסם די לשון הרמח"ל "האדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול מכל העידונים שיכולים להמצא. ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא".

איך האב אמאל דא אפגעשריבן א שיינע מעשה'לע פון אן עובד השם וואס האט געוואלט מבטל זיין אינגאנצען זיינע הנאות ומה עלתה בו.
אט האט איר דעם עפיזאד;

אין א שטעטל פ. (נאמען פיקטיוו) אין ווייסרוסלאנד האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר' זונדל, דער ר' זונדל איז געווען באקאנט אין שטאט אלס אן אויסגעריפענער עובד ה', ער פלעג זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש מעוטף בטו"ת אין געלערנט זיינע שיעורים כסדרן, זיינע שיעורים זענען געווען איינגעטיילט בכל מכמני התורה אנגעהויבן פון תנ"ך, און גפ"ת און אלפסי, רמב"ם טור ב"י שו"ע והנו"כ, ספרי מוסר וחסידות, ספרי קבלה, אויך האט ער מעיין געווען אין ספרי חקירה בשעה שאינו לא יום ולא לילה אויף צונאכטס פלעג ער אהיימקומען צו זיין אידענע, און זי פלעג אים אפווארטן און צושטעלן צום אויספאסטען א שטיקלע הארטע ברויט וואס ער פלעג בד"כ צובייסן מיט א שטיקעלע ירק, דערויף פלעג ער זיך זעצן ווייטער לערנען לאור הנר אין די טיעפע נאכט שטונדן, ביז ער פלעג אלס אוועקפאלן אין א דרימל פאר עטליכע שעה, און פלעג זיך אויפכאפן מעורר זיין את השחר, ווי ער האט ווייטער אנגעהויבן מיט פרישע כוחות זיין סדר היום פונדאסניי.

דער ר' זונדל איז געווען א שטארקע בעל מחשבה און בעל השגה, זיינע מחשבות האבן אים צומאל געקענט אוועקפירן אין גאר הויעכע געדאנקן וואס האט אים געקענט מאכן טראכטן פאר שעות ארוכות אין איז אים צומאל געווען א געוואלדיגע שטער אין זיינע שיעורים, ר' זונדל האט אבער געהאלטן אז די פנימיות איז זייער וויכטיג און דער עיקר איז דאך רחמנא ליבא בעי ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.

ר' זונדל פלעג אלס אריינטראכטן אין די גאר הויעכע מדריגות פון עבדות השם, כסדר געטראכט פון מסירת נפש און מתי יבא לידי ואקיימנה, אבער ער איז נישט געווען צופרידן, ער האט געהאלטן אז מסירת נפש איז בכלל נישט אזא הויעכע מדרגה, סוכ"ס איז דאך דער עולם הזה דומה לפרוזדור, א צייטוויליגע דורכגאנג, און אז איינער קומט אים אויף מסי"נ וואס האט ער שוין דעם מקריב געווען, די הבלי עולם הזה? ס'איז דאך אשרי מי שימיו  נחתמים במהרה, ער האט געפאדערט פון זיך א העכערע מדרגה, כסדר האט ער געטראכט וואס קען אלס זיין א העכערע מדריגהאיינע פון זיינע יסודות וואס ער האט ביי זיך שוין לאנג געהאט אפגעמאכט איז געווען אז ער פארמאגט נישט קיין שום רכוש און ישות זיין הויז איז געווען אפען פאר יעדן עובר ושב, און פלעגט כסדר אויספאקן זיינע טאשן פאר יעדן נצרך פון די פאר גראשן וואס אידן האבן אים אריינגעריקט,ער האט אבער נישט געקענט ביי זיך פויעלן צו זיין אן מעורב בין הבריות ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין די בזבוז הזמן בשיחה בטילה מיט וואס דער המון עם ברענגט אן די צייט, דערפאר פלעגט ער אלס גיין מיט פארמאכטע אויגן, קוים וואס ער האט געקענט די וועג אהיים פון בית המדרש.מאכט זיך אמאל אינמיטן די נאכט ער לערנט זיין שיעור אין רמב"ם, און קומט אן דארט ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די אלע מדריגות פון צדקה, די רמב"ם פירט אויס אז די העכסטע מדריגה אין צדקה איז ווען דער נותן ווייסט נישט פאר וועם ער געט, און דער מקבל ווייסט נישט ווער דער נותן איז.ר' זונדל טראכט צו זיך, איז דאס דען א מדריגה דאס טוה איך דאך כסדר, פארקויפן די עולם הבא קלערט ער צו זיך היד השם תקצר, השי"ת האט גענוג עולם הבא צו געבן פאר יעדעם ממילא איז דאס סתם א שפילעכעל, ס'איז אויך נישט שייך אויסצושפילן דעם רבוש"ע אז ער זאל נישט וויסן ווער דער נותן איז ווארום השי"ת ווייסט אלעס, אט איז אים בייגעפאלן א מאדנע געדאנק, השי"ת האט באשאפן די וועלט אז מענטשן זאלן טוען זיין רצון, ווי באקאנט האט די וועלט נישט קיין קיום נאר דורך תורה, ר' זונדל ווייסט אז מענטשן זענען זינדיג, ער ווייסט דאס פון די פסוקי הנביאים וואס זענען מוכיח דעם פאלק אויף די הארבסטע זינד, און מה דאך אין אזא דור דעה איז כלל ישראל געווען זינדיג כ"ש אין אזא דור שפל ווי היינט, אויך ווייסט ער אז ביי השי"ת זענען אלע מענטשן גלייך, אין ביי השי"ת איז נישט קיין נפק"מ צו זיין רצון ווערט נתמלא פון ר' זונדל, צו ער פארטוישט זיך מיט א זינדיגער איד וואס טוט תשובה און ער איז ממלא די רצון השי"ת אנשטאטס אים, טראכט ער ביי זיך אז אט איז אים בייגעפאלן  די גרעסטע מדריגה אין עבדות השם, א גרעסערע מדריגה פון אלע נביאים און חסידים ווי דוד המלך ע"ה וואס זיי האבן דוקא געוואלט זיין די וואס האבן די זכיה צו טאן די רצון השם, סוכ"ס איז דאס דען נישט א תאווה ווי אלע תאוות לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, איז דאס נישט א מילוי פון די אייגענע צרכים פון נכספה וגם כלתה נפשי.

ער טראכט אין טראכט, אין מיט אמאל שיינט די מארגנשטערן אויף, ער מאכט ביי זיך א פעסטע החלטה אז ער גייט ווערן א בעל עבירה, אזוי ער זאל פארווארפען ווערן פון אלע עולמות, צו די זעלבע צייט גייט ער אבער ארבעטען צו מאכן א זינדיגע איד פאר א בעל תשובה.ביי וועלכע עבירה הויב איך אן טראכט ער צו זיך, די ג' חמורות?!, ע"ז קומט נישט אין באטראכט זיי גלויבן דאך אין א שטיק קלאץ, גילוי עריות? ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס, פעך! שפ"ד איז דאך פשוט קעגן זיין איידלן כאראקטער, ער קען אפילו נישט טשעפן א פליג אויפן וואנט, אלזא האט ער מחליט געווען אז ער גייט אויפהערן מקפיד צו זיין אויף זיינע קפידות אין הלכה, ער ווערט אנהויבן עסן ירקות הצריכים בדיקה אנע בדיקה, ווען זיין אידענע ווערט צוריקומען פון טבילה ווערט איר נישט פרעגן צו זי האט זיך געטובלט און דערביי איז דאך דא א נדנוד פון איסור כריתות און אויף כרת איז דאך די תורה אליין מעיד אז מ'ווערט פארשניטן פון אלע עולמות רח"ל, אט דאס איז די ריכטיגע מדרגה פון מסירת נפש, טראכט ער צו זיך.זינט דעמאלטס איז ר' זונדל געווארן אינגאנצן צומישט ער האט שוין נישט געוויסט צו ער טוט א מצווה אדער אן עבירה, זיין אידענע האט געזען דעם שינוי, אבער זי האט געגלויבט אין אים מער ווי אין א מלאך, טייל מאל פלעגט ער זיך אינטערמורמלען אז חז"ל זאגן דאך גדול המעשה יותר מן העושה, אבער זי האט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר.אין שטאט האט מען אויך באמערקט ווי ר' זונדל איז געווארן מאדנע, ער האט אויסגעזעהן נעבעך ווי א זקן ששכח תלמודו, מ'האט באמערקט ווען ער פלעגט אריבערגיין די קירכע הויף פלעג ער נישט אריבערגיין אויף די אנדערע זייט הויף אזוי ווי די מנהג פון אלע אידן, אנשטאטס לערנען און דאווענען איז ער כסדר געזיצן א פארטראכטער, קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט צו זאגן עפעס א ווארט.

