Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ביכער איבער חרדים און חסידים

ביכער איבער חרדים און חסידים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
83 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 114 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3751
זונטאג מאי 12, 2013 10:57 am#114170
ביכער איבער חרדים און חסידים
חדשים לבקרים קומען ארויס ביכער פון פרעמדע וועלכע באשרייבן אונזער לעבנסשטייגער אדער חלקים דערפון, אין כל מיני זשאנראס, נאוועלן, מעמאורן און אקאדעמישע ביכער. טייל מאל זענען די שרייבער געוועזענע חרדים און חסידים, טייל מאל זענען זיי סתם פרייע אידן און צומאל, גויים. אלץ א חסיד און א חרדי זענען מיר די ביכער גאר אינטערעסאנט. איך שפיר אז אפטמאל זענען זיי ווי א שפיגל אין וועלכע מ'קען אריינקוקן צו זען די אייגענע מעלות און חסרונות. עס איז אויך גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מיר ווערן אפגעמאלן אין די אלגעמיינע וולעט, און וויאזוי א פרעמדער לערנט אפ אונזער קולטור און געזעלשאפט. איך וויל דעם אשכול ווידמען פאר אזעלכע ביכער, לאו דוקא נייע, אפילו אלטע. אבער נישט בלויז אפשרייבן א לאנגע ליסטע מיט נעמען פון ביכער, דאס קען דאך יעדע שמויגער, נאר ווידמען אביסל מער צייט און ווערטער צו באשרייבן די ביכער, די מחברים, זייערע כוונות און אזוי ווייטער.

מיר חסידים גלייכן נישט ווען א בוך (וה"ה א צייטונג, בלאג, יו-טוב קליפ) באשרייבט אונז אין א נעגאטיווען ליכט. דאס איז זייער פארשטענדליך, וויבאלד קיינער - נישט בלויז חסידים - גלייכט נישט ווען שמוציגע וועש ווערן געלופטערט ברבים. אבער מען דארף אנערקענען צוויי נקודות. די ערשטע איז אז עס איז גארנישט דא וואס מיר קענען טון דערוועגן. מיר לעבן היינט אין אן עפאכע ווי יעדער קען זאגן וואס ער וויל און ער וועט האבן טויזענטער מענטשן וואס וועלן אים אויסהערן און גלייבן. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו דעבאטירן צו דאס איז א גוטע זאך - ווי רוב אמעריקע גלייבט, אדער א שלעכטע זאך - ווי איחוד הקהילות טענה'ט. אפגעזען צו עס איז א געבענטשטע זאך אדער נישט, איז עס א מציאות און עס איז לכאורה נישטא וואס מ'קען טון יענעם שטיל צו מאכן. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען פרובירן צו טון איז צוריקשרייען די אייגענע דעה און נוצן די אינטערנעט צו מאכן א פי-אר קאמפיין אנטקעגן יענעם. ווער געדענקט דען נישט דבורה פעלדמאן'ס בעסטסעללער בוך "אנארטאדאקס" וועלכע האט גוט באשמיצט אונזער געמיינדע ווי עס דארף צו זיין. שמעון ראלניצקי און אנדערע האבן פרובירט צו מאכן א שמוץ-קאמפיין אנטקעגן איר און עס איז אפילו געווען שמועות אז איר פרעסטישזפולע פובליצירער "סיימאן & שוסטער" האבן ריקאלד די בוך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געשען, און פרוי פעלדמאן האט ממשיך געווען צו פארקויפן טויזענטע קאפיעס פון איר בוך.

די צווייטע נקודה וואס מ'דארף געדענקען איז, אז קיין איין קאמיוניטי אין דער וועלט איז נישט פערפעקט. מיר - פונקט ווי יעדע געמיינדע אין די וועלט - האבן זיך אונזערע חסרונות. און די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען ארבעטן דערויף איז נאר אויב מיר זענען באוואוסטזיניג צו די פראבלעמען. אין א סאסייעטי ווי אונזער וועלכע ערלויבט נישט אינערליכע קריטיק, קען די קריטיק קומען נאר פון אינדרויסן (אדער פון פארבאטענע פלעצער ווי לדוגמא דער אינטערנעט), און מיר קענען - נאכן ענדיגן קרומען מיט די נאז - נוצן די דרויסענדיגע קריטיק אלץ שפיגל, אנערקענען אז געוויסע קריטיק איז ריכטיג און ארבעטן דאס צו פארבעסערן.

צום ערשט, דא זענען די ביכער וועלכע זענען שוין באשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל אין באזונדערע אשכולות.

די ערשטע איז אנארטאדאקס, א מעמואר פון דבורה פעלדמאן א געוועזענע סאטמארע מיידל, וועלכע איז געקומען פון א צעבראכענע שטוב און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר זיידע באבע. פעלדמאן האט זיך גע'גט פון איר מאן און האט דערנאך גענצליך אפגעלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער. דער בוך האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן אויפברויז אין די חסידישע געמיינדע, אבער אויך אין די אראפ-פון-דרך געמיינדע איז די בוך אראפגעריסן געווארן צוליב פארשידענארטיגע סיבות.

בילד

די צווייטע בוך איז איך בין פארבאטן - I am forbidden, א נאוועלע פון אנוק מארקאוויטש, וועלכע באשרייבט וויאזוי זי האט איבערגעלאזט די סאטמארע געמיינדע אין פאריז אין די יארן נאכן מלמחה. ווי יאנקל שרייבט אין דעם צוגעלינקטן אשכול איז עס איז א מעסיגער בוך וועלכע באשרייבט ביידע צדדים מיט א פאזעטיוון בליק.

