Under maintenance
הויפט זייט » רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13609
דינסטאג מערץ 03, 2020 10:27 am#443569
רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
היינט דינסטאג פרשת תצוה, ז' אדר, איז פראקלאמירט געווארן פאר א טאג פון תפילה און חסד "פאר זושא". צו דערמאנען כלל ישראל אז דער טייערער און נאבעלער יונגערמאן, ר' אלכסנדר זושא ראזענבלום, איז נאך אלץ פארשמאכט מתוך צער ויסורים מער פון פיר יאר נאך זיין שרעקליכער עקסידענט.

98566.jpg

און יא, מיר דארפן געדענקען.

עטליכע יאר צוריק, אויפ'ן וועג אהיים פון מאנסי וואו ער האט משמח געווען נישט-געזונטע קינדער און זייערע פאמיליעס אלס א טייל פון דער חברה "טאנצערס", איז זושא געווען פארמישט אין א שרעקליכן עקסידענט אויף דעם פאליסעידס, פון וואס ער איז נאך ליידער נישט ארויסגעקראכן.

ליידער פארגעסט מען. ליידער געדענקט מען נישט מתפלל צו זיין יעדן טאג. און דער אמת איז אז דאס איז דער נאטור פונעם מענטש, מ'קען דאך נישט אפשטעלן דעם לעבן נאך יעדער טראגעדיע ה"י.

אז חברים און בני משפחה האבן אויסגעוועלט ז' אדר, דער יארצייט פון משה רבינו, צו געדענקען דעם טייערן ר' זושא, לאמיך אוחז זיין במידתו של אותו צדיק, און פרעגן דעם הייליגן באשעפער:

למה הֲרֵעֹתָה לצדיק הזה?

היתכן, רבוש"ע?

מיר פארלאנגען נישט קיין אפענע ניסים, אבער דאס ביסל קענען מיר נישט האבן אז ביים פארן נאך א דבר מצוה זאל אזא זאך נישט פאסירן? ווי קענסטו אזוי שעדיגן א איד וועלכער האט נארוואס משמח געווען דיינע יתומימ'לעך, און פארוואנדלען זיינע אייגענע קינדער אין לעבעדיגע יתומים?

צי האסטו פארגעסן פון "שומר מצוה לא ידע דבר רע"?!

רבוש"ע, האב שוין רחמנות, און שיק א רפואה שלימה פאר דעם צדיק אלכסנדר זושא בן עליזה. רעכט אים אויף, און באלייכט זיין משפחה. אין דעם חודש שמרבין בו בשמחה, שיק אריין אור און שמחה אין די הערצער פון די וואס האבן געברענגט שמחה און ליכטיגקייט פאר אנדערע.

כה דברי עבדך, העניך.
דינסטאג מערץ 03, 2020 12:20 pm#443570
אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
דינסטאג מערץ 03, 2020 1:23 pm#443571
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

שיינע תורות, אבער מיר דארפן בעטן השי״ת פאר א ישועה
דינסטאג מערץ 03, 2020 1:33 pm#443573
שיר השירים אשר לאברך ואען ואומר אל העניך: מה נאוו דבריך ומדבש ימתקו לחיך: אך עתה הסכלת עשה ובגבול דברי חירוף שמת ניב שפתיך: אל תתן את פיך לחטיא את בשרך ואל תבהל ברוחך לדבר כה אל בוראך: זכור כי בינת אנוש לך מה תדע ומה תבין: נסתרים דרכי ה' ומאתו לא תצו הרעות: אף כי עיניך לא לנכוח יביטו ועפעפיך לא תחזינה למישרים: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו ואף אם כי משפט אשירה: ואתה בן אדם התפלל אל ה' וקוה אליו ואך בשברון לב ונכה רוח: אל תתרומם ברוחך ואל תדבר אתו משפט ואל תעיז פניך נגד יוצריך: מאת ה' היתה זאת והוא ירפא לתחלואי עמו ויחבוש את שברי הרוקדים המשמחים אלקים ואנשים: ואתה בן אדם קרע לבך ושפוך תחנתך אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם:
דינסטאג מערץ 03, 2020 2:15 pm#443574
Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
אנטשולדיגט מיר זייער, אבער איר ברויכט נישט זיין פרומער פון אונזער רבי משה אדער פון ירמי' הנביא, ישעיהו הנביא און נאך, וואס האבן געהאט די זעלבע קשיא ווי אונזער טייערע העניך. מענטשן וואס האבן נישט קיין הרגשים פרעגן נישט קיין קשיות, אידן וואס האבן אהבת ישראל פרעגן קשיות.
דינסטאג מערץ 03, 2020 3:02 pm#443575
רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
איך מיין מ׳גיסט דא אויף ATUB @העניך ATUB א קיתון של שופכין וואס קומט זיך אים נישט לגמרי. דהיינו, ער ערווענט דא די באקאנטע פראבלעם פון שלעכטס. די פראבלעם קומט צושטאנד טאמער מען נעמט אן בהנחה אז:

1). הקב״ה ווייסט אלעס (אפילו בפרטיים).

2). הקב״ה קען אלעס טוהן.

3). הקב״ה איז טוב (לגמרי).

‏מ׳קען נאך צולייגן אז טאמער נעמט מען אויך אן בהנחה בחירה חופשית ושכר ועונש (על זה מאת הקב״ה) ווערט בפרט שווער די קשיא טאמער עס איז די צדיקים טאקע וואס ליידן די שלעכטס. (מ׳דארף אויך געדענקען צו רעכענען די צער פון די משפחה ארום.)

דאס וועט פירן צום פאראדאקס אז אויב נעמט מען דאס אלעס אן איז טא ווי אזוי קען זיין שלעכטס אויף די וועלט?

יעצט, ATUB @העניך ATUB ארבעט בתוך די הנחות און ער ערווענט די פאראדאקס. און ובתוך די ספעציפישע קאנטעקסט איז אביסל שווער צו ענטפערן דעם תירוץ פון נסתרים דרכי ה׳, ווייל מ׳שטעלט דאך אוועק א יום תפילה וואו מ׳בעהט הקב״ה דאס צו טוישן/אוועקנעמען (וואס אין דעם ליגן, ווי נישט, די דריי הנחות); דאס ווערט (אויך) אביסל (ווי נישט) פאראדאקסיש אויב מ׳נעמט אן באותו זמן אז ס׳דא א סיבה דערצו נאר אונז ווייסן דאס נישט [נסתרים]. (ולכאורה גייט דאס אלעס אויך אריין אין די כלל.)

‏(ועיין כאן.)

איך פארשטיי אז מ׳קען באטראכטן די וועג ווי אזוי ATUB @העניך ATUB האט געשריבן אלס דיסרעספעקטפול און הטיח וכו׳, אבער מאידך גיסא קען מען דאס אנקוקען פאזיטיוו ווי אזוי ס׳באדערט אים דאס צער פון די משפחה המעוללה וכדברי ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB . ואגב, איינער וואס ס׳גייט אים ב״ה גוט און זאגט אט די תירוץ פון נסתרים וכו׳ אויף איינעם׳ס צרות נעבעך, דער פירט זיך אומסענסיטיוו און... אהעם... שלעכט (בבחירתו...).

