Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

קאווע שטיבל • הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
285 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12764
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:48 pm#418919
איך האק א לעבן מיט מיין בארד און פיאות
אויך איך בין א ליטוואק האב איך א געשניצטע בארד
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:53 pm#418921
גראדע האב איך לעצנטס געטראפן א מוראדיגע שטיקל זוה"ק, וזלה"ק: פיקודא בתר דא, להאמין למילתא דשיקרא. מאן דחבריה אישתעי בהדיה מילתא, ואיהו ידע דגופא דעובדא איפכא הוי, חייב להאמין לחבריה. ואם לאו כמה משיריאן דמלאכא דמחבלין זמינין לקראתיה, וי ליה דמראה בנפשיה דאין לו חולקא באלקא דישראל.
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:55 pm#418923
אקעי לאמיר מאכען א תמצית
פארוואס איז דא שלעכטס אויף די וועלט?
רבינו הקדוש: פארוואס נישט? Duhhhhh
הקטן: ווייל אינז זענען עמאדזשיס אין די הענט פון מארק זאקערבערג אין במילא איז בכלל נישט קיין נפקא מינא אויב אינז ליידען
פרייוויליג: סאיז נישטא קיין תירוץ אבער קום זיך מאכען למשל ס'איז דא. פשוט כדי צו קענען סורווייווען.
שמעקעדיג: די שלעכטס איז געפערלעך. שרעקליכע מעשה דאס. קיין איין תירוץ שטימט נישט אבער איך גלייב ווי א נאר. אופס כ'האב ספיקות. ניין איך גלייב יא. אבער סאיז דאך שלעכט. אבער אפשר איז עס גוט. אבער ספילט דאך שלעכט. ארויס פון די אשכול.
גדליה: איך גיי מיר יעצט גיין האקען א לעבן, מיט די בארד און פיאות, און איך וועל לאזן אלע חכמים ונבונים דא זיך ברעכען קאפ פארוואס די וועלט סאקט פאר ענק. און ווען יעדער ענדיגט קען מען מיך קומען וויזיטען אין קאנאדע
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:55 pm#418929
דארפסט נישט פרירען די ב**** ביז קאנאדא. מ'קען דא אויך.

מיט דיין בארד און פאות...
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:28 am#418936
דא איז נישטא קיין טאהש
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 9:54 am#418938
יא, רשע וטוב לו איז שווער... זייער שווער...
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 10:38 am#418942
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

l viewtopic.php?f=4&t=12671 l
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 11:45 am#418947
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים שכל און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנום the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:09 pm#418949
למאי נ"מ? לקידושי אשה?
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:07 pm#418954
הקטן האט געשריבן:געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנום the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:08 pm#418955
חומר למחשבה, סה"כ.

פאר ווער ס'וויל,קען אין דעם אויך טרעפן א synthesis פין צדיק ורע לו און אין רע יורד מלמעלה - ואין קישוי אלא לדעת!
והמבין יבין
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:10 pm#418956
סוף דבר הכל נשמע. אדער איז גאט נישט קיין כל יכול ח"ו, אדער איז ער נישט קיין גוטער, די צוויי זאכן קענען נישט גיין צוזאמען. דריי אהער, דריי אהין, והסתירא לעולם עומדת.

און אויב אונז וועלן זאגן אז מ'קען נישט פארשטיין, דאן קענען אונז רואיגערהייט דיטשען די גאנצע תורה. ווייל גאט האט דאך מגלה געוען פאר זיין זוהן ישוע, אז מ'דארף שוין נישט היטן די תורה, די עיקר איז אז מ'איז זיך מכניע צו ישוע המשיח. איי, אויב גאט וויל צוריקציען פון זיין תורה דארף ער עס איבערגעבן מיט א פרסום, כאטש אזוי שטארק ווי ביים עס געבן צום ערשטן מאל? נו, אויף דעם האבן מיר דאך שוין געזאגט אז מ'קען נישט אלץ פארשטיין...

בכל אופן, איך וועל מיך ווייטער גיין זיך צוגרייטן צום שבת קודש, גיין זינגען לכו נרננה צום הייליגן באשעפער, און עטץ קענטסט ענק גיין זיך איבערצלמען לכבוד ישוע המשיח.
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:00 pm#418961
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סוף דבר הכל נשמע. אדער איז גאט נישט קיין כל יכול ח"ו, אדער איז ער נישט קיין גוטער, די צוויי זאכן קענען נישט גיין צוזאמען.

אדער איז דער תירוץ צו די סתירה פיל טיפער ווי אונזער אויבערפלעכליכער השגה.
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:22 pm#418962
פרייוויליג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנם the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

a young man in his twenties completing his studies as a medical doctor, and being quite accomplished in other areas of his life both personal and as an professional tennis player. He was pleased with his life it was unfolding as he had envisioned. He had worked hard to get where he was and therefore he deserved this good life. It was not brought about by just luck…or so he thought. All was right.

Literally the next day he was fighting for his life in an iron lung after having contracted polio. It was clear he would live although many of those around him, in the same room, were dying each day. He laid and stared up at the crack in the ceiling, the only place he could look while being in such a machine. There was too much time to just be and think.

First, what he thought was that he had been in difficult situations before so he would work hard to get out of this one too. If there was one thing he knew how to do it was to work hard and make happen what you envisioned. This way had always worked for him and it was the right and just thing to happen. Several years passed and he was still staring at the crack in the ceiling clinging to his old beliefs. Suddenly seemingly out of thin air it came to him what others seemed to have known all along, that he was a withered young man in an iron lung that was never going to play tennis or walk again despite how hard he worked and willed for this to happen. He was in a different form now and the old way just was not the way to go. Time went with very little happening. There was just each day to meet with its own obstacles to discover and untangle.

So timed and life passed.

The end of his lifetime found Arnold Beisser paralyzed from the waist down and in a wheelchair. He no longer needing an iron lung, lovingly married for many years and helping others as a psychiatrist. Yes, he was happy! discovered and shared his thinking in a very simplistically stated idea The Paradoxical Theory of Change. When YOU can be exactly who you are where you are then change can happen.

