Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

קאווע שטיבל • הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
285 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12764
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:27 pm#418322
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
בילד

א פראגע וואס עגבערט מיר שוין מיום שעמדתי על דעתי. די פראגע איז נישט מיינע און נישט קיין נייע, און האט שוין דורכגעמאכט א סך גלגולים. עס איז גראדע געפרעגט געווארן פון א מענטש וואס האט גערעדט פנים אל פנים צו ג-ט. און דאס איז, פארוואס פאסירן שרעקליכע יסורים פארן מענטש? איך וויל דא נעמען מיין קשיא אויף א טריט ווייטער, אבער נישט איידער איך וועל אדרעסירן די קשיא וויאזוי די וועלט פרעגט, און ענטפערט עס.

למה פורעניות באין לעולם? פון די סאמע טיפסטע קשיות וואס פלאגט דעם מענטש. באמת האט דאך שוין משה רבינו געפרעגט די קשיא פון ג-ט: "הודיעני נא את דרכיך", משה האט זיך בעיקר באצויגן צו די תופעה "פון צדיק ורע לו". אויף דעם האט אים ג-ט גענטפערט: "כי לא יראני האדם וחי" - קענסט דאס נישט וויסן.

משה רבינו האט דאך אבער דאס נישט אויסגעהאלטן, והתעקש יא צו וויסן. פארוואס לייגט פרעה אריין קליינע קינדער צווישן ציגל? עס איז דאך שרעקליך. אויף דעם האט אים ג-ט געענטפערט: "אתה רוצה להציל ילד? קח אותו, משה הציל ילד מיכה שמו, כשגדל מיכה, הוא חטא והחטיא את הרבים".

פארשטייט זיך אז די קשיא וואס קומט באלד אין מחשבה איז, הזאת בחירה חופשית?

איך וועל אבער נישט אריינגיין אין די ענדאלזע ציקל פון קשיות איבער ידיעה ובחירה, נאר איך וועל מיך האלטן צו די "תופעה פון למה פורעניות באין לעולם".

דער בעסטע ענטפער וואס מען געבט דערויף (אויסער די טעאריעס הגלגול) איז: "שוועריקייטן בויען דעם מענטש".

באקאנט וואס דער חובת הלבבות שרייבט, אז א קליין קינד באקומט אן אויער אינפעקציע אז ער/זי זאל זיך קענען צוגעוואוינען צו די סדר העולם פון פרעניות און שווערקייטן. אויב א מענטש וואלט קיינמאל געהאט קיין שוועריקייטן אדער יסורים וואלט דער וועלט נישט געקענט אנגיין. אויב א מענטש באקומט נישט קיין עמיונישען-שאטס, איז ער מער אויסגעשטעלט צו קרענק. ער מוז זיך לאזן שטעכן, כדי זיין גוף זאל זיך אויסלערנען קעמפען קעגן חולאים. אויב א מענטש זאל נישט זיין אויסגעשטעלט צו שוועריקייטן אדער קרענק, וואלט ער נישט געגעבן קיין רויטן דעקל איבער וואס ער טוט, אדער עסט. אויב איז מען נישט אויסגעשטעלט צו קיין קרענק אדער אבסטעקלס, איז מען אויסגעשטעלט צו אלעס וואס מען גליסט נאר, אנגעהויבן פון: רציחה, זנות, גניבה, נישט ארבעטן וכו'. בדרך כלל רעכנט זיך די טבע העולם אפ מיט די פעולות פונעם מענטש. אויב עסט מען שלעכט, ווערט מען קראנק, אויב מען טאנצט אראפ פון א וואלקן קראצער ווערט מען אויס. יסורים שטארקן די מענטש, האלט דעם מענטש אין באלאנס, אז ער זאל קענען באלאנגן צו די טבע וסדר העולם.

דאס איז אין קורצן דעם אלגעמיינער ענטפער וואס איז דא אויף למה יסורים באים. מען קען טרעפן בערך די סארט ענטפער אין כמעט יעדן ספר אדער בוך, יעדער בסגנון שלו, ובנופח שלו.

וכאן הבן שואל, עד היכן תכלית היסורים?

איך ווייס אויכעט אז אן אבסאלוטע ענטפער איז נישט פארהאנען. מי לנו גדול פון ג-ט אליין וואס האט געענטפערט "כי לא יראנו האדם וחי". יעדער סארט ענטפער וואס איז נאר פארהאנען, זענען נאר טעאריעס וואס פראבירן אביסל צו לינדערן די שמערצן פונעם ברומענדן נפש. ווייל מיר ווייסן קוים פארוואס מיר עקזעסטירן בכלל.

איידער איך קום צו די תכלית פון מיינע שורות, איז קודם וויכטיג צו ציטירן אן אנדערע ענטפער וואס מען טרעפט בעיקר אין מיסטישע ספרים. אית דין ואית דיין, וואס איז דאס דין? מה זה עונש? מה זה גיהנם? איז דא טאקע א פיזישע טויטליכע גיהנם וואס ווארפט מערדעליכע פינקן פייער? איז דא אבער א טעאריע פון תלמידי בעש"ט ועוד, אז עונש מיינט די אפוועזענהייט פון גוטס, אדער די אנערקענונג פונעם אמת טוט שטארק מעניש זיין די געוויסנביסן, נאך וואס ער האט פארשווענדעט א לעבן פון שקר און שלעכטס. דאס טייטשט, אז גיהנם און עונש איז אבסטראקט, און נישט פיזישע יסורים כפשוטו.

לדעתי איז דאס אבער א גאר שוואכע טעאריע, וויבאלד איך זע אז מענטשן גייען דורך גיהנם אויף די וועלט. עס איז דא כל מיני צרות מכאובים ויסורים ל"ע, זע איך פון דעם אז ג-ט איז יא אומשטאנד אריינצוווארפן א מענטש אין א שרעקליכע הייסע פייער בעולם הבא, אדער עכ"פ עפעס וואס איז עקוויוועלענט צו פייער אין א פיזישע געשטעל. עס איז נישט מער מסתבר צו זאגן אז די עקוויוועלענס צו פייער איז א פיינפולע אבסטראקטע עונש, ווי צו זאגן אז גיהנם מיינט פייער פשוטו כמשמעו, ווייל דאס פאסירט אויף די וועלט. נישט אז פייער כפשוטו איז יא מיושב על הדעת, אבער עס איז נישט ווייניגער מסתבר ווי אבסטראקטע עונשים, ווייל מיר זעען דאך דאס פאסירן בכל יום, שאין יום שאין קללתו מרובה מחברו.