ס'איז פרייטיג צונאכטס, אין א ווינטערדיגן פראסט רבי אייזיק די צדיק אין שטאט פירט זיין געהויבענעם טיש אינעם קלויז, אידן קומען זיך אנווארעמען פונעם צדיק'ס פייערדיגע עבודה, ס'איז שא שטיל מ'הערט נאר די פייפעדיגע ווינטען זיך אנקלאפן אין קלויז, דער צדיק הויפט אן זאגן תורה רזין דרזין, בתוך הדברים זאגט דער צדיק, ויעש האדם בצלמו אז דא ליגט א גאר א טיעפע סוד, אז השי"ת האט באשאפן דעם מענטש בצלמו מיט דעם זעלבן כח פון השי"ת זעלבסט מיטן כח פון אי-השתנות אז השי"ת האט מאציל געווען אין יעדען מענטש זיין "איך" און פון דעם איך קען מען נישט זיך ארויסדרייען, און אז דאס פארלייקענען אינעם "איך" איז פון די הארבסטע כפירות ווארום דער איך איז דאך א חלק אלוקי ממעל.

אויף צו מארגענס איז ארומגעגאנגן די שמועה אז ר' זונדל איז אוועק פון די וועלט אין האט הארט ביפאר געזאגט שמע ישראל, ער האט תיכף געוואלט טוען אן עבירה אבער לא איסתייע מילתא ויצאתה נשמתו באחד.ווען דער צדיק ר' אייזיק האט זיך דערוויסט פון די פטירה פון ר' זונדל, האט ער געזאגט וויסן זאלט איר אז ר' זונדל האט מימיו נישט טועם געווען טעם חטא, נאר די סיבה פארוואס ער איז דורכגעפאלן איז צוליב דעם וואס ער האט כופר געווען אין זיין אנכי אין זיין חלק אלוקי ממעל, און דאס איז פון די הארבסטע כפירות, יעצט און עולם העליון איז געווען א רעש אין וועלכע היכל מ'זאל אים לייגן מ'האט נישט געקענט מאכן קיין באשלוס צום סוף האט מען אים געלייגט אינעם היכל פון ר' יוסף דילריינה ושם יהא מונח עד שיבא אליהו
זונטאג אפריל 26, 2015 6:00 pm#269809
ר' נהורא,
ווען מ'שרייבט אזא לאנגע שטיקל אן קיין הפסקים, מאכט עס אויסזען די מעשה ווי די אלטע אידישע מעשה ביכלעך פון בעפאר'ן קריג...
זונטאג אפריל 26, 2015 6:02 pm#269812
ששש... אין משיבין על הדרוש.
(ווייל ס'קען ווערן לענגער)
זונטאג אפריל 26, 2015 6:06 pm#269813
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:לאמיר אנהייבן פון אן אנדערע קוק-ווינקל. גייט זיך איינער שפאצירען אין א שיינעם זונטאג און גייט דורך א בוים און זעהט א בלעטל ליגן פארווארפן אויף דער ערד, טראכט ער פארוואס ליגט דאס בלעטל דא? זיכער נישט. יעדע פארשטענדליכע מענטש פארשטייט אז דער סבה פארוואס דער בלעטעל ליגט אונטערן בוים האט נישט קיין שום סבה, דא ליגט עס ווייל דא איז עס אראפגעפאלן אדער דא האט איר דער ווינט אוועקגעבלאזן.

זייער שיין אבער לאמיך פרעגן "פארוואס"
פארוואס פרעגט נאר דער מענטש "פארוואס בין איך דא?" פארוואס מאכט נישט די בלעטעל פארווארפן אויף דער ערד אן עסק דערפין ?

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ס'קען זיצן א ייד אין בית הכנסת אנגעטון מיט טלית און תפילין, דאווענט און לערענט בדחילו ורחימו און פירט זיך ווי אן עהרליכע ייד ברויך זיך פירן בשלימות, אבער בפנימיות איז דער נישט מער ווי א נישט גלויביגער וואס זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" פירט אים צו זיין וואס ער איז. אויב זיין בליק אויף זיך איז אז ס'מוז זיין א תכלית פארוואס איך לעב אויף דער וועלט און דער הנחה שלעפט אים אריין אין בית המדרש אריין איז ער בכלל נישט קיין עובד השם, דער איז אן עובד את עצמו. דאס וואס דעם איז געלונגען זיך ארויסצודרייען פון די גייסטישע דרוקענישן וואס קוועטשט אויפן הארץ פון אן אמונה'לאזער דענקער דאס איז נישט מער ווי א געלונגענע טריק צו עסן דעם טארט און איר לאזן גאנץ, דאס מאכט אים נאך נישט פאר קיין מאמין. איינער וואס פירט זיך רעליגיעז ווייל רעליגיע גיבט אים א משמעות אין לעבן, אדער ווייל "ס'איז גוט צו זיין א ייד" דער איז אינגאנצען נישט רעליגיעז, ער איז מענטשיעז, אדער אין אנדערע ווערטער א בעל תאווה מיט השגות, אן אפיקורס מיט תפלין.

איז מעגליך אז זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" איז ביי דיזיין?
די זעלבע דיזיינער וואס אינז געמאכט הינגעריג כדי מיר זאלן עסען
די זעלבע דיזיינער וואס אינז געגעבן תאות פאר קים המין

דאס אז דער מענטש זיכט עפעס "העכערס" זאגט זייער אסך (לדעתי) אין וואס איז ראנג זיך נאכגעבן די תאוה אויב און די זעלבע צייט גלייבט ער באמת
אויב איינער עסט ווייל זיי מאגן מאנט אין נישט ווייל זיין גוף דארף די פראטינס, ווערט ער נישט זאט?

אחוץ אויב דו מיינסט די סיגיא פין מצוות לאו ליהנות נתנו
זונטאג אפריל 26, 2015 6:15 pm#269819
Re: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהא
משמעות החיים מיז נישט ריפערן דוקא צי די רצון פונעם בורא. אפי' גאט זאל אונז האבן באשאפן אן א משמעות פאר אונז, אן א תכלית פאר אונז. פאסט נאך אלץ א מענטש זאל פרעגן מה חובתי בעולמי, וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען, וואס און וויאזוי זאל איך אויסשטעלן און פארברענגן מיינע יארן דא.
זונטאג אפריל 26, 2015 6:21 pm#269824
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן ? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות


ס'איז איין זאך הנאה צו האבן פון עבדות השם, אדער אפילו לכתחילה צו טון מצוות שלא לשמה. ס'איז אבער גאר אן אנדערע מעשה ווען די גאנצע קבלת עול המצוות איז נישט לשם עבדות פון מלכות שמים נאר לענג ולפנק די אייגענע נפשיות'דיגע תאוות ורצונות. דער ערשטער איז אן עובד השם מיט (אדער אן) פניות און דער צווייטער איז א גאטלאזער עובד את עצמו.
זונטאג אפריל 26, 2015 6:21 pm#269825
"וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען" איז נישט ממש די זעלבע "וואו משמעות החיים"
איינס איז א פראקטישע שאלה און איינס איז אן עקזיסטעשעל שאלה
זונטאג אפריל 26, 2015 6:24 pm#269827
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן ? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות


ס'איז איין זאך הנאה צו האבן פון עבדות השם, אדער אפילו לכתחילה צו טון מצוות שלא לשמה. ס'איז אבער גאר אן אנדערע מעשה ווען די גאנצע קבלת עול המצוות איז נישט לשם עבדות פון מלכות שמים נאר לענג ולפנק די אייגענע נפשיות'דיגע תאוות ורצונות. דער ערשטער איז אן עובד השם מיט (אדער אן) פניות און דער צווייטער איז א גאטלאזער עובד את עצמו.

פארוואס עפעס א גאטלאזער עובד את עצמו?
סך הכול האט אים די לענג ולפנק די אייגענע נפשיות'דיגע תאוות ורצונות געברענגט צו גאט
כידיע די מעשה מיבא בחובת הלבבות
זונטאג אפריל 26, 2015 6:33 pm#269830
מתוך שלא לשמה בא לשמה (חז"ל)
זונטאג אפריל 26, 2015 6:34 pm#269831
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן ? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות


ס'איז איין זאך הנאה צו האבן פון עבדות השם, אדער אפילו לכתחילה צו טון מצוות שלא לשמה. ס'איז אבער גאר אן אנדערע מעשה ווען די גאנצע קבלת עול המצוות איז נישט לשם עבדות פון מלכות שמים נאר לענג ולפנק די אייגענע נפשיות'דיגע תאוות ורצונות. דער ערשטער איז אן עובד השם מיט (אדער אן) פניות און דער צווייטער איז א גאטלאזער עובד את עצמו.

