Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • Marriages in our Society

קאווע שטיבל • Marriages in our Society

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 93 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #12821
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 2:56 pm#420250
Marriages in our Society
The Ami Magazine published a letter in Rabbi Shais Taub's column this week from a man who felt relief when he thought his wife was about to die. I'd like to take a poll.
Do you feel that ---
a. You could have written this letter. You feel the same way.
b. You wouldn't feel relief if your spouse were to die, but wouldn't be too devastated either.
c. You're shocked at this letter. Never in a million years can you imagine feeling this way.

Feel free to add comments or tweaks to these questions. Thank you!
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 4:57 pm#420257
איך בין נישט שאקירט ווייל די גמרא זאגט דאך שוין ומוצא אני ממר ממות, א שלעכטע פרוי איז ערגער ווי די אייגענע טויט. כ'וואלט אבער אין וויסטן חלום נישט געקענט זאגן אזא זאך אויף מיין אייגענער פרוי, אויסער וואס פאר מיר פערזענליך איז זי אן אשת חיל איז פשוט טפלי' תלוי' בי' און וואס וועלן טון א שטוב מיט קינדער אזוי, און הס מלהזכיר איר אפוועזנהייט וואלט געווען מיין גרעסטע אומדערטראגבארע טראגעדיע וואס איך קען מיך נאר פארשטעלן.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:05 pm#420259
Re: Marriages in our Society
אין צוואות ר יהודא החסיד, ווערט דערמאנט די מושג. ער שרייבט אז א מענטשן זאל זיין פארזיכטיג פארן חתונה אויב נישט וועט ער האפן פאר איר טויט. איך וויל בל"נ אנצייכען מראה מקום
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:24 pm#420260
כוכב האט געשריבן:איך בין נישט שאקירט ווייל די גמרא זאגט דאך שוין ומוצא אני ממר ממות, א שלעכטע פרוי איז ערגער ווי די אייגענע טויט.

איך בין יא שאקירט, און דא זעט נישט אויס אז מ'רעדט פון א שלעכטער פרוי, נאר פשוט פון א פארפאלק וואס פּאסן נישט איינער פאר'ן אנדערן.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:30 pm#420262
או אינו האט געשריבן:אין צוואות ר יהודא החסיד, ווערט דערמאנט די מושג. ער שרייבט אז א מענטשן זאל זיין פארזיכטיג פארן חתונה אויב נישט וועט ער האפן פאר איר טויט. איך וויל בל"נ אנצייכען מראה מקום

עפעס אזוי שטייט אין אבות דר' נתן

לגוף הענין, עס איז דא אמאל וואס דער מאן וועט שטארק טרויערן און זיך בענקן, אבער נאך אלץ פילן א רעליף לגבי געוויסע פוינטס, וכמי שירש ירושה גדולה שמברך דיין האמת והטוב והמטיב
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:44 pm#420265
סאיז זייער פיינפול צו לייענען. אבער ס׳מוז זיין אז די דאזיגע הרגשות טרעפן זיך אפט. און מסתבר איז, אז סגייען אהן סי ביי מענער לגבי זייערע פרויען און אויך פארקערט. אונזער געזעלשאפט איז שטאלץ מיט איהרע קאממיטמענטס און מיט איהרע לעבנסלאנגע זיוווגים. מה טובו אהליך יעקב. טאקע הפלא ופלא.
דאך איז אוממעגליך ביי דעם דארכשניטליכער איד אדער אידענע ניט זיך צו קלערן במשכ׳ן לעבן, אולי וואלט מיר געוען בעסער מיט אן אנדערן מיט אנדערע מעלות אדער חסרונות, וכו׳. נאר וואזשע דען, מיר גלייבען דאך אין באשערט, ממילא פאלן אוועק בדרך כלל, רוב פון די הרגשות. נאך מער, סאיז דאך גאר שטארק נוגע לגבי די קינדער יונג און אלט, און כלפי די פאמיליע. אבער אין א שוואכע מינוט דוכטזאך קענען זיך די מחשבות אריינגנבנען צו יעדן איינעם.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 6:11 pm#420266
כ'מיין אז ס'איז נאך וויכטיגער צו באטאנען אז דער איד ווינטשט זיך דעם טויט פאר זיך אליינס אויכעט. ער ברויך דרינגענד הילף און דאכט זיך מיר זענען בארעכטיגט צי צווייפלען אויב החכם המפורסם מיסטער טאוב איז די פאסיגע אדרעס פאר אזא מענטש
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 6:18 pm#420267
גדליה האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז נאך וויכטיגער צו באטאנען אז דער איד ווינטשט זיך דעם טויט פאר זיך אליינס אויכעט. ער ברויך דרינגענד הילף און דאכט זיך מיר זענען בארעכטיגט צי צווייפלען אויב החכם המפורסם מיסטער טאוב איז די פאסיגע אדרעס פאר אזא מענטש


ער ברויך דרינגענד הילף. I disagree that
. I think he's just being realistic. He's in an unhappy marriage. He doesn't want to divorce because of what it would do to his children and possibly, his parents and extended family. The only way out b'derech kuvid is if one of them dies. I don't really believe that he's suicidal or is wishing death upon himself. He's just being self-
righteous by saying it's not davka his wife's death he wants, but any way out of his situation.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 7:58 pm#420273
פונקט די וואך פרעגט מיר א יונגערמאן, היתכן ביי די גויים איז נישטא קיין שום קשר צווישען מאן און ווייב אז ס'איז דא אזויפיל גיטין דארט??