ג-ט האט געוויזן פאר משה אז מיכה גייט זינדיגן, ובכן? לאמיר פאר א רגע אננעמען א ידיעה ובחירה איז אן אילוזיע, און מיכה וואלט זיכער יא געזינדיגט, דאן פארוואס זאל נישט ג-ט מאכן א מיכה זאל נישט האבן געזינדיגט? וואס טוט זיך מיט אלע אנדערע קינדער אין די ציגל, האבן זיי אלע אויך געזינדיגט צום סוף?

אויב מוזן קומען יסורים אויף די וועלט צו האלטן דעם מענטש אין באלאנס, דאן פארוואס דארפן קליינע קינדער האבן יסורים? נישט סתם יסורים נאר שרעקליכע יסורים?

איך האב נישט קיין תערומות אויף ג-ט ב"ה, נאר איך פרעג כבן המתחטא לאביו, הודיעני נא את דרכיך.

עס איז דא א טיפישע ליין פון בעלי דרשנים, דו האסט ליב דיין קינד? זיכער, האב איך אים ליב! דאן דער אייבערשטער האט דיך טויזענט מאל מער ליב ווי דו האסט ליב דיין קינד. דאס איז אמת, ווייל איך זע דאך די מיליאנען חסדים עד אין סוף, אבער עס איז זייער שווער צו ריזעמבלן א טאטע פון בלוט און פלייש צו א ג-ט, ווייל איך וואלט נישט פארברענט מיין זין, און אים נישט געגעבן קיין שרעקליכע יסורים. איך וואלט אים געקענט געבן לייכטע יסורים ווי א שטאך פון א נידל, אבער איך וואלט אים אויף קיין שום פאל נישט געגעבן שרעקליכע יסורים. אויב ג-ט ברוך הוא דארף געבן שרעקליכע יסורים פאר א מענטש, כדי צו ראטעווען זיין לעבן, דאן קען ער דאך טוישן די סדרים. אויב איז נישטא קיין בחירה דאן מאך ער זאל נישט דורכפאלן, און אויב איז יא דא א בחירה פארוואס דארף די סדר זיין ברוטאלע יסורי הנפש והגוף?

וויאזוי האט דזשארדש קארלין געזאגט: He didn't meet my needs, Really? Then drop some of your needs.

עס איז אמת אז מיר זעען נאר א קליין בילד פון די גרויסע בילד, און אויב וואלטן מיר געהאט די ספירוטאל-קעפעסעטי וואלטן מיר פארשטאנען זאכן אנדערש. אבער פארוואס מוז די סדר העולם זיין דורך הימל-שרייענדע קרענק פאר קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא אא"וו, אז דער סדר זאל שטימען?

אויב זענען דא עונשים צו אויפוועקן מענטשן, זענען אבער די עונשים אייניג צו די זינד? ועוד, א מענטש האט קאנדישענס וואס פירן אים צו טון זאכן, צו איז דאס נאטור, סביבה, סיבה, שטות, נסיונות, אונס. עס איז נישט פארהאנען קיין מענטש "שידע ומעל בזדון".

איך האב אמאל געהערט א טעאריע פאר די וואס גלייבן אז עס איז דא נאך א וועלט, אז "שוועריקייטן" איז די גרעסטע צייכן אז עס איז דא נאך א לעבן נאכן טויט. אויב איז די תכלית נאר די וועלט און גארנישט מער, דאן וואס איז די תכלית פון באשאפן א מענטש, אים געבן גוטע זאכן צוזאמען מיט בלוטיגע שלעק? אויב ענדיגט זיך די וועלט דא, דאן געב אים כל מילי דמיטב, פארוואס דארפסטו אים אומזיסט פייניגען?

צו ליינען אין א PDF פארמעט. קליקט דא
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:39 pm#418323
איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, פונקטליך וועלכע חלק אין די בריאה איז מחייב אז ס'זאלן נישט זיין קיין שוועריקייטן?
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 10:51 pm#418324
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא, פונקטליך וועלכע חלק אין די בריאה איז מחייב אז ס'זאלן נישט זיין קיין שוועריקייטן?

אפשר עלעבערירסטו אביסל מער דיין קשיא.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:23 pm#418328
דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:24 pm#418329
.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:42 pm#418331
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).

אויב דיין ענטפער אויף שוועריקייטן איז: פארוואס נישט? דאן דארף דאס אויך געבויעט זיין אויף עפעס הנחות יסוד פארוואס נישט נישט צו געבן שוועריקייטן...
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:44 pm#418332
.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 11:46 pm#418333
מיין הנחת יסוד איז אז דו פרעגסט נישט קיין קשיות אן קיין הנחת יסוד, און פארדעם האב איך טאקע צוגעלייגט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:(אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 12:37 am#418336
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו פרעגסט "פארוואס זענען דא שוועריקייטן?" פרעג איך "פארוואס נישט?". א קשיא דארף זיין געבויעט אויף עפעס א הנחת יסוד, קענסט נישט סתם אזו פרעגן "פארוואס קענען מענטשן נישט פליען"? (אפשר יא? אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט).

אויב איר האלט אז די וועלט האט נישט קיין תכלית זייט איר גערעכט. אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות
אגב ניוטאן האט געפרעגט פארוואס פאלט נישט די לבנה אראפ און פון די נארישע קשיא איז ארויסגעקומען גראוויטי
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 12:55 am#418338
גדליה האט געשריבן:אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות.

וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?

אגב, ניוטאנ'ס קשיא איז נישט געווען סתם אין די וועלט אריין, די קשיא איז געווען פארוואס א שטיין פאלט יא אראפ און די לבנה נישט. ווען אלעס וואלט געשוועבט אין די לופט, וואלט עס טאקע געווען א נארישע קשיא.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 12:59 am#418340
ווייל אויב סאיז דא א ציהל איז דא איינער וואס האט אויסגעשטעלט די ציהל נו וואס באשאפט ער דערינען זאכן וואס שטערען זיין ציהל
וועלכע קאר מעקעניק גייט בכוונה אריינלייגען זאכען וואס שטערען די פונקציעס פון די מאשין
יעצט ביי א מענטש מאכט זיך טעותים, אבער ביי א איבערנאטורליכע כח איז דאך נישטא אזא זאך
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:01 am#418342
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אבער אויב סאיז דא עפעס א ציהל אין לעבען ווערט דאך שווער פארוואס די בריאה איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז סאיז דא אסאך שטערונגען צוצוקומען צו עפעס ממשות.

וואס האט איינס מיט'ן צווייטן?

