Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס

מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12833
דינסטאג יאנואר 01, 2019 6:18 pm#420830
מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
פארוואס בין איך אזוי פאסינעיטעד פון מאטעמאטיקס?

ווייל מיין קאפ פלאצט פרובירענדיג זי צוצושטעלן צו פארשטיין פאקטן, נומערן וואס צו מיר זעען זיי אויס, געפינען זיך אינדרויסן, אין די פיזישע וועלט ווי איידער אין מיין קאפ. זיי זענען אינדרויסן פון מיין יכולת צו דרייען זיי מיט לאגיק אהער אדער אהין. אין אנדערע ווערטער, גארנישט אנדערש איז מיר נישט שווער צו געפינען א סיבה לכאן או לכאן פארוואס ס'קען זיי אמת איין וועג די זעלבע ווי פארקערט; און דאס מאכט די וועלט פאר זייער אן אומזיכערע און אומבאקוועמע פלאץ פאר מיר. משא"כ מיט מאטעמאטיקס, עס איז דא אן אמת לאמיתו וואס בלייבט ווייטער אמת אפגעזען צו איך פארשטיי עס צו נישט און איך קען זיך נישט פאפן אליינס אז איך פארשטיי עס ווייל די אמת וועט מיר צוריקפאטשן אין פנים ווען אין מציאות וועט עס נישט ארבעטן. סאוי איך קען נישט אוועקלויפן פון מיר אליינס. אלזא, דארף איך מיר ברעכן קאפ אזוי לאנג ביז ווי איך פארשטיי עס און אז נישט, מוז איך פעיסן די בלאדי מציאות אין פנים אז איך בין נישט אזוי קלוג ווי איך האב געמיינט! אךך, און דאס קען איך נישט פארנעמען! אהה, הבנתי.

נאך איינער פיהלט מיין פעין?
דינסטאג יאנואר 01, 2019 10:40 pm#420884
טאמבל סאוס: איך פיהל דיין פעין. נאר איך האב זייער א גרינגע און צוגענגליכע רפואה פאר דיר. דאהי אין אמעריקע. (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'רופט עס אן אין ענגלאנד. וואו דו וואוינסט. איך האב אייביג געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. נאר פון דיינע לעצטיגע געשרייבעכץ האביך מיר אויפגעדרינגען אז דו וואוינסט אין די יונייטעד קינגדאם. תחת חסותה של המלכה עליזאבעטה ממשפחת ווינדזאר, יר"ה.) זענען דא ביכער אויף א יעדן סאבדזשעקט. און די ביכער הייסן..."מעטהעמעטיקס מעיד איזי"...! הייב אן פון וואליום 1. און גיי ווייטער. וועסטו אי"ה זיין א מומחה אין אלע לעוולס פון מעטה...!
מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:41 pm#420959
absolute-truth-in-mathematics
איז 1+1=2 אויך אינדרויסען פין דיין מוח?
וואו אזוי ווייסטו?

איז וואס מיר האלטן פאר אן axiom בהחלט אמת?
מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:09 am#421581
שוין ווייטער הקטן מיט זיינע פיליזאפיעס. כ'האב שוין געלייענט וועגן דעם בעפאר. איינע פון מיינע פעיוואריטס קורט יודעל רעדט שוין ארום.

אבער רבש"ע, איך רעד דאך וואס איז אמת ווייל ס'ארבעט אין די מציאות! דאס איז די בעסטע מעזשור פון אמתיות וואס מיר האבן!
מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:13 am#421582
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאוס: איך פיהל דיין פעין. נאר איך האב זייער א גרינגע און צוגענגליכע רפואה פאר דיר. דאהי אין אמעריקע. (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'רופט עס אן אין ענגלאנד. וואו דו וואוינסט. איך האב אייביג געמיינט אז דו ביסט א וויליאמסבורג'ער תושב. נאר פון דיינע לעצטיגע געשרייבעכץ האביך מיר אויפגעדרינגען אז דו וואוינסט אין די יונייטעד קינגדאם. תחת חסותה של המלכה עליזאבעטה ממשפחת ווינדזאר, יר"ה.) זענען דא ביכער אויף א יעדן סאבדזשעקט. און די ביכער הייסן..."מעטהעמעטיקס מעיד איזי"...! הייב אן פון וואליום 1. און גיי ווייטער. וועסטו אי"ה זיין א מומחה אין אלע לעוולס פון מעטה...!

מיין עקספיריענס ווייזט דאך אבער, עכ"פ פאר מיר איז עס אזוי, אז ווען מען האט נישט קיין פרעשור פון א קורס, וואס ס'איז באמת א אנשטרענגונג, לערנט מען נישט. און ווען מען האט שוין די פרעשור פון א קורס, איז נישטא קיין צייט אלץ צו דעקן.. והבן

און אפילו כ'זאל יא אנהויבן פון אלף, און איך זאל לעבן ביז 120, וועל איך מסתמא שטארבן האלטענדיג נאך ביי תקופת הגריכן only.
מוצ"ש פעברואר 23, 2019 11:42 pm#425020
מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
הקטן האט געשריבן:absolute-truth-in-mathematics
איז 1+1=2 אויך אינדרויסען פין דיין מוח?
וואו אזוי ווייסטו?