האב איך אים געענטפערט פונקט פארקערט! וויבאלד ביי זיי מיינט חתונה האבן א קשר! ברגע ס'איז נישטא קיין קשר איז מה לי לצרה הזאת גט מען זיך,
משא"כ ביי אונז האט חתונה האבן גאר ווייניג מיט קשר, מילא כל זמן מקריגט זיך נישט אין ס'פליען נישט קיין טעלער'ס קאן מען דאך טאקע בלייבן א יאר זיבעציג צוזאמען...

ווען איינער גט זיך ביי אונז איז די ערשטע רעאקציע, פשיהא אזוי שלעכט? ממש מ'קען נישט וואונען צוזאמען? ממש אומדערטרעגליך?

אויב איז נישואין געבויעט אויף קשר פאסט נישט די אלע שאלות, זיי האבן זיך גע'גט ווייל ס'איז נישטא קיין קשר, נישט פליען קיין טעלער'ס אדער כל זמן ס'איז נישט אומדערטרעגליך דארף נישט זיין קיין סיבה צו בלייבן... אויב חתונה האבן מיינט האבן א קשר, ופשוט.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:17 pm#420278
והאיש משה האט געשריבן:פונקט די וואך פרעגט מיר א יונגערמאן, היתכן ביי די גויים איז נישטא קיין שום קשר צווישען מאן און ווייב אז ס'איז דא אזויפיל גיטין דארט??

האב איך אים געענטפערט פונקט פארקערט! וויבאלד ביי זיי מיינט חתונה האבן א קשר! ברגע ס'איז נישטא קיין קשר איז מה לי לצרה הזאת גט מען זיך,
משא"כ ביי אונז האט חתונה האבן גאר ווייניג מיט קשר, מילא כל זמן מקריגט זיך נישט אין ס'פליען נישט קיין טעלער'ס קאן מען דאך טאקע בלייבן א יאר זיבעציג צוזאמען...

ווען איינער גט זיך ביי אונז איז די ערשטע רעאקציע, פשיהא אזוי שלעכט? ממש מ'קען נישט וואונען צוזאמען? ממש אומדערטרעגליך?

אויב איז נישואין געבויעט אויף קשר פאסט נישט די אלע שאלות, זיי האבן זיך גע'גט ווייל ס'איז נישטא קיין קשר, נישט פליען קיין טעלער'ס אדער כל זמן ס'איז נישט אומדערטרעגליך דארף נישט זיין קיין סיבה צו בלייבן... אויב חתונה האבן מיינט האבן א קשר, ופשוט.


I want to "like" this twice.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:42 pm#420282
Re: Marriages in our Society
שווער צו וויסן וואס יענעם באדערט באמת, אבער אויב איז ער אנגעקומען צו אזא מצב איז דאס פארשטענדליך און שאקינג צוזאמען.

מיין פראבלעם איז מיט דער ערשטע חלק, אז ער האט שוין לגמרי אויפגעגעבן! דאס איז דער ערגסטע פון אלעם. ס'איז ביי מיר ברור אז מען קען יא אינוועסטירן אין א מערידזש טראץ אסאך חילוקי דעות און זיין נקודות וואס באדערען.

איך שטעל מיך פאר אז ער האט טאקע שוין פרובירט זיך צו העלפן, אבער זעהט אויס אז ער אדער זי אדער ביידע האבן נישט געטראפן די ריכטיגע מענשט וואס קען זיי העלפן.

איך בין נייגעריג וואס דער רבי האט איהם געענטפערט.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:09 pm#420285
גדליה האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז נאך וויכטיגער צו באטאנען אז דער איד ווינטשט זיך דעם טויט פאר זיך אליינס אויכעט. ער ברויך דרינגענד הילף און דאכט זיך מיר זענען בארעכטיגט צי צווייפלען אויב החכם המפורסם מיסטער טאוב איז די פאסיגע אדרעס פאר אזא מענטש

נישט ער ווינטשט זיך; ער קען באשטיין צו זיין א מארטירער פאר זיינע קינדער.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:23 pm#420296
Re: Marriages in our Society
אבטולמוס האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:כ'מיין אז ס'איז נאך וויכטיגער צו באטאנען אז דער איד ווינטשט זיך דעם טויט פאר זיך אליינס אויכעט. ער ברויך דרינגענד הילף און דאכט זיך מיר זענען בארעכטיגט צי צווייפלען אויב החכם המפורסם מיסטער טאוב איז די פאסיגע אדרעס פאר אזא מענטש

נישט ער ווינטשט זיך; ער קען באשטיין צו זיין א מארטירער פאר זיינע קינדער.

וואס האט דאס מיט זיינע קינדער? לכאורה טענהט ער קלאר אז ער שלאגט זיך נישט מיט איר, די קינדער זענען לכאורה נישט קיין קרבנות.

נאכן אריין קלערן, דארף מען פארשטיין; לכאורה פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער גט איר נישט איז וועגן די קינדער, האט דאך אוודאי קיין שום פשט אז ער זאל ער וועלן זיין אן אלמן צו א סקעלעטן, ווייל די קינדער וועלן אויך זיין גוט און פעקעל.

