דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:13 pm#153221
ווינצענט'ס געשיכטע הערט זיך שרעקליך. איר טאטע האט איר פלעין פשוט פארשיקט און גלות און אפגעהאקט אלע פארבינדונגען מיט איר?
סופר ומונה האט געשריבן:לאה ווינצענט קומט ארויס מיט א נייעם בוך וועגן אירע איבערלעבענישן. דער בוך, Cut Me Loose: Sin and Salvation After My Ultra-Orthodox Girlhood, וועט פובליקירט ווערן אום יאנואר 2014.
זי לייגט אריין כוחות, נישט נאר נישט צו פארגרעסערן די ריס צווישן די פרומע אין די אפגעפארנע, נאר זיי נענטער צו ברענגן מיט וואס נאר מעגליך, וואס אין די היינטיגע מציאות, איז כולי עלמא מודי, אז דאס איז דער בעסטער מהלך, זי ארבעט מיט רבנים און עסקנים, און זיי אלע זענען נתפעל פון איר.
איך ווייס פון א חשובער רב וואס האט געזאגט נאכדעם וואס זי האט גערעדט אויף א Tv שאו (katiecouric
אז מיר דארפן זיך לערנען פון איר מעשה וואס צוטוהן אז אלע וואס גייען זאלן קענען רעדן אזוי פאזיטיוו אויף זייער געוועזענע קהילות
ימי קדם האט געשריבן:איך גיי אפילו נישט פראבירן צו ענטפערן, איין זאך איז זיכער, דו קענסט איר נישט (קענסט מיר אנשרייען, אבער איך קען איר).
אייגנטליך, אפילו די הודעה איז א שאד.

יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.
זי פאר זיך (רות ליכטנשטיין) איז אויך ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך, די "אייזענע פרוי" פון חרדי'שע דזשורנאליזם.
הוגה האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט די בוך the romance reader
פון פערל אבראהאם. די שרייבערין איז א רעביש קינד פון מאנסי, די עלטערן זענען געווען סאטמארע חסידים. זי שרייבט בעיקר איבער איר פערזענליכע לעבן אין מאנסי, אין שולע, און בעיקר מיט איר משפחה. זי פאוקעסט נישט קיין סאך איבער חסידישע אדער סאטמארע לעבן, זי שרייבט בעיקר נאר וואס איז נוגע איר פערזענליכע מעשה.
פאר די וואס קענען מאנסי פון היינט און פון אמאל וועלן זיך שפירן אינדערהיים. זי האט - פונקט ווי אנדערע שרייבער - אפיציעל געשריבען די מעשה אלץ פיקציע, אבער ווער עס קען די משפחה ווייסט אז די מעשה איז קרוב לאמת.
הנוגע פארן ליינער, זי איז אן עקסעפשעניל שרייבערין, זי נעמט די ליינער אויף א גוטע רייד, און עס איז אזוי ציענד אז מען קען עס ענדיגן אין א טאג צוויי. ועל כלם, אלעס איז היימיש און באקאנט.
טאמבל סאס האט געשריבן:כהאב נאך קיינעם נישט געזען רעדן וועגן דעם
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
ריכטיג האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.




צפור בודד האט געשריבן:https://www.amazon.com/dp/B08MV2MW3V/ref=cm_sw_r_cp_awdb_t1_jX78FbG0XQCB3