געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (14)פרייוויליג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן: פאר מענטשן קרוצי חומר, וואס האבן שכל, אפילו ער זאל האבן אן איי-קיו פון איבער 300 וועט ער נישט קענען מאכן סענס פון דעם. נישטא קיין שום ראציאנאלע סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן א מענטש מיט די סיסטעם
האט נישט ממש מיט די שמוס, אבער ליינענדיג איז מיר שווער געווארן.
ס'איז שוין געווען ערגעץ אנדערש א שמוס אויב "ראציאנאל" איז אן
אבסעלאטער אמת אדער סך הכול איין מהלך וואס דער עמאדשי פראגראמער האט אהערגעשטעלט, איין ווערשען פין artificial intelligence און וואס מאכט סענס אין ver 1.2 מאכט בכלל נישט קיין סענס אין די updated 2.0.
איך וויל פרעגן וואו אזוי פארשטייען מיר אינזער ווערשען פין "ראציאנאל" ווען איינשטיין קימט און זאט בפשטות זיין טעאריע פין רעלעטיוו, איז פאר רוב רעצענאליע טראכטערס אדער פארשטייען זיי בכלל נישט וואס ער רעדט אדער וואס ער וויל. מיר וועלן עס אנעמען מיט אזא סארט אם קבלה היא נקבל, ביז וואו לאנג מיר וועלן עס קענען איבערווייזען אין די לעב.
יעצט אבער אז איינשטיין האט דאס געזאגט, און ער איז געווען אן ראציאנאלע קריטשער, קענען מיר אנעמען אז די טעאריע פין "רעלעטיוו" איז "ראצינאל".
וואו וואלט געווען אויב איינשטיין ווערט נישט געבוירן, וואלט "רעלעטיוו" אויך געווען "ראצינאל"?
לאמער זאגן אז איינשטיינס IQ איז געווען 300 מעג דאך אבער איינער אויך האבן 600 - וואס פאלט איין פאר די 600 IQ און מיר און איינשטיין פארשטייען דאס בכלל נישט, קען מען דאס נאך ריפן "ראצינאל" ?
אסך מאל וועט איינער מיט אביסעל מער IQ אויפקימען מיט עפעס וואס איז ממש counter-intuitive איז פארוואס זאלן מיר אננעמען אז איינשטיין האט די לעצטע ווארט?
ווייל איינשטיין איז יא געבוירן און שמיינשטיין נישט?!?
דער טעארי אוו רעלאטיוויטי האט גארנישט מיט קבלה היא נקבל, און עס איז נישט עפעס וואס מיר גלייבן אים בלינדערהייט, און דאס איז צוליב די פאלגענדע:
Theory of relativity איז עפעס וואס איז עולה על השכל און מאכט שטארק סענס.
Theory of relativity איז א פאקט וואס מען קען איבערצייגן.
Theory of relativity האט גארנישט מיט איינשטיינס אייקיו. זיין אייקיו האט אים דאס געגעבן, אבער נישט וויבאלד ער האט די אייקיו האט מען דאס אנגענומען.
אויב איינשטיין וואלט נישט געווען געבוירן וואלטן מיר מעגליך נישט געוויסט פון די טעאריע בכלל, און נישט וויבאלד עס וואלט נישט געווען ראציאנאל.
אדרבה קום דו אויף מיט א טעאריע און רייס אויף די וועלט. איינשטיין האט נישט די לעצטער ווארט. אויב דו קומסט אויף מיט עפעס וואס איז שכל'דיג און דו קענסט דאס איבערצייגן, קענסטו אויך איבערמאכן די וועלט.
פין דיין תגיבה, קוקט אויס דו האסט נישט פארשטאנען אוואו איך ציל,קען זיין אז איך בין נישט אריין געקימען געניג קלאר.
מיין נקידה איז,
איידער איינשטיין האט געזאגט וואס ער האט געהאט צי זאגן איבער די Theory of relativity, און איידער ער האט מסביר געווען וואו אזוי ער איז אנגעקימען צי די מסקנות, אדער ווען דו זאגס'ט ווען דאס און מקוה, נאר די פאקטן פין די טעאריע, אן מסביר זיין וואו אזוי ביסט געקימען צי די פאקטן וואלט א יעדער געלאכט פין דיר.