איך קוק עס אהן, ווי ער איז נעבעך טיף דעפרעסט און פגר'ט פאר א וועג ארויס, וואס איז נישט פארהאן. ער וועל אזוי שטארק ארויס אז די איינציגסטע עצה איז מיתה, ממילא גנב'ט זיך אריין אזעלכע מחשבות אין איהם. אבער טיף אין הארצן אז מגעבט איהם די טשויס וואלט ער דאס קיינמאל נישט אויסגעוועלט. ס'איז א דמיון פון א געשמאקע געפיל, אז דאס וואס פייניקט מיר אזוי לאנג, קומט שוין צו אן ענדע דורך אזא טראגישן וועג, אבער נישט א למעשה'דיגע דורך געטראכטע מחשבה.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:29 pm#420297
אבטולמוס האט געשריבן:איך בין יא שאקירט, און דא זעט נישט אויס אז מ'רעדט פון א שלעכטער פרוי, נאר פשוט פון א פארפאלק וואס פּאסן נישט איינער פאר'ן אנדערן.

מיר האט יא אויסגעזען ווי זי איז א בייסיגע רשע'נטע און ער איז א כהן.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:48 pm#420300
איסר האטלקי האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:איך בין יא שאקירט, און דא זעט נישט אויס אז מ'רעדט פון א שלעכטער פרוי, נאר פשוט פון א פארפאלק וואס פּאסן נישט איינער פאר'ן אנדערן.

מיר האט יא אויסגעזען ווי זי איז א בייסיגע רשע'נטע און ער איז א כהן.


Interesting thought. I hadn't thought he might be a kohen, but that's an interesting guess. I thought he simply didn't want to divorce, because he didn't want his kids to have this stigma. I also assumed that all or most of his kids are grown already. Otherwise, his wife's dying wouldn't be a real solution for him. He'd be rid of a wife he hates, but beset by a whole new set of problems. At least, that's how I see it
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:02 pm#420301
איך טוה אין מערידזשעס און איך קען זאגן אז עס איז א נארמאלע ערשיינוג.
עס טרעפט זיך אפט ווען די ווייב איז נישט גענוג שלעכט זיך צו וועלן גט'ן אבער איז נישט גענוג גוט אז עס איז נישטא קיין שום געפיהל צו איהר, און מען פיהלט זיך סטאק.
איך בין בכלל נישט שאקירט און אלס פראפעסינעל קען איך זאגן אז עס איז נישטא קיין סך וואס צו טוען, ווייל ווי יענער האט געזאגט אז "קעמעסטרי קויפט מען נישט אין אן אפעטייק". די ארבעט פון אזא אינגערמאן איז מער וויניגער צו מאכן א טשויס און פולי עקספעטען די טשויס וואס מען מאכט, אבער אזעלעכע מחשבות ווי הלואי זי שטארבט וועט זיך אייביג אריינכאפן גענוי ווי אנדערע מחשבות און אנדערע פאנטאזיעס ווי לדוגמא הלואי וואלט איך געווען שלמה המלך און געהאט טויזענט ווייבער און עס איז הונדערט פראצענט אוי קיי, ווער נישט איבערגענומען דערפון און פיהל דיך נישט ווי דער רוצח פון שטאט.
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:33 pm#420302
.'I think that some people have to redefine the word 'marriage
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:19 am#420305
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:.'I think that some people have to redefine the word 'marriage


What do you mean
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:42 am#420309
Until not so long ago, the definition for marriage was "The legally or formally recognized union of two people as partners in creating a family". Or for the nobility "... in continuing the family's heritage", and the process of matching was accordingly. What happened was, that in the last century or two the definition for marriage changed to "The legally or formally recognized union of two people as partners in a personal relationship, and the process of matching changed accordingly. The problem with our society is, that instead of 'changing' the definition of marriage, we sort of 'combined' both the old type of marriage together with the new one, but the process of matching stayed to be mostly only appropriate for the old one
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 2:23 am#420316
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Until not so long ago, the definition for marriage was "The legally or formally recognized union of two people as partners in creating a family". Or for the nobility "... in continuing the families heritage", and the process of matching was accordingly. What happened was, that in the last century or two the definition for marriage changed to "The legally or formally recognized union of two people as partners in a personal relationship, and the process of matching changed accordingly. The problem with our society is, that instead of 'changing' the definition of marriage, we sort of 'combined' both the old type of marriage together with the new one, but the process of matching is only appropriate for the old one


Bulls eye

I think it is changing even in our society somewhat, but as allways, too little too late
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 2:32 am#420317
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Until not so long ago, the definition for marriage was "The legally or formally recognized union of two people as partners in creating a family". Or for the nobility "... in continuing the families heritage", and the process of matching was accordingly. What happened was, that in the last century or two the definition for marriage changed to "The legally or formally recognized union of two people as partners in a personal relationship, and the process of matching changed accordingly. The problem with our society is, that instead of 'changing' the definition of marriage, we sort of 'combined' both the old type of marriage together with the new one, but the process of matching is only appropriate for the old one

איז דאס רב טויבס ווערטער?
דרך אגב כמיין אז מקען הערן מענטשען רעדן אזויווי דיר בריוו שרייבער אפי אין מער אפענע סאסייעטיס. פארשטייט זוך אסאך אסאך ווייניגער , אבער סאיז נישט קיין אויסערגעווענדליכע זאך.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 7:05 am#420320
רביה"ק, הייסט אז ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג האט דאס חתונה האבן, צופרידנהייט, קשר, זיין גוט איינער צום צווייטן, וכו' גאר הויכע ראטעס, נאר ביי אונז היימישע וואס מיר האבן נישט גוט אויפגעכאפט דעם טויש, הינקעט עס אונטער. פארשטיי איך גוט?