איך טרעף נישט וואס איז זיך אויף די מעניט, אבער איך וויל דיר יא געבען אפאר מ"מ
paraplegics-positivity-impacts-lives

וואס איך זיך איז דער געדאנק פין hedonic adaptation
די מעשה איז טאקע מיט איינעם וואס האט פארלוירן די פיס אין א קאר עקסידענט, און אזוי ליגענדיג אינטער די רעדעל האט ער שלום געמאכט מיט זיין מצב און בוחר געווען צי זיין פריילעך -ענד ליווד העפי ערווער עפטער.

מן הסתם האב איך דאס געזען אין How-Happiness-Approach-Getting-Life
געליינט זייער לאנג ציריק

זע אויך dan_gilbert_asks_why_are_we_happy

דאס איז שוין ביזאר! אבער ווייזט ווי ווייט אונזערע מושגים, און וואס איז גוט און וואס איז שלעכט.
what-its-like-to-crave-amputation
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:34 pm#418967
פרייוויליג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

viewtopic.php?f=4&t=12671

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט?
דו דינגסט זיך מיט מיר?
דעי טשענעל איז קלאר פאר atheists
האלטס אנדערש?
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:57 pm#418968
אבער...

אל מסתתר
בשפריר חביון,
השכל הנעלם
מכל רעיון,
עילת העילות
מוכתר בכתר עליון,
כתר יתנו לך הויה!
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 8:50 pm#418982
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

viewtopic.php?f=4&t=12671

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט?
דו דינגסט זיך מיט מיר?
דעי טשענעל איז קלאר פאר atheists
האלטס אנדערש?

קאווע שטיבל? עבסעלוטלי נישט.

אין דעם לינק בין איך מלבן דעם כופר דייעטרייב.
מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 11:52 pm#419000
פרייוויליג האט געשריבן:גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

מיין הויפט פוינט איז אז יסורים איז נישט בעצם גוט אדער שלעכט. מיר טיען אטריביאטען, לעבלען יסורים אלץ שלעכט
יסורים=שלעכט, ווער געמאכט ביים מענטש און מח.

איך האב אויך געמאכט א פוינט אז דא סארט פראגאמיג איז דא וואס איז נעטאר (מען ווערט געבוירן מיט די סארט פראגרם) און אויך איז דא נארטער (מען נעמט דאס פין די סביבה, און אויפוואקסאנג)

געוועדליך, וואס פעלט אויס לטובת דער מענטש וועט זיין נעטאר די מענטש קימט מיט דעם פרי-לאדעד, כדי א מענטש זאל וואטשען נישט צי ווערען פאברענט וועט פייער זיין הייס און אים וויי טון אין דער מענטש וועט דאס נישט וועלן. (בלשנם הטיפשי, אדאפטיוו)

די פאקט אז קיינער איז נישט מסכים זאגט אז דער פראגאמער ווייסט וואס ער טוט, און פין די חלקים וואס די קענסט יא זען קענסטו באמערקען וואס דאס איז בעצם.
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 8:55 am#419021
הקטן האט געשריבן:

קענסט פילאסאפירן און פשעטל'ן פון היינט ביז מארגען, אבער אויב די קענסט עס נישט מסביר זיין פאר אן עם הארץ אדער קינד פארוואס דער גוטער טוט שלעכטס איז דיין ארגומענט ווערטלויז. Pure and simple.

וכלשונו הזהב פון קריס קריסטי כמה פעמים:
If it looks stupid it is stupid...
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:07 am#419031
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (2)

איך האב ביז אהער זיך מער ווייניגער באצויגן נאר צים הרגש פין יסורים אין pleasure און געשריבן אז מיר זענען די וואס קאנעקטן און זאגן יסורים=רע און pleasure=טוב.

מ'קען באקימען די אימפרעשען אז די נאטראלע הרגש פין "יסורים" און "pleasure" איז טאקע ארטיפישעל, subjective, מיקרה ווידער "טוב" און "רע" איז יא עכט, objective און עצם.

on second thought, לאזט זיך באמערקען אז אויך די מישוג פין "טוב" "ורע" האט נאר א משמעות אין די בריאה!
טוב ורע, אדער יושר און נישט יושר, אכזר רחמן, שיין מוס, שטארק שוואך, די אלע סארט מישגים זענען אויפגעמאכטע זאכן, דארך די פראגראמער, וואס איז נאר דא אויף די עמעדשי סקרין, און האבן בכלל נישט קיין פירש אינדרויסן פין אינזער קאנשענס אדער אינדרויסן פין די בריאה.
איך וועל אי"ה מער מאריך זיין אינדעם אויב איך וועל שרייבן וועגן ארטיפישל "מאראל"

איז ווען אן עמאדשי דרייט זיך אויס אין מאכט חוזק פין די פראגראמערס נאז איז ס'איז מיעס, האט דאס אזויפיל פשט וואו ווען די עמאדשי זאל חוזק מאכן פין די פראגראמער אז ער האט אפילה נישט קיין 515k RAM אדער הא הא הא זיין OS איז עלטער פין windows XP.

א קליגער עמאדשי קען דאס אויך פארשטיין מיט זיין ארטיפשעל שכל
זיין שכל זאגט אים, אז אינזער שכל מאכט נישט ציפיל סענס!
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 3:37 pm#419065
הקטן האט געשריבן:איך האב ביז אהער זיך מער ווייניגער באצויגן נאר צים הרגש פין יסורים אין pleasure און געשריבן אז מיר זענען די וואס קאנעקטן און זאגן יסורים-רע און pleasure-טוב.

דו האסט שוין כמה פעמים איבערגעשריבן די זינלאזע ווערטער, און דו מוזט עס אונז מסביר זיין.
הייסט אז ווען א מענטש שרייעט פאר יסורים, וויינט אויף א טראגעדיע, איז עס נאר ווייל "ער האט באשלאסן" אז דאס איז שלעכט, אבער עכט קען ער אפמאכן אין זיין שכל אז ס'איז דעלישעס און טאנצן פאר שמחה און בעטן נאך פון דעם?
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:30 pm#419071
מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:47 pm#419074
שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט אז ווען א מענטש שרייעט פאר יסורים, וויינט אויף א טראגעדיע, איז עס נאר ווייל "ער האט באשלאסן" אז דאס איז שלעכט, אבער עכט קען ער אפמאכן אין זיין שכל אז ס'איז דעלישעס און טאנצן פאר שמחה און בעטן נאך פון דעם?