והקב״ה ישלח רפואה שלימה לאלכסנדר זושא בן עליזה במהרה דידן בתוך שאר חולי ישראל והבריאים יתמידו בבריאתם אמן. איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.
דינסטאג מערץ 03, 2020 3:10 pm#443576
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר

פון איין זייט שרייט מען וידעת את ה׳, לא בשמים הוא, א רחום וחנון, א טאטע אין הימל אבער פון די אנדערע זייט ווען ס׳שטומט נישט מיט די מציאות זאגט מען אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

היאך יתקיימו שניים?

אמאליגע צייטן אז איינער האט געהאט א infection האט מען אים אראפגעשניטן א אבר, א פוס א הענט וכדומה כדאי ס׳זאל זיך נישט צושפרייטן. היינט דארף מען שוין נישט אנקומען צו דעם ווייל סאיז דא א בעסערע רפואה וואס הייסט antibiotics.

שטעל אייך פאר איינער קומט היינט צום דאקטער מיט א אינפעקציע און די דאקטאר שניידט אים אראפ א פוס אנשטאט געבן אנטיביוטיקס?
אויב דער אייבישטער איז א כל יכול וואלט ער געקענט אויפקומען מיט א בעסערע וועג ווי אראפשניידן יענעם די פוס!

איך האב אייביג געהאט די קשיא ווען מ׳האט מיר געזאגט אז אלע חיות זינגן שירה פארן אייבערשטען!
פארוואס טאקע זינגן זיי שירה? וואס האט דער אייבישטער געטוהן פאר זיי?

“יעדע היסטאריע פון יעדע לייף איז א היסטאריע פון פיין און יסורים” זאגט ארטור שאפענהויער.
ווילאנג איך האב געשריבן די תגובה דא זענען אפאר קליינע קינדער אינטער פינף יאהר אלט געשטארבן פון הונגער-די ערגסטע טויט וואס קען נאר זיין!

און אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות האלט איך נישט ביים גלייבן בלינדערהייט.

יעדער האט אמאל געגעלייבט אז די וועלט איז פלאך! יעדער האט אמאל געגעלייבט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט! מהאט אפילו געהארגט מענטשן וואס האבן געזאגט אנדערש...
דינסטאג מערץ 03, 2020 3:31 pm#443577
די סיבה פארוואס מען טאר נישט פרעגן איז, ווייל עס איז נישטא קיין תירוצים וואס אונז קענען פארשטיין, און וואס האט מען פין פרעגן ווען די תשובה איז נישטא?

אלא מאי וועסטו זאגען, אם כן גלייב איך נישט? געזונטערהייט, און זעהט אויס שבת אחים זאגט עס שוין.

אבער פאר די וואס גלייבן יא, און זענען בוחר צו גלייבן על אף די קשיות, זיי פרעגן נישט כאמור.

און עס איז נישט אויסגעהאלטן צו פרעגן קשיות, אפילו משה האט געפרעגט למה הרעות, איז עס נישט אויסגעהאלטען ווי עס שטייט אין חז"ל, אסור להטיח דברים כלפי מעלה.

ועוד, נאך א סיבה פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס צו פרעגן, ווייל די ווילסט אויך נישט וויסן. לאמיר זאגן דער מלאך קומט דער אין חלום און אנטפלעקט דער סיבה פארוואס די עקסידענט איז געשעהן, און פארוואס ער ליגט נאך קראנק, וועסטו זיין צופרידן?? אוודאי נישט!! סא זיי נישט קיין ווייזגיי און פרייד נישט קיין קשיות, בעהט דער אויבערשטער זאל העלפען, ואולי ירחם.
דינסטאג מערץ 03, 2020 3:34 pm#443578
וואס האט מען היינט אנטדעקט וועגן דער אויבישטער וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט?

דאס יא, מיר זיינען היינט אין א וועלט פון אלצווייסערס, ווי טראמפ איז שוין א בקי אויף מעדיצין און יעדער זינגער פארשטייט שוין צו דיפלאמטישע באציאונגן. ממילא קען יעדער שטינקער מחליט זיין וואס עס קומט זיך פאר דער מיט יענער, און ווי אזוי גאט דארף זיי באהאנדלן.

ניין, נישט צוליעב די פסוקים און גמרות דארף מען דא שווייגען, נאר פשוטן שכל. וואס ווייסטו אין די פאל? אז א מענטש ליידט און ער האט אויך געטון א מצוה אין יענער טאג. מער ווי דעם ווייסט מען גארנישט. אבער החלטות האט מען, און דער גראבן ׳איך׳ האלט יא צו ניטש ביי עפעס. עס הערט זיך פונקט ווי טראמפ ביי א פרנסס קאנפערענס, אלס ווייסט ער, אחוץ די אייגענע נאמען.

ATUB @אישתשבי ATUB האקט.
דינסטאג מערץ 03, 2020 3:36 pm#443579
אישתישבי

נישט געזאגט אז איך גלייב נישט נאר אז איך פארשטיי נישט.

מיט דעם אלעמען בין איך געבליבן ביי מיין מסורה למחצה ולשליש, און ביי מיר עס איז מעהר קולטור ווי אמונה.

איך פרעג פארוואס זאל א מענטש גלייבן בלינדערהייט אויב מ׳מעג נישט פרעגן קיין קשיות. און מיט וואספארא רעכט קען מען באשטראפן איינעם וואס גלייבט נישט אין עפעס וואס ער קען נישט פארשטיין? ווייל ער האט נישט געגעלייבט זיינע עלטערן? נא זיינע עלטערן האבן אויך אמאל געגעלייבט אז די ערד איז פלאך.

דאס איז וואס איך זאג.

יעדער זאל גלייבן וואס מאכט ענק פיהלן גוט... גוט שבת
דינסטאג מערץ 03, 2020 4:00 pm#443581
די ערשטע סימן פון יעדע קולט איז אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות...

פון די אנדערע זייט קען מען זעהן קלאר די היסטאריע פון מאדערן סייענס און די פארגעשריטענע וועלט אין וואס מיר לעבן היינט איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק וואס מענטשען האבן געפרעגט קשיות! נישט סתם קשיות נאר קשיות וואס קיינער האט זיך נישט דערוואגט צופרעגן, קשיות אויף די אנגענומענע סייענס און פארשטאנד פון יענע צייטן, קשיות אויף רעליגע, קשיות אויף נאטור, קשיות אויף Authority. נאר אזוי איז מען אנגעקומען!
וואס מעהר אונז מענטשען האבן געפרעגט קשיות אויף אלעס ארום אונז אלץ מעהר און מעהר זענען אונז הומאנס געשטיגן העכער און העכער אזש אז אונז קענען היינט דאמינירן נאטור זעלבסט און עס דרייען אז ס׳זאל ארבעטן פאר אונזערע געברויכן.