יא יא כ'האב פארשטאנען, אבער ווער זאגט אז מ'מוז רעדן לכתחלה, און אסאך פעלער הויבט אן צו דרוקן די שאלה פון חובת האדם בעולמו, נאכדעם וואס מ'האט ביז דאן מקיים געווען די מצוות מתוך יראה און יעצט אז מ'וויל זיין מעלין בקודש און הנאה האבן מתוך אהבה פרעגט זיך די שאלה פון משמעות החיים.
והשתא דאתינא להכי וועל איך זיך וואגן צו זאגן אז דאס איז די סוד פון כל האומר וכו' חטא אינו אלא טועה, אז וויבאלד די צדיקים ארבעטן שוין אויף א העכערע מדריגה פון הנאה קומט אויס אז די חלק קבלת העול שבו ווערט אסאך מאל באיתכסיא, הגם מסתמא ווען מ'האלט ביי די מדריגה פון אהבה בלייבט נאך די מדריגה פון יראה, ווי מזעהט אין לגבי משה מילתא זוטרתא, איז אבער דא תרי גוונא יראה, יראת העונש און יראה הבאה מתוך אהבה כמבואר בספרי חסידות.
זונטאג אפריל 26, 2015 7:15 pm#269848
"חובת" האדם בעולמו איז א כשר'ע שאלה, ס'איז א שאלה פון פון אן עבד וואס פרעגט "מה חובתי ואעשנה". א גאטלאזער עובד את תודעתו איז אזא איינער וואס פרעגט "מה חובתי 'תו' ואעשנו" (סוטה כ"ב:)
זונטאג אפריל 26, 2015 11:38 pm#269912
און וואס אזוינס מאטיווירט דעם עבד צו טון זיין פליכט אויף דער וועלט? אינסטינקט?
זונטאג אפריל 26, 2015 11:55 pm#269923
דאס איז שוין א סוגיא פאר זיך, ווענדט זיך וועם דו פרעגסט.

אבער אפגעזען צי קבלת עול מצוות איז א הכרח אדער א בחירה פרטית איז די טייטש פונעם עצם קבלת עול 'עבדות', אונטערטעניגקייט. (עד מתי מאנת "לענות" מפני, "שלח עמי", טוה וואס איך הייס דיר). אן עבד וואס פראקטעצירט זיין עבדות ווייל "ער" וויל אזוי דער איז נישט קיין עבד, ער איז א שכיר יום. פון די אנדערע זייט איינער וואס איז אן עבד קען זיין אז ער איז א "מוכר את עצמו" און ס'קען זיין ער איז א "מכרוהו בית דין", מאכט נישט אויס, אן עבד איז ער.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:03 am#269926
דאס איז נישט א שמועס פאר זיך נאר תלוי הא בהא. יעדער עבד האט א סיבה פארוואס ער דינט זיין אדון. צו ווייל ער ווייל נישט כאפן שמוץ אדער ווייל ער האט רעספעקט וכדומה. הצד השוה שבהן אז ער האט א אייגענע געברויך אים צו דינען.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:14 am#269928
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גערעכט מיט די נקודה אז איינער וואס איז רעליגיעז ווייל ער זיכט משמעות החיים איז מער עובד את עצמו ווי א עובד השם, אבער די פארקערטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווייל אפי' נאכדעם וואס איך בין מיר משעבד כל כולו לעבוד הבורא דארף איך נאכאלץ וויסן די ציל פארוואס ער האט מיר דא געשיקט, פארן פשוטע סיבה כדי איך זאל קענען אהין אנקומען,


די תשובה אויף דעם ליגט אין די שורה וואס איך האב געשריבן
אוודאי איז כשר און וויכטיג צוצולייגן אן אויער און הערן וואס דער מצווה האט דיר צו פארציילן איבער זיינע פלענער פארוואס ער האט דיך אהערגעשיקט, תורה היא ולימוד היא צריכה.

פיין און וואויל, אבער דו דארפסט מסביר זיין קלארער ווען ס'איז שייך די אויבנדערמאנטע נקודה, אז מען דארף הערן און וויסן איבער דעם באשעפער'ס פלענער פארוואס ער האט דיר אהערגעשיקט, און ווען ס'איז שייך די צווייטע נקודה וואס דו שרייבסט א שורה דערויף אז "די אלע געדאנקען פון פסוק און פיליזאפיע מיט קבלה און נאך וואס שטעלן פאר פאר'ן מאמין מהלכים פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט און וואס ער זוכט דא זענען נישט דא צו פארענטפערן די דילעמע פון "משמעות החיים" ווייל אזא דילעמע עקזעסטירט נישט באמת".

ואפרש שיחתי: דו טענה'סט אז ס'איז נישטא קיין חיוב צו וויסן וואס משמעות החיים איז, ווייל ס'איז נישט אונזער עסק, וכדבריך "אדער איז בכלל נישט דא קיין תכלית צום לעבן אדער איז יא דא אבער ס'איז נישט דיין פראבלעם, ס'האט עס שוין דער וואס האט דיר באשאפן געלייזט פאר דיר לכתחילה ועליה אין להוסיף. אלענפאלס איז די פראבלעם א ליידיגע זאק אן קיין שום משמעות און לגמרי נישט קיין בארעכטיגטע פראגע". אבער דא הערשט א צעמישעניש, ווען איז עס נישט מיין עסק, און ווען איז עס גאר א חיוב אלס תורה היא וללמוד אני צריך, און וויבאלד די בעלי השקפה ומקובלים זענען געווען פארנומען מסביר צו זיין סיבת בריאת העולם, דארפן מיר אויך זוכן צו פארשטיין דעם ענין.

נאך א נקודה, אז דיין יסוד אז א מאמין דארף נישט קומען פארענטפערן די טעם פון בריאת העולם על ברואיו, וויבאלד ער גלייבט אין א גאט און ער דארף זיך פארלאזן אויף אים. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. חדא, וויבאלד דאס קען זיין איינער פון די סיבות פארוואס יא צו גלייבן אדער נישט צו גלייבן אין גאט. כלומר, אויב כ'זע נישט קיין שום הסבר אין א בריאה מאן יימר אז ס'איז דא א גאט, לאמיר ענדערש אננעמען אז די וועלט איז א טבעי שאינו צריך הסבר וביאור. אשר על כן קען גאר זיין אז די בירור פון סיבת הבריאה איז דער וועג געוואויר צו ווערן צו - און אז - ס'איז דא א גאט. און אזויווי דיין משל מיט בוכל אונטערן טיש, אזוי אויך דא דארף איך וויסן צו ס'איז בכלל דא מענטש וואס האט אונטערגעלייגט דעם ביכל, אדער נעשתה מאליה. און לכאורה איז דאס נישט ווייניגער ווי סיי וואספארא אנדערע נושא בידיעת ה', וואו מען איז חוקר צוצוקומען צום ריכטיגן אמונה בה'.

נאכמער, אפילו איך ווייס ווען בבירור - נאך בעפאר די חקירה בטעם הבריאה - אז ס'איז דא א גאט, דארף איך נאך פרובירן מברר צו זיין וואס וויל ער פון מיר - אויב ער וויל עפעס פון מיר בכלל. דהיינו, איינשטיין האט דאך - ווי די יוונים הקדומים - געלייקנט אין השגחה כאטש ער האט געגלייבט אין גאט. ער האט אפשר נישט געהאט דעם פראבלעם פון פארשטיין וואס איז די תכלית האדם בעולם [כאטש אפילו זיי האבן געהאט א פראבלעם דערמיט אויף א קלענערע פארנעם, ואכמ"ל]. אבער מיר אידעלעך וואס ווערן ערצויגן אז דער באשעפער פירט די וועלט בהשגחה פרטית, וואס דאס מיינט אז יעדע זאך האט א גענויער חשבון. אויב אזוי כדי מאמת צו זיין דעם נקודה דארפן מיר בראש ובראשונה פארשטיין וואס אונזער תפקיד און תכלית איז. און נאר אזוי וועלן מיר קענען אננעמען מתוך ידיעה אז ס'איז דא השגחה אויפן וועלט, ודו"ק.

און צום לעצט, אפילו ווען איך ווייס ווען בבירור אז ס'איז דא השגחה פרטית, און ס'איז דא א טעם וסיבה לבריאה. וכדבריך, אז אויב אזוי פארלאז דיך אויף גאט אז ער ווייסט וואס ער טוט. דארפן מיר הערשט פרובירן צו פארשטיין מה חובתינו בעולם, ומה טעם לבריאת העולם. ווייל שטארק מעגליך אז דורכדעם וואס מיר וועלן דאס פארשטיין, וועלן מיר וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אונזער טאג טעגליכע עבודה. ווייל ווען מיר ווייסן פארוואס די וועלט איז באשאפן געווארן, קענען מיר וויסן וואס מיר דארפן טון צו פארפילן אונזער פליכט בשלימות על צד היותר טוב.