פארדעם טאקע ביים המון עם גט'ן זיך בלויז 10 פראצענט פון חתונה געהאטע, און ביי אידן ביי ארום 45 פראצענט, שטימט.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 8:48 am#420322
נולד מאוחר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Until not so long ago, the definition for marriage was "The legally or formally recognized union of two people as partners in creating a family". Or for the nobility "... in continuing the families heritage", and the process of matching was accordingly. What happened was, that in the last century or two the definition for marriage changed to "The legally or formally recognized union of two people as partners in a personal relationship, and the process of matching changed accordingly. The problem with our society is, that instead of 'changing' the definition of marriage, we sort of 'combined' both the old type of marriage together with the new one, but the process of matching is only appropriate for the old one

איז דאס רב טויבס ווערטער?
דרך אגב כמיין אז מקען הערן מענטשען רעדן אזויווי דיר בריוו שרייבער אפי אין מער אפענע סאסייעטיס. פארשטייט זוך אסאך אסאך ווייניגער , אבער סאיז נישט קיין אויסערגעווענדליכע זאך.


No, this isn't a quote from Rabbi Shais Taub, but the words of Rabbeinu Hakadosh himself. I'll try to post a pic of Taub's response soon
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 8:58 am#420323
איסר האטלקי האט געשריבן:רביה"ק, הייסט אז ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג האט דאס חתונה האבן, צופרידנהייט, קשר, זיין גוט איינער צום צווייטן, וכו' גאר הויכע ראטעס, נאר ביי אונז היימישע וואס מיר האבן נישט גוט אויפגעכאפט דעם טויש, הינקעט עס אונטער. פארשטיי איך גוט?

פארדעם טאקע ביים המון עם גט'ן זיך בלויז 10 פראצענט פון חתונה געהאטע, און ביי אידן ביי ארום 45 פראצענט, שטימט.


עס האט מיר געזאגט א יונגערמאן וואס טוט אין שלום בית, א אייוועלט שרייבער און ערליכער אז ווען נישט די ארומיגע פרעשור פון משפחה און ארומיגע וואלטן זיך אסאך אסאך מער גע'גט, ער האט געזאגט גרויסע נומבערס איך געדענק שוין נישט. ביי אונז גט מען זיך נישט פאר די זעלבע סיבה וואס מען האט חתונה, ווייל אזוי קומט עס.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:02 am#420324
איסר האטלקי האט געשריבן:רביה"ק, הייסט אז ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג האט דאס חתונה האבן, צופרידנהייט, קשר, זיין גוט איינער צום צווייטן, וכו' גאר הויכע ראטעס, נאר ביי אונז היימישע וואס מיר האבן נישט גוט אויפגעכאפט דעם טויש, הינקעט עס אונטער. פארשטיי איך גוט?

פארדעם טאקע ביים המון עם גט'ן זיך בלויז 10 פראצענט פון חתונה געהאטע, און ביי אידן ביי ארום 45 פראצענט, שטימט.

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מ'דארף איבערקייען די זעלבע דברים פשוטים נאכאמאל און נאכאמאל, והאיש משה האט עס שוין פריער זייער גוט מסביר געווען.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז איין וועג איז בעסער ווי די צווייטער, מ'דארף נאר וויסן וואו מ'שטייט. די אלע ספיקות קומען ווייל מ'ווייסט נישט פונקטליך פארוואס מ'האט חתונה, ווען מ'ווייסט וואס מ'וויל אויפטון מיט הייראטן איז פיל גרינגער צו פאסן באשלוסן. אויב האסטו געהייראט כדי צו אויפבויען די חורבות ירושלים און פראדוצירן קינדער, זענען די אלע שלום בית פראבלעמען כמעט ווי נישט נוגע, ס'איז פונקט ווי א ביזנעס שותפות. און אויב הייראט מען צו בויען א קשר, וואלט מען געדארפט אינגאנצן אנדערש צוגיין צו דער גאנצער ענין. ווען מ'טאנצט אהין און צוריק קוקט מען נעבעך אזוי אויס.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:39 am#420327
This is Rabbi Taub's response.
וואס האלט די עולם?
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 9:58 am#420329
Re: Marriages in our Society
Can you please post it without the watermark, it is rather distracting.
Thanks.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:01 am#420330
The watermark gets added automatically, doesn't it? Is there a way I can opt out of using it
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:29 am#420331
ATUB @נעגעל וואסער ATUB , here you go
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:04 am#420335
צי דאסט מאכט זיך ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג אויך?
א spouse זאל ווינטשען די טויט פאר די אנדערע? אדער האפן אז עפעס זאל געשען, גיי ווייס, וואו נישט וואו איז דאס וואס איינער רעדט מיט זיין טערעפיסט פריוואט און קאנפעדענשעל.
וואס יא, און די נייעס איז דאס אן אפטער ערשיינאנג אז מאן אדער פרוי זאל בפעול ממש הארגענען, אדער שטעלן א היט-מען זאל הארגענע די אנדערע.

נישט אייביג איז קלאר פין די נייעס אויב דאס איז פין די היימישע ציבור אדער פין די אלגעמיינעם באפעלקערונג.

איך בין אויך נייגעריג צי ביי די אלגעמיינעם באפעלקערונג רעכענט מען זיך מיט די פאקט אז ס'איז דא קינדער צי נישט.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:08 am#420336
א spouse זאל ווינטשען די טויט פאר די אנדערע?

I want to point out that this man isn't actively wishing death upon his wife; he would just be relieved if it were to happen. There's a difference, albeit perhaps a slight one
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:17 am#420337
Re: Marriages in our Society
לענ"ד איז די ענטפער פון ראביי טאוב דאס ערגסטע וואס איז שייך. ואסביר דברי שפעטער.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 11:33 am#420341
הקטן האט געשריבן:צי דאסט מאכט זיך ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג אויך?

