עס איז פארגעקומען א מאטעמאטישע פארמעסט אין וועלכעס יאָהאַן בּערנאָלי און זיין זוהן דניאל האבן אנטייל גענומען. דניאל איז ארויס דער געוואונער פון די פארמעסט. דאס האט באנג געטוהן יאָהאַן אזש אז ער האט ארויסגעווארפן דניאל פונדערהיים. (אפשר א ראיה צו די חולקים על ר׳ יוסי בר חוני בסנהדרין קה:).
יאָהאַן האט אויך געהאט פלאגיאירט פון זיין זוהן דניאל. ווי אויך האט ער זיך געהאט צוקריגט מיט זיין ברודער דער מאטעמאטיקער יעקב.
***
לעאנהערד אוילער איז מחמת א פיבער געווען בלינד אויף איין אויג
(ווען יוסף לעגרענדזש האט איבערגענומען זיין פאזיציע האט ער געשריבן בחוזק אז די אוניווערסיטעט האט געטוישט אַן איין-אויג מאטעמאטיקער פאר א מאטעמאטיקער מיט צוויי). אויף די עלטער איז ער אינגאנצן בלינד געווארן אבער דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון ארבעטן ווייטער און ארויסגעבן נאך געפינסן. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס העלפט אים אין א וועג אז ער האט נישט קיינע דיסטרעקשאנס.
***
פּיער סימאן לאפּלאס איז געגאנגען קיין פאריז שטודירן מאטעמאטיקס. ער האט זיך געטראפן מיט זשאן בּאפּטיסט ד׳אַלעמבּערט ווילענדיג אז ער זאל אים לערנען. ד׳אַלעמבּערט האט נישט געהאט קיין נערוון פאר אים און אים געגעבן גאר א שווערע מאטעמאטיקס בוך דורכצוטוהן, גלייבענדיג אז ער איז נישט ביכולת דערצו. אפאר טעג שפעטער איז אבער לאפּלאס געקומען אים צוריצוגעבן דעם בוך זאגענדיג אז ער האט דאס פארענדיגט. ד׳אַלעמבּערט האט אים נישט געגלייבט אבער נאכ׳ן אים פארהערן דערויף זיך איבערצייגט.
ענליך האט פאסירט מיט סאָפיאַ קאָוואַלעווסקאַיאַ ווען זי האט זיך געטראפן מיט קארל וויערסטראס. (איר איינטריט צו מאטעמאטיקס איז געווען פון מאטעמאטישע צעטלעך וואס מ׳האט געקלעבט אויף די וואנט פון איר צימער אנשטאטס וואָלפּעיפּער נישט האבענדיג גענוג.)
סאָפי דזשערמעין פלעגט שרייבן צו מאטעמאטיקער מיט א מענערישע פסודענים, וועלענדיג זיי זאלן נעמען ערענסט וואס זי זאגט.
ווען מ׳האט געזאגט און פראטעסטירט פאר דוד הילבערט קעגן דאס געבן א פאזיציע פאר עמי נאָטער אין גאטינגען אוניווערזיטעט, טענה׳נדיג ״וואס וועלן סטודענטן טראכטן אז זיי דארפן לערנען ביי די פיס פון א פרוי?!״ האט ער גע׳ענטפערט, ״אונז זענען אַן אוניווערזיטעט; נישט קיין בית המרחץ!״
***
עוואריסט געלויס איז געווען א ראדיקאל אין אסאך ענינים. ווען ער איז געווען 20 האט ער זיך צוקריגט מיט איינעם וואס יענער האט אים געטשעלענדזשד צו א דיוּל. די נאכט פאר דעם, וויסענדיג אז די מצב איז ביטער, האט ער אפגעשריבן א לאנגע מאטעמאטישע אפהאנדלונג [
געלויס טעאריע]. ער איז טאקע געשטארבן פון די וואונדן פון יענעם דיוּל. פאר ער איז געשטארבן האט ער געזאגט פאר זיין ברודער, ״וויין נישט! איך דארף האבן מיין קוראזש צו שטארבן ביי די 20.״
***
יוסף סילוועסטער, הגם ער האט גאר גוט געקענט ביים קעימבּרידזש מאטעמאטיקס פארמעסט אין די 1830׳ס, האט ער נישט געקענט באקומען א פאזיציע דארט וויבאלד זייענדיג א איד האט ער נישט געוואלט אקצעפטירן די 39 ארטיקלען פון די קירכע וואס ער האט געדארפט אויף צו באקומען די פאזיציע.
ער האט זיך גערופן דעם ״אדה״ר פון מאטעמאטיקס״ וויבאלד ער האט א נאמען געגעבן צו אסאך מושגים דערין בדורו.
***
דער מאטעמאטיקער גאדפרי העראלד האַרדי איז געווארן שוואך סוף ימיו און דערפאר געווארן דעפּרעסט. ער האט פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד דורכ׳ן נעמען אַן אָווערדאָס אבער עס איז נישט געלונגען און אים פשוט געמאכט נאך מער קראנק ונפל למטה. ווען חברים זענען אים געגאנגען באזוכן האט ער געזאגט, ״איך וואלט ווען נאכאמאל באגאנגען זעלבסטמארד אבער איך טויג נישט דערצו.״
***
דורך דעם וואס מ׳האט אפגעזאגט דעם מאטעמאטיקס לעהרער פון ניִלס הענריק אבּעל, וויבאלד א סטודענט וואס ער האט געשלאגן איז געשטארבן אכט טעג שפעטער, האט מען אויפגענומען אלס לעהרער תחתיו בּערנט האָלמבּאָ. ער האט שטארק געמוטיגט אבּעל צו גיין ווייטער אין זיינע שטודיעס און דאדורך איז ער געשטיגן.
ער איז דער וואס האט געוואוזן אז מ׳קען נישט סאַלוון א קווינטיק, א פּאלינאמיעל וואס די העכסטע דעגרי/עקספּאָנענט דערין איז 5, אזוי ווי מ׳קען צב״ש סאַלוון א קוואַדרעטיק, וואס איר העכסטע עקספּאָנענט איז נאר 2. וע״ע כאן.