ס׳איז דא די באקאנטע (אבער נישט זיכער אמת׳ע) מעשה מיט ארכימידוס ווען ער איז אויפגעקומען מיט זיין
ארכימידוס פרינציפ. די פרינציפ לויטעט אז ווען מ׳לייגט אריין א זאך אין וואסער וועט די וואסער ארויפשטיפן [די
בויאנט פארס] כפי די וואג פון וויפיל וואסער די זאך האט אוועקגעשטופט פון פלאץ. איז א זאך וואס האט מער מקום/וואליום אבער וועגט נישט אזוי סאך ווי וואסער לעומת זה הוואליום ווייל עס איז נישט אזוי דענס [איר מאסע איז נישט אזוי קאנצענטרירט, צו ווייל אירע אטאמען זענען מער צושפרייט וכו׳], וועט די וואג פון די וואסער אין פונקט די וואליום וואס איז אוועקגעשטופט געווארן מחמת די זאך זיין מער, וממילא וועט די
בויאנט פארס זיין מער און די זאך וועט נישט זינקן און שוועבן על פני המים.
די מעשה לויטעט אז דער קעניג פון סירעקיוס (וואו ארכימידוס האט געוואוינט) האט אריינגעגעבן א שטיק גאלד צו א שמיד זאל אים מאכן א קרוין. דער קעניג האט דערנאך חושד געווען דער שמיד אין אויפטוישן אביסל פון די גאלד און אריינלייגן אין דעם אנשטאטס אן אנדערע ביליגערע מעטאל, און הגם עס האט געוואויגן די זעלבע מעיקרא האט ער דאך מורא געהאט אז אפשר האט ער צוגעלייגט אזויפיל פון די אנדערע מעטאלן כדי אז עס זאל אזוי וועגן. האט ער געפרעגט דעם חכם ארכימידוס צו ער קען מברר זיין צו אין דעם קרוין איז דא די גאנצע גאלד וואס ער האט געהאט געגעבן (אן עס דארפן צושמעלצן כמובן). אין אנדערע ווערטער, וויבאלד גאלד איז גאר דענס (לעומת אנדערע מעטאלן, מחמת דעם אז אירע אטאמן אליין פארמאגן מער פרויטאנס און ניוטראנס) וועגט דאס מער ווי אן אנדערע מעטאל מיט די זעלבע וואליום/גרויס. איז אויב האט דער שמיד אויפגעטוישט צו א ביליגערע מעטאל איז כדי אנצוקומען צום זעלבן וואג פון די גאלד וואס איז אים געגעבן געווארן מעיקרא האט ער געמוזט פארמערן מער מעטאל, וממילא וועט עס זיין א גרעסערע וואליום ווי מעיקרא וכנ״ל. און דאס האט דער קעניג געוואלט וויסן: ווי אזוי קען מען מברר זיין די פונקטליכע וואליום פונ׳ם קרוין לעומת א פשוט׳ע גראדע שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג.
ווען ארכימידוס איז אריין אין באד איז אים בייגעפאלן דעם פרינציפ, וואס א (פשוט׳ע) חלק מזה איז אז מער וואליום וועט אוועקשטופן מער וואסער. וממילא זאל מען אריינלייגן אין וואסער סיי אזא שטיק גאלד וואס דער קעניג האט געגעבן און סיי די קרוין. דאדורך וועט מען אויב איז די קרוין מער אין וואליום ווי סתם א שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג. ער איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער איז ארויסגעלאפן נאקעט אויף די גאס און אויסגערופן ״יוריקא [איך האב עס]״.
די מעשה ענדיגט זיך אז דער שמיד האט למעשה יא געהאט אויפגעטוישט פון די גאלד.
***
יעקב טראכטענבערג [א אידישע מאטעמאטיקער], כדי צו באשעפטיגן און אונטערהאלטן זיין מח בשעת׳ן זיין א העפטלינג ביי די נאציס אין קאנצענטראציע לאגער, איז אויפגעקומען מיט דעם
טראכטענבערג סיסטעם פון רעכענען אריטמעטיק אין קאפ.