אגב, ניוטאנ'ס קשיא איז נישט געווען סתם אין די וועלט אריין, די קשיא איז געווען פארוואס א שטיין פאלט יא אראפ און די לבנה נישט. ווען אלעס וואלט געשוועבט אין די לופט, וואלט עס טאקע געווען א נארישע קשיא.

ווען אלס וואלט געשוועבט אין די לופט ווי מהאט געמיינט פאר ניוטאן (תולה ארץ על בלימה) וואלט אויכעט שווער געווען פארוואס אלעס שוועבט (אוודאי מיר ווייסען די תירוץ, במאמר פיו של הקב"ה, באוועגלאזע באוועגער בנוסח אריסטוטל)
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:11 am#418345
איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:17 am#418348
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
הרב גדליה: כ'האב זייער הנאה פון די וועג ווי אזוי דו ברענגסט ארויס די קשיא. אבער אן אריינגיין אין א טיפע שמועס פינקטלעך איבער פרטיות פון יסורים וואס יעדער וועט מודה זיין אז ס'איז ענדלויז און קיינער האט נישט א תירץ דערויף איבער די דעטאלן.

אבער אויפן עצם געדאנק פון יסורים איז דא מערערע תירוצים, (מיר געפעלט נישט קיין איין ווייל סוכ"ס יסורים טוט וויי און מ'זוכט נישט קיין עקסקיוזעז דערויף) אבער למען השמועס, וואס כ'האב געזעהן און געהערט מפי ספרים וסופרים איז אזוי בקיצור נמרץ.

ווען אדם הראשון (מיט אלע נשמות וואס זענען נכלל אין אדם הראשון) האט אפגעמאכט צו עסן פונעם עץ הדעת און ער האט בוחר געווען צו זיין א בוחר, דאן איז ער געפאלן אין מדרגה צו די נידריגסטע וואס איז שייך, כדי ארויף צו קריכן צום העכסטן וואסי שייך און אזוי ארום צו באקומען דעם מערסטן שכר וואסי שייך. אבער בחדא מחתא האט ער אויך גענומען אויף זיך יסורים וואסי איין פעקעדזש מיט שכר, אויב קריכט ארויף באקומט מען שכר אויב פאלט באקומט מען יסורים כדי צוריק ארויף צו שטיפן דעם מענטש ס'קען זיין אז דאס עצם פאלן איז א חלק פון יסורים און דאס ארויפגיין איז א חלק פונעם שכר, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער גרעסטער שטיפער אויף ארויף איז יסורים (באשעפער אינז האבן שוין געהאט איבער גענוג דערפון אינז ברויכן נישט מער) אבער עכ"פ ס'קען זיין אז דאס איז דער געדאנק דערפון.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:27 am#418349
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.

איך חאפ נישט די ממה נפשך
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:33 am#418357
אף אני אענה חלקי:

אמאל מאכט זיך אז מען דרייוט א לענגערע שטרעקע אינמיטן די נאכט, אליינס, און מען הייבט אן ביסלעכוייז צו דרימלען.
די קאר ריקט זיך נענטער צום עק פינעם ראוד און איז און א סכנה אינגאצן אראפצופאלן און צישמעטערט ווערן.

מיטאמאל שפירט מען אז די קאר ווייברעיט ווילדערהייט און מען געט זיך א כאפ אויף ווי פון א בייזן חלום.

וואס איז געשען?

די הייוועי האט און די זייט ספעציעל געבויטע קליינע באמפס, אז טאמער פארקריכט מען, זאל מען זיך כאפן געשווינד און צוריק גיין אויפן דרך ווי מען דארף גיין, און אנקומען בשלום.

א מענטש האט א תכלית און א ציל וואס ער דארף אויף דער וועלט עקאמפלישן.נישט יעדער האט דעם זעלבן ציל. ניין, נישט יעדער איז דא מיטן תכלית צו זיין א דיין און טון וואוילע שידוכים וכו. סארי, יעדער איז דא צו ערפילן א געוויסע שליחות.

פון וואנעט ווייסט איך מיין שליחות, מען האט מיר נישט געגעבן קיין הענדבאוק?

עס קימען טשעלענדשעס אזוי ווי די קריצן ביים ראוד, און מען דארף זיך לאזן פירן צום ריכטיגן תכלית.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:49 am#418360
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין איך הייב אן צו כאפן די קשיא. די קשיא איז געבויעט אויף דריי הנחות:
א. די בריאה האט א ציל.
ב. איך ווייס וואס די ציל איז.
ג. איך זע ווי ס'גייט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג.
איז ממה נפשך, אויב קאממאן סענס מיינט עפעס ביי דיר, על כרחך איז איינס פון די צוויי ערשטע הנחות פאלש.
אויב נישט, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות וואס זענען געבויעט אויף קאממאן סענס, אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, הכל הבל הבלים.

די בריאה קען האבן א ציל.
איך קען אויך וויסען וואס איז דער ציל.
איך קען אויך וויסען אז סדא איינער וואס האט געמאכט דעם ציל.
איך קען אויך פארשטיין וואו אזוי דאס העלפט דער ציל.
אבער וואס מיין קליין שכל פארשטייט נישט פארוואס מיז די ציל זיין דוקא זיין אויף אזא אופן אין נישט אנדערש.
קימט קאמען סענס און זאגט מיר אז מיין שכל איז באגרעניצט, און מיז נישט דאס פארשטיין.

אז איך ווייס אז איך בין א נברא, זאגט מיר קאמען סענס אז מיין שכל איז סך הכול א "קאנסטראקט" , א געוויסע program און זעט זאכן נאר וואו אזוי די programmer האט דאס געמאכט און וואס איך זעה מיז בכלל נישט זיין וואס ס'איז. ס'קען מיר אויסקיקען שלעכט ווייל אזוי זאגט מיין software אבער דאס איז בכלל נישט דאס וואס ס'איז.

אבער רביה"ק דו ביסט גערעכט, די קשיא וואס עגבערד די מענטשהייט "פארוואס געשעט שלעכטס צי גיטע מענטשען" איז נאר שווער אויב איך האב די הנחה אז יש מנהיג לבירה.
די סיבה פארוואס דער נישט גלויביגער פרעגט אויך די קשיא שטילערהייט, פארוואס ער ווערט ציטרייסעלט ווען ס'קימט א צאנאמי, איז ווייל טיף אין די סייקי פין דער מענטש (זאגט אים אויך קאמען סענס) אז יש מנהיג לבירה.
אינסטינקלי, ערווארט דער מענטש ס'זאל זיין סדר און די בריאה, זאכן זאלן מאכן סענס. גאנץ סייענס איז געבויט אויף די הנחה.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 10:29 am#418362
הקטן האט געשריבן:קימט קאמען סענס און זאגט מיר אז מיין שכל איז באגרעניצט, און מיז נישט דאס פארשטיין.