ווייל די פאקטן פאר זיך, אן די הסבר וואס פירט צי זאגן אזוי זענען
counterintuitive "Einstein concluded that simultaneity is relative; events that are simultaneous for one observer may not be for another," the encyclopedia stated. "This led him to the counterintuitive idea that time flows differently according to the state of motion, and to the conclusion that distance is also relative."
Einstein's work led to some startling results, which today still seem counterintuitive at first glance even though his physics is usually introduced at the high school level.
די איינציגסעט סיבה וואס מיר ווייסן היינט די פאקטען איז, ווייל אחד היה איינשטיין וואס האט דאס אינז
מסביר געווען, און ווייל מיר האבן דאס אבזערווירט אין די labs.
נאך מער, ציציקימען צי אט די מסקנות, האט מען געדארפט האבן שכל בערך איינשטיינ'ס שכל
דאס מיינט סיי ווער וואס איז נאר העלפט אזוי קליג, וואלט קיינמאל נישט ציגעקימן דערצו דארך שכל.
מיר קענען אנענמען ווען נישט איינשטיין אדער זיין גלייכן זאגן אט די פאקטן, אין ווייל יענער איז נישט אזוי קליג וואו אינזער איינשטיין, קען ער נישט מסביר זיין די פאקטן וואלטן מיר קלאר נישט געהאלטן אז די פאקטן זענען אמת און די ראי וואלט געווען אז ס'איז
נגד השכל.
מיר וואלטן געזאגט ס'איז נישט אמת ווייל ס'איז
נגד השכל!
איז עס דען
נגד השכל?!?
אבער מיר וואלטן זיכער געזאגט אזוי!
מיר וואלטן אויך געניצט אינזער גרעסטער חכם וואס מיר האבן (אבער נישט קיין איינשטיין) אלס א ראי, זעסט? חכם פלוני, וואס האט x amount of IQ - האלט אויך ס'איז נישט אמת, ווייל ס'איז נגד השכל!
אצינד ווייסן אבער מיר, נאך וואו ס'איז אמת!
דאס ברענגט אינז צי אינזער ערשעטע לאגישע מסקנה:
וואס פאר אינז קיקט אויסנגד השכל, קען זיין אמת!וואס איז counterintuitive פאר א קלענערע בעל שכל איז אמאל קאמען סענס פאר א גרעסערע בעל שכל!
וואס מיר האבן געפראפט ביז אהער
סייענטיפיש, מיט אבזערוואציעס פין די מציאות, אז א קלענער שכל פארשטייט נישט פין זיך אליין וואס א גרעסערע שכל פארשטייט.
די דעפעניציע פין מער "שכל" מיינט ער פארשטייט מער וואו דער וואס האט ווייניגער, דאס זאגט אויב קען זיין איינער וואס האט מער פין אינז איז בהכרח אז ס'דא וואס מיר "פארשטייען נישט"!
שכלדיג איז אויך נישט דא קיין שום סיבה צי זאגן אז ס'קען נישט זיין א "שכל" וואס זאל זיין 100 מאל מער אדער 200 מאל מער אדער
אינפינעטי מאל מער וואו איינשטיינס שכל!
ס'איז נישט וויכטיג פאר אינזער שמיעס אויב דער "שכל" ליגט אין א מענטש, אדער אין אן עליען אדער שוועבט ארים אין outer space
דאס זאגט אינז לאגיש און סייענטיפיש
ס'מיז זיין אז איינשטיין, מיט האקינג'ס "פארשטייען נישט" זייער זייער אסך זאכן.
מיט וויפיל מאל מער די גרעסערע שכל איז מער פין איינשטיינ'ס שכל מער זענען די דשאנסעס אז איינטשטיין פארשטייט נישט!
איז דא א סיבה נישט צי זאגן אז ס'איז ס'קען זיין אינפינעטי מאל מער ?
דאס ברענגט אינז צי אינזע צווייטער לאגישע מסקנה:
ס'איז בהכרח דא אסך אסך זאכן וואס קוקט אויס נגד השכל, אין ס'איז אמת!דאס ברענגט אינז צי אינזע דריטער לאגישע מסקנה:
אינזער שכל קען בכלל נישט געניצט ווערן צי מעסטען אויב עפעס איז אמת צי נישט. שכל איז בכלל נישט קיין מברר האמת!
שווער...
זייער שווער...
ווער ס'פארשטייט אז ער פארשטייט נישט פארשטייט!
ווער ס'פארשטייט נישט אז ער פארשטייט נישט פארשטייט נישט!
פארשטייסט?