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בהעברה בעלמא איז די בוך טיטשא! - Teacha!, א מעמואר פון גערי אלבארעלי, א גוי וועלכער האט געדינט אלץ ענגליש טיטשער אין סאטמאר חדר אויף טרופ עוועניו. דער בוך שילדערט די אמעראצעס פון די קינדער און די הנהלה און זייער אומאינטערעסע אין לימודי חול, ער שילדערט ווי ער האט רחמנות געהאט אויף די קינדער און מיט פארשטענדעניש און מיטגעפיל האט ער מצליח געווען צו פאראינטערעסירן טייל פון זיי אין די ענגלישע לימודים. עס איז א לייכטער בוך, פיל מיט הומאר, אבער ווי זאגט די וועלט? "ווען די נאר איז ווען נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט". בן תמליון האט גוט געזאגט, "ליינט איהם איר וועט לאכן און וויינען אויפאמאל."

בילד

נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בדרך אגב, איז סוטה - Sotah, א נאוועלע פון נעמי רעיגען. די בוך באשרייבט א חרדי'שע פרוי וועלכע איז געפלאגט פון ראמאנס אין א וועלט ווי בלויז אראנדזשירטע שידוכים זענען ערלויבט.

בילד
זונטאג מאי 12, 2013 12:13 pm#114196
יישר כוחכם ר' יידל פאר א וויכטיק און אינפארמאטיוו טעמע. איך וויל צולייגן עטליכע פון זכרון, איך האב נישט די מעגליכקייט דא אויף א פארצייטישע מאביל צו ברענגען לינקס, אפשר וועט זיך איינער מרחם זיין און משלים זיין.

בויטשיקס אין דע הוד: א פיינער ביכל געשריבן דורך מר. אייזענבערג. ער קען אידיש און האט זיך געדרייט אין אידישע געגנטן ווי וויליאמסבורג, קראון הייטס, אנטווערפן אא"וו. ער לייגט אראפ די פארשידענע געגנטן און חסידות'ן זיינע שמועסן מיט די מענער און פרויען פון וויליאמסבורג אויף א זייער שיינער און הומאריסטיש אופן. דער בוך איז נישט פון לעצטנס זיכער נאך פארן אינטערנעט ווי ווייט איך געדענק.

איך האב לעצטנס באגעגנט דעם אייזנבערג אין בית הספר אין וויליאמסבורג און געכאפט א שמועס מיט איהם. ער שטודירט קאסטנער און די גאנצע סומאטאכע. ער האט געזוכט וואס די סאטמארע שרייבן איבער די נושא.
זונטאג מאי 12, 2013 12:24 pm#114199
א קלאסישער בוך איבער חסידים איז "האסידיק פיפעל" פון דזשעראם מינץ, געדרוקט בשנות 1990. מינץ האט אפגעראכטן צענדליגער אינטערוויוס מיט חסידים פון ברוקלין, און זיין בוך איז א שטארקער אויטאריטעט אין דער פארשונג פון חסידים.
בילד
זונטאג מאי 12, 2013 12:25 pm#114201
יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.
זונטאג מאי 12, 2013 12:30 pm#114203
אן אומבאקאנטער, אבער שטארק נוצבארער, בוך איז "די חסידישע געמיינדע פון וויליאמסבורג", געשריבן דורך סאלאמאן פאל אין 1970. דער מחבר האט געוויילט אין וויליאמסבורג פאר עטליכע יאר, און האט צוזאמענגעשטעלט א גאנץ פונקטליכן פראפיל אויף די "בראשית-יארן אין אמעריקע".

בילד
זונטאג מאי 12, 2013 12:32 pm#114205
בן תמליון האט געשריבן:איך האב לעצטנס באגעגנט דעם אייזנבערג אין בית הספר אין וויליאמסבורג און געכאפט א שמועס מיט איהם. ער שטודירט קאסטנער און די גאנצע סומאטאכע. ער האט געזוכט וואס די סאטמארע שרייבן איבער די נושא.

חסידים איז, ווייזט אויס, א משפחה אבסעסיע. אייזענבערג'ס טאכטער האב איך אמאל געטראפן, און זי האט נישט געקענט אויפהערן רעדן וועגן חסידים און אידיש (וואס זי זאגט אז זי קען, אבער קען למעשה נישט...).
זונטאג מאי 12, 2013 12:34 pm#114206
חיים פאטאק איז געווען גאר א רעספעקטירטע שרייבער. א פוילישער איד וואס איז געקומען קיין אמעריקע מיט א פופציג יאר צוריק, געווארן א קאנסערוואטיווער רב און א מיליטערישער טשאפלעין און געשריבן הערליכע נאוועלען. זיין בוך מיין נאמען איז אשר לעוו איז א רירנדע באשרייבונג איבער א רבניש קינד וואס דערשטיקט און דעקט אויף זיינע ארטיסטישע טאלאנטן. איר האט ווארשיינליך געזעהן אין די באן אדער הייוועי אנאנסן פאר א שפיל מיטן נאמען “My Name is Asher Lev”: The Pain and Passion of a Young Hasidic Artist" עס ווערט געשפילט אין מאנהעטן אין די טעאטארן, און די קריטיקער קאמפלימענטירן איר גאר שטארק.
זונטאג מאי 12, 2013 12:42 pm#114215
איז דאס די זעלבע געשיכטע אינטערן פילם "דע טשאסען"?
זונטאג מאי 12, 2013 12:50 pm#114218
דער זעלבער מחבר, אן אנדערע ביך. די ביך די טשאוסען איז גוט? עס איז דא דערפון א פילם אויך, איז זי רעקאמאנדירט?
זונטאג מאי 12, 2013 12:52 pm#114221
תמליון, אנטשאסן האב איך נאך נישט געליינט, און כ'האב נישט געוואלט שרייבן פאר כ'ליין. (דיסקלעימאר: סוטה פון רעיגן האב איך אויך נישט געליינט, כ'האב נאר גשריבן דערוועגן ווייל עס איז א בוך וואס איז שוין געווארן דיסוקטירט דא.)
זונטאג מאי 12, 2013 12:53 pm#114222
קופערניקוס האט געשריבן:דער זעלבער מחבר, אן אנדערע ביך. די ביך די טשאוסען איז גוט? עס איז דא דערפון א פילם אויך, איז זי רעקאמאנדירט?