אז איך ווייס אז איך בין א נברא, זאגט מיר קאמען סענס אז מיין שכל איז סך הכול א "קאנסטראקט"

הוא אשר דברנו, די זעלבע חשבון איז אויך גילטיג ביים אוועקשטעלן די ערשטע צוויי הנחות, ביזט דאך מודה אז דו פארשטייסט נישט אלעס.

"איש בער לא ידע, וכסיל לא יבין את זאת", דעם 'זאת' פארשטייט ער נישט, כאילו ביז דא איז אלץ פארשטאנדיג..
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 10:48 am#418373
מיין קאמען סענס זאגט נישט אויב איך פארשטיי נישט אלעס מיז זיין אז איך פארשטיי גארנישט.
דיין קאמען סענס זאגט יא אזוי?

למשל, אויב זאל איך פארשטיין אז די סיבה פארוואס מען לייגט אריין gas אין א קאר איז כדי דאס זאל קענען פארן אבער איך וועל נישט פארשטיין גענוי וואו אזוי א קאמבאסטשען ענג'ען, א מאטאר, ארבעט זאגט דאס אז איך פארשטיי גארנישט? מיר קענען אפילה שווער זיין אויב מען לייגט אריין gas ווערט דאך די קאר מער שווער, נאך אלץ קען מיין קאמען סענס שלום מאכן מיט דו הנחה אז דער מעקעניק האט געמאכט אז די קאר זאל ווערן געטריבען דארך gas.

בדוו אויב זאל איך אנעמען אז ס'איז נישט דא קיין מנהיג לבירה, נישטא דא קיין סדר, איז פארוואס זאל נישט זיין יסורים? זאגט מיין קאמען סענס אז אויך קאמען סענס מיינט גארנישט!
קאמען סענס, האט נאר א ווערט ווען ס'איז דא א קנאנסטראקטער צי די "קאנסטראקט", נישט אויב דאס איז א "רענדעם" אנלויפעניש
דאס אז דו האסט די אינסיטקט צי ניצען קאמען-סענס ווייזט אויך אז אינעטלי ערווארט דער מענטש סדר.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 10:50 am#418374
הקטן האט געשריבן:מיין קאמען סענס זאגט נישט אויב איך פארשטיי נישט אלעס מיז זיין אז איך פארשטיי גארנישט.
דיין קאמען סענס זאגט יא אזוי?
אוודאי אזוי. הוכיח סופו על תחילתו.

עכ"פ, איך ווייס נישט וואס די תכלית פון די בריאה איז, איך ווייס ניטאמאל צו ס'האט בכלל א תכלית, ממילא איז מיר גארנישט שווער.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:47 am#418376
איך וואלט אויך נישט געוויסט צי ס'האט א תכלית צי נישט, ווען נישט גאט זאגט דאס צי זיינע נביאים אין תנ"ך.

ס'איז אויך אינטערעסאנט צי באמערקען אז טוף אין די סייקי פין מענטש זיכט ער תכלית
“To Live, To Love, To Learn, To Leave a Legacy”
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:48 am#418377
איך דארף דאנקען גאט אז ער האט מיר נישט אויסגעזאגט די תכלית פון די בריאה, אזוי האב איך נישט קיין קשיות.

שלא עשני Evangelical.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 12:27 pm#418382
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הרב גדליה: כ'האב זייער הנאה פון די וועג ווי אזוי דו ברענגסט ארויס די קשיא. אבער אן אריינגיין אין א טיפע שמועס פינקטלעך איבער פרטיות פון יסורים וואס יעדער וועט מודה זיין אז ס'איז ענדלויז און קיינער האט נישט א תירץ דערויף איבער די דעטאלן.

אבער אויפן עצם געדאנק פון יסורים איז דא מערערע תירוצים, (מיר געפעלט נישט קיין איין ווייל סוכ"ס יסורים טוט וויי און מ'זוכט נישט קיין עקסקיוזעז דערויף) אבער למען השמועס, וואס כ'האב געזעהן און געהערט מפי ספרים וסופרים איז אזוי בקיצור נמרץ.

ווען אדם הראשון (מיט אלע נשמות וואס זענען נכלל אין אדם הראשון) האט אפגעמאכט צו עסן פונעם עץ הדעת און ער האט בוחר געווען צו זיין א בוחר, דאן איז ער געפאלן אין מדרגה צו די נידריגסטע וואס איז שייך, כדי ארויף צו קריכן צום העכסטן וואסי שייך און אזוי ארום צו באקומען דעם מערסטן שכר וואסי שייך. אבער בחדא מחתא האט ער אויך גענומען אויף זיך יסורים וואסי איין פעקעדזש מיט שכר, אויב קריכט ארויף באקומט מען שכר אויב פאלט באקומט מען יסורים כדי צוריק ארויף צו שטיפן דעם מענטש ס'קען זיין אז דאס עצם פאלן איז א חלק פון יסורים און דאס ארויפגיין איז א חלק פונעם שכר, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דער גרעסטער שטיפער אויף ארויף איז יסורים (באשעפער אינז האבן שוין געהאט איבער גענוג דערפון אינז ברויכן נישט מער) אבער עכ"פ ס'קען זיין אז דאס איז דער געדאנק דערפון.

עס איז דא א קלאסישער דעבאטע, וואס איז דא מער אויף די וועלט, טוב אדער רע? וואס איז איבערוויגענד, די גוטס אדער שלעכטס?

וויפיל מענטשן וואלטן מסכים געווען צו באקומען 5 ביליאן דאלער אבער בתנאי אז מען ווערט בלינד?

די תורה פון אדם הראשון איז שיין פאר א שלש סעודות תורה, אבער בארואיגט נישט דעם מענטש אויף קיין שום פאל. וואס האט א מענטש פון די גוטס אויב ער האט אזויפיל שלעכטס? דאס איז טאקע די טערעפי פון אפטימיסטישע מענטשן, און מענטשן מיט א עין טובה, זיך צו אויסלערנען צו קוקן מער אויף אויף די גוטס, ווייל מיר זענען דאך טאקע באשאנקן מיט אזויפיל גוטס. און קיינער וועט נישט האבן קיין טענות פארוואס עס קומט זיך אים אזויפיל גוטס (ווייל עס קומט דאך אים..) אבער שלעכטס וועט אייביג ארויסשטארן, אפילו עס איז לאמיר זאגן ווייניגער.