"באשלאסן" און "אפמאכן" זענען נישט די ווערטער וואס איך האב געניצט.
ס'פעלט בכלל נישט אויס ציגיין אזוי ווייט צי פארשטיין וואס איך זאג.
זעה אויך די צוויי תגיבות וואס איך האב געשריבן פאר פרייויליג וועגן בלייבן אן א פיס.

הגם די sarno method און נאך זייער אסך סייענטיפישע מהלכים זאגן יא דאס
זע למשל דעם בוך Unlearn-Your-Pain
אדער Think-Away-Your-Pain
זעה אויך pain-acceptance/
זעה אויך ACT-for-Chronic-Pain-manual
און can-mindfulness-meditation-really-reduce-pain-and-suffering
גאגעל אויך MCBT
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 6:06 pm#419082

וואס איך נעם ארויס פון ATUB @הקטן ATUB 'ס תגובות, איז נישט אז ער וויל זאגן א תירוץ פארוואס עס זענען דא יסורים, אדער אז יסורים טוען נישט וויי, נאר ער וויל Suggestion א וועג וויאזוי אנצוקוקן ווייטאגן.

מיר האבן געצוימטער באגריפן איבער "גוטס" און "שלעכטס", און מיט די ריכטיגער מעדיטאציע און באגריפן קען מען אנקוקן ווייטאג אלס אן אילוזיע So to speak. און כדי צו פארענטפערן ATUB @שמעקעדיג ATUB 'ס קשיא: די מהלך טוט אויף קיין שום פאל נישט קאנדאנען ווייטאגן, אזש א מענטש זאל ארויסקוקן אויף יסורים. לויט וויאזוי איך פארשטיי, טוט די מהלך מאכן עקסערסייז מיטן מוח וויאזוי אנצוקוקן די אומפארביידבארע סיטואציע. פונקט אזוי ווי די מהלך פון 'ביטול היש' אדער 'אמונה' טוען נישט אוועקנעמען די יסורים, נאר דאס העלפט טוישן די מיינדסעט איבער די מושג של יסורים.

פארשטייט זיך אן עבודה רבה מאד.
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 7:38 pm#419093
דער פשט פון די אלע מהלכים וואס הקטן ציטירט זייערע לינקס און עס איז לעצטענס לעצטענס שטארק פאפולער ביי פסיכאלאגען איז בערך אזוי:
ס׳איז דא די פשוט׳ע ווייטיג וואס א מענטש פיהלט, למשל א מענטש פארלירט א הונדערט דאלער. איז דא די צער פון פארלירען די געלט, נעמלעך מיט די הונדערטער האט ער געפלאנט צו קויפען א גראסערי ארדער לכבוד שבת, און יעצט האט ער נישט די געלד
נאכדעם איז דא די צער און הארץ עסענישן (פארוואס האב איך פארלוירען די געלט? פארוואס האב איך נישט בעסער אכטונג געגעבען? פארוואס פאסירט עס אייביג צו מיר? וואס וויל די באשעפער מיך ווייזען? וכו׳ וכו׳)
די סיבה פארוואס א מענטש׳נס יסורים איז אזופיל ערגער ווי א אנדערע בעל חי איז ווייל א מענטש טראכט אריין אין די יסורים און ער גריבעלט דערין, ווייל ער פארשטייט וואס דא פאסירט.
אויב למשל א מענטש זאל פארלירען הונדערט דאלער אבער ער זאל עס קיינמאל נישט כאפען, וועט ער ליידען אסאך ווייניגער יסורים, כאטש וואס ער האט פארלוירען די זעלבע סכום געלד.
דאס איז פשט אז א מענטש קען האבען א פארלוסט, אבער אויב מאכט ער אפ אז ס׳גייט עם נישט צורירען, דעמאלץ אפילו ער שפירט די צער פון די פארלוירענע געלד, וועט ער נאכנישט פארלירען זיין ישוב הדעת, מיט׳ן אפמאכען אז ער גייט זיך נישט עסען אויף עפעס וואס ער קען סייווי נישט פאררעכטען, און אזוי ארים וועט ער זיך קענען איינשפארען די הארץ עסענישן און גריבלענישן וואס מאכט נאר גרעסער די ווייטיג.
זונטאג דעצעמבער 16, 2018 8:19 pm#419095
פרייוויליג האט געשריבן:מיר האבן געצוימטער באגריפן איבער "גוטס" און "שלעכטס"

מיר האבן געצוימטע?, פארקערט, מיר האבן דאס אינגאנצען - פאלי , אבער נאר מיר!
ווייל נאר מיר האבן די software - ס'איז בכלל נישט דא אינדרויסען פין אינזער וועלט.

די באגריף פין "גוטס" און "שלעכטס" און "ווייטאג" און "פלעזשער", "אכזר" און "רחמן" און נאך, איז נאר דא אין אינזער קאנשענעס, אדער און אינזער וועלט.

...די מהלך מאכן עקסערסייז מיטן מוח וויאזוי אנצוקוקן די אומפארביידבארע סיטואציע.
פונקט אזוי ווי די מהלך פון 'ביטול היש' אדער 'אמונה' טוען נישט אוועקנעמען די יסורים, נאר דאס העלפט טוישן די מיינדסעט איבער די מושג של יסורים.
פארשטייט זיך אן עבודה רבה מאד.

איך רעדט נישט פין א געוויסע עקסערסייז אלס א מהלך פין רעדעצירן פיזישע פעין, איך ברענג ארויס א געוויסע "אמת" פין אינזער קליין וועלטעל!
איז מעגליך אז וויסען, און דערהערן, די "דערהער" קען אויך גרינגער מאכן פעין? מעגליך, אבער דאס איז נישט משנה

א חלק פין די לינקס וואס איך האב געברענגט ניצען דאס טאקע אלס אן עקסערסייז מענלי אויף פיזישע ווייטאג
אפשר איז דא אויך א לינק וואס טיילט איין ווייטאגען אין צוויי - די פריימערי פיזישע הרגשה און די סעקענדערי ווייטאג, און פאר איינער וואס קען נישט זינגען האבן אלע נגינים איין פנים.