איך האב נאר געזען די פילם. עס איז פיין, חאטש ווי אייביק לייגן זיי נישט אראפ חסידיש לעבן ארגינאל ווי מיר לעבן עס.
זונטאג מאי 12, 2013 1:09 pm#114227
א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".
בילד
זונטאג מאי 12, 2013 1:17 pm#114228
כאטשיג דערווייל האט מען נאר גערעדט פון ביכער איבער חסידים, קען מען אבער רעדן אויך פון ביכער איבער חרדים וויבאלד געווענליך טוען זיי אווערלעפן.

לעצטנס ארויסגעקומען א בוך שטרענג כשרע' ליינען - Strictly Kosher Reading פון דר. יואל פינקעלמאן, א פראפעסאר אין בר-אילן אוניווערזיטעט אין ירושלים. דער בוך אנאליזירט די מארקעט פון אנגלא-אידישע ביכער פון ארטסקראלל, פעלדהיים, תרגום פרעסס וכדו' פון אן אנטראפאלאגישן און סאציאלאגישן שטאנדפונקט. דער בוך איז צוטיילט אין אפאר חלקים און טוט באזונדער אדורך חרדישע נאוועלן און פיקציעס און זייערע מאטיוון; חרדישע היסטאריע און ביאגראפיע ביכער; חרדישע פאפ-פסיכאלאגיע, סעלף-העלפ, חינוך און שלום בית ביכער; און חרדישע השקפה און אמונה ספרים. עס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש אביסל טעכניש. שטארק רעקמאנדירט פאר די וואס גלייכן די וועלט פון ליטעראטור - וואס קען דען זיין בעסער ווי א בוך איבער ביכער?

בילד
זונטאג מאי 12, 2013 1:20 pm#114230
יאנקל האט געשריבן:א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".

די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.
זונטאג מאי 12, 2013 1:28 pm#114234
אין אן אנדערן אשכול האט מען אביסל געשמועסט איבער דעם סאציאלאגיע פראפעסאר שמואל היילמאן, און יואליש האט דארט דערמאנט צוויי פון זיינע ביכער. אזוי אויך איז אמאל געווען א שמועס איבער אים און זיין זון ווי בערל בעל עגלה האט געשריבן אז זיינע מיינונגען זענען "אומנוצבאר".

איינס פון זיינע ביכער איז סליידינג טו די רייט Sliding To The Right, א דיקע געניץ-אויפברענגנדע בוך ווי היילמאן באשרייבט די אכשר דרא פון דעם חרדישן געזעלשאפט היינט צו טאגס. היילמאן מאכט גאנץ אסאך מיסטעיקס און איז לענ"ד שוואכע סחורה.

די מעלעריי אויפן דעקל ברענגט גוט ארויס דעם אכשר דרא.

בילד
זונטאג מאי 12, 2013 1:32 pm#114237
ווי יידל, פעדער'ס בוך איז די אקוראטסטע דאקומענטאציע וואס איך האב נאר אמאל געלייענט. צום ביישפיל, ווען זי דרוקט א שמועס אין אידיש, שרייבט זי עס זאגאר מיט דער חסידישער הברה!

אבער, ווי די דרוקער שרייבן כסדר בשם "קדמונים", "כשם שאי אפשר לבר בלא תבן" וכו', איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אריינפאלן טעותים. צום ביישפיל, אויף זייט 57 דערציילט פעדער איבער א קלאס וואס האט געלערנט איבער "דער ביבלישער געשיכטע פון יעקב וועלכער האט זיך געראנגלט מיט א מלאך וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל מיט א לייטער"...
זונטאג מאי 12, 2013 2:01 pm#114250
חיים פאטאק איז געווען פון די רעדאקטארן פון דער קאנסערוואטיווער פירוש אויף ש"ס מיט'ן נאמען 'עץ חיים', פאר וועמען ס'איז צו פארדאנקען די רויטע און בלויע ארטסקרול גמ', ווי ערווענט אין דער הסכמה פון הגאון הרב אלישיב זצ"ל.
די פילם דע טשאזען איז איבער א זון פון א רבי וואס פארלאזט זיין פאמיליע טראדיציאן.
אביסל ענליך, די וועלט באקאנטע פילם געזען דורך יעדע וויליאמסבורגער אידענע אין די ניינציגער יארן, עי סטרעינגער עמאנג אס. ביי ביידע זעט מען אביסל די ווערטשאפט פון א רבי'שע שטוב.
זונטאג מאי 12, 2013 2:11 pm#114253
"עץ חיים" איז א פירוש אויף דער תורה, נישט ש"ס. הרב אלישיב אין זיין הסכמה מיינט לכאורה שטיינזאלץ און סאנסינא.
זונטאג מאי 12, 2013 2:24 pm#114259
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט די בוך the romance reader
פון פערל אבראהאם. די שרייבערין איז א רעביש קינד פון מאנסי, די עלטערן זענען געווען סאטמארע חסידים. זי שרייבט בעיקר איבער איר פערזענליכע לעבן אין מאנסי, אין שולע, און בעיקר מיט איר משפחה. זי פאוקעסט נישט קיין סאך איבער חסידישע אדער סאטמארע לעבן, זי שרייבט בעיקר נאר וואס איז נוגע איר פערזענליכע מעשה.

פאר די וואס קענען מאנסי פון היינט און פון אמאל וועלן זיך שפירן אינדערהיים. זי האט - פונקט ווי אנדערע שרייבער - אפיציעל געשריבען די מעשה אלץ פיקציע, אבער ווער עס קען די משפחה ווייסט אז די מעשה איז קרוב לאמת.