בערך 120 יאהר צוריק האבן רוב חכמים אין די וועלט קוים געגעלייבט אין די היינטיגע מאדעל פון די אטאם, בתוכם די גרעסטע פיזיקערס פון די דור אלבערט איינשטיין האט נישט געגעלייבט אין די קוואנטום מעקעניקס פון ניעלס באהר און ער האט געטענהט אז Quantum entanglement איז אוממעגליך!

היינט איז עס א פאקט אויף וואס מ׳בויעט אסאך פון די טעכנאלאגיע מיט וואס אונז באנוצן זיך!
דינסטאג מערץ 03, 2020 4:10 pm#443582
האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.
דינסטאג מערץ 03, 2020 5:44 pm#443583
שבת אחים האט געשריבן:פון איין זייט שרייט מען וידעת את ה׳, לא בשמים הוא, א רחום וחנון, א טאטע אין הימל אבער פון די אנדערע זייט ווען ס׳שטומט נישט מיט די מציאות זאגט מען אז מ׳טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דער באשעפער איז טאקע א רחום וחנון ארך אפיים, אבער ער איז אויך א קל קנא. ווען ער וויל זיין גוט איז ער א גוטער, און ווען ער וויל זיין שלעכט איז ער א שלעכטער, מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא.
דינסטאג מערץ 03, 2020 6:57 pm#443584
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!
דינסטאג מערץ 03, 2020 7:00 pm#443585
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.
דינסטאג מערץ 03, 2020 7:01 pm#443586
שבת אחים האט געשריבן:הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!

פארוואס איז רשעות מער anthropomorphic ווי גוטסקייט?
דינסטאג מערץ 03, 2020 7:08 pm#443587
א דאנק ATUB @מי אני ATUB פאר די הערליכע הוספות. און א דאנק פאר אלע קאמענטארן.

וואס איך האב געשריבן איז נישט קיין קושיא. עס איז א רעטארישע פראגע וואס מ'נוצט צו מעורר רחמים זיין. דאס האט משה רבינו געטון, און ווי חז"ל זאגן (גמ' סנהדרין) "חוצפא אפילו כלפי שמיא מהני."
דינסטאג מערץ 03, 2020 7:12 pm#443588
אמר רבי אלעזר לעולם אל יטיח אדם דברים כלפי מעלה שהרי אדם גדול הטיח דברים כלפי מעלה ואיטלע ומנו לוי. (מגילה כב:)
דינסטאג מערץ 03, 2020 8:12 pm#443589
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.

האסט געשריבען כאילו היינט ווייסט מען וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט. לגבי סייענס איז עס מעגליך ריכטיג, אבער לגבי די עגזיסטענץ פון א גאט ווייסט מען גארנישט היינט מער ווי פארצייטענס.
דינסטאג מערץ 03, 2020 9:41 pm#443590
Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי אלעזר לעולם אל יטיח אדם דברים כלפי מעלה שהרי אדם גדול הטיח דברים כלפי מעלה ואיטלע ומנו לוי. (מגילה כב:)
דאס וואס אונזער העניך'ל טענה'ט צו גאט, הייסט נישט מטיח געווען דברים כלפי מעלה. ווי די גמ' זאגט דארט הטיח דברים כלפי מעלה עלית למרום ואין אתה משגיח על בניך: אונזער העניך שרייט אינגאנצן נישט דאס, פארקערט ס'דא א גמ' אין קידושין ל"ט: לגבי די מצוה פון שילוח הקן אז איינער האט מקיים געווען די מצוה פון שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך און אויפן וועג אראפ פונעם לייטער איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן און די גמ' פרעגט די זעלבע קשיא וואס העניך פרעגט דא, היכן אריכות ימים של זה?? און די גמ' מאכט נישט אוועק די קשיא מיט הטיח דברים כלפי מעלה אדער מיט אויבער חכם אדער אפיקורסות, נאר די גמ' גיבט זיך אפ מיט די קשיא און פרובירט עס צו פארענטפערן. פארוואס? ווייל פרעגן קשיות צו פארשטיין, איז ריכטיג תורה היא וללמוד אני צריך. אדער ווען איינער טענה'ט זיך אויס מיט גאט צוליב אהבת ישראל, און טוט שטארק ווייטאגן אויף יענעמס צרות גייט עס אויך נישט אריין אינעם כלל פון מטיח דברים כלפי מעלה.
מיטוואך מערץ 04, 2020 12:39 am#443596
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הא גופא קשיא.

איינער וואס באשאפט די וועלט און איז א כל יכול האט באשאפן מענטשען וואס ער נעמט נקמה אין זיי?

צי א שטארקע anthropomorphic (מענטשליכער) גאט!

פארוואס איז רשעות מער anthropomorphic ווי גוטסקייט?

נישט רשעות נאר נקמה.

נקמה איז א מענטשליכע מידה.

וועגן גוטסקייט. די תנ״ך און חז״ל איז א דא דיים און א דאזען מאל וואס זיי טענהן אז גאט איז כולו גוטס און מפי עליון לא תצא הרעה.

למעשה קוקט עס בכלל נישט אויס אזוי! ווייט פונדעם. ס׳קוקט דיר אויס ווי גאט נעמט נקמה אין ביליאנען באשעפענישן דור נאך דור?

וואס איז די גאנצע פוינט פון פייניקן טריליאנען באשעפענישן?

טריליאנען מיני לייף וואס מוטשען זיך און זענען אין שרעקליכע יסורים!
מיטוואך מערץ 04, 2020 12:57 am#443597
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געקעננט ענטפערן ׳גארנישט׳. קיין שום היינטיגע ׳באווייז׳ פון די אטעאיסטן האט ניטש עגזיסטירט הונדרעט, צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט יאר צוריק.

לא זכיתי להבין וואס דו ווילסט דא זאגן.

האסט געשריבען כאילו היינט ווייסט מען וואס אמאל האט מען נישט געוואוסט. לגבי סייענס איז עס מעגליך ריכטיג, אבער לגבי די עגזיסטענץ פון א גאט ווייסט מען גארנישט היינט מער ווי פארצייטענס.

נישט דאס האב איך געזאגט בכלל.

אונז דארפן זיין גרייט אנצונעמען די מציאות אפילו ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס. און נאר ווען א מענטש גיבט אויף אלע זיינע פריערדיגע גלייבונגען און קוקט אריין אין נאטור אן קיין expectations קען אנקומען צום אמת.

זאכן זענען נישט במציאות וויאזוי ס׳מאכט פאר אונז סענס!!! סאיז Counterintuitive, קעגן אונזער שכל.
מענטשן האבן נישט אזוי שנעל געוואלט אננעמען די מציאות אז די וועלט איז נישט אין די צענטער פון די יוניווערס און אז אונזער זון איז פשוט איינס פון אפאר טריליאנען שטערנס אין הימל.

קיינער אין די וויסטע חלום האט נישט געגעלייבט באמת אין די היינטיגע מאדעל פון די אטאם...