ומ"מ אודה ולא אבוש, אז נאכן זיך דערגרינטעווען בטעם הדבר, זע איך, אז עס איז נאך אלס בעסער דער פריערדיגער טעם ווי דער לעצטיגער טעם. ווייל לענ"ד ווערט מען נישט געוואויר קיין גרויסע יסודות וואס טוישן דעם בליק אויפן לעבן, נאר ס'זעט ענדערש אויס ווי פשוטע פסיכיאלאגישע הסברים צו פארענטפערן אן אומפארשטענדליך עסק. זאת ועוד, אז ס'וועט נאך אלס זיין שווער מיליאן און א האלב קשיות שאכ"מ, וואס די תירוץ איז ממילא ווי דו האסט אויסגעשמועסט אז מיר קענען זיך סייווי נישט דערגרינטעווען צו פארשטיין א בלתי מוגבל. דערפאר איז דער אמת'ער תוך תוכו פון א מענטש וואס איז חוקר בטעם הבריאה, פשוט מברר צו זיין צו ס'איז דא א הסבר מניח על הדעת וואס זאל מיר לאזן גלייבן אין א גאט. וכדברינו הקודמים.

הארכתי יותר מדי, ואקוה שלא קצרתי יותר מדי, והמבין יבין.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:23 am#269933
יאיר האט געשריבן:דאס איז נישט א שמועס פאר זיך נאר תלוי הא בהא. יעדער עבד האט א סיבה פארוואס ער דינט זיין אדון. צו ווייל ער ווייל נישט כאפן שמוץ אדער ווייל ער האט רעספעקט וכדומה. הצד השוה שבהן אז ער האט א אייגענע געברויך אים צו דינען.

ווען ער איז שוין אן עבד טוט ער זיין ארבעט ווייל ער מוז, ווייל ער איז אן עבד. דאס איז ער און פאר דעם עקזיסטירט ער. אויב פאלגט ער נישט נאך זיינע פליכטן און מ'דארף אריינברענגן א שטעקן אים צו דערמאנען ווער ס'איז דא בעל הבית איז איהו דאפסיד אנפשיה, ער איז א שוטה וואס פארשטייט נישט קיין אנדערע שפראך. איז עס אבער נישט מער ווי דאס, א שפראך וואס גיבט דעם קנעכט אנצוהערן וואס ער איז. פון די אנדערע זייט ווידער דאס זעלבע, אן עבד וואס גראדע קומט אים זייער גוט אויס זיין עבדות ווערט ער נאכנישט אויס קנעכט פאר דעם. ס'דא א קנעכט וואס שרייט "אהבתי את אדוני לא אצא חפשי" און לאזט זיך אפילו לעכערן די אויערן פאר זיין הנאה פון זיין אן עבד ועם זאת איז ער נישט אויס עבד.

דער בולט'דיגער חילוק ציווישען מאמין און אפיקורוס (ווען ביידע זענען די זעלבע שומרי מצוות) איז דער לכתחילה'דיגע געשעפט אויף וואס זיי זענען איינגעגאנגן. דער מאמין האט אויף זיך מקבל געווען עבדות אדונו און דער אפיקורוס פון דער אנדערער זייט, שכירות, א קבלן וואס ארבייט פאר זיך אליינס.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:07 am#269957
שש משזר

לא הארכת ולא קצרת, דו זאגסט זייער קלאר וואס דו ווילסט ארויסברענגן (חוץ דעם לעצטן פסקה, לענ"ד). אבער במח"כ האטסטו נישט ריכטיג אפגעלערנט דעם סך הכל.

אוודאי איז דא א חיוב להטות אוזן ולתת ולדון אין די סוגיא פון "פארוואס זענען מיר דא" ווי איך האב דערמאנט. ס'איז אבער וויכטיג צו נעמען דעם פארוואס אלץ א שאלה פון א תלמיד הדן לפני רבו בקרקע און נישט אלץ א קשיא וואס דער מענטש האט. אין אנדערע ווערטער, דאס איז א לימוד ווי אלע לימודי קודש און נישט דיין פערזענליכער פראבלעם. דו דארפסט דאס אפלערנען פשוט צו פארשטיין וואס די מסקנות זענען אויף למעשה, וואס וויל מען פון דיר, מה חובתי בעולמי, נישט מה תכליתי בעולם. אלץ א קשיא, אלץ מיינס א פראבלעם האט זיך נישט קיין פשט. און דאס פארענפערט אויך די לעצטע צוויי שאלות.

פאר דיין צווייטע קשיא בין איך מחולק לגמרי. ס'איז נאך קיינעם נישט געלונגען, וויפיל מ'האט נאר פרובירט, אויפצוקומען מיט א ראיה פון די עצם בריאה אויף א בורא אדער א תכלית. הונדערטער קריסטליכע, איסלאמישער מיט יידישע פיליזאפן און תשובה מאכער דעמאגאגן האבן שוין געמאלן בערג מיט פלפולים של הבל כביכול איבערצוווייזן אז מיט אונזער אייגענע שכל און חושים קען מען אויפקומען מיט דאס וואס לפי השקפת המקרא פעלט זיך אויס פאר דעם געטליכע נבואות און השגות מן למעלה מחוקי הטבע, און אן הצלחה. לויט זיי איז דער גאנצע התגלות הנבואה - וואס זיי נעמען אויך אן פאר אן אמת - איבריג און אומזיסט. קומען אבער בעלי דעת מיט שכל הישר און ווייזן איבער אז זייערע טענות און הוכחות האלטן נישט קיין וואסער. איז צו זאגן אז ס'לוינט זיך צו זוכן א תכלית פאר די בריאה ווייל אזוי וועט זיין אן איבערווייז אויף א בורא לשם תכלית איז נישט מער ווי נאך א בלאסע circular reasoning.

פארדעם האב איך בכוונה תחילה אוועקגעשטעלט דעם שמועס אויף צוויי אויסוואלן, פאר דעם וואס האט שוין במסקנה זיין אמונה פון פריער, און פאר דעם וואס איז למסקנה נישט נישט קיין מאמין. און דעראויף ערקלערט אז פאר ביידע עקזיסטירט נישט דעם פארוואס דילעמע. כ'האב מיך בכלל נישט אריינגעלאזט מסביר צו זיין ווער קומט צו צו וועלעכע מסקנה און פארוואס ווייל נישט דאס איז דער שמועס דא, כ'האב נאר מזכיר געווען בדרך אגב אז פון בריאה אליינס קען מען צו קיין מסקנות נישט צוקומען כדאי צו באווארנען אז דאס זוכן פאר א תכלית קען נאר קומען 'נאכן' זיין קלאר אין איינס פון די צוויי, נישט אז דער זוך פאר תכלית קען דאס ערשיידן.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:43 am#269973
כעלעמער, איך בין זיך מחיה מיט דיינע טיפזיניגע געדאנקען... אבער מער ווייניגער נעמסטו אוועק מהלכים וויאזוי מען מענעזשט אויפן ערד קוגל.. דארפסט אונז געבן כלים צו לעבן אויכט. .
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:48 am#269975
איך געב נישט און איך נעם נישט, איך זאג וואס איך זעה.
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:08 am#270005
מען איז דא מבלבל פארשידענע זאכן און טאנצט פון טענות מצד השכל אז דער שאלה וועגן משמעות האט נישט קיין משמעות צו עפעס מאדנע טענות מצד עבדות השם טאר א מענטש נישט האבען קיין מטרה אין זיין לעבן, א מין הנחה וואס איז אזוי מאדנע און אזוי מקור'לאז און אזוי האפטלאז אז איך ווייס בכלל נישט ווי מען הייבט אן עס צו צונעמען. נישט עס איז לאגיש און נישט עס האט א שום מקור אין עפעס א ספר אדער מובן פון סיי וועלכער מהלך (אקעי אפשר ישעיה ליבוביץ האט אזוי געזאגט).

איז קודם מצד השכל.
אנהייב שטעלט איר אוועק א הנחה אז דער בלעטל וואס ליגט אויף דער ערד האט נישט קיין משמעות און מיר קענען דאס נישט דערגיין ווען נישט עפעס א אמונה. איך ווייס נישט אין וועלכער זין דאס האט נישט קיין משמעוות. לאמיר צונעמען.