איך לייג אויך צי נאך א לינק, אז דו ווילסט קענסטו דערהערן דער חלק האמת שבו, און קענסט אויך stuck ווערן אויף די פראקטישע זייט פין דעם "אמת"
www.threeprinciplesmovies.com/pain-marilyn/

physical-illness-and-the-principles/

www.threeprinciplesmovies.com/illness-r-mills1/
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:30 am#419104
גדליה האט געשריבן:דער פשט פון די אלע מהלכים וואס הקטן ציטירט זייערע לינקס און עס איז לעצטענס לעצטענס שטארק פאפולער ביי פסיכאלאגען איז בערך אזוי:
ס׳איז דא די פשוט׳ע ווייטיג וואס א מענטש פיהלט, למשל א מענטש פארלירט א הונדערט דאלער. איז דא די צער פון פארלירען די געלט, נעמלעך מיט די הונדערטער האט ער געפלאנט צו קויפען א גראסערי ארדער לכבוד שבת, און יעצט האט ער נישט די געלד
נאכדעם איז דא די צער און הארץ עסענישן (פארוואס האב איך פארלוירען די געלט? פארוואס האב איך נישט בעסער אכטונג געגעבען? פארוואס פאסירט עס אייביג צו מיר? וואס וויל די באשעפער מיך ווייזען? וכו׳ וכו׳)
די סיבה פארוואס א מענטש׳נס יסורים איז אזופיל ערגער ווי א אנדערע בעל חי איז ווייל א מענטש טראכט אריין אין די יסורים און ער גריבעלט דערין, ווייל ער פארשטייט וואס דא פאסירט.
אויב למשל א מענטש זאל פארלירען הונדערט דאלער אבער ער זאל עס קיינמאל נישט כאפען, וועט ער ליידען אסאך ווייניגער יסורים, כאטש וואס ער האט פארלוירען די זעלבע סכום געלד.
דאס איז פשט אז א מענטש קען האבען א פארלוסט, אבער אויב מאכט ער אפ אז ס׳גייט עם נישט צורירען, דעמאלץ אפילו ער שפירט די צער פון די פארלוירענע געלד, וועט ער נאכנישט פארלירען זיין ישוב הדעת, מיט׳ן אפמאכען אז ער גייט זיך נישט עסען אויף עפעס וואס ער קען סייווי נישט פאררעכטען, און אזוי ארים וועט ער זיך קענען איינשפארען די הארץ עסענישן און גריבלענישן וואס מאכט נאר גרעסער די ווייטיג.

גדלי' דאס איז ריכטיג ביי גייסטישע יסורים וואס האט מיטן שכל, דערפאר קען מען נוצן דעם שכל צו מאנעוורירן דעם ווייטאג, משא"כ ביי פיזישע יסורים. (איי וועסטו פרעגן סארנא מעטאד, קען טאקע זיין, אבער איך האב עס נאך נישט עקספיריענסד.)
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:36 am#419106
.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:40 am#419107
.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:48 am#419108
שמעקעדיג
די נקודה איז אז אפילו אין פיזישע יסורים איז דא צוויי חלקים: די פאקטישע יסורים אין די חשבונות אין הארץ עסענישן
די יסורים אליינס קענסטו נישט אוועקנעמען אבער די קענסט אפמאכען אנצוצינדען א שיינע מוזיק טעיפ און פארגעסען אביסעלע פון רעאליטעט
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 11:22 am#419145
ATUB @שמעקעדיג ATUB דו ווערסט געטראגן אויף א רייד, נישט אז ס'איז נישט דא קיין אמת אין וואס ער זאגט, אבער נישט דאס שטייט אין די לינקס.

אנצוצינדען א שיינע מוזיק טעיפ איז ממש די פארקערטע פין וואס ווערט ארויסגעברענגט אין רוב פין די לינקס.
די געדאנק איז פינקט פארקערט, זיך עפענען צי די יסורים און טוישען די פראספעקטיוו פין די יסורים זעלבסט, מען רעדט נישט פין זייטיגע ציגעקימענע צער.

בעט איינער וואס קען יא א גיטער ענגליש זאל איבער זעצען.

ATUB @פרייוויליג ATUB , האט געשריבן וועגן די illusion פין צער, איז געווען אסך מער קרוב אל האמת.
נאר וואס? איך בין יעצט בכלל נישט דן וואו אזוי פטור ווערן פין די צער איט-סעלף, איך רעדט מער וועגן וואס איז דאס צער בעצם, וואס איז א יעדער סארט הרגש נישט דוקא צער
וואס איז דאס אינזער "שכל"?
ווען מיר האבן א "טענה", וואס מיינט דאס?
ווען מיר פארשטייען יא עפעס, וואס מיינט דאס?
פארשטייען מיר ווייל די זאך איז פארשטענדיקט אין מאכט בעצם סענס? אדער זענען מיר פשוט געפראגראמט צי פארשטיין וואס מיר פארשטייען, אבער נישט ווייל דאס איז עפעס מער אמת וואו וואס מיר פארשטייען נישט.
ווען מיר זעען עפעס אלס "גערעכט" איז דאס ווייל ס'איז "גערעכט"? אדער ווייל מיר זענען פשוט programmed דאס צי זען אזוי

די לעצטע דריי לינקס זענען ווידיא קליפס, דאס איז אפשר גרינגער וואו דער געשריבענע.
דו וועסט דארט הערן אסך דערמאנט די "principles" די פרינסעבעלס וואס ווערט דארט דערמאנט מיינט די illusion וואס איז אינזער וועלט (בקיצר)
איך האב נישט געזען די ווידיאס איך בין אבער באקאנט מיט די principles 3

ATUB @פרייוויליג ATUB ביסט גערעכט אז ס'איז א עבודה רבה מאד צי טוישן איינעמס פרעספעקטיוו און מיינדסעט, אויב דאס איז סך הכול א טריק פטור צי ווערען פין יסורים. ווען איינער האט אבער די ריכטיגע פרעספעקטיוו איז דאס פשוט א way of living און קימט נאטירלעך.
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:27 am#419220
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (3)

דעם וויקענד איז מיר אויסגעקימען צי ליינען אין די משפחה מעגעזין וואס גייט פאר אין די לב טהור קאנציטראצע קעמפס, וואס זאל איך ענק זאגן, איך בין נאך אלץ אינטער די טראמא.

