מי אני האט געשריבן:3). לעדזשענדרע׳ס קאָנדזשעקשור. דאס איז א קאָנדזשעקשור פונעם פראנצויזישן מאטעמאטיקער עידריען-מערי לעדזשענדרע וואס וויל זאגן אז אויב מ׳נעמט די סקווער פון איין נומער [יענע נומער מאל יענע זעלבע נומער] און די סקווער פון די נומער גראד נאכדעם, וועט אלס זיין א פּריים צווישן די צוויי סקווערס.
(דאס ווייסט מען אז די חילוק צווישן צוויי פּריימס איז נישט מער ווי צוויי מאל די סקווער רוט פון די פּריים וואס מ׳האט.
ענליך צו דעם איז דא
בּראָכאַרד׳ס קאָנדזשעקשור. דאס האלט אז צווישן איין פּריים נומער ווען איך סקווער עס און די נעקסטע פּריים נומער וואס קומט נאך דעם און איך סקווער דאס אויך, וועלן זיין צווישן זיי פיר פּריימס [צווישן די צאלן וואס איך האב נאכ׳ן זיי ביידע סקווערן]. מ׳חשבונ׳ט(...) אז דאס איז אמת, אבער עס איז נאך נישט אויפגעוואוזן.
***
און ענליך אביסל צו
גאלדבאך׳ס קאנדזשעקטשור און
טשען׳ס טעארעם איז דא
לעמוֺין׳ס קאנדזשעקטשור. דאס האלט אז יעדע אַדד נומער גרעסער ווי 5 קען ווערן צאמגעשטעלט ווי די סומע פון אן אַדד פּריים און אן איִווען סעמי-פּריים [א נומער וואס איך באקום נאכ׳ן מאלטיפלייען צוויי פּריימס כנ״ל בהאשכול].
ענליך צו דעם האט דער כינעזער מאטעמאטיקער סאָן זשיוועי קאנדזשעקטשורד אז יעדע אַדד נומער גרעסער ווי 3 קען ווערן צאמגעשטעלט דורכ׳ן מאלטיפלייען א נומער מיט די נומער נאכדעם [א
פּראַניק נומער] און דערנאך דאס עדדן מיט א פּריים.
מ׳האט זיי נאכנישט אויפגעוואוזן.
***
אויך אינטרעסאנט אין דעם איז
אָפּערמאן׳ס קאָנדזשעקטשור. דאס האלט אז צווישן יעדע פּאָר פון א סקווער נומער [א נומער וואס איז די פּערפעקט סקווער פון א גאנצע נומער מאָלטיפּלייד ביי זיך אליין] און די נענסטע
פּראַניק נומער [א נומער וואס ווערט צאמגעשטעלט דורך די מאָלטיפּליקעישאן פון א נומער מיט די נומער גראד נאך איר כנ״ל] וועט זיין צום ווייניגסט׳נסט איין פּריים.
***
אינעם שמועס פון
פּערפעקטע נומערן איז אויך דא
עבּאָנדענט נומערן. דאס איז ווען די סומע צוזאמען פון אלע דיווייזארס פון א נומער [נומערן וואס מען קען דיוויידן די נומער אן א רימעינדאר כנ״ל] זענען
מער ווי די נומער אליין. למשל, די דיווייזארס פון 12 זענען 1,2,3,4, און 6 וואס צוזאמען זענען זיי 16.
אין דעם זענען דא נומערן וואס מ׳רופט
סעמי-פּערפעקט. דאס איז ווען צוזאמען זענען טאקע אלע דיווייזארס מער ווי די עצם נומער, אבער א
חלק פון זיי צוזאמען זענען יא די סומע פונעם עצם נומער. אונזער פריערדיגע משל פון 12 איז
סעמי-פּערפעקט, וויבאלד אויב נעמט מען נאר אלע דיווייזארס אחוץ 4 קומט עס יא אויס צו 12.
אין דעם אליין זענען דא
מאדנע נומערן. דאס זענען
עבּאָנדענט נומערן וואס זענען
נישט סעמי-פּערפעקט. 70 איז די קלענסטע אזא נומער. אירע דיווייזארס זענען 1, 2, 5, 7, 10, 14, און 35 וואס צוזאמען זענען זיי 74, אבער קיין איין סעט פון אירע נומערן צוזאמען וועלען נישט אנקומען צו 70.
מ׳ווייסט נישט אויב עס איז דא אזא זאך ווי אן אַדד
מאדנע נומער. די קלענסטע אַדד
עבּאָנדענט נומער איז 945.
ס׳איז אויך דא אזא קאנצעפט ווי א
קוואַסי-פּערפעקט נומער. דאס איז א
פּערפעקט נומער ווי איך דארף
נישט נוצן די נומער 1 (ווי אויך נישט די עצם נומער, וואס איך נוץ אויך נישט ביי סתם אזוי
פּערפעקטע נומערן) פון אירע דיווייזארס אויף אנצוקומען צום עצם נומער. מ׳ווייסט נישט צו אזא נומער עקזיסטירט.
ובענין זה איז אויך דא די
עבּאָנדענסי אינדעקס. דאס איז ווען איך רעכען
אויך אלס א דיווייזאר די עצם נומער, און דערנאך רעכען איך צאם די אלע דיווייזארס און איך דיווייד דאס ביי די עצם נומער.