אריסטו האט אוועגקעשטעלט אז יעדער זאך אין די וועלט האט פיר סיבות. אין אידישע ספרים האט מען דאס געגעבן א רמז חפצ"ת. ח'ומר צ'ורה פ'ועל ת'כלית. דאס הייסט קודם איז דא א מאטיריאליסטישע סיבה, למשל ביי די משל פון דער בלעטל,זענען די פיר סיבות אזוי: דער חומר פון דער בלעטל איז די פארשידענע כימישע באשטאנטיילען פון וואס דער בלעטל איז געמאכט, די צורה אדער די פארמאלע סיבה איז וואס מאכט דאס בלעטל זאל אראפפאלען און נישט ארויפפאלן, גראוויטי וכו', דער פועל איז ווער האט דאס געשטיפט, די ווינט אדער א מענטש וכדו', דער תכלית איז פארוואס האט ער דאס געשטיפט, אדער צו וועלכע מטרה איז דאס אראפפאלן פון בלעטל א היכי תמצי. אריסטו'ס סייענס האט געהאלטען אז יעדער תופעה אויף די וועלט מוז האבען די פיר סיבות. למשל יעדער זאך פאלט ווייל ער וויל אנקומען צו דער ערד וכו'. און על דרך זה א מענטש לויט זיין ענטוויקלונג מוז האבן א מטרה. און אז ער גייט מיט זיין טבע אנקומען צו דער מטרה וואס דער טבע האט פאר עם קומט ער אן צו זיין תכלית. האט אריסטו לויט ווי ער האט געהאלטען דער הגדרה פון א מענטש אויך מסביר געווען לפי דרכו וואס איז דער מטרה פון דער מענטש.

יעצט שפעטערדיגע סייענטיסטען האבן זיך געדינגען אויף די הנחה אז די טבע האט א מטרה, און מסביר געווען אלעס נאר מיט די ערשטע צוויי (אדער דריי, ווענט זיך) סיבות. דאס איז א גרויס אריכות וואס איז פשט און ווער איז גערעכט ואכ"מ. יעצט דאס איז אלץ לגבי הטבע. לגבי זאכן וואס א מענטש טוהט איז נאכאלץ אמת אז זיי מוזן האבען די פיר זאכען, עכ"פ אויף זיך רעכענען א נארמאלער מענטש. אז איינער מאכט עפעס אן קיין תכלית זאגט מען עם ער איז משוגע. ממילא איז די שכלדיגע זאך פון א מענטש אז ער בויט א בנין למשל איז דא א final cause פאר דער בנין, למשל ער וויל דארט וואוינען. אדער פארקויפען, אדער וואס נאר. יעצט אז מען ברייטערט דאס אויס צו א גאנצער לעבן, איז א סימן פון א ראציאנאלער מענטש אז זיין לעבן האט עפעס א trajectory , עס האט עפעס א מטרה ווי ער קומט אן, און אז נישט איז ער סתם א משועגענר. דא אבער קען מען טענה'ן רעדט מען שוין פון טבע און עס איז נישט מוכרח עס זאל בכלל האבן א סיבה. נו דאס איז מצד הסייענס שבו. מצד מעשי האדם אז ער לעבט אן א תכלית איז ער צודרייט. אדער ווערט צודרייט. דא קען מען אריינקריכען פארשידענע טעאריעס איך וויל נאר קלאר מאכן די אלף בית וואס דאס מיינט פשוט ווען מען רעדט משמעות אדער מטרה פון לעבן און פארוואס עס האט נישט קיין שייכות מיט די טענות וואס איר ברענגט.


יעצט מצד האמונה, קומט איר מיט עפעס א מין מאדנע פשעטל (שמקורו מרי"ל הנ"ל) פון זוכען דער צד השווה פון אלע אידישע דענקער און לויט דעם מאכן א מסקנה אז די איינציגסטע זאך וואס איז לכולי עלמא און טאמער נישט איז מען אן אפיקורס איז עפעס אן עבדות. דער פשעטל ענהעלט פילע פראבלעמען, איינס פון זיי אז דער שיטה גופא האט קיינער פון זיי נישט געהאלטען. קומט אויס לויט אייך איז סיי דער רמב"ם וואס הא געהאלטען אז די מטרה איז זיין א משכיל להשיג את השם, און וועלט מסתמא גערופען אייער ווערזיע פון עבדות געצנדינעריי, און סיי דער זוהר וואס האט געהאלטען אז די מטרה איז מתקן זיין עולמות עליונים , ביידע זענען געווען פורקי עול. דאס אז ביידע האבן אפשר געהאלטן שולחן ערוך מיינט נישט אז דאס האבן אלע מודה געווען ווייל זיי האבען עס געהיטען פאר גענצליך אנדערע סיבות. און קיין איינער פון זיי נישט פאר דער מאדנע סיבה.

מער לעצם הענין הייב איך נישט אן צו פארשטיין די סברא אז עבדות איז עפעס סותר צו זוכען א משמעות אין לעבן, אדער בכלל מה קודם למה. טאמער הייבט מען אן שכלדיג און מען קומט אן אז די מטרה איז זיין אן עובד השם, נו שטימען דאך ביידע פונקט, פונקט ווי דער טבע טוהט פונקט זיין מטרה כרצון יוצרו אזוי אויך דער מענטש. און אז א חלק פון טבע האדם איז זוכען די משמעות איז דאס דאך א חלק פון דער וועג צו דער מטרה פונקט ווי יעדער זאך אין די בריאה. עס פאלט קיינער נישט איין אז דער עפל וואס פאלט פון בוים טוהט עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די מטרת הבריאה ווייל דאס איז דאך די בריאה, און די זעלבע זאך דער מענטש נאר בתוספת די כוח השכל וואס ער האט און די אלע יצרים וואס ער האט און די פארשידענע בחירות וואס ער האט אפשר.
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:15 am#270007
עס איז כדאי ארויסצוברענגען, אויב הרב המגיד וויל שוין לוחם זיין פאר דער אמתדיגע מקורותדיגע רעליגיע וואס בויט זיך נישט אויף קיין צרכים פון משמעות, אז נישט נאר איז נישטא קיין מקור אין די אריגענעלע אידישע רעליגיע פאר די סארט מוגזמ'דיגע אבסורדישע לשמה'דיגע עבדות וואס איר רעדט, נאר אפילו פאר די פשוט'סטע סארט נישט זיין קיין ערליכע איד פאר די אייגענע תועלת בעולם הזה אויך נישט. מקראות מלאים דברו ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך. די גאנצע תנ"ך מתחילתו ועד סופו זאגט איין זאך זייטס ערליך עטס זאלטס האבן אסאך צו עסן און צו טרינקען. נו אוודאי איז דא די טיפע ענינים פון חז"ל אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב וכו'. אבער אין מקרא יוצא מדי פשוטו. און אוודאי איז אבסורד פאר איינער וואס איז כלומ'רשטע לוחם פאר אן אריגענעלע רעליגיע אן קיין פשעטלעך צו זיין אזוי פונקט פארקערט פון די אריגענעלע אידישקייט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:52 am#270025
לעיקוואד היקר!

איר רעדט זיך אפ אז מ'איז אייך מבלבל און לדעתי איז דער בלבול מצד המקבל און נישט מצד המשפיע. דו ביסט מייחס צו מיר א מיינונג ווי כ'וואלט ווען האבן געזאגט אז "מצד עבדות השם טאר א מענטש נישט האבען קיין מטרה אין זיין לעבן", עפעס אשר מעולם לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי. אדרבה, פארן עובד השם איז זיין עבדות זיין העכסטע און איין איינציגסטע מטרה אין לעבן, פאר דעם האט מען אים אהערגעשטעלט און פאר דעם איז ער דא.

דו פראבירסט אוועק צו מאכן מיין מיינונג כאילו ס'איז נישט מער ווי א דעת יחיד פון לייבוביץ', האסטו אבער פארזעהן אז לייבוביץ'ס שיטה איז גראדע בניגוד גמור צו מיינס. לייבוביץ' איז חוזר ושונה אין זיינע כתבים די געדאנק אז מצד בריאת האדם איז דעם מאמין מיטן אינו מאמין שווה, דאס הייסט אז ביידע זענען באשאפן געווארן צוועקלאז ווי א בלעטל וואס פאלט אראפ פון בוים, נאר דער מאמין איז זיך בוחר אריינצולייגן משמעות בחייו וכו' וכו', א שיטה וואס מיין ארטיקל ווארפט אפ זייער קלאר, לפי מה שכתבתי אני איז אדרבה, דער מאמין גלויבט און נעמט אן פאר אן אמת אז זיין עצם זיין וואס ער איז האט א סבה און זיינע חיובים זענען צו ערפילן די תביעות וואס ברענגן אים צו דעם תכלית און אויף דעם איז דא א גאנצע רייע פון פירושים על פי פילוסופיה, קבלה ופשטות משמעות הכתובים "וואס" דער תכלית איז. מצד שני, דער אפיקורוס זעהט זיך נישט ווי א חומר ביד היוצר אדער אן עבד עולם, אדרבה, ער זוכט זיך א וועג ווייל ער פארשטייט אז ס'איז נאך נישט דא אנגעגרייט פאר אים א וועג בהכרח. יעצט אויב פערצופאל קומט ער אן אויפן זעלבן וועג ווי דער עובד השם, טוט אן די זעלבע תפילין, דאווענט אין די זעלבע סידור און רועט זיך אפ איינמאל אין זיבן טאג פונקט אין דעם טאג וואס דער עובד השם איז שובת ממלאכתו מצד עבודותו, דאס מאכט אים נאך נישט קיין עובד השם און דאס מיינט אינגאנצן נישט אז ער דינט א תכלית וואס צוליב דעם איז ער דא. פארקערט, בעיני המאמין איז דער עובד את תודעתו א בוגד אין זיין שליחות מיטן גיין זוכן "משמעות אין לעבן" כאילו ער מאכט זיך נישט וויסענדיג אז ער האט עפעס אויסצופירן דא און דער קען זיך נישט אפמאכן פארוואס ער לעבט ווען דער פארוואס איז שוין דא ממילא צי וויל ער צי נישט.