ווער האט געחלומט אין וויסטען חלום אז ווען מ׳זאל ארויס נעמען נאר די נוקליעס פון די אטאמס פון א יעדע מענטשען אויף די וועלט- אלע אכט ביליאן מענטשען צוזאמען, וועט עס זיין בערך אזוי גרויס ווי עפעל (די איבריגע איז ליידיג פלאץ), ווען מזאל ארויסנעמען די נוקליעס פון אלע טריליאנען אטאמס אין מיין גוף וועט עס זיין קלענער ווי א ברעקל זאלץ!!! און אין די נוקליעס איז דא סוב פארטיקלס און א גאנצע וועלט פאר זיך!
דאס איז נאך גארנישט הייב אן צוהערן וואס טוט זיך אין די קוואנטום וועלט פון פארטיקלס און דו גייסט עס נישט גלייבן בשום פנים ואופן. זאכן קענען זיין אויף צוויי פלעצער אויף איינמאל, ענטעגלמענט- צוויי פארטיקלס קאמיוניקעיטן שנעלער ווי די ספיד אף לייט וכו׳ וכו׳ סאיז נישט צום גלייבן...

קיינער דערווייל אין די וועלט ווייסט נישט די סודות פון נאטור און וויאזוי די וועלט איז צושטאנד געקומען. און וואס מעהר מ׳קוקט אריין דערינען ווערט עס נאר מעהר קאמפליצירט. און זייער ווייט פון די אנגענומענע ״מענטשליכע גאט״ פון רעליגע...

און נאר אז מ׳וועט פרעגן קשיות וועט מען אנקומען ווייטער און ווייטער...
מיטוואך מערץ 04, 2020 1:17 am#443598
שבת אחים האט געשריבן:נישט רשעות נאר נקמה.

נקמה איז א מענטשליכע מידה.
רשעות, נקמה, און גוטסקייט זענען אלע מענטשליכע מדות.
שבת אחים האט געשריבן:וועגן גוטסקייט. די תנ״ך און חז״ל איז א דא דיים און א דאזען מאל וואס זיי טענהן אז גאט איז כולו גוטס און מפי עליון לא תצא הרעה.
האסטו בכוונה אויסגעלאזט די לעצטע ווארט פון פסוק? אין מיין פסוק שטייט "מפי עליון לא תצא הרעות והטוב", סיי גוטס און סיי שלעכטס וואס קומט אויף א מענטש איז דער מענטש זיך אליינס שולדיג און ס'האט גארנישט מיט גאט צוטון. וואס פונקטליך דאס מיינט איז א נושא פאר זיך, מיט כל כולו גוטס האט עס קיין שייכות. און נאכאמאל, פאר יעדע פסוק וואו דו זעהסט אז גאט איז א גוטער קען איך דיך ברענגן א פסוק אז ער איז א שלעכטער. פונקט וואו מענטשן זענען סיי גוט און סיי שלעכט געוואנדן אין זייער גוסטע, אזוי אויך גאט.
מיטוואך מערץ 04, 2020 1:42 am#443600

איה״נ רשעות און גוטסקייט זענען ביידע מענטשליכע מדות!
איך דינג מיך בכלל נישט אויף דעם!

איך דינג מיך אז פון די תורה און חז״ל און ווי אזוי מ׳האט אונז מחנך האט מען אונז אויסגעלערנט אז דער אייבישטער איז כולו גוטס. און למעשה דאס איז נישט וואס אונז זעהן אין נאטור.

סאיז נישט די איינציגסטער פלאץ וואו ס׳שטייט אין די תורה.

און וואס איז בכלל די אפטיישט פון די פסוק אז דער אייבישטער איז נישט דער וואס מאכט גוטס און שלעכטס?

קליינע קינדער שטארבן פאר הונגער ווייל??? פונקטליך וואס? פאריגע גלגול?

חיות מוטשענען זיך טאג איין טאג אויס פארוואס?

און פלוצלינג האט עס גארנישט צוטוהן מיטן אייבערשטן, כהאב געמיינט אז ער שטייט אינטער אלעס?

אה חוץ מיראת שמים

אקעי... מענדלע וויזניצער׳ס תורות מאכט מעהר סענס...

זייטס געזונט
מיטוואך מערץ 04, 2020 1:44 am#443601
איך ווייס נישט וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט, אבער אין די תורה שטייט נישט אזא מין זאך, די תורה איז נישט קיין ערב פאר דיין כתה גימל רבי. אדרבה, ווייז מיר אוואו ס'שטייט.
מיטוואך מערץ 04, 2020 1:50 am#443602
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט, אבער אין די תורה שטייט נישט אזא מין זאך, די תורה איז נישט קיין ערב פאר דיין כתה גימל רבי. אדרבה, ווייז מיר אוואו ס'שטייט.

ווילסט מיך מאכן יעצט ארבעטן?

ס׳שטייט זיכער אין נ״ך און חזל און אסאך אנדערע פלעצער.

אבער כהאב נישט קיין נערווען צו זוכן יעצט.

די גאנצע וועלט האט אזוי אנגענומען אז די אידישע און קריסטליכע גאט איז
omnibenevolent

איך האב דאס נישט אויפגעמאכט! נאר אלע יאהרן האט רעליגיע דאס געפרעדיגט!
m https://religions.wiki/index.php/Omnibenevolence m
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:00 am#443603
קען טאקע זיין אז די גאנצע וועלט האט אזוי אנגענומען, אבער דאס האט שוין געמוזט זיין נאכ'ן חתימת התלמוד, אין תנ"ך און חז"ל ווערט עס נישט דערמאנט.
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:05 am#443604
זיכער שטייט עס - אויף אפאר פלעצער

קודם וואס איך געדענק אויסווענדיג - כרחם אב על בנים רחם ה' על יראיו - תהילים
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:10 am#443605
ביי די וועי דאס לערנט מען נאך היינט אין יעדע חדר און יעדער ישיבה. צי ס׳שטייט יא אדער נישט אין נ״ך איז דאס וואס מ׳פרעיגלט אריין אין יעדע רעליגיע- דער אייבישטער איז א גוטער- און אלעס וואס ער טוט איז לטובה.

איך ווייס נישט פון וואו דו קומסט. אבער דאס איז וואס אלע גלייביגע האלטן.
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:15 am#443606
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רבי אלעזר לעולם אל יטיח אדם דברים כלפי מעלה שהרי אדם גדול הטיח דברים כלפי מעלה ואיטלע ומנו לוי. (מגילה כב:)
דאס וואס אונזער העניך'ל טענה'ט צו גאט, הייסט נישט מטיח געווען דברים כלפי מעלה. ווי די גמ' זאגט דארט הטיח דברים כלפי מעלה עלית למרום ואין אתה משגיח על בניך: אונזער העניך שרייט אינגאנצן נישט דאס, פארקערט ס'דא א גמ' אין קידושין ל"ט: לגבי די מצוה פון שילוח הקן אז איינער האט מקיים געווען די מצוה פון שלח תשלח את האם ואת הבנים תקח לך און אויפן וועג אראפ פונעם לייטער איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן און די גמ' פרעגט די זעלבע קשיא וואס העניך פרעגט דא, היכן אריכות ימים של זה?? און די גמ' מאכט נישט אוועק די קשיא מיט הטיח דברים כלפי מעלה אדער מיט אויבער חכם אדער אפיקורסות, נאר די גמ' גיבט זיך אפ מיט די קשיא און פרובירט עס צו פארענטפערן. פארוואס? ווייל פרעגן קשיות צו פארשטיין, איז ריכטיג תורה היא וללמוד אני צריך. אדער ווען איינער טענה'ט זיך אויס מיט גאט צוליב אהבת ישראל, און טוט שטארק ווייטאגן אויף יענעמס צרות גייט עס אויך נישט אריין אינעם כלל פון מטיח דברים כלפי מעלה.

