כוכב האט געשריבן:איך בין נישט שאקירט ווייל די גמרא זאגט דאך שוין ומוצא אני ממר ממות, א שלעכטע פרוי איז ערגער ווי די אייגענע טויט. כ'וואלט אבער אין וויסטן חלום נישט געקענט זאגן אזא זאך אויף מיין אייגענער פרוי, אויסער וואס פאר מיר פערזענליך איז זי אן אשת חיל איז פשוט טפלי' תלוי' בי' און וואס וועלן טון א שטוב מיט קינדער אזוי, און הס מלהזכיר איר אפוועזנהייט וואלט געווען מיין גרעסטע אומדערטראגבארע טראגעדיע וואס איך קען מיך נאר פארשטעלן.
שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, זאגט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון "ומוצא אני את האשה מר ממות". איר מיינט עס איז א מליצה? א גוזמא? באזני שמעתי כמה פעמים פון מענטשן וואס האבן גע'טענה'ט אז דאס לעבן מיט זייער אידענע איז זיי ערגער ווי דער טויט. לעבן מיט א שלעכטע פרוי קען זיין אזא גיהנם, וואס דער פון אויבן זאל אפהיטן. נישט אומזיסט זאגן חז"ל (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל דער יעניגער איז שוין אפגעקומען דעם גיהנם אויף דער וועלט!
אויב פארשטייט איר נישט, דאן זאלט איר דאנקען דעם באשעפער, און בעטן אויף ווייטער, אויף אייך און אייערע קינדער.
אויב האט איינער געלייענט אינעם מאמענט/נפשי אפאר חדשים צוריק ווי א יונגערמאן שילדערט זיין לעבעדיגן גיהנם מיט זיין ווייב, א ביי-פאלער פרוי, קען אביסל פארשטיין וואס דאס מיינט אזא לעבן, וואס איז ממש עולם חשך בעדו.
איז יא, צום פותח האשכול, עס איז זייער נארמאל צו טראכטן אזוינס. לאו דוקא אז מען וואונטשט זיך איר טויט, נאר אז טאמער הערט מען א בשורה אז עפעס פאסירט, זאל מען טראכטן אז "אט אט ווער איך ענדליך אויסגעלייזט פון מיינע צרות, און איך וועל האבן מנוחה".
און דאס וואס כוכב (און אנדערע) שרייבן אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי מען וועט פירן די שטוב, דאס איז א שטארקע נקודה, אבער דאס איז נישט גענוג א גוטע סיבה צו פארבלייבן אין א ביטערע מערידזש, און אסאך מאל נארט מען זיך אליינס. אין אנדערע ווערטער, ווען נישט די קינדערלעך וואס וועלן בלייבן יתומים ה"י און אויב וואלסטו געהאט א באדינער וואס זאל דיר קאכן און וואשן די וועש, וואלסטו נישט געהאט קיין פראבלעם אז זי שטארבט... נאר וויבאלד דו האסט געבינדענע הענט, ביסטו ענדערש גרייט צו ליידן אזא ביטערן לעבן כדי די גשמיות'דיגע צרכים זאלן דיר ווערן צוגעשטעלט און די קינדער זאלן בלייבן מיט די מאמע. טאקע פאראן דעריבער אזעלכע וואס וועלן זיך גט'ן נאר נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער.
גראדע די גמרא פארציילט אז רב חייא האט געהאט א ביטערע ווייב, און ווען רב האט אים אנגעפרעגט דערוועגן, האט ער געאנטווארט: דיינו שמגדלות בנינו ומצילות אותנו מן החטא. זעהט אויס אז ווילאנג זי טוט כאטש די צוויי זאכן, איז דא א סיבה צו וועלן בלייבן אין די קראנקע מערידזש. אבער איר ווייסט וויפיל פרויען זענען נישט מקיים היינט דעם "מצילות אותנו מן החטא"? אויב איז דאס אויך נישטא, דאן איז נארמאל מען זאל זיך וואונטשן אז איינער פון די פארפאלק זאל שטארבן, ווייל דאס טויט איז ליטערעלי בעסער ווי א לעבן וואס איז נישט קיין לעבן.
און צו די וועלכע טענה'ן אז זיווג שני איז אזא שוידערליכן פראבלעם אז עס לוינט זיך צו בלייבן מיט די ערגסטע פרוי אבי ס'איז זיווג ראשון, וויל איך נאר זאגן אז דער מציאות איז ווייט נישט אזוי, עס איז א מיטא, אמת אז געווענליך האט מען עפעס א אישו, אבער נישט אלץ. עס קען זיין נארמאלע פרויען וואס האבן געהאט א משוגע'נע מאן. און אויכעט אפילו זי איז געווען פראבלעמאטיש פאר'ן ערשטן מאן, מוז נאך נישט זיין אז פונקט דאס וועט אויך שטערן די צווייטע. יעדער האט זיך זיינע/אירע פריאריטעטן. אין פאקט, קען איך מערערע סעקאנד מערידזשעס וואס זענען ממש אויפגעראכטן געווארן נאכ'ן חתונה האבן די צווייטע מאל.