איך טראכט אזוי צי מיר וואס גייט דא פאר?!? די מענטשען זענען דאך געבוירן פינקט אזוי וואו דו און מיר,נארמאל, פארוואס זען זיי נישט וואס איך און די זען און פארשטיין?
איך גלייב אויך אז די "הנהלה" פין לב טהור וויל זיין "גוט" זיי ווילען גאר זיין צדיקים, זעען דען זיי נישט אז זיי זענען הארץ לאזענדיגע רשעים?

אהא, דאס איז אנדערש! זיי זענען א "קאלט" , זיי? זיי זענען "געברענוואשט"!
קאלט אהער אין קאלט אהין, צווישען זייער אוירן איז דא די זעלבע סארט קאטשיניא וואס איז דא צווישען מיין אוירען און צווישען דיין אוירען, איז וואס גייט דא פאר?!?
פארוואס זעען זיי נישט וואס איז "right" און וואס איז "wrong"?!?

וואס האט מיך די מערסטע געקוועטשט, נא, ממילא זיי, אבער אויב זייער סענס פין right און wrong איז קלאר אז דאס איז געפראגראמד, ווער זאגט אז מיינס און דיינס איז עפעס מער?
ווער זאגט אז וואס דו האלסט איז wrong איז באמת מער wrong וואו וואס די לב טהור סאדיסט האלט איז wrong.
מיט וואספאר objective point of reference האסטו calibrated דיין שכל און הרגשים

אפשר איז right און wrong אלס א קאנסעפט נישט מער וואו א software וואס איז programmed און די operating system "די וועלט"

מיר, געפראגראמטע עמאדשיס, האבן א קאנסעפט וואס דער פראגראמער האט אריין געשטעלט אין אינז וואס זאגט אינז דאס איז "גיט" און דאס איז "שלעכט"
אינדרויסן פין די software, אינדרויסן פין די געים, אינדרויסן פין די עמאדשיס, איז ניטאמאל שייך די term אדער די מושג "טוב", "רע", "רחמניות" אאז"וו - דאס אלס זענען אויפגעמאכטע מושגים להנהיג בהם את העולם.

און וויבאלד ס'איז נאר software קען דאס ווערן געהעקט, ברעינוואשט בלע"ז,
גאט וואלט פינקט אזוי געקענט מאכן מיר זאלן גאר געבוירן ווערן מיט דא סענס פין right and wrong אזוי זיי. מיר זענען נישט יעצט בעסער אדער ערגער (נישטא קיין בעסער\ערגער) מיר זענען וואס מיר זענען!

קליגע עמאדשיס פארשטייען דאס
קליגע עמאדשיס קענען אויך באמערקען, וואו דאס וואס זייער "שכל" אדער "הרגש" זאגט איז דאס נאר ווייל אזוי איז דאס געפראגראמד.
געוויסע סארט טענות אין קשיות איז ביי זיי נישט קיין טענה נישט ווייל: "מיר קענען נישט אלס פארשטיין"
ס'איז ביי זיי נישט קיין טענה ווייל "מיר פארשטייען יא"!
מיר פארשטייען וואס "פארשטיין" מיינט!

קליגע עמאדשיס פארשטיין אז 300 IQ פין געפראגרמטע "שכל" איז נישט מער וואו געפראגראמטע "שכל"
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 3:16 am#419223
פיינע קשיות הקטן.
א תירוץ האט איר אויכעט?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:31 pm#419269
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (4)

אויב האט איר פארשטאנען אז די קשיא איז:
ווי אזוי קען א מענטש וויסען צו ער איז גערעכט אין א צווייטער איז ראנג, ווען ער וואלט געווען יענער וואלט ער דאך געהאלטען ווי יענער?

איז דא וואס וועלן אויף דעם ענפערן:
די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן!

די קשיא איז געבויט אויף אן הנחה אז ס'איז דא א ריכטיגער "גערעכט" און א ריכטיגע "ראנג" און יעצט ווערט די שאלה ווער האט ביי זיך די אמתע "גערעכט"
אבער ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא אן אמתע "גערעכט" אפשר איז וואס איז יא גערעכט און וואס איז נישט גערעכט סך הכול אן הסכמת בני אדם.

איז ביז אהער קלאר?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 5:53 pm#419270
זייער קלאר. זייט ממשיך
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 7:59 pm#419276
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (5)

פארשטייט זיך ווען מיר זאגן "הסכמת בני אדם" מיינט דאס נישט אייביג ס'איז געווען א Geneva Convention, וואס ס'מיינט איז מיר זענען געפראגרמד אזוי דארך אינזער סביבה וכו'
דאס ווערט אנגעריפן בלשנם nurture

וואס דאס זאגט, ס'איז נישט דא עפעס וואס איז "שלעכט" באמת ס'איז סך הכול דא וואס מיר האלטן ס'איז שלעכט, אנדערע קענען האלטן אנדערש, ווייל זיי האבן אן אנדער program.

יעצט וואס טוט זיך מיט עפעס וואס איעדער וועט מודה זיין אז דאס איז "שלעכט", למשל אידער וועט האלטן אז שטארבן איז "שלעכט", איז דאס טאקע יא באמת שלעכט, אדער איז דאס אויך נישט מער וואן א סארט "הסכמת כל בני אדם"?
וואס מיינסטו?
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:05 pm#419278
אויב גייען מיר דא מיט די צד אז סאיז נישט דא קיין אבסאלוטע רעכט אדער אומרעכט דעמאלץ זעה איך נישט פארוואס עס זאל זיין אנדערש ווען יעדער האלט אזוי
אגב נישט יעדע מענטש האלט אז שטארבען איז א שלעכטע זאך... לכל הפחות די דרייסיג טויזענט מענטשען וואס קאמיטען סואיסיייד יעדע יאר האלטען אז צי לעבען איז נישט אזוי גיט
סקוקט אפילו אויס ווי טייל חברה דא האלטען אויך אזוי...
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:21 pm#419279
גערעכט, נאר וואס?
די פעלער וואס איז דא אין דעם א מחלוקת, איז דאס ווייל די פראגראמינג ווערט געווענליך געמכט דארך די סביבה - nurture
און דארט וואו ס'איז "כולי עלמא מודה" , וואו למשל אז שטארבן איז "שלעכט", איז דאס געוועדילך ווייל די פראגראמיג איז געמאכט געווארן דארך nature/גאט
און די מענטש ווערט שוין געבוירן מיט די program

און ביידע פעלער איז נישט דא קיין אבסעלאט "שלעכט" אדער אבסאלוטע "רעכט" אדער "אומרעכט"
די וועטער "רעכט" אדער "אומרעכט" האט נאר א משמעות דארט וואו די software לויפט!