מיר זוכן תירוצים וואס קענען אונז בארואיגן. ואם תמצא לומר אז וויבאלד אדם הראשון האט געזינידיגט דערפאר איז דא די סיסטעם פון יסורים, איז דאך דאס די קשיא, פארוואס? פארוואס האט דאס ג-ט געמאכט אדער צוגעפירט מיט די סדר?

פארוואס האט ג-ט געמאכט אז חיות פארציקן זיך איינער דעם צווייטן צו באקומען עסן? עס טוט דאך מורא'דיג וויי. איך גלייב אז ג-ט איז א א-ל רחום וחנון, אבער עס איז כמעט אוממעגליך דאס צו זען דורך יסורים.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:26 pm#418385
פונקט פאריגע וואך אין תורה אור:

וצריך לגלות אוצר של יראת שמים ע"י שמשים נפשו כעפר לכל. ועי"ז יקרע המסך שעליו שהוא נמשך מבחי' גסות הרוח שמחמת גסות רוחו שמחשיב א"ע ליש ודבר בפ"ע הוא מתאוה תאוה וחפץ הוא שימלא רצונו דוקא. וצריך הוא לבטש גסות רוחו ועד"ז הוא יסורי עוה"ז הבאים לאדם כי לא מחמת עונש אינו ראוי לישב בשלות עוה"ז שהרי מצינו בנבוכדנצר (סנהדרין צו. ע"ש וע' ילקוט) בשביל שהלך ג' פסיעות לכבוד השי"ת פסקו לו מלוכה על כל העולם ולזרעו אחריו עד ג' דורות ואין לך אדם מישראל שלא כיבד המקום בכך וכל טוב עוה"ז כדאי הוא לו אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:22 pm#418391
אפשר איז אויך דער פשט ע"י שמשים נפשו כעפר לכל און איז נישט קיין דבר בפ"ע הוא וואס איז א מתאוה תאוה וחפץ הוא שימלא רצונו דוקא - האט ער בכלל נישט קיין יסורים
וואו ס'איז באקאנט פין די נובלת חכמה פין באדא
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:52 pm#418393
סאיז ווי איינער וואס וויל פילן א טעם פון פוטער אין די קצות, און וויל הנאה האבן פון אימקאמפלישד אין די נועם אלימלך...

יסורים מיט חכמה גייען צוזאמען, ווילסט פטור ווערן פון יסורים דאן לעב מיט געפיל, לאז אפ די שכל מיט חכמה, פארנעם דיין טאג מיט ביזי סקעדזשולס.

אז די גייסט מיטן דרך פון אבן עזרא און איוב וועסטו זיך טובל'ן אין יסורים, וועסט זיך קאכן מיט'ן וועלט מאכער וועט ווי די שווייץ וואס גייט אויס אין מצה באקן אנשטאט אנדערע מהלכים, אויך די יסורים דארט ארויסגיין, און נאך פארדינען פעולות ותחבולות
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:22 am#418440
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.

און וואס טוט זיך נאכדעם וואס ער ווערט שוין א נשפל ונכנע? די יסורים גייען אוועק?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:52 am#418445
פרייוויליג האט געשריבן:די תורה פון אדם הראשון איז שיין פאר א שלש סעודות תורה, אבער בארואיגט נישט דעם מענטש אויף קיין שום פאל. וואס האט א מענטש פון די גוטס אויב ער האט אזויפיל שלעכטס?

כמיין סאיז מער ווי סתם א תורה און לאודוקא א שייכות מיט אדם הראשון.דו געדאנק איז, קיין שום זאך עקזיסטריט נישט נאר אויב מיר זענען מכיר דאס פארקערטע. למשל אויב וואלט מיר נאר געוויסט פון איין געוויסע דעגרי היץ/קעלט וואלט מיר בכלל נישט געווען aware פון די מושג temperature. אזוי איז מיט יעדע זאך (חוץ גאט). ועוד די רגע סאיז דא דבר והפיכו איז דא א ספעקטרעם.
לנמשל יסורים מיז זיין אויב ווילן מיר הנאה.
יעצט קענסטו פרעגן צוויי שאלות וואס איך ווייס נישט דו קלארער ענטפער. 1 די טבע וואלט געקענט זיין אנדערשט, סזאל יא זיין גוטס אן שלעכטס? , כמיין אז סאיז נישט ריכטיג געפרעגט , דו רגע מיר זעען גוטס אונעם זעלבען ספעקטרעם מיט שלעכטס , איז נישט שייך צי פארלאנגען דו טוב אבער נישט מיט'ן גאנצן מהות.
2 שאלה וואס מענטשען טענהן אויב איז גוטס און שלעכטס איינס, איז לא מדבשך ולא מעקצך.
איוף דעם פרעג איך וויפיל מענשטען וואלטן ענדערשט געוואלט זיין א שטיין אדער א בהמה ווי איידער א קאנשטעס ביאינג?
בכלל זעסטו עידן טאג ווי מענשטען נעמען אויף זוך יסירים כדי צי האבן דו הנאה דערנאך. יעדע מענטש וואס גייט אריין אין ביזנעס, אדער נעמט א דזשאב, יעדער מענטש וואס איז מחליט צי בשאפן א קינד.
איך כאפ מיך יעצט דו עיקר פראבלעם איז נישט דו יסירים אדער רע וואס עקזיסטריט , סאיז דו unproportional רע vs טוב.

דאס פארשטיי איך נישט, מער א פראקטישע פראבלעם.
מענטשען רעדן זוך אפ אויף גאט אז דו וועלט טויגט נישט , סדא א געוואלט מיט שיט, ווי אזוי קען דער זעלבע מענטש גיין און באשאפן א קינד. ער טוט דאך ממש דאס זעלבע.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:24 am#418450
שמעקעדיג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.

און וואס טוט זיך נאכדעם וואס ער ווערט שוין א נשפל ונכנע? די יסורים גייען אוועק?

רובא דרובא שוועריקייטן גייען אוועק.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:27 am#418451
נולד מאוחר האט געשריבן:מענטשען רעדן זוך אפ אויף גאט אז דו וועלט טויגט נישט , סדא א געוואלט מיט שיט, ווי אזוי קען דער זעלבע מענטש גיין און באשאפן א קינד. ער טוט דאך ממש דאס זעלבע.

:like :like :like

עיין כאן ותמצא נחת.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:02 pm#418479
נולד מאוחר האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די תורה פון אדם הראשון איז שיין פאר א שלש סעודות תורה, אבער בארואיגט נישט דעם מענטש אויף קיין שום פאל. וואס האט א מענטש פון די גוטס אויב ער האט אזויפיל שלעכטס?

