מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:45 pm#418697
גדליה האט געשריבן:אקעי, ס׳איז נישט שיין וואס מ׳טוהט דא צו ג-ט.
ער טוט טאקע געוויסע נישט שיינע זאכען, אבער בדרך כלל פיהרט ער גאנץ א פיינע וועלטעל.
ער האט אייך אפילו צוגעשטעלט א אינטערנעט ווי מ׳קען לאכען און חוזק מאכען פון עם,
מי להשם אלי!
חס מלהזכיר אז איך האב איין רגע געהאט א מחשבה פון חוזק מאכן פון באשעפער! איך בין מגלה דעת הויך און קלאר: את אלקים אני ירא. הוא א-לי וחי גואלי וצור חבלי בעת צרה.
איך האב בעיקר געשריבן איבער די סתירות וואס אונזערע ספרים און מחנכים לערנען אונז אויס ביחס צו אונזער באשעפער, נישט אקעגן גאט אליינס, ח"ו. מי אנכי.
ביי מיר איז קלאר כי לא מחשבותי מחשבותיכם, וקדושתי למעלה מקדושתכם! גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מיר זענען נישט משיג זיין גרויסקייט און טיפקייט, קוים וואס זיין קליין באשעפעניש @הקטן בין איך משיג!
איך בין בטל ומבוטל פאר'ן יוצר כל, אתה שמחת לבנו וכל טובתינו, רצון עבדך לעשות נחת רוח, לך יוצר הכל ולערוך שיח. מי יתן ותשמח בפועל כפיך (פיוט מבעל החרדים).