פארומס › ביכער איבער חרדים און חסידים
ביכער איבער חרדים און חסידים
126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3751
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:38 pm#246503

בנש"ק זשודי (יהודית?) ברוין האט איר צווייטע בוך, This Is Not a Love Story, א מעמואר, ארויס אין יולי 2015. אויפגעוואקסן מיט א ברודער וועלכע האט געליטן פון אוטיזים, גיט ברוין א בליק איבער די מצב פון און באציאונג צו קינדער מיט אוטיזים אין יענע יארן בכלל, און ספעציפיש וואס דאס האט מיינט פאר איר א אינגערע שוועסטער.
ברוין'ס ערשטע בוך, Hush, א נאוועל איבער אביוז אין א חרידיש'ע פאמיליע, איז געדריקט געווארן אונטער אור דאן-פעסאוודענים "אשת חיל"' , ווען ברוין האט נאך געלעבט אלס א חסידישע ווייבל. (טייל זאגן אז די "נאוועל" איז באמת אוטוביאגראפיקעל.)
ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:29 am#246541
יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.
זי פאר זיך (רות ליכטנשטיין) איז אויך ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך, די "אייזענע פרוי" פון חרדי'שע דזשורנאליזם.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:09 am#246586
רות ליכטנשטיין פארפיגט אויך איבער א גרויסע ארגענעזאציע וואס נעמט צאם און פובליצירט ליטעראטור איבער די האלעקאוסט.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:44 am#246598
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ברוין'ס מוטער, א טאכטער פון איטשע מאיר לעווין, איז די פובלישער פון די חרידיש'ע פרויען מאגאזין בינה און די אנגלא-אידישע צייטונג המודיע.
זי פאר זיך (רות ליכטנשטיין) איז אויך ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך, די "אייזענע פרוי" פון חרדי'שע דזשורנאליזם.
נו, געגאנגען
מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 9:19 pm#313019
הוגה האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט די בוך the romance reader
פון פערל אבראהאם. די שרייבערין איז א רעביש קינד פון מאנסי, די עלטערן זענען געווען סאטמארע חסידים. זי שרייבט בעיקר איבער איר פערזענליכע לעבן אין מאנסי, אין שולע, און בעיקר מיט איר משפחה. זי פאוקעסט נישט קיין סאך איבער חסידישע אדער סאטמארע לעבן, זי שרייבט בעיקר נאר וואס איז נוגע איר פערזענליכע מעשה.
פאר די וואס קענען מאנסי פון היינט און פון אמאל וועלן זיך שפירן אינדערהיים. זי האט - פונקט ווי אנדערע שרייבער - אפיציעל געשריבען די מעשה אלץ פיקציע, אבער ווער עס קען די משפחה ווייסט אז די מעשה איז קרוב לאמת.
הנוגע פארן ליינער, זי איז אן עקסעפשעניל שרייבערין, זי נעמט די ליינער אויף א גוטע רייד, און עס איז אזוי ציענד אז מען קען עס ענדיגן אין א טאג צוויי. ועל כלם, אלעס איז היימיש און באקאנט.
איר טאטע, אדמו"ר מבארדיטשוב, א כאראקטער אין דעם בוך, איז היינט נפטר געווארן.
זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:44 pm#313274
זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:50 pm#313278
דינסטאג מערץ 13, 2018 7:15 am#397348
א אויבנאויפיגע זוך ווייזט אז מען האט נאכנישט גערעדט דא איבערן בוך “The marrying of Chani Kaufman”, א נאוועל וואס פאלגט נאך עטליכע חסידישע פארפעלקער און פארשעמט נישט סיי וועלעכע טיפישע האליוואד פילם אויף חסידים.
די מחברת פארלאזט זיך אויף איר ״וואוסענשאפט״ געבויט אויף א יאר טיטשען אין א היימישע לאנדאנע סקול אן געהעריג פארשען די נושאים וואס זי שרייבט. די בוך איז קענטליך נישט אריבער פרוף רידינג פון א היימישע און איז מלא וגדוש מיט קאמישע טעותים איבער חסידישע מנהגים און קולטור.
מיין ווד״פ מאמענט, ווען הרב קויפמאן - א רב פון א קליינע שול - חלומט ווי ער איז גאר משה רבינו זעלבסט ווען זיין שלאפלאזע ווייב וועקט אים אויף פונקט פאר ער האלט ביים שפאלטען די ים.
איך האב אויסגעהערט די אודיא-בוך וואס הערט זיך נאכמער קאמיש, אלע ״ch״ ווערן א ״ח״, דאס ארבעט גאנץ פיין פאר חני׳ס חתן ביז רבקה קאכט פאר חיים׳ן א ׳חולענט׳...
m https://www.amazon.com/dp/B01K3I1K2U m