יעצט פאר דעם וואס גלייבט 'נישט' אין בריאה על ידי בורא, דער פאקט אז "מענטשן" טוען זאכן מיט כוונה זאגט נאך גארנישט אויף וואס מענטשן ווערן באשאפן. די פאקט אז דער טבע מאכט אז מענטשן ווערן געבוירן מיט דעת גיבט נאך נישט אריין קיין דעת פאר דעם טבע. בערטראנד ראססעל ז"ל האט אפגעשריבן דריי הונדערט פינף און זעכציג בלעטער איבערצוצייגן אז איינס מיט איינס איז צוויי, דאס מיינט נישט אז ווען איינס מיט איינס האבן אפגעמאכט אז צוזאמען גייען זיי באטרעפן צוויי האבן זיי פארדעם אדורך געליינט ראססעל מדושקע לדושקע, איינס מיט איינס קענען קיין ביכער נישט ליינען, אין רצון בטבע, ועם כל זה ערפילן זיי דעם תוכן וואס נעמט א בוך פון א מאטעמאטישע קאפ מסביר צו זיין. אוודאי נאכדעם וואס דער מענטש איז שוין דא קען ער טון אן א שיעור זאכן וואס ביי אים האט עס משמעות, וואס ביי אים זענען תוכן'פול, דאס פארענפערט אבער נאכאלץ נישט פארוואס איז ער לכתחילה דא, און דאס איז קשיא וואס פלאגט מענטשן אין גיבט זיי נישט קיין מנוחה ווייל סוף סוף וואס פאר א ריינע און רייכע לעבן איינער זאל אנפירן שפירט ער זיך נאך אלץ אז ער איז נישט מער ווי א פערצופאלע פאזל פון פיזיקס וואס איז פערצופאל אויסגעקומן די וועג וואס ער איז. ס'איז נישט קיין בא'טעם'טע מחשבה פאר זייער אסאך מענטשן ווי דערמאנט.

איין זאך וואס איך ברענג יא פון לייבוביץ' איז אז דער מושג פון מאמין ואפיקורוס זאל גענוצט ווערן געוואנדען אין קבלת עול מצוות אין נישט אין פרטי מחשבות אין אמונה. דו ווילסט קענסטו מחולק זיין, דאס איז נישט דער עיקר דא, כ'האב עס נאר דערמאנט בקצרה מסביר צו זיין אויף וואס איך נוץ די טערמינען פון מאמין/אפיקורוס. ס'איז נישט מער ווי נעמען, ווילסטו קענסטו געבן אנדערע נעמען. שינוי השם איז נישט קיין שינוי מעשה.

בנוגע דיין צווייטע הגהה וועגן די יעודי שכר ועונש אין יהדות, עיין פירוש הרמב"ם ריש פרק חלק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:00 am#270030
שווער זיך צו דינגען מיט איינער וואס די ערשטע הנחה זיינע אין יעדער תגובה איז אז דער צווייטער פארשטייט נישט וואס ער רעדט. און נאכדעם שרייט ער נאר נאכמאל זיינע הנחות מיט פארשידענע זייטיגע זאכען אן בכלל זיך מתייחס זיין צו די עיקר טענה. דאס וואס ליבוביץ ברענגט אריין די נושא פון בחירה איז נאר ווייל ער מוטשעט זיך מיט יאיר'ס קשיא און ווארפט עס נישט אראפ בקש אזויווי אייך. בכל אופן צו די עיקר טענה מיינע רירסטו נישט אן נאר שפילסט זיך מיט ווערטער מטרה אהער מטרה אהין. די האר טיילאכער וואס פון דעם מאכט איר א גאנצער בער צווישען טוהן פאר דער מטרה און אז ער טוהט און דאס איז די מטרה פארשטייט קיינער אויזער אייך. עכ"פ דאס פארשטיי איך נישט פארוואס זיכען א משמעות און מטרה אין לעבן (וואס איז טאקע נישט די זעלבע ווי וואס איז די מטרה פון דער יוצר הבריאה בכללותו) איז סותר צו דער מושג פון עבדות. שכויעח אז דו צייכנסט צו דער רמבם, דער וואס דו האסט מסביר געווען איז בכלל געווען אן אפיקורס לויט א צווייטער שיטה. די פראבלעם דא איז נישט די ווערטער נאר אז אייער גאנצער הנחה פון עבדות האט נישט קיין מקור ושרש אין קיין שום אידיש ספר (אויך נישט אין דער רמבם) ביז ר' ליבוביץ.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:16 am#270036
סתם אזוי טעאלאגיש איז 'עובד את עצמו' אסאך גרינגער צו פארשטיין על דרך רצה הקב"ה להיטיב, לזכות את ישראל וכו', ווי 'עובד את השם', וואס איז אן ערנסטע שאלה פון כפירה לויט אסאך וויבאלד עס איז משמע אז הקב"ה איז א נצרך לבריותיו און נישט קיין שלם ואינסוף.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:39 am#270057
דאס אז דער מענטש האט אין זיך innately דעם געיעג צו א תכלית - man's search for meaning זאגט "עפעס".
איך זעה נישט דעם סירקעליר ריזענאינג אין דעם, פאר ווער ס'איז נישט גרייט אנצינעמען אז דער וועלט איז סתם אן עקסידענט.

און אן אנדערע אשכול מיטשענן זיך צוויי חברים וואו אזוי קען דער עטיאיסט זיין אדער פילען spirituality
די עצם דילעמע זאגט אינז אז דער מענטש איז hard wired צו וועלן transcend'ען צי עפעס העכער
פאר וואס זאל איינער דערשטיקן דעם שאיפה?
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:21 am#270064
לעיקוואד האט געשריבן:סתם אזוי טעאלאגיש איז 'עובד את עצמו' אסאך גרינגער צו פארשטיין על דרך רצה הקב"ה להיטיב, לזכות את ישראל וכו', ווי 'עובד את השם', וואס איז אן ערנסטע שאלה פון כפירה לויט אסאך וויבאלד עס איז משמע אז הקב"ה איז א נצרך לבריותיו און נישט קיין שלם ואינסוף.

עובד השם מיינט נישט אז ער דינט גאט'ס אינטערעסן. עובד השם איז איינער וואס טוט דאס וואס זיין גאט הייסט אים צו טון. דאס אז גאט'ס כוונה פארן בעפעלן זיינע חוקים ומשפטים איז צוליב "לזכות" און "להיטב" דאס איז גאט'ס געשעפטן. דער עבד מעג דאס וויסן, תורה היא, אבער ער טוט ווייל ער מוז אזוי סיי צי פאר אים שטימט דער חשבון פון להיטב און סיי אויב דער פארשטייט אז ער וואלט נישט פארדינט פון פאלגן, פאלגן מוז ער ממילא. דעם יסוד שטייט אין שו"ת חתם סופר יו"ד סימן שנ"ו אין דער מקור דערצו איז קדום מאוד און האט גארנישט מער מיט ליבוביץ' ווי מיטן חובת הלבבות, אדער אפילו דער מסילת ישרים, ער וועט אויך מודה זיין אז דער יחיד קען נישט אפמאכן אז ער וויל נישט דעם "להתענג על השם", בעל כרחך אתה וכו'.

פאר דיין פריערדיגע תגובה קען איך נישט מער ווי בעטן מחילה פארן זיך אויסדרוקן מיט א לשון גבהות כנגדך. שפל אני בעיני נגד חכמתך ומדותיך (אן קיין סארקאזם). בהכרח מוז איך אבער זאגן אז לדעתי פארטייטשטסטו מיך נישט ריכטיג, נו וואס דען האב איך געקענט טון אז נישט נאכאמאל איבערשרייבן מיט מער הסבר מיין פריערדיגע שטעלונג. זאל איך נאכאמאל מיך מסביר זיין?

