א איד ברויך דאך אלץ צו ווארפן זיינע צוויי צענט, וועל איך אויך פרובירן.
בנוגע די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט זו תורה וזו שכרה, און כביכול האט גע'ענפערט אז אויב זיי בלייבן נישט שטיל איז ער מחזיר די וועלט לתוהו ובוהו, ס'איז באמת שווער צו פארשטיין וואספארא סארט געשעפט איז דאס, מ'געט א פרעג דעם באלעבאס א שאלה, סטראשעט ער אז מ'פארמאכט ס'גאנץ געשעפט?! דאס איז דאך נישט קיין נארמאלע געשעפט...
אזוי אויך איז דא א גמרא איבער רבי אלעזר בן פדת וואס האט נעבעך געליטן ציפקע צרות, אויף אזוי ווייט אז נאך הקזת דם האט ער נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל אריין און ער האט גע'חלש'ט, האט ער גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט פונעם אויבערשטן, ווילאנג נאך ער גייט זיך אזוי מוטשענען, האט איהם דער אויבערשטער געזאגט אז אויב דו ווילסט מאך איך יעצט פריש איבער די גאנצע וועלט און ס'קען זיין אז ס'וועט דיר געלונגען אז דו וועסט געבוירן ווערן אין א גוטע מזל, ס'איז אויך עפעס אזא פלא, ר' אלעזר האט נישט קיין געלט, זאל איהם דער אויבערשטער געבן געלט און שוין... וואס איז דער איבער מאכן די וועלט ווייל איינער האט נישט קיין געלט?! און אפילו מיט'ן איבער מאכן די וועלט באקומט ער נישט קיין גערענטי אז ס'העט געלונגען...
אלא מאי, די ענטפער אויף די אלע זאכן איז אזוי ווי דער אויבערשטער אליינס האט אזוי שיין און זיס געענפערט פאר איוב:
א וַיַּעַן ה' אֶת אִיּוֹב, מנהסערה (מִן הַסְּעָרָה); וַיֹּאמַר.
ב מִי זֶה, מַחְשִׁיךְ עֵצָה בְמִלִּין בְּלִי-דָעַת.
ג אֱזָר-נָא כְגֶבֶר חֲלָצֶיךָ; וְאֶשְׁאָלְךָ, וְהוֹדִיעֵנִי.
ד אֵיפֹה הָיִיתָ, בְּיָסְדִי-אָרֶץ; הַגֵּד, אִם-יָדַעְתָּ בִינָה.
דאס זענען די ערשטע פיר פסוקים וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט א לאנגע רייע פון שאלות וואס דער אויבערשטער פרעגט צוריק פון איוב, נאך אלע טענות וואס איוב האט אויפ'ן אויבערשטן.
די ערשטע שאלה מיט וואס כביכול הייבט אן איז: וואו ביסטו געוועהן ווען איך האב געגרינדעט די וועלט???
אין אנדערע ווערטער, ס'נישט מעגליך צו פארשטיין וואס קומט פאר אויף די וועלט אויב דו האסט נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב, ס'נישט שייך מסביר צו זיין פארוואס דער אדער יענער האט יסורים ווייל ס'פעלט דיר דעם יסדי ארץ, דו ביסט נישט דארט געוועהן און דו האסט עס נישט מיט געהאלטן פון דעמאלטס ביז יעצט.
ווען די מלאכים האבן געפרעגט אזא גוטע שאלה פון זו תורה וזו שכרה, האט דער באשעפער זיי געזאגט: איך האב א תירוץ אבער עטס קענטס עס נאר פארשטיין אויב עטס האלטסט מיט די וועלט פון אנהייב, איז ממילא וועל איך צוריק קערן די וועלט צו תוהו ובוהו און דאן וועל איך ענק קענען ווייזן.