פארומס › "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8737
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:34 am#270322
לעיקוואד האט געשריבן:אבער זיין הסבר פון לשמה איז נישט דומה בכלל צו אייער הסבר נאר פונקט פארקערט עיין שם.
אמת אז מיטן פרט פון לשמה, דאס הייסט די שאלה "לשם וואס?" בין איך נוטה פון דברי הרמב"ם און גיי בעקבות רובם המוחלט פון חכמי ישראל וואס זענען מחולק מיט אים אין פשט פון "לצרף בהם את הבריות". דאס וואס איך האב דיר יא געברענגט פון רמב"ם פרק חלק איז אפצווענדן דיין הנחה אז כאילו עבדות שלא לשם שכר ועונש הכתובים בתורה איז דעם חתם סופר'ס אפיקורוס'ישע חידוש ואין מסכים על ידו.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 am#270326
(במח"כ מישט איר זאכן כמובן לכל מעיין וכבר נלאיתי מלהסביר כי אני מסופק אם אתה עושה כן בזדון או בשגגה)

סתם שכלדיג איז אויך גאר מאדנע אייער מהלך. אויב האט גאט א מטרה און תכלית אין די בריאה און פארוואס ער האט געמאכט א מענטש וואספארא הגיון אין דער וועלט קען זיין אז דער מענטש זאל נישט טוהן פאר דער סיבה און מטרה? דאס איז אפשר נישט קיין פירכא מוחלטת אבער דאך איז עס ממש כנגד השכל אז גאט זאל מאכן א מענטש מיט א תכלית און ער זאל אנזאגען דער מענטש זיך נישט וואוסענדיג מאכען פון דער תכלית און טוהן זיין גאנצע לעבן פאר אן אנדערע סיבה נאר ממילא זאל אפשר געשעהן דער תכלית ווי בדרך אגב.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:41 am#270328
יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:59 am#270333
לעיקוואד האט געשריבן:(במח"כ מישט איר זאכן כמובן לכל מעיין וכבר נלאיתי מלהסביר כי אני מסופק אם אתה עושה כן בזדון או בשגגה)

גם אני נלאיתי לחזור על אותו דבר פעם אחרי פעם. ס'איז מיר אויך אינגאנצן נישט איינגענעם זיך צו עקשן'ן און אויסקוקן ביי טייל ווי א ביליגע ניצחון קעמפער. אבער מה אעשה וואס קען איך טוהן אז כבר גזר החכם "אהוב את סוקרטס, אהוב את אפלטון, אך את האמת אהוב יותר מכל".
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:43 am#270466
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm#270566
יאיר האט געשריבן:

ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"
דינסטאג אפריל 28, 2015 2:27 pm#270580

איך באצי מיר נישט צי הקטן דוקא, כמיין סתם דו כלליותדיגע טענה אז ריליגיע נעמט קעיר פונעם משמעות החיים פראבלעם
דינסטאג אפריל 28, 2015 6:40 pm#270663
רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.
דינסטאג אפריל 28, 2015 6:42 pm#270667
הקטן האט געשריבן:[
ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"

ברוך השם שלא השבית לנו גואל.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:01 pm#270684
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:30 pm#270699
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב

סתם נייגעריג צו וועלעכע רעליגיע דו באציעסט זיך. די נביא זאגט "מאתו לא תצא הרעות והטוב" בלשון בתמיה. דער רמב"ם טוישט דעם ניגון אויף לשון ניחותא. קבלה שניידט אוועק "הרעות והטוב" און לאזט איבער גאט מיט א "מאתו לא תצא" כלום, ס'זענען די ספירות וואס דרייען די רעדל. חסידות איז שוין אביסל מער איינגיביג, זיי גייען אן אויף א פשרה, זיי שניידן נאר אוועק דעם "הטוב" אין זענען גורס אין פסוק "מאתו לא תצא הרעות". די משפיעי חיזוק למיניהם, זיי זענען אויפגעקומען מיט א פרישע טוויסט, אלעס איז "טוב", נישטא קיין "רעות" בכלל. איי אין פסוק שטייט יא עפעס וועגן רעות, נו וואס זענען זיי אנדערש פון די אנדערע וואס האבן צופליקט און צושניטן דעם פסוק אן קיין רחמנות, זאל שוין דאס אויך מיטגיין.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:17 pm#270715
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:19 pm#270717
כעלעמ'ער, מיין כונה איז אז גאט האט א גוטע סיבה פארוואס ער טוט אלעס וואס ער טוט, און אין יעדע אידישע פילאזאפיע וואס דו דערמאנסט איז דאס דער שפיץ יסוד ארום וואס אלעס דרייט זיך. איך האב נאר נישט כח און געדולד אריינצוגיין אין דעם.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:37 pm#270722
יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.