די גמרא אין קידושין האט נישט גארנישט מיט הטחת דברים, די גמרא דארט וויל נאר זעהן צו די מימרא פון שליחי מצווה אינן ניזוקין איז טאקע אמת צו מ'קען עס אפפרעגן. ווען די גמרא וואלט געבליבן אז ס'שטימט טאקע נישט במציאות וואלט די גמרא נישט געהאט קיין שום פראבלעם. יא, מ'קען שטארבן אינמיטן טון א מצווה, תיובתא דרבי אלעזר תיובתא, און קיינער וואלט נישט געהאט קיין טענות. דא וויל מען דאך נישט צוקומען צו אזא מסקנא, דא וויל מען דאך קענען קומען מיט טענות "היתכן אז שליחי מצווה ניזוקין?!"
מיטוואך מערץ 04, 2020 2:21 am#443608
שבת אחים האט געשריבן:זיכער שטייט עס - אויף אפאר פלעצער

קודם וואס איך געדענק אויסווענדיג - כרחם אב על בנים רחם ה' על יראיו - תהילים

און וואס טוסטו מיט'ן פסוק אין משלי "כי את אשר יאהב השם יוכיח"?
מיטוואך מערץ 04, 2020 3:21 am#443612
איך בין שוין נישט זיכער אין וואס מ'טענה'ט זיך דא.

ס'איז א פאקט אז אלע רעליגיעס בתוכם אונזער רעליגיע האט אנגענומען אז דער אייבישטער איז כולו טוב.
פונקטליך פון וואו זיי נעמען עס און צו זייער מקור איז מן המקרא צי פון חז״ל, הלכה למשה מסיני אדער צי ס׳שטייט אין דבר יום ביומו בין איך נישט זיכער. כ׳ווייס נישט וואס זייער מקור איז אבער עכ״פ אזוי פארקויפן זיי - אלע רעליגיעס! אלע!

מיך האט מען אזוי אויסגעלערנט דער אייבישטער איז א רחום וחנון א פאטער אין הימל. דיך נישט? איך גלייב דיר נישט!

אלע רעליגיעס פרעדיגן אזוי עד היום הזה.

יא אדער ניין?

און אויף דעם זאג איך האב נישט זוכה געוועהן צו זעהן די וועלט אין די דאזיגע ליכט.
מיטוואך מערץ 04, 2020 5:20 am#443613
"grappling with the painful questions of how people doing good deeds can be the victims"

m https://www.chabad.org/multimedia/audio ... eodicy.htm m
מיטוואך מערץ 04, 2020 7:17 am#443615
שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג:
דארף ווען אפשר ציטירן דעם הייליגן בריוו פונעם היילגן תניא, (אגרות קודש פרק, י''א) מיט דעם דאזיגן הייליגער בריוו, וואס ווערט אנגערופן ביי חסידי חב''ד "להשכילך בינה" האבן זיך די אלטע אויסגעווייקטע ליבאוויטשער חסידים געשטארקט און די שווערסטע אומשטענדן אין וועלכע זיי האבן זיך געפונען, ערשט אונטערן צאר, און שפעטער אונטער די פארשאלטענע קאמוניסטן.

להשכילך בינה.
כי לא זו הדרך ישכון אור ה' להיות חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי ע"ז ארז"ל בטל רצונך כו' דהיינו שיהי' רצונו בטל במציאות ולא יהיה לו שום רצון כלל בעניני עולם הזה כולם הנכללים בבני חיי ומזוני וכמארז"ל שע"כ אתה חי:

וביאור הענין הוא רק אמונה אמיתית ביוצר בראשית דהיינו שהבריאה יש מאין הנק' ראשית חכמה והיא חכמתו שאינה מושגת לשום נברא הבריאה הזאת היא בכל עת ורגע שמתהוים כל הברואים יש מאין מחכמתו ית' המחיה את הכל וכשיתבונן האדם בעומק הבנתו ויצייר בדעתו הווייתו מאין בכל רגע ורגע ממש האיך יעלה על דעתו כי רע לו או שום יסורים מבני חיי ומזוני או שארי יסורין בעולם הרי האין שהיא חכמתו יתברך הוא מקור החיים והטוב והעונג והוא העדן שלמעלה מעוה"ב רק מפני שאינו מושג לכן נדמה לו רע או יסורים אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב רק שאינו מושג לגודלו ורב טובו וזהו עיקר האמונה שבשבילה נברא האדם להאמין דלית אתר פנוי מיני' ובאור פני מלך חיים וע"כ עוז וחדוה במקומו הואיל והוא רק טוב כל היום וע"כ ראשית הכל שישמח האדם ויגל בכל עת ושעה ויחיה ממש באמונתו בה' המחיה ומטיב עמו בכל רגע ומי שמתעצב ומתאונן מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה והרי זה ככופר ח"ו וע"כ הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת. אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית ומי שאין שוין לו מראה בעצמו שהוא מערב רב דלגרמייהו עבדין ואוהב א"ע לצאת מתחת יד ה' ולחיות בחיי עו"ג בשביל אהבתו א"ע וע"כ הוא חפץ בחיי בשרים ובני ומזוני כי זה טוב לו ונוח לו שלא נברא כי עיקר בריאת האדם בעוה"ז הוא בשביל לנסותו בנסיונות אלו ולדעת את אשר בלבבו אם יפנה לבבו אחרי אלהים אחרים שהם תאוות הגוף המשתלשלים מס"א ובהם הוא חפץ או אם חפצו ורצונו לחיות חיים אמיתים המשתלשלים מאלקים חיים אף שאינו יכול: (צריך עיון. ובאיזה כתב יד ליתא תיבות אלו [אף שאינו יכול] ובנוסחא אחרת מצאנו כך. "או אם חפצו ורצונו אף שאינו יכול לחיות חיי אמיתים כו'". ולפי נוסחא זו נראה שתיבות [אף שאינו יכול] הוא מאמר מוסגר )

ויאמין שבאמת הוא חי בהם וכל צרכיו וכל עניניו משתלשלים באמת בפרטי פרטיותיהם שלא מס"א כי מה' מצעדי גבר כוננו ואין מלה כו' ואם כן הכל טוב בתכלית רק שאינו מושג ובאמונה זו באמת נעשה הכל טוב גם בגלוי שבאמונה זו שמאמין שהרע הנדמה בגלוי כל חיותו הוא מטוב העליון שהיא חכמתו יתברך שאינה מושגת והיא העדן שלמעלה מעוה"ב הרי באמונה זו נכלל ומתעלה באמת הרע המדומה בטוב העליון הגנוז:
מיטוואך מערץ 04, 2020 8:00 am#443616
רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
מי אני האט געשריבן: ואגב, איינער וואס ס׳גייט אים ב״ה גוט און זאגט אט די תירוץ פון נסתרים וכו׳ אויף איינעם׳ס צרות נעבעך, דער פירט זיך אומסענסיטיוו און... אהעם... שלעכט (בבחירתו...).