קוקט אויס אז יא אין געוויסע אומשטענדן
m https://www.theatlantic.com/sexes/archi ... ie/266479/ m
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:48 pm#420346
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:רביה"ק, הייסט אז ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג האט דאס חתונה האבן, צופרידנהייט, קשר, זיין גוט איינער צום צווייטן, וכו' גאר הויכע ראטעס, נאר ביי אונז היימישע וואס מיר האבן נישט גוט אויפגעכאפט דעם טויש, הינקעט עס אונטער. פארשטיי איך גוט?

פארדעם טאקע ביים המון עם גט'ן זיך בלויז 10 פראצענט פון חתונה געהאטע, און ביי אידן ביי ארום 45 פראצענט, שטימט.

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מ'דארף איבערקייען די זעלבע דברים פשוטים נאכאמאן און נאכאמאל, והאיש משה האט עס שוין פריער זייער גוט מסביר געווען.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז איין וועג איז בעסער ווי די צווייטער, מ'דארף נאר וויסן וואו מ'שטייט. די אלע ספיקות קומען ווייל מ'ווייסט נישט פונקטליך פארוואס מ'האט חתונה, ווען מ'ווייסט וואס מ'וויל אויפטון מיט הייראטן איז פיל גרינגער צו פאסן באשלוסן. אויב האסטו געהייראט כדי צו אויפבויען די חורבות ירושלים און פראדוצירן קינדער, זענען די אלע שלום בית פראבלעמען כמעט ווי נישט נוגע, ס'איז פונקט ווי א ביזנעס שותפות. און אויב הייראט מען צו בויען א קשר, וואלט מען געדארפט אינגאנצן אנדערש צוגיין צו דער גאנצער ענין. ווען מ'טאנצט אהין און צוריק קוקט מען נעבעך אזוי אויס.

דער תורה׳דיקער קוק איז א באלאנסירטער מהלך פון אהבה ואחווה שלום וריעות, אפילו מיט ראמאנס פון שלמה המלך ע״ה, אבער מיט א שטארקער קאממיטמענט צו הקב״ה, משפחה, דורות, חינוך, אידישקייט, שבת ויו״ט וכדו׳. די ביידע חלקים זענען ניזון איינער פונעם אנדערן. וואס מער קאממיטמענט, אלץ מער ראמאנס און אהבה, און וואס מער אהבה אלץ מער קען וואקסן דאס קאממיטמענט.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:58 pm#420347
אן אריינגיין איןדי תורה'דיגקייט פון דיין מהלך, אדער צו די תורה האט בכלל א קוק אויף דעם ענין, איז עס אבער אויך א גוטע מהלך. די פראבלעם ווערט נאר, ווען מ'איז מחנך אויף איין זאך, מ'טוט א צווייטע זאך, און פאר די גאס דערציילט מען א דריטע זאך.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:09 pm#420348
דהיינו?
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:14 pm#420349
דהיינו שוואנצנות.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 1:16 pm#420350
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דהיינו שוואנצנות.

נו נו.
מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 8:14 pm#420370
נעגעל וואסער האט געשריבן:לענ"ד איז די ענטפער פון ראביי טאוב דאס ערגסטע וואס איז שייך. ואסביר דברי שפעטער.


I'm really looking forward to hearing your opinion on this. I hadn't thought his answer was bad, let alone the worst possible, so I'm curious to hear what you think
מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 10:23 pm#420381
Re: Marriages in our Society
פידלער האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:לענ"ד איז די ענטפער פון ראביי טאוב דאס ערגסטע וואס איז שייך. ואסביר דברי שפעטער.


I'm really looking forward to hearing your opinion on this. I hadn't thought his answer was bad, let alone the worst possible, so I'm curious to hear what you think

לאמיר עס מסביר זיין פון מיין קוק ווינקל.

איז אזוי, איך ווייס נישט קלאר וואס פונקטליך עס באדערט איהם. ער קוקט אויס זייער אומצופרידן פון איהר, ער וואלט זיך געוואונטשען א צווייטע פרוי. ער זעהט נישט קיין שום וועג וויאזוי ער קען טוישן די מצב. אבער עס איז יתכן אז אויב ער רעדט צו די ריכטיגע מענטש קען ער טאקע נישט טוישן די מציאות הדברים, אבער ער קען יא טוישן זיין מיינדסעט.

לאמיר אנכאפן א דוגמא וואס קען באדערן איינעם, ער איז א חסידישער אינגערמאן וואס זוכט צו לעבן א מער אפען מיינדעד לעבן, און די שידוך וואס זיין טאטע האט איהם באשערט איז מיט א פארקנאקטער אידישן אראפגעבינדען מיידל. ער האט איר שוין פרובירט צו איבעררעדן כמה פעמים זיך צו קויפן א שייטל וואס זאל קראצן ביז אונטען אבער זי רירט זיך נישט אוועק פון איר שפיצל וכו' וכו'. ער זעהט נישט ווי אזוי ער קען לעבן מיט איר א נארמאלע לעבן ווי אזוי ער וויל. אבער עס איז מעגליך אז אויב ער פאוקעסד נישט איר צו טוישן, ער פאוקעסט אויף צו בויען מיר איר א רילעישנשיפ, פארברענגט מיר איר, גייט ארויס מיט איר שפאצירן, גייט מיט איר וואקעישן וכדומה קען ער לעבן א זייער געשמאקע לעבן מיט אירע חסרונות אויך. קען זיין, איינמאל זיי האבן א גוטע רילעישנשיפ וועט זי זיך טוישן, און אפשר נישט, אבער בכל אופן איז די נקודה נישט איר צו טוישן, נאר צו אקצעפטן ווי אזוי זי איז, און טראץ דעם קען מען האבן א גוטע רילעישנשיפ.