כמיין סאיז מער ווי סתם א תורה און לאודוקא א שייכות מיט אדם הראשון.דו געדאנק איז, קיין שום זאך עקזיסטריט נישט נאר אויב מיר זענען מכיר דאס פארקערטע. למשל אויב וואלט מיר נאר געוויסט פון איין געוויסע דעגרי היץ/קעלט וואלט מיר בכלל נישט געווען aware פון די מושג temperature. אזוי איז מיט יעדע זאך (חוץ גאט). ועוד די רגע סאיז דא דבר והפיכו איז דא א ספעקטרעם.
לנמשל יסורים מיז זיין אויב ווילן מיר הנאה.
יעצט קענסטו פרעגן צוויי שאלות וואס איך ווייס נישט דו קלארער ענטפער. 1 די טבע וואלט געקענט זיין אנדערשט, סזאל יא זיין גוטס אן שלעכטס? , כמיין אז סאיז נישט ריכטיג געפרעגט , דו רגע מיר זעען גוטס אונעם זעלבען ספעקטרעם מיט שלעכטס , איז נישט שייך צי פארלאנגען דו טוב אבער נישט מיט'ן גאנצן מהות.
2 שאלה וואס מענטשען טענהן אויב איז גוטס און שלעכטס איינס, איז לא מדבשך ולא מעקצך.
איוף דעם פרעג איך וויפיל מענשטען וואלטן ענדערשט געוואלט זיין א שטיין אדער א בהמה ווי איידער א קאנשטעס ביאינג?
בכלל זעסטו עידן טאג ווי מענשטען נעמען אויף זוך יסירים כדי צי האבן דו הנאה דערנאך. יעדע מענטש וואס גייט אריין אין ביזנעס, אדער נעמט א דזשאב, יעדער מענטש וואס איז מחליט צי בשאפן א קינד.
איך כאפ מיך יעצט דו עיקר פראבלעם איז נישט דו יסירים אדער רע וואס עקזיסטריט , סאיז דו unproportional רע vs טוב.

דאס פארשטיי איך נישט, מער א פראקטישע פראבלעם.
מענטשען רעדן זוך אפ אויף גאט אז דו וועלט טויגט נישט , סדא א געוואלט מיט שיט, ווי אזוי קען דער זעלבע מענטש גיין און באשאפן א קינד. ער טוט דאך ממש דאס זעלבע.

דו שרייבסט זייער גוט, און דו האסט דאס גוט ארויסגעברענגט.

סאיז ביידע, סיי די unproportional רע ווערסעס טוב, און בכלל די עקסעסיוו נומער פון שלעכטס בפני עצמו.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:03 pm#418480
שמעקעדיג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.

און וואס טוט זיך נאכדעם וואס ער ווערט שוין א נשפל ונכנע? די יסורים גייען אוועק?

קוק די גאנצע שטיקל און טריי צי פארשטיין
ע"י שמשים נפשו כעפר לכל. ועי"ז יקרע המסך שעליו שהוא נמשך מבחי' גסות הרוח שמחמת גסות רוחו שמחשיב א"ע ליש ודבר בפ"ע הוא מתאוה תאוה וחפץ הוא שימלא רצונו דוקא.

כדי מסביר צי זיין לאמער א מניט רעדן נישט פין פיזישע יסורים, נאר איידער גייסטישע. (פיזיש איז די זעלבע זאך)

די דעפענישען פין יסורים איז, איך בין א יש, איך וויל עפעס, אין ס'גייט נישט וואו אזוי איך וויל.
די איך די יש איז די שילד אין אלע סארט יסורים - אן קיין יש איז נישטא קיין יסורים.

אסך קענען מענטשען (אידן אין גוים) וואס זענען מדוכא ביסורים און זענען די פרייליכסטע מענטשען אויף דער וועלט (אן סמים)

זייער אסך פין זיי דאנקן זייער יסורים פאר זיי שטעלן אויפן פיס, דאנקן זייער יסורים פאר זיי עפענען צי א וועלט וואס איז פיל העכער און געשמאקער פין זייער אייגענע זוך

צי די יסורים גייט אוועק? ווייס איך נישט, אבער די priorities טוישן זיך!
יקר בעיני ה' רעדט אסך מער צי זיי!
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:07 pm#418482
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.

און וואס טוט זיך נאכדעם וואס ער ווערט שוין א נשפל ונכנע? די יסורים גייען אוועק?

רובא דרובא שוועריקייטן גייען אוועק.

ווען מנוצט ווערטער ווי 'נשפל ונכנע', גייט מען אריין אין די טערעטאריע פון צדיק ורע לו, און דאס איז א שמועס פאר זיך. ווייל מיר זעען צאללזע מענטשן וואס זענען נשפלים ונכנעים ורע להם. מיר רעדן דא אבער בלויז פון רע בפני עצמו און נישט אויב דאס איז צדיק או רשע.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:00 pm#418497
פרייוויליג האט געשריבן:ווייל מיר זעען צאללזע מענטשן וואס זענען נשפלים ונכנעים ורע להם.

טאקע פארדעם האב איך געזאגט רובא דרובא.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:24 pm#418499
די אלע הסברים פארוואס ס׳איז דא יסורים זענען בערך אזוי ווי די תירוצים אויף ר׳ פרחיה׳ס קשיא
מ׳קען אלעס פארענטפערען מיט תירוצים ותירוצים שונים, די אונטערשטע ליין איז אז א מאמין וועט אייביג האבען הסברים פארואס ג-ט האט ממש נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט ברענגען די האלאקאוסט. צו די הסברים מאכען סענס איז א שאלה פאר זיך.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:33 pm#418501
גדליה האט געשריבן:די אלע הסברים פארוואס ס׳איז דא יסורים זענען בערך אזוי ווי די תירוצים אויף ר׳ פרחיה׳ס קשיא
מ׳קען אלעס פארענטפערען מיט תירוצים ותירוצים שונים, די אונטערשטע ליין איז אז א מאמין וועט אייביג האבען הסברים פארואס ג-ט האט ממש נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט ברענגען די האלאקאוסט. צו די הסברים מאכען סענס איז א שאלה פאר זיך.

א מאמין דארף נישט קיין הסברים!

א מאמין קען ניצען הסברים וואו אזוי ער קען מאכן סענס פין וואס ער מיט זיין קליין קעפעל קען פארשטיין.
משה רבינו האט זיך נישט שטראק ציקראצט ווען ג-ט האט אים נישט געהעריג גענפערט אויף "הודיעני נא דרכיך"
אויך האט ער נישט געווארן איבעראשט ווען ג-ט האט זיך ארויסגעדרייט ווען ער האט געפרעגט "זו תורה וזו שכרה" ?!?
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:43 pm#418504
שמעקעדיג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלא היסורים באים לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו וכמשארז"ל (ברכות ז) טובה מרדות א' כו' שכשעיניו רואות שיסורים באים עליו נשפל דעתו ונעשה נכנע והוא יקר בעיני ה'.