איך האב אלס געקלערט אז דאס אליין פון זאגן פאר א מענטש וואס ליידט ל״ע אויף א צרה דעם תירוץ פון מו״נ (ח״ג פי״ב וט״ו, ועיין במלחמות ה׳ מאמר ד פ״ג ופ״ו), וואס לימיט הנחה 2*, אדער דער מהלך פונ׳ם רלב״ג (מלחמות ה׳ מאמר ג) (ועיין באריכות בזה לגבי הרעות והשגחה במאמר ד), וואס לימיט הנחה 1**, טוהט ער דערמיט א חסד. והיינו, ווייל א מענטש וואס ליידט ל״ע טוהט אטאמאטיש עסיינען בלעים, ובדרך כלל תלונתו על הקב״ה וואס האט דאס מסבב געווען. יעצט, אפגעזעהן צו שיטת הרמב״ם והרלב״ג זענען ריכטיגע מהלכים צו נישט (וואס אבער למעשה יש על מי לסמוך), ברענגט דאס אבער (אין א וועג) אראפ אינ׳ם מענטש׳נס אויגן די ״קאמפּליסיטי״ פון הקב״ה דערין. און דערנאך איז (אבּוויעסלי) גרינגער מקבל צו זיין (עפ״י/מיט ראציאנאל) דעם עמי אנכי בצרה. והעולה מכל זה איז אז דער מענטש איז זיך מער מתנחם.

‏*ואל תשיבני פון וואס דער רמב״ם (להלן פח״י ופנ״א) זאגט (ווי אויך דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ מאמר ד פ״ד ואילך) בנוגע השגחתו במי שהוא דבוק בו יתברך, אז דעמאלטס קען נישט געשעהן קיין רע מחמת השגחתו של הקב״ה; דער באשעפער ״מישט זיך יא אריין אים צו ראטעווען״. ווייל דאס איז ערשטענס אויך א חלק פון די טבע אלס קשר נפשו צום שכל הפועל, וואס דעמאלטס (so to speak) ״באקומט ער״ די יכולת כביכול, ועיין במלחמות ה׳ שם שהאריך בזה (והוא מקושר עם מהלכו בסוף מאמר א בנוגע מהו בדיוק הנפש והתייחסו אל השכל הפועל ודוק). און צוויטענס איז דאס בעצם נאר טעארעטיש - ״נאר״ בעת ער איז ריכטיג דבוק. אין אנדערע ווערטער, ״טאמער״ ער וואלט ווען געווען ריכטיג דבוק ״בכל זמן/עת״ וועט הקב״ה זיכער מאכן אז עס וועט אים נישט פאסירן קיין שלעכטס בכלל, און דאס איז נישט געהעריג יומענלי מעגליך כמובן. והא ראיה אז ס׳איז טאקע דא ״צדיק״ ורע לו.

און יעצט צו פרעגן פארוואס ״מעיקרא״ האט הקב״ה אזוי געמאכט די טבע, איז כמעט די זעלבע ווי פרעגן פארוואס מעיקרא האט הקב״ה געמאכט די טבע אז יעצט ״קען ער נישט״ כביכול באשאפן א רינדיכיגע סקווער. איך פארשטיי אז מ׳קען מחלק זיין אז דא טוהט עס שאדן משא״כ ביים רינדיכיגן סקווער. דעמאלטס אבער קען מען מדמה זיין דאס צום קשיא פארוואס האט ער בכלל באשאפן מענטשן און נישט נאך מלאכים, און יעצט ״קען ער נישט״ אים מאכן ליטערעלי א מלאך און ער זאל נאך אלס זיין א מענטש באותו זמן [שני הפכים בנושא אחד וברגע אחד]; דהיינו נישט דורכ׳ן מאכן אויס די בריאה און אנהויבן פון דאסניי. הגם אויף דעם קען מען אויך מחלק זיין און זאגן אז איה״נ אונז ווילן סימפּלי אז ער זאל אונז ״טוישן״ פון א מענטש צו א מלאך. אבער קען זיין אז דאס איז נכלל אין דעם אי-יכולת פון דאס טוישן אינ׳ם הוה והפסד פון חומר וצורה בכלליות הנזכר שם במו״נ פי״ב. הגם מ׳קען פרעגן פון אליהו וחנוך, אבער דאס זענען שוין ביי פרטיים, ובאנו לענין החילוק בענין ההשגחה.

אדער קען מען דאס מדמה זיין לכל כה״ג. (ועיין להלן מה שכתבתי בענין שיטתו בבריאה מחומר קדמון, שמזה שורש הרעות, ואין עכשיו בזה לאות ביכולתו לשנותו, שאין זה מכת הנעשים/יכולים ״להיעשות/להשתנות״.)

און די מצוה פון תפילה איז אויך נישט אזוי שווער דערויף [״דו ביסט דאך מתפלל קומט דאך אויס אז דו האלטסט יא אז ס׳איז דא יכולת ממש דערין?״]. ווייל כידוע קען מען אנקוקען די געדאנק פון תפילה פשוט אלס סאבּמישאן להקב״ה ומטרה לגבינו האיך לעבדו (ועיין במו״נ ח״ג פל״ב, ואפשר אפילו להעמיסו בפל״ו שם). און איינמאל מ׳קומט ריכטיגערהייט צו דערצו קען מען שוין טאקע צוקומען צו דיבוק בו וממילא השגחה, וואס דאס איז דאס וואס העלפט (דאס פארשטייט זיך נעמט אן אז די פראבלעם איז טאקע א צער פאר׳ן מתפלל ומתדבק כראוי, וממילא וועט דאס אפשר די השגחה אויף/פאר אים מסדר זיין), ודוק.

‏**וואס, אגב, האלט דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ מאמר ד פ״ז אז דער רמב״ם האלט אויך אזוי (בנוגע השגחה) אז אין ידיעתו יתברך מגעת אל הפרטיים ע״ש.

דאס איז נישט קיין סתירה מיט השגחה (הגם עס זעהט אויבן-אויף אויס אזוי), אזוי ווי ער איז מסביר פריער אין פ״ה אז די ידיעה וכו׳ ״כללית״ איז אז יעדער איינער וואס האט די און די און די און די... קרייטעריע איז קומט אן צו אים/איר די סארט השגחה; עס ווערט מפורט ביים מענטש המקבלו. ועיין לעיל במאמר ב פ״ב אז דאס איז די וועג ווי אזוי די שפע פונ׳ם שכל הפועל ארבעט אויך (בנוגע נבואה וכה״ג) ע״ש.