ווען די זאגסט גוטע סיבה מיינסטו גוט פאר מיר אדער גוט פאר גאט?
אויב מיין ארבעטס געבער האט א גוטע סיבה פארוואס איך זאל ארבעטען פאר עם, כדי ער זאל מאכן אסאך געלט, העלפט דאס נישט פאר מיין משמעות אין ארבעט. כדי כזאל האבן משמעות מיז זיין אז איך גיי נהנה זיין דערפון.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 pm#270753
דאס אליין איז די הנאה, אז דו סערווירסט א העכערע כח. פונקט ווי דער גבאי פון א רבי האלט פאר א זכיה אז דער רבי באדינט זיך מיט אים.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 10:39 pm#441237
דער פי׳ נרבוני, אין זיין ביאור אויפ׳ן מו״נ אויף דעם פרק וואס כעלעם׳ער האט אראפגעברענגט [ח״ג פי״ג], פרעגט אויפ׳ן רמב״ם אז עפ״י שכל קען נישט זיין אז עס איז נישט דא קיין סיבה תכליתית [וואס מ׳זאל קענען פארשטיין] און דאס וועט זיין סתירת כל החכמות. ער טענה׳ט (לפי הבנתי) אז אן דעם איז נישט שייך מגדיר צו זיין טוב (וואס דער רמב״ם איז דן איבער דעם בכלליות (לגבי הבורא ב״ה) אינ׳ם פריערדיגן פרק) (א כעין קאנסעקווענטעליסט מהלך), ווי אויך שטעלט ער צאם דאס אז דער באשעפער איז די סבה ראשונה מיט דעם אז דאס ווייזט אז ער מוז זיין די סבה תכליתית. (ווי אויך אז אפילו לפי דעת אריסטו בקדמות וועט מוזן זיין אז ס׳דא/ס׳איז שייך א תכלית.)

דעריבער לערנט ער אריין אינ׳ם רמב״ם (לפי וואס ער שרייבט אינ׳ם סוף פונ׳ם נעקסטן פרק אודות להשוות דברי חכמים), ובפרט פון וואס עס איז משמע אין ח״א פס״ט (וואו ער ברענגט אראפ דאס וואס לעיקוואד האט דערמאנט בנוגע חומר, צורה, פועל, ותכלית) אז דער באשעפער (כביכול) איז די סיבה תכליתית, אז וואס דער רמב״ם מיינט איז אז ס׳איז נישט שייך צו פרעגן, דן זיין, און מ׳זאל זוכן א סיבה תכליתית אויסער ומשותף צום בורא אליין און זיין רצון [להתדמות אליו וכו׳ מחמת הצורה שבו שהיא משכלת] (וואס הוא ורצונו זענען אחד באחדות הגמור) וואס האט ממציא געווען די מציאות; ולהוציא מזה אז דער מענטש כשלעצמו איז תכלית הבריאה. דאס איז די זעלבע סארט סיבה תכליתית וואס הדוגלים בקדמות נעמען אן, און דער רמב״ם האט געוואלט באטאנען אז די זעלבע וועט פונקט אזוי אנגיין ביי אונז המאמינים בחידוש, ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב דארט איז אויך מסביר אזוי ענליך כוונתו. ווי אויך איז אינטרעסאנט דארט וואו ער פארגלייכט די בריאה כולו צום עולם קטן פונ׳ם מענטש אליין, ווי דער רמב״ם אליין טוהט אין ח״א פע״א, וואס ביי דעם וואלט מען נישט געזאגט אז די תכלית איז איינע פון די איברים אחוץ זיין מציאות בכלל, ע״ש.