און וואס טוט זיך נאכדעם וואס ער ווערט שוין א נשפל ונכנע? די יסורים גייען אוועק?

אויב דו ווייסט אז ס'איז מן השמים און ביזט דיך מכניע צום גזר ה', פארשטייסטו אז די אפעראציע טוט טאקע זייער וויי, אבער ס'איז אלץ בעסער יא צו האבן די אפעראציע ווי ארומגיין אן דעם.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 2:55 pm#418507
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:די אלע הסברים פארוואס ס׳איז דא יסורים זענען בערך אזוי ווי די תירוצים אויף ר׳ פרחיה׳ס קשיא
מ׳קען אלעס פארענטפערען מיט תירוצים ותירוצים שונים, די אונטערשטע ליין איז אז א מאמין וועט אייביג האבען הסברים פארואס ג-ט האט ממש נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט ברענגען די האלאקאוסט. צו די הסברים מאכען סענס איז א שאלה פאר זיך.

א מאמין דארף נישט קיין הסברים!

א מאמין קען ניצען הסברים וואו אזוי ער קען מאכן סענס פין וואס ער מיט זיין קליין קעפעל קען פארשטיין.
משה רבינו האט זיך נישט שטראק ציקראצט ווען ג-ט האט אים נישט געהעריג גענפערט אויף "הודיעני נא דרכיך"
אויך האט ער נישט געווארן איבעראשט ווען ג-ט האט זיך ארויסגעדרייט ווען ער האט געפרעגט "זו תורה וזו שכרה" ?!?

אקעי אייער שיטה איז אז אלע שלעכטס האט נישט קיין הסברים. אבער די גאנצע אשכול איז געווידמעט צו זוכען הסברים אויף יסורים. אויף דעם ארויף האב איך מיך באצויגען.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:27 pm#418510
גדליה האט געשריבן:

גענוי. די סטעיטמענט אז א מאמין דארף נישט קיין הסברים, איז די הסבר פון א מאמין. צו זוכן סיבות אויף נישט צו פארשטיין איז דא גענוג און נאך. אלץ איז די סברה פון "דו קענסט דאס נישט פארשטיין" דער בעסטע ענטפער.

ווי איך האב געשריבן אין מיין ערשטן תגובה, אז א געהעריגע ענטפער איז נישטא, אבער איך וואלט ענדערש געגאנגען מיט א שוואכן הסבר ווי איידער דער הסבר פון "דו קענסט דאס נישט פארשטיין". ווייל צוצוקומען צו די "איני יודע" איז אן עבודה ויגיעה רבה עד מאד, פון ביטל היש און אמונה, וכדומה, אז זאך וואס רוב מענטשן קענען נישט באווייזן. אפילו דורך די לענס פון אמונה איז זייער שווער. ווייל איינער קען האבן א מורא'דיגן אמונה אין ג-ט ב"ה, אבער די קשיא טוט אים בלויז דערווייטערן פון ג-ט. ער קען נישט זען וויאזוי זיין ליבער באשעפער טוט זאכן שהמוח אינו סובלות.

איך האב אמאל געהערט פון איינעם וואס איז געליגן אין שפיטאל על ערש דוי, זיך געווארפן פון יסורים, דער איד איז געווען א עלטערע דורכגעווייקטע חסיד, און ער האט געשריגן קולות: רבוש"ע וואס האב איך דיך שוין שלעכטס געטון אז איך זאל אזויפיל ליידן..

עס איז זייער מעגליך אז דער ענטפער ליגט דארטן ווי דער ענטפער פון ידיעה ובחירה איז. עס איז אבסטראקט, מען קען דאס נישט איבערצייגן. א נביא האבן מיר נישט היינט, און פון די נביאים וואס מיר האבן געהאט איז געווען איינער וואס האט דאס אנגעפרעגט פון ג-ט, און ער האט אים געזאגט אז דו קענסט דאס נישט וויסן. סא לכאורה איז אומזיסט מיין זיכעניש. על אף כל אלה, ווען מיר שמועסן זיך צוזאמען קען איינער אמאל אריינווארפן א ליכט שטראל, וואס קען אביסל לייכטער מאכן די קשיא.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:28 pm#418511
הקטן האט געשריבן:משה רבינו האט זיך נישט שטראק ציקראצט ווען ג-ט האט אים נישט געהעריג גענפערט אויף "הודיעני נא דרכיך"
אויך האט ער נישט געווארן איבעראשט ווען ג-ט האט זיך ארויסגעדרייט ווען ער האט געפרעגט "זו תורה וזו שכרה" ?!?

גראדע האב איך איהם אמאל געפרעגט דערוועגן, ער איז נאך צוקראצט און איבעראשט ביזן היינטיגן טאג.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:29 pm#418512
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:משה רבינו האט זיך נישט שטראק ציקראצט ווען ג-ט האט אים נישט געהעריג גענפערט אויף "הודיעני נא דרכיך"
אויך האט ער נישט געווארן איבעראשט ווען ג-ט האט זיך ארויסגעדרייט ווען ער האט געפרעגט "זו תורה וזו שכרה" ?!?

גראדע האב איך איהם אמאל געפרעגט דערוועגן, ער איז נאך צוקראצט און איבעראשט ביזן היינטיגן טאג.

:lol:
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:30 pm#418514
אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".
בעיסיקלי אז סגייט נישט ווי איך וויל שפיל איך נישט די געים
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:41 pm#418520
גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".
בעיסיקלי אז סגייט נישט ווי איך וויל שפיל איך נישט די געים

איך האב אמאל געהערט א דרשה פון א פריערדיגער מגיד אויף אן ענליכע סיפור פון גמרא: וכו' וכו' ששוקלין בשרו במקולין אמר לפניו רבונו של עולם זו תורה וזו שכרה א"ל שתוק כך עלה במחשבה לפני ע"כ. די מלאכים האבן געהאט א גוטע טענה פונקט ווי אונז, זו תורה וזו שכרה? האט ג-ט ב"ה געזאגט: איר זענט אלע גערעכט, אבער נאך איין ווארט מאך איך חרוב די וועלט, טאקע וויבאלד איר זענט גערעכט. ווייל איך האב באשאפן די וועלט מיט א סיסטעם, אז אויב מען וויינט קומט השפעות, און רבי עקיבא האט געוויינט און דאס האט מהווה געווען די בריאה. סא ויאמר ה' אויב האט עטץ טענות מאך איך חרוב די וועלט מיט די סיסטעם פון געבעט.