איז קלאר ביז אהער?

----
גדליה האט געשריבן:אגב נישט יעדע מענטש האלט אז שטארבען איז א שלעכטע זאך... לכל הפחות די דרייסיג טויזענט מענטשען וואס קאמיטען סואיסיייד יעדע יאר האלטען אז צי לעבען איז נישט אזוי גיט
סקוקט אפילו אויס ווי טייל חברה דא האלטען אויך אזוי...

lol
איך האב געוויסט אז דאס וועט קימען, נעם אן אנדער משל, רעיפען א קינד, זאגן ליגענט פאר די FBI
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:38 pm#419281
דא האסטו מיך פארלוירען.
וואס הייסט פראגראמירונג? די ען עי? אויב יא וואס א חילוק צי יעדער איז מודה צי נישט. אלץ קומט דאך פין די ען עי. וואס א חילוק צי איין מענטש'ס די ען עי זאגט אזוי צ'י זעקס ביליאן מענטש'ס די ען עי זאגט אזוי? כלפי די יוניווערס זענען אפילו א טריליאן מענטשען נישט מער ווי א שטיקעל שטויב.
אויך קענסט אביסעל קלארער מאכען וואס די מיינסט מיט "נאטור/ג-ט"? אפשר דא ליגט די הינט באגראבען.
אגב כגלייב נישט איר וועט טרעפען איין זאך וואס ממש יעדער איז מודה. יעדע רעיפיסט האלט אז ממעג רעיפען און יעדע טראמפיסט האלט ממעג זאגען ליגענט פאר די עף בי איי
דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:51 pm#419290
הקטן האט געשריבן:אויב האט איר פארשטאנען אז די קשיא איז:
ווי אזוי קען א מענטש וויסען צו ער איז גערעכט אין א צווייטער איז ראנג, ווען ער וואלט געווען יענער וואלט ער דאך געהאלטען ווי יענער?

איז דא וואס וועלן אויף דעם ענפערן:
די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן!

די קשיא איז געבויט אויף אן הנחה אז ס'איז דא א ריכטיגער "גערעכט" און א ריכטיגע "ראנג" און יעצט ווערט די שאלה ווער האט ביי זיך די אמתע "גערעכט"
אבער ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא אן אמתע "גערעכט" אפשר איז וואס איז יא גערעכט און וואס איז נישט גערעכט סך הכול אן הסכמת בני אדם.

איז ביז אהער קלאר?

די קשיא דריקט מיך שוין א לאנגע צייט, און עס קומט צום אויסדריק וואו אימער מיר קוקן נאר.

רובא דרובא מיינונגען וואס מענטשן האבן קומען פון וואו מען איז אויפגעוואקסן.

נעם למשל א דעבאטע פון ר' שמואל בוטח און מייקל בראון. ר' שמואל שווערט זיך אז הנוצרי איז חזיר טרייף, און מייקל בראון (אגב א איד) שווערט זיך אז הנוצרי איז משיח. וואס וואלט פאסירט אויב שמואל וואלט אויפגעוואקסן דארט וואו מייקל איז אויפגעוואקסן, וואלט ער דען געהאלטן אזוי?

ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.

איך האב שוין אנגערירט דעם נושא כמה וכמה פעמים אין די פארגאנגעהייט, ליין:

א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

די קשיא דראמע וואס פארפאלגט דעם מענטש
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:10 am#419292
פרייוויליג האט געשריבן:ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.

ווען צוויי מענטשן האבן פונקט פארקערט מיינונגען, זענען געווענליך ביידע פאלש, דער אמת איז געווענליך אינדערמיט. די פאקט איז, אז ווען צוויי מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען וואס זוכן דעם אמת טענה'ן זיך ארום, קומט מען צו צום סוף אז ביידנ'ס מיינונגען זענען באמת אייניג (אדער כמעט אייניג).
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:20 am#419297
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:ווער איז גערעכט? עס איז אייביג דאן איין גערעכטקייט און איין פאלטשקייט, איינער האלט דעם אמת, און א צווייטער האלט דעם שקר.

ווען צוויי מענטשן האבן פונקט פארקערט מיינונגען, זענען געווענליך ביידע פאלש, דער אמת איז געווענליך אינדערמיט.

מיר גייען דא אביסל פארקריכן:
ס'פילט גוט אנצינעמן אזוי, ס'איז מער "אויפגעקלערט" אבער געווענליך איז א פשרה, ערגעץ אינדערמיט - זיכער פאלש!

אדער איז הנוצרי חזיר טרייף אדער איז הנוצרי משיח.
אדער איז ר' זלמן לייב מער פין ר' אהרן אדער ווייניגער
אדער איז די ערד פלאך אדער רינדיג.
אדער איז די זוהר געמכט געווארן פאר די רמב"ם אדער נאך
אדער האט גאט באשאפן די וועלט אדער נישט.
אדער איז הילערי גילטי אדער נישט.
אדער זענען מענטשען שילדיג אין גלאבע ווארמינג אדער נישט.

ס'איז אמת אז מען קען געווענליך טרעפן א קערל פין אמת אין ביידע:
הנוצרי איז חזיר טרייף און ער איז דא לישר דרך למלך המשיח.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די פאקט איז ??? אז ווען צוויי מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען וואס זוכן דעם אמת טענה'ן זיך ארום, קומט מען צו צום סוף אז ביידנ'ס מיינונגען זענען באמת אייניג ??? (אדער כמעט אייניג).