עס איז בכלל מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער רמב״ם אין דעם פרק דארט זוכט צו באווארענען דאס וואס ער אין ח״ב פי״ט (ועוד מקומות) נוצט א סארט ארגומענט פון דיזיין [כוונת מכוון] בהתנגדותו לשיטת אריסטו בקדמות (ובכלל), וואס דאס איז שוין נענטער צו כעלעם׳ער׳ס משל וואו די ספר ליגט מסודר׳דיג אויפגעמושט אויפ׳ן טיש, און ווייזט אויף תכלית און צו א טעלעאלאגיע דערין ע״ש.

‏אבל אחרי כל זה קען מען נאך אלס זאגן אז דאס פארענטפערט נישט אינגאנצן כעלעם׳ער׳ס שאלה. ווייל דאס איז אזא סארט העכערע פילאזאפישע ענטפער, און איז נישט ממש ״תכלית״ ווי אזוי אונז פארשטייען דאס ממש, לעומת די סארט ״תכלית״ תירוצים פון נהמא דכיסופא וכדומה.

(ועיין עוד קצת בזה להלן בפכ״ה בענין קשר לזה ולתכלית הכוונה בצווי המצות.)
זונטאג פעברואר 23, 2020 1:21 am#443263
דער אברבנאל אין זיין שמים חדשים (עיון ד דרוש ו) איז מפרש דעם מורה אזוי. ער זאגט אז ווען מ׳פרעגט א שאלה פון ״תכלית״ קען די זעלבע שאלה זיין פון צוויי אופנים: די תכלית פארוואס דער פועל האט עס געמאכט, אדער דער תכלית פארוואס דער פעול איז געמאכט געווארן. די צוויי שאלות קענען האבן אנדערע תירוצים.

למשל, אז מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס דער שניידער [פועל] האט געמאכט דעם קלייד [פעול]? איז די תירוץ כדי צו מרוויח זיין געלט וכדומה. משא״כ אויב מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס די קלייד [פעול] איז געמאכט געווארן? איז די תירוץ כדי צו ווערן אנגעטוהן.

יעצט, בנוגע די שאלה פון תכלית הבריאה אויב פרעגט מען עס מצד הפועל, כביכול הקב״ה, איז די תירוץ אז ס׳איז נישט דא קיין תכלית, ווייל גארנישט האט אים געפעהלט מעיקרא וכו׳; דאס האט דער רמב״ם געמיינט אין פי״ג. אבער אויב מ׳פרעגט די שאלה מצדינו, די פעול, איז די תירוץ אז דאס איז כדי לסגל מצות ולהגביר השכל להתדמות לקונו וכו׳ וכו׳; דאס מיינט דער רמב״ם שפעטער דארט אין פכ״ה. עכת״ד ע״ש.

(דער שביל האמונה זאגט אז דאס ליגט אויך בכוונת הרס״ג בהאמונות והדעות מאמר א פ״ד ע״ש.)
זונטאג מערץ 08, 2020 10:55 am#443694
דער קריסטליכער טעאלאג דר. דוד בורעל איז טאקע מסביר אז דאס וואס דער רמב״ם זאגט דארט זיין פוּנקט בנוגע דאס נישט זיין א (געהעריגע) תכלית צו די בריאה, בתוך די שמועס איבער די פראבלעם פון שלעכטס, איז כדי צו באזייטיגן (אין א וועג) אט די טענה. ווייל ס׳איז בעצם בעיקר נאר שייך צו פרעגן די קשיא אויב איז דא אן עיקר תכלית אין די בריאה פאר׳ן מין האנושי, דעמאלטס איז טא פארוואס וכו׳? דאס אוועקנעמען דעם גאנצן ענין פון א תכלית מעיקר טוהט בלאקירן ארויסצוברענגן א פארשטענדליכן מהלך על אמיתתו אין ג-ט׳ס רילעישענשיפּ צו די וועלט (וממילא צו א שום טעאדיסי), און מהיינו טעמא אז ס׳איז נישט שייך קיין תירוץ איז נישט עכט שייך די קשיא מעיקרא.