***
די אינדיאנע פרוי שאקונטאלא דעווי איז געווען באקאנט אלס ״די מענטשליכע קאמפיוטער״. דער פסיכאלאג ארטור דזשענסען האט איר בוחן געווען אויף די קיוב רוט פון 61,629,875 [וועלכע נומער מאל די זעלבע נומער מאל די זעלבע נומער קומט אן צו די נומער וואס איך האב געפרעגט; איין מאל מער ווי א סקווער רוט, עיין
כאן] און די זיבעטע רוט [כנ״ל נאר זיבן מאל] פון 170,859,375. זי האט געגעבן די ענטפערס [395 פאר׳ן ערשטן און 15 פאר׳ן צווייטן] פאר דזשענסען האט געקענט אראפשרייבן די שאלות אין זיין בוך.
זי האט אויך געגעבן די 23 רוט [כנ״ל נאר 23 מאל די נומער] פון א נומער מיט 201 דידזשיטס. זי האט געגעבן דעם תירוץ אין 50 סעקונדעס. מ׳האט געדארפט מאכן א ספעציעלע פראגרעם צו מברר זיין איר ענטפער.
ווען מ׳האט איר געפרעגט 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779, האט זי געגעבן די ענטפער, 18,947,668,177,995,426,462,773,730, אין 28 סעקונדעס.
***
דער בריטישער מאטעמאטיקער דזשעאפרי העראלד הארדי איז געגאנגען באזוכן דעם אינדיאנער מאטעמאטישן עילוי סריניוואסא ראמאנוזשאן אין שפיטאל. ווען ער איז אנגעקומען האט ער אים פארציילט אז די נומער אויפ׳ן טעקסי איז געווען א ״בארינג״ נומער 1729 און האפענטליך נישט אי׳מזל׳דיג. האט אים ראמאנוזשאן געענטפערט אז עס איז גאר אן אינטרעסאנטער נומער. עס איז די קלענסטע נומער וואס איז די סומע פון צוויי קיובס אין צוויי אנדערע וועגן. דהיינו, 3^1 + 3^1 אדער 3^10 + 3^9. די נומער ווערט אנגערופן די
[טעקסיקעב] הארדי-ראמאנוזשאן נומער.
דער יאפאנעזער מאטעמאטיקער מאסאהיקא פודזשיווארא האט געוואוזן אז די נומער איז איינס פון פיר פאזיטיווע אינטעדזשערס וואס די סומע פון אירע דידזשיטס ווען מ׳מאלטיפלייט עס ביי די פארקערטע, קומט צוריק צום אריגינעלעם נומער.
כזה: 19 = 9 + 2 + 7 + 1
1729 = 91 * 19
(די אנדערע דריי זענען 1458, 81, 1)
*
ובענין זה, פון אינטרעסאנטע נומערן פון אינדיאנע מאטעמאטיקערס, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די נומער 6174 וואס ווערט אנגערופן די
קאפרעקאר קאנסטענט על שם דער אינדיאנער מאטעמאטיקער דאטאטרעיא ראמטשאנדרא קאפרעקאר.
אויב מען וועט נעמען פיר דידזשיטס (וואס אמווייניגסטנס צוויי פון זיי זענען אנדערש; זעראס זענען אויך אין כלל און קענען זיין די נומער(ס) פארן נומער, למשל כזה 0019) און מען סעט דאס אויף פון דעם גרעסטן נומער וואס די דידזשיטס קענען מאכן און די קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק פון די צוויי [subtraction] און דערנאך טוהט מען דאס נאכאמאל [מען סעט אויף די דידזשיטס פון די נומער וואס מען באקומט פון גרעסטע און קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק צווישן די צוויי כנ"ל], גייט מען אנקומען צו 6174 אין מערסטנס זיבן מאל וואס מען טוהט די פראצעדור.