יאיר'ס שאלה איז זייער א בארעכטיגטע, ס'איז אבער א שמועס פאר זיך וואס איך בין נישט אויסן דא אריינצוגיין דעראין ווי שוין אויבן געשריבן. דאס זעלבע מיט ליבוביץ'ס גאנג פון בחירה וואס איך האב נאר מרמז געווען off topic. ס'קומט נישט אריין דא און בכלל בין איך נישט דא צו זיין ליבוביץ'ס אדער וועמען אנדערש'נס פארשפרעכער. זיי זאלן רעדן פאר זיך און איך שרייבט וואס מיר ליגט אויפן געדאנק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:01 pm#270070
הקטן

כ'וועל דיר מסביר בקצרה. אז איינער קויפט א טיש קען ער נישט קומען מארגן טראכטן "וואס טוט מען מיטן טיש", וואס הייסט וואס, פארוואס האסטו עס געקויפט? פארדעם און פארטיג. און אויב גייט ער טוישן דאס וואס ער האט לכתחילה איר איינגעקויפט דאן בא'גנב'ט ער זיך אליינס, ער קען נישט יעצט אפמאכן אויף צוריק. און אויב די מעשה איז גאר אז א צווייטער האט אים געקויפט דעם טיש און ער מאכט אפ משנה צו זיין מדעת בעלים איז ער א בוגד אין זיין שליחות אבער דאס טוישט נישט דעם פאקט פונעם כוונה פארן קויפן דעם טיש.

מצד אחר, א מענטש קויפט א גאראדש דארט צו האלטן סחורה, די סדר העולם איז אז ווען מ'קויפט א שטיקל קרקע קויפט מען מיט דערמיט אלע מטלטלין וואס דער מוכר לאזט דארט איבער. דער קונה טרעפט דארט א טיש און שטעלט זיך טראכטן וואס טוה איך מיט דעם טיש? דער סבה פארוואס זיין קשיא האט פשט איז ווייל אנדערש ווי דער פריערדיגע קונה האט ער נישט אין זינען געהאט זיך איינצוהאנדלן דעם טיש. יעצט לאמיר זאגן אז דעם פאלט ביי א געוואלדיגע המצאה וואס ער קען מאכן נוצן פון דעם טיש, ער גייט עס נוצן אין די סוכה, ער האט נישט קיין טיש פאר די סוכה און יעצט איז ער א געהאלפענער, מיינט דאס אז למפרע האט ער געקויפט דעם טיש פאר די סוכה? קען איינער זאגן אז דער סבה פארוואס דער טיש ליגט אינעם גאראדש איז אז ס'זאל ווערן גענוצט אום סוכות? זיכער נישט. דאס זעלבע איז מיטן פראבלעם פון "תכלית אין לעבן", אדער איז נישטא, דו קענסט טון תוכן'דיגע זאכן דאס ווערט אבער נאכנישט למפרע דער תכלית פארוואס דו ביסט דא, ומכאן, אויב ווילסטו מוזטו נישט טון גארנישט תוכן'דיג ווייל דיין דא זיין איז בעצם במקורה צוועקלאז. אדער ביסטו דא פאר א תכלית און ס'נישט דיין אויסווייל בכלל. אדער לא עליך המלאכה אדער אי אתה בן חורין להפטר ממנה, ס'נישטא קיין דריטע וועג.

דאס אז מענטשן (אדער טייל מענטשן) האבן בטבע א דראנג פאר העכערס, פאר spirituality, דאס זאגט גארנישט מער ווי וואס ס'זאגט, נעמליך אז מענטשן האבן א תאווה וזהו. דאס אז מענטשן האבן א תאווה צו ברוינפן און טייל קענען זיך אפילו נישט איינהאלטן דערפון מיינט בכלל נישט אז ברוינפן פעלט אויס צום לעבן אדער אז פארדעם לעבט א מענטש צו טרינקען ברוינפן. די מציאות פון מענטשליכע תאוות איז א מציאות אבער נאכאלץ נישט מער פון וואס זי איז. פון דער אנדערע זייט, איינער וואס זיין עבדות השם איז אים זיס און בא'טעם'ט און שפירט און דעם א תאווה און א גלוסטעניש איז תבוא עליו ברכה ווי דער אבני נזר שרייבט אין הקדמה צום אגלי טל. דוד המלך פארציילט אויך ווי שטארק "נכספה וגם כלתה נפשי לחצרות השם" און "ואני קרבת אלהים לי טוב", דאס איז אבער נישט דער מהות פון עבודת הבורא און אוודאי נישט קיין תנאי בדבר.
מאנטאג אפריל 27, 2015 6:10 pm#270168
ביסט גערעכט, דער דארוועניסט האט זיך איין טאג אויפגעוועקט און זיך געטארפען אין א גאראדש וואו א יון אין די סוכה.
מיט א גאנצע באנטש מיט איבריגע פערניטשער און אסך junk DNA אויב האט ער עפעס יאז דערפין איז הכול רווח.

דער מאמין ווידער גלייבט אז די דירה וואו ער געפינט זיך האט אים זיין טאטע אזוי שיין צוגערישט, און אויב איז דא דארט א טוש האט דאס א תכלית פאר אים און איז געמאכט פאר אים צו ניצן גארנישט איז דארט אבי אזוי, נישט די ברוינפן און נישט זיינע אנדערע רצונות און גלוסטענישען.

זיכער קענער אויך אביאזען דו פרעניטשער, ער קען ניצען די מעהאגעני טוש להסקה תחת תבשילו און די ברוינפן צו שיכרן און spirituality צו האלזן און קישן א בוים.

מיין זיידע אברהם האט געזען אז די light is on האט ער צאמגעשטעלט איינס מיט איינס
מאנטאג אפריל 27, 2015 7:45 pm#270194
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.
מאנטאג אפריל 27, 2015 7:47 pm#270196
יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

נישט "ס'גיבט משמעות אין לעבן", דאס "איז" די משמעות פון לעבן. יחי ההבדל הקטן
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:41 pm#270222
עס שטייט נישט דאס אין שות חתם סופר נאר בכלל עפעס אנדערש, און אסאך דינגען זיך טאקע אויף יענער חתם סופר. וואס איז לפוםמריהטא נגד הכתובים ונגד המסורת.

איר שרייט זיך ארויס פון שאלות און מאכט זיי כלומרשט פאר אנדערע נושאים בשעת וואס זיי זענען די נושא. ווען איינער זאגט ער איז אן עבד השם זאגט ער אז גאט האט אן אימטערעס אין דעם, סטיז נישטא קיין וועג ארויס פון דעם.נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער וועט שרייען עס מיינט נישט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:35 pm#270294
לעיקוואד האט געשריבן:עס שטייט נישט דאס אין שות חתם סופר נאר בכלל עפעס אנדערש


אדרבה, ניתי ספר ונחזי. קען זיין ס'איז דא ע' פנים לחתם סופר אבער אין פשוטן של דבריו איז דאס וואס איך זעה בדבריו

--חתם סופר - חלק ב - סופר, משה בן שמואל, 1762-1839  page 294 of 310 -.png
--חתם סופר - חלק ב - סופר, משה בן שמואל, 1762-1839 page 294 of 310 -.png (100.43 KiB) געזען געווארן 1234 מאל


דו זאגסט אז "אסאך דינגען זיך טאקע אויף יענער חתם סופר", נו איך דינג זיך מיט יענע דינגערס און האלט מיטן חתם סופר און דעם רמב"ם פרק חלק, מה כל הרעש.


איר שרייט זיך ארויס פון שאלות און מאכט זיי כלומרשט פאר אנדערע נושאים בשעת וואס זיי זענען די נושא
נאמנים פצעי אוהב אבער איך ציה נישט צוריק פון מיין שטעלע אז יאיר'ס חקירה פארוואס א מאמין איז בוחר צו זיין א מאמין (און צי ס'איז בכלל שייך 'בחירה' ביי אמונה) באלאנגט צו אן אנדערע קאטעגאריע. אויף דעם נושא איז דא א גאנצע אויסווייל פון אשכולות דא אין קאווע שטיבל צו באהאנדלן פארוואס א מאמין גלייבט אין וואס ער גלייבט, דא רעדט מען נישט פון דעם. דא איז דער שמועס איבער די וועלטס שאלה "וואס איז דער מטרה פון לעבן" און ווי איך פרוביר מוכיח צו זיין אז סיי אין די השקפה פון א מאמין און סיי פאר א נישט גלויביגער איז די שאלה א ווערטלאזער ליידיגע ווערטער-שפיל. פארוואס מאמין און פארוואס אינו מאמין דאס באלאנגט שוין נישט דא.