ווי אזוי איך פארשטיי וויל ער פארענטפערן אז ביי דאס צער פון בע״ח איז די פראבלעם נישט (אזוי) שווער ווייל מ׳קען דערביי טענה׳ן ״דאס איז סדר הבריאה״ און אויף זיי איז נישט דא (שייך) קיין השגחה (אזוי ווי דער רמב״ם איז שפעטער, בפי״ז, מודה אין דעם צו אריסטו), משא״כ ביי די צער פון מענטשן. אבער די חילוק קען מען מקשר זיין צו דעם ווייל די מענטש איז מובחר היצירה, אבער טאמער איז עס נישט ממש אזוי, ער איז נישט תכלית היצירה, איז ער שוין לגבי דעם מער ענליך צו די בע״ח. (והגם ביי זיי איז דאך יא דא השגחה, איז דאס אבער מער ״נאטורליך״ ווען ער איז מדבק זיין אינטעלעקט בשורשו ודוק, ועיין כאן (ובכלל שם על ענין זה).

***

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ו) האט אן אריכות אין דעם. ער דינגט זיך אויפ׳ן רמב״ם און איז מסיק (באריכות, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז תכלית הבריאה ותכלית התורה זענען איינס, און דאס איז אהבת ה׳ ועי״ז לדבקה בו יתברך. אין פ״ה דארט טענה׳ט ער (אויך פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז דאס זוכן א תכלית פאר׳ן בריאה, ועכ״כ (פארקערט פונ׳ם רמב״ם) אפילו פאר די וואס האלטן אין קדמות העולם (און האלטן פון אן ״ערשטן פרינציפ/פּריים רוקער״), איז נישט ״סתם געהאקט״; עס מוז זיין א תכלית. ער איז אויך אביסל מעמיס זיין מהלך בדברי הרמב״ם ע״ש.
דינסטאג מערץ 31, 2020 4:16 pm#444745
IMG_6777.jpg

במשנתו של טאמאס אקינאס.

ער אליין וויל טענה׳ן אז אז אלע ״גוטס״ וואס מענטשן שטרעבן אויף אויפצוטוהן, זענען אונטער איין שירעם פון דאס איינע ״גוטס״ הכולל. און ער וויל ווייטער טענה׳ן (באריכות ובעמקות) אז דאס ״גוטס״ איז וואס איז די ריכטיגע תכלית הבריאה.
מיטוואך אפריל 01, 2020 10:19 pm#444861
די שמועס דערמאנט מיר אן עפיזאד וואס איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן בענין מאכלים כשר לפסח.

א גוישע מענעדזער אין א פאבריק האט געפרעגט א משגיח, יעצט אז די טשאקלעד איז כשר פאר פסח, ווילאנג וועלן די אידן עסן דערפון? האט ער גענטפערט זיבן אכט טעג. האט ער זיך געוואונדערט, ענק לייגן אריין אזויפיל געלט און כוחות צו קענען עסן טשאקלעד פאר איין וואך? (ער האט געוואלט ארויסברענגען אז "אפילו א גוי" פארשטייט אז מען דארף זיך קענען איינהאלטן פון טשאקלעד פאר עטליכע טעג).

איך האב אבער געטראכט, עס איז זייער גוטע רעטאריק, אבער וועם פרעגסטו די שאלה? די בעל מכשיר גייט אפילו נישט עסן די טשאקלעד, ער לייגט אריין די ארבעט ווייל ער באקומט זיין געלט. די אינוועסטאר גייט אפשר יא עסן די טשאקלעד, אבער ער לייגט אריין זיין געלט ווייל ער האלט אז ער גייט פארדינען שיין דערפון. די קאנסומער וויל טאקע די טשאקלעד, אבער וואס טוט ער דערפאר? ער צאלט אביסל טייערער און שוין.

פארוואס איז דא פסח'דיגע טשאקלעד? פאר מער ווי איין סיבה...
זונטאג פעברואר 07, 2021 1:30 am#466468
ומענין לענין באותו ענין, בנוגע די באקאנטע קשיא/פראגע "פארוואס איז דא עפעס אנשטאט גארנישט?" זאגט דר. רוי סארענסען
Nothing.jpg

און אין דעם פון א הומאריסטישן שטאנדפונקט פון דר. סידני מארגענבעסער
Nothing Morgenbesser.jpg

‏ודברי אלבערט קאמוס ידועים.
מיטוואך מערץ 10, 2021 3:19 pm#468324
אין דעם שמועס איז מערקווידיג צוצוצייכענען דאס וואס אלכסנדר הערזען און ישעיה בּערלין האבן געהאלטן. ״דאס ציל/תכלית פון לעבן איז לעבן אליינס.״
מיטוואך מערץ 10, 2021 4:03 pm#468326
מי אני
אין דעם שמועס איז מערקווידיג צוצוצייכענען דאס וואס אלכסנדר הערזען און ישעיה בּערלין האבן געהאלטן. ״דאס ציל/תכלית פון לעבן איז לעבן אליינס.״