עס קען זיין א מיליאן און איינס סיבות פארוואס ער איז נישט צופרידן, קען זיין ווי געזאגט, זי איז צו פרום, קען זיין ער וויל א מאדעל און זי איז מיאוס ווי דער נאכט, קען זיין ער האט נישט ליב איר מהות, קען זיין אז ער וויל זיין מצוי כתרנגול און זי קוקט איהם אהן ווי א האן אין בני אדם, וכדומה, די אלע זאכן גייט זיך נישט טוישן עפ"י דרך הטבע פון זיך אליינס. און זאגן אז צו האבן בטחון איז זיין עצה, איז בגדר אין סומכים על הנס. ולא זו הדרך, אז ווען איינער זוכט הילף, צו זאגן אז ער זאל טאקע אויפגעבן און זאגן תהילים. דאס לייגט איהם אריין און נאך א טיפערע דיפרעסיע אז קיין עכטע האפענונג איז נישטא, און דינט נאר ווי האלץ צום פייער צו פארגרעסערן זיין פראבלעם נאך מער.

פונקט פארקערט, געב איהם חיזוק אז פון יעדע פראבלעם קען מען יא ארויסקריכן, און ער זאל קיינמאל נישט אויפגעבן, ער וועט גארנישט דערלייגן צו פרובירן ביי א צווייטע מענטש. ער זאל זיכן און נישטערן און אוודאי מיט סייעתא דשמיא קען ער טרעפן א לעזונג צו א גליקליכן רילעישנשיפ. ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך, אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן. און אפילו מיט די מחשבות וואס פאלט איהם איין, אז הלואי זאל זיך אפשטארבן, מיינט נאך נישט אז עס באמת און א מצב וואס מען קען נישט גרינגערהייט פאררעכטען, דאס איז א תוצאה פון דיפרעסיע אין די מצב ווי ער שטייט יעצט, אבער מעגליך אז די וועג צו ארויסקריכן דערפון איז סך גרינגער ווי ער מיינט.
מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 11:23 pm#420383
Taub's answer wasn't davka the bitachon part. He firstly offered his compassion and validation of the guy's feelings, which I thought was a kind and intuitive move. Pain needs an audience. And I think that's takeh the reason for the guy's letter in the first place. He's suffering, and he wants someone to know

Secondly, Taub told the guy to find "pockets" of hope wherever he can, similar to what he found when he thought his wife was dying. I'm not sure how realistic it is to expect someone to feel the same hope on a regular day as he did when there takeh seemed to be an actual possibility that his problem was about to "die," but I do think a person has it in him to find such pockets

Thirdly, unlike you, Taub accepted they guy's very definitive assertion that he already tried everything possible. Telling him to continue trying, which is what you're saying, would be a complete nullification of the guy's words and feelings.
מוצ"ש דעצעמבער 29, 2018 11:26 pm#420384
ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך
True! It's a shame he wasn't more specific

אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן.
But what if there just isn't any hope? What if their way of thinking is too different? What if it's not just this one thing or that one thing, but his wife's entire being that he can't connect with?
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:26 am#420405
פידלער האט געשריבן:ווען ער וואלט געווען מער ספעציפיש וואלט מען געקענט דן זיין אויף מער א פונקטליכער מהלך
True! It's a shame he wasn't more specific

אבער אזוי צו אננעמען בלינדערהייט אז עס איז נישט קיין עכטע האפענונג מצדו צו טוישן זיין מערידזש לייף איז א חורבן.
But what if there just isn't any hope? What if their way of thinking is too different? What if it's not just this one thing or that one thing, but his wife's entire being that he can't connect with?

און א געוויסע זין איז דוקא בעסער אז יענער האט נישט געזאגט קיין פרטים. דע געדאנק פונים בריוו איז וואס זאגט מען פאר איינעם וואס איז קלאר אז גארנישט איז שייך צי טאן.
דו רגע יענער וואלט געשריבען עניטינק וואלט יעדער זוך ארויפגעכאפט מיט עצות וויאזוי מקען נאך יא בעסער מאכן.
קוק יעצט ווען ער האט גארנישט געשריבען , איז שווער פאר געוויסע צי אנעמען אז מקען גארנישט טאן.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 6:48 am#420415
Re: Marriages in our Society
איך הער וואס איר זאגט. מיינע נקודות זענען אזוי:

א' דער רבי גלייבט אים אפן ווארט אז סאיז שוין נישטא וואס צו טוהן, אויף דעם בין איך מחולק. איך דינג זיך נישט אז עס איז מעגליך אזא מציאות , אבער זייער אסאך מאל קען מען יא טוישן אויף למעשה, אפילו אויב יענער מיינט אז עס איז געים אווער. דערפאר איז נישט גלייך צו מסכים זיין מיט דער הנחה, וואס קען זיין א גורם ער זאל אויפגעבן אינגאנצן.

ב' אפילו אויב איז ער גערעכט אז מ'קען טאקע נישט טוישן במציאות דעס וואס באדערט איהם, קען מען טוישן די מיינד סעט, "איטס אלל אין דער מיינד".