וכאן הבן שואל, פארוואס דוקא די סיסטעם. מען קען פארשטיין אז מען דארף בעטן, וויינען, אבער פארוואס בשרו במקולין?

דער ענטפער:

כך עלה במחשבה לפני.

קיינער ווייסט נישט.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 3:45 pm#418522
פרייוויליג,
איך הער וואס איר זאגט. איהר זענט מודה אז עס זענען נישט דא קיין הסברים אבער איר ווילט פארט הערען עפעס.
די שאלה איז צו די אלע שוואכע הסברים מאכען נישט גרעסער די קשיא. ודו"ק
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 4:04 pm#418526
גדליה האט געשריבן:פרייוויליג,
איך הער וואס איר זאגט. איהר זענט מודה אז עס זענען נישט דא קיין הסברים אבער איר ווילט פארט הערען עפעס.
די שאלה איז צו די אלע שוואכע הסברים מאכען נישט גרעסער די קשיא. ודו"ק

כאב מורא אז עס מאכט עס יא שווערער.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:45 pm#418537
גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".

די וועג וואו אזוי איך לערען פשט
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו רע אדער יסורים באמת
וואס יא? ס'איז דא א בריאה א "פלעי" וואס בשעת מען איז אין טיאטער זעט דאס אויס יסורים
פארוואס א "פלעי" ? ווער האט פין די "פלעי"? נתאווה הקב"ה!
די פראפס וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם דירעקטער!
א קליגע פראפ וועט דאס פארשטיין א נערישע פראפ וועט זאגן אז דאס איז א קאפ-אט

ווילסט פארשטיין יסורים ? ווארט א מעניט אני מחזיר לתוהו ובוהו איך וועל עפענען די לייט און דו וועסט זען ס'איז נישט דא אזא זאך? דאס איז נאר געווען אויף די סקרין!
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:56 pm#418539

וויבאלד איך בין א פראפ וואס האט שכל, איך בין נישט קיין שטיין, טוט מיך וויי ווען מצושניידט מיך פאר די פלעי. איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער דירעקטער קען נישט שוינען מיינע הרגשות. אפילו איך קען נישט די סקריפט פון די פלעי, נאכאלס איז דאס יסורים. אפילו איך וועל יא פארשטיין די סקריפט וועלן די ווייטאגן נישט אוועקגיין.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:17 pm#418542
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".

די וועג וואו אזוי איך לערען פשט
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו רע אדער יסורים באמת
וואס יא? ס'איז דא א בריאה א "פלעי" וואס בשעת מען איז אין טיאטער זעט דאס אויס יסורים
פארוואס א "פלעי" ? ווער האט פין די "פלעי"? נתאווה הקב"ה!
די פראפס וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם דירעקטער!
א קליגע פראפ וועט דאס פארשטיין א נערישע פראפ וועט זאגן אז דאס איז א קאפ-אט

ווילסט פארשטיין יסורים ? ווארט א מעניט אני מחזיר לתוהו ובוהו איך וועל עפענען די לייט און דו וועסט זען ס'איז נישט דא אזא זאך? דאס איז נאר געווען אויף די סקרין!

וואס הייסט סאיז נישט דא אזא זאך ווי יסורים "באמת"? די לאגער אידען האבן נישט באמת געליטען יסורים?
וואס הייסט די וועלט איז ווי א פלעי. די וועלט איז נישט עכט? מיין וועלט זעהט אויס זייער עכט.
איך בין נאר א פראפ? וואס באדייטען די ווערטער? איך בין נישט קיין פיזישע מענטש מיט אייגענע מיינונגען און רצונות?
וואס הייסט אז מחזיר אתכם לתוהו ובוהו מיינט "עפענען די לייט"? וואס פאסירט ווען די לייט עפענט זיך? וואס ווערט דא נתגלה? און אויב אלץ ווערט תוהו ובוהו וועלן מיר דאך נישט עקזיסטירען, ווער וועט זעהן די לייט?
לאמיר שוין זאגען אז דאס איז א פלעי, זאלט איר מיר מוחל זיין טויזענט מאל אבער איך בין נישט גרייט צו ליידען יסורים כדי עפעס א דירעקטאר פון א פלעי זאל געניסען דערפון?
און וואספארא אכזר איז א דירעקטער וואס געניסט פון די יסורים פון לעבעדיגע באשעפענישן!
בקיצור די לאזונגען זענען זייער שיין אבער איך פארפעל צו כאפן וואס דאס האט מיט רעאליטעט.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:28 pm#418545
בכלל די גאנצע הסבר אז אויף יענע וועלט וועט מען אלעס פארשטיין מאכט נישט צופיל סענס. די יסורים זענען דאך אויף דעי וועלט, איז וואס העלפט מיך אז אויף יענע וועלט גייט זיין א הסבר.
אויף יענע וועלט ווי מען פארשטייט אלעס דארטען גייט מיך נישט אן אז ממאכט מיך יסורים ווייל כוועל דאך פארשטיין אלעס. נאר אויף די וועלט זאל מען מיך לאזען לעבען במנוחה.
דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:35 pm#418548
גדליה האט געשריבן:בכלל די גאנצע הסבר אז אויף יענע וועלט וועט מען אלעס פארשטיין מאכט נישט צופיל סענס. די יסורים זענען דאך אויף דעי וועלט, איז וואס העלפט מיך אז אויף יענע וועלט גייט זיין א הסבר.
אויף יענע וועלט ווי מען פארשטייט אלעס דארטען גייט מיך נישט אן אז ממאכט מיך יסורים ווייל כוועל דאך פארשטיין אלעס. נאר אויף די וועלט זאל מען מיך לאזען לעבען במנוחה.

די מחשבה אז אויף יענער וועלט אדער אז אין א געוויסע צייט, גייט מען דאס פארשטיין מאכט גראדע יא סענס. עס איז מסתבר אז אויב גיי איך קענען אמאל צוזאמען שטעלן געוויסע קאמפאנענטס אדער זאכן וואס איך האב נישט געוויסט וועל איך קענען פארשטיין למפרע פארוואס דאס האט פאסירט. אבער עס מאכט נישט אויס פאר די מאמענטאלע צייט. בעסער געזאגט, איינער וואס גלייבט אז כביכול איז א קל רחום וחנון, מוז אננעמען אז ער גייט דאס אמאל פארשטיין, עס מוז האבן א סיבה וואס איך פארשטיי נישט יעצט. אבער איך זיך זיך צו קענען ספראווענען אויף די וועלט איידער די סיבה קומט אן צו מיך.