וועמנעס ציל איז דאס? און ווער דארף א ציל און-די-פערסט-פלעיס

די גאנצע שמיס פין ציל ותכלית רייבט מיך די נישט גיטע וועג
וועלכער עקסידענט האט א ציל?!?
דינסטאג יוני 8, 2021 12:42 pm#475060
If the universe is meaningless, so is the statement that it is so

Alan Watts

‏דאס געבט אולי א ווייטערדיגע דימענציע אז טאמער איז תכלית הבריאה עצמותו ית׳ וואס מ׳קען נישט משיג זיין, איז טאקע די סטעיטמענט אליין א חלק פון דאס נאן-קאגניטיוויזם ונכלל בתוך די אלגעמיינע פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.

ושיטתו של דר. וויקטאר פרענקל ידוע.
דינסטאג יוני 8, 2021 12:48 pm#475061
Life is meaningful, the term "meaningful" is meaningless
מיטוואך יוני 9, 2021 12:40 pm#475172
ער באציהט זיך אויף און בתוך די הנחה גופא, כזה:

לאז ח׳ = חלק פון ״אלעס״

לאז מ׳ = מיינונגסלאז

לאז וו׳ = ווערטער

לאז ע׳ = דאס עצם ווארט/זאץ [איבער] ״מיינונגסלאז״ אליין

‏∀x [עx←ווx]

‏∀x [ווx←חx]

‏∀x [חx←מx]

∵

‏∀x [עx←מx]

והיינו, אויב איז יעדע זאץ (וכו׳) איבער ״מיינונגסלאז״ ווערטער, און אלע ווערטער איז א חלק פון ״אלעס״, און אויב איז יעדעס זאך וואס איז א חלק פון ״אלעס״ מיינונגסלאז, איז יעדעס זאץ אליין איבער ״מיינונגסלאזיקייט״ [ביי טרענסיטיוויטי/היפאטעטישע סילאגיזם] אויך מיינונגסלאז.

דאס אליין אויך... 😃
דאנערשטאג יוני 10, 2021 2:50 pm#475324
די לייק איז אויף די לעצטע שורה
דאנערשטאג יוני 10, 2021 3:10 pm#475325
‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט פון לאָרענזראָ וואַלאַ אז דאס׳ן מאכן לאגיק מיט וועריעבּלס איז אזוי ווי א מיאוס׳ע כלה צו א חתן ע״ש. נו, איז געבסטו די לייק כדי ל״חבבה״ על בעלה... 😃

‏זאגסט, (משלי לא ל) ״והבל״ היופי וגו׳...

ובסתם געבסטו דאס אויף די ״לעצטע״ שורה להראות איבער צי די ענין פון בקשת ״תכלית״ הבריאה, וממילא צי ס׳איז דא א ״מיינונג״ צום בריאה, איז פאסיג...
דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm#475328
סתם געהאקט
דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:13 pm#475365
גאלד
סתם געהאקט

זיי מסביר!
מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 8:23 am#484376
דער פיזיקער דר. פרענק ווילטשעק ענדיגט צו א שמועס איבער פארוואס עס איז געווען מער מעטער ווי אנטימעטער בראשית הבריאה וממילא איז דא א יש, ולגבי די געדאנק פון קוואנטום פלאָקטשוּעישאנס וכו׳, מיט׳ן זאגן:
The answer to the ancient question "Why is there something rath­er than nothing?" would then be that "nothing" is unstable

***

The universe may
be as great as they say
But it wouldn't be missed
if it didn't exist