ווען איינער זאגט ער איז אן עבד השם זאגט ער אז גאט האט אן אינטערעס אין דעם, סאיז נישטא קיין וועג ארויס פון דעם. נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער וועט שרייען עס מיינט נישט.
תמהתי עליך וויאזוי דו האסט פארזעהן אן אפענע רמב"ם אין הל' תשובה וואס זאגט בכגון דא "כי לא מחשבותי מחשבותיכם". איינער וואס גלייבט אין א גאט (א גאט וואס קען טיילן באפעלן פאר זיינע נבראים און א גאט וואס איז בכוח צו מאכן דער ערד וואקסן טאמעיטאס, נישט א גאט וואס ער איז "דער כח וואס מאכט דער ערד וואקסן טאמעיטאס") דער גאט איז פאר אים אזא איינער וואס קען נישט האבן אזא זאך וואס ווערט אנגערופן "אינטערעסן" אין מענטשליכן באגריף. וכבר נשנו הדברים ברמב"ם ריש מדע "שכל הנמצאים צריכין לו והוא ברוך הוא אינו צריך להם ולא לאחד מהם" (פ"א ה"ג) ומשולש בכתובים במורה נבוכים ח"ג פי"ג והדברים עתיקים.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:47 pm#270298
מקען נישט סתם זאגן סתירהדיגע שטותים מיט דער אויסרייד פון לא מחשבותי מחשבותיכם. אדער גלייבסטו אין א גאט וואס דארף אנקומען צו אנדערע אדער נישט. עס איז נישטא קיין צוויי וועגן וועגן דעם. אויב גאט קען נישט האבן קיין אינטערעסן דאן פעלט עם נישט אויס קיין עבדים און זאגן איך בין אן עבד און איך פארשטיי נישט העלפט גארנישט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:49 pm#270300
די זעלבע מיט די שאלה פארוואס ער גלייבט וואס ער גלייבט אדער וואס מאכט עם זיין אן עבד. מקען נישט סתם אפמאכן פון דא פרעגט מען נישט בלי סיבה. טאמער טוהט יעדער מענטש נאר זאכן וואס ער פארשטייט אדער זיי העלפען עם אדער וואס גיבן עם א משמעות דאן העלפט נישט אז נאכדעם וואס ער גלייבט שרייט ער עס איז נישט וועגן דעם ווייל עס איז יא. טאמער האט איר א וועג פון גלייבען וואס הייבט זיך נישט אן ביי די בחירה פון דער מענטש דאן קען אייער פשעטל אפשר זיך אנפאנגען. אן דעם איז עס גארנישט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:53 pm#270302
דער חת"ס רעדט אז לו יצוייר עס וואלט נישט געווען קיין שכר ועונש בעולם הזה לישראל וואלטן מיר נאכאלץ געבליבען מחויב צו פאלגן גאט. און דאס אליינס איז בניגוד לפשטי כל התורה כולה און לדברי הרמב"ם בי"ג עיקרים המקובלים אצל רוב ישראל וואס דער חת"ס דינגט זיך דא אויף זיי. אבער שוין דו האלטסט ווי דער חתם סופר. נאכאלץ רעדט ער נישט פון דעם פארוואס זענען מיר מחויב און וואס מיינט דאס און טאמער איז דאס א סתירה צו אנדערע זאכען. קען זיין דאס איז טאקע ווייל דאס איז דער איינציגסטער משמעות. אדער ווייל עס וועט זיין שכר בעולם הבא. אדער פאר עפעס אן אנדערע סיבה שהוא לטובתנו. וואס איר זאגט הייבט פשוט נישט אן צו שטיין אין חת"ס.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:53 pm#270303
דער אשכול טראגט דעם נאמען: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט" - איז לדעתי עטווואס פארקירעוועט געווארן.

איך קלער אז איידער דו פרעגסט: פארוואס בין איך דא - דארף געפרעגט ווערן: פארוואס האט גאט "מיך" און אלעס באשאפן? צי וואס דארף ער האבן די גאנצע יקום?

אויף דעם איז דא עטליכע באקאנטע תירוצים:

1) נהמא דכסיפא. 2) יחודא שלים און נאך.

די תירוצים זענען נאר גוט אויב איך זאג אז נאכדעם וואס גאט האט באשאפן די וועלט בדין, וראה שאינו מתקיים האט ער איינגעפירט ברחמים און געגעבן א תורה.

אויב נעם איך אן אז די תורה איז באשאפן געווארן אלפיים דורות קודם בריאת העולם שטימט עס נישט. מאך נישט די וועלט, געב נישט קיין תורה און ס'איז נישטא קיין נהמא דכסיפו?

אויב דארף מיר זיין דא וועגן מתקן זיין שמו שלם וכסאו שלום און דדעםם יחוד שלמעלה, איז אויך נישט פארענטפערט פארוואס האט ער געמאכט די גאנצע זאך. ער איז דאך א שלם ואין שלם כמוהו, וואס האט געפעלט אז מיר קענען עס ערגענצן וואס דערצו האט אויסגעפעלט די גאנצע בריאה און אונז קרוצי חומר - און דערפאר אונז געגעבן די תורה?

דער אפיקורס / אינו מאמין האט נישט דעם פראבלעם. לשיטתו איז ער דא צוליב א קעמיקל אומבאלאנס / סטאר דאס / זשין מיוטאציע / און גארנישט איז נישט שווע

מיר יא!
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:57 pm#270304
איך ווייס אויך נישט וואס איר ווילט פון דער פירוש המשניות חלק. דארט שטייט בסך הכל אז דער שכר הגן עדן וכו' איז רוחני ותענוג שכלי נישט קיין תענוגים גשמיים וכו'. עס שטייט גארנישט דארט אז עבודת השם האט נישט מיט דער שכר ותענוג נאר פארקערט.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:00 am#270307
די שאלה האלט למשל דער רמחל אז איינער וויל קען ער זיך אויסוועלן נישט זיך מתענג זיין על השם איז אויך א מאדנע שאלה. אוודאי טאמער איינער וויל קען ער אזוי בוחר זיין דאס איז דאך די גאנצע מציאות פון די וועלט וואס איז אן עולם הבחירה. ווען מ'וואלט נישט געקענט בוחר זיין אנדערש וואלט מען דאך נישט געדארפט קיין מוסר ספרים דאס מסביר צו זיין. נאר וואס ווילסטו וויסען אויב לויט עם איז לעגיטים בוחר זיין אנדערש? אוודאי נישט, ווייל ער האלט דאך אז דאס איז די אמת'ע תכלית. און יעדער וואס זיכט דער אמת'ער תכלית און תענוג דארף אנקומען צו דעם. משא"כ למשל נאכלויפען תענוגי עולם הזה איז נישט קיין תכלית ווייל עס ענדיגט זיך, ווי ער איז מסביר דארט. אבער ווי מען קומט אן צו אייער מסקנה אז ער זאגט איין זאך און מיינט פונקט פארקערט ווייס איך נישט.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:07 am#270310
לעיקוואד האט געשריבן:איך ווייס אויך נישט וואס איר ווילט פון דער פירוש המשניות חלק. דארט שטייט בסך הכל אז דער שכר הגן עדן וכו' איז רוחני ותענוג שכלי נישט קיין תענוגים גשמיים וכו'. עס שטייט גארנישט דארט אז עבודת השם האט נישט מיט דער שכר ותענוג נאר פארקערט.

איך באציה זיך צום ערשטן חלק, דארט ווי ער רעדט וועגן לשמה.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:08 am#270311
אבער זיין הסבר פון לשמה איז נישט דומה בכלל צו אייער הסבר נאר פונקט פארקערט עיין שם.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:23 am#270317
זוכער,

דער ארטיקל איז דווקא יא געווידמעט פאר די שאלה וואס "מענטשן" פרעגן "וואס זוך איך דא". די תורות וואס דו דערמאנסט, נהמא דכסיפוא און יחודא שלים מיט א גאנצע שטויס פון השקפות וואס דו דערמאנסט נישט, דאס גייט שוין אריין אין דעם חלק וואס איך האב געשריבן אז פארן מאמין איז "תורה היא ולימוד היא צריכה". א דוגמה ווי א תלמיד חכם דרייט זיך ארום מיט א שווערע קשיא אין עגלה ערופה איז דאס נישט דעם למדן'ס פראבלעם, ס'איז נישט 'זיין' דילעמע, ס'איז א לימוד וואס ער לערענט צו וויסן די סוגיא און צו זיין באקאנט מיט די הלכות למעשה ולמחשבה היוצא לו מזה. אויב שטעלט זיך ארויס אז דער שווערע תוספתא איז טאקע אפגעפרעגט איז עס נישט דער למדן וואס האט דא עפעס אנגעוואוירן, אים פעלט ווייטער גארנישט. פאר א מאמין אפצולערנען די פיליזאפיע פון מטרת הבריאה און תכלית האדם בעולמו איז א לימוד ווי אלע לימודים און אפשר קדום במעלה פון אנדערע לימודים, אבער נישט מער פון דעם.