הנוגע פארן ליינער, זי איז אן עקסעפשעניל שרייבערין, זי נעמט די ליינער אויף א גוטע רייד, און עס איז אזוי ציענד אז מען קען עס ענדיגן אין א טאג צוויי. ועל כלם, אלעס איז היימיש און באקאנט.
זונטאג מאי 12, 2013 2:35 pm#114261
נאך א טאלאנטפולע שרייבער מיוצאי עולמינו איז שלום אויסלאנדער. שלום איז פונקט ווי אבראהאם מיוצאי מאנסי, וכנראה האבן ביידע פון זיי שוין פארלאזט די קאמיוניטי פאר א לאנגע צייט צוריק. לאנג פאר די "OTD" פראזע איז באשאפן געווארן.

אויסלאנדער, קומט כנראה פון אן אמעריקאנער ארטאדאקסיש/ישיבישע משפחה. ער פארמאגט א רייכע פעננע, און א טאלאנטפולע אימעדזשינעישאן. אויב וועט איר ליינען זיין מעמואר foreskin's lament
וועט איר לאכן און אויפהער. ער שרייבט אויפן סאטיריקל סטייל. איך האב געליינט דער בוך באלד ווען עס איז ארויסגעקומען, שוין א שטיק צייט צוריק, ממילא געדענק איך נישט פונקטלעך וואס ער שרייבט. איך ווייס יא אז מיין ווייב האט בשו"א נישט געקענט ענדיגן די בוך צוליב זיין שטארקע שפעט אקעגן כל הקדש לנו. אויב קענט איר עס נישט נעמען מיט א צינישקיעט, איז די בוך נישט פאר אייך.
זונטאג מאי 12, 2013 2:53 pm#114268
בן תמליון האט געשריבן:יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.


אינטערעסאנט, איך האב געליינט די זעלבע בוך (בזמנה ווען עס איז ארויסגעקומען) און איך האב הנאה געהאט דערפון מער פון אלע ביכער וואס ווערן דא דערמאנט. the unchosen
געשריבן דורך א נישט פרומע איד העללא ווינסטאן איז אין מיינע אויגן די איינציגסטע אנ-בייעסד בוך. זי שרייבט די פאקטן פונקט ווי זי האט עס געהערט און מיטגעלעבט אן צולייגן א נפחה משלה.

זי מאלט אויך נישט אראפ א בילד כאילו אלע חסידים זענען די זעלבע, און אלע אפגעפארענע זענען די זעלבע. בכלל פארנעמט זי זיך נישט א סאך מיט חסרונות אינערהאלב די קאמיוניטי, זי פארנעמט זיך בעיקר מיט די איבערלעבענישן פון די וואס זענען אומציפרידן מיט די סיסטעם. אום זי איז נישט מסיק קיין שום מסקנות.

זי צוטיילט די אומציפרידנער אין דריי קאטאגאריעס. 1) די וואס זענען פעד אפ, און זיי פארלאזן די קאמיוניטי גענצליך מיט אדער אן זייער מאן/ווייב און קינדער. זיי גייען אדער צו מער ליניענט אידישע קאמיוניטיס אדער צו גוי'אישע. 2) די וואס האלטן נישט ביים פארלאזן אבער זיי ציען דעם שטריק ביזן גרעניץ, למשל, שניצן די בארד, מאדערן קליידער, גייען ארויס ביינאכט צו קלאבס וכדומה. 3) די וואס קענען דאס נישט עפארדן, צו ציליב זייער שלום בית, משפחה וכדומה, אום זיי בלייבן מיט די געהעריגע אויסערליכע אויסזעהן, לאנגע בארד, פאות, שטריימל, זאקן וכו', אבער בתוך תוכיות זענען זיי געהעריגע כופרים.

זי טרעפט זיך מיט מערערע מענטשן פוו א יעדע גרופע, און זי צונעמט גוט וואס די מענטשן גייען אדורך פיזיש, גייסטיש, און עמאציאנאליש.

עס איז א געוואלדיגע בוך לענ"ד, שכח פארן דערמאנען, איך גיי עס איבערליינען.
זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm#114280
בין איך דער איינציגער?
איך האב איבערגעקוקט עי לייף אפארט אפשר צען מאל, און איך האב מיך נישט געקענט געהעריג אידענטיפיצירן דערמיט.
בתוך עמי אנוכי יושבת, און איך האב נישט באקומען דעם חינוך וואס זיי מאלן ארא אז מיר באקומען.
אדער האב איך נישט באקומען א חסיד'ישן חינוך, אדער זענען מיר אליין צעטיילט, אדער קענען זיי נישט די נושא.
למשל דער מושג פון 'א רבי', איך האב עס קיינמאל נישט אנגעקוקט מיט'ן זעלבן פרעספעקטיוו ווי זיי שטעלן עס אוועק.
זונטאג מאי 12, 2013 3:18 pm#114284
"אנטשאסען" איז גראדע באקאנט פאר טעותים און מיסרעפרעזענטאציעס. א סך וואס האבן גערעדט צו איר האבן זיך נאכדעם אפגערעדט אז זי האט פארדרייט זייערע ווערטער פאר אירע אגענדעס.

אבראהאמ'ס "ראמענץ ריעדער" איז טאקע זייער אינטערעסאנט, און דער בוך ליידט נישט פון די פראבלעמען וואס ביכער פון פרעמדע שרייבערס ליידן. איך מיין אז זי איז א פראפעסארקע אויף ענגליש.

שלום אויסלאנדער איז נישט נאר ציניש, נאר אויך זייער בייסיג. נישט געווען פאר מיין געשמאק.
זונטאג מאי 12, 2013 6:16 pm#114379
איך האב נישט געזעהן קיין מיסרעפרעזענטאציעס אין אנטשאוסען, קען זיין אז זי האט געשריבן אנדערש ווי זי האט מקבל געווען, אבער אונטערשטע שורה איז, א יעדע פון די בוכ'ס כאראקטארן געפונט זיך אין אונזער עולם. אדרבא, צייג אן וואו זי האט מיסרעפראזענטירט.