פארוואס זאגסטו אזוי?
קענסט געבן דיגמאות
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:56 am#419299
כ'האב גערעדט צו פרייוויליג, נישט צו דיר. אז דו ווילסט באמת פארשטיין, קענסטו קומען שמועסן אין אישי, משום איזה סיבה ביזטו מער אויפריכטיג פריוואט. אדער קענסטו זיך אויס'טענה'ן מיט וואלווי אדער גדליה, ביי ביי.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:07 pm#419307
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (6)

ATUB @פרייווילג ATUB מיר רעדען פין צוויי אנדערע סארט right און wrong
דו רעדסט פין פאקט , האט גאט יא אדער נישט געזאלבט דעם נוצרי פאר משיח
קען זיין מיר ווייסן נישט וואס די פאקט איז, אין מיר טענען וואס איז באמת די פאקט.
אויב וולען מיט קענען אנפרעגן גאט גייען מיר באקימען א ביינערי תשיבה. יא - ניין!

(ס'איז דא היינט א א מהלך וואס איז פאפעלער ביי די עליטא, און טייל חברים דא אין שטיבל זענען אנגעשטעקט מיט די סארט מהלך המחשבה, וואס וועט פארוואסערן אויך די סארט right and wrong - דאס איז א postmodern בליק אויף די וועלט, וואס זאגט ס'איז בעצם נישט דא קיין שום סארט אבסעלאטע אמת, פאר דעם קריסט איז נוצרי משיח און פאר דעם איד איז ער חזיר, לדעתי איז מאכט דאס נישט קיין סענס! אבער איך וויל נישט יעצט פאקריכען)

דערנאך איז דא אן אנדער סארט right און wrong וואס דאס איז א מאראליש שאלה, נישט קיין פאקט.
איך האב נעכטן נאכט גגעבען פיינע ווארעמע טשיקען זופ פאר מיין קליין טאכטער.
איך האלט אז ס'איז א "גיטע" זאך , ס'נעמט זיך מכח מיין "רחמנות" און איז די "right" טינג טא דא!
PETA וועט האלטן איך בין "wrong" איך בין אן "אכזר" איך בין "שלעכט"! ווער לאזט דיך הארגענען א טשיקען?! ווייל דו ווילסט עסען און ביסט שטערקער?!?

ווער איז גערעכט?!?

איך וויל פארשלאגן דריי מהלכים:
א:
אדער בין איך אן "אכזר" אדער בין איך א "בעל רחמים" אינז האבן נאר נישט די tools מברר זיין ווער איז גערעכט.

ב:
נישט ס'פעלט אינז די tools, נאר באמת איז אין אזא פאל נישט דא איינער וואס איז גערעכט און איינער נישט גערעכט, אידער קען זאגן וואו אזוי ער וויל. (אבער פארט ווער איז גערעכט?!?)

ג:
קימט ג ציגיין און זאגט: מען דינגט זיך דא ארים יא "אכזר" נישט "אכזר" מקען יא מברר זיין מקען נישט מברר זיין, how about אז די גאנצע מישוג פין "אכזר" איז אן אויפגעמאכטע זאך, ס'עקזעסטירט נאר ווייל דער מענטש האט געפארעמט אזא מישוג אין זייער מיינד - "אכזרית" איז נישט קיין פאקט וואו א "בענקל" נאר איז פשוט אן אבסטראק פאקט, ניין! די גאנצער קאנסעפט פין "אכזריות" און אזוי אויך די קאנסעפט פין "שלעכט" , "גוט" , "right"' "wrong" ... איז א צאמגעשטעלטע זאך.
וואס פאר עליענס אויף א צווייטע פלענעט מאכט בכלל נישט קיין סענס!

זעמער אויף די זעלבע page?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:33 pm#419309
גדליה האט געשריבן:דא האסטו מיך פארלוירען.
וואס הייסט פראגראמירונג? די ען עי?

lets slow down a bit

ווען איך האלט אז בינדן א קינד הענט און פוס צים טיש אין פראנט פין אלע מענער און פרויען און קינדער און אריין שמייסן 39 איז אן "אכזריות" וואס לאזט מיך נישט שלאפן,
ווידער דער לב-טהור'ניק האלט אז ער איז דער בעל "רחמים" און איך בין דער אכזר, ווייל איך האלט אנדערש פין אים.

פארשטייען מיר דארט וואס מיינט "געפראגראמד"?
בין איך programmed ?
איז ער programmed ?
זענען מיר ביידע programmed ?

-----
ב.ד.וו. ווען די לב-טהור'ניק ווערט געברעינוואשט ווערט נישט זיין DNA געטוישט.
האלטן א געוויסע מיינאנג, חאטש איך זאל זאגן אז דער מענטש ווערט געבורן שוין מיט די מיינאנאג מיז בכלל נישט זיין אז דאס ליגט אין די מענטשנס DNA

ס'איז עכעט נישט קיין נפ"מ פאר אונזער שמועס אויב מיר קענען און ריאלעטי טרעפען עפעס וואס א יעדער איינער איז מודה דערצו, שמעקעדיג האט געזאגט א יעדער וועט האלטן אז פארלירן א פוס איז נישט גוט, נא, זאל דאס זיין די משל.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:37 pm#419310
הקטן האט געשריבן:
קימט ג ציגיין און זאגט: מען דינגט זיך דא ארים יא "אכזר" נישט "אכזר" מקען יא מברר זיין מקען נישט מברר זיין, how about אז די גאנצע מישוג פין "אכזר" איז אן אויפגעמאכטע זאך, ס'עקזעסטירט נאר ווייל דער מענטש האט געפארעמט אזא מישוג אין זייער מיינד - "אכזרית" איז נישט קיין פאקט וואו א "בענקל" נאר איז פשוט אן אבסטראק פאקט, ניין! די גאנצער קאנסעפט פין "אכזריות" און אזוי אויך די קאנסעפט פין "שלעכט" , "גוט" , "right"' "wrong" ... איז א צאמגעשטעלטע זאך.
וואס פאר עליענס אויף א צווייטע פלענעט מאכט בכלל נישט קיין סענס!

זעמער אויף די זעלבע page?