פרייטאג יוני 29, 2018 3:22 am#407581
כהאב נאך קיינעם נישט געזען רעדן וועגן דעם
פרייטאג יוני 29, 2018 6:24 am#407589
טאמבל סאס האט געשריבן:כהאב נאך קיינעם נישט געזען רעדן וועגן דעם
נו, שרייב א review. איז עס גוט? אינטערעסאנט?
פרייטאג יוני 29, 2018 8:07 am#407592
כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
דינסטאג יולי 03, 2018 2:52 pm#407922
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.
דינסטאג יולי 03, 2018 8:47 pm#407966
ריכטיג האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.
ריכטיג: אבער נישט אזעלכע .."מחברים"...ווי פראפעסאר היילמאן. וואס פארשטייט איבער חסידים און חסידות ווי מיין באבע האט פארשטאנען צו בויען ראקעטן...!
זונטאג אפריל 12, 2020 10:14 pm#445715
דער באקאנטער פראפעסער מנחם פרידמן איז אוועק דעם כ׳ אדר, פרידמן איז געווען באקאנט אלץ דער חוקר בה׳ הידיעה פון די חרדישע באפעלקערונג אין א״י, פרידמן איז געווען אנדערש ווי רוב חוקרים מיט דעם וואס ער איז אויפגעוואקסען אין בני ברק אין געלערנט אין ליטווישע ישיבות אזוי האט ער געקענט די זאך פון די נאנט, דא קען מען ליינען אן ארטיקעל פון זיין תלמיד׳סטע וואס באוויינט זיין פטירה m https://www.makorrishon.co.il/magazine/dyukan/218813/ m .
דא זענען בילדער פון זיינע ביכער:

אזוי אויך איז דער באקאנטע בוך ״הגדולים״ געשריבען געווארן לכבודו ובהשראתו פון פרידמן. זיין בוך אויפן ליובאוויטשע רבי האט ער געשריבען צוזאמען מיט פראפ׳ שמואל היילמאן וואס איז געווען באשריבען אינעם וועקער נומער 9, דעם בוך קען מען אויך פארשאפען אויף די ענגלישע שפראך. אונטערסאנט אז שמואל היילמאן איז אויך באוואוסט אלץ דער חוקר פון חרדים אין אמעריקע.
דא קען מען זען אן ארטיקעל פון ר׳ חיים ראפופורט פון לאנדאן (א חב״ד׳סקער) מיט ביקורות אויפן בוך וואס באשרייבט דעם ליובאוויטשער רבי.
Sent from my iPhone using Tapatalk

מאנטאג יאנואר 04, 2021 9:20 am#465101
געווען א רעצענזיע אינם פארווערטס:
m https://forward.com/yiddish/461312/oy-o ... r-is-a-goy m
Oy! Oy! Oy!: The Teacher Is a Goy by Henry Saltzman
m https://www.amazon.com/dp/1642938807 m
ס׳דערמאנט מיר פון ״Teacha״ און ס׳ווילט זיך מיר קויפן, אבער דער ״צו ליינען״ ליסטע איז לאנג און די צייט איז קורץ, אויב איינער קען זיך מרחם זיין און רעצענזירן דא מיט א היימישען טעם זאל אים דער אויבערשטער בענטשען ממעון הברכות.

מאנטאג יאנואר 04, 2021 9:12 pm#465134
מאנטאג יאנואר 04, 2021 9:28 pm#465135
דינסטאג יאנואר 05, 2021 12:35 am#465146
צפור בודד האט געשריבן:https://www.amazon.com/dp/B08MV2MW3V/ref=cm_sw_r_cp_awdb_t1_jX78FbG0XQCB3
קוקט אויס ווי א נארישע פיקציע און שוואכער נארישע שרייבער.
זונטאג מערץ 19, 2023 3:17 am#518930
Re: ארעסט פון טראמפ
מיט גרויס פרייד און עקסטאז נעמט כלל ישראל אויף די פרייליכע נייעס אז ענדליך איז שוין ארויסגעקומען פון דריק די לאנג ערווארטע בוך "חרדי וטוב לו" פונעם באגאבטן מייסטער שרייבער און דזשורנאליסט ר' טוביה טענענבוים, ר' טוביה איז וואו באקאנט איינער פון די מערסט באגאבטע און געשמאק צו ליינען שרייבערס פון די היינטיגע אידישע וועלט, זיין סטיל איז אראפארען צו פלעצער פאר א וויילע און אפהאלטען אינטערוויוס און אראפשרייבן אלע אנקעדאטן אויף גאר א אינטערעסאנטע און קאמישע וועג
פאר די בוך איז ער ארפגעפארן וואוינען פאר איבער א יאר אין מאה שערים וואו ער האט פארברענגט מיט די קנאים און אינטערוויוט צענדליגע מענטשן,
די בוך איז אויף העברעיש, די ענגלישע איבערזעצונג וועט האפענטליך ארויסקומען זומער
בילד: ר' טוביה פארברענגט מיט חסידישע בחורים אינעם שוק
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230319/4feb3fdc55505abb785133c6581e7c36.jpgSent from my SM-G996U1 using Tapatalk
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230319/9456f29ac098177324dd884b5ee94f20.jpgמיטוואך מערץ 29, 2023 10:50 pm#520052
ס׳איז מיר גאר א חידוש אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט דא דעם געוואלדיגן בוך שתיקת החרדים פון שייע בריזל
ער רעדט וועגן די חרדישע היפּאקריציע…
דער מחבר איז נאך אלס א חסיד פון א באוואוסטע רבי׳שע משפחה
(ער טענה׳ט אז ס׳איז זיין פעמילי אבּסעשן צו בלייבן חסידיש).
און דאס בוך איז שוין ארויסגעקומען א ערך פון דרייסיג יאר צוריק.
https://www.booksefer.co.il/index.php?dir=site&page=catalog&op=item&cs=47942&langpage=heb&category=

זונטאג אפריל 16, 2023 4:33 am#521259
Re: ביכער איבער חרדים און חסידים
וואס איז די סיבה פארוואס שרייבערס גיבן ארויס ביכער פון זייער לעבן אין באצייכענען עס אלץ פיקציע אנשטאטס ביאגראפיה?