_________

אגב, דער רלב״ג זאגט אין איוב (פרק ח), און ער ברענגט דאס אויך אראפ אין מלחמות ה׳ (מאמר ד פ״ב), אז די תירוץ פון ״נסתרים דרכי ה׳״, וואס מיינט טעקניקעלי אז וואס אונז מיינען איז שלעכט איז באמת גוט (בתכלית) וכו׳, איז די שיטה פון בלדד השוחי. אדער, בפרק יא, די שיטה פון צופר הנעמתי אז דער ״צדיק״ איז נישט באמת א צדיק לפי תכונת נפשו וכו׳ און אזוי אויך בהיפך להרשע שטוב לו, וואס דאס איז נאר כלפי שמיא גליא. (ווי אויך, בפרק ה, אז דער דריטע מין רע וואס דער רמב״ם דערמאנט אין פי״ב איז די שיטה פון אליפז התימני, נאר אויסגעברייטערט אויף אלע רעות). הגם ער זאגט אז זייערע שיטות זענען אפגעפרעגט (געווארן) ע״ש. ועיין כעין זה במו״נ (ח״ג פכ״ג) לגבי שיטת בלדד (ער גיבט פאר שיטת צופר, ווי אויך פאר שיטת אליפז בענין דינו של הקב״ה און דברי אליהוא, אויך א פארמולאציע פון נסתרים וכו׳ ע״ש).

‏אליבא שיטת הרלב״ג להלן במאמר ו (ח״א פי״ז-חי), וואס נעמט אן שיטת אפלטון בבריאה מחומר קדמון, איז די פראבלעם פון שלעכטס אויך נישט אזוי שווער. ווייל עס איז דא אינהערענטלי אין די חומר קדמון, אלס זייענדיג א חומר, אן אימפּערפעקשאן וואס פון דעם קומען די נאטורליכע רעות (ואין בזה לאות וכו׳). ועיין במאמר ד פ״ג שהרעות אינם באים מהקב״ה בעצמיותיהן רק הם מקרים מהחומר/מההיולי ע״ש).
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 12:36 am#443633
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
אנטשולדיגט מיר זייער, אבער איר ברויכט נישט זיין פרומער פון אונזער רבי משה אדער פון ירמי' הנביא, ישעיהו הנביא און נאך, וואס האבן געהאט די זעלבע קשיא ווי אונזער טייערע העניך. מענטשן וואס האבן נישט קיין הרגשים פרעגן נישט קיין קשיות, אידן וואס האבן אהבת ישראל פרעגן קשיות.

איה״נ ממעג טאקע פרעגן קשיות, אבער נישט ברבים.
דו האסט א פראבלעם? גיי שמועס עס אויס בינך לבין קונך, וואסט דארפסט עס גיין אויספאמפן ברבים?
כן נר׳ לי
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 12:56 am#443634
וואס עפעס?? די קשיות וואס די נביאים און וואס די גמ' שמועסט אויס איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבים, תורה היא וללמוד אני צריך.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 1:15 am#443635
שבת אחים האט געשריבן:איך בין שוין נישט זיכער אין וואס מ׳טענהט זיך דא.
איך אויך נישט.

שבת אחים האט געשריבן:און אויף דעם זאג איך האב נישט זוכה געוועהן צו זעהן די וועלט אין די דאזיגע ליכט.
איך אויך נישט, כ'מיין אז קיינער נישט.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 1:20 am#443636
@אדלער משה און ירמי האבן זיך נישט אויפגעשטעלט ברבים און געפרעגט זייער קשיות,
פארוואס די תורה דערציילט עס ווייסעך נישט.
אבער א ראיה קען מען נישט ברענגן פון זיי.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 1:33 am#443637
Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
real fake news האט געשריבן:@אדלער משה און ירמי האבן זיך נישט אויפגעשטעלט ברבים און געפרעגט זייער קשיות,
פארוואס די תורה דערציילט עס ווייסעך נישט.
אבער א ראיה קען מען נישט ברענגן פון זיי.
אוודאי! די פאקט אז מ'האט עס געשריבן אין תנ"ך און אז די גמ' שמועסט עס אויס, ווייזט אז ס'איז א סוביעקט וואס מוז איבערגעשמועסט ווערן ברבים, פונקט ווי אלע אנדערע חלקי התורה
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 4:04 pm#443650
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:און אויף דעם זאג איך האב נישט זוכה געוועהן צו זעהן די וועלט אין די דאזיגע ליכט.

איך אויך נישט, כ'מיין אז קיינער נישט.

אוודאי גלייבן מענטשן אין דעם! שווערע ביליאנען אויף די וועלט גלייבן אזוי באמונה שלימה! איך קען גענוג און נאך מענטשן וואס גלייבן אז אלעס וואס דער אייבישטער טוט איז לטובה. דאס איז ממש זייער יסוד פון זייער לעבן. זיי זענען אין די הענט פון די רבש״ע און וואס ער טוט נאר איז גוט פאר זיי.

מיין מעין פוינט וואס איך וויל דא ארויסברענגן איז פשוט.

מ׳וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען נישט מענטשען האבן געטשאלענטש די פונדאמענטאל גלייבונגען פון יענע צייטן, נישט נאר רעליגיע נאר אלעס וואס מ׳האט געהאט אנגענומען אין יענע צייטן. ס׳וואלט נישט געוועהן קיין פראגרעס אין סייענס און מעדעצין ווען נישט אפאר מענטשען וואלטן געטראכט אינדרויסן פון די באקס.

פרעגן קשיות אויף אלצדינג האט אונז געמאכט פאר סופער-הומאנס!
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 4:09 pm#443651
אויב דאס איז טאקע די פוינט האסטו מיין פולע הסכמה.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 4:19 pm#443652
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב דאס איז טאקע די פוינט האסטו מיין פולע הסכמה.

האב איך שוין א הסכמה פון רביה״ק אויף מיין ספר :lol:
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 8:02 pm#443653
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
אנטשולדיגט מיר זייער, אבער איר ברויכט נישט זיין פרומער פון אונזער רבי משה אדער פון ירמי' הנביא, ישעיהו הנביא און נאך, וואס האבן געהאט די זעלבע קשיא ווי אונזער טייערע העניך. מענטשן וואס האבן נישט קיין הרגשים פרעגן נישט קיין קשיות, אידן וואס האבן אהבת ישראל פרעגן קשיות.

ס'איז סיי אהבת ישראל און סיי אהבת ה'

ר' נחמן ברעסלאבער שרייבט אז אויב א מענטש וויל האבן א ריעליסטישע נאנקייט צום באשעפער זאל ער זיך מתוכח זיין און מנצח זיין די באשעפער מיט טענות! און דוקא דאס וויל די באשעפער. פונקט אזוי ווי א ליבליכע טאטע וואס איז גאר שטאלץ מיט זיינע קינדער, ווען זיי זענעם עם מנצח.