יעצט, צוויי אדער מער
עבּאָנדענט אדער אפילו
פּערפעקט נומערן וואס זייערע (
אלע) דיווייזארס צוזאמען זענען די זעלבע גרעסער פראפארציאנאל ווי זייערע עצם נומערן ווערן גערופן
פריינטליכע נומערן. דאס הייסט טאמער ווען איך דיווייד יעדע פון די
עבּאָנדענט אדער, אין אונזער פאל, אפילו
פּערפעקטע נומערן׳ס גרעסערע צאל וואס איך האב באקומען פון די סומע פון (
אלע) אירע דיווייזארס ביי זייער עצם נומער פון וואו זיי קומען, און איך קום ביי יעדעס איינס אן צום זעלבן נומער [די
עבּאָנדענסי אינדעקס], זענען זיי
פריינטליכע נומערן.
למשל, 6 איז א
פּערפעקטע נומער כנ״ל און (
אלע) אירע דיווייזארס 1,2,3 און 6 זענען 12. ווען איך דיווייד דאס ביי 6 קום איך אן צו אן
עבּאָנדענסי אינדעקס פון 2. יעדע
פּערפעקטע נומער האט אזא
עבּאָנדענסי אינדעקס (ווייל ביי יעדע לייג איך דאך צו דעם עצם נומער אלס דיווייזאר, וואס בנוסף צום עצם דיווייזארס וואס קומען שוין ממילא אויס צום עצם נומער, גייט עס דאך אויסקומען צו דאפעלט, וממילא גייען זיי אלעמאל אנקומען צו אן
עבּאָנדענסי אינדעקס פון 2), וממילא זענען אלע
פּערפעקטע נומערן אויך
פריינטליך.
טאמער האט עס נישט אזא אייניגע ״חבר״ ווערט עס אנגערופן א
סאליטערי נומער.
אין דעם געדאנק פון
עמיקעבּל נומערן איז דא
בּעטרוֺידט/קוואסי-עמיקעבּל נומערן. דאס זענען אזוי ווי א סעט פון צוויי
עמיקעבּל נומערן אבער אנשטאט פון די סומע פון די דיווייזארס זאלן זיין איינע די אנדערע, איז די סומע פון איין נומער׳ס דיווייזארס
איינס מער ווי די אנדערע עצם נומער.
למשל, 48 און 75 זענען אזא סארט פּאָר פון
בּעטרוֺידט/קוואסי-עמיקעבּל נומערן. די דיווייזארס פון 48 זענען 1, 2, 3, 4, 6, 8, 12, 16, און 24. צוזאמען זענען זיי 76; איינס מער פון 75. און די דיווייזארס פון 75 זענען 1, 3, 5, 15, און 25 וואס זייער צאל צוזאמען איז 49; איינס מער פון 48.
אלע אזעלכע סעטס וואס מ׳ווייסט פון זענען איינס אן איִווען נומער און די אנדערע אַדד.
***
בנוגע איִווען נומערן און
צווילינג פּריימס איז דא
דוּבּנער׳ס קאנדזשעקטשור וואס לויטעט אז יעדע איִווען נומער וואס איז גרעסער ווי 4208 איז די סומע פון צוויי
צווילינג פּריימס. עס איז נאכנישט אויפגעוואוזן געווארן.
אויב ווייזט מען דאס אויף ווייזט מען אטאמאטיש אויף סיי
גאלדבאך׳ס קאנדזשעקטשור [ווייל אלע איִווען נומערן ביז אהין ווייסן מיר אז ס׳זענען צאמגעשטעלט פון צוויי (סתם) פּריימס] און סיי די
צווילינג פּריימס קאנדזשעקטשור [ווייל אויב איז דאס אויפגעוואוזן פאר אלע איִווען נומערן וואס זענען אינפיניט, זענען דאך די
צווילינג פּריימס אויך אינפיניט].
***
ובנוגע די אויבן-דערמאנטע
ווילסאן טעארעם איז דא א
ווילסאן פּריים. דאס איז זייער ענליך צום טעארעם (וואס איז אויפגעוואוזן) נאר עס איז א סארט פּריים וואס
ווען איך סקווער עס וועט עס קענען דיוויידען אלע נומערן אונטער זיך נאכדעם וואס איך האב זיי אלע מאָלטיפּלייד צוזאמען און צוגעלייגט איינס. ביזדערווייל ווייסט מען נאר פון 3 אזעלכע פּריימס [5, 13, און 563]. מ׳קלערט אז עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון די סארט פּריימס.
***
ענליך צו
פערמאט׳ס קליינע טעארעם איז דא א סארט פּריים וואס רופט זיך א
וויפעריך פּריים. דאס איז אזא סארט פּריים וואס די פּריים
סקווערד וועט קענען דיוויידן (אן א רימעינדאר) די נומער וואס איך באקום ווען 2 האט אלס אן עקספּאנענט איינס ווייניגער ווי די פּריים און נאכ׳ן טוהן די עקספּאָנענשיעישאן דערנאך אראפנעמען 1 דערפון. ביזדערווייל ווייסט מען נאר פון צוויי אזעלכע פּריימס: 1093 און 3511.
***
אביסל ענליך צו
צווילינג פּריימס זענען
סאָפי דזשערמעין פּריימס. דאס זענען פּריים נומערן וואס ווען איך דאפּל זיי און גיב צו איינס איז יענע נומער אויך א פּריים. מ׳ווייסט אויך נישט צו ס׳דא אן אינפיניט צאל פון די סארט פּריימס.