איז וואס מיר האלטן פאר אן axiom בהחלט אמת?

דר. וויליאם בייערס, א מאטעמעטישאן, האט געשריבן א בוך The Blind Spot: Science and the Crisis of Uncertainty. אין דעם בוך רעדט ער ארום, בעיקר פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו, איבער די ambiguity וואס ליגט אין מאטעמאטיקס און אזוי אויך (אפילו) אין אלע הארטע חלקי מדע. ס׳איז גראדע א היבש אינטרעסאנטע ביך (נישט צו לאנג; א ביסל ווייניגער ווי 200 זייטן).


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אפריל 05, 2020 6:35 pm#445388
Re: מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
IMG_6785.jpg

במשנתו של איִאַמבליכוס.
מאנטאג יולי 06, 2020 11:53 am#453818
Re: מיין פאסינאציע מיט מעטאמאטיקס
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דר. הארטרי פיִלד האט גע׳טענה׳ט, בתוך די שמועס אין די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס איבער די ״רעאליטעט״ פון נומערן און מאטעמאטישע קאנצעפטן וכו׳ (ועיין באשכול זו), פאר מאטעמאטישע פיקשינעליזם. אין קורצן לויטעט דאס אז בעצם זענען קאנצעפטן בתוך מאטעמאטיקס נישט ״אמת״, נאר עס איז אזא בחינה פון ״אמת״ אזוי ווי א כאראקטער אין א באבע-מעשה: די מעשה און בוך אלס א קאנצעפט פאר זיך עקזיסטירט באמת, אבער די כאראקטער ממש בתוכו איז פיקשינאל, וה״ה ביי מאטעמאטישע קאנצעפטן.

פארשטייט זיך אז די מהלך האט עטליכע שוועריקייטן. ובתוכם, למשל, אז מ׳זעהט אז די זעלבע קאנצעפטן ממש קומען אפיר אין אנדערע קאנטעקסטן בתוך מאטעמאטיקס אא״וו.

דאס האט ער אויך אויפגעטוהן מיט׳ן זיך דינגען אויף דר. פּוטנאם׳ס און דר. קוויין׳ס אינדיספּענסעבּיליטי ארגומענט (צוגעברענגט דא). דאס הייסט אז מאטעמאטיקס איז אינדיספּענסעבּעל און יסודות׳דיג צו פארשטיין אנדערע חכמות; זיי זענען בעצם געבויט אויף דעם. דאס פירט דערצו אז מ׳דארף אנצונעמען אז מאטעמאטיקס איז אן אמת׳ע ישות לשלעצמה וואס אויף דעם בויט זיך פיזיקס, כעמיסטרי ודכוותיהן. זיי האבן דאס אויך גענוצט אויף צו טענה׳ן פאר אן עמפיריסיסט מהלך אפילו בתוך מאטעמאטיקס, ווייל עס איז געקניפט און געבינדן מיט די אנדערע חכמות וואס באדארפן זיי, און עס עקזיסטירט אויפ׳ן (בערך) זעלבן שטאפל פארוואס (למשל) דאס עלעקטראן עקזיסטירט - עס בא דארף צו עקזיסטירן צו מאכן די עמפירישע פיזישע געזעצן שטימען.

דר. פיִלד טענה׳ט אבער אז דאס אליין איז נישט מוכרח צו זאגן אז מאטעמאטיקס איז א יסוד דערפאר וואס אן דעם קענען זיי זיך נישט בעצם באגיין, וממילא קען מען דאס נישט נוצן אלס ראיה אז מאטעמאטיקס און אירע קאנצעפטן זענען א ישות ממש.

‏ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז דר. פיִלד האט אויך געהאלטן פון אולטרא-פיניטיזם, בתוך די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס. בקיצור טוהט דאס האלטן אז בעצם זענען די נאטורליכע נומערן (סעטס) נישט טעקניקעלי אינפיניט.
פרייטאג אפריל 16, 2021 12:35 pm#470277
2A9F44F5-B87C-4615-8C3B-EB8DD5A27D27.jpeg
דער יש״ר מקנדיה אין די הקדמה צו זיין מעין גנים.
מאנטאג יוני 07, 2021 12:48 pm#474933
2DE26766-F9F3-44EB-9C14-881BA996EF5E.jpeg
מדברי ניקולאס פון קוסא.
זונטאג יוני 13, 2021 4:40 pm#475539
Idit Dobbs.png

דר. אידיט דאַבּס-וויינשטיין במשנתו של הרמב"ם.
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:23 pm#483170
דער פראנצויזישער מאטעמאטיקער פראנקויס אראגאָ האט נאכגעזאגט בשם דער בארימטער מאטעמאטיקער סימעאן פּאָסאן ״אז דאס לעבן איז גוט פאר נאר צוויי זאכן: טוהן מאטעמאטיקס און דאס אויסלערנען.״