עכ"פ, מ'דארף זיין ריעליסטיש, און אז מ'איגנארט אן אריין טראכטן אדער פרעגען, דעמאלטס איז מען סתם אין דינייעל.
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 8:26 pm#443654
אמר רב כהנא משום רבי ישמעאל ברבי יוסי: מאי דכתיב למנצח מזמור לדוד? זמרו למי שנוצחין אותו ושמח. בא וראה, שלא כמדת הקב"ה מדת בשר ודם. בשר ודם מנצחין אותו ועצב, אבל הקב"ה נוצחין אותו ושמח, שנאמר ויאמר להשמידם לולי משה בחירו עמד בפרץ. (פסחים קיט.)
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 8:35 pm#443656
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמר רב כהנא משום רבי ישמעאל ברבי יוסי: מאי דכתיב למנצח מזמור לדוד? זמרו למי שנוצחין אותו ושמח. בא וראה, שלא כמדת הקב"ה מדת בשר ודם. בשר ודם מנצחין אותו ועצב, אבל הקב"ה נוצחין אותו ושמח, שנאמר ויאמר להשמידם לולי משה בחירו עמד בפרץ. (פסחים קיט.)

טאקע אויף דעם בויט ער די געדאנק
דאנערשטאג מערץ 05, 2020 10:47 pm#443658
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נישט רשעות נאר נקמה.

נקמה איז א מענטשליכע מידה.
רשעות, נקמה, און גוטסקייט זענען אלע מענטשליכע מדות.
שבת אחים האט געשריבן:וועגן גוטסקייט. די תנ״ך און חז״ל איז א דא דיים און א דאזען מאל וואס זיי טענהן אז גאט איז כולו גוטס און מפי עליון לא תצא הרעה.
האסטו בכוונה אויסגעלאזט די לעצטע ווארט פון פסוק? אין מיין פסוק שטייט "מפי עליון לא תצא הרעות והטוב", סיי גוטס און סיי שלעכטס וואס קומט אויף א מענטש איז דער מענטש זיך אליינס שולדיג און ס'האט גארנישט מיט גאט צוטון. וואס פונקטליך דאס מיינט איז א נושא פאר זיך, מיט כל כולו גוטס האט עס קיין שייכות. און נאכאמאל, פאר יעדע פסוק וואו דו זעהסט אז גאט איז א גוטער קען איך דיך ברענגן א פסוק אז ער איז א שלעכטער. פונקט וואו מענטשן זענען סיי גוט און סיי שלעכט געוואנדן אין זייער גוסטע, אזוי אויך גאט.

רביה"ק זי"ע: אינטרעסאנט. אבער מיין גאט (איך וועיס נישט איבער דיין גאט) האט מיר נאכנישט געטון קיין שלעכטס אין מיין לעבן. און ער פארלאנגט נישט פון מיר קיין שום אויסטערלישע, משוגע'נע זאכן. און ווען איך דארף עפעס בעט איך ביי איהם. צומאל ענטפערט ער מיר זייער שנעלל. און עטליכע מאל דארף איך א ביסל ווארטן. אבער ער האט מיך נאך קיינמאל נישט דיסאפוינטעד. איך קום מיך ב"ה זייער גוט אדורך מיט איהם. און ווען איך לייג תפילין און היט שבת און עס כשר'ס, טוה איך עס מיט שמחה. פארשטייענדיג אז איך טוה די ריכטיגע זאך. דער חילוק איז נאר אז איך קויף נישט אן אתרוג פאר $2,000 דאללער. ווייל מיין גאט פארלאנגט עס נישט פון מיר. ער (מיין גאט) זאגט אז ער איז העפפי מיט אן אתרוג פאר $25.00 אדער $35.00 אויך. ער זאגט אז איך זאלל ענדערש אויסגעבן דאס געלט צו קויפן שיינע קליידער פאר מיין משפחה לכבוד יו"ט. אויך זאגט ער אז איך בין נישט מחוייב צו צאללן $40 דאללער+ פאר א פונט מצות. ער איז העפפי מיט $15.00 דאללער אויכעט. מיין גאט האט א שיטה אז זאגן נאך א פאר קאפיטלעך תהילים. און לערנען נאך עטליכע בלעטער גמ'-תוספות איז פונקט אזוי גוט. אדער נאך בעסער...!
זונטאג מערץ 29, 2020 9:30 am#444556
Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
אברך משי האט געשריבן:שיר השירים אשר לאברך ואען ואומר אל העניך: מה נאוו דבריך ומדבש ימתקו לחיך: אך עתה הסכלת עשה ובגבול דברי חירוף שמת ניב שפתיך: אל תתן את פיך לחטיא את בשרך ואל תבהל ברוחך לדבר כה אל בוראך: זכור כי בינת אנוש לך מה תדע ומה תבין: נסתרים דרכי ה' ומאתו לא תצו הרעות: אף כי עיניך לא לנכוח יביטו ועפעפיך לא תחזינה למישרים: חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו ואף אם כי משפט אשירה: ואתה בן אדם התפלל אל ה' וקוה אליו ואך בשברון לב ונכה רוח: אל תתרומם ברוחך ואל תדבר אתו משפט ואל תעיז פניך נגד יוצריך: מאת ה' היתה זאת והוא ירפא לתחלואי עמו ויחבוש את שברי הרוקדים המשמחים אלקים ואנשים: ואתה בן אדם קרע לבך ושפוך תחנתך אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם:
Wow just amazing. So well written.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 29, 2020 9:34 am#444557
Re: רבוש"ע, אלכסנדר זושא בן עליזה - היתכן?!
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:אוואדאי דארף מען מען איינרייסן אין מתפלל זיין לרפאתו

אבער נסתרים דרכי השם מיר אידן מאמינים בני מאמינים אופען רבש"ע פרעגט מען נישט קיין קשיות
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד

לסבר את האוזן ווען די האסט א ביזנעס וואס די פירסט עס אויפן בעסטן פארנעם שוין 50 יאר + קימט איינער אריין פאר 2 וואכן ארבעטן אין נעמט זיך איינטיילן וואס צי טיען וואס וואלסטו גענטפערט פאר יענעם?...

די קליינע מענטשעלע וואס פארשטייסטו צי א וועלט וואס שטייט שוין כמעט 6000 יאר
אנטשולדיגט מיר זייער, אבער איר ברויכט נישט זיין פרומער פון אונזער רבי משה אדער פון ירמי' הנביא, ישעיהו הנביא און נאך, וואס האבן געהאט די זעלבע קשיא ווי אונזער טייערע העניך. מענטשן וואס האבן נישט קיין הרגשים פרעגן נישט קיין קשיות, אידן וואס האבן אהבת ישראל פרעגן קשיות.
עס איז נישט די קשיא, עס איז די תפלה. דאנק דעם אל חי אויף די זכיה וואס ער האט געגעבן די זכות המצוה וואס האט ממתיק געוועהן דעם דין און האט עם נישט אוועק געלייגט ביי דעם עקסידענט. און תפלה אויף ווייטער. די מצריות הדברים איז תפלת תודה און בקשה להבא זעהן גדולות ונצורות.

דאנק און דאנק בעהט און בהעט. וועסטו זעהן דער באשעפער וואונדער מיטן דיינע אייגענע אויגן.

Sent from my iPhone using Tapatalk