לאמיר ענטפערן אויף סוג ג'. גראדע האט היטשענס געפרעגט די קשיא אין א ענליכע פארום פון רבי בוטח אין די אויבדערמאנטע דעבאטע. היטשענס האט געפרעגט: אין די תורה שטייט: "לא תרצח", הייסט דאס אז ביז די תורה האט דאס פארבאטן איז דאס געווען מאראליש אויסגעהאלטן, אזש די תורה האט דאס געדארפט פארבאטן? האט רבי בוטח געענטפערט: "מיר הרג'נען נישט נאר וויבאלד ג-ט האט דאס פארבאטן" - דאס איז זייער א פאפולער ענטפער ביי רעליגיעזע מענטשן - רבי בוטח האט דערמאנט צווישן אנדערע: די תורה איז נישט געווען די ערשטע צו פארבאטן מארד און רעיפ, עס איז געווען געזעצן נאך בעפאר די תורה, און ביי א סך לענדער, אז מ'טאר נישט הרג'נען. צב"ש Code of Hammurabi. אבער וויבאלד דאס איז געווען א "מענטשליכער געזעץ" האט דאס נישט געארבעט. מענטשן פלעגן אלץ הרג'נען ריגארדלעס אויב עס איז געווען א געזעץ. און יעצט, אז די תורה פארבאט דאס, האבן זיך אידן אלץ געהאלטן דערצו, זיי האבן קיינמאל גע'הרג'ט.

האסטו 2 מהלכים:

היטשענס: מארד האט גארנישט מיט ג-ט (תורה, רעליגע) צוטון, נאר עס איז מאראליש נישט אויסגעהאלטן צו הרג'נען.
רבי בוטח: מארד האט נאר צוטון מיט ג-ט, ווייל מיר זען אז די מאראלישע געזעצן פון מענטשן האט קיינמאל געארבעט, דערפאר מוזן מיר צוקומען צו די געזעץ פון ג-ט וואס לאזט נישט הרג'נען.

אכזריות האט מיט מאראלישע געזעצן. אפילו די געזעץ איז אויפגעמאכט, טוישט עס גארנישט. איינער וואס באלאנגט צו די געזעץ פון מענטשהייט האלט זיך צו דעם בתורת מאראל, איינער וואס האלט אז דאס איז אויפגעמאכט קען גיין אין א וואלד און דארט הרג'נען חיות.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 12:45 pm#419311
ATUB @פרייוויליג ATUB , אויף די מינוט וואלט איך suggested ארויסצולאזן תורה-גאט, פון אונזער שמועס, וואס דאס איז די נידון פין היטשענס vs בוטח.

נניח אז ס'איז נישטא דא קיין תורה. לאמער פארן מיט היטשענס מהלך, און אפילה בוטח זאל גערעכט זיין מיט די תורה, זענען מיר יעצט נישט דן פארוואס מען טאר נישט הארגענען.
מיר זענען דן וואס פילט דער מענטש אז דאס איז אום-מאראליש?

וואס מיינט דאס "מאראליש נישט אויסגעהאלטן"?
says who ?!?
לב טהור האלט אז ס'איז יא מאראליש!
(מייט פוינט איז נישט דא צי זאגן, זעסט? מ'מיז האבן א תורה)

מיר זענען נישט דן יעצט וואו אזוי די וועלט פארט בעסער, וואס איז בעסער פאר world order, מיט רעליגיע אדער אן. דאס וועלן מיר לאזן היטשענס און רבי בוטח אויס'טענה'ען
מיר ווילן פארשטיין וואס מיינט דאס "מאראלישע געזעצן"? אויפגעמאכט צי נישט, איז דאס אבסעלוט? און אויב יא, פארוואס?
וואו אזוי ווערט א מאראלישע געזעץ א געזעץ?

וואס מיינט דאס די "געזעצן פון מענטשהייט"?
פארשטיי אז ס'איז אויך דא די "געזעצן פון זיברעס"

"געזעצן פון מענטשהייט" vs "געזעצן פון זיברעס" - וועלכע איז אמת?!
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:14 pm#419345
הקטן האט געשריבן:איך וואלט אויך נישט געוויסט צי ס'האט א תכלית צי נישט, ווען נישט גאט זאגט דאס צי זיינע נביאים אין תנ"ך.

m https://www.youtube.com/watch?v=uid75xsB_q4 m
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:33 pm#419384
איז מגליך אז ס'עקזעזטירט בכלל נישט אזא זאך וואו "אכזריות" אדער "מאראל" אינדרויסען פין דער מענטשעס שכל אדער קאנשענעס
און פארוואס ליגט דער מישוג פין "אכזריות" אין די מענטש'ס קאנשעסנעס?!? וואו אזוי איז דאס אנגעקימען דארט?
ווייל איינער האט דאס דארט אריינגעלייגט!!

ווער???
און געוויסע פעלער די סביבה, הסכמת בני אדם וכו'
און געוויסע פעלער טבע, מיר זענען אזוי געבוירן!

איז קלאר?

---
אגב, אויב די software וואס מיר אלע ווערן געבוירן מיט, ליגט יא אדער נישט און די DNA איז א מחלקה פאר זיך.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:47 pm#419397
evolution's answer to the moral instinct

בקיצור, די גאנצע ענין פון מאראל איז נאר אזא מין מעכאניזם אז אונז זאלן קענען אנגיין, פארדעם טאקע האלט זיך עס אין איין טוישן. דיין אינסטינקט לאזט דיך נישט הרג'נען, ווייל אויב דו הרג'סט איינעם היינט קען מארגן קומען א צווייטער און דיך הרג'נען. בשעת דו הרג'סט, מאכט שוין דיין מוח די גאנצע חשבון, און דו פילט שוין ווי דו אליינס ווערסט גע'הרג'ט, א בחינה פון איזהו חכם הרואה את הנולד. וואשינגטאנ'ס עקזיסטענץ איז נישט געווארן באדראעט פון זיינע קענכט'ס ליידן, און אונזער עקזיסטענץ ווערט נישט באדראעט פון די בהמות וואס ליידן. די מינוט וואס אונזערע מוחות הייבן אן צו ציען א פאראלעל צווישן דער געליטענער און אונז, יענע מינוט ווערט באשאפן א נייע מאראל.