Piet Hein

דזשעימס קרויק פרעגט טאקע, "פארוואס טוהן אונז עקספּיריענסן געפילן פון מיִניִנג אין א יוניווערס אָן פּורפּאס?"
מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:48 pm#485559
דער פיזיקער דר. וויקטאר סטענגער טענה׳ט אויף די עצם שאלה:
Why should nonbeing, no matter how defined, be the default state of existence rather than being? Why is some creative act needed to convert nonbeing to being? Perhaps such an act is needed to convert being into nonbeing
דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 10:43 pm#490954
📎 E6C9650D-B7AC-44F5-9057-7B61B4D214C4.jpeg
במשנתו של זשאן-פּאָל סארטרע.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/MBRqu0YOH14">https://youtu.be/MBRqu0YOH14</a>
מאנטאג יולי 18, 2022 9:07 am#504320
📎 32AD95BF-ECC8-46B0-9EFF-D897D12CC593.jpeg ‏דר. קווענטין מעילאסאקס. א נייע קנייטש אין נייהיליזם…

*

דר. מעריאן טעלבּאט, ביים סוף פון די סעריע פון לעקציעס [פון 1:11:02], זאגט אז כדי צוצוקומען צו קענען פרעגן איבער דאס ״מיינונג/תכלית פון לעבן״ דארף מען שוין האבן מעיקרא שטודירט 20 יאר לאגיק און פילאזאפיע…
זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:32 am#506335
דזשים האָלט שרייבט:
To those who consider the question Why is there something rather than nothing? hopelessly elusive or downright incoherent, it might be pointed out that intellectual progress often consists in the refinement of precisely such questions, in ways unforeseeable to those who first ask them. Take another question, posed twenty-five hundred years ago by Thales and his fellow pre-Socratics: What are things made of? Asking a question of such all-encompassing generality might sound naive, even childish. But, as the Oxford philosopher Timothy Williamson observed, the pre-Socratic philosophers "were asking one of the best questions ever to have been asked, a question that has painfully led to much of modern science." To have dismissed it from the outset as unanswerable would have been "a feeble and unnecessary surrender to despair, philistinism, cowardice or indolence."

. . .

Ignoring this question is a symptom of mental deficiency - so, at least, claimed the philosopher Arthur Schopenhauer. "The lower a man is in an intellectual respect, the less puzzling and mysterious existence itself is to him," Schopenhauer wrote. What raises man above other creatures is that he is conscious of his finitude; the prospect of death brings with it the conceivability of nothingness, the shock of nonbeing. If my own self, the microcosm, is ontologically precarious, so perhaps is the macrocosm, the universe as a whole. Conceptually, the question Why does the world exist? rhymes with the question Why do I exist? These are, as John Updike observed, the two great existential mysteries. And if you happen to be a
solipsist
- that is, if you believe, as did the early Wittgenstein, "I am my world" - the two mysteries fuse into one

. . .

It has been said that the question Why is there something rather than nothing? is so profound that it would occur only to a metaphysician, yet so simple that it would occur only to a child
זונטאג אוגוסט 14, 2022 2:38 am#506343
מי אני
דער פיזיקער דר. וויקטאר סטענגער טענה׳ט אויף די עצם שאלה:
Why should nonbeing, no matter how defined, be the default state of existence rather than being? Why is some creative act needed to convert nonbeing to being? Perhaps such an act is needed to convert being into nonbeing
Why should non-sense be defined as non-sense and not as highly intelligent, philosophical and deep?

קאם אן, אויב דאס איז וואס אלע פיליזאפן האבן א טשיינעק בין איך דאנקבאר אז כשבין נישט קיין פיליזאף [emoji1]
זונטאג אוגוסט 14, 2022 8:06 am#506351
זיין טענה איז ענליך צו דאס וואס דער פילאזאף דר. הענרי בּערגסאן האט גע׳טענה׳ט אז אַיִן הגמור איז כעין זאגן א ״סקווער סירקעל״ און עס איז א לאגישע אומעגליכקייט; אונז קענען זיך דאך ניטאמאל פאָרשטעלן און מצייר זיין בשכל אַיִן הגמור. ‏(ועכ״כ אז מייסטער עקהאַרט און אנדערע האבן טאקע מקשר געווען דעם העכסטן געדאנק פון ״אַיִן״, והיינו הגמור, מיט ״ג-ט״ וואס מ׳קען טאקע נישט משיג זיין.) יעצט, די גאנצע שאלה פונעם אשכול, פארוואס איז דא ״עפעס״ אנשטאט ״גארנישט״?, הויבט זיך דאך אָן טאמער נעמט מען בעצם אָן אז אַיִן הגמור איז די דיִפאָלט/default. אבער הגם דאס זעהט אויס intuitive איז אבער מאן יימר, וכנ״ל? (ער, זייענדיג א פיזיקער, קומט פון א פיזיקס פּערספּעקטיוו, וכעין וואס דר. ווילטשעק האט געזאגט. הגם די שוועריקייט איז כמובן אז סייענס קען נישט געהעריג געבן א הסבר אויף די גאנצע סיסטעם פון זיך אליין. ועיין כאן.)