לגבי אויסלענדערס ביכער, איך האב טאקע געשריבן אז עס איז נישט פאר יעדעם, עיי"ש.
טאקע זיין נייע בוך hope a tragedy איז מיר שוין אויך געגאנגן אויף די נערווען.
זונטאג מאי 12, 2013 11:18 pm#114485
קופערניקוס האט געשריבן:זיין בוך מיין נאמען איז אשר לעוו איז א רירנדע באשרייבונג איבער א רבניש קינד וואס דערשטיקט און דעקט אויף זיינע ארטיסטישע טאלאנטן.

אה... פון דארט קומט דעם יששכרוני'ס* השראה?....

*ע"ש דעם ממלא מקום וועם ער זעהט אלץ פאסיגער יורש.
פרייטאג יוני 07, 2013 2:06 pm#122815
יאנקל האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:א גאר גוטער בוך, כאטש געשריבן מיט א שווערער שפראך, איז "מצוה מיידלעך", 2009, פון איאלא פעדער. די מחבר'טע האט זיך געדרייט אין בארא-פארק פאר עטליכע יאר אין די 1990ער יארן, זי איז געזעסן אין באבובער מיידל-שולע און אויך ביי חסידישע משפחות אינדערהיים, און האט פונקטליך דאקומענטירט וויאזוי מען "ערציט דעם קומענדיגן דור פון חסידישע אידן אין ברוקלין".

די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.


אויזער די negligible טעות וועגן יעקב און די לייטער וואס יידל באמערקט אין זיין שפעטער'דיגע תגובה, וועלכע טעותים האסטו געפונען? איך האב געלייענט די ביך נאך ס'איז ארויסגעקומען און בין געווען impressed ווי אקוראט ס'איז.

איך בין אויך שטארק באאיינדרוקט פון ווי שטארק אקוראט דער בוך איז. פון אלע ביכער וועגן חסידים וואס כ'האב געלייענט איז פעדער'ס דאס מערסטע אקוראט. (סאלאמאן פאל'ס בוך פון 1970 איז אויך זייער פונקטליך.)


איך וויל צולייגן אז יואל פינקעלמאן'ס ביך, Strictly Kosher Reading, וואס איינער האט שוין דא דערמאנט איז פונקט אזוי אקוראט. אן אויסגעצייכנטע ביך!

לגבי די off-broadway My Name is Asher Lev, איך האלט אז עס קומט נישט צו צו די ביך. די אקטערס זענען גוט, אבער די סקריפט איז א major bore. איך האב מיך קוים געווארט ארויסצוזען פון טעאטער.
פרייטאג יוני 07, 2013 7:13 pm#122937
נאך א בוך וואס קומט דא בדוחק אריין איז Yom Kippur a go-go פון מעטיו ראטה (נישט פארטוישן מיט די לעגענדארע שרייבער פיליפ ראטה).

די בוך איז א מעמואר פון ראטה פון זיין יאר(ן) וואס ער האט פארברענגט און געוואוינט אין סאן פראנציסקא, אין די שאטן פון די בערקערלי קאלעדזש. ראטה איז א ארטאדאקסישע איד, און אין די בוך עקספלארירט ער אסאך די מצוות מנהגים שבתים וימים טובים (וועלכער ער פארברענגט ביי גוטהארציגע אידן אינעם געגנט).

די עיקר פונעם בוך באציט זיך אבער צו די אלע סארטן גרופעס און פערזענליכקייטן פון אלע בעקגראונדס און קאלירען (pun intended) וואס דרייען זיך אין די bay area, און ווי אזוי ראטה האט עס רעקאנסיילד מיט זיין אידישקייט.

מעטיו ראטה איז א געוואלדיגע שרייבער, מיט א witty שפראך. די בוך גיבט א קלארע בילד איבער די סאן פראנציסקא לעבן, און ווי אזוי א איד לעבט אין א queer שטאט.
פרייטאג יוני 07, 2013 7:27 pm#122938
יישר כח, הוגה. איך גיי דאס נאכקוקן. איז דאס די מאטיא ראטה וואס איז די מאן פון איטע ווערדיגער פון די הסתר?
פרייטאג יוני 07, 2013 7:48 pm#122942
פידלער האט געשריבן:יישר כח, הוגה. איך גיי דאס נאכקוקן. איז דאס די מאטיא ראטה וואס איז די מאן פון איטע ווערדיגער פון די הסתר?


איך ווייס נישט.

ער האט אויך פאבליצירט א זייער פאפולערער בוך פאר teens, מיט די נאמען Never Mind the Goldbergs.

יעצט זעה איך אז קומענדע וואך קומט ער ארויס מיט א נייע בוך וואס האט גאר שטארקע ריוויוס, צווישן אנדערע פון מים ביאליק. די נאמען פונעם בוך איז My First Kafka: Runaways, Rodents, and Giant Bugs Bug

עמיר עס צולייגן צום ליסטע.

דא האט איר א בילד פון אים. ב. ד. וו. ער וואוינט אין ברוקלין.
פרייטאג יוני 07, 2013 7:54 pm#122945
יא, דאס איז ער. א גאר אינטערעסאנטע (positive connotation) כאראקטער. אויך זיין ווייב, וואס האט טאקע געגרינדעט The Hester.
פרייטאג יוני 07, 2013 8:02 pm#122946
פידלער האט געשריבן:יא, דאס איז ער. א גאר אינטערעסאנטע (positive connotation) כאראקטער. אויך זיין ווייב, וואס האט טאקע געגרינדעט The Hester.


האט איר אים אמאל געטראפן? אדער געהערט?