ג' אפילו מען נישט טוישן די סיי די מציאות און סיי זיין מיינד, איז לדעתי נישט קיין עצה צו האפן און בעטן א תפלת שוא און ארויסקוקן בכיליון עינים אז עפעס וועט זיך אמאל טוישן. אויב איז דאס די מצב, זאל ער אויפגעבן און קיינמאל פרובירן צו מאכן בעסער, נאר פעיסין די פאקט, און פרובירן צו טרעפן שמחת וסיפוק החיים ערגעץ אנדערש, אויף פארשידענע אופנים, און נישט זיין דיפרעסט א יעדן טאג אז עס ווערט נישט בעסער.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:09 am#420423
ATUB @נעגעל וואסער ATUB
I hear what you're saying. It seems to me that the guy is up to gimel. According to his letter, he does find joy in his life, and this is his only "zecher lechurban." So I guess he's pretty much faced facts
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:47 am#420425
מען רעדט דא נישט פין אן אופן וואס מען קען נישט טוישן די מציאות, למשל ער וויל א הויעכע און זי איז קליין, ער שרייבט אז ער האט שוין געטון אסך זאכן אבער ס'איז counterproductive
די סיבה פארוואס מען שלאגט זיך נישט בפועל, שרייבט ער, ווייל איינער האט שוין אויפגעגעבן אויף די אנדערע. פארן אויפגעבען האט מען זיך געשלאגן און זעט אויס ס'איז געווען counterproductive!

לדעתי איז דאס א פאלשער בריוו, דער מענטש עקזעסטירט נישט, ער רעדט פין זיין גיטער לעבן און וואו אזוי ער איז גרייט אויך צי שטארבן וכו'
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:29 pm#420439
לאמיר זעהן וואס דער עולם זאגט דא אויף א ניִיִע פארבעסערטע וועג צו טוהן שידוכים.
איך גלייב אז דער עולם וועט מסכים זיין אז טוהן שידוכים וויאַזוֺי מיר טוען יעצט האט זיך אירע מעלות און חסרונות, צום ביישפיעל, די פאקט אז די עלטערן זוכן דעים שידוך קען זיין א גרויסע מעלה, ווייל ווי נישט ווי האבן די עלטערן שוין חתונה געהאט, און דער בחור האט נאך און זיין לעבן נישט געהאַט קיין שום שייכות מיט מיידל, די חסרון קען אבער זיין, ווען די עלטערן קוקן מיט זייערע אויגן וואס ס׳גייט זיי דא פּאַסן, אדער אסאך מאל טראכט מען אויף וועלכע דירעקציע צו פירן דעים קינדס לעבן (דהיינו אז מיט א פרום מיידל וועט זי אים האַלטן אויף די רעלסן וכו׳) און מען רעכנט זיך בכלל נישט מיטן מיינונג פון דעים קינד, וואס אים אינטערעסירט בכלל נישט די ״שיינע משפחה״ און אוודאי וויִל ער /זי נשיט אז די שידוך זאל דיקטירן דאס לעיבן פלאן.

קען איינער דא צוברענגען סטאטיסטיקס פון אנדערע מהלכים, צו זעהן אויב דאס ארבייט בעסער, מיין שכל זאגט, אז די וועג ווי רוב ארטאדאקסישע איִדן פירן שידוכים, מיט dates , ווי א אינגל מיידל גייען ארויס עסן אין שפּאַציִרן זעהן צו די זאך געפעלט און ציהט דאַרף לכאורה זיין אסאך בעסער, אבער איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין סטאטיסטיקס פון די רעזאלטס.

די ערשטע מעלה קען זיין, אז די פּאָרפאלק שפירט זיך באמת ווי דאס איז בחירת ליבם ובשאלת פיה, וואס דאס אליין הייבט אלעס אן מיט די רעכטע פוס, מ׳קען און דעים מאריך זיין אבער איך שׁרייבּ דא אויף א פאון מיט א צושפלעטערטן בילדשירעם גלאז
אויך די פאקט אז מ׳פארברעינגט באמת פאר צוואנציק דרייסיק שטונדען, דאַרף לכאורה אויך האבן א גרויסע ווערט, און אויך, קיינער נעמט נישט די ערשטע געווענליך, ווען מ׳גייט ארויס אויף דעיט׳ס וועלט מען זיך אביסעלע און מ׳קוקט זיך אום, וואס דאס איז אויך עפעס ווערט פול

דיסקלעימער: איך בין אויפגעוואקסן מיט ביידע סארט , מיין בליק איז נישט נאר פון באטראכטן לאנגע שייטעל פרויען אדער באפוצטע מענער און חלומ׳ן אז אלע באדערנע לעבן א חיים טובים
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:29 pm#420446
Re: Marriages in our Society
פרשה זו יפה נדרשת באחורי הפרגוד.