‏ואגב, אונז טרעפן אביסל אַן ענליכן געדאנק אפילו פון א טעאיסטישן מבט אז עס איז לאגיש אומעגליך אז ג-ט זאל נישט צושטאנד ברענגען די וועלט. ועיין ג״כ מכאן ולהלן.

ואגב, דער פילאזאף דר. ראבּערט נאזיק האט געשריבן:
Someone who proposes a non-strange answer [to the question “Why is there something rather than nothing?”] shows he didn’t understand the question
זונטאג אוגוסט 14, 2022 10:53 am#506354
די בעל התניא פלעגט טאקע רופן די וועלט א ”אין מיש” און נישט קיין יש מאין, כידוע.

(דאס שטימט יא מאטעמאטיש און לאגיש?...)
זונטאג אוגוסט 14, 2022 11:24 am#506358
מתבודד
דאס שטימט יא מאטעמאטיש און לאגיש?...
אויב דעפינירט מען אַן ״אינווערס״-רעגולאר נומער אלס א נומער וואס מ'קען נישט צוקומען דערצו דורכ׳ן סאָבּטרעקטן כאטש אזויפיל נומערן ווי די נומער וואס זענען העכער/גרעסער ווי איר, דאן איז 0 נישט אזא סארט נומער ווייל מען קען יא: 3-2-1=0.

***

דזשים האָלט שרייבט דארט לגבי מגדיר זיין ״אַיִן/nothing״ מיט הומאר:
What is nothing? Macbeth answered this question with admirable concinnity: "Nothing is, but what is not." My dictionary puts it somewhat more paradoxically - "nothing (n.): a thing that does not exist." Although Parmenides, the ancient Eleatic sage, declared that it was impossible to speak of what is not - thereby violating his own precept - the plain man knows better. Nothing is popularly held to be better than a dry martini, but worse than sand in the bedsheets. A poor man has it, a rich man needs it, and if you eat it for a long time, it'll kill you. On occasion, nothing could be further from the truth, but it is not clear how much further. It can be both black and white all over at the same time. Nothing is impossible for God, yet it is a cinch for the rankest incompetent. No matter what pair of contradictory properties you choose, nothing seems capable of embodying them. From this it might be concluded that nothing is mysterious. But that would only mean that everything is obvious - including, presumably, nothing
***

דר. ראבערט נאזיק האט געהאלטן אז עפ״י דר. מארטין היידעגער וואס האט געזאגט אז מ׳קען בכלל נישט זאגן ״איז״ אויף ״אַיִן״; זיין לשון איז געווען ״דאס נישט נישטעט״ [אנשטאטס ״דאס נישט איז״]. ועפי״ז האט דר. נאזיק געזאגט אז דאס ״אַיִן״ טוהט זיך אליינס ״נישטען״ און מבטל זיין.
פרייטאג מערץ 17, 2023 3:44 pm#518844

דער לאגיקער און פילאזאף דר. רודאלף קארנאפּ (בתוך זיין שיטה פון לאגישע פּאזיטיוויזם) איז ארויס שארף קעגן היידעגער אין דעם: 📎 קארנאפ.jpg 📎 1קארנאפ.jpg 📎 2קארנאפ.jpg
דינסטאג יולי 18, 2023 8:30 pm#531730
מי אני
If the universe is meaningless, so is the statement that it is so

Alan Watts
‏דאס געבט אולי א ווייטערדיגע דימענציע אז טאמער איז תכלית הבריאה עצמותו ית׳ וואס מ׳קען נישט משיג זיין, איז טאקע די סטעיטמענט אליין א חלק פון דאס נאן-קאגניטיוויזם ונכלל בתוך די אלגעמיינע פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.

ושיטתו של דר. וויקטאר פרענקל ידוע.
דר. קאָרנעל וועסט זאגט:
Even making sense of meaninglessness is itself a discipline and achievement