איך האב גע'גוגל'ט the Hester

עס זעהט אויס אינטערעסאנט. ביסטו שוין געווען ביי אן עווענט? אויב איז עס אינטערעסאנט, אפשר מאכט מען אויף א באזונדערע אשכל דערוועגן.
מוצ"ש יוני 08, 2013 9:53 pm#122949
ניין, איך האב אים קיינמאל נישט געטראפן, און איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין די הסתר. הלוואי!
דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:40 pm#124867
m http://instagram.com/p/af-KJmDMKy/Debra m feldman is coming out with a new book.
דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:51 pm#124897
לינק ארבעט נישט
זונטאג יוני 23, 2013 11:12 am#127250
טאמבל סאס האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:סוף ימיו האט ער געליטן א שווערע קאר עקסידענט און ער איז געווען אין א קאומע פאר א שטיק צייט. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער פארציילט געוויסע איבערלעבינישן וואס ער האט געהאט בעולם העליון בשעת ער איז געווען אין א מצב וואס רופט זיך מוות קליני - מעדיצינישע טויט.
.

מקור?

די phenomenon ווערט גערופען Near Death Experience (NDE) כאפ א בליק אין די references און ביי די external links. ס'דא אין עברית א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא דורך הרב הגאון הגדול גלעד דיאמנט, אויב ליינט זיך אייך שווער אין די טמא'נע שפראך איז אבער די מקורות זיינע כמעט אלע אין ענגליש.

אינעם 'מהפך' פון הרב זמיר כהן מאכט ער אויך א צימעס פון די NDE געשעפט, ס'איז אבער כמובן ווי אלע זיינע שטותים, נישט ווערט קיין אשר יצר צו מאכן דעראויף.
זונטאג יוני 23, 2013 2:35 pm#127303
@מגיד,
ער האט לכאורה געמיינט צו פרעגן איבער א מקור אז ישראל סגל איז אריבער א מוות קליני צושטאנד.
דינסטאג יולי 09, 2013 4:39 pm#131928
יידל האט געשריבן:כאטשיג דערווייל האט מען נאר גערעדט פון ביכער איבער חסידים, קען מען אבער רעדן אויך פון ביכער איבער חרדים וויבאלד געווענליך טוען זיי אווערלעפן.

לעצטנס ארויסגעקומען א בוך שטרענג כשרע' ליינען - Strictly Kosher Reading פון דר. יואל פינקעלמאן, א פראפעסאר אין בר-אילן אוניווערזיטעט אין ירושלים. דער בוך אנאליזירט די מארקעט פון אנגלא-אידישע ביכער פון ארטסקראלל, פעלדהיים, תרגום פרעסס וכדו' פון אן אנטראפאלאגישן און סאציאלאגישן שטאנדפונקט. דער בוך איז צוטיילט אין אפאר חלקים און טוט באזונדער אדורך חרדישע נאוועלן און פיקציעס און זייערע מאטיוון; חרדישע היסטאריע און ביאגראפיע ביכער; חרדישע פאפ-פסיכאלאגיע, סעלף-העלפ, חינוך און שלום בית ביכער; און חרדישע השקפה און אמונה ספרים. עס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש אביסל טעכניש. שטארק רעקמאנדירט פאר די וואס גלייכן די וועלט פון ליטעראטור - וואס קען דען זיין בעסער ווי א בוך איבער ביכער?

ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטן תוגה איז סטריקטלי כשר ריעדינג נאר איבער חרדים אבער נישט איבער חסידים. כ'האב אבער אנגעמערקט אז געווענליך טוען זיי אווערלעפן. לעצטנס האט מיר איינער אנגעוויזן ווי די נקודה ווערט בארירט אין א בוך איבערזיכט אין מאורות. די שרייבערין ברענגט ארויס אז פינקלמאן איז פארזיכטיג צו מחלק זיין צווישן חרדים און חסידים, אבער ער פארלירט דערפאר געלעגנהייטן פון רייכערע אנאליזן. אלץ ביישפיל ברענגט זי פון פינקלמאן'ס בוך ווי ער שרייבט איבער חרדישע דעיטינג ביכער. פינקלמאן שרייבט אז בעת אין מערב אייראפע איז א שידוך געווען א סאציא-עקענאמישער אפמאך, ווי מ'האט בכלל נישט געזוכט קיין ראמאנס און ליבע, נאר א ברייטע נדן און א רייכער שווער, איז מען אין אמעריקע געווארן באאיינפלוסט פון די מערב וועלט קולטור, און היינט איז די פארל'ס שלום בית לכה"פ אזוי וויכטיג ווי עקענאמישע חשבונות. די שרייבערין ברענגט אבער ארויס אז ביי חסידים איז די מצב פיל מער ענליך צו די אלטע מערב-אייראפעאישער שטייגער ווי צו די היינטיגע מערב-וועלט קולטור. ביי חסידים דעיט מען נישט, און די עלטערן פירן געווענליך די שידוך, בעת דער בחור און די מיידל ערלויבט מען בלויז צוויי, דריי בעשויס און די ענדגילטיגע החלטה. זי ענדיגט צו אז ווען פינקעלמאן וואלט אביסל מער מרחיב געווען אויך איבער חסידים וואלט זיין אפשאצונג געווען מער ערגענצט.

בעת איך בין בעיקרון מסכים צו וואס זי שרייבט, מיין איך אבער דאך אז די היינטיגע חסידישע שידוכים קולטור איז היבש אקולטוראטירט. אלץ ראיה צו דעם קענען מיר אנווייזן דאס אויפשטייג און די לעצטע צוואנציג יאר פון חתן מדריכים און כלה טיטשערס וואס לערנען אויס די חתנים און כלות - צווישן אנדערע - וויאזוי צו אויפבויען א ליבע איינער צום צווייטן און וויאזוי זיך צו פארשטיין איינער דעם צווייטן. דאס זעלבע איז אויך מיט די לעצטיגע אויפשטייג פון גירושין ביי חסידישע פארלעך, וואס האט לכאורה א קארעלאציע מיט דעם אז מ'זוכט ליבע און ראמאנץ און נישט נאר בלויז "בויען א שטוב".

נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין דעם איבערזיכט איז איבער פינקלמאן'ס באהויפטונג אז ביי ביכער געשריבן דורך מענער טרעפט מען מער פארלייקענונג פונעם פאקט אז די אינהאלט פונעם בוך קומט פון די גוי'אישע גאס און אנשטאט פארקליידעט מען די אינהאלט און א תורה'דיגן שלייער, בעת ביי ביכער פארפאסט דורך פרויען טרעפט מען מער אנערקענונג אז די חומר פארן בוך קומט פון די גויים און די צוגאנג איז מער פון "תוכו אכול וקליפתו זרוק". פינקעלמאן'ס טעאריע איז אז דאס איז וויבאלד מענער פארמאגן געווענליך מער בעקגראונד אין תורה און האבן דערפאר די אויטאריטעט פון תורה און זיי קענען שרייבן מיט א זיכערקייט אז די אדער יענער יסוד איז א "תורה'דיגער יסוד". מה שאין כן פרויען וועלכע ווערן נישט אנערקענט אלץ תורה אויטאריטעטן און פארמאגן געווענליך נישט אזא באקאנטשאפט מיט די תורה, זיי קענען נישט גיין מיט דעם לייקענען מהלך. די שרייבערין זעלבסט שרייבט נאך א סיבה פאר די חילוק איז וויבאלד מענער זענען צוגעוואוינט - צוליב זייער גמרא קעפ - צו טראכטן אין א "non-linear" אופן, האט דאס אן השפעה אויף זייער מהלך פון אקולטארירן גוי'אישע מושגים.
דינסטאג יולי 09, 2013 6:23 pm#131977
Chosen by G-D
זייער אן אינטערעסאנט ביך ווי דער פרייער שרייבער באשרייבט זיין ברידער וואס איז געווארן א חסידיש בעל תשובה אין וואוינט אין מאנסי

Chosen by G-D.jpg
Chosen by G-D.jpg (31.93 KiB) געזען געווארן 3900 מאל
דינסטאג יולי 09, 2013 6:26 pm#131978
ברוך הבא רבי איש חסיד היה. און יישר כוח פאר אייער תגובה.
דינסטאג יולי 09, 2013 6:29 pm#131979
קוקט אויס אינטערעסאנט, איש חסיד. א דאנק.
דינסטאג יולי 09, 2013 7:08 pm#131987
איך האב עס געפונען צו זיין היבש אינטערעסאנט, ער איז א גוטע דזורנעליסט אין האט זיך געדרייט מיט זיין ברידער א תקופה אים צו קענען באשרייבן פון די נאנט. ער האט באשרייבט זיין ברידערס קשר מיט העלבראנס, א געזעגענען ביים ראכמעסטריווקא רבי, הקפות אין סקווירא, א שמחה בהשתתפות וויזניץ'ע רבי'ן אין נאך....
אויסער די אינערסאנקייט פון ליינען ווי א דרויסענדיגער קוקט אן די זאך, איז עס געשריבן הומעריסטיש אין ברענגט צום לאכן. ער איז אויך גאנץ אביעקטיוו אין זוכט נישט צו באשמיצן, הגם בתוך הדברים קען ארויס קומען זאכן היבש נעגעטיוו. ער באגייט דעם טעות וואס אסאך סעקולער שרייבער באגייען ווען זיי רעדן צו בעל תשובה אדער איינער וואס איז נישט ממש א היימישער אויסגעוואקסן אין טשאלענט טאפ, אין עס דאכט זיך זיי אז זיי באקומען דעם ריכטיגן בליק
דינסטאג יולי 09, 2013 7:14 pm#131989
יידל האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין דעם איבערזיכט איז איבער פינקלמאן'ס באהויפטונג אז ביי ביכער געשריבן דורך מענער טרעפט מען מער פארלייקענונג פונעם פאקט אז די אינהאלט פונעם בוך קומט פון די גוי'אישע גאס און אנשטאט פארקליידעט מען די אינהאלט און א תורה'דיגן שלייער, בעת ביי ביכער פארפאסט דורך פרויען טרעפט מען מער אנערקענונג אז די חומר פארן בוך קומט פון די גויים און די צוגאנג איז מער פון "תוכו אכול וקליפתו זרוק". פינקעלמאן'ס טעאריע איז אז דאס איז וויבאלד מענער פארמאגן געווענליך מער בעקגראונד אין תורה און האבן דערפאר די אויטאריטעט פון תורה און זיי קענען שרייבן מיט א זיכערקייט אז די אדער יענער יסוד איז א "תורה'דיגער יסוד". מה שאין כן פרויען וועלכע ווערן נישט אנערקענט אלץ תורה אויטאריטעטן און פארמאגן געווענליך נישט אזא באקאנטשאפט מיט די תורה, זיי קענען נישט גיין מיט דעם לייקענען מהלך. די שרייבערין זעלבסט שרייבט נאך א סיבה פאר די חילוק איז וויבאלד מענער זענען צוגעוואוינט - צוליב זייער גמרא קעפ - צו טראכטן אין א "non-linear" אופן, האט דאס אן השפעה אויף זייער מהלך פון אקולטארירן גוי'אישע מושגים.


זייער א שטארקע נקודה. Proof אויף דעם קען מען קלאר זעהן ביי די טיפערע ארטיקלן מחכמי השטיבל, וואו געוויסע טאפיקס און שיטות ווערן רואיג'ערהייט צונומען לכאורה נאר ווייל די שרייבער ווייסט אז ער האט די פולע backing פון די תורה, דער חז''ל אדער יענער ראשון וכדומה.

עס ווינדערט מיר נאר צו וועלכע שרייבער דער ארטיקל באציט זיך. ווייל במושכל ראשון האט נישט אויסגעזעהן אז ס'רעדט פון שרייבער וואס האבן דייקא א פראבלעם אז ס'זאל שטימען מיט די תורה.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:33 pm#139039
פארוואס ברענגט איר נישט, יידישע ביכער, נישט דווקא ערליכע, אבער אויפן יידישע שפראך?
איך פערזענליך האב ליב, ווען א שרייבער שרייבט ארגינעל, כאטש ס'מלא טעותים, אבער טבעיות האט דאס נאטורליכסטע געשמאק.
למשל, 'קאצק' פרופ' אברהם יושע העשל, צו היימישע שרייבער דובראווסקי, זאריצקי, וכדומה.
זעסט דאך, מנשה לוסטיג צילט אויפן אמאליגער סטיל
זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 9:06 pm#148398
A Sukkah is Burning
Remembering Williamsburg's Hasidic Transformation
by Philip Fishman

דא האב איך געשריבן באריכות איבערן בוך l viewtopic.php?f=5&t=4704 l
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:23 am#148508
יידל האט געשריבן:פינקלמאן שרייבט אז בעת אין מערב אייראפע איז א שידוך געווען א סאציא-עקענאמישער אפמאך, ווי מ'האט בכלל נישט געזוכט קיין ראמאנס און ליבע, נאר א ברייטע נדן און א רייכער שווער, איז מען אין אמעריקע געווארן באאיינפלוסט פון די מערב וועלט קולטור, און היינט איז די פארל'ס שלום בית לכה"פ אזוי וויכטיג ווי עקענאמישע חשבונות. די שרייבערין ברענגט אבער ארויס אז ביי חסידים איז די מצב פיל מער ענליך צו די אלטע מערב-אייראפעאישער שטייגער ווי צו די היינטיגע מערב-וועלט קולטור. ביי חסידים דעיט מען נישט, און די עלטערן פירן געווענליך די שידוך, בעת דער בחור און די מיידל ערלויבט מען בלויז צוויי, דריי בעשויס און די ענדגילטיגע החלטה. זי ענדיגט צו אז ווען פינקעלמאן וואלט אביסל מער מרחיב געווען אויך איבער חסידים וואלט זיין אפשאצונג געווען מער ערגענצט.

בעת איך בין בעיקרון מסכים צו וואס זי שרייבט, מיין איך אבער דאך אז די היינטיגע חסידישע שידוכים קולטור איז היבש אקולטוראטירט. אלץ ראיה צו דעם קענען מיר אנווייזן דאס אויפשטייג און די לעצטע צוואנציג יאר פון חתן מדריכים און כלה טיטשערס וואס לערנען אויס די חתנים און כלות - צווישן אנדערע - וויאזוי צו אויפבויען א ליבע איינער צום צווייטן און וויאזוי זיך צו פארשטיין איינער דעם צווייטן. דאס זעלבע איז אויך מיט די לעצטיגע אויפשטייג פון גירושין ביי חסידישע פארלעך, וואס האט לכאורה א קארעלאציע מיט דעם אז מ'זוכט ליבע און ראמאנץ און נישט נאר בלויז "בויען א שטוב".

איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט געזעהן דעם תגובה ביז יעצט, אבער איך מיין אז דו מישט צאם אביסל, ליבע, ראמאנס, און שלום בית איז אפשר א מדובר פאר חתנים\כלות הארט פארן חתונה, אבער איז נישט קיין פאקטאר אין די עצם שידוך, אין דעם שטייען מיר מער ווייניגער אויפן זעלבן מצב און אפשר ערגער ווי אמאל.
(פארשטייט זיך נישט ערגער ווי די תקיעת כף שידוכים אדער די לאנג דיסטענס וואו די טאטע איז געפארן אין ישיבה זוכן אן איידעם)
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:19 pm#149705
הוגה האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:יא, דאס איז ער. א גאר אינטערעסאנטע (positive connotation) כאראקטער. אויך זיין ווייב, וואס האט טאקע געגרינדעט The Hester.


האט איר אים אמאל געטראפן? אדער געהערט?

איך האב גע'גוגל'ט the Hester

עס זעהט אויס אינטערעסאנט. ביסטו שוין געווען ביי אן עווענט? אויב איז עס אינטערעסאנט, אפשר מאכט מען אויף א באזונדערע אשכל דערוועגן.


ATUB @הוגה ATUB , יעצט קענען מיר גיין.

m http://ditmasparkcorner.com/blog/busine ... ct-heights m
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:01 pm#149851
ATUB @פידלער ATUB , נישט אירע עסן האט מיר אנגעשמעקט, בכלל נישט. מיר האט געצויגן די אינטערעסאנטער כאראקטארן וואס האבן זיך דארט געדרייט און אפילו פערפארמד. עס זעהט נישט אויס ווי זי פלאנט דאס צו האבן אויף א טעגליכע בעיסיס אין די רעסטוראנט.

אגב, דער שמועס איז נאר צושטאנד געקומען צוליב די שמועס איבער איר מאן מעטיו ראטה און זיין בוך "יום כיפור א גאו גאו". היינט האב איך בונקט אריינגעבאמפט אין זיין בלאג, כ'האב נאך נישט געהאט קיין טשאנס עס אויס צו טשעקן.
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 6:59 pm#153093
לאה ווינצענט קומט ארויס מיט א נייעם בוך וועגן אירע איבערלעבענישן. דער בוך, Cut Me Loose: Sin and Salvation After My Ultra-Orthodox Girlhood, וועט פובליקירט ווערן אום יאנואר 2014.

בילד
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:37 pm#153103
i cant wait
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:58 pm#153110
א בריוו פון שושנה זאקאר. זי האט געזוכט רעליגיע, א פריינד האט איר אריבערגעברענגט צו קריסטינטום. אבער שפעטער האט זי קאנווערטעט צו יודאאיזם. אינטערעסאנט צו ליינען איר בריוו וועלכער זי האט געשריבן צו א פריינד און איז פובליקירט געווארן אום יאנואר 2001

Why I became a Christian - then left it for Judaism