למעשה שטייט שוין אין די הייליגע ספרים הקדושים באריכות (כמדומה רב דסלר אויך) אז די סטאסטיקס ווייזט אז ווי מער מען טרעפט זיך אלס מער גט'ן איז דא. והראיה פון די ליטא, און ק"ו ביי די אומות העולם...
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:20 pm#420447
קודם כל, לגבי די עצם מחשבה וואס ער וואונטש דאס טויט פאר זיין ווייב, איז ווי מאנכע האבן שוין פריער ערווענט, איז נישט מער ווי א פאנטאזיע און א אויבערפלעכליכע געדאנקנסגאנג, אזויווי קינדער חלומען אמאל פון זיין א יתום ח"ו אדער סיי וועלכע אנדערע טראגעדיע סזאל זיי באטרעפן (מיט גאטס בעשיצונג) ווייל דאס ברענגט עם א שנעלע און גרינגע comfort אין זיינע שווערע מצבים, צו לעבן עטוואס אין עולם הדמיון וויפיל עטענטשען ער וועט דעמאלס באקומען... האט ער געטראכט ווער וועט עם אויפהאדעווען? ווי וועט ער האבן א סטאבילע שטוב? ווער וועט עם חתונה מאכן? ווער וועט וועלן חתונה האבן מיט עם? ניין, אבער ס'טראכט זיך געשמאק ווען מאיז אביסל פארקלאצט און אומעטיג.
דאס זעלבע קען פאסירן ביי ערוואקסענע קינדער וואס האבן נישט קיין בעסערע וועג פון פארטרייבן זייערע קאלמוטנע מחשבות, ער דערשטיקט זיך מיט א ווייב וואס איז נישט לפי רוחו, ער ווייסט גאנץ גוט דעם אמת אז קיין וועג ארויס איז נישט מצוי לעת עתה, בלייבט עם נאר איבער צו חלומען אז זי זאל איין טאג פארשווינדן ווערן מעתה ועד עולם. האט ער געטראכט וויאזוי ער וועט פילן א וואך שפעטער נאך זי שטארבט? ווער וועט קעיר נעמען פון עם מיט זיינע קינדער? ווי ער וועט זיך דעמאלס בענקן נאך איר עד לב השמים? ווי צוקנאקט און דיסעפוינטעט ער וועט זיין מיט זיין זיווג שני (אויב ער טרעפט איינס) און אלע פרובלעמען וואס קענען מיטקומען? האט ער גענומען צען מינוט פון זיין צייט צו טראכטן ווי צושטרויבלט דאס לעבן פון א עכטע אלמן זעט אויס?, נעה דאס נישט... ווייל אין א צוקלאפטע מינוט אז עם גוט אויסגעקומען צו פאנטאזירן אויף דעם אופן.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:46 pm#420457
והשנית, די אלט אויסגעדראשענע נושא אויב אונזער סיסטעם איז גוט פאר היינטיגע מערידזשעס אדער נישט, איך וויל נישט נעמען קיין צד, אבער לפענ"ד איז פאר דעם חלום פון האבן א ווינדערליכע רילעישענשיפ און געפיל פון אהבה וכו' וכו' אין א מערידזש, צו קענען טרעפן די ריכטיגע קאנדידאטקע, דארף מען זיין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר (נישט אונטער צען לכאורה) און הערשט דעמאלס ווייסט מען בכלל וואס צו זוכן. א אפרוח שלא נפקחו עיניו וואס ווייסט נישט וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך, קען נישט אויסוועלן א אמתע בחירת לבו, פינטל. מקען זיין א אלטע באזעצענער בחור פון א יאר דרייסיג און אריבער, אבער עקספיריענס פון לעבן און בפרט אין די נושא פון האבן א לעבנס באגלייטערן א אשת חיל מי ימצא, פון ווי זאל ער וויסן וואס דאס איז און וואס מ'דארף זוכן??? ס'איז כמעט אזויווי איך זאל אריינשיקן א קלוגע בחור מארגן אין א פלאמבינג סופלייס סטאר און עם הייסן אנפילן א וואגן וואס יעדער בעסיק פלאמבער דארף האבן צו קענען גיין אויף צוויי יאר פון דזשאב'ס (אנדעם וואס ער זאל האבן די מעגליכקייט צוריקצוגיין אין סטאר און טוישן די parts וואס ער האט געקויפט), איינער וואס איז קיינמאל קיין פלאמבער נישט געוועזן ווייסט נישט ווי אנצוהייבן צו זוכן, און אפי' אויב נניח ער האט א שטיקל חוש דערצו איז אבער נישט מעגליך אז ער וועט צוטרעפן וואס מען דארף באמת.
פון ווי זאל א בחור וויסן וועלכע מעלות צו שעצן איבער וועלכע חסרונות, ווער אין די וועלט קען עם באמת אויפקלערן אז חיצוניות איז אזוי ווייט פון עפעס ווען ס'קומט צו איין איינצלענע מדה טובה, כלומר -- אויב ס'פעלט פאר זיין ווייב איין ספעציפישע מדה וואס וועט עם באמת זיין וויכטיג אין זיין צוקונפטיגער לעבן מיט איר? פון וואנעט זאל ער ארויסנעמען אויב זי איז נישט ביטער ווי א איילבירט און הארט ווי א שטיין? זי קען שמייכלען צוויי הונדרעט מאל ווען מ'גייט ארויס דעיטן, אבער ווען עס קומט למעשה טוט זי זיך אהן די פאר בלעכענע הויזן וואס זי האט בירושה כמה דורות פון איר מאמע און באבע און אזוי שטילעהייט מאכט זי פון איר מאן לאקשן קיגל מיט צימעס, אזש אז דאס לעבן ווערט עם טוב לו שלא נברא יותר משנברא (ווי כמעט יעדער קען מעיד זיין אויף מער ווי איינער פון זיינע פריינט/משפחה/קאזענס/ וכו' וכו'). אדער איז זי א גערעגטע נאטור, א נארוועזע, א דיפרעסטע, א נארישע, זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט פארשטאנען דערצו אין די צייט אפשניט ווען ער איז ארויסגעגאנגען דעיטן. ער האט אפשר געהערט דעם ניגון, אבער דעמאלס האט עס געהאט גאנץ אנדערע מוזיק, אנדערע טענער און נאטן, און אנדערע ביטס... ווען ס'לעבן פראסקעט אין פנים אריין און פלוצלינג דארף מען "עכט" דילען מיטן מציאות, אוי, דעמאלס הערט ער שוין אלעס אנדערש...

וואס דען זאל ער דעמאלס טראכטן אויב נישט אז זי זאל שטארבן... :lol: